זאת חנוכה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

זאת חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

א) זאת חנוכה ליינט מען די קריאה, פון זאת חנוכת המזבח, דערפאר הייסט דאס זאת חנוכה.

ב) מען איז ממשיך די קריאה, ביז פ' בהעלותך ביז כן עשה את המנורה, ווי רש"י זאגט אז קב"ה האט געזאגט פאר אהרן שלך גדולה משלהם, ווייל זיינע נירות וועלן בלייבן אויף אייביג, און רמב"ן שטייט אז די נירות וואס בלייבן אויף אייביג איז די נירות חנוכה, ממילא הייסט דער טאג וואס מ'ליינט אט די קריאה זאת חנוכה, ווייל דאס איז חנוכה וואס איז לעולם קיימת,
(מפרשים)

הוספה: דאס איז מרומז דעם פסוק בזאת יבא אהרן, בזאת מיט דעם זאת חנוכת המזבח ביז כן עשה את המנורה דאס איז געוועהן די נחמה פאר אהרן אז שלך גדולה משלהם.
(המלקט)

ג) די יונים האבן געוואלט אויסרייסן חכמת התורה, שמן איז מרומז אויף חכמה, אין די וועלט איז דא זיבן חכמות ווי ס'שטייט (משלי ט) חכמות בנתה היתה חצבה עמודי' שבעה, אבער די חכמת התורה איז איבער אלעם, ווי ס'שטייט ואת עלית על כולנה, אלע זיבן טעג חנוכה צינד מען שמן קעגן די זיבן חכמות, אבער דער אכטע טאג דאס איז איבער אלעס ווייל דאס איז קעגן חכמת התורה, זאת חנוכה.
(בני יששכר)

ד) זאת חנוכה איז די גמר החותם פון די הייליגע טעג, די הייליגע טעג איז די עיקר תשובה תפלה וצדקה, וואס איז צום קול ממון וואס איז צוזאמען בגימ' זאת, דעריבער הייסט דער טאג פון גמר החותם זאת חנוכה.
(מפי הזכרון)

ה) עס זענען דא אכט לשונות אינעם נוסח פון נשמת כל חי, המעורר ישנים, המקיץ נרדמים, המשיח אלמים, והמתיר אסורים, והסומך נופלים, והזוקף כפופים, והמפענך נעלמים, ולך לבדך אנחנו מודים, אזוי ווי חנוכה איז מיוסד נאר להודות ולהלל און נישט פאר סעודת, די אכט טעג זענען קעגן די אכט לשונות פון הודאה ביי נשמת, אבער די אכטע טאג איז קעגן לך לבדך אנחנו מודים דאס איז הודאה צו קב"ה, דערפאר הייסט טאקע דער אכטע טאג זאת חנוכה ווייל דאס איז די תכלית פון חנוכה להודות ולהלל.
(המלקט)

ו) מ'זאגט נאך פונעם בעלזא רב מהר"י, אז ווען א איד ענדיגט א מצוה און שפירט א צובראכנקייט אז זיין מצוה איז גארנישט ווערד איז א סימן אז אין הימל האט מען מקבל געוועהן זיין מצוה ע"כ, דעם לעצטן טאג חנוכה פרעגט זיך א איד, זאת חנוכה?, דאס איז איז חנוכה אזוי רעכט מען אפ א חנוכה? ער שפירט א צובראכנקייט, זאל ער וויסן אז יא, זאת חנוכה דאס איז טאקע חנוכה זיין חנוכה איז חשוב איז הימל.
(המלקט בדרך צחות קצת)

ז) סתם א הנאה וואס א מענטש האט בלייבט נישט אייביג, משא"כ א הנאה של מצוה בלייבט די הנאה אפי' אויף שפעטער, דערפאר מאכט מען א יו"ט שמיני עצרת נאך סוכות צו ווייזן אז נאך סוכות ווען ס'איז געוועהן א שמחה בלייבט די שמחה ווייטער, נאכן ענדיגן א יו"ט חנוכה וואס איז בעיקר פאר ריבוי התורה פרייט מען זיך נאך א טאג זאת חנוכה, מ'קען זיך פרייען בשמחת התורה ווייל די יונים האבן דאך געוואלט להשכיחם תורתיך.
(עצי חיים)

ח) די מדרש זאגט בזאת יבא אהרן, ר' יודן פתר קריא כהן גדול בכניסתו לבית קדשי קדשים חבילות חבילות של מצות בידו, (די מדרש ברענגט אלע מצות מיט פסוקים אויף דעם וואס שטייט אויף דעם זאת) בזכות התורה – וזאת התורה, בזכות המילה – זאת בריתי, בזכות שבת – אשרי אנוש יעשה זאת, בזכות ירושלים – זאת ירושלים, בזכות שבטים – וזאת אשר דבר להם אביהם, בזכות יהודה – וזאת ליהודה, בזכות ישראל – זאת קומתך, בזכות תרומה – וזאת התרומה, בזכות המעשרות – ובחנוני נא בזאת, בזכות קרבנות – בזאת יבא אהרן ע"כ המדרש, די יונים האבן געוואלט אויסרייסן חודש שבת און מילה, אט די דריי ווערט געברענגט דא אין מדר', שבת - אשרי אנוש יעשה זאת, מילה – זאת בריתי, און חודש איז דאך געוועהן א באזונדערע קרבן לכפרה איז בזאת יבא אהרן, ממילא הייסט דער לעצטע טאג חנוכה ווען די חנוכה ענדיגט זיך זאת חנוכה, צו געדענקען אז דער עיקר יו"ט חנוכה איז לנצחון היונים וואס האבן געוואלט אויסרייסן די דריי זאכן וואס הייסן זאת.
(המלקט, דומה לזה בתפארת שמואל)

