קאנסידער ריפלעסינג יאר בעטערי?

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

קאנסידער ריפלעסינג יאר בעטערי?

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג ינואר 09, 2011 3:28 pm

שוין א שיינע פאר חדשים וואס כ'לייד פון מיין לעפטאפ'ס באטערי. ער האט זיך עפעס פארמישט אינערליך און ס'פלעגט נישט געהעריג ריפארטן זיין סטעטוס וויפיל זאפט ער האט נאך, אזוי ארום פלעגט ער זיך גיבן א לעש אויס אינמיטן ארבעטן ווען די באטערי האט געוויזן אז ער האט נאך זאפט.

ווינדאוס האט געכאפט דעם פראבלעם און מיר געבעטן צו קויפן א נייע בעטערי, אזאך וואס כ'האב נישט געוואלט טאן צוליב די הויכע פרייז וואס דאס קאסט.

היינט האביך ב"ה געטראפן א סעלושאן דערפאר, און גראדע א גרינגע... כ'האב אנאינסטאלט די דרייווער וואס נעמט קער פונעם באטערי, ארויסגעשלעפט די באטערי אין צוריקגעלייגט. ע"כ.

אויב איר האט דעם פראבעלם וועליך גערן גיבן מער אינפא וויזוי מען טוט דאס.

שכח פארן אויסהערן.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג ינואר 09, 2011 5:41 pm

לאמיר צוערשט קלאר שטעלן.. דעס העלפט נישט צוריקברענגן א באטערי וואס איז אפגעשטארבן... ס'איז נאר אזויפיל אז לויט פיל עקספערטן איז דא א שטיקל באג דא אינעם סיסטעם וואס פארדרייט די פאקטן.

מייקראסאפט לייקנט שטיין אין ביין, אין נאך שיין... (http://blogs.msdn.com/b/e7/) מען שמועסט שוין הויך פון מאכן א גרויסע קלאס עקשאן פון אלע וואס האבן געקויפט נייע באטערי'ס וועגן זייער'ס א באג. [לעצטענס האבן זיי יא מודה געווען במקצת אז ביי געוויסע פיסי'ס איז עס א באג http://support.microsoft.com/kb/2293330]

למעשה צו מיין באטערי איז גוט צו ניש ווייסעכניש, למעשה האט דאס אנאינסטאלן אוועקגענומען די ווארענונג (וואס האט אגב פריער צוריק ארויפגעפאפט, אבער איז שוין ווייטער אוועקגעגאנגן) דאך ביניך נישט זיכער אז עס איז אזוי אומשולדיג. באט ס'איז ווארט א טריי.

===

לעת עתה האביך באשלאסן נישט צו קויפן א נייע באטערי זינט דעלל גיט נאר איין יאר ווארענטי און זיי שרייבן אז דאס איז די בעטערי לייפ טיים, יעדע יאר קויפן א בעטערי פאר הונטערט פופציג טאלער זענען נארמאל?? ב"ה כ'האב א שטעקער און מ'נוצט עס אזוי. ושלום על ישראל.

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג ינואר 10, 2011 12:18 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:ב"ה כ'האב א שטעקער און מ'נוצט עס אזוי. ושלום על ישראל.

דאס איז וואס איך טו. סאיז אבער נישט נארמאל. איך האב געקויפט די לעפטאפ עס צו קענען נוצן אויך ווען עס איז נישט געגענאגלט צום וואנט.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.


צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט