בלאט 1 פון 2

גאר פארשנעלערן ווינדאוס מיט איין קנעפל

געשריבן: זונטאג דעצמבער 19, 2010 9:50 am
דורך יוםטובערליך
בס"ד,

זוכנדיג עטליכע וועגן צו פארשנעלערן מיין קאמפיוטער (ווינדאוס 7), האט מיר דער בוכ"ע צוגעשיקט צו די פאלגנדע קנעפלעך. איך האב געמיינט ס'וועט נישט זיין קיין גרויסע זאך.

דערווייל, וואונדער איבער וואונדער, עס איז שווער צו גלייבן מ'רעדט פון זעלבן קאמפיוטער. אלעס ווערט שנעלער, געשיקט, פלינק, אלעס אלעס, פון אודיא עדיטינג צו אינטערנעט בלאנזשענינג, אוטלוק אימעיל, סערטש, וואס אימער.

מען דארף אבער זיין גרייט אז די דיספלעיס וועלן נישט זיין אזוי מורא'דיגע פענצי, טרי-טאון באטאנס, וכו'' וכו'. די פלא איז, אז נישט גרויסע פיילס, אימעילס, שווערן אראפ דעם קאמפיוטער, נאר די קליינע פענסי שמאנצעס. פרובירט עס אליינס און לאזט אייך הערן.

Go to:

System Properties (with Control Panel or other places)--

Advanced --

Performance Settings --

Check the "Adjust for Best Performance" button.

Then go down and re-check the "Smooth Edges of screen fonts" as this will prevent the fonts on display from getting too ugly.

"Press ok."

Other than that, some fancy features, bells and whistles will be eliminated and the computer will function better than ever.

געשריבן: זונטאג דעצמבער 19, 2010 3:15 pm
דורך צים פינטעל
גיימער פרובירן

געשריבן: זונטאג דעצמבער 19, 2010 7:55 pm
דורך מיליאנער
יישר כוח יום טוב כהאב עס יעצט פרובירט אויף מיין סלאו מאווינג וויסטע קאמפיוטער און ס'האט ב"ה עושה פירות געווען, אלע פראגרעמס עפענען זיך און מאכן זיך צו איינס צוויי דריי פיהר, אבער כבין נישט צוגעוואינט צו די דיספלעי פון אלעס, סא מ'וועט דארפן שוקל זיין בכף מאזנים וועלכע סאיז וויכטיגער
גרויסן יישר כח

געשריבן: זונטאג דעצמבער 19, 2010 8:53 pm
דורך KNAKER
? i wanna try it but if i dont like it how can i change it back

געשריבן: זונטאג דעצמבער 19, 2010 9:04 pm
דורך מיליאנער
זייער פשוט צוריק צו טוישן, גיי צוריק אהין און דריק אראפ וואס סאיז פריער געווען LET WINDOWS וכו'און קליק OK
און שטייציך סנעמט סאך שנעלער די וועג צוריק ווייל די קאמפיוטער ארבעט דאך באנטש שנעלער

געשריבן: זונטאג דעצמבער 19, 2010 9:11 pm
דורך KNAKER
got it thanks much for sharing that and being mehanah the kretchme

געשריבן: זונטאג דעצמבער 19, 2010 9:31 pm
דורך מאקאווער
Does this idea also work on windows xp?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 9:52 am
דורך יוםטובערליך
בס"ד

גוט מארגן מאקעווער,

יא עס ארבייט ב"ה אויף ווינדאוס עקס. פי.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 10:14 am
דורך יואל ווייס
אין טעסטינג מאוד...

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 12:40 pm
דורך thefact
מיר האבן עס שוין לאנג געטאן אבער מיר דאנקן אייך גאר א סך פארן מיטטיילן דאס און מהנה זיין דעם גאנצן ציבור

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 12:43 pm
דורך יהיה כן
האמיר עס יעצט געמאכט, ס'ברענגט מיר אויף די זכרונות פון די אלטע ווינדאוס אכט און ניינציג

פיילייכט שפארט דאס אויך באטעריע פאר א לאפענטאטער קאמפיוטער

געשריבן: מאנטאג ינואר 03, 2011 8:55 am
דורך cash
Does it workes on windows 7 too ?

געשריבן: מאנטאג ינואר 03, 2011 9:57 am
דורך מי יודע
wow
יאמטי, דו ביסט מעכטיג, אמת'דיג א יישר כח
אזא חילוק צו מאכן
און ס'קוקט ניטאמאל אויס אזוי געפערליך
אפשר די היינטיגע יונגווארג וועלן זיך נישט קענען צוגעוויינען דערצו, אבער די וואס ארבעטן שוין מער ווי 10 יאר אויף א קאמפיוטער מאכט דאס נישט צופיל אויס, ס'מאכט מיר נאר מיט 10 יאר יונגער

געשריבן: מאנטאג ינואר 03, 2011 10:43 am
דורך קליקו
אנביליבעבל!!

