ליקוטים וענינים על פרשת ויגש

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ליקוטים וענינים על פרשת ויגש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

די מעשה ביז יוסף האט זיך אנדערקענט פאר זיינע ברידערס.

ווען די שבטים האבן געזעהן אז די גע'גנב'טע בעכער איז געפינען געווארן ביי בנימין, זענען אלע ברידערס געשטאנען אין א זייט, נאר יהו-דה האט זיך מוסר נפש געווען צו מלחמה האלטן מיט יוסף, ווייל ער האט גע'האַפט פאר יעקב צוריק צוברענגן בנימין.

וועגן דעם איז ער געפאלן צו די פוס פון יוסף, און אים געבעטן בתחנונים אים ארויס צובאקומען, און וועגן יה-ודה איז געווען די קעניג פון די שבטים, האבן געזאגט די ברידערס צווישן זיך: אז ווען צוויי קעניגן קריגן זיך צווישן זיך, האבן מיר זיך נישט וואס אריינצומישן.

און יהודה האט זיך געשטעלט פאר יוסף און געזאגט : הער מיך צו קעניג, געב מיר צוריק בנימין, ווייל אויב נישט וועל איך דיך מאכן פארלירן, און גאנץ מצרים, דו ווייסט שוין אז א צוויי פון מיינע ברידער - "שמעון" און "לוי" - האבן געהרג'עט גאנץ שטאט "שכם" וועגן אונזער שוועסטער דינה, די זעלבע בין איך גרייט צו טוען פאר מיין ברידער "בנימין", און איך בין נאך שטערקער ווי די צוויי ברידערס אינאיינעם [שמעון און לוי].

יוסף האט גענטפערט: וואס האסטו געפענט דיין מויל, זיך צו בארימען מיט דיין שטארקייט? איך שווער - "אין די לעבן פון פרעה" אז איך וועל באפעלן פאר אלע מיינע גבורים פון מצרים, זיי זאלן זיך אויסשארפן זייער שווערד מלחמה צו האלטן מיט דיר, האט יה-ודה געזאגט: דו מיט דיינע מענטשן דארפן מורא האבן, וועגן "אזוי ווי די אייבערשטער לעבט" זאג איך דיר אויב וועל איך ארויסשלעפן מיין שווערד פונעם האלטער, וועל איך היינט, קודם דיר הרג'ענען, און ענדיגן מיט פרעה.

האט יוסף גענטפערט: אויב דו וועסט ארויסציעהן דיין שווערד, וועל איך עס צוריקערן אויף דיין האלז, און אויף דיינע ברידערס, האט יהודה געזאגט: אויב איך וועל נאר עפענען מיין מויל וועט פון דיר גארנישט בלייבן, האט יוסף גענטפערט: עס איז דא צו מיר אזא כח און שטארקייט צו פארמאכן דיין מויל מיט א גרויסע שטיין אז דו וועסט מער גאנישט קענען רעדן, האט יה-ודה געזאגט: אז די אייבערשטער וועט עדות זאגן אז איך בין נישט געקומען מלחמה צו האלטן מיט דיר, געב מיר צוריק מיין ברידער און איך וועל גיין פון דא, האט יוסף געזאגט: איך שווער- "אין לעבן פון פרעה" אז אפילו די אלע קעניגן פון פרעה זאלן קומען פון לאנד כנען, וועלן זיי נישט קענען ארויסנעמען פון מיר דעם בנימין, האט יהודה געזאגט: וואס איז דען פאר דיר די בעכער , דיין הויז איז דאך אנגעפילט מיט זילבער און גאלד, און דו רעדסט נאך פון דיין בעכער וואס דו האסט אליין אריינגעלייגט אין די זאק פון בנימין, פאר די קינדער פון אברהם איז נישט אויסגעהאלטן פון צו טוען אזא זאך פאר א קעניג פון צו רויבן און גנבנ'ען, און יעצט בלייב שטיל פון דער זאך, ווייל אויב וועט געהערט ווערן דיינע רייד אינעם גאנצע לאנד, אז וועגן אביסל געלט זאל א קעניג מלחמה האלטן מיט מענטשן און זיך נאך ארומקריגן און צוכאפן זייער ברידער פאר א קנעכט,

האט יוסף גענטפערט: נעמט'ס ענק די בעכער און לאזט'ס דא ענקער ברידער אזוי ווי די דין איז "אז גנב ווערט גע'משפט צו ווערן א קנעכט", האט יה-ודה געזאגט: פארוואס זאלסטו נישט איינגיין פאר בושה פאר דיינע ווערטער "אונז זאלן מיר דא לאזן אונזער ברידער און נעמען אנשטאטס דעם א בעכער" - אפילו דו זאלסט אונז געבן 1000 בעכער'ס, וועלן אונז נישט איבערלאזן אונזער ברידער, האט יוסף גענטפערט: פארוואס האבן ענק איבערגעלאזט ענקער אנדערע ברידער און אים פארקויפט פאר 20 זילבערנע שקלים ביזן היינטיגן טאג, און פארוואס זאלן ענק נישט טוען דאס פאר דער ברידער, האט יה-ודה געזאגט: וואס וועט אונזער טאטע זאגן ווען ער וועט מיך זעהן אן בנימין, האט יוסף געזאגט: זאגטס פאר ענקער טאטע: אז עפעס איז געשהען מיט אים.

האט יה-ודה געזאגט: דו ביזט דאך א קעניג ווי אזוי ווילסטו אז אונז זאלן מיר רעדן פאלש, וויי איז א קעניג אזוי ווי דיר, האט יוסף גענטפערט: איז דען נישט פאלש וואס עטס האט געזאגט פאר ענקער טאטע "אז א שלעכטע חיה האט אויפגעגעסן ענקער ברידער, אין די צייט וואס עטס האט אים פארקויפט פאר 20 שקלים פאר די מדינים,

איז יהודה געווארן זייער אויפגערעגט, עס איז געליגען פאר אים "א גרויסע שטיין וואס האט געוואויגן 400 שקל", און האט עס גענומען מיט זיין רעכטע האנט און ארויפגעשאסן ביזן הימל, און האט עס צוריק גענומען מיט זיין לינקע האנט, און עס אינטער געלייגט זיינע פוס, און זיך ארויפגעזעצט אויף איר מיט א געוואלדיגע כח, און עס איז געווארן צו שטויב.

יוסף האט עס צוגעזעהן האט ער זייער מורא באקומען, האט ער באפוילן זיין זון מנשה זאל נאך טוען יהודה, האט מנשה נאך געטוען יהודה מיט א אנדערע שטיין די זעלבע זאך, האט יה-ודה געזאגט: דאס איז נישט א מצרי'שע מענטש נאר פון די משפחה פון אונזער טאטע, האט יוסף געזאגט: פארוואס זאלן ענק זיך בארימען מיט ענקער שטארקייט, צו אונז איז אויך דא גבורים, האט יה-ודה געזאגט: שיק אונז אונזער ברידער, וועלן אונז נישט חרוב מאכן דיין שטאט, האט יוסף געזאגט גייטס ענק, זאגט'ס פאר ענקער טאטע, אז א שלעכטע חיה האט אויפגעגעסן ענקער ברידער, אזוי ווי ענק האבן געזאגט ביי דעם אנדערן ברידער.
האט יה-ודה געזאגט פאר נפתלי גיי שנעל צייל אפ וויפל גאסן זענען דא אין מצרים, האט שמעון געזאגט: איך וועל גיין צו א בארג, אויפהייבן א גרויסע שטיין און עס ארויפווארפן אויף לאנד מצרים, וועלן אלע שטארבן אויף איינמאהל, יוסף האט עס געהערט זיי האבן נישט געוואוסט אז יוסף פארשטייט וואס זיי רעדן, האט יוסף מורא באקומען טאמער וועלן זיי חרוב מאכן מצרים, האט ער שנעל באפוילן פאר מנשה, ברענג מיר אלע גבורים פון מצרים מיט שארפע שווערדן, און נפתלי די געשיקטער האט זיך זייער געאיילט ביז גאר א קורצע צייט איז ער געווען אויף צוריק, נאכן ציילן די גאסן פון מצרים, און געזאגט איך האב געטראפן 12 גאסן אין מצרים.

האט יהודה געזאגט פאר זיינע ברידער איילט'ס ענק צו, לייגט'ס ענקער שווערדן אויף ענקער קערפער, און לאמיר זיי אלע שלאגן מיט אונזערע שווערדן, און יהודה האט געזאגט איך וועל חרוב מאכן דריי גאסן, און עטס וועט יעדע פון ענק חרוב מאכן איין גאס.

זיי האלטן נאך אינמיטן רעדן קומען צו גיין 500 רייטערס רייטענדיג אויף וועגענער, מיט 10.000 מענטשן גייענדיג אויף זייער פוס, און 400 מענטשן וואס קענען מלחמה האלטן, אפילו אן א שווערד נאר מיט זייער שטארקע הענט, און זיי זענען אנגעקומען מיט א גרויסע קול, און שרעקליכע געשרייען און ארומגענומען די קינדער פון יעקב, און זיי האבן זיך דערשראקן און די ערד איז געשפאלטן געווארן פון זייער געשרייען, יוסף האט דאס געטוען זיי אביסל צו דערשרעקן, און אפשטילן.

יהודה האט געזעהן ווי א טייל פון די ברידערס זענען דערשראקן געווארן האט ער געזאגט פאר זיי פארוואס דארפט עטס מורא האבן, די אייבערשטער איז מיט אונז, און יהודה האט געגעבן א שטרעק אויס זיין שווערד, און זיך גענומען צו שרייען א מורא'דיגע געשריי, און געגעבן א שלאג דעם ערד מיט זיין שווערד, און א שפרינג געטאן אויף די ערד, און האט פארמערט צו שרייען אויף אלע גבורים עס איז ארויפגעפאלן אויף זיי א גרויסע פחד, און זיי זענען אנטלאפן, און ארויפגעפאלן איינער אויפן אנדערן, און אסאך זענען דערהארגעט געווארן צום טויט,

און יהודה האט זיך געזעצט פאר יוסף און זיך גענומען צו ברימען אזוי ווי א לייב, און געשריגן מיט אויסטערלישע קולות אז מ'האט עס געקענט הערן ביז כנען, און "חושים" די זון פון דן, וואס איז געווען טויב, האט עס אויך געהערט, איז ער געקומען שנעל צו גיין קיין מצרים, און זיי האבן ביידע געשריגן אזוי ווי לייבן, ביז עס איז ארויסגעפאלן 300 ציינער פון די גרויסע מענטשן וואס זענען דארט געווען, און זייערע פני'מער האבן זיך אויסגעדרייט פון די גרויסע שרעק, און אזוי געבליבן אויף זייער גאנץ לעבן, און "פיתום" און "רמסס" צוויי שטעט פון מצרים, איז דעמאלטס איינגעפאלן, און אלע מויערן פון "מצרים" און "גושן" זענען איינגעפאלן, און אויך פרעה איז אראפגעפאלן פון זיין שטיל מיטן פנים צו די ערד.

האט פרעה געשיקט זיינע באדינערס פרעגן וואס האט דא פאסירט, מ'האט אים אלעס פארציילט, האט ער געשיקט זאגן פאר יוסף, ווילסטו אז די אידן זאלן חרוב מאכן גאנץ מצרים וואס ווילסטו פון א קנעכט א גנב, שיק אים אוועק זאל ער גיין מיט זיינע ברידערס, פארוואס זאל איך דארפן ליידן צוליב זייער שלעכטס, און אויב ווילסטו נישט צוריק געבן זייער ברידער, דעמאלטס לאז אפ מיינע אלע גלוסטענישן וואס איך האב דיר געגעבן, און גיי-מיט מיט זיי, קוק נאר וואס זיי האבן חרוב געמאכט נאר מיט זייער געשריי, איז מיט זייער שווערד איז אפגערעדט אז זיי קענען טוען אסאך ערגערע זאכן, דעריבער טו דיך אויסוועלן איינס פון די צוויי, מיך אדער זיי, לאנד מצרים אדער זייער לאנד.

