לקוטים וענינים על פרשת לך לך

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וישמע אברם כי נשבה אחיו וגו' אברהם אבינו האט געהערט אז מ'האט געפאנגען זיין ברידער איז ער ארויס מיט א מלחמה קעגען זיי כדי מציל זיין לוט לכאורה איז שווער ער איז דאך נישט געווען קיין ברידער לוט איז געוועהן א ברודער'ס א זון פארוואס רופט אים דער פסוק "אחיו", אויך איז שווער פארוואס האט זיך אברהם אבינו מוסר נפש געוועהן וועגן לוט, ער איז דאך געווען א רשע און א רשע דארף מען פיינט האבן אזוי ווי עס שטייט הלא משנאיך ה' אשנא
מ'קען זאגען אז די מעשה איז אזוי געווען עס איז באקאנט אז אברהם אבינו האט געהאט א גאסט הויז און יעדער האט געקענט ביי אים איינשטיין עסען און טרונקען און אברהם האט נישט געמאנט ביי זיי באצאלונג נאר אז זיי זאלען זאגען א ברכה
ויהי היום און עס איז אריין געפאלן צו אברהם'ס גאסט הויז טאקע נמרוד אליין, ער איז אפגעזעסען א חודש צייט געגעסען און געטרונקען און געלאזט זיך וואויל גיין ווען ער האט שוין געוואלט אהיים פארן האט ער זיך שיין באדאנקט פאר אברהם פאר זיין שיינע באנעמונג פאר די גרויסע טובה וואס אברהם אבינו האט אים געטוהן אברהם אבער האט געמאכט אן ערנסט פנים און געזאגט אבער וואס איז מיט באצאלען פאר'ן עסען און טרונקען איך האב דאך געהערט פרעגט אים נמרוד פארוואונדערט אז איר זענט א גרויסע מכניס אורח און איר גיט צו עסען און טרונקען אומזיסט פאר יעדען איינעם סיי פאר ארימע און סיי פאר רייכע יא האט אים אברהם אבינו געענטפערט ס'איז אמת איך גיב עסען אומזיסט אבער נאר פאר מענטשען נישט פאר א גאט, דו זאגסט דאך אז די ביסט א גאט א גאט דארף באצאלאן וויפיהל דארף איך באצאלן – טויזענט שקלים-
האט נמרוד גע'טענה'עט ווי אזוי קענט איר פאדערען פון מיר אזא סכום שטייט דאך לא תונו איש את עמיתו, מ'טאר נישט אויסנארן א חבר, קאסט דען מיין עסען און טרונקען אזויפיהל וויאיז יושר, ס'איז דאך ממש גזילה האט אברהם געעפנערט סאיז נישט קיין גזילה וויל איך גיב דאך שוין א לאנגע צייט צו עסען און טרונקען פאר מענטשען אומזיסט איך האב נישט גענומען פון זיי קיין איין פרוטה זיי האבען מיר נאר געבענטשט אז ג-ט זאל ממלא זיין וואס עס פעלט דיר און זאל דיר צוריק געבן וואס דו האסט אונז מהנה געווען און באצאלען פאר דיר דאפעלט קוק אין מיין בוך וועסט דו זעהן אז עס איז געצייכנט א חשבון פון 500 שקלים וואס איך האב שוין אויסגעגעבען אויף געסט מוזט דו מיר צוריק געבען דאפעלט אזוי ווי זיי האבן מיר אנגעוואונטשן איצט אז איך האב דיך געכאפט וועל איך דיך נישט ארויס לאזען ביז דו וועסט מיר באצאלן דעם גאנצען חוב ווען נישט וועל איך לייגן א האנט אויף דיין וואגן און פערד איך וועל אויסטוהן דיינע מלכות'דיגע קליידער און דו וועסט א היים גיין אהן דיינע טייערע מלבושים און איך וועל דיך אוועק שיקען ליידיג.
האט נמרוד מיט פארביטערניש געזאגט איך האב נישט איצט אזוי פיהל געלט איך וועל עס באצאלן אין א צייט ארום האט אברהם מיט שפאט געזאגט אויב אזוי ווי קענסטו זאגען אז די ביסט א ג-ט עס שטייט "לי הכסף ולי הזהב" א ג-ט האט דאך אלעס .
אויב דו וועסט מיר געבען א כתב אז די ביסט מודה אז די ביסט נישט קיין ג-ט נאר א פשוטער בשר ודם וועל איך דיך פריי לאזן. נמרוד האט נישט געהאט קיין בריריה ער האט געמוזט שרייבען אזא כתב פאר אברהם'ן ערשט דערנאך האט ער אים געלאזט אהיים פארן.
אברהם אבינו האט גענומען דעם כתב און עס געוויזען פאר יעדען איינעם און דורך דעם אפעגעלאכט די נארישע איינרעדענישען אז נמרוד איז א גאט און האט מפרסם געוועהן פאר די גאצנע וועלט אז דער באשעפער איז דער איינציגסטער אויף דער וועלט און נאר השי"ת איז דער האר פון די וועלט.
נמרוד איז פון דעם אלעס געוואויער געווארען און עס האט געברענט אין אים דער כעס אז אברהם אבינו מאכט פון אים א געלעכטער און ער ווערט ללעג ולקלס ביים המון און ער קען אים גארנישט טוהן.
האט ער זיך מיישב געוועהן אז ער זאל פאנגען לוט וואס זעהט פונקט אזוי אויס ווי אברהם אזוי ווי רש"י זאגט אויפ'ן פסוק כי אנשים אחים אנחנו, ער וועט אים קייטלען מיט קייטלעך און ארום טראגען אין די גאנצע וועלט און זאגען אז ער איז אברהם און ער איז אונטערטעניג אונטער אים מילא וועט די וועלט זעהן א אז דער כתב איז נישט ריכטיג און אדרבא אברהם איז א קנעכט ביי נמרוד, און נמרוד איז דער גרעסטער אויף דער וועלט און אזוי האט ער טאקע געטוהן
ווען אברהם אבינו האט דערפון געהערט האט ער פארשטאנען נמרוד'ס כוונה מיטען פאנגען לוט דעריבער האט ער פארשטאנען אז דאס איז א סכנה פאר די אמונה און בורא עולם וועגען דעם האט ער זיך מוסר נפש געוועהן און האט מלחמה געהאלטען מיט נמרוד וחבריו ארויסצוראטעווען לוט'ן פון אים וועגן דעם זאגט דער פסוק וישמע אברהם כי נשבה אחיו אברהם אבינו האט געהערט אז נמרוד האט געפאנגען לוט'ן ווייל ער איז אים אזוי ווי א ברודער ער זעט אויס אזוי ווי ער און וויל איינרעדען די וועלט אז ער האט געפאנגען אברהמ'ן און כדי אויסצומיידען דעם שקר וואס איז געוועהן א סכנה פאר די אמונה האט ער געדארפט האלטן מלחמה מיט נמרוד
(שער בת רבים בשם ס' עטרת שלמה )
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ואברם כבד מאד במקנה בכסף ובזהב :
וילך למסעיו מנגב ועד בית קל אל מקום המזבח :
אין ספר עזר מיהודה פון ווינער רב ז"ל, ברענגט ער פשט בדרך מוסר, אז מען קען זיך לערנען פון די פסוקים ווי אזוי מען דארף זיך אויפפירן, ווייל געווענטליך אויב א מענטש קען פארדינען אסאך געלט, וועט ער דאס נישט טוען מיט א פוילקייט און שווערקייט, נאר מיט א גרינגקייט און שנעלקייט, ווייטער צום דאווענען און לערנען, דארט איז דער מענטש פויל, און עס קומט איהם אן שווער,
פארציילט די תורה "ואברם כבד מאד" ביי אברהם אבינו איז געווען זייער שווער, "במקנה בכסף ובזהב" ווען עס איז געקומען צום פארדינען געלט,
אבער ווען עס איז געקומען צו דינען דעם באשעפער, "וילך למסעיו" איז ער געגאנגען צו זיינע צוהאונגען, ער איז שנעל געגאנגן, "מנגב ועד בית קל" און א קורצע צייט, איז ער שוין געווען פון דרום זייט ביז צו בית קל, ביים מזבח צו דינען דארט דעם באשעפער.

ברש"י יכל יהיו חותמין בכולן תלמוד לומר והיה ברכה בך חותמין ולא בהם :
זאגן די מפרשים פשט, פארוואס דוקא מיט אברהם ענדיגט מען די ברכה ?
ווייל יעדער פון די אבות האט געהאט א מדה מיט וואס ער איז געווען אויסגעצייכנט, אברהם אבינו'ס מדה איז געווען חסד, דאס מיינט טוען גוטס מיט אנדערע מענטשן, געבן צדקה, הכנסת אורחים, און אזוי ווייטער, אין די פסוקים פון נביאים שטייט, אז אין דעם זכות פון צדקה, וועלן די יודען אויסגעלייזט ווערן פון גלות, דאס איז מרמז דער פסוק בך חותמין דורך דיין מדה, די מדה פון צדקה וחסד, וועט זיך דער גלות ענדיגן .
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויט אהלה
בית א-ל מים והעי מקדם
דער פסוק זאגט אונז אז אברהם אבינו האט אויף געשטעלט זיין געצעלט צווישען בית א-ל און עי, בית א-ל איז געווען צו מערב זייט, און עי איז געווען צו מזרח זייט.
לכאורה דארף מען פארשטיין, פארוואס דארף דער פסוק דאס אונז דערציילען און זאגען פונקטליך ווי אברהם אבינו האט אויף געשטעלט זיין געצעלט, וואס איז דאס פאר אונז א נפקא מינה אז עי איז געווען צו מזרח זייט, און בית א-ל צו מערב זייט ?
מען קען דאס מסביר זיין מיט דעם וואס די גמרא זאגט אין מסכת קידושין דף מ"ט ע"א, אז אויב איינער איז מקדש א פרוי, און ער זאגט פאר די פרוי זאלסט מקודש ווערען צו מיר, אויף דעם תנאי אז איך בין א צדיק גמור, ווערט זי מקודש. אפילו אויב דער מאן איז געווען א רשע גמור אלע זיינע יאהרען, פון דעסט וועגען ווערט זי מקודש. איז די גמרא מסביר, ווייל "שמא הרהר תשובה בדעתו" קען זיין דער מאן האט מהרהר געווען אין זיין מחשבה תשובה צו טוהן, איז ער דאך שוין א צדיק גמור, דעריבער איז די פרוי מקודש.
זעהן מיר פון דעם אז קיין שום מענטש זאל זיך נישט מייאש זיין און טראכטען אז ער איז א גרויסע בעל עבירה, און ער קען שוין נישט תשובה טוהן, ווייל פון די גמרא זעהט מען אז אין איין רגע וואס מען איז מהרהר בתשובה קען מען ווערען א צדיק גמור.
אזוי ווי די ספרים הקדושים טייטשען דעם פסוק אין תהלים (ק"ג פסוק י"ב) "כרחק מזרח ממערב" אזוי שנעל ווי א מענטש וואס שטייט מיט זיין פנים צו מזרח זייט, קען זיך אויס דרייען און שטיין מיט זיין פנים צו מערב זייט, "הרחיק ממנו את פשעינו" אזוי שנעל קען השי"ת דערווייטערן אונזערע עבירות אויב מען טראכט מיט אן אמת תשובה צו טוהן.
דאס ווארט "בית א-ל" איז טייטש די הויז פון השי"ת, וואס דארט איז די מקום פון השראת השכינה. און דאס ווארט "עי" איז א לשון פון וויסט און חרוב אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים ע"ט פסוק א') "שמו ירושלים לעיים" זיי האבען געטוהן ירושלים צו א הויפן (ווייל ווען א הויז ווערט חרוב איז דא א הויפן פון שטיינער).
אברהם אבינו וואס איז ארום געגאנגען אריין צו נעמען מענטשען תחת כנפי השכינה, האט געוואלט מרמז זיין אז אפילו אויב מען איז געווען א בעל עבירה, קען מען נאך אלץ תשובה טוהן. עס איז אזוי גרינג ווי מען דרייט זיך אויס פון מזרח זייט צו מערב זייט.
דאס קומט אונז דער פסוק מרמז זיין, אפילו א מענטש איז אינגאנצען חרוב און וויסט, ער איז אזוי ווי די ווארט "עי", קען ער זיך אויסדרייען צו די אנדערע זייט, און שוין זיין אין "בית א-ל" ביי די מקום פון השראת השכינה.
שמן ראש

ואגדלה שמך
זה שאומרים אלקי יעקב
די גמרא זאגט אין מסכת ברכות (דף י"ג ע"א), אז נאך דעם וואס דער נאמען אברם איז געטוישט געווארען צו אברהם, טאר מען שוין ניטש רופען מיט'ן נאמען אברם. בר קפרא זאגט אז דער וואס רופט יא מיט'ן נאמען אברם איז עובר אויף א עשה, ווייל עס שטייט אין פסוק (בראשית י"ז ה') "והיה שמך אברהם". רבי אליעזר זאגט, אז ער איז עובר אויף א לאו, ווייל עס שטייט אין פסוק (שם) "ולא יקרא עוד שמך אברם".
פרעגט די גמרא, ביי יעקב שטייט (בראשית ל"ב כ"ט) אויך "לא יעקב יאמר עוד שמך כי אם "ישראל", אויב אזוי, אויב איינער רופט מיט'ן נאמען יעקב זאל ער אויך עובר זיין אויף א לאו ? ענטפערט די גמרא ווי באלד מיר טרעפען אז דער אויבערשטער האט נאך דעם נאכאמאהל איהם גערופען מיט'ן נאמען יעקב ּ(בראשית מ"ו ב') "ויאמר יעקב יעקב", וועגען דעם מעג מען נאך רופען מיט'ן נאמען יעקב.
דארף מען פארשטיין פארוואס איז יעקב אנדערש, פארוואס איהם האט מען יא גערופען מיט'ן נאמען יעקב, און אברם נישט ?
נאר דער טעם דערפון איז, ווייל די נאמען "אברהם יצחק יעקב" האבען די צאל פון 13 אותיות פונקט אזוי ווי די גמטריא פון דעם ווארט "אחד" - א' = 1, ח' = 8, ד' = 4, אלעס צוזאמען 13, דאס זעלבע זענען מיט די נעמען "שרה, רבקה, רחל, לאה," וואס האבען אויך 13 אותיות, און צוזאמען איז עס 26 אותיות, אזוי ווי די גמטריא פון דעם אויבערשטען'ס נאמען (הוי"ה). דעריבער זאגען מיר שטענדיג "יעקב" כדי עס זאל זיין פונקט 13 אותיות, אזוי ווי דער ווארט "אחד", אבער אויב מיר וואלטען געזאגט ישראל וואלט דאס שוין געווען 14 אותיות.
לכאורה וואלט געווען א אנדערע עצה - זאל מען רופען אברהם - אברם, און יעקב זאל מען רופען ישראל, און עס וועט נאך אלץ זיין 13 אותיות ?
דעריבער זאגט רש"י "ואגדלה שמך" איך וויל דוקא גרויס מאכען דיין נאמען (אברם), איך וועל צו לייגען א אות צו דיין נאמען, די אות "ה" (אברהם), "זה שאומרים אלקי יעקב", איז וועגען דעם וועט מען נאר קענען זאגען יעקב, אזוי וועט נאר זיין 13 אותיות (און מיט די נעמען פון די אמהות 26) און נישט "אלקי ישראל" ווייל דעמאלטס וועט שוין זיין 14 אותיות.
מיט דעם זאגט מען פשט אין די הפטרה פון די וואך "למה תאמר יעקב", פארוואס זאגט מען יעקב? "ותדבר ישראל" מען וואלט געדארפט זאגען ישראל! ענטפערט דער פסוק "נסתרה דרכי מה'", אויב איך וועל זאגען ישראל וועט זיין פארבארגען דער נאמען פון השי"ת, ווייל עס וועט זיין 27 אותיות, און די נאמען פון השי"ת איז בגמטריא 26.
דברי מהרי"א

מיט דעם טייטשט אויך דער "אוהב ישראל" דער פסוק אין תהלים (קכ"ד פסוק א') "לולא ה' שהיה לנו", ווען נישט די 26 אותיות פון שם הוי' וואס מיר ווילען משלים זיין מיט די נעמען פון די דריי אבות, "יאמר נא ישראל" וואלט מען געקענט זאגען "אלוקי ישראל".


