קינות לתשעה באב - עיונים

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

קינות לתשעה באב - עיונים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין קינה כ"ד וואס הויבט זיך "על חורבןבית המקדש" נאכדעם וואס דער מקונן
זאגט "דץ לביא ופקח עניו, והנה מיכאל מהלך לפניו" לויט טייל מפרשים איז עס די בחינה פון עמו אנכי בצרה ד"ה אז נבוכדנצר האט געזען די מלאכים מיטגיין מיט אידישע קינדער אין גלות בבל, און לויט טייל גייט עס ארויף אויפן פארברענען די ביהמ"ק לויט די בחינה פון "קמחא טחינא טחין" ד"ה אז ער האט געזען דעם מלאך מיכאל פארברענען דעם ביהמ"ק, זאגט ווייטער דער מקונן: "גאוה עטה וכבה המנורה" פון וועלכע מנורה רעדט מען די מנורה פון ביהמ"ק איז דאך נגנז געווארן?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינעם קינה 'אלי ציון' איז פארהאן זעה איך א גאנצע מדובר אויף די ווערטער 'ועל פדיון בכוריה' וואס בפשטות איז דאס שווער אז פדיון-בכור גייט דאך אן לאחר החורבן אויך, איז דאס וואס זאגען אז דאס מיינט בכורים, אנדערע זאגען אז מיינט די לוים וואס האבן פודה געווען די בכורים.
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

עיין בשו"ת דברי יואל סימן קי"ח אות כא
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

נעכטן נאכט ביי די קינות איז מיר שווער געווען ביי קינה ה' וואו דער בעל הקינה איז ממשיל וויאזוי אלע מזלות קלאגן אויפן חורבן, און ער זאגט דארט ביי יעדע מזל עפעס א זאך וואס האט א שייכות צו יענע מזל וואס אויף דעם האבן זיי געקלאגט,

כמעט אלע איז פשוט די שייכות, אבער די פאחלגענדע צוויי האב איך נישט פארשטאנען:
1) לָאָרֶץ בִּקֵּשׁ לִפֹּל סַרְטָן. כִּי נִתְעַלַּפְנוּ מִפְּנֵי צָמָא
2) עַקְרָב לָבַשׁ פַּחַד וּרְעָדָה. כִּי בְּחֶרֶב וּבְרָעָב שְׁפָטָנוּ צוּרֵנוּ

וויל איך פארשטיין וואספארא שייכות האט סרטן מיט דורשט, אויך ווי קומט דער עקרב צו קלאגן דוקא אויף חרב ורעב?

אולי איז דא ערגעץ א שייכות אז נקיצת עקרב זאל זיין דומה צערו צו חרב או רעב?
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7778
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מיללער האט געשריבן:אינעם קינה 'אלי ציון' איז פארהאן זעה איך א גאנצע מדובר אויף די ווערטער 'ועל פדיון בכוריה' וואס בפשטות איז דאס שווער אז פדיון-בכור גייט דאך אן לאחר החורבן אויך, איז דאס וואס זאגען אז דאס מיינט בכורים, אנדערע זאגען אז מיינט די לוים וואס האבן פודה געווען די בכורים.

איר מיינט אפשר די לוים וואס זענען 'במקום' די בכורים?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

ווי קען מען בעקומען א קינות וואס איז גיט איבער געטייטשט מיט א גרינגע לשון
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

וואס איז די מעשה מיט די עשרה הרוגי מלכות?
פין די קינות איז משמע אז מ'האט אלע צוזאמגענומען און אזוי אויסגעהארגעט, אבער לויט די סדר הדורות זענען זיי געוועהן אפאר הונדערט יאר גערוקט.

ס'וואלט געוועהן גאנץ אינטערעסאנט איינער זאל דאס מסביר זיין,
ס'איז דא א מדרש וואס זאגט אז מ'האט זיי אויפגעטוישט מיט שדים....
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אינטערסאנטער מדרש, האסט עפעס א מקור ?
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די עשרה הרוגי מלכות זענען געווען צוטיילט אין דריי גרופעס, די ערשטע צוויי זענען געווען ביים חורבן בית שני, אנדערע זענען געווען ביי חורבן ביתר, און די דריטע איז געווען עקסטער.