יוסף האט געזעהן אז זיין ברידער יהודה איז געפערליך אויפגערעגט, האט ער געבעטן פאר זיין זון מנשה, ער זאל ארויפלייגן זיין האנט אויף יהודה, און מנשה האט טאקע דאס געטוען און יהודה איז געווארן בארואיגט, און יוסף האט אנגעהויבן צו רעדן מיט יהודה מיט ווייכע רייד, זאג מיר פארוואס זאלסטו מלחמה האלטן מער פון דיינע ברידערס, האט יהודה גענטפערט: ווייל איך האב מיך אונטער גענומען "עַרֵבוֹת" אים צוריק צו ברענגן פאר זיין טאטן, ווייל אויב נישט וועל איך זיין פארווארפן פון ביידע וועלטן,

אפשר וועל איך געפינען חן אין דיינע אויגן און שיקן בנימין און איך וועל דיך דינען אנשטאטס אים, דו זאלסט וויסן אז אויס וועסטו מיך האבן וועסטו מיך קענען שיקן פאר א שווערע און שטארקע קעניג, אפילו ער וועט האבן אסאך רייטערס מיט זיך און א גרויסע פאלק וועל איך דיך קענען ברענגן זיין קאפ פאר דיר.
האט יוסף געזאגט עס איז טאקע אמת אז די אייבערשטער איז מיט די אידן, אבער איך וועלן ענק נישט געבן ענקער ברידער נאר מיט איין תנאי: אז עטס וועטס מיך ברענגן ענקער פארלוירענע ברידער, ווייל עטס האט זיך נישט אונטער גענומען אזא אחריות צו ברענגן דעם ברידער, אזוי ווי בנימין, האט זיך יהודה ווידער אויפגערעגט, און געלאזט טרערן פון טראפ'נס בלוט פון גרויס צארן, און האט געזאגט פאר זיינע ברידערס דער מענטש וויל אז מ'זאל היינט אויסהרג'נען גאנץ מצרים, און שמעון האט זיך יעצט אריינגעמישט מיר האבן דיך שוין געזאגט אז אונז ווייסן מיר נישט צו דער ברידער לעבט ערגעטס אדער נישט, איז פארוואס זאל אונזער הער בעטן א זאך וואס איז נישט מעגליך צו ערפילן,

און יוסף האט באמערקט, אז יהודה הייבט זיך אן צו צערנען, און נאך דערצו עס איז דארט געשטאנען פיל מיט מצריים, און זיך געבעטן ביי יוסף ער זאל אויף זיי רחמנות האבן, און צוריק געבן זייער ברידער, האט ער אויסגערופן אויפן מצרישע שפראך, אז קיינער זאל נישט בלייבן אינעם צימער, דערנאך האט ער זיך געוואנדן צו זיינע ברידערס, און געזאגט עטס האטס מיר געזאגט אז א ענקער ברידער איז מסתמא געשטארבן, אויב איך וועל אים רופן וועט עטס מיר געבן בנימין אנשטאטס יוסף, און האט אנגעהויבן צו רופן "יוסף" - "יוסף" דיינע ברידער ווילן דיך זעהן, זיי האבן אנגעהויבן צו קוקן אויף אלע זייטן פון ווי וועט ער קומען צו גיין, האט ער זיי געזאגט פארוואס זאלן ענק קוקן אהער און אהין איך בין ענקער ברידער יוסף וואס עטס האטס מיך פארקויפט אין מצרים. א. א. וו.

(ארויסגענומען פון "ספר הדורות" און "ילקוט מעם לועז")
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס ווערט געברענגט א אינטערסאנטע רמז "יום ו' ג' שבט" אויב עס געפאלט פרייטיג אין ג' שבט. דעמאלטס "יפול שלג וקור גדול" וועט יענע יאר פאלן א גרויסע שניי מיט א גרויסע פרעסט. עס איז די זעלבע אותיות ווי "ויגש".
(פרי מגדים בשם ר' אייזיק הדרשן)
---
ידבר נא עבדך דבר באזני אדוני (מד. יח)
די חז"ל זאגן אין (מסכת מגילה כח) "אסור להסתכל בפנים רשע" מ'טאר נישט קוקן אין א פנים פון א רשע, ווען יה-ודה איז צוגעגאנגען רעדן מיט יוסף, האט ער אים געהאלטן פאר א רשע , האט ער נישט געוואלט קוקן אין זיין פנים, נאר ער האט אריינגערעדט אין זיינע אויערן, און דאס האט ער געזאגט "ידבר נא עבדך דבר "באזני" אדוני" איך רעד צו דיר נאר אין די אויערן, אבער אין דיין פנים וויל איך נישט קוקן ווייל - כי כמך כפרעה - די ביזט די זעלבע רשע ווי פרעה, וואס מ'טאר נישט קוקן אין דיין פנים.
(פניני תורה)
---
והיה כראותו כי אין הנער ומת.
לכאורה איז שווער אפשר ווען יעקב וועט הערן, אז זיין זון האט מען געכאפט ביי א גניבה , דעריבער האט מען אים פארשפארט וועט די ערליכע יעקב עס פארשטיין און אראפשלינגען?
נאר די כוונה פון יה-ודה איז געווען אז: - והיה "כראותו" כי אין הנער - ווי נאר די טאטע וועט זעהן אז איך קום אן יה-ודה איך וועל נישט קיין צייט אפילו צו ערקלערן פארוואס בנימין איז נישט מיט געקומען וועט ער שוין אויסגיין פון צער.
(אוהל יעקב)
---
כי איך אעלה אל אבי והנער איננו אתי (מד , לד)
טייטשן די ספרים, אז א יעדער איד דארף שטענדיג טראכטן, און זאגן: "איך אעלה אל אבי" - ווי אזוי וועל איך קענען ארויפגיין אויבן אין הימל, צו מיין טאטע ווען "והנער איננו אתי" - די "ימי הנערות" די יונגע יארן איז נישט מיט מיך, דאס מיינט אז מ'האט נישט גענוג אויסגעניצט די יונגע יארן ווי עס באדארף צו זיין, מ'דארף טאקע שטארק אפהיטן דערויף, עס זאל נישט אריבער גיין מיט פארברענגן מיט נארישקייטן, נאר מיט תורה און רוחניות.
(ר' מאיר שפירא מלובלין זצק"ל)
---
אני יוסף העוד אבי חי(מה, ג).
עס שטעלט זיך א פראגע - יוסף האט דאך שוין ביים ערשטן מאל ווען די ברידערס זענען געקומען, און ביים צווייטן מאל געפרעגט צו דער טאטע לעבט, פארוואס האט ער נאכאמאל געפרעגט צו זיין טאטע לעבט? נאר יוסף האט זיי געוואלט געבן א סימן, אז ער איז טאקע די ריכטיגע יוסף האט ער זיי אזוי געזאגט, - אני יוסף - איך בין יוסף - א ראיה דערויף, - העוד אביכם חי - איך האב ענק שטענדיג געפרעגט אויפן טאטן צו ער לעבט, און נישט אויפן מאמע'ן אויב איך בין נישט יוסף וואלט איך נישט געוואוסט אז דער מאמע לעבט נישט, וואלט איך געדארפט אויך וועגן איר פרעגן.
(אמרי יה-ודה)
---
אני יוסף העוד אבי חי ולא יכלו אחיו לענות אתו כי נבהלו מפניו (מה, ג).
יה-ודה האט שטענדיג גע'טענה'ט צו יוסף: דו ביזט גערעכט עס קומט זיך טאקע א שטראף צו בנימין, אבער זיין אלטע טאטע האט דאך גארנישט געזינדיגט אנטקעגן דיר, אים קומט זיך נישט קיין שטראף, איז ווען דו וועסט צונעמען בנימין וועט דאך אויסקומען די גרעסטע שטראף פאר זיין טאטע, איז דער משפט נישט א גערעכטיגע.

אבער יעצט ווען ער האט זיך געטוען אננערקענען פאר זיינע ברידערס האט ער געזאגט: "אני יוסף" איך בין דער יוסף וואס עטס האטס מיך פארקויפט, ווייל איך האב געזינדיגט פאר ענק, אבער - העוד אבי חי - צו לעבט נאך דער טאטע פון די גרויסע צער וואס עטס האט'ס פארשאפט? וואס איז די טאטע שילדיג געווען אז עטס האט'ס אים געלאזט אזוי זיך פייניגן 22 יאר, איז די זעלבע שאלה וואס עטס האטס צו מיר האב איך צו ענק....
(הגר"י בלאזער)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

סיפורים ומעשיות על פרשת ויגש


כי לא נוכל לראות פני האיש(מד. כו.)
עס האט אמאל פאסירט מיטן הייליגן בעל מחצית השקל זצק"ל אז מ'האט געטראפן איין טאג א געהארגעטן מענטש אונטן פון שטאט, און די מעסער פונעם רבס שטוב איז דארט געלעגן אויף דער זייט, פארשטייט זיך אז דער עולם און חסידים האבן פארשטאנען, אז דאס האט דירעקט די רוצח געטוען, געגנב'ט די מעסער פונעם רב'ס שטוב, כדי צו ארויפלייגן א בולבול אויפן רב, האבן אלע מענשטן פארגעשלאגן אז ביים געריכט זאל דער רב לייקענען אז עס איז נישט זיין מעסער.
אנקומענדיג ביים געריכט, האט דער בעל מחצית זיך יא מודה געווען אז דאס איז זיין מעסער, אבער די געהארגט'ן האט גארנישט מיט אים צוטאן, און מ'האט אים פריי געלאזט.
נאכן געריכט האבן א טייל פון זיינע נאנטע מענטשן געפרעגט פארוואס האט ער נישט זיך ארויסגעדרייט מיט א ליגענט, האט ער גענטפערט: אז אזוי טרעפן מיר ביי יה-ודה וואס האט געזאגט פאר יעקב "כי לא נוכל לראות פני האיש" אז איך קען נישט זעהן זיין פנים אן דעם קליינעם ברידער ער וואלט דאך געהאט א עצה נעמען עפעס א קינד פונעם גאס, און פארשטעלן אז דאס איז זיין קליין ברידער, נאר ער האט זיך נישט געוואלט באניצען מיט קיין ליגענט ווען עס פעלט נישט אויס.
(מחצית השקל בהקדמה ביו"ד)

---

וירא את העגלות אשר שלח יוסף ותחי רוח יעקב אביהם , מען דערציילט אז א טאטע האט געשיקט זיין זוהן צו א פרעמדע מדינה ווי יודישקייט איז געועוהן שוואך , דער זוהן האט צוגעזאגט דעם טאטען אז ער וועט יעדער שטיקעל צייט קומען צו אים און ער וועט זעהן צו ער איז ערליך , אזוי האט טאקע אנגעהאלטען א סאך יארען דער זוהן איז געקומען יעדעס יאהר צו זיין טאטען

דער פאטער א חסידישער יוד איז אבער געוועהן באזארגט: דא ווען ער קומט צו מיר איז ער טאקע אנגעטוהן מיט חסידישע מלבושים אבער ווער ווייסט צו ביי זיך אין שטאדט פירט ער זיך אויך ערליך און צו זיינע קינדער גייען מיט לאנגען פיאות? איינמאהל באקומט דער פאטער אין די פאסט א סכום געלט מיט א בריוו פון זיין זוהן , טאטע קום צו אונז וועסטו דיך מחיה זיין צוזעהן מיינע ערליכע קינדער , דעמאלס האט זיך דער פאטער דערפריידט אז מען רופט אים .

די שבטים האבען דערציילט אז יוסף לעבט ער האט אבער געקלערט ווער ווייסט צו ער איז א אמתדיגע ערליך און פירט א חסידישע שטוב , יעצט ווען ער האט געזעהן די עגלות וואס יוסף האט געשיקט ער זאל קומען "ותחי רוח יעקב אביהם"
(שמעתי, ועיין דברי שאול תניינא)


ולא יכול יוסף להתאפק לכל הנצבים עליו, ויקרא הוציאו כל איש מעלי, ולא עמד איש אתו בהתוודע יוסף אל אחיו זאגט רש"י: לא היה יכול לסבול שיהיו מצריים נצבים עליו ושומעין שאחיו מתביישין. יוסף הצדיק האט נישט געקענט אויסהאלטען צו זעהן ווי זיינע ברידער וועלן ווערן פארשעמט אין די אויגן פון די מצריים דערפאר האט ער געהייסן יעדער ארויסגיין פון שטוב בשעת ער וועט זיך אנטפלעקען צו זיינע ברידער.

אין זוהר הקדוש שטייט:
דוד המלך איז געוועהן די יונסטע פון זיינע ברידער, זיינע עלטערע ברידער פלעגן אים שטענדיג טשעפענען אין פארשעמען, האט השי"ת געזאגט: "ווייל די ביסט פארשעמט און פארטריבן פון דיינע ברידער, וועל איך דיך דערהייבן נישט נאר אויף דיינע ברידער נאר אויך אויף די גאנצע וועלט" דערפאר איז דוד געווארן דער מלך ישראל!

דער הייליגע אר"י (רבינו יצחק לוריא אשכנזי זי"ע) און דער רמ"ק (רבי משה קארדאווארי זי"ע) פלעגן זאגן אז די בעסטע תשובה אנצוקומען די חטאים עוונות ופשעים, איז דורך ליידן בזיונות אין צער, הערן ווי מ'פארשעמט אים און נישט ענטפערן דאס איז בעסער פון אלע סיגופים, מלקות, און תעניתים. ווייל ביי אלע סארט סיגופים ווערט דער גוף שוואך און דאס איז גורם אז דער מענטש זאל נישט קענען לערנען ווי עס באדארף צו זיין, און די גמרא רופט אזא איינער אהן א חוטא רח"ל, אבער אז מען לייד פון בזיונות קען מען עסען טרונקען און לערנען אהן קיין שום שטער און דער באשעפער איז מוחל אויף אלע עבירות.