והיה ברכה
בך חותמין ולא בהם
די גמרא זאגט אין מסכת ברכות דף מ' ע"ב, "כל ברכה שאין בה מלכות אינה ברכה" אז א ברכה וואס מען דערמאנט נישט אין איהר דאס וואט "מלך העולם" איז נישט קיין ברכה. פרעגט אויף דעם תוספות (ד"ה אמר אביי) פארוואס ביי די ברכות פון שמונה עשרה זאגט מען נישט "מלך" ? ענטפערט תוס' וויבאלד מען זאגט "אלקי אברהם" ווערט דאס גערעכענט ווי "מלך", ווייל אברהם אבינו האט באוואוסט געמאכט פאר אלע מענטשען אז השי"ת איז דער קעניג פון דער וועלט, איז ווען מען דערמאנט "אלקי אברהם" איז עס אזוי ווי מען וואלט געזאגט "מלך העולם".
(ביי אלע אנדערע ברכות פון שמונה עשרה דארף מען נישט דערמאנען "מלך" וויבאלד זיי זענען נישט די אנהייב פון א ברכה, ווייל אלע ברכות פון שמונה עשרה זענען ברכות הסמיכה לחברתה).
קומט אויס אז דורך אברהם אבינו וואס ער האט באקאנט געמאכט השי"ת נאמען פאר אלע מענטשען, איז די ערשטע ברכה פון שמונה עשרה גערעכענט פאר א ברכה, כאטש מען זאגט נישט "מלך". אבער יצחק אבינו און יעקב אבינו וואס זיי האבען נישט באקאנט געמאכט השי"ת נאמען אויף דער וועלט, קען עס נישט גערעכענט זיין ווי א ברכה דורך דעם וואס מען זאגט "אלקי יצחק ואלקי יעקב".
דאס קען זיין די כוונה פון רש"י, "והיה ברכה" וויבאלד דורך דיר אברהם אבינו ווערט עס גערעכענט פאר א ברכה, דעריבער "בך חותמין" ענדיגט מען די ברכה מיט דיר אברהם און מען זאגט נאר "מגן אברהם".

ואברכה מברכיך ומקללך אאר
פרעגען די מפרשים פארוואס ביים ברכה שטייט פריער "ואברכה" איך וועל בענטשען "מברכיך" די וואס בענטשען דיר (דאס מיינט אז השי"ת וועט בענטשען דעם מענטש נאך איידער דער מענטש וועט בענטשען אברהם) און ביי שעלטען שטייט פארקערט "ומקללך" און דער וואס וועט דיר שעלטען, "אאר" וועל איך שעלטען (דאס מיינט נאכדעם וואס דער מענטש וועט שעלטען אברהם וועל איך השי"ת איהם שעלטען) ?

א) ענטפערט דער גאון מ'ווילנא זצ"ל, עס איז באוואוסט אז א עושר קען בעסער בענטשען און געבען ברכות ווי א ארימאן, ווייל דער עושר שפירט און ווייסט וואס גוטס מיינט, אבער דער ארימאן האט דאס נישט געשפירט. און ביי שעלעטען איז פארקערט, צו דעם פארשטייט בעסער דער ארימאן, וואס ער שפירט דעם טעם פון שלעכטס און צרות, אבער דער עושר וואס איהם גייט גוט און האט קיינמאהל נישט געשפירט שלעכטס קען נישט אזוי גוט שעלטען.

יעצט וועלען מיר גוט פארשטיין פארוואס די תורה פארענדערט די קללה פון די ברכה, ווייל אויב איינער וועט וועלען בענטשען אברהם וועט דער אויבערשטער איהם פריער בענטשען, ממילא אויב דער מענטש וועט זיין א געבענטשטער און וועט האבען פון אלעס גוטס, וועט ער קענען זייער גוט בענטשען אברהם, וועגען דעם זאגט השי"ת "ואברכה" און איך וועל בענטשען פריער, "מברכיך" די וואס בענטשען דיר.

ביים שעלטען זאגט השי"ת פארקערט, איך וועל קודם לאזען דעם מענטש שעלטען אברהם, ממילא אויב דער מענטש איז נאך נישט א געשאלטענער וועט ער נישט אזוי שטארק שעלטען אברהם, אבער אויב השי"ת וועט פריער שעלטען דער מענטש און נאך דעם וועט ער שעלטען אברהם, וועט אויס קומען אז ער וועט אסאך שטארקער שעלטען אברהם, וועגען דעם זאגט השי"ת "ומקללך", און דער וואס וועט דיר שוין האבען געשאלטען "אאר" נאך דעם וועל איך איהם שעלטען כדי ער זאל נישט צו שטארק שעלטען.
ב) דער "כלי יקר" ענטפערט א אנדערע תירוץ, ווייל פאר א מענטש רעדט ארויס א ווארט פון זיין מויל האט ער עס קודם געטראכט אין זיין מחשבה די ווערטער וואס ער וויל ארויס זאגען - קומט אויס אז נאך איידער דער מענטש וועט בענטשען אברהם האט ער עס שוין פריער געטראכט אין זיין מחשבה וואס צו בענטשען, און ביי שעלטען נאך איידער ער האט געשאלטען האט ער עס שוין פריער געטראכט אין זיין מחשבה וואס צו שעלטען.

מיר וואוסען דער כלל אז "מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה" א גוטע מחשבה רעכענט השי"ת ווי ער וואלט עס געטוהן, און "מחשבה רעה אין הקב"ה מצרפה למעשה" און א שלעכטע מחשבה ווערט נישט גערעכענט ווי א מעשה.

דעריבער ביי בענטשען, אזוי ווי דער מענטש האט נאר געטראכט צו בענטשען נאך איידער ער האט געבענטשט ווערט עס גערעכענט ווי ער וואלט שוין געבענטשט אברהם, וועגען דעם זאגט השי"ת "ואברכה" איך וועל בענטשען "מברכך" די וואס האבען נאר געטראכט דיר צו בענטשען, און ביי שעלטען קען נישט השי"ת זיי שעלטען אויף דעם וואס זיי האבען געטראכט צו שעלטען, ווייל "מחשבה רעה אין הקב"ה מצרפה למעשה" מוז השי"ת ווארטען ביז דער מענטש וועט שעלטען, און ערשט נאך דעם וועט איהם השי"ת שעלטען, דעריבער שטייט קודם "ומקללך" און דער וואס וועט דיר שעלטען "אאר" וועל איך שעלטען.

ויצאו ללכת ארצה כנען ויבאו ארצה כנען
ויעבר אברם בארץ עד מקום שכם
לכאורה איז שווער, פארוואס דארף שטיין א דאפעלטע לשון "ויצאו" זיי זענען ארויסגעגאנגען צו כנען "ויבאו" זיי זענען אנגעקומען צו לאנד כנען ?
און נאך איז שווער, פארוואס דארף שטיין קודם "ויבאו ארצה כנען", און דערנאך שטייט "ויעבר אברם בארץ עד מקום שכם", עס וואלט גענוג געווען אויב עס וואלט געשטאנען "ויבאו לשכם", אז זיי זענען אנגעקומען קיין שכם ?
די גמרא (אין מסכת בבא בתרא דף ק' ע"א) לערענט ארויס פון דעם פסוק פון די וואכענדיגע סדרה (י"ג י"ז) "קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה" אז השי"ת האט באפוילען פאר אברהם אבינו אז ער זאל דורך גיין גאנץ ארץ ישראל, ווייל מיט דעם וועט אברהם מאכען א מעשה קנין מיט זיין גיין, און קונה זיין ארץ ישראל פאר זיינע קינדער.
לויט דעם אפילו אויב מיר וועלען זאגען אז ווען אברהם אבינו איז געגאנגען, האט ער געהאט קפיצת הדרך, אבער ווען אברהם איז געגאנגען אין ארץ ישראל איז עס נישט געווען מיט קפיצת הדרך, ווייל ער האט געמוזט דורך גיין ארץ ישראל כדי קונה צו זיין ארץ ישראל מיט'ן גיין. דאס איז נאר געווען אין ארץ כנען, ווייל דאס וועלען זיינע קינדער ירש'ענען, אבער אלע אנדערע לענדער איז אברהם אבינו געגאנגען מיט קפיצת הדרך.
דאס קען זיין פשט אין פסוק - ויצאו ללכת ארצה כנען, עס שטייט נישט "וילכו" זיי זענען געגאנגען, ווייל אברהם איז בכלל נישט געגאנגען ביז ארץ כנען, ווייל ער האט געהאט קפיצת הדרך, עס איז נאר געווען "ויצאו ללכת", ער איז נאר ארויסגעגאנגען צו גיין, און שוין ויבואו ארצה כנען.
אבער די קפיצת הדרך איז נאר געווען ביז ארץ כנען, אבער ווען אברהם איז שוין אנגעקומען צו ארץ כנען האט שוין אויס געפעלט, "ויעבר אברם בארץ" אז ער זאל אליינס דורך גיין גאנץ ארץ ישראל כדי קונה זיין ארץ ישראל מיט זיין גיין.
טעם מן

אמרי נא אחותי את
דער מדרש זאגט אויף דעם פסוק "אמרי נא אחותי את" "מכאן ששוחטין לחולה בשבת", פון דא איז געדרינגען אז מען מעג שחט'ן א בהמה פאר א קראנקע מענטש אין שבת.
דארף מען פארשטיין, פון ווי איז דאס געדרינגען ווייל אברהם האט געבעטען שרה, אז זי זאל זאגען אז זי איז זיין שוועסטער, אז מען מעג שחט'ן א בהמה פאר א קראנקע מענטש אין שבת ?
און בכלל דארף מען פארשטיין, (וואס איז בעסער אויב זי זאגט אז זי איז זיין שוועסטער), אויב אברהם האט מורא געהאט אז ווען שרה וועט זאגען זי איז זיין ווייב וועלען די מצרים איהם הרג'ענען ווייל זיי ווילען נישט עובר זיין אויף דעם איסור פון אשת איש, וואס א בן נח איז באפוילען אויף דעם. זיי זענען דאך אויך באפוילען געווארען אויף דעם איסור פון הרגענען, האט שרה געקענט זאגען דעם אמת אז זי איז זיין ווייב, און זיי וועלען נישט הרגענען אברהם ?
כדי דאס צו פארענטפערען וועלען מיר מקדים זיין א קשיא וואס די ראשונים פרעגען, פארוואס מעג מען שחט'ן פאר א חולה אין שבת, וואס שחט'ן אין שבת איז א איסור סקילה, עס וואלט אפשר בעסער געווען צו געבען פאר די חולה נבלה, וואס נבלה איז נאר א איסור לאו ?
ענטפערען די ראשונים, אז עס איז בעסער עובר צו זיין איין איסור, ווי עובר צו זיין מערערע איסורים, איז אויב מען וועט שחט'ן די בהמה איז מען נאר עובר אויף איין איסור, משא"כ ביי נבלה איז מען עובר אויף יעדע כזית די לאו פון נבלה.
אברהם אבינו האט אויך אזוי געהאלטען, אז אויב שרה וואלט געזאגט אז זי איז זיין ווייב, וואלט בעסער געווען פאר די מצריים איהם צו הרגענען, און זיי וועלען נאר עובר זיין אויף איין איסור, פון רציחה, ווי עובר זיין אויף די איסור פון אשת איש יעדעס מאהל וואס מען וואוינט מיט שרה, וועגען דעם האט אברהם געבעטען שרה "אמרי נא אחותי את".
מיט דעם פארשטייט מען שוין זייער גוט דעם מדרש, מכאן, ווייל איך זעה אז אברהם האט מורא געהאט אז מען וועט איהם הרגענען, איז דאך א ראי' אז עס איז בעסער עובר צו זיין איין מאהל אויף איין איסור, ווי עובר צו זיין מערערע מאהל א איסור, איז געדרינגען "ששוחטין לחולה בשבת" אז עס איז בעסער צו שחט'ן א בהמה אין שבת פאר א חולה און נאר עובר זיין אויף איין איסור, ווי צו געבען נבלה, און עובר זיין אויף מערערע איסורים.
דמשק אליעזר


ויהי ריב בין רעי מקנה אברם
והכנעני והפרזי אז ישב בארץ
לכאורה דארף מען פארשטיין וואס פאר א שייכות האט דער אנהייב פסוק, די מחלוקת צווישען די פאסטוכער פון אברהם אבינו מיט די פאסטוכער פון לוט, מיט דעם וואס שטייט אין סוף פסוק אז כנעני מיט פרזי האבען דעמאלטס געוואוינט אין ארץ כנען ?
מען קען דאס מסביר זיין מיט דעם וואס די ספרים זאגען, אז ווען ביי אידען איז דא אחדות דעמאלטס איז ביי די גוים דא קריגעריי, די גוים קריגען זיך דעמאלטס צווישען זיך, און דעמאלטס לאזען זיי די אידען במנוחה. אבער ווען ביי די אידען איז נישט דא קיין אחדות דעמאלטס האבען די גוים אחדות צווישען זיך.
מיט דעם טייטש מען דעם פסוק אין מגלת אסתר, המן הרשע האט געזאגט פאר אחשורוש, "ישנו עם אחד מפזר ומפורד בין העמים" - דאס אז די אידן זענען "עם אחד", זיי זענען איין פאלק, זיי זענען באחדות, דאס איז גורם אז עס זאל זיין "מפזר ומפורד בין העמים", אז ביי אונז גוים זאל זיין מחלוקת.
דער אלשיך הקדוש זאגט, אז דערפאר שטייט דער לשון "והכנעני והפריזי אז ישב" מיט א לשון יחיד, און נישט "יושבים", א לשון רבים, כאטש מען רעדט דא פון צוויי פעלקער, וויבאלד די צוויי פעלקער האבען געהאט צווישען זיך אחדות דערפאר ווערען זיי גערעכענט ווי איינס.
דאס קען זיין די המשך פון דעם פסוק, "ויהי ריב בין רעי מקנה וכו'" וויבאלד עס איז געווען א קריגעריי צווישען די פאסטוכער פון אברהם אבינו מיט די פאסטוכער פון לוט, דאס האט גורם געווען אז עס זאל זיין א אחדות צווישען די גוים, וועגען דעם זאגט דער פסוק "והכנעני והפרזי אז ישב בארץ" מיט א לשון יחיד, ווייל זיי האבען געהאט אחדות צווישען זיך, ווערען זיי גערעכענט ווי איין'ס.
בנין דוד


הבט נא השמימה וספר הכוכבים
פון פסוק איז משמע אז דאס איז געווען ביינאכט ווען עס איז דא א מעגליכקייט צו זעהן די שטערן. אבער לכאורה ערשט שפעטער אין פסוק י"ב שטייט "ויהי השמש לבוא" אז די זון איז אונטער געגאנגען, איז דאך יעצט נאך געווען טאג, איז ווי איז מעגליך צו קענען זעהן די שטערן בייטאג ? {עיין תוספות מסכת ברכות דף ז' ע"ב ד"ה לא היה אדם"}.
מען קען דאס מסביר זיין, אז דער אויבערשטער האט נישט געמיינט צו זאגען פאר אברהם אז זיינע קינדער וועלען זיין גרויס אין צאל (כמות), ווייל באמת זענען דאך די אידן דאס קלענסטע פאלק אין דער צאל צווישען אלע פעלקער, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים ז' ז') "כי אתם המעט". נאר דער אויבערשטער האט צוגעזאגט פאר אברהם, אז כאטש די אידן וועלען זיין ווייניג אין צאל לגבי אנדערע פעלקער, וועט אבער זייער חשיבות (איכות) זיין אזוי חשוב, אז זיי וועלען זיין די וועג ווייזער און משפיע זיין ליכטיגקייט פאר די גאנצע וועלט. אלע פעלקער וועלען זיך לערנען פון די אידן, און די אידן וועלען ברענגען ליכטיגקייט פאר דער וועלט. ווייל אן דעם ליכטיגקייט פון די אידן, וואלט די וועלט געווען געזונקען אין פינסטערניש.
דאס קען זיין פשט אין פסוק - "הבט נא השמימה" קוק יעצט אין הימל, ווען עס איז טאג און די זון שיינט - "וספר הכוכבים" און פרוב צו ציילען די שטערן - "אם תוכל לספר אותם" - צו וועסטו זיי קענען יעצט ציילען ? כאטש די שטערן זענען דאך דא בייטאג אויך, פון דעסט וועגען קען מען זיי נישט זעהן און אוודאי נישט ציילען, וויבאלד עס איז דא די גרויסע ליכטיגקייט פון דער זון. אפילו דער זון איז נאר איין שטערן, האט דער זון די כח טונקעל צו מאכען די אלע מיליאנען שטערן.
זעהט מען פון דעם, אז נישט די צאל (כמות) איז דער עיקר, נאר די חשיבות (איכות). איין גרויסע זון איז שטערקער פון אלע מיליאנען שטערן - "ויאמר לו כה יהיה זרעך" אט אזוי וועלען זיין דיינע קינדער, זיי וועלען באמת זיין זייער ווייניג, און די פעלקער וועלען זיין אסאך מער אין דער צאל, וועט אבער דאך קומען די אידישע ליכטיגקייט און פארטונקעלען די ליכטיגקייט פון די גרויסע פעלקער.