ט) זאת במילואו איז בגימ' אתרג, פונקט ווי נאך זיבן טעג סוכות ווען מ'ניצט דעם אתרוג, קומט דעם יו"ט שמ"ע וואס איז דער גמר החותם, אזוי אויך נאך זיבן טאג חנוכה קומט דער אכטע טאג דער גמר החותם וואס הייסט זאת.
(מגן אברהם)

י) זאת איז א לשון פון התגלות וואס איז נראה לעין כול, כדרז"ל הנה אלקינו זה וכל א' וא' מראה באצבעו הנה אלקינו זה, די אכטע טאג איז די התגלות האור דעריבער הייסט דאס זאת חנוכה, כאטש וואס נישט יעדער זעהט דעם אור דאך איז דא א שמחה און אמונה ווי עס שטייט, "זה" היום עשה ד' נגילה ונשמחה בו.
(ישמח ישראל)

יא) זאת איז משמע דאס און נאך עפעס, (א.ה. ווי די גמ' דרש'נט אשר יאמר כי הוא זה דער איז מודה במקצת) אזוי אויך נאך חנוכה זאגט מען זאת, ס'איז דא נאך עפעס, דאס איז יו"ט פורים וואס דאן ווערט דער גמר התיקון, דערפאר הייסט די לעצטע טאג חנוכה זאת.

יב) מענין זה קען מען מרמז זיין, אז זאת בגימ' ת"ח, אין מגילת אסתר איז דא צוויי אותיות וואס זענען גרויס, ח'ור כפרס א גרויסע ח', און ות'כתוב אסתר א גרויסע ת', וואס איז צוזאמען ת"ח, דעריבער הייסט דעם לעצטן טאג זאת חנוכה מרמז צו זיין אז דער גמר התיקון ווערט אין פורים.
(המלקט בדרך רמז)

יג) אין יו"ט חנוכה זענען צוריק געקומען אין בית המקדש צוויי זאכן, א' איז די מנורה, ב' איז די קרבנות, צו מנורה מאכט מען א זכר און צו קרבנות נישט קיין זכר, ווייל מנורה ווייזט אויף רוחני און קרבנות ווייזט אויף גשמי, פון ווי זעהט מען דאס?, פון די קריאה זאת חנוכה ויעש כן אהרן שלך גדולה משלהם, אז די מנורה איז העכער פון קרבנות, קומט אויס אז היינט ווערט נתגלה אז דער עיקר חנוכה איז צינדן די מנורה, זאת חנוכה.
(אור שמונה)

יד) א מורא'דיג ווארט שטייט פון הרה"ק ר' דוד'ל טאלנא זי"ע, ביום השמיני נשיא לבני מנשה גמליאל בן פדהצור, ביום השמיני, אין זאת חנוכה איז דער זמן וואס, נשיא, א טאג צום מרום ונשא, לבני מנשה, די קינדער וואס האבן פארגעסן פון טאטן אין הימל, גמליאל, זיי קענען זאגן היינט גם-לי-אל, בן, דורך דעם ווערן זיי ווי א קינד פון קב"ה, פדה צור, אויסצולייזן הקב"ה וואס הייסט צור עכד"ה, חנוכה איז דאך מלשון חינוך מ'קען מחנך זיין אידישע קינדער כידוע, דעריבער אזא טאג ווי יעדער איד קען ווערן אנגערופן א קינד פון הקב"ה, איז זאת חנוכה, ווייל דאס איז חנוכה מלשון חינוך.
(המלקט)

טו) די אכט טאג חנוכה זענען קעגן די אכט לשונות פון על הניסים, רבת את ריבם, דנת את דינם, נקמת את נקמתם, מסרת גבורים ביד חלשים, רבים ביד מעטים, טמאים ביד טהורים, רשעים ביד צדיקים, וזדים ביד עוסקי תורתיך, די תורה הייסט זאת שנאמר זאת התורה, דערפאר הייסט דער אכטע טאג זאת חנוכה ווייל די אכטע טאג איז קעגן וזדים ביד עוסקי תורתיך.
(נר למאיר)

טז) שמעתי מפי המגיד ירושלמי ר' שבתי ז"ל, וואס איז די חילוק פון חנוכה ופורים, חנוכה איז געוועהן א צרה וועגן די נשמות, און פורים איז געוועהן א צרה וועגן גופים, ווען ס'איז דא א צרת הגוף, דארף מען וויינען תשובה טוען און פאסטן ווי ביי מרדכי ואסתר, אבער ווען ס'איז דא א צרת הנשמה דארף מען לוחם זיין מיט א מלחמה אזוי ווי דא ביי די חשמנאים, דאס זאגט די גמ' מאי חנוכה אין מספידים ואין מתענים כשנכנסו יונים וכו', לכאורה דארף די גמ' פארציילן קודם די מעשה כשנכסנו יונים און דערנאך לפיכך אין מספידים ואין מתענים, ניין, דאס גופא זאגט די גמ', מאי חנוכה ווייסט וואס איז חנוכה אין מספידים ואין מתענין מ'וויינט נישט מ'פאסט נישט נאר מ'איז לוחם בכל תוקף עוז, ודפח"ח (פארשטייט זיך ער זאגט דאס אין א האלבע שעה...), אין פסוק שטייט אם תחנה עלי מחנה לא ירא לבי אם תקום עלי מלחמה בזאת אני בוטח, אפשר מיינט דאס די חשמנאים אז לא ירא לבי ווייל מ'איז לוחם למען כבוד שמו, די פסוק זאגט בזאת אני בוטח, דערפאר הייסט דער לעצטע טאג וואס איז די גרעסטע טאג פון אלע טעג חנוכה, זאת חנוכה ווייל בזאת אני בוטח, זאת חנוכה דאס איז חנוכה אין מספידין נאר מ'איז לוחם.
(המלקט)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח (בפרט פאר די אייגענע סחורה).
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