בעסער די צונג זאל ברענען אויף דער וועלט ווי די נשמה אויף יענער וועלט

ווען דער חפץ חיים איז אנגעקומען אין א געוויסע שטאט האט אים א חשובע בעל הבית איינגעלאדענט צו קומען עסן א סעודה ביי אים אין שטוב. ווען דער חפץ חיים האט אנגענומען די איינלאדענונג, איז דער איד אהיים געלאפן און געזאגט פאר זיין ווייב זי זאל אנגרייטען א גוטע סעודה ווייל דער צדיק גייט היינט עסן ביי זיי. די פרוי איז געווארן זייער איבעראשט פון די גוטע בשורה, און האט זיך גענומען מיט גרויס פלייס אנגרייטן די סעודה.

צוליב די גרויסע פרייד און איבעראשונג אז זי האט די זכיה צו האבן דעם צדיק אין זייער שטוב, האט זי נישט אינזינען געהאט וואס זי טוט, און זי האט פארגעסן אז זי האט שוין איינמאל געלייגט פעפער און זאלץ, דעריבער ווען זי האט געוואלט אז דאם עסן זאל זיין גוט האט זי נאכאמאל אריין געלייגט אסאך פעפער און זאלץ.

א האלבע שעה שפעטער ווען דאס עסן איז שוין געווען כמעט אפגעקאכט, איז זי שנעל געלאפן צום טאפ און נישט געדענקענדיג אז זי האט שוין צוויי מאל געלייגט זאלץ און פעפער, האט זי א דריטן מאל גענומען די זאלץ און און אריין געגאסן און נאך אינזינען געהאט אז עס זאל אויסקומען א גוט מאכל פארן צדיק.

צו די באשטימטע צייט איז דער חפץ חיים געקומען צו די סעודה מיטן בעל הבית, און ווען דער חפץ חיים האט אנגעהויבן צו עסן האט ער גלייך געשפירט אז עס ברענט אויס די צינג, אבער ער האט פארשטאנען אז דא איז געשען א טעות, האט ער זיך נישט וויסנדיגגעמאכט נאר ווייטער געגעסן.

ווען דער בעל הבית האט אריין גענומען דעם ערשטן לעפל אין מויל האט ער גלייך געשפירט אז עס ברענט אים אויס די צינג, האט ער געוואלט אנהייבן צו שרייען אויף זיין פרוי, האט אים דער חפץ חיים געגעבן א קלאפ און געזאגט: "שטיל! עס אויף געהעריג און זאג נישט קיין ווארט, דיין ווייב האט זיך געפלאגט און צוגרייטען דאס עסן, מען טאר איר נישט פארשעמען".

דער בעה"ב האט זיך ביי יעדן לעפל געריבן די צינג מיט די ליפן, אבער דער חפץ חיים האט ביי יעדן לעפל זעענדיג ווי די בעה"ב'סטע שטייט און קוועלט ווי דער צדיק עסט אירע מאכלים געזאגט:

"אזא גוט מאכל! שוין לאנג האב איך נישט געהאט אזא גוטן מאכל".

נאכן עסן האט דער חפץ חיים מסביר געווען פארן בעה"ב, אז די פרוי איז געשטאנען א גאנצן טאג און זיך געמיטשעט צו קאכן און צוגרייטן די סעודה, נאר צוליב די גרויסע איבעראשונג און צומישטקייט האט זי פארגעסן און געלייגט עטליכע מאל זאלץ און פעפער, אבער אצינד ווען זי איז געקומען און געקוואלן פון נחת ווי מיר עסן אירע מאכלים, טאר מען איר נישט פארשעמען אז עס איז נישט גוט, ווייל זי וועט קיינמאהל נישט האבן קיין מנוחה אז זי האט געגעבן צו עסען געזאלצענע עסען, דעריבער דארף מען זיך אנשטרענגען און עס אויפעסן און זאגן אז עס איז זייער גוט.

---

ווען די הייליגע "שאגת אריה" איז אויף גענומען געווארן צו זיין רב אין שטאט מיץ איז ער געווען קרוב צו א בן שבעים, האט ער געהערט ווי מענטשען זאגן איינער צום אנדערן, דער אלטער רב איז געקומען דא אין אונזער שטאט צו ליגן אין אונזער בית הקברות, מיינענדיג ווי לאנג וועט ער שוין לעבן ביי אונז.
די אנדערע וואך, ביים ערשטן שבת דרשה האט דער רב געזאגט, עס שטייט ביי יעקב אבינו ווען ער איז אנגעקומען קיין מצרים, האט אים פרעה געפרעגט "כמה ימי שני חייך", און יעקב האט אים גענטפערט "ימי שני מגורי שלשים ומאת שנה מעט ורעים ולא השיגו את ימי שני חיי אבותי", לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס האט פרעה געדארפט וויסן ווי אלט יעקב איז. צווייטענס, פארוואס האט יעקב געענטפערט מער ווי ער האט אים געפרעגט "מעט ורעים וגו'", נישט דאס האט פרעה געפרעגט.
נאר מ'קען ענטפערן, אז ווען יעקב איז אנגעקומען קיין מצרים האט פרעה באמערקט אז עס איז אנגעקומען א ברכה אין לאנד וועגן יעקב, די הונגער האט זיך אויף געהערט. האט פרעה געוואלט וויסן ווי אלט ער איז, ווי לאנג וועט ער דא בלייבן מיט אונז לעבעדיג, האט אים יעקב געענטפערט, זארגט אייך נישט, איך בין נישט אזוי אלט, ווייל מיין טאטע האט געלעבט 180 יאהר, איך האב נאך א פופציג יאהר צו לעבן, דאס וואס איך זעה אויס אלט, איז נאר "מעט ורעים" פון די שלעכטע יאהרן.
רופט זיך אן די הייליגע "שאגת אריה", מ'זאגט אז איך בין שוין ממילא אלט, איך וויל זאגן אז איך זעה נאר אויס אלט, איך וועל נאך זיין ביי אייך רב אין שטאט פאר איבער 20 יאהר, וכך הוה

---
לעצט פארראכטן דורך זיידעניו אום מאנטאג דעצעמבער 29, 2008 8:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויגש אליו יהודה ויאמר בי אדני ידבר נא עבדך דבר באזני אדני (מד - יח) די משנה זאגט אין מסכת ברכות (פרק ה' משנה א') אז "חסידים הראשונים היו שוהים שעה אחת (קודם התפלה) ומתפללים כדי שיכונו את לבם למקום". שטייט פון הייליגן ר' נח מלעכוויטש זי"ע אז דער פשט אין דער משנה איז, אז זיי האבן אין יענער שעה מתפלל געווען צום אייבערשט'ן, אז בשעת'ן דאווענען זאלן זיי קענען מכוין זיין ווי עס דארף צו זיין. אויך זאגט מען נאך פון תלמידי בעל שם טוב זי"ע, אויפן פסוק "אנא ה' הושיעה נא", מיר ווייסן דאך אז "אין נא אלא לשון תפלה" (בקשה - דאווענען און בעטן) מיר בעטן דעם אייבערשטן "אנא ה'" מיר בעטן דיר רבונו של עולם, "הושיעה נא" העלף אונז אז מיר זאלן קענען דאווענען ווי עס דארף צו זיין. דאס איז פשט אין פסוק "ויגש אליו יהודה ויאמר בי אדוני" יהודה האט זיך דערנענטערט צום רבונו של עולם, און געזאגט "בי אדוני" איך בעט דיר באשעפער, "ידבר נא עבדך דבר באזני אדוני" העלף מיר אז איך זאל קענען דאווענען ווי עס דארף צו זיין.
(אמרי חיים)

ויגש אליו יהודה ויאמר בי אדני וגו' (שם). יהודה האט געזאגט "בי אדוני" איך האב ג'גנב'עט די בעכער, און נישט בנימין, אויב אזוי זאל איך בלייבן א קנעכט, און די אנדערע ברידער שיק אהיים צו זייער טאטע.
(אור החיים הקדוש)

ויגש אליו יהודה ויאמר בי אדני וגו' (שם). דער רבי ר' בונם פון פרשיסכא זי"ע האט געזאגט א רמז אויף דעם: אין דאס ווארט "יהודה" געפונען זיך די אותיות פון "י-ה-ו-ה". ויגש אליו יהודה, ויאמר "בי א-ד-נ-י" אין מיר געפונען זיך די אותיות פון דער אייבערשטערס נאמען......

ויגש אליו יהודה ויאמר בי אדני וגו' (שם). כלל ישראל ווערן אנגערופן "יהודים" ווייל יעדע זאך וואס געשעהט, סיי קליינע זאכן סיי גרויסע זאכן, אויף אלעס זענען מיר "מודה" אז דאס קומט פון אייבערשטן, און אויב א מענטש איז אויף אזא בחינה, דעמאלס קען ער זיך דערנענטערן צום רבונו של עולם, דאס איז פשט אין פסוק: "ויגש אליו" דער וועג ווי אזוי מען קען זיך דערנענטערן צום רבונו של עולם, "יהודה" אויב מען האט דעם מדה פון יהודה וואס דאס מיינט מודה זיין אז וואס עס געשעהט קומט פונ'ם רבונו של עולם.
(חידושי הרי"ם)

ויגש אליו יהודה ויאמר בי אדני ידבר נא עבדך דבר באזני אדני (שם) פון די טראפן פון די אנהייב פרשה, ווערט פארענטפערט פארוואס האט יהודה זיך מער אנגענומען ווי די אנדערע ברידער. (ויגש אליו) "קדמא ואזלא" ווייסטו פארוואס איך גיי פריער. (יהודה) "רביעי" כאטש איך בין דאך די פערטע. (ויאמר) "זרקא" ווייל איך האב מיך אונטערגענומען צו זיין פארווארפן. (בי אדוני) "מנח סגול" פון צו רוען אין גן עדן [עם סגולה]. [מיר האבן דאס געהערט פון הר"ר אליעזר קנעפפלער ז"ל ווען ער האט פארהערט אונזער קלאס תש"ס. ת.נ.צ.ב.ה.]
(הגר"א מווילנא)

ידבר נא עבדך דבר באזני אדני וגו' (שם). יכנסו דברי באזניך (רש"י). יהודה האט געבעטן דעם אייבערשטן, איך האב פון דיר איין בקשה: "יכנסו דברי באזניך" אז מיינע תפילות זאלן גלייך אריין גיין אין דיינע אויערן (כביכול) עס זאל חס ושלום נישט ווערן א מחיצה צווישן מיר און דיר.
(דגל מחנה אפרים)

ויאמר אבינו שבו שברו לנו מעט אוכל (מ"ד כ"ה). "שֻׁבוּ" איז א לשון פון תשובה טוהן, אז א איד וויל תשובה טוהן מיט זיין גאנצע הארץ, דעמאלס "שברו לנו" דארף מען צוברעכן דער יצר הרע פון תאות האכילה "מעט אוכל" און עסן נאר אביסל.
(דעת משה - קאזשניץ)

כי איך אעלה אל אבי והנער איננו אתי (מד-לד). יעדער יוד דארף ביי זיך טראכטן, ווי אזוי וועט ער ארויף גיין צום טאטן אין הימל אפגעבן דין וחשבון, אז זיינע יונגע יאהרן זענען נישט דא, זיי זענען אדורך געגאנגען מיט נארישקייטן און עבירות. דערפאר דארף מען שטארק אויפפאסן אויסצונוצן די יונגע יאהרן אזוי ווי עס דארף צו זיין. "כי איך אעלה אל אבי", ווי אזוי וועל איך ארויף גיין צו מיין טאטע אין הימל "והנער" אויב די יונגע יאהרן "איננו אתי" איז נישט דא מיט מיר.
(תלמידי בעל שם טוב זי"ע)

ויאמר יוסף אל אחיו אני יוסף העוד אבי חי וגו' גשו נא אלי ויגשו וגו' (מה-ג-ד) פארוואס האט יוסף קודם געזאגט "אני יוסף" (פון דערווייטינס) און נאכדעם האט ער געזאגט "גשו נא" (קום אהער און איך וועל רעדן שטיל)? עס שטייט אין מדרש אז ווען די מצרים זענען ארויס געגאנגען האבן זיי צוגעלייגט די אוירן צו די טיר, צו הערן וואס יוסף רעדט. מיט דעם מדרש איז שוין פארענפערט דער קשיא, ווייל ווען יוסף האט געזאגט "אני יוסף" האט ער הויך געזאגט ווייל ער האט געקענט באשטיין אז די מצרים זאלן הערן, אבער נאכדעם וואס ער האט געזאגט "אשר מכרתם אותי" האט ער דאך נישט געוואלט אז די מצרים זאלן הערן האט ער געזאגט "גשו נא" קומט'ס נאנט, כדי אז די מצרים זאלן נישט הערן אז איר האט מיר אמאהל פארקויפט, ווייל דעמאלס וועלן זיי טראכטן אז איר זענט שלעכטע מענטשן און זיי וועלן נישט וועלן אז איר זאלט דא וואוינען מיט זיי.
(דעת זקנים ובעלי תוספות)