עס איז אינטערעסאנט די עטליכע קינות וואס רעדן נישט דייקא פון די צרות ביים חורבן ווי טאקע די קינה איבער די עשרה הרוגי מלכות און דאס אנדערע פון די גזירות בשנת תתנ"ו פון די דריי אשכנזישע קהלות אושפירא מגנצא און ווארמייזא, און די שריפת התלמוד.

די עשרה הרוגי מלכות דערמאנט מען אויך יום הקדוש אלס מיתת צדיקים וואס איז כידוע א כפרה אויף כלל ישראל איז מען מיט דעם מעורר אויף סליחה וכפרה, עס איז ידוע איז ט' באב וועט בקרוב נתהפך ווערן צו א יו"ט בביאת משיח צדקנו, איז אינטערעסאנט וואס דער הייליגער ישמח משה זי"ע ברענגט אין זיין ספר 'אבל משה' אויף איכה אז עס וועט ווערן א צווייטע יום הקדוש א יום מחילה וסליחה, ער טייטשט דאס אריין אין פסוק 'הפכת מספדי למחול לי' עכ"פ קאן זיין לפי"ז אז דאס וועט זיין די איינציגסטע קינות וואס מיר וועלן בלייבען זאגען ווען משיח וועט קומען....

איך האב אלס געטראכט איבער די עשרה הרוגי מלכות אז מ'זעהט ביי די ערשטע פאר קדושים מער דעטאלן איבער די מיתות משונות ואכזריות און צום סוף רעכנט מען נאר אויס די נעמען, די מדרשים זענען אויך אזוי, איז מיר שווער אויב סתם הרוגים, זענען דען נישט נאך תנאים אומגעקומען ביי די צרות החורבן וביתר?

פון ר' שמשון אוסטראפאליער איז דא א באקאנטע מורא'דיגע טייטש איבער די עשרה הרוגי מלכות וואס כידוע איז דאס געווען א כפרה אויף די חטא פון מכירת יוסף, פרעגט ער אז ר' עקיבא איז דאך געווען א בן גרים פארוואס האט ער געברויכט זיין דער קרבן מכפר צו זיין אויף די מכירה וואס נישט זיינע עלטערן האבן גורם געווען.

זאגט דער הייליגער ר' שמשון, אז ר' עקיבא איז געווען כביכול אקעגן דעם רבוש"ע וועמען די שבטי קה האבן מצרף געווען אינעם ח' נישט אויסצוזאגען פאר יאע"ה, און ער זאגט אויפן פסוק וכל מעשר בקר וצאן כל אשר יעבר תחת השבט והעשירי יהי' קודש לה, די ווערטער וכל מעשר איז ר"ת וכי למה מת עקיבא שהיה רועה' בקר וצאן, אויף דעם זאגט דער פסוק, כל אשר יעבר די אלע ניין הרוגים זענען געווען 'תחת השבט' אבער והעשירי יהי' קודש לה'.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מיללער, א ריזן יישר כח פארן הערליכן ווארט.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כמדומני אז דא פעלט ליידער א טוץ מיט תגובות פון פאריארן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

יא, ליידער, עס ווערט אצינד א יאר פון דעם חורבן איי וועלט, און מיר האבן אסאך צו קלאגן אויף די פארלוירענע ידיעות און שעפערישע תגובות.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אינטרעסאנט צו צולייגען אז ר' שמשון איז ואיך אוועק אויף קדוש השם.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נאך א יאר פארביי ובעוה"ר עדיין לא נושענו.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מחצית
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצית »

farshlufen האט געשריבן:אין קינה כ"ד וואס הויבט זיך "על חורבןבית המקדש" נאכדעם וואס דער מקונן
זאגט "דץ לביא ופקח עניו, והנה מיכאל מהלך לפניו" לויט טייל מפרשים איז עס די בחינה פון עמו אנכי בצרה ד"ה אז נבוכדנצר האט געזען די מלאכים מיטגיין מיט אידישע קינדער אין גלות בבל, און לויט טייל גייט עס ארויף אויפן פארברענען די ביהמ"ק לויט די בחינה פון "קמחא טחינא טחין" ד"ה אז ער האט געזען דעם מלאך מיכאל פארברענען דעם ביהמ"ק,

די קינות המפורש ברענגט בשם די ילקוט שמעוני (קהלת רמז תתקפט, כ'האב עס נישט געטראפן אינעווייניג)א מוראדיגע פשט, אז דאס מיינט מען ווען נבוכדנצר איז אנגעקומען צום ביהמ"ק, האט ער מורא געהאט אריין צוגיין, איז געקומען מלאך מיכאל און אנגעכאפט אין זיין פערד און איהם אריין געשלעפט אינעם קודשי קדשים!!
farshlufen האט געשריבן: זאגט ווייטער דער מקונן: "גאוה עטה וכבה המנורה" פון וועלכע מנורה רעדט מען די מנורה פון ביהמ"ק איז דאך נגנז געווארן?

פון ווי נעמסטו אז די מנורה איז נגנז געווארן, אין די גמ' מס' יומא נד שטייט נאר אז יאשיהו האט גונז געווען די ארון ווען ער האט געטראפן די ספר תורה אפן ביים פסוק יוֹלֵךְ יְהוָה אֹתְךָ, וְאֶת-מַלְכְּךָ אֲשֶׁר תָּקִים עָלֶיךָ, אֶל-גּוֹי, אֲשֶׁר לֹא-יָדַעְתָּ אַתָּה וַאֲבֹתֶיךָ; (דברים כח פסוק לו) און ס'איז געווען א סימן אז עס גייט זיין א גלות
אוועטאר
מחצית
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחצית »

בןהרחמן האט געשריבן:נעכטן נאכט ביי די קינות איז מיר שווער געווען ביי קינה ה' וואו דער בעל הקינה איז ממשיל וויאזוי אלע מזלות קלאגן אויפן חורבן, און ער זאגט דארט ביי יעדע מזל עפעס א זאך וואס האט א שייכות צו יענע מזל וואס אויף דעם האבן זיי געקלאגט,

כמעט אלע איז פשוט די שייכות, אבער די פאחלגענדע צוויי האב איך נישט פארשטאנען:
1) לָאָרֶץ בִּקֵּשׁ לִפֹּל סַרְטָן. כִּי נִתְעַלַּפְנוּ מִפְּנֵי צָמָא
2) עַקְרָב לָבַשׁ פַּחַד וּרְעָדָה. כִּי בְּחֶרֶב וּבְרָעָב שְׁפָטָנוּ צוּרֵנוּ

וויל איך פארשטיין וואספארא שייכות האט סרטן מיט דורשט, אויך ווי קומט דער עקרב צו קלאגן דוקא אויף חרב ורעב?

אולי איז דא ערגעץ א שייכות אז נקיצת עקרב זאל זיין דומה צערו צו חרב או רעב?

גענומען פון קינות המפורש
1) לָאָרֶץ בִּקֵּשׁ לִפֹּל סַרְטָן. כִּי נִתְעַלַּפְנוּ מִפְּנֵי צָמָא
סרטן איז גדולו במים, ממילא האט עס שייכות מיט צמא,

2) עַקְרָב לָבַשׁ פַּחַד וּרְעָדָה. כִּי בְּחֶרֶב וּבְרָעָב שְׁפָטָנוּ צוּרֵנוּ
עקרב גדולו במקום טל, ולבש פחד ורעדה ווייל השי"ת האט דאך אונז מבטיח געווען אז מיר וועלן זיין אזוי ווי טל (הושע יד ו = אהיה כטל לישראל) און יעצט בחרב וברעב שפטנו צורנו
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

נעכטן בשעתן זאגן די קינה ארזי הלבנון האב איך זיך דערמאנט וואס איינער האט מיר אמאל געפרעגט יום כיפור ווען מ'זאגט דאך אויך די עשרה הרוגי מלכות נישט וויסענדיג צו מען מעג שרייבן תשעה באב וועגן דעם האב איך עס איבערגעלאזט פאר היינט
מען זאגט דארט אין די קינה אזוי 'מזרע בן אהרן שאל בבקשה לבכות על בן הגבירה נטל ראשו ונתנו על ארכבותיו מנורה הטהורה' דאס הייסט אז ר' ישמעאל כהן גדול האט גענומען די קאפ פין רשב"ג און געוויינט דערויף האט מיר אויף דעם יענער געפרעגט ווי אזוי האט זיך ר' ישמעאל כהן גדול געמעגט מטמא זיין צו רשב"ג ?
ווען איך האב עס געהערט האב איך גלייך געזאגט אז דאס איז לכאורה תלוי צו צדיקים זענען מטמא אדער נישט ווי עס איז באקאנט תוס אין כתובות כשמת רבי בטלה כהונה אז רבינו חיים כהן האט געזאגט אז ווען ער וואלט געווען אויף די לוי' פין רבינו תם וואלט ער זיך מטמא געווען צו אים והדברים ידועים
שפעטער האב איך אביסל נאכגעזוכט אויף דעם האב איך געטראפען אז די פנים יפות אין חוקת רעדט פין דעם ער וויל קודם טאקע ברענגען א ראי' אזוי ווי די שיטה אז צדיקים זענען נישט מטמא אבער נאך דעם זאגט ער אז עס קען זיין אז די מעשה איז געווען אין אן אוהל איז ר' ישמעאל כהן גדול ממילא טמא געווארן לאזט ער זיך אריין צו איסור כהן וואס איז טמא צו ער מעג זיך נאכאמאל מטמא זיין און אפשר טומאה אוהל איז גרינגער ווי נגיעה יעו"ש
לעצטענס האב איך געטראפען א ספר וואס איז מיוסד אויף טומאה כהנים וואס ער האט אן אריכות און אסאך מראי מקומות אויף די קושיא עס האט מיין איך דריי נאמען כמדומה עס איז ארויסגעקימען אין די ערשטע יארן אין אמעריקא אויב איינער ווייסט וואס איך מיין וועל איך אים זייער דאנקבאר זיין (כמדומה איך האב עס געזעהן אין אין ביהמ"ד סאטמאר 52 בארא פארק החדש )
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פייערמאן האט געשריבן:לעצטענס האב איך געטראפען א ספר וואס איז מיוסד אויף טומאה כהנים וואס ער האט אן אריכות און אסאך מראי מקומות אויף די קושיא עס האט מיין איך דריי נאמען כמדומה עס איז ארויסגעקימען אין די ערשטע יארן אין אמעריקא אויב איינער ווייסט וואס איך מיין וועל איך אים זייער דאנקבאר זיין (כמדומה איך האב עס געזעהן אין אין ביהמ"ד סאטמאר 52 בארא פארק החדש )

האסט עס מסתמא געזעהן אין דעם קובץ 'לכבוד יום טוב' געדרוקט געווארן בשנת תשט"ז לכבוד מלאת שלש מאות שנה לפטירת התויו"ט, דארט איז פאראהן א לאנגער מאמר פון הגרצ"פ פראנק ז"ל איבער דעם:
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?156275&
לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטובה ולברכה »

פייערמאן האט געשריבן:מען זאגט דארט אין די קינה אזוי 'מזרע בן אהרן שאל בבקשה לבכות על בן הגבירה נטל ראשו ונתנו על ארכבותיו מנורה הטהורה' דאס הייסט אז ר' ישמעאל כהן גדול האט גענומען די קאפ פין רשב"ג און געוויינט דערויף האט מיר אויף דעם יענער געפרעגט ווי אזוי האט זיך ר' ישמעאל כהן גדול געמעגט מטמא זיין צו רשב"ג ?
ווען איך האב עס געהערט האב איך גלייך געזאגט אז דאס איז לכאורה תלוי צו צדיקים זענען מטמא אדער נישט ווי עס איז באקאנט תוס אין כתובות כשמת רבי בטלה כהונה אז רבינו חיים כהן האט געזאגט אז ווען ער וואלט געווען אויף די לוי' פין רבינו תם וואלט ער זיך מטמא געווען צו אים והדברים ידועים
שפעטער האב איך אביסל נאכגעזוכט אויף דעם האב איך געטראפען אז די פנים יפות אין חוקת רעדט פין דעם ער וויל קודם טאקע ברענגען א ראי' אזוי ווי די שיטה אז צדיקים זענען נישט מטמא אבער נאך דעם זאגט ער אז עס קען זיין אז די מעשה איז געווען אין אן אוהל איז ר' ישמעאל כהן גדול ממילא טמא געווארן לאזט ער זיך אריין צו איסור כהן וואס איז טמא צו ער מעג זיך נאכאמאל מטמא זיין און אפשר טומאה אוהל איז גרינגער ווי נגיעה יעו"ש

פונקט געהערט פון הרב י'ד שלעזינגער שליט"א ליל שישי בדרך אגב טאקע די צוויי תי'
לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטובה ולברכה »

מחצית האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן: זאגט ווייטער דער מקונן: "גאוה עטה וכבה המנורה" פון וועלכע מנורה רעדט מען די מנורה פון ביהמ"ק איז דאך נגנז געווארן?

פון ווי נעמסטו אז די מנורה איז נגנז געווארן, אין די גמ' מס' יומא נד שטייט נאר אז יאשיהו האט גונז געווען די ארון ווען ער האט געטראפן די ספר תורה אפן ביים פסוק יוֹלֵךְ יְהוָה אֹתְךָ, וְאֶת-מַלְכְּךָ אֲשֶׁר תָּקִים עָלֶיךָ, אֶל-גּוֹי, אֲשֶׁר לֹא-יָדַעְתָּ אַתָּה וַאֲבֹתֶיךָ; (דברים כח פסוק לו) און ס'איז געווען א סימן אז עס גייט זיין א גלות

אין מדרש רבה פר' בהעלותך שטייט אזוי בפורש
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=116
סוף סעיף ז'
קען זיין אז ס'איז מדרשים חלוקים
דארט שטייט אויך בשעת'ן חורבן איז עס נגנז געווארן נישט יאשי' המלך
לעצט פארראכטן דורך לטובה ולברכה אום מאנטאג אוגוסט 15, 2016 4:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

עס זענען דאך אויך געווען די עשר מנורות וואס שלמה המלך האט געמאכט

וכן די כרובים, וואס עס שטייט אז עמון און מואב האבן עס ארומגעפירט בכליבה, איז נישט די כרובים אויפן ארון, ווייל דער ארון איז נגנז געווארן דורך יאשיהו, נאר די כרובים וואס שלמה המלך האט געמאכט אין קוה"ק, ועי' סידור עבודת ישראל להרוו"ה ביוצר לשבת זכור על הפיסקא 'כרובי סודך לחרפות הגרימו' מש"כ בזה
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום מאנטאג אוגוסט 15, 2016 4:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

יהיה כן האט געשריבן:האסט עס מסתמא געזעהן אין דעם קובץ 'לכבוד יום טוב' געדרוקט געווארן בשנת תשט"ז לכבוד מלאת שלש מאות שנה לפטירת התויו"ט, דארט איז פאראהן א לאנגער מאמר פון הגרצ"פ פראנק ז"ל איבער דעם:
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?156275&

א גרויסען יש"כ פאר דעם מראה מקום אבער נישט אין דעם האב איך עס געזעהן איך האב עס געזעהן אין א ספר וואס איז מיוסד אויף די הלכות פין טומאת כהנים
אגב אין שו"ת משנה הלכות ח"ג סי' קכז האט ער א תשובה צו הגרצ"פ וועגן דעם ענין
לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטובה ולברכה »

יהיה כן האט געשריבן:עס זענען דאך אויך געווען די עשר מנורות וואס שלמה המלך האט געמאכט


די מדרש רעדט פון די מנורה שעשה בצלאל

בד"א - און דברי יואל פר' בהעלותך איז ער מפרש די מדרש וואס זאגט אז דער אייבישטער האט געטרייסט אהרן אז קרבנות אינו אלא בזמן ביהמ"ק קים ושלך לעולם הולכות ודולקות, ווי באלד די ביהמ"ק איז חרוב געווארן לעת ערב לאחר שהדליקו המנורה קומט אויס אז עס איז נגנז געווארן אנגעצינדענערהייט והן דולקות והולכות שם במקום הגניזה.

וואס איז געווען די עשר מנורות שעשה שלמה? און ווי שטייט עס?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

לטובה ולברכה האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
וואס איז געווען די עשר מנורות שעשה שלמה? און ווי שטייט עס?

אין פסוק שטייט עס
דברי הימים ב ד ז, מנחות צח ע"ב
לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטובה ולברכה »

יהיה כן האט געשריבן:
לטובה ולברכה האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
וואס איז געווען די עשר מנורות שעשה שלמה? און ווי שטייט עס?

אין פסוק שטייט עס
דברי הימים ב ד ז, מנחות צח ע"ב

ייש"כ
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”