כי גר יהי' זרעך בארץ לא להם
ואח"כ יצאו ברכוש גדול
לכאורה איז דאס א כפל הלשון, אז איך זאג שוין כי "גר" יהי' זרעך, דיינע קינדער וועלען זיין פרעמדע ווייס איך שוין אז דאס איז "בארץ לא להם", ווייל א פרעמדע מיינט אז ער איז נישט אין זיין לאנד ?
און נאך איז שווער, ווי אזוי האבען די אידען געמעגט נעמען די גאנצע פארמעגען פון אלע מצריים, עס איז דאך גזל ? וועסטו וועלען זאגען אז דאס איז געווען שכר פאר די ארבעט וואס די אידען האבען געארבעט אין מצרים, די אידען זענען דאך געווען קנעכט נאר פאר פרעה, איז נאר פרעה שולדיג פאר זיי געלט פאר די ארבעט, אבער נישט אלע מצריים ?
מען קען עס פארענטפערען, ווייל אין סוף פרשת ויגש שטייט (מ"ז כ"ג) "ויאמר יוסף אל העם הן קניתי אתכם ואת אדמתכם לפרעה", אז יוסף האט אפגעקויפט די גאנצע לאנד און אלע פארמעגען פון די מצריים פאר פרעה. קומט אויס אז ווען די אידען האבען גענומען די פארמעגען פון די מצריים ווען זיי זענען ארויס פון מצרים, האבען זיי באמת נאר גענומען די פארמעגען פון פרעה.
דאס קען זיין פשט אין פסוק, "כי גר יהי' זרעך" דיינע קינדער וועלען זיין פרעמדע "בארץ" אין א לאנד "לא להם" וואס וועט נישט זיין זייער'ס (די מצריים) ווייל אלעס וועט באלאנגען צו פרעה, וועגען דעם קען שוין זיין "ואח"כ יצאו ברכוש גדול", ווייל מען נעמט נישט פון די מצריים, נאר פון פרעה.
פנים יפות
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

נתנבא שעתידין בניו להכשל שם על עון עכן והתפלל שם עליהם

וואס איז געווען די זינד פון עָכָן ?

בשעת יהושע האט איינגענומען די שטאט יריחו, האט ער אנגעזאגט די אידען אז זיי זאלען פארוויסטען דעם שטאט און אלעס וואס געפונט זיך אין איהר, און דאס גאנצע רויב זאל זיין חרם, און קיינער זאל זיך נישט וואגן צו נעמען פאר זיך אפילו א האר פון די רויב.

דער "חרם" וואס יהושע האט געמאכט אויף דעם רויב פון יריחו, איז אבער פון די אידען נישט אפגעהיט געווארען. איינער מיט די נאמען עכן, פון שבט יהודה, האט יא גענומען פון דעם חרם, (עטליכע זאכען פון אן עבודה זרה) און דערמיט געברענגט א צארן פון השי"ת אויף כלל ישראל. יהושע האט אבער נישט געוואוסט פון דעם.

ווען די אידען זענען געגאנגען נאכדעם איינעמען די שטאט "עי", זענען געהארג'עט געווארען זעקס און דרייסיג מענטשען פון די אידען, און די איבריגע זענען אנטלאפען.

ווען יהושע הערט פון דעם, צורייסט ער זיינע קליידער, לייגט אש אויף זיין קאפ, און פאלט אויף זיין פנים מיט געבעט פאר השי"ת. האט דער אויבערשטער געזאגט צו יהושע, "פארוואס פאלסטו אויף דיין פנים"? די מפלה איז געשעהן צוליב די זינד פון פאלק, ווייל זיי האבען גענומען פון דעם חרם וואס זיי זענען דערויף פארזאגט געווארען אז מען טאר נישט נעמען דערפון, און כל זמן מען וועט נישט אויסראטען די זינדיגע, וועלען אידען נישט קענען שטיין געגען זייערע פיינט.

לויט השי"ת באפעל האט יהושע אריבער געפירט די שבטים פאר דעם אורים ותומים, און עס האט זיך ארויס געוויזען, אז דער זינד שטאמט פון שבט יהודה. דערנאך האט יהושע געלאזט ווארפען גורל צווישען די משפחות פון יהודה, און דער גורל איז געפאלען אויף "עכן".

יהושע ווענד זיך צו עכן, דאס ער זאל מודה זיין וואס ער האט געטוהן. עכן איז באלד מודה, אז ער האט געזינדיגט קעגען דעם אויבערשטען, מיט דעם וואס ער האט גענומען זאכען פון עבודה זרה וואס זענען געווען אין דעם שטאט יריחו. ווען עכן האט תשובה געטוהן, האט ער זיך מתוודה געווען פאר השי"ת אויף דעם גרויסע זינד, און ער האט געלויבט דאס גרויסקייט פון השי"ת, און פארמיסט די אלע עבודה זרה'ס, און די אלע מענטשען וואס דינען עבודה זרה.

עס זענען דא וואס זאגען אז עכן האט דעמאלטס מתקן געווען די תפלה פון "על כן נקוה". עכן האט דאס מרמז געווען מיט די ערשטע דריי ווערטער "על כן נקוה וואס די ראשי תיבות דערפון איז "עכן".
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

נסיון פון אור כשדים

נאך דער מבול האט נח געבענטשט זיין זוהן שם, און זיין זוהן חם האט ער געשאלטען, אז זיינע קינדער זאלען זיין קנעכט פאר שם.

נמרוד וואס איז געווען א אייניקל פון חם, האט אוועק גענומען אלע גרויסקייט און הערשאפט פון אלע פעלקער, ביז ער איז אזוי גרויס און מעכטיג שטארק געווארען, אז ער האט זיך געהאלטען פאר א גאט.

די אלע יאהרען וואס נמרוד האט זיך געהאלטען פאר א גאט, האט ער אבער אין זיין הארץ שטענדיג געציטערט אפשר וועט אויף שטיין א קינד פון שם, וואס וועט איבער נעמען זיין גרויסקייט, און עס וועט מקוים ווערען די ברכה פון נח, אז די קינדער פון שם וועלען געוועלטיגען, און מען וועט איהם הרג'נן.

איינמאהל האבען די שטערן זעערס פון נמרוד געזאגט פאר איהם "מיר זעהן אז עס וועט געבוירען ווערען א קינד, וואס וועט לייקענען אין דיר, און ער וועט דיך באזיגען". נמרוד האט פארשטאנען אז יעצט וועט מקוים ווערען דאס פון וואס ער האט אלע יאהרען מורא געהאט. האט נמרוד ארויס געגעבען א גזירה, אז יעדע פרוי וואס ווערט טראגענדיג מוז איבער געגעבען ווערען פאר זיין מלוכה, ביז דאס קינד ווערט געבוירען. אויב עס ווערט געבוירען א מיידל (נקבה) האט מען עס געלאזט לעבען. אויב עס ווערט געבוירען א אינגעל (זכר) האט מען עס געהארגעט. אלעס צוזאמען זענען געהארגעט געווארען 70,000 זכרים ביי דעם גזירה.

תרח'ס פרוי "אמתלאי" איז געווארען טראגענדיג, אבער זיי האבען מורא געהאט פון די גזירה, דעריבער האט זיך אמתלאי באהאלטען אין שטוב, כדי מען זאל נישט געוואויר ווערען אז זי ווארט א קינד.

דאס זעלבע צייט וואס אמתלאי די פרוי פון תרח איז געווארען טראגענדיג - איז א דינסט פון תרח אויך טראגענדיג געווארען. תרח האט אבער נישט איבער געגעבען, נישט זיין פרוי און נישט זיין דינסט פאר נמרוד.

די נאכט וואס אמתלאי האט געבוירען אברהם, האבען די שטערן זעערס פון נמרוד געזעהן א שטערען וואס האט אויף געשיינט אויף מזרח זייט, און עס האט איינגעשלונגען פיהר שטערן'ס פון די אלע פיהר זייטען פון די וועלט. האבען זיי דערציילט פאר נמרוד, אז פאר תרח איז געבוירען געווארען א זוהן, וואס פון איהם וועט ארויס קומען א פאלק וואס וועט דיך באזיגען.

האט נמרוד געלאזט רופען תרח און איהם געזאגט: "געב מיר דיין זוהן וואס איז געבוירען געווארען ביי דיר ! און איך וועל דיר געבען א הויז פול מיט גאלד און זילבער.

האט תרח צוריק גענטפערט: "איך וועל עס דיר מסביר זיין מיט א משל - מען האט געזאגט פאר א פערד, מיר וועלען אפהאקען דיין קאפ, און דערנאך וועלען מיר דיר געבען א הויז פול מיט גערשטען. האט די פערד געזאגט: איהר זענט שוטים, אויב איהר וועט אפהאקען מיין קאפ ווער וועט עסען די אלע גערשטען". דאס זעלביגע האט תרח געזאגט: "אויב איהר וועט הרג'נן מיין זוהן, ווער וועט ירש'נן די אלע גאלד און זילבער".

האט נמרוד געזאגט פאר תרח: "איך זעה פון דיינע ווערטער אז דו האסט געבוירען א זוהן" ! האט תרח געזאגט: "יא עס איז אמת, אבער דאס קינד איז געשטארבען". האט נמרוד געזאגט: "איך דארף דאס לעבעדיגע קינד" ! האט תרח איבער געגעבען פאר נמרוד דאס קינד וואס איז געבוירען געווארען ביי זיין דינסט.

נאך די דאזיגע פאסירונג האט אמתלאי די מאמע פון אברהם, באהאלטען אברהם אין א הייל. זי האט געזאגט: "זאל השי"ת טוהן מיט איהם ווי ער וויל, אבער איך וועל איהם נישט איבער געבען אין די הענט פון נמרוד". האט השי"ת געמאכט א נס און עס איז באשאפען געווארען דארט אין הייל צוויי רערען. פון איינס איז ארויס געקומען מעהל (סולת), און פון די אנדערע איז געקומען שמן (אויל). אברהם אבינו איז דארט געווען באהאלטען דריי יאהר.

ווען עס איז שוין דורך געלאפען דריי יאהר, און עס איז פארגעסען געווארען דעם גזירה פון נמרוד, האט השי"ת געגעבען פארשטאנד פאר אברהם ער זאל ארויס גיין פון דעם הייל, און ער זאל וואוסען ווי זיינע עלטערען וואוינען.

ווען אברהם איז שוין געווען א שטיק צייט ביי זיינע עלטערן אין שטוב, האט תרח איהם געבעטען ער זאל איהם צו העלפען אין זיין געשעפט, וואס פארקויפט עבודה זרה'ס. איין טאג איז תרח נישט געווען אין זיין געשעפט, און אברהם איז דארט געבליבען אלייןס צו פארקויפען. ווער עס איז נאר אריין געקומען קויפען א עבודה זרה, האט אברהם זיי אפגערעדט דערפון.

צום סוף האט אברהם צעבראכען מיט א האק אלע עבודה זרה'ס, אויסער דאס גרעסטע, און ער האט אריין געלייגט די האק אין די האנט פון דער עבודה זרה. ווען זיין טאטע איז געקומען, און ער האט געזעהן אלע עבודה זרה'ס צעבראכען, האט ער איהם געפרעגט: "ווער האט עס געטוהן" ?! האט אברהם גענטפערט: "א פרוי איז אריינגעקומען אין געשעפט, זי האט געוואלט מקריב זיין פאר די עבודה זרה'ס מעהל און וואסער. איז געווארען א שלעגעריי צווישען אלע עבודה זרה'ס ווער זאל ערשט עסען דערפון, ביז דאס גרעסטע עבודה זרה האט גענומען א האק און צעבראכען אלע עבודה זרה'ס.

ווען תרח האט געזעהן אז אברהם מאכט חוזק פון זיינע עבודה זרה'ס, האט ער מער נישט רחמנות געהאט אויף זיין זוהן, און ער האט איהם איבער געגעבען פאר נמרוד. ווען אברהם איז געקומען פאר נמרוד, האט אברהם איהם געזאגט: "אויב דו ביסט דער גאט פון דער וועלט, פארוואס האסטו געלאזט דיין טאטע שטארבען ? פארוואס וועסטו שטארבען אזוי ווי יעדע שטארבט" ? האט אברהם ווייטער געזאגט צו נמרוד, אויב דו קענסט מאכן אז מארגען זאל די זין אויפשיינען אויף מערב זייט און עס זאל אונטער גיין אויף מזרח זייט, פארקערט ווי די געווענליכע סדר, דעמאלטס וועל איך גלייבען אז דו ביסט א גאט. אויך האט איהם אברהם געפרעגט, אויב דו ביסט א גאט, זאג מיר וואס איך טראכט יעצט ?

האט נמרוד געזאגט צו אברהם, אויב דו וועסט זיך בוקען פאר פייער וועל איך דיר גארנישט טוהן, נאר פארקערט איך וועל דיר גרויס מאכען, און געבען אסאך מתנות. האט אברהם געזאגט: "איך וועל זיך בוקען צום וואסער, וואס לעשט אויס דאס פייער". האט נמרוד געזאגט: "גוט, בוק דיר צום וואסער". האט אברהם געזאגט: "איך וועל זיך בוקען צו די וואלקענעס, וואס טראגען די וואסער". האט נמרוד געזאגט: "גוט, בוק דיר צו די וואלקענעס". האט אברהם געזאגט: "איך וועל מיר בעסער בוקען צו דער ווינט וואס טראגען די וואלקענעס". אזוי איז אנגעגאנגען דער ויכוח צווישען נמרוד און אברהם, ביז נמרוד האט געזאגט: "דו פארדרייסט מיר סתם מיט ווערטער, איך גיי דיר אריין ווארפען אין פייער, זאל קומען דיין באשעפער צו וועמען דו דינסט און ער זאל דיר ראטעווען.