ויאמר יוסף אל אחיו אני יוסף העוד אבי חי ולא יכלו אחיו לענות אתו כי נבהלו מפניו (מ"ה - ג). עס איז שווער צו פארשטיין, פארוואס האט זיי יוסף יעצט איבער געפרעגט צו זיין טאטע לעבט נאך, זיי האבן דאך א גאנצן צייט צו איהם גערעדט און דערציילט וועגן זייער טאטע? נאר דער פשט דערפון איז אזוי: ווי מיר ווייסן האט יוסף'ס פנים געענדילט צו יעקב'ס פנים. און דערפאר וואלטן דאך זיינע ברידערס איהם געמוזט דערקענען. דערפאר האט זיך יוסף שטארק געוואונדערט אז זיינע ברידער דערקענען איהם נישט. האט ער ביי זיך געטראכט: אפשר איז דער טאטע שוין נפטר געווארן און די ברידער געדענקן נישט ווי אזוי ער האט אויסגעזעהן. וועגן דעם האט יוסף זיי נאכאמאהל געפרעגט: "העוד אבי חי" דער טאטע לעבט נאך טאקע? הערשט יעצט האבן די ברידער אנגעהויבן צו באמערקן אז יוסף ענדילט צו דער טאטע: "כי נבהלו מפניו" זיי האבן זיך יעצט דערשראקן פון זיין פנים.
(החיד"א זצ"ל)

ועתה אל תעצבו וגו' (מה-ה). דער מדרש זאגט: אז דאס ווארט "ועתה" מיינט א לשון פון תשובה. דאס איז פשט: "ועתה" ווען א איד וויל תשובה טוהן, "אל תעצבו" טאר מען נישט אריין פאלן אין טרויער, נאר זיין פוהל מיט בטחון און גלייבן אז דער אייבערשטער וועט אננעמען זיין תשובה און איהם מוחל זיין פאר אלעס.
(ר' מנחם מענדל קאסובער זי"ע)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויגש אליו יהודה ויאמר בי אדוני
רש"י זאגט שפעטער אין די פרשה, אז דער טעם פארוואס נאר יהודה האט אזוי שטארק געבעהטן יוסף אז ער זאל לאזן בנימין אהיים גיין, איז, ווייל יעקב האט אנגעזאגט יהודה, אז אויב ער וועט נישט צוריקברענגען בנימין צו אים, וועט יהודה נישט בלויז פארלירן זיין עולם הזה, נאר אויך זיין עולם הבא. מען קען זאגן, אז די ווערטער פון רש"י, זענען מרומז אין די טעמי הנגינה וואס שטייען אויף די ווערטער "ויגש אליו יהודה ויאמר בי אדוני", ווייל די טעמי הנגינה אויף די ווערטער זענען, "קדמא ואזלא רביעי זרקא מנח סגול", און דער טייטש דערפון קען זיין אזוי, "קדמא" - ער האט זיך געפעדערט, "ואזלא" - און ער איז געגאנגען רעדן צו יוסף, "רביעי" – דער פערטער זוהן פון יעקב, דאס מיינט יהודה. איז לכאורה שווער, פארוואס זענען נישט די אנדערע ברידער געגאנגען? איז דער תירוץ, ווייל יעקב האט אים אנגעזאגט, "זרקא" - אז ער וועט ווערן ארויסגעווארפן, "מנח" - פון צו רוהען, "סגול" - מיט די יודען, וואס ווערן אנגערופען עם "סגולה", אין עולם הבא.
(קול אליהו)

ואל יחר אפך בעבדך כי כמוך כפרעה
מען קען זאגן א שיינעם פשט אין די ווערטער "כי כמוך כפרעה", ווייל אין פרשת מקץ, ווען פרעה האט געזעהן אז יוסף האט גוט באשיידט זיין חלום, שטייט אין פסוק, אז פרעה האט אים געזאגט אז ער איז אן "איש אשר רוח אלקים בו", וואס דאס מיינט, אז ער איז א נביא, און איבערדעם האט ער געוויסט דעם פתרון פון דעם חלום. אויך האט אים פרעה אנגערופען "נבון וחכם" - א קלוגער מענטש, ווייל נאר א חכם קען אויסטייטשן א חלום אזוי גוט ווי יוסף האט דאס געטוהן. און די גמרא זאגט אין מסכת פסחים (דף ס"ו ע"ב), "כל הכועס, אם נביא הוא, נביאתו מסתלקת ממנו, ואם חכם הוא, חכמתו מסתלקת ממנו" - א מענטש טאהר זיך נישט אויפרעגן, און אויב רעגט ער זיך יא אויף, ווערט ער געשטראפט, אז אויב איז ער א נביא, פארלירט ער זיין נביאות, און אויב ער איז א חכם, פארלירט ער זיין קלוגשאפט. קען מען זאגן, אז דאס האט יהודה דא געמיינט צו זאגן צו יוסף, "אל יחר אפך בעבדך" - דו זאלסט נישט ווערן אויפגערעגט אויף מיר, ווייל אויב דו וועסט זיין אין כעס, וועט געשעהן צו דיר דאס וואס די גמרא זאגט, אז דער וואס רעגט זיך אויף ווערט אויס נביא, און אויך אויס חכם, און אויב דאס וועט געשעהן צו דיר, "כי כמוך כפרעה" - וועסטו זיין אזוי ווי פרעה, וואס ער האט נישט געקענט באשיידן זיין חלום, ווייל ער איז נישט געוועהן קיין נביא, און נישט קיין חכם.
(אגרא דכלה)

לכולם נתן לאיש חליפות שמלות ולבנימין נתן שלש מאות כסף וחמש חליפות שמלות
די גמרא אין מסכת מגילה (דף ט"ז ע"א) פרעגט, ווי אזוי האט יוסף געקענט געבן פאר בנימין מער מתנות ווי ער האט געגעבן פאר די אנדערע ברידער, צו האט ער דען נישט געדענקט די גרויסע קנאה וואס זיינע ברידער האבן געהאט אויף אים, ווען זיין טאטע יעקב האט אים געמאכט א כתונת פסים, אויב אזוי וואלט יוסף זיך געדארפט אפלערנען פון דעם נישט צו געבן בנימין מעהר ווי פאר די אנדערע ברידער. מען קען דאס פארענטפערן, לויט ווי דער רמב"ם שרייבט אין זיין ספר שמונה פרקים (פרק ד'), אז ווען א מענטש האט אין זיך א שלעכטער מדה, און ער וויל דאס אויסרייסן פון זיך, און זיך אפגעוואוינען דערפון, איז די עצה, אז ער זאל זיך גאהר שטארק אפגעוואוינען דערפון, און נאר אזוי וועט ער פטור ווערן דערפון, (למשל, אויב ער האט א שלעכטע מדה אז ער ווערט זעהר שנעל אין כעס, זאל ער זיך צוגעוואוינען, אז ער זאל זיך נישט אויפרעגן אפילו אויף א זאך וואס ער וואלט געמעגט ווערן אין כעס דערוועגן). איבערדעם האט יוסף געגעבן פאר בנימין מעהר קליידער ווי פאר די אנדערע ברידער, כדי אז זיינע ברידער זאלן זיך אינגאנצן אפגעוואוינען פון די מדה פון קנאה.
(ביכורי דוד)

ויאמר אליהם אל תרגזו בדרך
זאגט אויף דעם רש"י, אז יוסף האט דא אנגעזאגט פאר זיינע ברידער, אז זיי זאלן נישט עוסק זיין אין קיין הלכות בשעת זיי גייען אין וועג, ווייל עס קען זיין אז זיי וועלן זיך פארשמועסין אין דברי תורה, און זיי וועלן זיך פארבלאנדשן אינמיטן וועג. די מפרשים פרעגן, פארוואס האט יעקב אבינו נישט אנגעזאגט די שבטים, אז זיי זאלן נישט לערנען קיין הלכות אויפ'ן וועג, ווען זיי זענען געגאנגען פון ארץ כנען קיין מצרים. מען קען דאס פארענטפערן, לויט ווי די משנה זאגט אין פרקי אבות (פרק ג' משנה י"ז), "אם אין קמח אין תורה" - אויב א איד האט נישט וואס צו עסן, און ער האט נישט קיין פרנסה, איז אוממעגליך פאר אים צו לערנען, ווייל זיין קאפ איז כסדר פארנומען מיט דעם עול פון פרנסה. איבערדעם האט יעקב אבינו נישט אנגעזאגט זיינע קינדער אז זיי זאלן נישט לערנען אנמיט'ן וועג קיין מצרים, ווייל די סיבה פארוואס די שבטים זענען געגאנגען קיין מצרים איז דאך געוועהן, צו קויפן תבואה, ווייל זיי האבן מעהר נישט געהאט וואס צו עסן אין ארץ כנען, ממילא האט יעקב אבינו נישט מורא געהאט אז זיי וועלן לערנען גייענדיג אויפ'ן וועג, ווייל אויב א מענטש האט נישט וואס צו עסן, קען ער דעמאלסט נישט לערנען. אבער ווען די ברידער זענען צוריק געגאנגען קיין ארץ כנען, האט זיי יוסף יא געדארפט דערמאנען אז זיי זאלן נישט לערנען אויפ'ן וועג, ווייל דעמאלסט האבן זיי דאך שוין געהאט איבער גענוג עסן.
(מנחה בלולה)


ויעלו ממצרים ויבאו ארץ כנען אל יעקב אביהם וגו', וירא את העגלות אשר שלח יוסף
זאגט רש"י, אז דאס ווארט "עגלות" קומט מרמז צו זיין אז יוסף האט געשיקט א סימן צו יעקב אז ער איז יוסף, ווייל ער געדענקט נאך די לעצטע הלכה וואס זיי האבן געלערנט צוזאמען, די הלכה פון "עגלה ערופה". מען קען זאגן נאך א טעם פארוואס יוסף האט פונקט מרמז געוועהן צו יעקב דעם דין פון עגלה ערופה, ווייל אן עגלה ערופה ברענגט מען דאך ווען א גע'הרג'טער מענטש ווערט געפונען צווישן צוויי שטעט, און מען ווייסט נישט פון וועלכע שטאט ער איז געקומען, גייט מען צו דעם פלאץ ווי מען האט געטראפן דעם קערפער, און מען מעסט אהן צו וועלכע שטאט ער איז נענטער, און יענע שטאט ברענגט די עגלה ערופה. און די משנה זאגט אין מסכת סוטה (דף מ"ה ע"ב), אז אויב מען האט געפונען א טויט'ן קערפער אויף איין פלאץ, און דער קאפ פון דעם קערפער איז געוועהן אויף אן אנדערען פלאץ, זאל מען ברענגען דעם קאפ צו דעם פלאץ ווי דער קערפער ליגט, און פון דארט זאל מען מעסטן וועלכע שטאט איז נענטער, ווייל דער עיקר איז וואו דער גאנצער גוף פון דעם מענטש ליגט. קען מען זאגן, אז יוסף האט געקלערט, אז ווען זיינע ברידער וועלן זאגן פאר יעקב, אז זיין זוהן יוסף בעהט עם ער זאל קומען צו אים קיין מצרים, וועט יעקב נישט וועלן קומען, ווייל ער איז דאך דער טאטע, ממילא דארף זיין זוהן יוסף קומען צו אים, און ער דארף נישט גיין קיין מצרים. האט זיך יוסף געוואלט פארענטפערן, פארוואס ער פארשטייט אז זיין טאטע, וואס איז דער "ראש" פון די משפחה, דארף קומען צו אים, האט ער אים דערמאנט די הלכה פון עגלה ערופה, וואס דארט זעהט מען אז מען גייט נישט נאך דעם קאפ פון דעם מענטש, נאר מען מען קוקט וואו דער גוף איז. אזוי אויך זאל דער קאפ פון די משפחה, יעקב, קומען צו דעם גוף, יוסף, וואס איז איינער פון זיינע קינדער.
(פרדס יוסף)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יוסף האט באזעצט די אידען אין לאנד גושן ווייל אין גושן איז נישט געוועהן קיין טומאת מצרים, ווייל ווען פרעה האט צוגענומען שרה אמנו, האט ער איר נאכדעם געגבען א מתנה דאס לאנד גושן און וועגען דעם האט דער שר של מצרים נישט געהאט דארט א שליטה, וואס צוליב דעם טעם איז דארט נישט געוועהן די טומאת מצרים.

"רועה צאן עבדיך גם אנחנו גם אבותינו" , די אבות און די שבטים זענען געוועהן רועה צאן ווייל זיי האבען געוויסט אז עס איז דא א גזירה פון "כי גר יהי' זרעך" אז אידען וועלען דארפען גיין קיין מצרים און זיי האבען געוואלט אז די אידען זאלען זיך דארטען נישט אויסמישען מיט די מצריים וועגען דעם זענען זיי געוועהן רועה צאן ווייל דאס איז די עבודה זרה פון מצרים, ממילא וועלען זיי מוזען וואוינען באזונדער ווייל "תועבת מצרים כל רועי צאן" ממילא וועלען זיי זיך נישט אויסמישען מיט די מצריים.
(רבנו בחיי)

יוסף האט געשיקט א סימן צו זיין פאטער אז ער לעבט, אז ער האט געלערענט מיט יעקב די פרשה פון עגלה ערופה איידער ער איז אוועק פון אים . צוויי רמזים איז דא אויף דעם אין די פרשה איינס ווייל "כי פי המדבר אליכם" איז בגימט' "בעגלה ערופה", און אויך, אז אין די פרשה שטייט 4 מאהל דאס ווארט עגלות און אין די פרשה פון עגלה ערופה (אין פ' שופטים) שטייט אויך 4 מאהל א לשון פון עגלה.

ולבנימין נתן חמש חליפות שמלות" פרעגט די גמרא פארוואס האט יוסף געגעבין מער פאר בנימין ער האט דעך געזעהן וואס איז געשעהן ווען זיין פאטער יעקב האט.אים געגעבין א זיידען העמדעל מער ווי זיינע ברידער , ענטפערט די גמרא אז יוסף -האט געוואלט מרמז זיין פאר בנימין אז ער וועט האבען אן אייניקעל וואס שטייט ביי אים "ומרדכי יצא מלפני המלך בלבוש מלכות תכלת וחור ועטרת זהב גדולה ותכריך בוץ וארגמן " וואס דאס איז אויף פינף לבושים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויגש אליו יהודא
עס שטייט אין מדרש אז יהודא האט אים געזאגט אז אין אונזער תורה שטייט אויב איינער גענב'ט , ואים אין לו ונמכר בגנבתו- אויב איינער האט נישט צו צאלן וואס ער האט געגנבעט ווערט ער פארקויפט פאר א קנעכט , וזה יש לו - אבער דער בנימין האט יא צו צאלן דארף ער נישט ווערן א קנעכט.

דארף מען פארשטיין פארוואס האט אים יהודא דאס געזאגט, צו דען וועט יוסף טון ווי עס שטייט אין די תורה ער וועט דאך טון ווי עס שטייט אין די געזעצן פון די מצריים.

נאר מען קען ענטפערן אז יהודא האט אים געזאגט אז אין די תורה שטייט אויב איינער האט נישט צו צאלן וואס ער האט געגנב'ט, דאס מיינט אז ער איז אן ארימאן און ער האט געגנב'ט ווייל ער האט געוואלט האבן געלט צו קענען קויפן עסן אדער קליידער, אזא איינער זאל מען פארקויפן פאר א קנעכט, וועט ער האבן וואס ער דארף וועט ער מער נישט גנבענן, אבער אויב איינער האט יא צו צאלן וואס ער האט געגנב'ט, מיינט דאס אז ער האט גענוג געלט, און ער גנב'ט ווייל ער האט א שלעכטע נאטור פון גנבענ'ן , אזא איינער פארקויפט מען נישט פאר א קנעכט, ווייל ער וועט ווייטער גנבענ'ן און באגאנבענ'ן זיין האר.

דאס האט יהודא געזאגט צו יוסף, פארוואס ווילסטו נעמן בנימין פאר א קנעכט, ער האט דאך גענוג געלט, און אויב ער האט געגנב'ט, איז ווייל ער האט א שלעכטע נאטור צו גנבענ'ן , איז פארוואס ווילסטו אים ארייננמעמן אין דיין שטוב ער וועט דיך אלץ צו גנבענ'ן.

ויפול על צוארי בנימין אחיו ויבך ובנימין בכה על צואריו

רש"י על שני מקדשות שעתידין להיות בחלקו של בנימין וסופו ליחרב, ובנימין בכה על משכן שלה שעתיד להיות בחלקן של יוסף וסופו ליחרב

לכאורה איז שווער פארוואס יעצט בשעת די שמחה ווען זיי האבן זיך צאמגעטראפן, האבן זיי געוויינט אויפ חורבן.

נאך איז שווער פארוואס האט יעדער געוויינט אויפן צווייטענס חורבן, און נישט אויף זיין אייגענע חורבן.

נאר מען קען ענטפערן אז די בית המקדש איז חרוב געווארן צוליב שנאת חנם,איז יעצט ווען יוסף מיט די ברידער זענען זיך צאמגעקומען און זיי האבן געשפירט אז זייער גאנצער מחלוקה איז געקומען צוליב שנאת חנם, האבן זיי באלד דערזעהן דעם חורבן וואס וועט ארויס קומען צוליב שנאת חנם, וועגן דעם האבן זיי יעצט געוויינט.

דער תיקון אויף שנאת חנם איז צו שטארקן די אהבה איינער צום אנדערן, איז וועגן דעם האט יעדער געוויינט אויפן צווייטנס חורבן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויגש אליו יהודא ויאמר בי אדוני שטייט אויף די ווערטער א קדמא ואזלא רביעי זרקא מנח סגול , ווייל ס'איז שווער פארוואס האט זיך פונקט יהודא גענועמן טענה'ען מיט יוסף ער איז דאך דער פערטער פון די שבטים , איז דער תירוץ אזוי ווי רש"י זאגט ווייטער (פסוק לב) ווייל יהודה האט אויף זיך גענומען אז טאמער וועט ער נישט צוריק ברענגען בנימין לעבעדיג וועט ער נישט האבען קיין מנוחה נישט בעולם הזה און נישט בעולם הבא .
דאס איז דער רמז אין דעם פסוק קדמא ואזלא, יהודא האט זיך געפעדערט אין געגאנגען רעדין רביעי ער איז דאך דער פערטער איז דער תירוץ זרקא ער האט אויף זיך גענומען צו זיין פארווארפין מנח פון צו רוהען סגול פון צווישען די יודען וואס זענען עם סגולה (אין בבחינת סגול כהנים לוים ישראלים )
(דברי אליהו מהגאון מווילנא)
---
פסוק כה)
ויאמר אבינו שבו שברו לנו מעט אכל , די משנה אין די גמרא זאגט (קידושין פ"ב) אז דערפאר פעהלט פרנסה ווייל מען פירט זיך נישט אויף ערליך (שהרעותי את מעשי וקפחתי את פרנסתי) אויך איז באקאנט אז ווי עס שטייט "אלקים" מיינט עס מדת הדין.

דאס ווארט לנ"ו באטרעפט 86 די זעלבע צאהל ווי אלקים (מיט א ה) וואס ווייזט אויף מדת הדין דאס איז דא מרמז דער פסוק אז ווען מען טוט תשובה פארבעסערט מען די פרנסה שבו אויב מען טוט תשובה דעמאלס שברו לנו צוברעכט מען דעם לנו וואס דאס איז מרמז אויף מדת הדין מעט אוכל וואס דאס האט גורם געוועהן עס זאל זיין ווייניג עסען אבער יעצט וועט זיין פרנסה בריוח
(מתוך דברי כ"ק אדמו"ר מהרנ"צ מבאבוב זצ"ל)
---
פרשה מה פסוק ג)
ויאמר יוסף ... העוד אבי חי , איז דאך שווער פארוואס האט יוסף נאכאמאהל געפרעגט די ברידער צו דער פאטער לעבט נאך, זיי האבען דאך אים שוין געזאגט אז יעקב לעבט? נאר יוסף האט נישט געוויסט צו יעקב לעבט טאקע אפשר האבין זיי געזאגט אז זייער פאטער איז זייער אלט און זיי האבען מורא אז ער זאל נישט שטארבען כדי ער זאל רחמנות האבען און זיי צוריקגעבין בנימין אבער באמת אפשר לעבט ער נישט וועגען דעם האט ער יעצט נאכאמאהל געפרעגט מען זאל אים זאגען דעם אמת "העוד אבי חי".
(כלי יקר)
---
פסוק ג' )
אני יוסף העוד אבי חי ולא יכלו אחיו לענות אותו , דער מדרש ברענגט אז אבא כהן ברדלא האט געזאגט וויי איז פאר אונז פון יום הדין וויי איז פאר אונז ווען דער הייליגער באשעפער וועט אונז איבערווייזען אונזערע מעשים , יוסף איז געוועהן פון די יונגסטע שבטים און די שבטים האבין אים נישט געקענט ענטעפרען ווייל זיי זענען אזוי דערשראקען געווארען פון אים , ווען השם יתברך וועט קומען און שטראפען יעדעם איינעם לויט וואס ער איז, איז דאך א ודאי אז מיר וועלין נישט האבען וואס צו ענטפערין .(מדרש רבה פרשה צג אות י', ובמסכת חגיגה , דף ד ע"ב)

דער לשון "לויט ווער ער איז" וואס שטייט אין מדרש איז שווער צו פארשטיין, נאר ווען השי"ת משפט א מענטש פארלאנגט ער נישט פון דעם מענטש אז ער זאל טוהן וואס ער קען נישט השי"ת פארלאנגט נישט פון א ארימאן ער זאל געבין א סאך צדקה ער פארלאנגט נישט פון איינעם וואס האט נישט אזא גוטען קאפ ער זאל געדענקען די גאנצע תורה,נאר ער פארלאנגט יעדער מענטש לויט זיינע מעגליכקייטען זאל ער טוהן אויב האסטו נישט קיין סאך געלט גיב עפעס צדקה, אויב האסטו נישט דעם בעסטען קאפ ביסטו די נישט פטור פון קענען דאס וואס די קענסט יא קענען יעדער איינער איז מחויב צו טוהן וויפיהל ער קען, א בעסערע קאפ איז מחויב מער .

דער באשפער וועט זאגען פאר דעם מענטש אויף נארישקייטען און דיינע תענוגים האסטו יא געהאט געלט פארוואס האסטו נישט געגעבען קיין צדקה פארוואס האסט דו געהאט א גוטען זכרון צו געדענקען נארישקייטען , פארין באשעפער קען מען נישט ענטפערען קיין תירוצים דער באשעפער ווייסט פינקטליך וויפיהל מעגליכקייט יעדער מענטש האט דאס מיינט דער מדרש "לפי מה שהוא , לויט וואס ער איז"
(עיין בית הלוי ואהל יעקב )

מען דערציילט אז דער רבי ר' זושא ז"ל פלעגט זאגען (בגודל ענוותנותו) אז זושא וועט מען נישט שלאגען ווייל ער איז נישט אלימלך , נאר פארוואס ער איז נישט זישא , דאס מיינט אז דער רבי ר' זושא האט געמיינט צו זאגען אז פון מיר וועט מען נישט פארלאנגען פארוואס איך בין נישט אזא גאון ווי מיין ברודער דער רבי ר' אלימלך, ווייל ער האט בעסערע כשרונות ווי איך האב אבער מיך וועט מען שלאגען פארוואס איך בין נישט זושא , דאס מיינט פארוואס איך האב נישט אויסגענוצט "מיינע כוחות און מיינע כשרונות"
---
פסוק ג)
והגדתם לאבי את כל כבודי במצרים , איז שווער, יוסף הצדיק זאל זיך גיין בארימען מיט כבוד? נאר פארקערט יוסף האט געזאגט זאגט'ס דעם טאטען יעקב אז איך ווייס אז דער גאנצער כבוד איז בזכות פון טאטען דאס מיינט והגדתם "לאבי" את כל כבודי אז מיין גאנצער כבוד איז צוליב אבי מיין טאטען
(מובא בקדושת ציון , מסעי , בשם הדברי חיים זצ"ל)
---
פסוק כ"ג )
ולאביו שלח כזאת דער שם פון פרנסה איז חת"ך וואס גייט ארויס פון די סופי תיבות פותח את ידיך יוסף האט געשיקט זאגען פאר יעקב אז היות עס איז א הונגער יאהר זאל ער מתפלל זיין מיט דעם שם חת"ך וואס באטרעפט 428 ,אז דער הונגער זאל זיך שוין אויפהערן.
( כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצ"ל עטרת שלמה )

---
פרשה מ"ו פסוק א' ) ויזבח זבחים לאלקי אביו יצחק "פארוואס שטייט אלקי אביו יצחק ? נאר יעקב אבינו האט נישט געוואלט גיין קיין מצרים האט ער געבעטען השי"ת אז ער זאל זיין ווי זיין טאטע יצחק וואס איז געועהן די גאנצע צייט אין ארץ ישראל וועגין דעם שטייט אלקי אביו יצחק השי"ת האט אים געזאגט אז ער זאל יא גיין קיין מצרים און דער אויבערשטער וועט אים היטען.
(קדושת לוי)
---
פסוק ד') ואנכי אעלך גם עלה , וואס איז דער טאפעלטע לשון דאס איז א רמז אז ווען דער אויבערשטער גיט עפעס גרויסקייט פאר א מענטש סיי ברוחניות סיי בגשמיות דארף מען זעהן אויפצוהייבען אנדערע אויך ואנכי אעלך ווען איך הייב דיך אויף, גם עלה זאלסטו דו אינזינען האבען אויפצוהייבען אנדערע אויך .
(קדושת לוי )
---
פסוק ב) ויאמר אלקים ... במראות הלילה , פארוואס האט זיך דער אויבערשטער באוויזען ביינאכט ? נאר דער אויבערשטער האט געוואלט מרמז זיין יעקב אז אזוי ווי ער זעהט אז דער אויבערשטער קומט צו אים ביינאכט אזוי אויך וועט השי"ת היטען זיינע קינדער אין גלות וואס איז גלייך ווי נאכט און וועט זיי אויסלייזען .
(משך חכמה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויגש אליו יהודה וגו', זאגט רש"י אז יהודה האט גערעדט צו יוסף שטרענגע רייד,עס שטעלט זיך די קשיא יעצט מאכט יהודה א געוואלד אז מען מוז א היים לאזען בנימין , מען טרעפט פריער אין פסוק אז זיי האבין געזאגט "אשר ימצא אותו מעבדיך ומת, וגם אנחנו נהיה לאדוני לעבדים" (פסוק ט') אויך נאכדעם האבין זיי געזאגט "הננו עבדים לאדוני גם אנחנו גם אשר נמצא הגביע בידו" (פסוק ט"ז) און פלוצלונג יעצט ווייל דער משנה למלך (יוסף) זאגט אז נישט איר אלע וויל איך פאר קנעכט נאר דעם גנב (בנימין) ווערין זיי ברוגז און יהודה הייבט און צו רעדין שטרענגע רייד?

דער הסבר איז אז לעולם זענען זיי געוועהן בכוח צו הרג'ענען פרעה און דאס גאנצע לאנד מצרים, אזוי ווי זיי האבען געטוהן אין שכם נאר זיי האבין זיך לכתחילה געפירט מיט הכנעה ווייל זיי האבען געטראכט אז עס איז א דין שמים צו ווערין באשטראפט פאר די עבירה פון גנב'ענען יוספ'ן און אים פארקויפען פאר א קנעכט אבער זיי זעהן יעצט אז נישט די וואס האבין אנגעהויבען צו פארקויפען ווערין באשטראפט ווייל מען האט דאך נישט געטראפין דעם בעכער ביי שמעון אדער לוי ווען מען וואלט געטראפען דעם בעכער ביי שמעון אדער לוי האבין זי געקלערט אז אפשר זענען זיי און זייערע שותפים חייב מיתה, דערפאר זענען חייב צו זיין עבדים .

יעצט ווען מען האט געטראפען דעם בעכער ביי בנימין , האבין זיי געקלערט אפשר מוזען זיי אלע בלייבען אין מצרים ווייל עס האט זיך אנגעהויבען דער "שיעבוד מצרים" אבער ווען דער משנה למלך האט געזאגט אז דוקא בנימין זאל בלייבען אין מצרים און אלע ברידער זאלין ארויף גיין צום טאטען יעקב קומט דאך אויס אז דער "שיעבוד מצרים" האט זיך נישט אנגעהויבען און דער שטראף פאר מכירת יוסף איז אויך נישט דא , ווייל בנימין האט זיך נישט משתתף געוועהן ביים פארקויפען אויב אזוי האט יהודה אנגעהויבען צו רעדין שטרענגע רייד אז מען מוז לאזין בנימין ארויף גיין צוריק צום טאטין יעקב.
(נחלת יעקב לבעמח"ס חוות דעת)
---
יש לנו אב זקן וילד זקונים קטן ואחיו מת זאגט רש"י מפני היראה היה מוציא דבר שקר מפיו אמר , אם אומר לו שהוא קיים יאמר הביאוהו אצלי אז וועגן מורא האט יהודה ארויסגעזאגט א שקר פון זיין מויל ווייל ער האט זיך געטראכט אז אויב וועל איך אים זאגין אז דער ברודער איז נאר פארלוירען און לעבט וועט ער [דער משנה למלך] זאגען ברענגט אים צו מיר .
עס איז שווער פשטות זעהט עס דאך אויס ווי א אפענע ליגענט און ווי פאסט עס פאר יהודה צו זאגין ליגענט מיר זעהן דאך אז די ראשונים און אחרונים מיטשען זיך צו זאגין פשט און די ווערטער פון יעקב אבינו "אנכי עשו בכורך"

מען קען זאגען פשט אז אין די רייד פון יהודה איז נישט דא קיין שקר ווייל עס איז באקאנט אז רשעים בחייהם קרויין מתים (ברכות י"ח ע"ב) אז א רשע ווערט אנגערופען מת ווייל אזא לעבין וואס ער לעבט איז נישט קיין לעבין.

קען מען זאגען פשט אז יהודה האט געזאגט יש לנו אב זקן [יעקב] וילד זקונים [בנימין] ואחיו מת מיינט מען עשו וואס ער איז דער ברודער פון יעקב [פון דעם אב זקן] איז כאטשיג אז פשטות גייט ארויף דער "ואחיו מת" אויף דעם ילד זקונים , האט אבער יהודה אינזין געהאט אז ואחיו זיין ברודער [יעקב'ס ברודער] מת איז טויט ער איז א רשע וואס ווערט אנגערופען מת קומט אויס אז יהודה האט נישט געזאגט קיין ליגענט.
(קדושת ציון )
---
ואת יהודה שלח לפניו זאגט רש"י בשם המדרש אז יעקב אבינו האט געשיקט יהודה זאל גיין קיין מצרים "לתקן לו בית תלמיד שמשם תצא הוראה" [ער זאל צוגרייטן א בית המדרש צו לערנען תורה] זאגט דער ספר כתנות אור אז דער טעם פארוואס יעקב אבינו האט געשיקט יהודה זאל צוגרייטען א בית המדרש ווייל די גמרא זאגט אין (ברכות ח' ע"א) אז פון דעם טאג וואס דער בית המקדש איז חרוב געווארין רוהט דער אויבערשטער ווי מען לערנט תורה [אמר רבי חנינא בר אמי משמיה דעולא מיום שחרב בית המקדש אין לו להקב"ה אלא ד' אמות של הלכה בלבד] דער אויבערשטער האט דאך צוגעזאגט צו יעקב אבינו אז "אנכי ארד עמך" דאס מיינט אז די שכינה וועט אויך מיט גיין מיט די אידן קיין מצרים כדי די שכינה זאל האבן א ארט ווי צו רוהען אין לאנד מצרים דארף דאך זיין א מקום תורה וואס ווערט א מקום שכינה דערפאר איז יהודה געקומען צוגרייטען אן ארט פאר די שכינה הקדושה.

מיט דעם קען מען מפרש זיין אין די זמירות [פון פאר די סעודת ליל שבת קודש וואס דער אר"י הקדוש האט מחבר געוועהן] יהא רעוא קמיה דתשרי' על עמיה דיתענג לשמי' במתיקין ודובשין מיר זענען מתפלל אז השי"ת זאל מאכין רוהען די שכינה אויף די אידן אין גלות ווי אזוי דיתענג לשמי' במתיקין ודובשין אז מען וועט לערנען די תורה הקדושה וואס ווערט אנגערופען זיס ווי האניג [מתוקים מדבש ונופת צופים] דורך דעם תענוג און הנאה פון לימוד התורה איז מען זוכה צו השראת השכינה
(כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצ"ל, הו"ד בליקוטי כרם שלמה)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויגש אליו יהודא ויאמר בי אדני ידבר נא עבדך באזני אדני וגו'
קען מען זאגען פשט אזוי:
"ויגש אליו" ווען א איד שטעלט זיך "יהודא" צו לויבן דעם אייבירשטען, "ויאמר" דארף ער בעטן, "ידבר נא עבדך" דיין קנעכט וויל רעדן, "דבר" רייד, "באזני אדני" וואס זאל אריינגיין אין ווערן אנגענומען ביי מיין הער דער הייליגער באשעפער
(רב ייבי)

"כי איך אעלה אל אבי והנער איננו אתי" וגו'
אז א מענטש דארף זיך טראכטען, "כי איך אעלה" ווי אזוי וועל איך ארויפגיין , "אל אבי" צו מיין טאטע אין הימל, "והנער" און די יונגע יארן "איננו אתי" האב איך נישט אויסגענוצט ווי עס באדארף צו זיין.
(תולדות יעקב יוסף)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויגש אליו יהודה ויאמר בי אדוני (מ''ד י''ח).
פון די טראפן וואס זענען אויף די ווערטער, ווערט פארענטפערט פארוואס יהודה האט זיך מער אנגענומען ווי די אנדערע ברידער. (ויגש אליו) "קדמא ואזלא" ווייסטו פארוואס איך גיי פריער. (יהודה) "רביעי" כאטש איך בין דאך די פערדע. (ויאמר) "זרקא" ווייל איך האב זיך אונטערגענומען צו זיין פארווארפן. (בי אדוני) "מנח סגול" פון צו רוען אין גן עדן [עם סגולה].
(ווילנא גאון)

ידבר נא עבדך דבר באזני אדני וגו'(שם). יכנסו דברי באזניך (רש" י). יהודה האט געבעטן צו די אייבערשטער, איך האב פון דיר איין בקשה: "יכנסו דברי באזניך" אז מיינע תפילות זאלן גלייך אריין גיין אין דיינע אויערן (כביכול), עס זאל חס ושלום נישט ווערן א מחיצה צווישן מיר און דיר.
(דגל מחנה אפרים)

ויאמר אבינו שבו שברו לנו מעט אוכל (מ"ד כ"ה). "שֻׁבוּ" איז א לשון פון תשובה טאהן, אז א איד וויל תשובה טאהן מיט זיין גאנצע הארץ, דעמאלס "שברו לנו" דארף מען צוברעכן דער יצר הרע פון תאות האכילה, "מעט אוכל" און עסן נאר דאס ביסל וואס מ'דארף פאר די געזונט.
(דעת משה - קאזניץ)
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

וּבִנְיָמִן בָּכָה עַל צַוָּארָיו: (מה, יד)
על משכן שילה שעתיד להיות בחלקו של יוסף וסופו להיחרב… (רש"י)

עס ווערט געברענגט (תענית כ) אז ר' זירא האט זיך אויפגעטוען "ולא ששתי בתקלתו של חברי". ר' זירא האט נישט געזאגט אז ער האט זיך מיטגעפרייט מיט'ן שמחה פון זיינע פריינט, נאר אז ער האט זיך נישט געפרייט ווען עס איז זיי נישט גוט געגאנגען. לכאורה וואספארא מעלה איז דאס דען, אז ר' זירא האט זיך נאך בארימט דערמיט?

נאר פשט איז טיפער: ר' זירא דערציילט אז ער האט זיך נישט געפרייט אויך מיט'ן אייגענעם שמחה, טאמער האט ער געוואוסט אז עס איז אויפ'ן חשבון פון א פריינט'ס דורכפאל, פון זיין חבר'ס בראך.

די זעלבע דא, האט בנימין מוותר געווען אויף זיין פערזענליכע גליק אז די הייליגע בית המקדש זאל געבויעט ווערן אין זיין נחלה, אויב צוליב דעם דארף קודם חרוב ווערן די משכן שילה וואס איז געווען אין די חלק פון זיין ברודער יוסף.

ר' יצחק מוואורקע זיע"א.

--

וְאֶת יְהוּדָה שָׁלַח לְפָנָיו ..לְהוֹרֹת לְפָנָיו גּשְׁנָה וַיָּבֹאוּ אַרְצָה גּשֶׁן: (מו - כח)

להורות לפניו, כתרגומו, לפנות לו מקום ולהורות היאך יתיישב בה. ומדרש אגדה, להורות לפניו, לתקן לו בית תלמוד שמשם תצא הוראה. (רש"י הק')

מען קען זאגן אז ביידע פירושים אין רש"י גייען צוזאמען. לויט די ווערטער פון כ"ק זקני ז"ל (מרן מהר"י מבעלזא זיע"א) אויפ'ן פסוק וישב ישראל בארץ מצרים בארץ גושן ויאחזו בה וגו' (מז, מח). זאגט דערויף דער זוהר הק': ויאחזו בה, אחסנת עלמין. וואו זעהט מען אז די שטאט גושן איז געווען פאר די אידן אן אייביגע ארבטייל?

זאגט דער זיידע ז"ל לויט ווי עס ווערט געברענגט אז ארץ גושן ווערט גערעכנט אין די גבולות פון ארץ ישראל, אזוי ווי עס שטייט, ויקח יהושע את כל הארץ הזאת וגו' ואת כל ארץ גושן וגו' (יהושע יא, טז). און דער רד"ק איז דארט מסביר, אז גושן פון מצרים איז געווען "נבלעת בתוך ערי ישראל. ובזכות שהלך יהודה בשליחות אביו להורות לפניו, זכה שיהי' לחלקו ארץ גושן שהיא טובה." דאס הייסט אז דורך דעם וואס יעקב אבינו און די הייליגע שבטים האבן געוואוינט אין גושן, האבן זיי אזוי געהייליגט דאס ארט, אז עס איז אהין נמשך געווארן די קדושה פון ארץ ישראל און איז דעריבער אריינגערעכנט געווארן אין די גבולות הארץ. און דאס איז פשט אין זוהר הק': ויאחזו בה, אחסנת עלמין.

דאס וועט אויך זיין פשט: ואת יהודה שלח לפניו ..להורות לפניו גושנה – "לפנות לו מקום", דאס מיינט אויסצורייניגן דאס ארט פון די טומאה און קליפת מצרים, "ולהורות היאך יתיישב בה" – ווי אזוי ממשיך צו זיין אהין די קדושת ארץ ישראל. "ומדרש אגדה להורות לפניו – לתקן לו בית תלמוד שמשם תצא הוראה", דאס הייסט אז דורך די כח פון לימוד התורה וועט גושן אויסגערייניגט ווערן פון טומאת מצרים און עס וועט געהייליגט ווערן מיט קדושת הארץ.

