בלאט 1 פון 1

task manager קומט נישט ארויף

געשריבן: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:04 am
דורך מוטשע נישט
איך האב לעצטנס א פראבלעם מיטן TASK MANAGER און מיט נאך אנדערע אינערליכע חלקים אז זיי האבן אויף געהערט פונקציאנירן. צום ביישפיל ביי
Control Panel\Performance Information and Tools/Advanced Tools
וועט ארויף קומען
cant collect info
cannot access the windows management instrumentation software. Windows management files maybe moved or missing
ווי עס זעהט אויס איז דאס אן אינערליכע פראבלעם און דאס לאזט אויך נישט ווינדאוס אפדעיטן די סיסטעם.

עני העלפ?

געשריבן: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:39 am
דורך שוועמל
עס שיינט א וויירוס

געשריבן: פרייטאג פאברואר 04, 2011 2:04 am
דורך מוטשע נישט
לויט מיין אנטי וויירוס פראגראם איז נישט פארהאן גארנישט, אויב מייקראסאפט בלאגס זעה איך אסאך זוך מוטשען מיט די פראבלעם אבער נישט קיין לייזונג

געשריבן: פרייטאג פאברואר 04, 2011 2:10 am
דורך שוועמל
פרוביר צו דרוקן ביינעזאם CTRL+SHFT+ESC
דאס ברויך עפענען די טעסק מענעזשער.

מניסיון קען איך דיר זאגן אז ס'יז א וויירוס, רוב מענטשן טראכטן דאס טאקע נישט.

נוץ די באקאנטע לעגיטימע קלינערס ווי CCLEANER וכדומה מיט HIJECKTHIS צו כאפן די פארברעכער.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 16, 2011 7:37 pm
דורך מוטשע נישט
שוועמל, יישר כוח פארן רעספאנד. דאס זעהט אויס טאקע צו זיין וויירוס.
אצינד וואס טוהט מען?
די פראגראמען האבן גארנישט געטראפן.
איינער זאגט מיר איך זאל ריאינסטאלן וויסטע, אבער גיי ווייס צו ער איז גערעכט און אפילו אויב יא האב איך נישט די סי.די.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 16, 2011 9:12 pm
דורך למעלה משבעים
אויב דיין איינציגסטע פראבלעם צו ריאינסטאלן וויסטע איז נאר וועגן די סידי, וויל איך דיר זאגן אז עס קען מעגליך זיין די דארפסט נישט קיין סידי, אין געוויסע קאמפיוטער'ס (נישט זיכער אבער דאכט זיך אז אין רוב היינטיגע לעפטאפ'ס) איז דא א אפשען צוריק צו מאכן די קאמפיוטער כתינוק שנולד, אזוי ווי די האסט עס געקויפט, די קענסט עס זען ווען די צינד'סט אן דיין קאמפיוטער און די דריקסט F8 ביז עס קומט ארויף פארשידענע אפשענ'ס, איך געדענק נישט פינקטליך ווייטער, אבער דאכט זיך איינע פון די אפשענ'ס דארף צו זיין ריפער דיין קאמפיוטער, דארט דארף זיין די ריקאווערי אפשען, פאלוי וואס ער שרייבט דיר, טשעק עס איבער.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 16, 2011 9:36 pm
דורך שוועמל
דאס איז טאקע א שווערע וויירוס צו קלינען.

אויב ווילסטו נישט ריאינסטולן, דאן רוף א טעקנישען מיט עטליכע גוטע קלינערס אין רעגיסטרי קען מען דאס באזייטיגן.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 16, 2011 11:14 pm
דורך מוטשע נישט
כתינוק שנולד ווייס איך וויאזוי אבער נישט דאס וויל איך יעצט. העמיר מוזן רופן א טעקנישאן.
יישר כח פאר די העלפ