די קנעכט פון נמרוד האבען גענומען אברהם און געבינדען זיינע הענט און פיס און איהם אריין געווארפען אין פייער. דער באשעפער איז געקומען בכבודו ובעצמו און ער האט געראטעוועט אברהם.

בשעת מען האט אריין געווארפען אברהם אין פייער, האט הָרָן דער ברודער פון אברהם געטראכט ביי זיך, אויב אברהם וועט געראטעוועט ווערען וועל איך דינען זיין ג-ט, און אויב ער וועט פארברענט ווערען וועל איך דינען נמרוד. ווען אברהם איז געראטעוועט געווארען האט מען איהם געפרעגט, "אין וועמען גלייבסטו יעצט" ? האט הָרָן גענטפערט, "אין דער ג-ט פון אברהם". גלייך האט מען איהם אריין געווארפען אין פייער און ער איז פארברענט געווארען.[עיין רש"י פרשת נח י"א כ"ח ד"ה וימת הָרָן על פני תרח אביו].

ווען נמרוד האט געזעהן די געוואלדיגע גרויסע נסים וואס זענען געשעהן פאר אברהם, האט ער איהם געגעבען אסאך מתנות, גאלד און זילבער. דאס גרעסטע מתנה איז געווען וואס ער האט איהם געגעבען זיין זוהן "אליעזר" פאר א קנעכט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

המול לכם כל זכר


די צווייטע מצוה פון די תרי"ג מצות איז: יעדע בן זכר מל צו זיין, אזוי ווי עס שטייט אין די פרשה פון דעם וואך (בראשית י”ז י') "זאת בריתי אשר תשמרו ביני וביניכם ובין זרעך אחריך, המול לכם כל זכר". דאס איז א צוזאמען בונד צווישען מיר און אייך, און אייערע שפעטערע קינדער, איהר זאלט די זאך גוט אפהיטען, יעדער בן זכר מל צו זיין.

די מצוה ליגט אויף דעם טאטע מל צו זיין דאס קינד אין דעם אכטן טאג פון געבורט, אזוי ווי עס שטייט אין פרשת תזריע, "וביום השמיני ימול בשר ערלתו".

דער טעם פון דער מצוה איז: הקב"ה האט געוואלט זיין אויסדערוועלטען פאלק ישראל פארצייכענען מיט א צייכען (א סימן) אין גוף, פונקט אזוי ווי אידען זענען אויסגעצייכענט מיט דעם נפש (נשמה) וואס איז א חלק אלקי ממעל.

פארוואס האט השי"ת נישט באשאפען דעם מענטש שוין גע'מל'ט, פארוואס זאל ער דארפען זיך אליין מאכען דעם סימן אין זיין גוף, און ער האט איהם נישט באשאפען פארטיג שוין גע'מל'ט ? דאס איז כדי צו ווייזען פאר דעם מענטש, אזוי ווי דער מענטש טוט זיך אליין פארטיג מאכען צו זיין בשלימות אין זיינע קערפער, אזוי אויך האט דער מענשט די מעגליכקייט זיך מאכען פארטיג בשלימות זיין חלק הרוחני, דעם חלק אלוקי ממעל.
(חינוך)
נאך א טעם אויף מצות מילה: ווייל וואס הקב"ה האט באשאפען, די אלע בהמות און חיות, האט ער אלץ געמאכט א חילוק, א צווישענשייד פון כשר צו טריפה, נאר ביי דעם מענטש נישט. אלע זענען באשפען געווארען גלייך. איבער דעם האט הקב"ה באפוילען דעם מענטש זאל זיך אליין מאכען דעם חילוק צווישען א איד און א גוי. הקב"ה דאס נישט געוואלט מאכען אליינס, כדי מען זאל נישט זאגען אז עס איז דא "שתי רשיות" - דעם איד האט א אנדערע באשאפען, און דעם גוי האט א אנדערע באשאפען. דערפאר האט הקב"ה אלע מענטשען באשאפען גלייך, און האט באפוילען אז דער איד זאל זיך מל זיין, צו מאכען דעם חילוק צווישען א איד און א גוי.

מצות מילה איז דאס ערשטע מצוה וואס הקב"ה האט באפוילען פאר אברהם אבינו מקיים צו זיין. די מצוה פון ברית מילה איז זייער חשוב, ווי די גמרא זאגט "גדולה מילה שנכרתו עליה י"ג בריתות" עס שטייט 13 מאהל דאס ווארט "ברית" - דאס איז אקעגען די 13 מדות של רחמים וואס שטייט אין פרשת כי תשא. אין דעם זכות וואס אברהם האט מקבל געווען אויף זיך און אויף זיינע קינדער די מצוה וואס איז געזאגט געווארען מיט י"ג בריתות, האבען די אידען זוכה געווען אז הקב"ה פירט זיך מיט זיינע קינדער מיט די י"ג מדות של רחמים.

מצות מילה איז פון די גרעסטע מצות עשה, אז מען איז עובר אויף איר באקומט מען כרת. (עס איז דאך נאך איין מצות עשה, וואס אויב מען איז עס נישט מקיין באקומט מען כרת - דאס איז די מצוה פון מקריב זיין דעם קרבן פסח). די מצוה פון מילה ליגט א חיוב אויפ'ן טאטע, אויב עס איז נישט דא דער טאטע, ליגט דער חיוב אויף בית דין מל צו זיין דעם קינד. ווען דער קינד איז שוין אלט 13 יאהר (בר מצוה) ליגט דער חיוב שוין אויפן קינד. און טאמער ער איז זיך נישט מל ווען ער ווערט א גדול, איז ער חייב כרת. אבער דער טאטע איז נישט חייב כרת אויב ער איז עובר די מצוה.

מען פירט זיך צו מאכען א סעודה אין דעם טאג פון א "ברית מילה", און א זֵכֶר צו דעם איז דא פון דעם פסוק (בראשית כ"א ח') "ויעש אברהם משתה גדול ביום הִגָמֶל את יצחק" הג-מל - ה"ג איז בגימטריא ח' (8), און מל איז דער טאג פון דער "ברית מילה", דעמאלטס האט אברהם געמאכט "משתה גדול".

די משנה זאגט אין מסכת אבות פרק ג' "כל המפר בריתו של אברהם אבינו" דאס מיינט איינער וואס האט זיך נישט גע'מל'ט "אף על פי שיש בידו תורה ומעשים טובים אין לו חלק לעולם הבא". אויך זאגט די גמרא אין מסכת עירובין דף י"ט, אברהם אבינו זיצט ביי די טיר פון גיהנם, און ער לאזט נישט מען זאל אריין גיין אין גיהנם, אויב מען איז גע'מל'ט. דאס איז נאר אויב ער האלט זיך ערליך, און ער איז נישט עובר אויף זנות וכדומה.

א קינד וואס איז נישט געזונט, טאר מען נישט מאכען די "ברית מילה" אויף דעם אכט'ן טאג. מען מוז ווארטען ביז ער ווערט געזונט, און דערנאך מוז מען ציילען זיבען גאנצע טעג (מעת לעת) איידער מען קען מאכען די ברית מילה.

די מצוה פון מילה איז אזוי גרויס, אז עס איז דוחה אפילו דעם הייליגען שבת. אבער א ברית מילה וואס איז נישט צו דער צייט [מילה שלא בזמנו] (נאך דעם אכט'ן טאג) איז נישט דוחה דעם שבת.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ואברכה מברכיך ומקללך אאר
פארוואס ביי בענטשן שטייט קודם וועמען דער אויבערשטער וועט בענטשן און ביים שעלטן שטייט קודם וועא עס וועט שעלטן? דער תירוץ איז מחשבה טוב הקב"ה מצרף למעשה אבער ביי מחשבה רעה אין הקב"ה מצרף למעשה וועגן דעם ביים בענטשן שטייט קודם אז דער אויבערשטער וועט בענטשן ווייל אפילו דער מענטש האט נאך נישט געבענטשט נאר ער האט נאר געטראכט צו בענטשן וועט איהם דער אויבערשטער בענטשן ווייל מחשבה טובה הקב"ה מצרף למעשה. אבער ביי שעלטן נאר אויב ער האט טאקע געשאלטן אזא איינער וועט דער אויבערשטער שעלטן ווייל מחשבה רעה אין הקב"ה מצרף למעשה פאר דעם שטייט ביים בענטשן קודם ואברכה איך וועל בענטשן קודם און ביי שעלטן שטייט ומקללך דער וואס שעלטן קודם.
(קדושת לוי)

וילך אברם כאשר דיבר אליו ה' וכו'
לכאורה איז דער גאנצע פסוק איבריג ווייל עס גייט שוין שטיין אינעם קומענדיגע פסוק ויקח אברם וכו' ויצאו ללכת וכו' פארוואס דארף שטיין די פסוק? דער תירוץ איז אז לכאורה וועט מען פרעגן וואס איז דער גרויסע גדולה אז אברהם אבינו האט געפאלגט דעם באשעפער און ארויס פון זיין לאנד דער אויבערשטער האט דאך איהם צו געזאגט אלע גוטע ברכות אפי' א פשוטע מענטש וואלט געפאלגט דעם אויבערשטער פאר דעם זאגט דער פסוק וילך אברם "כאשר דיבר אליו ה'" אז אברהם אבינו איז נישט געגאנגען וועגן די אלע גוטע צוזאגען נאר ווייל דער אויבערשטער האט איהם געהייסן אפי' אן די אלע גוטע ברכות.
(אור החיים הק')
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מפרשים

ויאמר ה' אל אברם לך לך וגו'. דער רמב"ן זאגט אין פסוק ז', אז דאס איז נישט געווען דורך א מראה נבואה, נאר עס איז געווען דורך א חלום אדער דורך רוח הקודש. דער ערשטער מראה נבואה האט ער זוכה געווען ווען ער איז שוין געווען אין ארץ ישראל, אזוי ווי עס שטייט ווייטער אין די פסוקים.
רש"י אין ד"ה לך לך זאגט אז דאס ווארט לך איז איבריג צו דרש'ענען "להנאתך ולטובתך". דער רמב"ן זאגט אז עס איז נישט איבריג ווייל די שטייגער פון די פסוקים איז אזוי צו רעדן. דער רמב"ן ברענגט אסאך ראיות אויף דעם. ביי מענטשן איז אויך אזוי דער סדר צו רעדן. מען זאגט פאר איינעם, גיי דיר פון דא צו אן אנדערע פלאץ.
"אל הארץ אשר אראך". די מפרשים פרעגן, מיר טרעפן נישט אז דער אויבערשטער זאל אים האבן געוויזן וואו ער זאל בלייבן וואוינען? ענטפערט דער רמב"ן, אז דער אויבערשטער האט אים געוויזן ווען ער איז אנגעקומען אין ארץ ישראל, און דער פסוק איז נישט מדקדק דאס מפרש צו זיין, ווייל עס פארשטייט זיך אליין.
נאך א תירוץ ענטפערט דער רמב"ן, אז מיט דעם וואס דער אויבערשטער האט זיך באוויזן צו אים, ווען ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, און ער האט אים געזאגט אז פאר דיינע קינדער וועל איך געבן דעם לאנד, מיט דעם האט ער אים געוויזן אז ער זאל דא וואוינען.
דער הייליגער חתם סופר זאגט אז דער טייטש פון "הארץ אשר אראך" מיינט, צו דער לאנד וואס איך וועל זיך באווייזן צו דיר און נישט איך וועל דיר ווייזן, דאס מיינט אז דער אויבערשטער האט אים געזאגט אז דו זאלסט גיין צו א לאנד וואס איך וועל מיך באווייזן צו דיר. ווען אברהם איז אנגעקומען צו שכם האט דער אויבערשטער מקיים געווען די רייד מיט דעם וואס ער האט זיך באוויזן צו אים.

(י"ב, ב') "והיה ברכה". רש"י לערנט אז דאס מיינט אז דו וועסט זיין א בענטשער, אברהם וועט קענען בענשן וועם ער וועט וועלן. דער רמב"ן קריגט און ער האלט אז די כונה איז אז מענטשן וועלן זיך בענשן אין דיר. ווען איינער וועט וועלן בענשן זיין קינד וועט ער זאגן, הלואי זאלסטו זיין וואו אברהם.
לויט דער רמב"ן דארף מען פארשטיין, וואס וועט זיין די כונה פון די ווערטער אין דער נעקסטער פסוק, "ונברכו בך כל משפחת האדמה"? זאגט דער רמב"ן צוויי תירוצים.
א- דארט איז דער באשעפער מוסיף אז נישט נאר יחידים וועלן זיך בענשן אין דיר, נאר אלע משפחות פון די וועלט וועלן זיך בענשן אין דיר.
ב- דארט וועט מען לערנען אזוי ווי אונקלוס אז די כונה איז, "ונברכו בך", זיי וועלן געבענשט ווערן דורך דיר, "כל משפחות האדמה", אלע משפחות פון די וועלט, אז יעדער וועט באקומען ברכות אין דיין זכות.

(י"ב, ד') "וילך אברם וגו' וילך אתו לוט". דער הייליגער שפת אמת זאגט, אז וועגן דעם האט לוט זוכה געווען צו גיין מיט אברהם, און ער האט אויך זוכה געווען אז פון אים קומט ארויס מלכות בית דוד, און משיח בן דוד (ווייל רות קומט ארויס פון מואב, וואס קומט ארויס פון לוט), דאס איז געקומען אין די זכות פון זיין טאטע הרן, וואס ער האט זיך מוסר נפש געווען, און ער האט זיך געלאזט אריין ווארפן אין די פייער ביי נמרד. כאטש זיין מסירת נפש איז נישט געווען אינגאנצן בשלימות, פון דעסטוועגן אין הקב"ה מקפח שכר כל ברי', דער אויבערשטער האלט נישט צוריק די שכר פון יעדע ברי', יעדע גוטע זאך וואס ער טוט.

(י"ב, ה') "ויצאו ללכת ארצה כנען וגו'". פארוואס איז אברהם פונקט געגאנגען צו די ריכטונג פון ארץ ישראל, דער אויבערשטער האט אים דאך נישט געזאגט צו וועלכע לאנד ער זאל גיין? ענטפערט דער רמב"ן צוויי תירוצים.
א- סוף פון די פריערדיגע סדרה שטייט אז תרח מיט אברהם זענען ארויסגעגאנגען פון אור כשדים צו גיין קיין ארץ ישראל און זיי זענען אנגעקומען קיין חרן און זיי זענען געבליבן וואוינען אין חרן. יעצט אז דער אויבערשטער האט אים געהייסן אוועקגיין פון זיין טאטע'ס הויז, האט ער געוואלט ווייטער ממשיך זיין קיין ארץ ישראל, אזוי ווי ער האט שוין פון פריער געהאט אין פלאן.
ב- אברהם האט געוואוסט אז ארץ ישראל איז א הייליג לאנד, א פלאץ וואו מען קען בעסער דינען דעם באשעפער, א פלאץ וואו עס איז מער ראוי זוכה צו זיין צו השראת השכינה, ממילא האט ער געקלערט אז מסתמא איז דער באשעפער'ס כונה אז ער זאל דארט גיין.

מעשה אבות סימן לבנים
(י"ב, ו') "ויעבר אברם בארץ עד מקום שכם וגו'". דער הייליגער רמב"ן זאגט, איך גיי דיר זאגן א כלל וואס דו זאלסט אים גוט פארשטיין, וואס איז נוגע פאר די פרשיות וואס קומען, וואס זיי פארציילן אלע מעשיות וואס זענען פארגעקומען מיט די אבות הקדושים, אברהם, יצחק און יעקב. "מעשה אבות סימן לבנים", אז יעדע זאך וואס איז פארגעקומען מיט אונזערע אבות זענען רמזים און סימנים וואס וועט זיין מיט די קינדער, דער כלל ישראל. דער מדרש זאגט עס אויף עטליכע פלעצער ברמיזה, אבער איך וועל עס מפרש זיין ביי יעדע מעשה, וואס פאר א סימן דאס איז געווען פאר די קינדער.
פרעגט דער רמב"ן, פארוואס האט אויסגעפעהלט צו מאכן די סימנים? ענטפערט דער רמב"ן, ווייל ווען דער אויבערשטער איז גוזר א גזירה, איז דא א מעגליכקייט אז די גזירה זאל צושטערט ווערן דורך פארשידענע סיבות, אבער אויב נאך די גזירה האט א נביא געטוען א זאך וואס איז דומה צו די גזירה, דאס באשטעטיגט די גזירה אז עס זאל נישט קענען בטל ווערן.
מיר טרעפן אין נביא ירמי', אז ער האט געזאגט נביאות אויף בבל אז עס גייט חרוב ווערן. ירמי' האט געזאגט צו ברוך בן נריה אז ער זאל אראפשרייבן די נביאות און ער זאל עס צובינדן צו א שטיין און ער זאל עס אריינווארפן אין די וואסער און ער זאל זאגן, "אזוי וועט בבל איינגעזינקען ווערן". וואס האט ירמי' געוואלט מיט דעם? ער האט געוואלט מאכן א זאך וואס איז דומה צו די נביאות און אזוי וועט זיכער מקויים ווערן די נביאות.
הויבט אן דער רמב"ן מפרש צו זיין. עס שטייט אין פסוק ו' "ויעבר אברם בארץ עד מקום שכם וגו' והכנעני אז בארץ". דער ערשטער פלאץ וואו אברהם איז אנגעקומען איז געווען שכם, צו ווייזן א סימן אז דאס וועט זיין דער ערשטער שטאט וואס די אידן וועלן אייננעמען. "והכנעני אז בארץ", די אידן וועלן דאס אייננעמען נאך ווען די כנענים וועלן זיין בעלי בתים אין ארץ ישראל. דאס איז געווען ווען שמעון און לוי האבן אויסגעהרג'עט די שטאט שכם און זיי האבן עס איינגענומען, כאטש עס איז נאך נישט געווען די צייט וואס די אידן זאלן אייננעמען ארץ ישראל.
נאכדעם איז אברהם געגאנגען נעבן די שטאט "עי". מיר טרעפן ווען יהושע האט אריינגעברענגט די אידן אין ארץ ישראל, איז עי געווען פון די ערשטע שטעט וואס מען האט איינגענומען.
זאגט דער פסוק ווייטער, ער איז אנגעקומען "עד אלון מורה". זאגט רש"י אז דארט איז געווען הר גריזים און הר עיבל וואו די אידן האבן מקבל געווען די שבועת התורה, אזוי ווי עס ווערט געשריבן אין פרשת כי תבא. זאגט דער רמב"ן אז מיר טרעפן, אז באלד ווען די אידן זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל, זענען זיי געגאנגען צו הר גריזים און הר עיבל צו מקבל זיין די שבועת התורה, וועגן דעם איז אברהם באלד אנגעקומען אהין דאס מרמז צו זיין.
ווייטער אין פסוק ט' שטייט, "ויסע אברם הלוך ונסוע הנגבה". זאגט רש"י אז ער האט כסדר גערייזט צו דרום זייט, כדי אנצוקומען צו דרום זייט פון ארץ ישראל, וואס דארט איז ירושלים, וואס דאס איז געווען דער חלק פון שבט יהודה. זאגט דער רמב"ן, אז אין נ"ך טרעפן מיר אז יהודה האט צום ערשט איינגענומען זיין חלק אין ארץ ישראל.
ווייטער זאגט די תורה, "ויהי רעב בארץ", עס איז געווארן א הונגער אין ארץ ישראל, וואס וועגן דעם איז אברהם אראפ געגאנגען קיין מצרים, כדי זיך צו קענען שפייזן. די מצריים האבן אים בארויבט אומזיסט און זיי האבן אוועקגענומען זיין ווייב שרה. דער אויבערשטער האט נקמה גענומען פאר אים און ער האט געשלאגן פרעה מיט גרויסע פלאג און אברהם איז ארויסגעגאנגען פון דארט מיט אסאך פארמעגן און פרעה האט מיט געשיקט מענטשן זאלן אים באגלייטן.
דאס איז געווען א רמז פאר זיינע קינדער אז זיי וועלן אמאל אראפ גיין קיין מצרים וועגן א הונגער, אזוי ווי עס איז געווען ביי יעקב אבינו. די מצריים וועלן זיי פייניגן און זיי וועלן אוועקנעמען זייערע טעכטער און צום סוף וועט דער אויבערשטער זיך אננעמען פאר זיי און ער וועט שלאגן די מצריים מיט גרויסע מכות און ער וועט ארויסנעמען די אידן מיט אסאך פארמעגן און זיי וועלן מיטשיקן מענטשן זיי צו באגלייטן. ממש יעדע זאך וואס איז געשעהן צו אברהם איז שפעטער מקויים געווארן ביי די קינדער און קיין איין זאך איז נישט אויסגעלאזט געווארן.
ווייטער אין קאפיטל י"ג פסוק י"ז, האט דער באשעפער געזאגט צו אברהם, "קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה כי לך אתננה". דער באשעפער האט געוואלט אז אברהם זאל ארום גיין גאנץ ארץ ישראל. זאגט דער רמב"ן אז דאס איז געווען כדי אברהם זאל מאכן א קנין חזקה אין ארץ ישראל פאר זיינע קינדער. מיר טרעפן אז במשך די לעבן פון אברהם האט ער דאס מקיים געווען, ווייל יעצט איז ער געווען אין מזרח זייט פון ארץ ישראל און נאכדעם טרעפן מיר אז ער איז געווען אין מערב זייט, ווען ער איז געווען אין פלשתים וואס איז אויף מערב זייט פון ארץ ישראל.
ווייטער אין קאפיטל י"ד פסוק א', ווערט דערציילט באריכות וועגן די מלחמה פון די פיר קעניגן מיט די פינף קעניגן. אברהם איז געגאנגען מלחמה האלטן מיט די פיר קעניגן און ער האט זיי מנצח געווען. זאגט דער רמב"ן אז די פיר קעניגן זענען מרמז אויפ’ן פיר גלות'ן וואס אידן וועלן מיטמאכן ביי די פיר קעניגרייכן, בבל, פרס ומדי, יון און אדום.
דער ערשטער איז געווען אמרפל מלך "שנער", וואס דאס איז בבל. דער צווייטער איז געווען אריוך מלך אלסר, זאגט דער רמב"ן אז "אלסר" איז געווען א נאמען פון א שטאט אין מלכות פרס ומדי. דער דריטער איז געווען כדרלעומר מלך עילם, זאגט דער רמב"ן אז די אנהויב פון מלכות יון, האט זיך אנגעהויבן אין עילם אזוי ווי עס איז מבואר אין די חז"ל. דער פערטער איז געווען תדעל מלך גוים, און די קעניגרייך פון רומי איז געווען אויף גוים פון עטליכע פעלקער.

(י"ב, ז') "ויבן שם מזבח לה' הנראה אליו". רש"י זאגט אז ער האט געבויעט א מזבח און מקריב געווען קרבנות פאר'ן הייליגער באשעפער, ווייל ער האט געוואלט באדאנקען פאר די צוויי בשורות וואס דער באשעפער האט אים צוגעזאגט, אז ער וועט האבן קינדער און אז זיינע קינדער וועלן באקומען ארץ ישראל.
דער רמב"ן קריגט און ער האלט אז ער האט געוואלט באדאנקען בעיקר אויף דעם וואס ער האט זוכה געווען צו אזא הייליגע מראה נבואה, וואס ער האט נאך קיינמאל נישט זוכה געווען צו אזא מראה. לויט דער רמב"ן איז זייער גוט וואס די תורה דריקט אויס, אז ער האט געבויעט א מזבח "לה' הנראה אליו", וואס לויט רש"י איז דאס איבריג, אבער לויט דער רמב"ן איז די כונה, אז ער האט געבויעט א מזבח פאר דער אויבערשטער, "הנראה אליו", ווייל ער האט זיך באוויזן צו אים.

(י"ב, ח') "ויקרא בשם ה'". אונקלוס טייטשט, אז ער האט מתפלל געווען צו דער אויבערשטער. פון רש"י זעהט אויס אז ער האלט וואו אונקלוס ווייל רש"י זאגט אין סוף ד"ה "ויבן שם מזבח", והתפלל שם עליהם, איז משמע אז רש"י וויל מיט די ווערטער טייטשן די ווערטער, "ויקרא בשם ה'".
דער רמב"ן מיט אנדערע מפרשים זאגן, אז די כונה איז אז ער האט אנגעהויבן אויסצורופן דער אויבערשטער'ס נאמען, דאס מיינט אז ער האט אנגעהויבן מפרסם צו זיין צו אלע מענטשן אז עס איז דא א גאט אויפ’ן וועלט און ער האט אריינגעברענגט אמונת ה' ביי מענטשן. דער רמב"ן זאגט אז ער האט אויסגערופן דער אויבערשטער'ס נאמען בקול גדול.

(י"ב, י"א) "ויהי כאשר הקריב לבוא מצרימה ויאמר אל שרי אשתו וגו'". דער רמב"ן פרעגט, פארוואס נאר דא ווען אברהם איז געגאנגען קיין מצרים, האט ער מורא געהאט, פארוואס האט ער נישט מורא געהאט אין ארץ ישראל, וואו עס האבן געוואוינט די כנענים, וואס זענען אויך געווען גרויסע רשעים?
ענטפערט דער רמב"ן, אז עס קען אפשר זיין אז די מצריים זענען געווען מער אריינגעטוהן אין די ענייני זנות, וועגן דעם האט ער דארט מער מורא געהאט וואו אין ארץ כנען, וואס דארט איז מען געווען מער אריינגעטוהן אין עבודה זרה. דער רמב"ן פירט אויס אויף דער תירוץ אז עס איז נישט ריכטיג.

ענטפערט דער רמב"ן א צווייטע תירוץ, אז דא אין מצרים איז ער אנגעקומען צו די פלאץ וואו דער קעניג האט געוואוינט, ממילא האט ער מורא געהאט, ווייל די שטייגער איז געווען אז א שיינע פרוי האט מען געברענגט צום קעניג אז ער זאל חתונה האבן מיט איר, אבער ביי ארץ כנען האט ער זיך נישט געדרייט ביי די פלאץ וואו דער קעניג האט געוואוינט, ממילא האט ער נישט מורא געהאט.
א דריטער תירוץ ענטפערט דער רמב"ן, אז אין אמת'ן האט ער איבעראל מורא געהאט און איבעראל האט ער געבעטן שרה אז זי זאל זאגן אז זי איז זיין שוועסטער, נאר די תורה פארציילט נישט ביי די אנדערע פלעצער, ווייל ביי זיי איז גארנישט געשעהן צו שרה, אבער דא ביי מצרים וויבאלד עס האט פאסירט אז מען האט אוועקגענומען שרה, פארציילט די תורה די גאנצע מעשה, אז אברהם האט איר געהייסן זאגן אז זי איז א שוועסטער און אזוי ווייטער.

(י"ב, ט"ו) "ויהללו אתה אל פרעה". רש"י לערנט, "ויהללו אתה", די הארן האבן איר געלויבט צווישן זיך, "אל פרעה", אז זי איז ראוי צו זיין די ווייב פון קעניג. דער רמב"ן זאגט אז מען קען פשוט לערנען, אז זיי האבן איר געלויבט צו פרעה, אז זיי האבן געזאגט צו פרעה איר לויב.

(י"ב י"ז) "על דבר שרי אשת אברם". פארוואס דארף די תורה דא זאגן אז שרי איז געווען די ווייב פון אברם, מיר אלע ווייסן שוין אז זי איז די ווייב פון אברם? ענטפערט דער רמב"ן, אז די תורה וויל אונז דא זאגן אז פרעה איז געשטראפט געווארן מיט גרויסע מכות, נישט נאר פאר דעם וואס ער האט צוגענומען שרה און ער האט איר מצער געווען, נאר דער אויבערשטער האט אים געשטראפט פאר דעם וואס ער האט וויי געטוען אברהם אויך. דאס איז די כונה, וינגע ה' וגו', פארוואס האט ער באקומען מכות, "על דבר שרי", וועגן שרי, און אויך, "אשת אברם" ווייל דאס איז דאך די ווייב פון אברם, ממילא האט דאך אברם אויך צער און פארדעם איז ער אויך געשלאגן געווארן.

(י"ב, כ') "ויצו עליו פרעה וגו' ואת כל אשר לו". דער פסוק זאגט אז פרעה האט באשטעלט מענטשן און מען האט באגלייט אברהם מיט אלס וואס געהערט צו אים. זאגט דער רמב"ן אז דא האט זיך אפגעטוהן א נס, ווייל פרעה וואלט דאך געדארפט צוריק נעמען אלע מתנות וואס ער האט געגעבן פאר אברהם, ווייל ער האט דאך געגעבן די מתנות פאר אברהם נאר וועגן דעם וואס שרה גייט ווערן זיין ווייב, אבער יעצט אז עס איז נתגלה געווארן אז ער קען נישט חתונה האבן מיט שרה, וואלט ער געדארפט צוריק נעמען אלע מתנות ווייל עס איז געווען א מתנה בטעות. דער אויבערשטער האט געמאכט א נס אז מען האט גארנישט צוריק גענומען פון אלע מתנות.

(י"ג, ז') "ויהי ריב בין רעי מקנה אברם ובין רעי מקנה לוט וגו'". רש"י זאגט אז דער קריגעריי איז געווען ווייל די רועי מקנה לוט האבן געפאשעט אין פרעמדע פעלדער און די רועי מקנה אברם האבן זיי געמוסר'ט אויף דעם. די רועי מקנה לוט האבן געטענה'ט אז דער באשעפער האט צוגעזאגט ארץ ישראל פאר אברהם און ער האט נישט קיין יורש, ממילא איז לוט זיין יורש און מען מעג פאשן וואו מען וויל אין ארץ ישראל.
פרעגט דער רמב"ן, ווי אזוי האבן זיי דאס געקענט טענה'ן, אויבן ווען דער אויבערשטער האט צוגעזאגט ארץ ישראל פאר אברהם שטייט, "לזרעך אתן את הארץ הזאת", פאר דיינע "קינדער" וועל איך געבן ארץ ישראל און נישט פאר אברהם האט דער אויבערשטער געגעבן ארץ ישראל? ענטפערט דער רמב"ן אז מען מוז זאגן אז די רועי מקנה לוט, האבן נישט קלאר געהערט וואס דער באשעפער האט געזאגט צו אברהם און זיי האבן געמיינט אז דער באשעפער האט געגעבן ארץ ישראל פאר אברהם אליין.
דער רמב"ן קריגט אויף רש"י און ער לערנט אז לפי הפשט איז דער קריגעריי געווען אזוי ווי עס זעהט אויס פשוט אין פסוק, אז וויבאלד עס איז נישט געווען גענוג פאשע פאר די בהמות, האבן זיי זיך ארום געקריגט אויפ’ן פאשע, ווער עס זאל עס באקומען.