- כ"ק מרן מהר"א מבעלזא זיע"א -

--

וַיֹּאמֶר יוֹסֵף אֶל אֶחָיו אֲנִי יוֹסֵף וגו'. וַיֹּאמֶר יוֹסֵף אֶל אֶחָיו גְּשׁוּ נָא אֵלַי וַיִּגָּשׁוּ וַיֹּאמֶר אֲנִי יוֹסֵף אֲחִיכֶם אֲשֶׁר מְכַרְתֶּם אֹתִי וגו': (מה, ג-ד)

קודם האט יוסף געזאגט פאר אלע ברודער "אני יוסף וגו', נאר שפעטער אז ער האט געוואלט רעדן מיט זיי איבער דעם וואס זיי האבן אים פארקויפט, האט ער דאך נישט געוואלט אז בנימין זאל הערן כדי זיי נישט צו פארשעמען פאר בנימין'ן און אויך אז בנימין זאל נישט דערציילן פאר'ן טאטן יעקב, דערפאר האט ער געזאגט פאר די איבריגע ברודער: גשו נא אלי ויגשו, ויאמר אני יוסף אחיכם אשר מכרתם אותי וגו'. דערמיט האט ער זיי געוויזן, אז פונקט אזוי ווי איך באהאלט דאס פון בנימין, דארפט איר נישט זארגן אז איך וועל דערציילן פאר'ן טאטן.

און א ראי' פון פסוק: יוסף האט געזאגט פאר די ברודערס "אשר מכרתם", זעהט מען פון דא אז בנימין איז נישט אנוועזנד געווען ביי די ווערטער, ווייל ער האט דאך נישט פארקויפט יוסף.
נאר נאכדעם ווען יוסף האט אנגעהויבן צו זאגן מהרו ועלו אל אבי, דאן האט ער שוין ווידער גערעדט צו בנימין אויך, און ער האט טאקע אויסגעפירט "עיניכם רואות ועיני אחי בנימין, כי פי המדבר אליכם", ווייל נאר איצט זענען די אויגן פון די שבטים און פון בנימין גלייך געווען, משא"כ פריער, ביים דיבור פון גשו נא אלי און די גאנצע רעדע פון די מכירה, דארט זענען זייערע אויגן נישט גלייך געווען, ווייל בנימין האט נישט אנטייל גענומען אין דעם שמועס.

- צרור המור -

--

וַיַּעַל לִקְרַאת יִשְׂרָאֵל אָבִיו גּשְׁנָה וַיֵּרָא אֵלָיו וַיִּפֹּל עַל צַוָּארָיו וַיֵּבְךְּ עַל צַוָּארָיו עוֹד: (מו, כט)
ויבך על צואריו עוד - לשון הרבות בכיה ...אבל יעקב לא נפל על צוארי יוסף ולא נשקו ואמרו רבותינו שהיה קורא את שמע:

אמאל ווען דער זיידע זצ"ל הרה"ק ר' נתן דוד משידלאווצי זי"ע איז געווען פאר עטליכע וואכן אין שטאט קארלסבאד אויף דאטשע, איז איינגעפאלן פאר עטליכע פון זיינע אנ"ש צו פארן צום רעבי'ן אויף שב"ק, קלערנדיג אז דער רבי וועט זיכער האבן א גרעסערע שמחה און נחת רוח פון די נסיעה, ווי איידער ווען זיי קומען צום רבי'ןס שטוב קיין שידלאווצע, ווייל דארט אין קארלסבאד האט ער דאך נישט קיין שום באקאנטע. געזאגט און געטוהן, האבן א גרופע חסידים געפאקט פעק און געפארן צו רבי'ן קיין קארלסבאד אויף שב"ק.

אנקומענדיג צום צדיק זצ"ל, האט ער זיי תיכף געגעבן שלום, אבער מער פון דעם גארנישט. דער רבי האט נישט גערעדט מיט זיי קיין ווארט. די חסידים האבן געהאט גרויס צער דערפון. הלמאי, נאכ'ן פארן אזא ווייטע וועג מיט א גוטע כונה צו דערפרייען דעם רבי'ן, און דא איז ער זיי גאר מרחק און וויל נישט רעדן מיט זיי?

אבער די ווייטאג האט נישט לאנג געדויערט, ווייל אזוי ווי עס איז געווארן שבת, האט דער רבי זיי געשיקט רופן צו אים אין אכסני' און זיי אויפגענומען מיט גרויס שמחה און ליבשאפט, אזוי האט ער זיך משתשע געווען מיט זיי און צוזאמען גערעדט דברי תורה מיט גרויס התלהבות. פארשטייט זיך אז דאס איז ערשט געווען פאר די חסידים נאך א גרעסערע וואונדער, "וואס איז דא פלוצלונג געשעהן אז דער רבי פרייט זיך יא מיט אונז?"

און דער רבי האט מסביר געווען: וויסן זאלט איר מיינע ליבע אידן, אז ווען איך האב אייך דערזעהן דא ביים שלום געבן, האט איך באקומען אין הארץ אזא גרויסע שמחה און ליבשאפט, אז איך האב אויפ'ן ארט באשלאסן אוועקצוגעבן די אהבה פארן ליבן באשעפער ב"ה, ווייל אזא אהבה פאסט נישט זיך צו באנוצן דערמיט נאר לכבוד דעם בורא ב"ה...

- אמרי צבי פר' לך -

--

וַיֹּאמֶר יִשְׂרָאֵל אֶל יוֹסֵף אָמוּתָה הַפָּעַם אַחֲרֵי רְאוֹתִי אֶת פָּנֶיךָ וגו'. (מו, ל)

מקשין העולם, פארוואס דוקא נאכדעם וואס יעקב אבינו האט געזען זיין זון יוסף הצדיק האט ער זיך אויסגעדרוקט "אמותה הפעם"? די סברא זאגט דאך פארקערט, איצט קען מען לעבן פרייליכערהייט, אן קיין עגמת נפש!

נאך פרעגט מען, פארוואס האט יעקב פונקט דאן געלייענט קרי"ש? און אויב ווייל עס איז פונקט געווארן זמן קריאת שמע, פארוואס האט יוסף הצדיק נישט אויך געלייענט קרי"ש?

נאר ווייל קריאת שמע איז אן ענין פון מסירות נפש, אזוי ווי חז"ל דרשנ'ן אויפ'ן פסוק "ובכל נפשך" - אפילו הוא נוטל את נפשך, אזוי ווי רבי עקיבא האט געזאגט אז אלע זיינע יארן האט ער זיך מצער געווען ווען וועט ער שוין קענען מקיים זיין דעם פסוק.

ווען יעקב האט געטרויערט אויף יוסף און זיך נישט געוואלט לאזן טרייסטן, איז דאך זיין לעבן געווען ביטער, וואלט דאן נישט געווען קיין חידוש אויב ער וואלט זיך מוסר נפש געווען בשעת קרי"ש, ווייל אך און וויי צו אזא לעבן. אבער איצט ווען ער האט זיך געטראפן מיט זיין זון און די שמחה איז געווען געוואלדיג גרויס, דאן האט פלוצלונג באקומען גאר א גרויסע משמעות די מסירות נפש ביים לייענען קרי"ש. ערשט דאן, פון גרויס ליבשאפט צו הקב"ה און ווילנדיג זיך מוסר נפש זיין ווען זיין הנאה פונעם לעבן איז אויפ'ן העכסטן שטאפל, האט יעקב אבינו געלייענט קריאת שמע, און געזאגט דעם "אמותה הפעם", ווייל דוקא איצט האט א חשיבות דאס מסירות נפש ביים לייענען קריאת שמע.

- חות דעת, ועוד ספרים-

--

(מה - ה) וְעַתָּה אַל תֵּעָצְבוּ וגו' לְמִחְיָה שְׁלָחַנִי אֱלֹהִים לִפְנֵיכֶם:

עס וועט געברענגט אין ספרים הק' אויפ'ן פסוק "כי יברכך ה' אלוקיך בכל תבואתך ובכל מעשה ידיך והיית אך שמח" (דברים טז) אז שמחה איז א סגולה אויף פרנסה. און דערפאר איז די סופי תיבות פון די ווערטער והיי'ת א'ך שמ'ח די שם חת"ך – די נאמען פונעם מלאך וואס איז ממונה אויף פרנסה.

דאס האט יוסף הצדיק געזאגט פאר די ברודער "ועתה אל תעצבו" - נאר אדרבה, זייט'ס בשמחה, "כי למחיה שלחני אלוקים לפניכם" - און שמחה איז דאך א סגולה אויף פרנסה.

- כרם שלמה -

--

עֵינֵיכֶם רֹאוֹת וְעֵינֵי אָחִי בִנְיָמִין כִּי פִי הַמְדַבֵּר אֲלֵיכֶם: (מה, יב)

רש"י הק': והנה עיניכם רואות ועוד כי פי המדבר אליכם בלשון הקודש (בב"ר): ועיני אחי בנימין - (מגילה יז) השוה את כולם יחד לומר שכשם שאין לי שנאה על בנימין אחי שהרי לא היה במכירתי כך אין בלבי שנאה עליכם:

יוסף הצדיק האט געוואלט בארואיגן די ברודער אז זיי זאלן נישט מיינען אז ער איז ברוגז מיט זיי, והא ראי': איך רעד דאך מיט אייך אין לשון הקודש. לכאורה פארוואס זאל דאס זיין א ראי' אז ער איז נישט אויפגערעגט אויף זיי איבער די מכירה?

נאר די חשש פון די שבטים וועגן די מעגליכע שנאה פון יוסף אויף די מכירה איז נאר געווען אזוי לאנג ווי יוסף נישט אז זיי האבן שוין חרטה געהאט אויף די מכירה. וויבאלד זיי וואלטן געוואוסט, אז יוסף ווייסט אז זיי האבן חרטה דערויף מעיקרא, וואלטן זיי שוין נישט מורא געהאט פון אים.

איצט ווען יוסף האט באמערקט 'כי נבהלו מפניו', און ער האט פארשטאנען פארוואס זיי האבן מורא, האט ער זיי מרמז געווען אז ער ווייסט אז זיי האבן שוין חרטה געהאט. און ווי אזוי ווייסט ער? ווייל ווען די ברודערס האבן געזאגט איש אל אחיו דעם "אבל אשמים אנחנו על אחינו", האט דאך יוסף געהערט און פארשטאנען, נאר זיי האבן דאס נישט געוואוסט "כי המליץ בינותם".

דאס איז געווען די כוונה פון יוסף ווען ער האט געזאגט "כי פי המדבר אליכם – בלשון הקודש". איך בין דא געשטאנען ווען איר האט אויסגעדרוקט חרטה אויף דעם וואס איר האט מיר פארקויפט, און איך האב געהערט און פארשטאנען ווייל איך רעד דאך אויך לשון הקודש. דעריבער דארפט איר פון מיר נישט מורא האבן.

- בנין אריאל -
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

יישר כח ר' זיידעניו און ר' יודל

לערנען געווענליך טוה איך אין בעסמעדריש נישט דא אין קרעטשמע,

אבער די שיינע מעשיות אויפן פרשה, פון ר' זיידעניו האב איך זיך מיך מחיי' געווען..

קיפ אפ
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

ויעלו.
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

אל תרגזו בדרך, זאגט רש"י אל תתעסקו בדבר הלכה.
פרעגן שוין אלע מפרשים וואס האט זיי יעקב אבינו דאס נישט אנגעזאגט.
לערנענדיג היינט צופרי, האב איך מיר דערמאנט א שיינע רעיון וואס איך האב געהערט פון רבינו מהר"א מסאטמאר שליט"א ביים משתה היין פארגאנענגע יאר.
די גמרא זאגט אין מגילה דף ז, רבה ור' זירא האבן געמאכט א סעודת פורים צוזאמען, קם רבה ושחטי' לר' זירא, למחר בעי רחמי ואחי', אין די פוסקים האבן א חקירה נאכדעם וואס ר' זירא איז לעבעדיג געווארן אויב האט ער נאכאמאל געדארפט מקדש זיין זיין ווייב. און מען ברענגט זיך א ראי' פון מתן תורה, דארט איז אויך געווען פרחה נשמתם, און מען זעט השי"ת האט געזאגט לך אמור להם שובו לכם לאהליכם, און ס'ווערט נישט דערמאנט מען זאל נאכאמאל דארפן מקדש זיין. ס'איז אבער דא אנדערע וואס זאגן, אז געשטארבן איז געשטארבן, און טאמער שטייט מען צוריק אויף תחה"מ דארף מען יא נאכאמאל מקדש זיין.
(איך געדענק נישט די אלע ספרים וואס מהר"א האט דעמאלט נאכגעזאגט, אבער נאך א שטיקל זוך אין אוצר החכמה האב איך געטראפן עטליכע וואס רעדן פון דעם ענין, ברכי יוסף אה"ע סי' י"ז, אבני נזר סי נ"ו, גן רוה פ' פינחס, פרדס יוסף פ' משפטים, גבעת פינחס פ' יתרו, בן יהוידע מגילה, עי"ש ותמצא נחת).
דערפאר האט יוסף געפונען פאר וויכטיג יעצט צו בעטן די ברודער אל תתעסקו בדבר הלכה, ווייל דער מדרש זאגט ווען יוסף האט זיך אנטפלעקט פאר די ברידער איז פרחה נשמתן, ממילא איז דא געווארן א גרויסע שאלה להלכה, דארפן די ברידער מקדש זיין נאכאמאל זייערע ווייבער צו נישט, האט זיי יוסף געבעטן אל תתעסקו בדבר הלכה, נישט אויפן וועג מחמת סכנה וכמבואר ברש"י.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

כידוע שיעקב אבינו ע"ה כשהתוודע עם יוסף קרא קר"ש. וטעמו שבעת ששרה בו אהבה עזה לבנו רצה ליתן האהבה לבוראו ית"ש ולא להסיח דעת כרגע מהקב"ה.
ובילדותי אמרתי לפרש בזה המדרש הידוע בפר' תרומה, כיון שאמר הקב"ה ויקחו לי תרומה מיד אמרו ישראל שמע ישראל ה"א ה"א.
ההרגש שהיה להישראלים ששמעו שהקב"ה ישכן שכינתו בינהם ועליהן לבנות בית השם עוררה אהבה עזה להשי"ת, מיד אמרו שמע ישראל וכו'.
ודברי פי יוסלמאן?
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

אט א אינטערעסאנטע שטיקל אין ייטב לב די וואך איבער וואס יעקב האט געליינט קר"ש.