שנעל נישט דאס ווארט

אבער גיי פארשטיי אלע אנדערע פראגראמן בלייבן מיט זייערע שיינע סקינס און סנעמט נישט אזויפיל אבער די ווינדאוס וואס האט א פשוטער סקין מאכט ער שטאט די גאנצע קאמפעטוטער

געשריבן: דינסטאג ינואר 04, 2011 12:10 am
דורך זכר באנדל
cash האט געשריבן:Does it workes on windows 7 too ?


יא! ארבעט אין 7 אויכעט.
מן הסתם אפי' בעסער ווי אין XP,
windows 7 האט אסאך מער שמאנצעס און איז אסאך מער ציגעפיצט ווי XP

געשריבן: דינסטאג ינואר 04, 2011 8:59 am
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
גיי מיר פרובירן. און אויב עס וועט זיך אויסארבייטן אוי וועלן מיר זיך באדאנקן. ווייל מיין קאמפיוטער נישט ער שלאפט. ער פאפט

געשריבן: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:41 pm
דורך צים פינטעל
כאבעס געטוישט און סגייט טאקע זייער גיט ס'גייט מיר נישט אן די שיינקייט (הלואי!)
אבער איין זאך באדערט מיר אז אויף די דעסקטאפ און אין די פאלדער'ס זעהט מען נישט די בילדער אויף די טאמנעילס קען מען אנשטעלן אז נאר דעס זאל יא בלייבן?

געשריבן: דינסטאג ינואר 04, 2011 3:11 pm
דורך זאכליך
קודם א גרויסען יישר כח!!! :lol: ממש א אנדערע וועלט...

קען איינער מסביר זיין אין אידיש וואס די אלע אפשין'ס דארט ביי די אדווענסט סעטטינגס איז?
ווייל עס קען מעגליך זיין אז ס'איז דא אנדערע סעטטינגס וואס מאכט נישט שטאט די קאמפיאטער, אין גיט צו אסאך צו די שיינקייט.
והא ראי' אז אנדערע פראגרעם'ס בלייבן מיט די פענסי אננימעישין'ס.

איך פארשטיי נישט פארוואס ביי let windows choose what is best for my computer גיבן זיי אזא שלעכטע אפשין?

געשריבן: דינסטאג ינואר 04, 2011 6:17 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
יאמטי א ריזיגע שקויעך ממש א מחי'

געשריבן: מיטוואך ינואר 05, 2011 11:12 am
דורך moshele11211
יוש איז דעס שנעל געווארן ! מיט אזא קלייניקייט אזויפיהל צייט פארדינט א שיינעם דאנק, ביי די וועי די אלע וואס האבן עני עקסעס פראגראם ווערט די גאנצע קאליר אזוי ווי די בראסער ווערט, אבער סלוינט זיך חברה

געשריבן: זונטאג פאברואר 13, 2011 2:49 pm
דורך פייווישעל
איך וויל וויסען אויב מקען עס מאכן אינמיטן עפעס דאונלאודען אין סגייט נישט עס האגענען איך מיין צופרעגן אויב סגייט אויסלעשן די קאמפיוטער ?
.

געשריבן: זונטאג מאי 22, 2011 3:41 pm
דורך cash
יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד,

זוכנדיג עטליכע וועגן צו פארשנעלערן מיין קאמפיוטער (ווינדאוס 7), האט מיר דער בוכ"ע צוגעשיקט צו די פאלגנדע קנעפלעך. איך האב געמיינט ס'וועט נישט זיין קיין גרויסע זאך.

דערווייל, וואונדער איבער וואונדער, עס איז שווער צו גלייבן מ'רעדט פון זעלבן קאמפיוטער. אלעס ווערט שנעלער, געשיקט, פלינק, אלעס אלעס, פון אודיא עדיטינג צו אינטערנעט בלאנזשענינג, אוטלוק אימעיל, סערטש, וואס אימער.

מען דארף אבער זיין גרייט אז די דיספלעיס וועלן נישט זיין אזוי מורא'דיגע פענצי, טרי-טאון באטאנס, וכו'' וכו'. די פלא איז, אז נישט גרויסע פיילס, אימעילס, שווערן אראפ דעם קאמפיוטער, נאר די קליינע פענסי שמאנצעס. פרובירט עס אליינס און לאזט אייך הערן.

Go to:

System Properties (with Control Panel or other places)--

Advanced --

Performance Settings --

Check the "Adjust for Best Performance" button.

Then go down and re-check the "Smooth Edges of screen fonts" as this will prevent the fonts on display from getting too ugly.

"Press ok."

Other than that, some fancy features, bells and whistles will be eliminated and the computer will function better than ever.

WHERE IS SYSTEM PROPERTIS ? I HAVE WINDOWS XP !

געשריבן: זונטאג מאי 22, 2011 3:56 pm
דורך משנה מקום
if you leave use visual styles (the last option) its almost as fast and you will still have the windows xp style

געשריבן: זונטאג מאי 22, 2011 4:09 pm
דורך שאלת_חכם
גיי צום קאנטראל פאנעל וועסטו טרעפן די סיסטעם פראפערטיס

געשריבן: זונטאג מאי 22, 2011 5:01 pm
דורך cash
tryed now and its nothing faster !!! maybe its my problem :cry: