דיונים ועיונים בפרשת וישלח

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

דיונים ועיונים בפרשת וישלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ווי אלט איז מאמע רחל געווען ווען זי איז אוועק פון די וועלט ?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ווייסט טאקע קיינער נישט?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

34 יאר. לויטן פרקי דר' אליעזר אז רחל ולאה זענען געווען צווילינג אין געבוירן געווארן בשעת די ברכות ווען יצחק אבינו האט געבענטשט יעקב אבינו ע"ה.

דאן איז יעקב אלט געווען 65 יאר, 19 יאר שפעטער ווען ער איז אלט געווען 84 יאר האט ער חתונה געהאט מיט לאה און א וואך דערויף מיט רחל.
נאך זיבן יאר האט ער געארבייט פאר זיין שווער לבן און נאך זעקס יאר האט ער ערווארבן די רייכטום פון די שעפעלעך, און נאך צוויי יאר וואס ער איז געווען אונטערוועגנס ביז בנימין איז געבוירן געווארן.

19+
7+
6+
2+
34=

לאה ווערט געברענגט איז אוועק אלט זייענדיג 44 יאר.



בילהה און זילפה ווייסט איינער ??
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אז דו רעדסט שוין פון יארן איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז יעקב'ס ערשטע צוועלעף (איך רעד נישט פון די תאומות) קינדער זענען געבוירן געווארן אין א צירקע פון נישט מער ווי זיבן יאר.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מילא דאס זעהט מען דאך היבש קלאר פון די פסוקים.

אבער ווי אלט זענען געווען די בני יעקב בשעת די מלחמה מיט שכם ?

און ווי אלט איז דינה געווען בעת דער קידנעפפער שכם בן חמור האט איר פארכאפט ?
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

בנוגע רחל ווי אלט זי געווען. ס'דא פארשידענע דעות אין דעם. זעה אין סדר הדורות, ב"א קצ"ב.

דינה איז אלט געווען בערך ניין-צען יאר ביי די מעשה שכם. (סדר הדורות).
לאקשען ברעט

פרשת וישלח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

בס"ד

לכבוד חכמי הקרעטשמע כל אחד בשמו הטוב יברך

לערנענדיג די וואכעדיגע פרשה איז מיר שווער געווארען אזוי
פארוואס האט יעקב געשיקט די מלאכים צום ברודער עשו
ממה נפשך האט ער מורא געהאט אז עשו וועט קומען צי אים קיין לאנד כנען אין ער האט געוואלט מקדים זיין אין אים איבער בעטען , איז פארוואס אין חרן האט יעקב נישט מורא געהאט אז דער עשו וועט קומען
אין אויב יעקב האט נישט חושש געווען אז ער וועט קומען אים זיכען פין זיין לאנד שעיר קיין חרן פארוואס האט ער יעצט ווען ער איז אנטלאפען פינעם פעטער לבן מער מורא געהאט פינעם ברודער ?

נו ווער ווייסט א תירוץ
יבואו טהורים ויתעסקו בטהורים
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

לאקשען ברעט, רבקה האט דאך יעקב'ן ספעציעל געשיקט אין חרן צו לבן'ען כדי עשו זאל אים דארט נישט קענען הרג'ענען.
אפשר די סיבה פארוואס עשו האט אים נישט געקענט הרג'נען דארט איז געווען ווייל חרן איז א סך ווייטער פון שעיר ווי ארץ כנען (ארץ שעיר איז דאך אין דרום-מזרח פון ארץ ישראל (נגב דרומי פון ישראל און ירדן), און חרן איז גאר ערגעץ-וואו אין עירק). און אפשר די סיבה איז געווען ווייל עשו וואלט זיך נישט דערוועגט גייען און הרג'ענען לבן'ס איידעם ביי אים אין שטוב. און אפשר די ביידע סיבות צוזאמען.
בכל אופן - פון רבקה'ס באשלוס צו שיקן יעקב'ן צו לבן'ען אין חרן כדי עשו זאל אים נישט הרג'ענען מיר זעען בוודאות אז דארט יעקב איז געווען זיכער פון עשו'ן.
מה שאין כן ווען ער קומט צוריק אין ארץ כנען...
די וואָר הענגט אויף א האָר
לאקשען ברעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאקשען ברעט »

יישר כוח ערנסטער
דאס איז א געוואלדיגע געדאנק , אז פין דעם וואס רבקב האט געשיקט יעקב קיין חרן איז א סימן אז זי האט פארשטאנען אז דארט
וועט ער זיין אויסגעהיטען פין עשו
יעצט דארף מען פארשטיין פארוואס טאקע , דאס וואס די זאגסט אז ווייל ער איז געווען זיין איידעם איז נישט מסתבר ווייל ווען רבקה האט אים געשיקט איז ער נאך נישט געווען זיין איידעם,
אין דאס אז עס איז געווען ווייט, לייגט זיך מיר אויך נישט אויפען שכל
דארף מען יעצט א הסבר פארוואס האט עשו מורא געהאט צי קומען קיין חרן , אפשר האט ער געהאט עפעס א פחד פין לבן
מען דארף זעהן עפעס א הסבר
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

פארט אנדערע (און אויך ווייטע) מדינה א.א.וו.
אט, צום ביישפיל, יעצט ווען איינער פון דער קרעמינאלישער אונטערוועלט דא אין א"י האט מורא פון די אנדערע, אז זיי זאלן אים נישט הרג'ענען (אדער פון פאליציי זיי זאלן אים נישט כאפן), לויפט ער אוועק קיין עפעס דרום-אמעריקאנישע מדינה (און גיי זוך אים דארט).
גאר בפשטות קען מען זאגן אז אויך דאן דער מצב איז געווען ענלעך - צו זוכן א מענטש כדי אים צו הרג'ענען אין א ווייטע פרעמדע מדינה, ובפרט אז ער האט אזא "פאטראן" און באשיצער ווי לבן ("יש לאל ידי"), האט מען זיך נישט דערוועגט.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ערנסטער; דברים של טעם.
אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאגליכט »

לאקשען ברעט, דער רשב"ם טענהט אז עשיו איז בכלל נישט געקומען קעגן יעקב כדי אים שלעכטס צו טוהן, נאר פונקט פארקערט אים צו מכבד זיין, און די ארבע מאות איש, איז געווען לכבודו, איי פארוואס האט יעקב מורא געהאט, ווייל ער האט אים נישט געגלייבט, יעקב האט געהאלטן אז ער קומט אים יא שלעכטס טוהן.(קרעדיט מיין חו"ר חבר, מאשקע'ס פאטער)

ערענסטער, חרן איז אין סיריע, און נישט אין בבל, עין במסכת גיטין פרק א' כגעדענק נישט וועלכע עמוד.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

טאגליכט האט געשריבן:ערענסטער, חרן איז אין סיריע, און נישט אין בבל, עין במסכת גיטין פרק א' כגעדענק נישט וועלכע עמוד.

ביסט גערעכט. יעצט דאס איז בכלל גאר אין טערקיע נעבען גרענעץ מיט סוריא.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ארויפגעברענגט פארען קומענדיגען וואך פרשת וישלח תשס"ט לפ"ק
the SCY is the limit
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

ארויפגעברענגט פארען קומענדיגען וואך פרשת וישלח תש"ע לפ"ק
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ול"נ, אז עשיו האט אוועקגעציטערט פון לבן'ס פיפיגקייט אין רמאות, ער האט גערעדט זיין לענגוויטש און עס איז קלאר אז אזא לבן וואלט נישט שטיל געבליבן אויף אזא אקט פון עשיו'ן נאר אים געלערנט בלק סונער אר לעיטער, האט ער נישט געזוכט אז לבן זאל אים צופיקסן עשרת מונים.

און דאס האט רבקה גוט געוואוסט און יעקב'ן אהינגעשיקט מיטן כלל אז ווען מ'דארף דעם גנב נעמט מען אים אראפ פון די תלי'.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

ולי הק' נראה, אז ער האט דאך געהאט געשיקט זיין בן יקיר'ל דעם אלפיז אים צו הרג'ענען, האט ער געמיינט אז יעקב איז שוין לאאאאאנג טויט, ווערט ער געוואר איין צופרי אין מקוה אז יעקב איז דא מיט א גאנצע משפחה, כ'ווייס נישט וואס ער האט געטון צו אליפז אבער יעקב'ן האט ער יעצט געוואלט דערשיסן, טויט אדער רויט. כנלע"ד זיצנדיג זונטאג אויפן קאמפיוטער.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אין ספה"ק בת עין ברענגט ער בשם הרמב"ן וויאזוי האט יעקב געקענט שיקן מלאכי אר"י ווען ער איז נאך געווען אין חוץ לארץ? נאר ווייל יעקב איז געווען אויפ'ן וועג קיין ארצה"ק האט ער זיך שוין געקענט באניצען מיט מלאכי ארץ ישראל! אויב אזוי קומט אויס, אז מיר זענען דאך אלע אויפ'ן וועג קיין ירושלים האפענדיג יעדע רגע אויף די גאולה שלימה, יעדער לויט זיין מדריגה קוקט באמת ארויס אויפ'ן טאג ווען מ'וועלמיר ארויפגיין מארבע כנפות הארץ לארצינו, מילא אז מ'איז אויפ'ן וועג קעמיר אלע נהנה זיין פון די מלאכי אר"י.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

farshlufen האט געשריבן:ול"נ, אז עשיו האט אוועקגעציטערט פון לבן'ס פיפיגקייט אין רמאות, ער האט גערעדט זיין לענגוויטש און עס איז קלאר אז אזא לבן וואלט נישט שטיל געבליבן אויף אזא אקט פון עשיו'ן נאר אים געלערנט בלק סונער אר לעיטער, האט ער נישט געזוכט אז לבן זאל אים צופיקסן עשרת מונים.

און דאס האט רבקה גוט געוואוסט און יעקב'ן אהינגעשיקט מיטן כלל אז ווען מ'דארף דעם גנב נעמט מען אים אראפ פון די תלי'.

די אוה''ח הק' זאגט אזוי יענע וואך.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יגר האט א נקודה.
דער אליפז האט אפגעיאגט מיט יעקב'ס געלט און מסמתמא נישט פארציילט פאר קיינעם דעם אמת.

אלנספאל קען מען דאס אפלערנען לויט די אנדערע דעות פון רשב"ם (טאגליכט)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

ווען פונקטליך איז עשו געפארן קיין שעיר און פארוואס?

אין די תורה ווערט נישט דערמאנט אז עשו זאל האבן געפארן קיין שעיר, אלזא איז די שאלה ווען עשו איז געפארן קיין שעיר. ווי אויך איז אינטערעסאנט צו וויסן פארוואס ער האט איבערגעלאזט זיין אלטן טאטע'ן אליין און אוועקגעפארן קיין שעיר, וועלכע גליקן האבן אים דארט אפגעווארט וואס ער האט נישט געהאט אין באר שבע?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זיס האט געשריבן:ווען פונקטליך איז עשו געפארן קיין שעיר און פארוואס?

אין די תורה ווערט נישט דערמאנט אז עשו זאל האבן געפארן קיין שעיר
, אלזא איז די שאלה ווען עשו איז געפארן קיין שעיר. ווי אויך איז אינטערעסאנט צו וויסן פארוואס ער האט איבערגעלאזט זיין אלטן טאטע'ן אליין און אוועקגעפארן קיין שעיר, וועלכע גליקן האבן אים דארט אפגעווארט וואס ער האט נישט געהאט אין באר שבע?

דו מיינטס געפארן די ערשטע מאל? ווייל "צוריקגעפארן" שטייט יא: וישב ביום ההוא עשו לדרכו שעירה (בראשית ל"ג, ט"ז)
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

יעדער ווייסט פון די מדרש אז מענטשן האבן געשמועסט אז לאה דארף גיין פאר עשו וכו'.

וואו געפינען מיר אבער א פארקערטע זאך, אז עס איז געווען א סברה אז רחל גאר וועט אנקומען צו עשו?

ווער עס ווייסט זאל זיך אנרופן.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6761
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

לאקשען ברעט האט געשריבן:בס"ד

לכבוד חכמי הקרעטשמע כל אחד בשמו הטוב יברך

לערנענדיג די וואכעדיגע פרשה איז מיר שווער געווארען אזוי
פארוואס האט יעקב געשיקט די מלאכים צום ברודער עשו
ממה נפשך האט ער מורא געהאט אז עשו וועט קומען צי אים קיין לאנד כנען אין ער האט געוואלט מקדים זיין אין אים איבער בעטען , איז פארוואס אין חרן האט יעקב נישט מורא געהאט אז דער עשו וועט קומען
אין אויב יעקב האט נישט חושש געווען אז ער וועט קומען אים זיכען פין זיין לאנד שעיר קיין חרן פארוואס האט ער יעצט ווען ער איז אנטלאפען פינעם פעטער לבן מער מורא געהאט פינעם ברודער ?

נו ווער ווייסט א תירוץ
יבואו טהורים ויתעסקו בטהורים


א שאד צו עפענען א נייע אשכול איעדע יאר זאל שוין זיין פאר ע"ב

און מדרש פרשת ויצא שטייט אז לבן נאכן אוועקגיין אפגעפאטשעטערהייט פון יעקב מיט די מעשה פון די תרפים האט ער אלס נקמה געשיקט זאגן פאר עשיו ווי יעקב איז, קוקט אויס אז עשיו האט נישט געוויסט ווי יעקב איז ביז דאן

אגב עס שטייט דארט אז לבן ער האט גערופן "בעור בנו" און ער האט אים געשיקט צו עשיו, איז דאס בלעם'ס טאטע? קומט דאך אויס אז אדער בעור אדער בלעם איז געווען זייער אלט
כידוע איז דא אסאך שיטות כלפי בלעם ווי אלט ער איז געווען
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

א פאר הערה'לעך
א' וישלח יעקב מלאכים זאגט רש"י מלאכים ממש
צו זעהן די עומק הדברים פון רש"י איז דא א מוראדיגע ווארט פון מהר"ש מאסטראפאליע זצוק"ל הי"ד
ער זאגט פון אריז"ל כוונת עזרת איז די דריי מלאכים מיכא-ל מלכיא-ל שננדיא-ל
און דאס זענען די מלאכים וואס יעקב האט געשיקט
זאגט דער מהר"ש אז וישלח יעקב מלאכים איז בגימטריא מיכא-ל מלכיא-ל שננדיא-ל
און לייגט צו אז דאס איז די סוד פון רש"י'ס ווערטער מלאכים ממש
ממש נוטריקון מיכא-ל מלכיא-ל שננדיא-ל
והדברים נוראים
ב' עס שטייט כל האוכל בתשעה באב כאוכל גיד הנשה
אנ עינדליכער לשון איז דא אין זוה"ק
זענען דא עטליכע ביאורים
לולא דמסתפינא אמינא באופן זה
מען זאגט נאך פון הייליגער ריזשינער זצ"ל אז ער וואלט געהאלטען אז וויבאלד מען איז חלשים וואלט ער מבטל געווען די תעניתים חוץ פון צוויי תעניתים יום הקדוש און תשעה באב
ווייל אויף יום הקדוש ווער דארף עסען
און אויף תשעה באב ווער קען עסען
קומט דאך אויס אז אכילה תשעה באב איז שלא כדרך
נאר אויב איינער עסט יא איז ער מוכיח אז ביי אים איז אחשביה לאכילה
ביי גיד הנשה זאגט דער מנחת חינוך אז הגם דער גיד איז כעץ בעלמא
אבער אויב ער עסט יא איז ער מחשיב דאס כאכילה
פארשטייט מען יעצט דער צושטעל כל האוכל בת"ב ווי ער טוט אנ אחשביה
כאוכל גיד הנשה ווי ער טוט אחשביה
ג' עס איז דא אנ אינטערעסאנטע ענף יוסף אויף מדרש אסתר רבה
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=225
ער טענה'ט דארט אז המן און מרדכי האבען געהאט א מחלוקת צו עובר ירך אמו אדער נישט
המן האט געהאלטען עי"א און ממילא הייסט אז בנימין האט זיך געבוקט
און מרדכי האט געהאלטען אז לאו ירך אמו הייסט עס נישט אז בנימין האט זיך געבוקט עכ"ד
ולענ"ד יתכן צו טענה'ן אז אויב ירך אמו הייסט עס נישט אז בנימין כשלעצמו האט זיך געבוקט וויבאלד ער האט נישט קיין זעלבשטענדיגע מהות משא"כ אויב לאו ירך אמו האט ער סוכ"ס זיך געבוקט אגב אמו....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”