(י"ג, י"ג) "ואנשי סדם רעים וחטאים לה' מאד". רש"י פרעגט, פארוואס דערציילט אונז דא די תורה וואס די אנשי סדם זענען געווען? ענטפערט רש"י צוויי תירוצים.
א- פונקט אזוי ווי ווען מען דערמאנט א צדיק, דארף מען אים לויבן, אזוי אויך ווען מען דערמאנט א רשע, דארף מען ארויסברענגען זיין שאנדע. וויבאלד מען האט פריער דערמאנט די שטאט סדם (ויאהל עד סדם) זאגט אונז די תורה זייער גרויס רשעות.
ב- אונז צו לערנען דעם שלעכטקייט פון לוט, אז כאטש די מענטשן פון סדום זענען געווען גרויסער רשעים, פון דעסטוועגן האט לוט זיך נישט צוריק געהאלטן פון גיין וואוינען לעבן זיי.
דער רמב"ן לייגט צו, אז די תורה וויל אונז אויך לאזן הערן אז דער באשעפער היט די צדיקים, ווייל טאמער לוט וואלט אויסגעוועהלט צו וואוינען אויף דער אנדערע זייט וואלט דאך אברהם אבינו געדארפט גיין לעבן סדום, זאגט די תורה אז דער אויבערשטער האט נישט פארלאזט דעם צדיק און זיין גורל איז נישט אויסגעפאלן ביי דער פלאץ פון די גרויסע רשעים.

(י"ג, י"ז) "קום התהלך בארץ לארכה ולרחבה כי לך אתננה". פארוואס האט דער באשעפער געהייסן אברהם גיין דער גאנצער ברייט און לענג פון ארץ ישראל? דער רמב"ן זאגט צוויי פשטים אין די כונה פון דער אויבערשטער.
א- דער באשעפער האט נישט געמיינט צו באפעהלן אברהם אז ער זאל ארום גיין גאנץ ארץ ישראל, נאר ער האט אים געמיינט צו זאגן אז דו קענסט ארום גיין אין ארץ ישראל וואו דו ווילסט, און דו דארפסט נישט מורא האבן פון קיינעם, ווייל איך וועל דיר היטן וואו דו גייסט.
ב- דער באשעפער האט אים יא באפוילן אז ער זאל זעהן אין די משך פון זיין לעבן אז ער זאל דורך שפאצירן גאנץ ארץ ישראל, און מיט דעם וועט ער מאכן א קנין חזקה פאר זיינע קינדער. דער באשעפער האט געוואלט אז אברהם זאל שוין מאכן די קנין חזקה פאר די אידן און דאס וועט מאכן א פארזיכערונג אז די אידן וועלן באקומען ארץ ישראל, אזוי ווי מיר האבן שוין אויבן דערמאנט ביי דעם ענין פון "מעשי אבות סימן לבנים".

(י"ד, ב') "עשו מלחמה וגו' ומלך בלע היא צער". דער רמב"ן זאגט, וועגן דעם זאגט נישט די תורה דעם נאמען פון דער קעניג, אזוי ווי ער האט געזאגט ביי די אנדערע, ווייל דאס איז געווען א קליינער שטאט מיט ווייניג מענטשן און די קעניג איז נאך נישט געווען מפורסם אויף די וועלט, וועגן דעם דערמאנט נישט די תורה זיין נאמען.