יז) זיבן איז טבע ווי דער וועלט איז באשאפן געווארן אין זיבן טאג, און אזוי דרייט זיך די גאנצע וועלט מיט זיבן, אבער אכט איז למעלה מדרך הטבע, וכמבואר במהר"ל אויף חנוכה איז די יו"ט חנוכה צו ווייזן אז ס'איז אלעס למעלה מדרך הטבע דערפאר איז דאס אכט טעג עיי' בספרו נר מצוה, דאס אז די שמן האט געברענט אכט טאג איז דאך א נס למעלה מדרך הטבע, ממילא הייסט דער אכטע טאג זאת חנוכה ווייל אכט איז דאך למעלה מדרך הטבע און דאס איז טאקע חנוכה.
(הרבה ספרים)

יח) שטייט אין ס' תולדות אהרן (זיטאמיר) שבעה קני המנורה איז קעגן די שבעה רועים און די אכטע נר איז קעגן אלופו של עולם, ווידער שטייט אין בני שלישים אז די אכט נירות חנוכה זענען קעגן די אכט בגדי כהונה ע"כ, אפשר קען זיין אז די אכטע טאג איז מרומז קעגן דעם ציץ, וויבאלד זאת חנוכה איז די גמר החותם און א זמן תשובה היות די ציץ איז מרצה איז די ציץ קעגן די אכטע טאג, אינעם ציץ איז דאך געשטאנען די ווערטער קודש לד', ממילא איז דער תולדות אהרן מיטן בני שילישים משולב, די אכט נירות איז קעגן ז' רועים ואלופו של עולם און קעגן בגדי כהונה דער אלופו של עולם מיטן ציץ היינו הך ווייל ס'שטייט דארט קודש לד', קומט אויס אז זאת חנוכה צינדט מען דעם לעכט וואס איז קעגן אלופו של עולם, לפי הנ"ל פון ישמח ישראל אז זאת מיינט אנצוווייזן הנה אלקינו זה, איז פשוט פארוואס דער אכטע טאג הייסט זאת חנוכה ווייל ס'איז קעגן אלופו של עולם הנה אלקינו זה.
(המלקט)

יט) אין זאת חנוכה ווערן נשלם אלע י"ג מדות, כידוע לי"ח האט מען יעדן נאכט אינזינען נאך א מדה, אבער די לעצטע נאכט איז מען משלים אלע איבריגע, רש"י זאגט אני אעביר כל טובי וגו', אפי' ס'איז תמה זכות אבות וועט דער י"ג מדות אלץ העלפן ס'וועט זיין אני אעביר כל טובי על פניך, דערפאר ביום זאת חנוכה ווען מ'ענדיגט אלע י"ג מדות, הייסט דער טאג זאת חנוכה ווייל זאת איז ר"ת 'תמה 'זכות 'אבות.
(שער יששכר)

כ) זאת חנוכה איז מסוגל לפרנסה, חז"ל זאגן פרנסני ככלב פרנסני כעורב ווי ס'שטייט נותן לחם לכל בשר, "כלב" מיט "עורב" מיט "לחם" בגימ' זאת, ווייל אין זאת חנוכה איז דא א שפע לפרנסה.
(עטרת ישועה)

כא) זאת חנוכה קען מען פועל'ן בני ומזוני, "בנים" "פרנסה" בגימ' זאת חנוכה.
(אמרי נועם)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

כב) די מחלוקת פון ב"ש וב"ה צו מוסיף והוליך צו פוחת והולך ווענט זיך אין א אנדערע מחלוקה, דאס אז ס'ווערט געטון א נס פאר מענטש איז א מעלה צו א חסרון, ווי די גמ' זאגט כמה גרוע איש זה שנתנה עליו סדרי בראשית, נאך אכט טאג חנוכה האט מען שוין געהאט נארמאלע אויל, ווען א מענטש זיצט אין תפיסה, וואס א טאג נענטער צום ארויסגיין איז אים א גרעסערע שמחה, ממילא האלט די ב"ה מוסיף והולך, ווייל דאס בעסטע איז אז ס'גייט ע"ד הטבע א נס שלא עפ"י דרך הטבע איז נישט קיין מעלה, ממילא וואס א טאג נענטער צום אכטן טאג איז געוועהן די שמחה גרעסער אז מ'קומט שוין אן נענטער צום טאג וואס מ'גייט האבן נארמאלע אויל, משא"כ די ב"ש האלט פארקערט, דעריבער זאת חנוכה לשיטת ב"ה ווען ס'איז די לעצטע טאג חנוכה איז די שמחה די גרעסטע ווייל מארגן וועט מען שוין נישט דארפן מאכן א נס און משנה זיין סדרי בראשית, צינט מען אן אלע לעכטלעך פון די מנורה, און ס'הייסט זאת חנוכה, ווייל דאס איז די גרעסטע שמחה געוועהן.
(קהלת יעקב לרבי שלמה קלוגער)