מבואר בספה"ק (עיין בעש"מ מאמר חקו"ד ח"א פ"כ) לפרש הכתוב ויאמר ישראל אל יוסף אמותה הפעם אחרי ראותי את פניך כי עודך חי, עפי"מ שפי' רש"י שיוסף נפל על צואר יעקב ויבך, אבל יעקב לא נפל על צואר יוסף, ואמרו ז"ל (מדרש אגדה) שהי' קורא את שמע, וידוע כי אחר קריאת שמע תפלה, ובודאי הי' יעקב תיכף מתפלל וסמך גאולה לתפלה, ואח"כ הוא ענין נפילת אפים שמסר עצמו למיתה, וזה שנאמר אמותה הפעם, הוא ענין נפילת אפים, כי איתא בשו"ע (או"ח סי' קל"א ס"ב) שאין ליפול על פניו רק במקום שיש ספר תורה, ויוסף הוא בחינת ספר תורה, וז"ש אמותה הפעם דייקא אחרי ראותי את פניך כי עודך חי, בחינת יסוד צדיק הנקרא חי.
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ויגש אליו יהודה, בבעה"ט, ויג'ש אלי'ו יהוד'ה סופי תיבות שוה. והקדוש בדברי ישראל פירש כפי שאומרים מתלמידי בעשה"ק על הפ' שויתי השם למגדי תמיד, ששוה אצלי השם, מידת הרחמים, או לנגדי, מידם הדין נגד בן אדם, שכל מה דעביד רחמנא לטב עביד.

ובמדרש אומרו שאין הגשה אלא תפילה, וההסבר שלתפילב צריכן השגה, אותיות הגשה, שיהיה שוה אצלו כל משה שהקב"ה עושה, ובזה צריכן להתפלל, וזהו סו"ת שוה, שכשתפלל יהיה שוה אצלך רחמים ודין ששניהם מאב אחד באו.

ובזה אמרתי מה שאנו אומרים בשמו"ע, רצה השם אלוקינו בעמך ישראל וכו', רצה השם אלוקינו, ווען סיי דער רחמים און סיי ווען 'ספארקערט איז עס רצוי לעמך ישראל, דאן ולתפלתם שעה, והבן.

(אמרי יוסלמא
ן – תש"ע)

אבקש סליחה שאין בידי ספר הנ"ל, אולי טעיתי בלשונו, אבל התוכן הוא העיקר.
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

זיידעניו האט געשריבן:אני יוסף העוד אבי חי ולא יכלו אחיו לענות אתו כי נבהלו מפניו (מה, ג).
יה-ודה האט שטענדיג גע'טענה'ט צו יוסף: דו ביזט גערעכט עס קומט זיך טאקע א שטראף צו בנימין, אבער זיין אלטע טאטע האט דאך גארנישט געזינדיגט אנטקעגן דיר, אים קומט זיך נישט קיין שטראף, איז ווען דו וועסט צונעמען בנימין וועט דאך אויסקומען די גרעסטע שטראף פאר זיין טאטע, איז דער משפט נישט א גערעכטיגע.

אבער יעצט ווען ער האט זיך געטוען אננערקענען פאר זיינע ברידערס האט ער געזאגט: "אני יוסף" איך בין דער יוסף וואס עטס האטס מיך פארקויפט, ווייל איך האב געזינדיגט פאר ענק, אבער - העוד אבי חי - צו לעבט נאך דער טאטע פון די גרויסע צער וואס עטס האט'ס פארשאפט? וואס איז די טאטע שילדיג געווען אז עטס האט'ס אים געלאזט אזוי זיך פייניגן 22 יאר, איז די זעלבע שאלה וואס עטס האטס צו מיר האב איך צו ענק....
(הגר"י בלאזער)

דער ווארט שטייט אין בית הלוי.

מיט דעם איז ער מסביר וואס ס'שטייט אין מדרש אויף דעם פסוק, [בערך בזה הלשון] אמר אבא כהן ברדלא יוסף קטנן של שבטים לא יכלו אחיו לעמוד בתוכחתו, כשיבוא הקב"ה ויוכיח את כל אחד לפי מה שהוא עאכו"כ.

זאגט דער בית הלוי, אז מ'איז מוכיח א מענטש אז פון זיינע אייגענע מעשים איז א ראי' קעגן זיינע הצדקות [אז ווען ס'איז איהם גוט אויסגעקומען צו טוהן כך וכך האט ער זיך יא אנגעשטרענגט דערצו וכו'] איז עס א ראי' שאין עלי' תשובה, און דאס האט יוסף געזאגט פאר זיינע ברידער וכנ"ל.

וזה הכונה כשיבוא הקב"ה ויוכיח את כל אחד לפי מה שהוא, אז ביי זיינע ענינים האט ער זיך נישט ארויסגעדרייט מיט תירוצים, עאכו"כ אז מ'וועט נישט קענען ענטפערן.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

ויאמר אליהם אל תרגזו בדרך, זאגט די גמרא [תענית דף י' ע"ב] אל תפסיעו פסיעה גסה, דאמר מר פסיעה גסה נוטלת אחד מחמש מאות ממאור עיניו של אדם.

איז דא דארטן א אינטערעסאנטע תוס', תוס' פרעגט אויב אזוי וואלט מען נאך 500 גרויסע פסיעות געדארפט בלינד ווערן, זאגט תוס' אז יעדע פסיעה נעמט אוועק אחד מת"ק פון וואס ס'איז 'איבערגעבליבן' וכהיסוד הידוע דעישורייתא דבי רבי.

און די סיבה פארוואס די ערשטע פסיעה נעמט אוועק מער ווי די שפעטערע [דהיינו דלכאורה וואלט מען געדארפט זאגן אז א פסיעה גסה נעמט אוועק א סכום קבוע ממאור עיניו, און ממילא נאך 500 פסיעות וואלט מען געדארפט בלינד ווערן, דאיזה סברא היא זו דהוי גזיה"כ שאינה נוטלת רק אחד מת"ק מהמאור שיש לו עכשיו] זאגט תוס' אז דאס איז ווייל כל התחלות קשות.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

זיידעניו האט געשריבן:עס ווערט געברענגט א אינטערסאנטע רמז "יום ו' ג' שבט" אויב עס געפאלט פרייטיג אין ג' שבט. דעמאלטס "יפול שלג וקור גדול" וועט יענע יאר פאלן א גרויסע שניי מיט א גרויסע פרעסט. עס איז די זעלבע אותיות ווי "ויגש".
(פרי מגדים בשם ר' אייזיק הדרשן)


עי' כאן.

שוטה האט געשריבן:ויאמר אליהם אל תרגזו בדרך, זאגט די גמרא [תענית דף י' ע"ב] אל תפסיעו פסיעה גסה, דאמר מר פסיעה גסה נוטלת אחד מחמש מאות ממאור עיניו של אדם.

איז דא דארטן א אינטערעסאנטע תוס', תוס' פרעגט אויב אזוי וואלט מען נאך 500 גרויסע פסיעות געדארפט בלינד ווערן, זאגט תוס' אז יעדע פסיעה נעמט אוועק אחד מת"ק פון וואס ס'איז 'איבערגעבליבן' וכהיסוד הידוע דעישורייתא דבי רבי.

און די סיבה פארוואס די ערשטע פסיעה נעמט אוועק מער ווי די שפעטערע [דהיינו דלכאורה וואלט מען געדארפט זאגן אז א פסיעה גסה נעמט אוועק א סכום קבוע ממאור עיניו, און ממילא נאך 500 פסיעות וואלט מען געדארפט בלינד ווערן, דאיזה סברא היא זו דהוי גזיה"כ שאינה נוטלת רק אחד מת"ק מהמאור שיש לו עכשיו] זאגט תוס' אז דאס איז ווייל כל התחלות קשות.


ועי' חי' הרעק"א על הרמב"ם פכ"ד משבת ה"ד.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

וואס איז פשט אל יחר אפך בעבדיך כי כמוך כפרעה דאס הייסט ער זאגט אים רעג דיך נישט ווייל איך קען דיך הרג'ענען 0לויט איין פשט און רש"י) לכאורה קשה אזוי רעדט מען צו א קעניג? אז איך גיי דיך הרג'ענען? און בכלל וועגן דעם זאל מען נישט זיין ברוגז?. איפכא מסתברא
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

הרב שאינו יודע
ליגט מיר אין זכרון עפעס אין עטרת חיים אויף דעם
א פאר הערה'ליך
א'
ויפול על צוארי בנימן אחיו ויבך ובנימין בכה על צואריו
רש~י זאגט זיי האבען באוויינט די מקדשים
א ביסעל שווער נאר דער סדר הדברים
ערשט איז דאך געוועהן חורבן שילה און הערשט שפעטער חורבן ירושלים
נאר קען זיין על פי דער מהרי~ל דיסקין אויף דעם פסוק ויקרא אלקים לאור יום ולחושך קרא לילה
אז די קריאת הלילה איז געוועהן ערשט נאר הקב~ה האט נישט געוואלט אהנהייבען מיט מדת לילה
האט ער ערשט געשריבען טאג איי דער סדר איז מהופך
זאגט דער מהרי~ל אז דער עבר וואס איז געשריבען דארך היפוך העתיד איז שפעטער ווי דער רעכטער עבר
ואם כן הוא הדין נמי לדידן ויבך איז שפעטער ווי בכה...
ב'
ויזבח זבחים לאלוקי אביו יצחק און רש~י זאגט חייב אדם בכבוד אביו יותר מבכבוד אבי אביו
דער ט~ז ברענגט דער רש~י אלץ ראיה אז כיבוד זקינו איז יא דא נאר עס איז נישט אזוי שטארק ווי כיבוד אביו ממש
דער נקוה~כ זאגט אז דער ט~ז האט נישט געדארפט אראפ ברענגען דער רש~י נאר דער מדרש
נאר ער איז ממליץ אז וויבאלד יעדער דארף דאך לערנען חורש~י האלט דער ט~ז אז עס קען דאך נישט זיין איינער וואס זאל פארזעהן דער רש~י
ג'
אויף דער פסוק ויאמר אלוקים לישראל במראות הלילה איז דא א מוראדיגע משך חכמה
עיין שם
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =14061&st=%u05D1%u05DE%u05E8%u05D0%u05D5%u05EA%20%u05D4%u05DC%u05D9%u05DC%u05D4
עס איז אויף פעידזש 42
ד'
ואת יהודה שלח לפניו גושנה
דער תיב"ע זאגט למיכבשא יד עמודיא דארעא
קען זיין אז יהודה האט דאך געהאט א דין מלך ממילא וועט א כיבוש זיינער נישט מער האבען קיין דין מצרים
אויף וואס עס פאסט דער איסור פון ירידה למצרים און יעקב אבינו האט געוואלט דאס פארדינען
ה'
ימי שני מגורי וגו' ימי שני חיי וגו' דער מלבי"ם איז מסביר אז די צייט וואס א מענטש געפונט זיך אויף דער וועלט הייסט נאך נישט געלעבט
און יעקב בענותנותו האט נישט געהאלטען אז ער האט געלעבט אסאך ביים זיין אויף דער וועלט כלפי דאס לעבען וואס זיינע עלטערן האבען זוכה געווען ווען זיי זענען געווען אויף דער וועלט
ו'
דוי הסר וגם חרון ואז אלם בשיר ירון
מען בעהט ביים באשעפער נעם אוועק די פרשה סתומה די אותיות דו"י ד' פון מאד און ו"י פון ויהי און עס זאל נתגלה ווערען דער קץ...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ווי איז די נקודות?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איך האב געטראפן א שיינע פשט און טיב לבב אויף די קשיא וואס איך האב געפרעגט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”