(י"ד, י') "ועמק השדים בארת בארת חמר וינסו מלך סדם ועמרה ויפלו שמה והנשארים הרה נסו". די תורה פארציילט אונז ביי די מלחמה וואס די פיר קעניגן האבן געמאכט מיט די פינף קעניגן, אז די פינף קעניגן זענען אנטלאפן פון די פיר קעניגן, און די קעניגן פון סדום און עמורה זענען אריין געפאלן אין די גרובער וואס זענען דארט געווען.
זאגט רש"י צוויי פשטים אין די כונה פון "בארת חמר". איין פשט, אז עס זענען דארט געווען לעכער אין דער ערד, וואס מען האט גענוצט דער ערד צו מאכן דערמיט ליים. די צווייטע פשט זאגט רש"י, אז עס זענען געווען גריבער אנגעפילט מיט ליים.
פרעגט רש"י לויט די צווייטע פשט אז די גריבער זענען געווען פיל מיט ליים, ווי אזוי איז דער מלך סדום ארויס געקומען פון דארט א לעבעדיגע? ענטפערט רש"י, אז דער אויבערשטער האט געמאכט א נס, אז ער איז ארויס געקומען א לעבעדיגער. פארוואס האט דער אויבערשטער געמאכט די נס פאר א רשע? איז רש"י מפרש, ווייל אסאך מענטשן וואס האבן געהערט פון די נס וואס דער אויבערטשער האט געמאכט פאר אברהם ביי די קאלעך אויוון, האבן נישט געגלייבט, האט דער אויבערשטער געמאכט א נס פאר דעם מלך סדום, און אזוי ווי די מענטשן האבן געזעהן די נס פאר מלך סדום, האבן זיי שוין אויך געגלייבט אין די נס וואס איז געשעהן צו אברהם.
זאגט דער רמב"ן, מיר געפעהלט בעסער די צווייטע פשט פון רש"י, אז די גריבער זענען געווען פול מיט ליים, און פון דעסטוועגן מוז מען נישט זאגן אז עס איז געווען א נס, ווייל בדרך הטבע קען אויך א מענטש ארויסקומען פון א גריב וואס איז פיל מיט ליים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עשרה נסיונות נתנסה אברהם אבינו ע"ה ועמד בכולם
די משנה זאגט אין מסכת אבות (פרק ה' משנה ג') "עשרה נסיונות נתנסה אברהם אבינו עליו השלום ועמד בכולם, להודיע כמה חבתו של אברהם אבינו עליו השלום". צען מאל האט דער אויבערשטער געפריווט אברהם אבינו און ער האט נישט נאכגעטראכט אויף דער באשעפער פארוואס ער טוט מיט אים די זאכן, נאר ער האט אלעס געטוען און מקבל געווען באהבה.
דער באשעפער האט אים נישט געדארפט פריווען צו זעהן צו ער וועט עומד זיין בנסיון, ווייל דער באשעפער האט געוואוסט וואס טוט זיך אין אברהם'ס הארץ און ער האט געוואוסט אז אברהם וועט עומד זיין בנסיון. נאר ער האט עס געטוען צו פארענטפערן וואס דער שטן און די אומות העולם פרעגן, פארוואס האט דער באשעפער אויסגעקליבן אברהם פון אלע מענטשן פון די וועלט אז ער זאל זיין, זיין קנעכט און פון אים זאל ארויסקומען דעם הייליגן אידישע פאלק?
וועגן דעם האט ער אים געפריווט, כדי צו ווייזן פאר דער שטן און פאר די אומות העולם זיין געוואלדיגע צדקות און אהבת ה', כדי זיי זאלן נישט האבן קיין טענות. דאס איז פשט אין די משנה, "להודיע", צו לאזן וויסן פאר אנדערע (די שטן און די אומות העולם) "כמה חבתו של אברהם אבינו עליו השלום", עס שטייט נישט "לידע", צו וויסן, ווייל דער אויבערשטער האט אים נישט געדארפט פריוון כדי צו וויסן, ווייל ער האט געוואוסטפון פריער.
דער רמב"ן לערנט אז די כונה פון אלע נסיונות איז געווען כדי צו פארמערן אברהם'ס שכר. דער אויבערשטער האט געוואוסט אז אברהם וועט ביישטיין אלע נסיונות, ער האט געוואוסט אז אברהם'ס הארץ איז גאנץ מיט אמונה און מסירת נפש פאר'ן אויבערשטער. אבער א מענטש באקומט מער שכר ווען ער ברענגט עס ארויס מיט א מעשה. אויך, דורך דעם וואס ער טוט א מעשה, ווערט מער געשטארקט ביי אים דאס ענין פון מסירת נפש פאר'ן אויבערשטער.
די מפרשים זאגן, אין די זכות וואס אברהם אבינו האט עומד געווען אין אלע נסיונות, טוען מיר, אייניקליך פון אים, זוכה זיין צו אלע גוטע זאכן עד סוף כל הדורות. דאס איז אויך איינע פון די טעמים פארוואס מיר זאגן יעדן טאג פאר'ן דאווענען די פרשה פון עקידת יצחק (וואס דאס איז איינע פון די צען נסיונות), כדי מעורר צו זיין די זכות פון עקידת יצחק.
פארוואס האט השי"ת געפריווט אברהם אבינו מיט "צען" נסיונות? דער מדרש זאגט אז דאס איז אנטקעגן די צען מאמרות מיט וואס די וועלט איז באשאפן געווארן, צו ווייזן אז אין זיין זכות שטייט די גאנצע וועלט, אזוי ווי מיר טרעפן אז די צען דורות פון אדם ביז נח זענען געווען רשעים, און דער באשעפער האט איינגעהאלטן זיין כעס צען דורות און נאכדעם האט ער געברענגט דער מבול און ער האט חרוב געמאכט די וועלט, אבער ביי די צען דורות פון נח ביז אברהם וואס זענען אויך געווען רשעים, האט דער באשעפער נישט חרוב געמאכט די וועלט. איז די קשיא פארוואס נישט? ענטפערט דער מדרש, אז אברהם מיט זיין גרויס צדקות און אהבת ה', האט געראטעוועט די גאנצע וועלט, דורך דעם וואס ער איז ארום געגאנגען און מחזיר בתשובה געווען אסאך מענטשן.
דער רבינו יונה זאגט אז אברהם האט געטוען אזוי פיל מצוות אז זיי האבן איבער געוואויגן אלע עבירות פון אלע רשעים פון די גאנצע וועלט.
דער מדרש זאגט ווייטער אז די צען גרויסע נסים וואס די אידן האבן זוכה געווען אין מצרים און די צען גרויסע נסים וואס די אידן האבן געהאט ביים ים און די צען מכות וואס דער באשעפער האט געברענגט אויפ’ן מצריים אין מצרים, און אויך די צען מכות וואס די מצריים האבן באקומען ביים ים סוף, איז אלעס געווען דער זעלבע צאל, ווייל דאס איז געווען אין די זכות פון אברהם אבינו וואס ער האט עומד געווען אין די צען נסיונות.
נאך זאגט דער מדרש, אנטקעגן די צען נסיונות האבן די אידן זוכה געווען צו די עשרת הדברות. ווען די אידן האבן געזינדיגט מיט די עגל און משה רבינו האט צובראכן די לוחות, האט די זכות פון די עשרה נסיונות וואס אברהם אבינו האט עומד געווען, געראטעוועט די אידן פון חלילה פארלענד צו ווערן.
עס שטייט אין פרקי דרבי אליעזר, אז די צען נסיונות האבן אויך באשיצט אז די אידן זענען נישט אינגאנצן געשטראפט געווארן אויף דעם וואס זיי האבן אין די מדבר געפריווט דער אויבערשטער צען מאל אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (במדבר י"ד, כ"ב) "וינסו אתי זה עשר פעמים ולא שמעו בקולי".
עס איז שווער אפצושאצן וועלכע איז געווען די שווערסטע פון אלע נסיונות, אבער עס זעהט אויס אז עקידת יצחק איז געווען די שווערסטע וועגן צוויי טעמים.
א- ווייל נאר די עקידה זאגן די אידישע קינדער יעדן טאג ביים דאווענען און מיר בעטן אייביג פון דער אויבערשטער אז אין די זכות פון די נסיון העקידה זאלן מיר געהאלפן ווערן מיט אלעס גוט.
ב- נאר ביי די נסיון העקידה זאגט די תורה ארויס בפירוש אז עס איז געווען א נסיון אזוי ווי עס הויבט זיך אן די פרשת העקידה, "אחר הדברים האלה והאלקים נסה את אברהם וגו'".
דער רבינו סעדי' גאון שרייבט אין זיין פירוש אויף דניאל (א', י"ב) אז אין די זכות פון די עשרה נסיונות, האבן מיר אידן זוכה געווען צו די צען הייליגע טעג פון ר"ה ביז יו"כ, וואס ווערן אנגערופן "עשרת ימי תשובה".
וואס זענען געווען די צען נסיונות וואס השי"ת האט געפריווט אברהם? עס איז דא א גרויסער מחלוקת ראשונים וואס די נסיונות זענען געווען. מיר וועלן קודם מסדר זיין אלע נסיונות וואס ווערן אויסגערעכנט פון אלע ראשונים און נאכדעם וועלן מיר בעזהש"י מסדר זיין די שיטות פון די ראשונים.
א) די נאכט וואס אברהם אבינו איז געבוירן געווארן איז אויפגעשטאנען א געוויסע שטערן און עס האט איינגעשלינגען פיר שטערן וואס זענען געווען אויפ’ן פיר עקן פון די וועלט. דער גרויסער רשע נמרוד וואס האט זיך געהאלטן פאר א גאט און ער האט געהאט אסאך גוים וואס האבן אים געדינט און ער איז געווען דער, וואס האט נאך די מבול געמאכט א גרויסער חלק פון די וועלט נאכגיין נאך די עבודה זרה'ס, האט געהאט שטערן זעהער'ס וואס האבן אים געזאגט, דו זאלסט וויסן אז צו תרח איז היינט געבוירן געווארן א זון און עס וועט ארויסקומען פון אים א פאלק וואס וועט ירש'ענען סיי די וועלט און סיי יענער וועלט און ער וועט אונז אלע בטל מאכן.
זיי האבן אים גע'עצהט אז מען זאל געבן פאר תרח א פולע הויז מיט גאלד און זילבער אז ער זאל געבן אברהם און זיי וועלן אים הרג'ענען. נמרוד האט געלאזט רופן תרח און ער האט פון אים געפאדערט צו געבן אברהם. תרח האט געזאגט אז דער קינד איז געשטארבן תיכף נאכ'ן געבוירן ווערן.
תרח איז אהיים געגאנגען און ער האט באהאלטן אברהם אין א מערה (הייל) פאר דרייצן יאר (טייל זאגן פאר דריי יאר און טייל זאגן פאר צען יאר.) דער אויבערשטער האט געמאכט א נס און עס איז ארויס געקומען פון דער וואנט צוויי רערן. פון איינס איז ארויסגעקומען אויל און פון דער אנדערע איז ארויסגעקומען מעהל און פון דעם האט ער געלעבט (טייל זאגן אז אברהם'ס מאמע אמתלאי בת כרנבו האט זיך אויך באהאלטן מיט אים און תרח האט יעדן חודש געשיקט עסן פאר זיי. טייל זאגן אז מלאך גבריאל איז געקומען געבן עסן פאר אברהם.) דאס איז אלס געווען א געוואלדיגע נסיון, דורך צו גיין אזוי פיל צער און יסורים און נישט פרעגן קיין קשיות, פארוואס דער באשעפער האט דאס געטוען צו אים.
ב) אברהם אבינו איז גענומען געווארן אין תפיסה אויף צען יאר. דריי יאר איז ער געווען אין די שטאט "כותא" און זיבן יאר אין די שטאט "קרדו" (טייל האלטן פארקערט, דריי יאר אין קרדו און זיבן יאר אין כותא). נאך די צען יאר האט נמרוד געשיקט נאך אים און ער האט געהייסן אז מען זאל אים אריין ווארפן אין די כבשן האש, אויב ער וועט נישט מודה זיין אין די עבודה זרה. אברהם אבינו האט עומד געווען אין דעם שווערן נסיון און ער האט נישט מודה געווען אין נמרוד'ס עבודה זרה. פארקערט! אברהם האט גאר חוזק געמאכט פון נמרוד.
נמרוד האט זיך געהאלטן אליין פאר דער גאט פון די וועלט. אברהם האט אים געזאגט, אויב דו ביסט דער גאט פון די וועלט, פארוואס האסטו געלאזט אז דיין טאטע זאל שטארבן? פארוואס וועסטו שטארבן אזוי ווי יעדע שטארבט? האט אברהם ווייטער געזאגט צו נמרוד, אויב דו קענסט מאכן אז מארגן זאל די זין אויפשיינען אויף מערב זייט און עס זאל איינגיין אויף מזרח זייט, פארקערט וואו די געווענליכע סדר, דעמאלס וועל איך גלייבן אז דו ביסט א גאט.
נמרוד האט געהייסן נעמען א גרויסער שטיין און מען האט ארום געבויעט העלצער אויף אלע פיר זייטן, פינף אמות ביי פינף אמות און די הויכקייט פון די העלצער זענען אויך געווען פינף אמות. מען האט אריין געלייגט אברהם אויף דער שטיין פון אינעווייניג און מען האט אנגעצינדן די גרויסע העלצער ארום און ארום. דער באשעפער איז געקומען בכבודו ובעצמו און ער האט געראטעוועט אברהם. די מלאכים פון הימל האבן געוואלט צוריק האלטן דער באשעפער פון ראטעווען אברהם. זיי האבן געזאגט אז אפשר וועט אברהם שפעטער זינדיגן אזוי ווי אדם הראשון האט געזינדיגט און נאכדעם וועסטו חרטה האבן פארוואס דו האסט אים געראטעוועט. האט דער באשעפער געענטפערט, אברהם וואס האט מקדש געווען מיין נאמען אויף די וועלט און ער וועט ווייטער אויך מקדש זיין מיין נאמען, וועל איך גיין ראטעווען! דער באשעפער איז תיכף געגאנגען און ער האט געראטעוועט אברהם.
ג) "לך לך מארצך וגו'". דער באשעפער האט אים געהייסן פארלאזן זיין טאטע'ס שטוב און די פלאץ וואו ער האט געלעבט ביז היינט און ער זאל אנהויבן ארום צו וואנדערן. דער באשעפער האט אים אפילו נישט געזאגט וואו צו גיין, נאר ער זאל אנהויבן גיין און שפעטער וועט ער אים ווייזן וואו. דער פרקי דרבי אליעזר זאגט, אז דאס איז געווען א שווערע נסיון, ווייל "הטלטול קשה לאדם יותר מכל", דאס ארום וואנדערן איז די שווערסטע זאך פאר א מענטש. פון דעסטוועגן האט אברהם נישט נאכגעטראכט אויף דער באשעפער'ס וועגן און ער האט אלעס געפאלגט מיט א שמחה און מיט א זריזות און ער האט אלעס מקבל געווען באהבה.
ד) נאכדעם וואס אברהם אבינו איז אנגעקומען צו ארץ כנען איז געווארן דארט א געוואלדיגער הונגער. דער פרקי דרבי אליעזר לערנט אז דאס איז געווען דער ערשטער הונגער וואס איז געווען אויף די וועלט און דאס האט געמאכט דער נסיון אסאך שטערקער, ווייל דער באשעפער האט אים יעצט געהייסן גיין אהין און תיכף ווערט א הונגער וואס איז קיינמאל נישט געווען. פון דעסטוועגן האט אברהם נישט געטראכט אפילו אויף איין רגע, פארוואס דער באשעפער טוט צו אים אזא זאך? (טייל זאגן אז עס איז נישט געווען דער ערשטער הונגער, ווייל ביי אדם הראשון איז געווען דער ערשטער הונגער. טייל זאגן אז ביי למך איז געווען דער צווייטער הונגער) אברהם האט זיך אויפגעהויבן און ער איז אראפ געגאנגען קיין מצרים צו האבן וואס צו עסן...
ה) אברהם אבינו קומט אן קיין מצרים און זיין ווייב שרה ווערט פון אים צוגענומען צום הויז פון דער טמא'נע פרעה מלך מצרים. דא ווייזט אים דער באשעפער אז ער זאל אראפ גיין צו מצרים און דא מאכט דער באשעפער אז מען זאל צונעמען זיין ווייב. אברהם איז נישט מהרהר קיין רגע, נאך די וועגן פון דער באשעפער, נאר ער איז אלעס מקבל באהבה.
דער פרקי דרבי אליעזר זאגט, אז שרה איז גענומען געווארן צו פרעה, פסח ביינאכט און דאס וואס דער באשעפער האט געשלאגן פרעה בנגעים גדולים איז א רמז אויף מכת בכורות און דאס וואס פרעה האט געגעבן פאר שרה די אלע פארמעגענס, גאלד און זילבער וכו', דאס איז א רמז אז די אידן וועלן ארויסגיין פון מצרים ברכוש גדול. דער רמב"ן זאגט אז דאס איז געווען א נס וואס פרעה האט נישט צוריקגענומען די אלע פארמעגענ'ס, ווייל פרעה האט דאס אלעס געגעבן פאר אברהם צוליב דעם וואס ער איז געווען דער ברודער פון שרה וואס ער האט איר גענומען פאר א פרוי. יעצט ווען זי איז געווארן אויס ווייב פון פרעה, וואלט פרעה געדארפט צוריק נעמען אלעס. פרעה איז נישט איינגעפאלן צוריק צו נעמען. דאס איז געווען א נס.
ו) אלע ראשונים רעכנען צווישן די נסיונות, די מלחמה וואס אברהם אבינו האט געהאט מיט די פיר קעניגן, אמרפל מלך שנער וגו'. מען דארף פארשטיין וואס איז דארט געווען די נסיון? צו פארשטיין וועלן מיר מקדים זיין די מעשה וואס שטייט אין די פסוקים. די תורה הק' דערציילט, אז עס זענען געווען פינף קעניגן וואס זענען געווען אינטערטעניג אונטער אנדערע פיר קעניגן. די פינף קעניגן האבן זיך מיישב געווען נאך צוועלף יאר וואס זיי זענען געווען אינטערטעניג, אז זיי ווילן נישט מער זיין אונטערטעניג און זיי וועלן מער נישט צאלן קיין שטייער'ן. זיי האבן אנגעהויבן צו ווידער שפעניגן.
נאך דרייצן יאר פון ווידערשפעניגן, האבן זיך די פיר קעניגן צוזאם געקומען און זיי האבן אנגעהויבן א מלחמה מיט די פינף קעניגן. די תורה פארציילט אז די מלחמה איז געווען ביי א פלאץ וואס הייסט "עמק השידים". דער פלאץ איז נישט געווען לעבן סדום. די פסוק פארציילט אז די פיר קעניגן זענען געווען זייער שטארק און זיי האבן איינגענומען די פינף קעניגן. נאכדעם זענען די פיר קעניגן געגאנגען צו סדום און זיי האבן געפאנגען לוט וואס האט זיך געהאט באזעצט לעבן סדום.
פרעגט דער מדרש, פארוואס זענען זיי געגאנגען פאנגען לוט? זאגט דער מדרש אז מיר זעהן פון דעם אז די פיר קעניגן האבן געוואלט האלטן א מלחמה מיט אברהם און זיי האבן אים געוואלט הרג'ענען. זיי האבן נישט געוואלט גיין ביז אברהם, האבן זיי זיך אפגעשמועסט צו פאנגען לוט און זיי האבן פארשטאנען אז אברהם וועט זיכער קומען ראטעווען לוט ווייל ער איז געווען זיין פעטער, ממילא ווען ער וועט קומען, וועלן מיר אים הרג'ענען. קומט אויס לויט דעם, אז זיי האבן געוואלט האלטן א מלחמה מיט אברהם. לויט דעם פארשטייען מיר די נסיון. אברהם וואלט געקענט נאכטראכטן דער באשעפער'ס וועגן און פרעגן, פארוואס האט דער באשעפער אנגערייצט די פיר גרויסע קעניגן צו האלטן א מלחמה מיט מיר? ניין! אברהם האט אפילו קיין איין רגע נישט געטראכט אזוי, נאר זיך פארלאזט אז אלעס וואס דער באשעפער טוט איז גוט און געוויס מוז אזוי זיין.
דער רמב"ן פרעגט, פארוואס האט זיך אברהם אבינו אזוי שטארק מוסר נפש געווען צו גיין ראטעווען לוט, וואס דעמאלס איז לוט שוין געווען א רשע, ער האט זיך מחבר געווען מיט די מענטשן פון סדום וואס זענען געווען רשעים? די מלחמה אין וואס אברהם אבינו האט זיך אריינגעלאזט איז געווען א געוואלדיגער מסירת נפש, אנטקעגן אזוי פיל טויזענטער סאלדאטן, געוואלדיגער גבורים.
ענטפערט דער רמב"ן, ווייל אברהם האט געשפירט אז ער איז שולדיג וואס מען האט געפאנגען לוט, ווייל דאס וואס לוט איז אנגעקומען לעבן סדום, איז נאר ווייל ער איז מיטגעגאנגען מיט אברהם ווען ער איז ארויס פון זיין טאטע'ס שטוב. ווען לוט וואלט נישט מיטגעגאנגען מיט אברהם, וואלט ער נאך געווען אין חרן מיט זיין זיידע תרח, וואלט נישט צוגעקומען צו דעם, אז ער זאל געפאנגען ווערן. וועגן דעם איז אברהם געגאנגען מיט מסירת נפש צו ראטעווען לוט.
מען קען צולייגן נאך מער, אז עס איז ארויסגעקומען א חילול השם. מענטשן האבן געזאגט, ווייל לוט האט זיך באהאפטן מיט אברהם, וועגן דעם איז אים געקומען די אלע צרות. קומט אויס אז אברהם'ס גאט איז נישט קיין גוטע גאט ח"ו. כדי עס זאל נישט ארויסקומען דעם חילול ה' איז אברהם געגאנגען מיט א מסירת נפש צו ראטעווען לוט. עס קען זיין אז דאס איז געווען די נסיון, צו אברהם וועט גיין זיך מוסר נפש זיין כדי צו צושטערן די חילול ה'.
אויף א דריטער אופן קען מען מפרש זיין די נסיון פון די מלחמה, ווייל נאך די מלחמה ווען אברהם האט מנצח געווען אזוי פיל גבורים, האט אברהם געקענט טראכטן אויף זיך אז זיין שטארקער כח האט מנצח געווען די מלחמה, "כחי ועוצם ידי עשה לי את החיל הזה". ניין! אברהם אבינו האט אפילו קיין איין רגע נישט אזוי געטראכט, נאר ער האט אלעס אנגעהאנגען אין דער הייליגער באשעפער אז ער האט אים געהאלפן יעדן טריט און נאר מיט זיין כח האט ער מנצח געווען די מלחמה.
ז) דער באשעפער האט געוויזן פאר אברהם ביי די "ברית בין הבתרים", ווי אזוי זיינע אייניקליך וועלן ביטער שווער ארבייטן אין מצרים און אויך האט אים דער באשעפער געוויזן אלע צרות'ן פון אידישע קינדער אין אלע שווערע גלות'ן. אברהם אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות, פארוואס וועלן מיינע אייניקליך דורך גיין אזעלכע ביטערע גזירות? ער האט אלעס מקבל געווען באהבה און געטראכט אז דער באשעפער טוט אזוי, דארף עס זיכער אזוי זיין.
ח) דער באשעפער האט עטליכע מאל צוגעזאגט פאר אברהם אז ער וועט האבן קינדער און א גרויסער פאלק וועט ארויסקומען פון אים. ווען אברהם אבינו איז געווארן עלטער, איז שרה געקומען צו אים און זי האט אים געזאגט, אז ער זאל נעמען הגר פאר א ווייב, אפשר וועט ער האבן פון איר קינדער. זאגט שרה, אז איך זאג דאס נישט פון מיר אליין נאר דאס האב איך פארשטאנען מיט רוח הקודש, און פון הימל וויל מען אזוי.
הגר איז געווען א גוי'עשע דינסט פון זייער א נידריגער פאלק. עס פאסט נישט פאר די נידריגסטער איד חתונה צו האבן מיט אזא גוי'טע, כל שכן פאר אזא הייליגער צדיק וואו אברהם אבינו. עס זעהט אויס וואו א געוואלדיגע ירידה פון די גרויסע מדריגות וואס אברהם אבינו איז געשטאנען. דאס איז געווען א געוואלדיגער נסיון צו פאלגן אזא זאך. אברהם אבינו איז נישט מהרהר קיין איין רגע נאך די וועגן פון דער באשעפער, ער האט חתונה געהאט מיט הגר און ער האט מקיים געווען דער רצון פון דער הייליגער באשעפער. ער האט נישט געפרעגט קיין קשיות אויף דער אויבערשטער, "נאר אזוי קענסטו מיר געבן קינדער? איך מוז חתונה האבן מיט א גוי'טע? דו קענסט נישט מקיים זיין דיין צוזאג דורך מיין ווייב, די צדיקת שרה? ניין! קיין שום קשיות! עס מוז זיכער אזוי זיין. דער באשעפער האט זיינע חשבונות וואס מיר פארשטייען נישט.
ט) אברהם אבינו איז געווען אן אלטער מענטש פון 99 יאר, דער באשעפער זאגט צו אים, איך וויל דו זאלסט זיך מל'ען. דאס איז פארבונדן מיט א געוואלדיגע צער, בפרט פאר אן עלטערער מענטש. אברהם אבינו האט זיך נישט פארזוימט און ער האט נישט געפרעגט קיין שום קשיות. ער האט זיך געמל'עט מיט א זריזות און מיט א געוואלדיגע ברען מקיים צו זיין די מצוה פון דער באשעפער. ער האט אויך געמל'עט זיין זון ישמעאל מיט אלע זיינע קנעכט. דער פרקי דרבי אליעזר לערנט אז ער האט גערופן שם דער זון פון נח זאל אים מל'ען און נאכדעם האט ער געמל'עט זיין גאנצע הויזגעזונד.
דער פרקי דר"א זאגט, אז אברהם אבינו האט זיך געמל'עט אין יו"כ. יעדן יאר ווען עס קומט יום כפור, זעהט דער אויבערשטער די דם מילה פון אברהם אבינו און ער איז דורך דעם מוחל די עוונות פון אידישע קינדער. נאך זאגט דער פרקי דר"א, אז אויף יענעם פלאץ וואו אברהם האט זיך געמל'עט און זיין בלוט איז גערינען אויף דער ערד, האט מען געבויעט די מזבח וואס מען האט דערויף מקריב געווען די קרבנות. כאטש די באפעהל פון הקב"ה צו אברהם אבינו אז ער זאל זיך מל'ען, איז געווען אין אלוני ממרא (חברון) אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, און די מזבח איז געווען געבויעט אויפ’ן הר המורי', זאגן די מפרשים אז אברהם אבינו איז געגאנגען זיך מל'ען ביי די הר המורי', ווייל ער האט געוואוסט אז דארט איז א מקום קדוש, האט ער געוואלט מקיים זיין די מצוה פון הקב"ה אויף א מקום קדוש.
אויסער די געוואלדיגע נסיון פון דורך גיין אזוי פיל צער בשעת ער האט זיך געמל'עט, אזוי ווייט, אז די מפרשים זאגן אז עס איז געווען א סכנה פאר אברהם זיך צו מל'ען, איז געווען נאך א געוואלדיגע נסיון פארבינדן מיט די מצוה. מיר האבן שוין פריער דערמאנט אז אסאך פעלקער האבן זייער פיינט געהאט אברהם ווייל ער האט געשפעט פון זייערע געטער. זיי האבן אים געוואלט הרג'ענען אזוי ווי מיר טרעפן ביי די מלחמה פון די מלכים, אז די גאנצע כונה פון זייער פאנגען לוט איז נאר געווען ווייל זיי האבן געוואלט אברהם זאל קומען און זיי וועלן אים הרג'ענען. אברהם האט שטענדיג געדארפט זיין גרייט אז גוים וועלן קומען מלחמה האלטן מיט אים און ער וועט זיך דארפן באשיצן.
אברהם אבינו האט געוואוסט, אויב ער וועט זיך מל'ען מיט אלע זיינע מענטשן וועלן זיי ווערן זייער אפגעשוואכט און זיי וועלן אלע מוזן ליגן אין בעט אזוי ווי קראנקע מענטשן. דאס וועט געבן א געלעגענהייט פאר די גוים צו קומען און הרג'ענען אברהם מיט אלע זיינע מענטשן און זיי וועלן זיך נישט קענען באשיצן וועגן זייער שוואכקייט. קומט אויס אז אויסער די סכנה מצד עצמו פון מל'ען זיך, איז געווען א געוואלדיגע סכנה מצד די גוים וואס וועלן וויסן אז ער האט זיך געמל'עט. אברהם אבינו ברעכט דורך די נסיונות, ער פארלאזט זיך אויף דער באשעפער אז ער וועט אים געבן כח אויסצוהאלטן די צער, ער וועט אים אפהיטן פון די גוים.
טאמער וועסטו מיינען אז אברהם האט זיך געמל'עט באהאלטענערהייט, כדי די גוים זאלן נישט וויסן אז ער מל'עט זיך און אזוי וועלן זיי נישט קומען מלחמה האלטן, זאגט די פסוק אז אברהם האט זיך געמל'עט "בעצם היום הזה". זאגן די חז"ל אז אברהם האט זיך געמל'עט אין מיטן טאג ווען יעדע האט געזעהן, אפענערהייט און ער האט מיט דעם געוואלט ווייזן אז ער האט נישט מורא פון קיינעם ווייל ער פארלאזט זיך אויף זיין הייליגער באשעפער.
דער פרקי דר"א זאגט, אז דער דריטער טאג נאכדעם וואס אברהם האט זיך געמל'עט, האט דער באשעפער געמאכט אז אברהם זאל האבן גרויס צער. דאס איז געווען אים אויסצופריווען צו ער וועט זיך אפרעדן אויף דער אויבערשטער וואס ער מאכט אים אזוי פיל צער. פארשטייט זיך אז אברהם האט נישט מהרהר געווען קיין איין רגע אויפ’ן וועגן פון השי"ת.
י) אברהם איז אנגעקומען צו גרר און אבימלך דער קעניג פון גרר האט גענומען שרה פאר א ווייב. אברהם אבינו האט נישט מהרהר געווען נאך די וועגן פון הקב"ה, פארוואס ער מאכט אז אזעלעכע שלעכטע זאכן זאלן געשעהן צו אים.
יא) שרה אמנו האט פארלאנגט פון אברהם אבינו, נאך יצחק איז שוין געווען געבוירן, אז ער זאל אוועקשיקן הגר. ער זאל איר שרייבן א גט און ער זאל איר אוועקשיקן (צוזאמען מיט ישמעאל). אברהם האט דאס זייער פארדראסן ווייל למעשה איז זי געווען זיין ווייב און זי האט אים באדינט אזוי פיל יארן. דער באשעפער איז געקומען צו אברהם און ער האט אים געזאגט אז ער זאל פאלגן שרה ווייל זי איז גערעכט. אברהם פרעגט נישט קיין קשיות, "דו האסט מיר געהייסן חתונה האבן מיט איר און יעצט הייסטו מיר זיך גט'ן פון איר"? ניין! קיין קשיות און אברהם פאלגט...
יב) שרה האט אויך געהייסן אוועקשיקן ישמעאל וואס למעשה איז ער געווען א קינד פון אברהם. אברהם האט אים זייער ליב געהאט. אברהם האט זייער געוואלט ער זאל בלייבן ביי אים. אברהם האט אויך מורא געהאט, טאמער ער וועט אים אוועקשיקן וועט ער פארדארבן ווערן. אויב ער וועט בלייבן לעבן אים, וועט ער אים מחנך זיין און ער וועט האלטן אויף אים אן אויג. עס איז געווען פאר אברהם א געוואלדיגע הארץ ווייטאג און א געוואלדיגע נסיון אים אוועקצושיקן.
שרה אמנו, די גרויסע צדיקת און בעלת רוח הקודש, האט אבער געהאט א ווייטערע בליק. זי האט געזעהן אז עס טויג נישט פאר יצחק אויב ישמעאל וועט זיין מיט אים צוזאמען. עס וועט נישט טויגן סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. דער באשעפער קומט צו גיין צו אברהם און זאגט אים, אלעס וואס שרה וועט דיר הייסן זאלסטו איר פאלגן, ווייל זי איז גערעכט. אויפ’ן רגע האט זיך אברהם'ס הארץ ווייטאג געענדיגט. דער באשעפער הייסט, האט ער נישט געטראכט קיין רגע און ער איז אויפגעשטאנען דעם אנדערן טאג צופרי און ער האט זיי אוועק געשיקט.
יג) די יארן זענען דורך געלאפן און אברהם אבינו איז שוין 137 יאר. יצחק איז שוין 37 יאר (לויט די שיטת חז"ל). יצחק איז שוין אליין א גרויסער צדיק, ווייל אברהם האט אין אים אריינגעלייגט א געוואלדיגע חינוך צו ברענען אין עבודת השם. אברהם'ס נשמה איז געווען פארקניפט מיט יצחק'ס נשמה, זיין איינציג קינד, פארקניפט מיט אן אהבת נפש. זיין האפענונג איז, אז דורך דעם קינד וועט ארויס קומען די פאלק וואס דער באשעפער האט אים צוגעזאגט אז עס וועט זיין א פאלק "ככוכבי השמים", און זיי וועלן ירש'ענען ארץ ישראל.
דער באשעפער זאגט צו אברהם, איך וויל אז דו זאלסט נעמען דיין איינציגן זון וואס דו האסט ליעב און דו זאלסט אים ארויף ברענגען פאר א קרבן עולה. דאס איז געווען דער שווערסטע פון אלע נסיונות. אברהם אבינו האט נישט קיין רגע געטראכט א ספק צו ער זאל פאלגן צו נישט. פארקערט! דער הייליגער נועם אלימלך זאגט, אז ווען דער באשעפער האט געהייסן אברהם, מקריב צו זיין יצחק פאר אן עולה, האט אברהם'ס הארץ אנגעהויבן צו פלאקערן וואו א פלאם פייער מיט א געוואלדיגע תשוקה און רצון צו טוען דער רצון ה'. אברהם אבינו האט דורך געבראכן דעם נסיון און ער הויבט אן צו גיין צו דער פלאץ וואו מען דארף אים מקריב זיין.
אויף דער וועג הויבט זיך אן פרישע שווערע נסיונות. דער שטן קומט צו גיין און ער טראכט ביי זיך אז דעם נסיון קען ער שוין נישט צולאזן ווייל פון דעם נסיון וועלן אידן הנאה האבן עד סוף כל הדורות. דער שטן שטעלט זיך אויס פאר א גרויסע וואסער און ער לאזט אים נישט גיין ווייטער. אברהם אבינו פארשטייט גוט וואס גייט דא פאר. ער גוט א שפרינג אריין אין דעם וואסער און די וואסער האלט שוין ביי זיין האלז און ער גייט זיך שוין דערטרינקען. אברהם גוט א געשריי, "הושיענו ה' כי באו מים עד נפש". העלף מיר באשעפער ווייל די וואסער איז שוין געקומען ביז צו מיין זעהל. די רגע וואס ער האט געענדיגט שרייען דעם פסוק, איז די וואסער פארשוואונדן געווארן.
דער שטן איז נאך נישט פארטיג. ער האט געשטערט מיט פארשידענע שטערונגען. ער האט זיך געמאכט פאר א מדבר און אברהם האט אנגעהויבן צו בלאנדזשן אין די מדבר. אברהם דרייט זיך נישט צוריק נאר ער גייט ווייטער, טיפער אריין אין די מדבר און ער איז מתפלל צו דער באשעפער אז ער זאל אים ווייזן די וועג. עס האט גארנישט געהאלפן פאר'ן שטן און אברהם ברעכט דורך אלע שטערונגען. אברהם קומט אן צום פלאץ און ער גרייט אלעס אן, די מזבח, די העלצער, ער בונד צו יצחק און ער נעמט דער מעסער צו שחט'ן זיין זון. אברהם'ס הארץ בלוטיגט מיט ליעבשאפט צו זיין איינציגן זון יצחק. ער שטרעקט אויס זיין האנד און ער איז ממש באמת גרייט צו שחט'ן. עס איז דא איין דעה אין דער מדרש וואס האלט אז ער האט אים ממש געשחט'ן און דער באשעפער האט אים צוריק מחי' מתים געווען.
יד) אברהם'ס ווייב, די גרויסע צדיקת שרה, איז נסתלק געווארן פון דעם עולם. אברהם זוכט א פאסיגע פלאץ אין ארץ ישראל צו באערדיגן זיין ווייב שרה. ער איז דורך געגאנגען אסאך צער ביז ער האט געקענט באקומען א פלאץ, איר צו באערדיגן, אזוי ווי עס שטייט באריכות אנהויב פרשת חיי שרה. נאכדעם וואס ער האט שוין יא באקומען דאס פלאץ, האט ער געדארפט צאלן דערפאר גאר א טייערע פרייז. אברהם אבינו, דער גרויסע צדיק, פאלט גארנישט איין צו טראכטן "דא זאגט מיר דער באשעפער אז ער וועט מיר געבן גאנץ ארץ ישראל און דא מאכט ער אז איך זאל זיך מיטשען און איך זאל דארפן טייער צאלן צו באקומען א קליין שטיקל ערד צו באערדיגן שרה". ניין! קיין קשיות פרעגט מען נישט. אלעס וואס דער באשעפער טוט איז מען מקבל באהבה. מען גלייבט אז אלעס איז לטובה.