הוספה: דאס איז אפשר פשט, ימלא שובע אסמי, אל ההרים אשא עיני כהלל ולא כשמאי, מ'בעט ימלא שובע אסמי מ'זאל האבן געהעריג צו עסן, נישט ע"ד נס ווי פאר דעם מענטש וואס איז נשתנה געווארן סדרי בראשית צו געבן צו עסן פאר זיין קינד וואס אויף דעם האט מען געזאגט גנאי הוא זה, ווער האלט אזוי אז ס'איז א גנאי א נס שלא עפ"י טבע, כהלל ולא כשמאי.
(המלקט)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

שאץ א גרויסן שכוח פארן מלקט (מחדש) זיין די הערליכע זאכן
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

שקויעך שץ מץ אין בחדא מחתא וועל איך זיך שוין באדאנקען פאר זיידעניו, באמת זייט איך בין מעיין דא אין די תורה'לעך קום איך מיר אן ווי א שיינע תלמוד חכם
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זאת חנוכה: דער הייליגער ריזשינער זצ''ל פלעגט זאגן: "וואס גרויסע צדיקים קענען אוֹיסְפּוֹעֶלְן ביים רבש''ע ראש השנה און יום כפור, קען א פשוטער איד אויספועלן אין "זאת חנוכה"!

עס איז מקובל אז די גמר דין פון די ימים נוראים איז אין זאת חנוכה:

אבער לכאורה מיר וואוסען דאך אז די גמר דין איז "יום כיפור", אדער שפעטענס "הושענה רבא", אבער וואס פאר א גמר דין איז "זאת חנוכה" ?

נאר עס קען זיין אז עס זענען פארהאנען דריי גמר דין'ס, איינס איז אויף פרנסה, די צווייטע איז ווער עס זאל בלייבען לעבען אדער ח"ו שטארבען, און די דריטע איז בכלליות אויף גאנץ כלל ישראל.

די ערשטע גמר דין פון פרנסה, "מי יעני ומי יעשר" (ווער עס זאל ווערן ארים ח"ו און ווער זאל ווערן רייך) איז אין "יום כיפור", די צווייטע פון "מי יחיה ומי ימות" (ווער עס זאל בלייבן לעבן, און ווער עס זאל חלילה נישט בלייבן לעבן) איז אין הושענא רבה, און די דריטע גמר דין אויף גאנץ כלל ישראל איז "זאת חנוכה".

דאס אלעס קען זיין איז מרומז אין די ערשטע משנה פון מסכת סנהדרין:

"דיני ממונות בשלשה", עניני פרנסה, געלט זאכען איז בשלשה, דריי טעג, צוויי טעג פון ראש השנה, און איין טאג יום כיפור.

"דיני נפשות בעשרים ושלשה", דאס הייסט "מי יחי' ומי ימות" איז דריי און צוואנציג, דאס זענען די דריי און צוואנציג טעג פון ראש השנה ביז סוף הושענא רבה (שמחת תורה)

"ושבט בשבעים ואחד", א דין וואס איז נוגע א גאנצע שבט (כלל ישראל) איז מיט איין און זיבעציג, דאס זענען די איין און זיבעציג טעג פון הושענא רבה ביז זאת חנוכה, וואס דעאלטס איז דער גמר דין פאר גאנץ כלל ישראל.

עזר מיהודה
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס איז דא א משל: א גרויסער און שטארקער קעניג וואס האט געקעניגט אויף אסאך לענדער, איינמאל האט מען אויסגערופן אין איינע פון די לענדער פונעם קעניג, אז אין א קורצע צייט ארום וועט דער קעניג קומען באזוכען דעם לאנד. די מענטשן וואס האבן געוואוינט אין יענעם לאנד האבן געליטן זייער שטארק פון הונגער, וואס האט זיך דערקענט שטארק אויף אלע מענטשן פון יענע לאנד. האבן זיי געטראכט אז ווען דער קעניג וועט קומען אין זייער לאנד, וועלן זיי דערציילן פארן קעניג זייער גרויס צער אז דער קעניג זאל זיי העלפן. אבער זיי זענען געווען זייער קלוגע מענטשן, און זיי האבן פארשטאנען אז אויב דער קעניג וועט קומען אין זייער לאנד און ער וועט גראד זען זייער צער, וועט דאס זייער וויי טון פארן קעניג, און ער וועט זיך שטארק מצער זיין, און עס וועט נישט זיין א כבוד פארן קעניג וואס ער איז אייביג געווען צוגעוואוינט אז ווען ער קומט אין די לאנד פריידט מען זיך זייער צו אים. וועגן דעם האבן די מענטשן פון יענע לאנד אפגעמאכט, אז יעדער איינער גייט זיך שטארק איינהאלטן און נישט פארציילן זייערע צרות פארן קעניג ווען ער קומט אָן אין די לאנד, און פארקערט זיי גייען זיך פרייען ווען ער קומט אָן אין די לאנד.

אזוי איז טאקע געווען, דער קעניג איז אנגעקומען אין לאנד, האט מען צוגעגרייט א שיינעם קבלת פנים פארן קעניג, און מען האט געטאנצן אויף די גאסן און מען האט זיך זייער געפרייט צום קעניג. ווען דער קעניג האט דאס געזען האט ער זיך אויך זייער געפרייט צו אלע מענטשן, אז מ'נעמט אים אויף זייער שיין, און זיי טוען דאס וואס ער האט ליב.

ווען עס איז אבער געקומען די צייט וואס דער קעניג האט זיך געגרייט אהיים צופארן זענען געקומען די מענטשן פונעם לאנד און געזאגט פארן קעניג, גרויסער קעניג! טייערער קעניג! אפילו אונז זענען מיר אין א גרויסע צרה, דאך האבן מיר זיך איינגעהאלטן בשעת דער קעניג איז געווען אין אונזער לאנד און אונז האבן מיר נישט ארויסגעוויזן אונזער צער פארן קעניג כדי נישט צו שטערן די שמחה אז דער קעניג איז דא אין שטאט.

אבער יעצט ווען דער קעניג פארט שוין אהיים, בעטן מיר דיך, טייערער קעניג! מיר זאגן יעצט אלעס פארן קעניג, אונזער צער, דער קעניג זאל רחמנות האבן אויף אונז אלע, און אונז אויסלייזן פונעם גרויסן הונגער. פארשטייט זיך אז דער קעניג האט זיי זייער שטארק געהאלפן, און ער האט זיי געגעבן וואס זיי האבן געדארפט.

דער נמשל איז: דער אייבערשטער וואס ער איז דער קעניג איבער אלע קעניגן, האט אונז געהייסן זיך צו פרייען אין די טעג פון חנוכה, צינדן ליכט, זאגן הלל, און לויבן דעם באשעפער אויף די נסים וואס ער האט געטאן מיט אונז.

די אידישע קינדער פאלגן וואס דער באשעפער האט אונז געהייסן, אפילו מיר געפונען זיך אין דעם ביטערן לאנגן און שווערן גלות, און אונז ליידן מיר צרות ל"ע, דאך פרייען מיר זיך אין די טעג פון חנוכה, און מיר טוען דעם ווילן פונעם אייבערשטן. אבער יעצט אין דעם לעצטן טאג פון חנוכה, ווען מיר האלטן זיך שוין ביים געזעגענען פונעם הייליגן יו"ט חנוכה, בעטן מיר זייער שטארק דעם באשעפער אז ער זאל אונז שוין אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות, און עס זאל שוין זיין א סוף צו די צרות וואס די אידישע קינדער ליידן, און ער זאל אונז שוין שיקן משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.

בשם הרה"ק רבי אלעזר מליזענסק זי"ע
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער אכטער טאג פון חנוכה רופט מען אן זאת חנוכה, ווייל ביים ליינען דערמאנט מען זאת חנוכת המזבח, ווערט דער טאג אנגערופן זאת חנוכה.
עס ווערט געברענגט אז פון ר"ה ביז זאת חנוכה, לייכט אויפן הימל אזויווי א אויסגעשטרעקטע האנט אנצונעמן די אלע וואס ווילן תשובה טון, און אויב זיי האבן נאך נישט תשובה געטון אין עשרת ימי תשובה און אין די אלע הייליגע טעג , קען נאך זייער תשובה אנגענומען ווערן ביז זאת חנוכה און קען מבטל זיין די גזר דין.

מען קען זאגן א טעם פארוואס מען רופט עס אן זאת חנוכה , ווייל די יוונים האבן געוואלט מבטל זיין פון די אידן די דריי מצוות, שבת - ראש חודש - מילה, און וועגן דעם האט מען מתקן געווען אכט טעג חנוכה, וואס אין די טעג איז דא א רמז אנטקעגן די דריי מצוות וואס די יוונים האבן געוואלט מבטל זיין, ווייל אלעמאל פאלט אויס אין חנוכה ראש חודש, און אויך איז דא כאטש איין שבת, און ווייל חנוכה איז אכט טעג איז דאס מרמז אויף מילה וואס איז די מצוה פון די אכטן טאג.
קומט אויס אז ווי לאנג עס איז נאך נישט דורכגעגאנגן די אלע אכט טעג פון חנוכה איז נאך נישט געקומען די שלימות פון חנוכה ווייל עס פעלט נאך די רמז פון מילה, אבער די אכטע טאג זאגט מען זאת חנוכה - דאס איז חנוכה בשלימות ווייל עס איז שוין דא אלע דריי זאכן אויף וואס חנוכה איז מרמז.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

זיידעניו האט געשריבן:דער אכטער טאג פון חנוכה רופט מען אן זאת חנוכה, ווייל ביים ליינען דערמאנט מען זאת חנוכת המזבח, ווערט דער טאג אנגערופן זאת חנוכה.
עס ווערט געברענגט אז פון ר"ה ביז זאת חנוכה, לייכט אויפן הימל אזויווי א אויסגעשטרעקטע האנט אנצונעמן די אלע וואס ווילן תשובה טון, און אויב זיי האבן נאך נישט תשובה געטון אין עשרת ימי תשובה און אין די אלע הייליגע טעג , קען נאך זייער תשובה אנגענומען ווערן ביז זאת חנוכה און קען מבטל זיין די גזר דין.

מען קען זאגן א טעם פארוואס מען רופט עס אן זאת חנוכה , ווייל די יוונים האבן געוואלט מבטל זיין פון די אידן די דריי מצוות, שבת - ראש חודש - מילה, און וועגן דעם האט מען מתקן געווען אכט טעג חנוכה, וואס אין די טעג איז דא א רמז אנטקעגן די דריי מצוות וואס די יוונים האבן געוואלט מבטל זיין, ווייל אלעמאל פאלט אויס אין חנוכה ראש חודש, און אויך איז דא כאטש איין שבת, און ווייל חנוכה איז אכט טעג איז דאס מרמז אויף מילה וואס איז די מצוה פון די אכטן טאג.
קומט אויס אז ווי לאנג עס איז נאך נישט דורכגעגאנגן די אלע אכט טעג פון חנוכה איז נאך נישט געקומען די שלימות פון חנוכה ווייל עס פעלט נאך די רמז פון מילה, אבער די אכטע טאג זאגט מען זאת חנוכה - דאס איז חנוכה בשלימות ווייל עס איז שוין דא אלע דריי זאכן אויף וואס חנוכה איז מרמז.


(מקור ביטע)

איך געדענק אז ערגעץ שטייט דאס
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

ב'זא"ת אני בוטח
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

גבאי ביהמד האט געשריבן:ב'זא"ת אני בוטח
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

כג) די אכטע טאג חנוכה איז דער זמן וואס מ'איז מעורר אויף ביאת המשיח, אין מדרש שטייט אז די נצחון פון מלכות בית דוד קומט פון די ברכה וואס משה רבינו האט געבענטשט שבט יהודה "וזאת ליהודה ויאמר" וגו' ועזר מצריו תהי', דערפאר הייסט אט דער טאג "זאת חנוכה" ווייל אין דעם טאג פועל'ן מען די ישועה וואס קומט פון די ברכה "וזאת" ליהודה,
(דברי יואל)

כד) שטייט אין שער יששכר א רמז אויף דאס ווארט "זאת" זאת איז ר"ת 'תמה 'זכות 'אבות עיי"ש לענינו, שטייט אין אמרי יוסף פ' מקץ אז א מענטש כאטש ער האט זכות אבות דארף ער אבער טון מדילי' און נישט זיך פארלאזן אויף די זכות אבות טייטש ער דעם פסוק כי נשני אלקים וגו' ואת כל בית אבי דהיינו אז מ'דארף פארגעסן ביי זיך דעם בית אבי און ארבעטן אליין, ס'איז יתכן צו זאגן אז חנוכה איז מלשון חינוך אז די עבודה פון חנוכה איז א מענטש זאל אליין זיך אריין טון בעבודת ד' און זיך נישט פארלאזן בלויז אויף זכות אבות, די ערשטע זיבן טאג חנוכה זענען מרומז אויף די שבעה רועים, די אכטע טאג קומט צו ווייזן אז מ'דארף אליין ארבעטן ס'איז נישט גענוג זכות אבות, דעריבער הייסט דוקא דער אכטער טאג "זאת" חנוכה ווייל זאת ר"ת 'תמה 'זכות 'אבות, היינט איז דער טאג וואס מ'לערנט זיך אליינס צו טון.
(המלקט)

כה) חנוכה צינדט מען ל"ו נירות שטייט אין בנ"י בשם הרה"ק ר"פ מקאריץ אז דאס איז קעגן די ל"ו מס' הש"ס, זאת חנוכה איז אזויווי א סיום הש"ס מ'ענדיגט די ל"ו נירות נגד ל"ו מס', די תורה הייסט דאך זאת, ווי די מדר' זאגט בזאת יבא אהרן בזכות התורה שנאמר וזאת התורה, דעריבער הייסט דער טאג זאת חנוכה.
(בצל תומר – תשס"א)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

ווי ווערט דער נאמען זאת חנוכה דערמאנט צום ערשט, און וועלכע תקופה, איך האב היינט אביסעל געזוכט, איך בין נייגיריג, ווי דער עולם האט געטראפן דעם נאמען פאר אין די חסיד'ישע ספרים
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ספר המנהגים (טירנא) חודש טבת ד"ה טבת.
ואם [חלו] שני שבתות בחנוכה, בשבת ראשון שהוא ביום ראשון אומרין יוצר ואופן ומאורה וזולת כדפירשתי לעיל. ומפקין שני ספרי תורות וקורין שבעה גברי בענין היום [בראשונה], ובשנייה קורין למפטיר ויהי ביום כלות משה עד סוף נחשון, ויפטיר רני ושמחי. ובשבת שנייה יוצר: אודך כי עניתני, אופן: אומצו בתוקף, מאורה: אשר יצר, זולת: אין מושיע וגואל. וקורין שבעה גברי בענין היום. ובספר תורה שנייה קורין למפטיר בנשיא גמליאל וכו' [ומקצת בהעלותך] עד כן עשה את המנורה, כי יום שמיני הוא זאת חנוכה. ומפטירין (מלכים א' ז, מ) ויעש חירם.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

און וואו איז דער ערשטער מקור אז זאת חנוכה איז דער גמר החותם?
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

למעלה משבעים האט געשריבן:ספר המנהגים (טירנא) חודש טבת ד"ה טבת.
ואם [חלו] שני שבתות בחנוכה, בשבת ראשון שהוא ביום ראשון אומרין יוצר ואופן ומאורה וזולת כדפירשתי לעיל. ומפקין שני ספרי תורות וקורין שבעה גברי בענין היום [בראשונה], ובשנייה קורין למפטיר ויהי ביום כלות משה עד סוף נחשון, ויפטיר רני ושמחי. ובשבת שנייה יוצר: אודך כי עניתני, אופן: אומצו בתוקף, מאורה: אשר יצר, זולת: אין מושיע וגואל. וקורין שבעה גברי בענין היום. ובספר תורה שנייה קורין למפטיר בנשיא גמליאל וכו' [ומקצת בהעלותך] עד כן עשה את המנורה, כי יום שמיני הוא זאת חנוכה. ומפטירין (מלכים א' ז, מ) ויעש חירם.

דער בר אילן פארגרעם האט מיר דאס אויך געגעבען, מיך וואונדערט אבער, אויב איז עס שוין געווען אין יענע תקופה, פ"וו זעהט מען עס נישט אין מער ספרים
דער זעלבע בר אילן האט אויך אוסגעשפיגען אז דער חת"ם סופר אין א תשובה באנוצט זיך דערמיט אלס א דאטום, איך זיך נאך אלס, פאר חסידישע ספרים ווי עס ווערט געברענגט
יישר כח
למה זה תשאל לשמי...
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

זיידעניו האט געשריבן:נאר עס קען זיין אז עס זענען פארהאנען דריי גמר דין'ס, איינס איז אויף פרנסה, די צווייטע איז ווער עס זאל בלייבען לעבען אדער ח"ו שטארבען, און די דריטע איז בכלליות אויף גאנץ כלל ישראל.

וכפר בעדו ובעד ביתו ובעד כל קהל ישראל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

על ראשון ראשון,
דאס אז זאת חנוכה טראגט דעם נאמען זאת, געפינען מיר נאך פון גאר פריער, גראדע האב איך געזעהן צוברענגען פון מנהגי ווירמייזא, לגבי שפילן קארטן, (וואס פארדינט זיך באמת א עקסטערע אשכול) וויבאלד דאס שפילן קארטן איז געוועהן שטארק איינגעריסן האט מען מתקן געווועהן כדי מצמצם צו זיין דאס שפילן פון אגאנץ יאר אז בלויז חנוכה זאל מען שפילן, שטייט דארט אזוי :
זכר צדיק לברכה הרה"ח האב"ד מוה"ר בנימין הכהן הטיל בשנת שצ"ח חרם שלא לשחוק שום שחוק, הן קרטין, או עם קוביא, או איזהו שחוק שיהי', חוץ מן שוכצועל"ד (כ'ווייס נישט וואס דאס מיינט) התיר, ותו לא, וכן הי' אוסר כל השנה כולה, רק בחנוכה הי' מתיר בשחוק מתחילת ליל ראשון עד אחר חנוכת המזבח ונתפשטלהיות מנהג קבוע, וכו' וכו',
נישט דירעקט זעה איך דא אז די לעצטע נאכט חנוכה הייסט ע"ש די קריאה פון זאת חנוכת המזבח,

דער מנח"א אין שער יששכר מאמר ימי אורה אות ל"ו שרייבט אזוי:
מבואר לעיל בשם צדיקים ז"ל בספרים כי גמר החותם שהי' בסוכות ושמ"ע נמשך עד חנוכה, והנה באמת בגמ' ומדרשים וזוה"ק וכתבי האריז"ל לא מצינו בשם מקום, ודבר זה שנמשך עד חנוכה נמסר בסוד ד' ליריאיו המקובל איש מפי איש,
ונראה רמוז בספרי וברש"י (פ' תבא) שאין מביאין בכורים אל מעצרת עד החג בזמן שמחה, ומחג הסוכות עד חנוכה מביא ואינו קורא, הרי שחנוכה הוא נמשך עדיין במקצת מהחותם בגח הסוכות, עיי"ש,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ס'נאך חנוכה היינט לאמיר אביסל צולייגן עטליכע טעמים פאר זאת חנוכה,

כו) חנוכה איז דא די אור הגנוז פון ששת ימי בראשית כמ"ש בבנ"י אז פארדעם איז דא ל"ו נירות ווייל די אור הגנוז האט אויך משמש געוועהן ל"ו שעות, שטייט אין ס' משמרת אלעזר אז פונקט ווי ר"ה ווערט פארעכנט ווי א יומא אריכתא איין לאנגע טאג אזוי אויך די אכט ימי חנוכה ווערן פארעכנט ווי איין לאנגען טאג, פארדעם ווען מ'ענדיגט די אכט טאג חנוכה הייסט די אכטע טאג זאת חנוכה ווייל די אכטע טאג איז פונקט ווי די ערשטע טאג און די זעלבע אור שיינט אלע טעג אייניג,
(נחלת שבעה מאב"ד טשעקא בן אב"ד טאשנאד)

זך) אין דעם טאג זאת חנוכה ליינט מען די קריאה פון זאת חנכת המזבח, חנוכה איז בעיקר געגבן געווארן כדי להודות ולהלל, און דאס איז מרומז אין דעם זאת חנוכת המזבח "חנכת" איז ר"ת 'נשמת 'כל 'חי 'תברך, דערפאר הייסט דער היינטיגער טאג זאת חנוכה ווייל דאס איז דער עיקר פון חנוכה להודות ולהלל ועת כי אפתח פי בנשמת כל חי,
אב"ד שימלוי - הגרש"ז ערנרייך)

כח) מיט געפינען אז משה רבינו האט מחנך געוועהן דעם משכן זיבן טאג די שבעת ימי המלואים, אבער דער אכטער טאג איז דער עיקר ווייל די אלע זיבן טאג שטייט אין מדר' האט משה רבינו צונומען דעם משכן און אויפגעבויעט פון דאסניי, ווידער די אכטע טאג איז ער געבליבן שטיין דערפאר הייסט דער חינוך די אכטע טאג, אויך בשעת נס חנוכה ווען מ'האט פאראכטן דעם ביהמ"ק פון דאסניי כאטש מ'האט אגאנץ חנוכה געארבעט צו פארעכטן דעם ביהמ"ק אבער דעם אכטן טאג איז מען פארטיג געווארן מיט די עבודה איז היינט "זאת חנוכה" דער עיקר חינוך איז היינט.
(דברי יואל)

כט) לויטן חת"ס והדליקו נירות בחצרות קדשיך אז מ'האט געצינדן אנדרויסןבחצר המקדש ווייל אין ביהמ"ק גופא זענען געוועהן פיל מיט ע"ז און שריים פון די גוים, אבער ביום הח' די אכטע טאג איז שוין דאס גאנצע ביהמ"ק געוועהן אויסגערייניגט איז היינט געוועהן דער עיקר חינוך, הייסט דאס זאת חנוכה.
(דברי יואל)

ל) פון חז"ל שטייט אז אסתר איז סוף כל הנסים פרעגט די גמ' וואס איז מיט נס חנוכה, ענפערט די גמ' אז מגילה איז ניתן להכתב און חנוכה נישט, באמת איז דער חילוק פון פורים ביז חנוכה מער, ווייל ביי נס פורים שטייט איז אידן האבן תשובה געטאן און הערשט דערנאך איז געשעהן דער נס, חנוכה האט דער בוכ"ע געטון א נס מיטן האף אז אידן וועלן תשובה טון בעתיד, ממילא דערפאר איז טאקע די נס פורים סוף כל הנסים ווייל דאס איז געוועהן דאס לעצטע מאל ווען אידן האבן קודם תשובה געטון און דערנאך איז געוועהן א נס, אויפן תי' פון ב"י אז די פך האט זיך צוריק אנגעפילט איז דא די קושיא פון פר"ח אז די אכטע טאג איז נישט געוועהן קיין נס, נאר די אכטע טאג האט מען מתקן געוועהן לזכר דעם אז דער בוכ"ע האט געטון א נס ע"ש העתיד כאטש אידן זענען נישט געוועהן ראוי דערצו, דערפאר איז דער אכטע טאג זאת חנוכה,
(דברי יואל)

הוספה: דערפאר איז פארשטענדליך וואס דער בנ"י שרייבט אז זאת חנוכה איז א המשך פון די הייליגע טעג, ווייל ר"ה יו"כ איז דאך אויך דער זמן וואס מ'בעט ע"ש העתיד כאטש מ'האט נישט קיין זכותים,
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

שמעתי פעם טעם על השם זאת חנוכה על שם שקוראים זאת חנוכת
דהנה מה כתיב בפרשת זאת חנוכת המזבח, סך הכל של כל מה שהביאו הי"ב נשיאים, והלא כל מי שיכול לספור יוכל לעשות החשבון בעצמו, אלא חשבון וסך הכל מה שיש ומה שנשאר הוא דבר חשוב כשלעצמו
ולזה ביום האחרון של חנוכה שהוא זמן של חשבון, מה קנינו באלו הימים, קורים לו זאת חנוכה, לרמז, מהו הסך הכל?
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

לכבוד זאת חנוכה

עס איז דא אכט לשונות אין די סיום הברכה פון יוצר אור, פועל גבורות, עושה חדשות, בעל מלחמות, זורע צדקות, מצמיח ישועות, בורא רפואות, נורא תהילות, אדון הנפלאות, אפשר א רמז אויף דעם וואס זאת חנוכה איז ידוע א מסוגל'דיגע טאג פאר ישועות, ווייל הצה"ק ר' אלעזר מריישא זי"ע פלעגט זאגן, ווען א איד דארפן א רפואה קודם גייט מען צום דאקטער נאכדעם נעמט מען א תהלים'ל און אז ס'ניצט נישט מוז מען באווייזן א מופת'ל, האט ער געטיישט קודם איז בורא רפואות מ'גייט צום דאקטער דורש זיין ברפואה, נאכדעם איז נורא תהילות מ'נעמט א תהלים'ל, און אויב מ'האט נאכנישט די ישועה איז אדון הנפלאות באוייזט מען א מופת עכד"ה, אויב איז די אכטע טאג חנוכה מרומז קעגן אדון הנפלאות וועלכע איז די אכטע לשון ביי יוצר אור, איז פארשטענדליך אז זאת חנוכה איז דער טאג פון מופתים מיט ישועות,
(המלקט)
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

געוואלדיגע ענינים. יישר כח פארן אויפברענגן די אלטע מיט די הוספה.
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

זאת חנוכה
שאץ מאץ/אייוועלט.קאם
זאת חנוכה - שאץ מאץ.pdf
(189.45 KiB) געווארן דאונלאודעד 430 מאל


זאת חנוכה
זיידעניו/אייוועלט.קאם
זאת חנוכה - זיידעניו.pdf
(145.83 KiB) געווארן דאונלאודעד 404 מאל
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6763
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מיין מנהל און ישיבה פלעגט זאגן זאת חנוכה דאס איז עס מיטן חנוכה שוין פערטיג מען דארף זיך צוריקזעצן לערנען
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”