יעצט וועלן מיר מסדר זיין די שיטות פון די ראשונים.
א) דער תנא, רבי אליעזר בן הורקנוס אין זיין ספר פרקי דרבי אליעזר האלט, אז די צען נסיונות זענען געווען:
1) א', 2) ב', 3) ג', 4) ד', 5) ה', 6) ו', 7) ז', 8) ט', 9) יא-יב, (דער פרקי דרבי אליעזר האלט אז דאס אוועקשיקן הגר מיט ישמעאל, ווערט גערעכנט פאר איין נסיון. אנדערע ראשונים רעכנען זיי פאר צוויי נסיונות אזוי ווי מיר וועלן זעהן ווייטער) 10) יג. רש"י האלט אויך וואו די שיטה פון די פרקי דר"א און אזוי אויך האלט דער גר"א.

ב) דער רמב"ם האלט:
1) ג', 2) ד', 3) ה', 4) ו', 5) ח', 6) ט', 7) י', 8) יא, 9) יב, 10) יג.

ג) דער רבינו יונה אין מסכת אבות האלט:
1) ב', 2) ג', 3) ד', 4)ה', 5) ו', 6) ט', 7) י', 8) יא-יב, 9) יג, 10) יד.

ד) דער ברטנורה אין מסכת אבות האלט:
1) ב', 2) ג', 3) ד', 4) ה', 5) ו', 6) ז', 7) ט', 8) י', 9) יא-יב, 10) יג.

ה) דער תפארת ישראל האלט:
1) ב', 2) ג', 3) ד', 4) ה', 5) ו', 6) ז', 7) ט', 8) יא, 9) יב, 10) יג. (די שיטה פון דער תפארת ישראל איז מסתמא גענומען פון איינע פון די ראשונים. ולא מצאתי.)
דער הייליגער רמב"ן רעכנט נישט אויס וואס עס זענען געווען די עשרה נסיונות, ממילא ווייסן מיר נישט פונקטליך וועלכע שיטה ער האלט. וואס מיר ווייסן יא איז, אז ער רעכנט דעם ענין פון קבורת שרה פאר א נסיון (אות יד, וואס נאר דער רבינו יונה האט דאס גערעכנט), אזוי ווי ער שרייבט אין פרשת חיי שרה בשם "רבותינו". (כ"ג, י"ט בסוף)
נאך א זאך זעהן מיר פון א רמב"ן אין פרשת לך (י"ב, י') אז די ענין פון דעם הונגער פון ארץ כנען, איז נישט פון די צען נסיונות, ווייל דער רמב"ן זאגט אז דאס וואס אברהם איז געגאנגען צו מצרים וועגן די הונגער איז געווען א חטא. ער האט געדארפט בלייבן אין ארץ כנען, די לאנד וואס דער באשעפער האט אים געהייסן גיין און ער האט געדארפט זיך פארלאזן אויף דער באשעפער אז ער וועט אים געבן צו עסן.
אויך דאס וואס פרעה האט אוועקגענומען שרה, זאגט דער רמב"ן, אז אברהם האט געזינדיגט מיט דעם וואס ער האט געזאגט אז שרה איז זיין שוועסטער, כדי זיך צו ראטעווען מען זאל אים נישט הרג'ענען, ווייל מיט דעם האט ער געברענגט שרה צו א מכשול פון איסור אשת איש, ווען נישט דער נס וואס דער באשעפער האט געמאכט.
זעהט מען פון דעם אז אויך די נסיון פון לקיחת שרה לפרעה איז אויך נישט פון די צען נסיונות. אויסער מיר וועלן מחלק זיין און זאגן אז דאס וואס אברהם האט נישט מהרהר געווען פארוואס דער באשעפער האט געברענגט א הונגער און פארוואס ער האט געמאכט אז מען זאל אוועק נעמען שרה, דאס איז געווען די נסיון וואס ער האט יא עומד געווען, אבער דאס וואס ער איז אראפ קיין מצרים און דאס וואס ער האט געזאגט אויף שרה אז זי איז זיין שוועסטער, דאס איז געווען א חטא וצ"ע.

פון די אלע פינף אויב'ן דערמאנטע שיטות קומט אויס אז:
א) לך לך מארצך (נסיון ג')
ב) ויהי רעב בארץ (נסיון ד')
ג) לקיחת שרה לפרעה (נסיון ה')
ד) מלחמת המלכים (נסיון ו')
ה) מילה (נסיון ט')
ו) גרישת הגר (נסיון יא)
ז) הרחקת ישמעאל (נסיון יב)
ח) עקידת יצחק (נסיון יג)

זענען געווען נסיונות לויט אלע שיטות.
די מחלוקת איז נאר ביי:
א) אופן לידת אברהם (נסיון א')
ב) אור כשדים (נסיון ב')
ג) ברית בין הבתרים (נסיון ז')
ד) לקיחת הגר לאשה (נסיון ח')
ה) לקיחת שרה לאבימלך (נסיון י')
ו) קבורת שרה (נסיון יד)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

תורות לפרשת לך

עס שטייט אין פסוק, (י"ז-כ"ו) "בעצם היום הזה נמול אברהם וישמעאל בנו": עס ווערט געברענגט אין די ספרים הק' א מדרש פליאה אויף דעם פסוק, "מכאן שאנשי סדום אין להם חלק לעולם הבא". פון דעם פסוק איז א ראיה אז די מענטשן פון סדום האבן פארלוירן זייער חלק אין עולם הבא. מען דארף פארשטיין די כונה פון דעם מדרש.
עס ווערט געברענגט אין אן אנדערע מדרש אז מיר לערנען ארויס פון דעם פסוק אז אברהם אבינו האט זיך געמל'עט אין א מיטוואך וואס דאס איז דער מיטל'סטע טאג פון דער וואך ווייל עס שטייט "בעצם היום הזה", דרש'ענט דער מדרש אז דער טאג וואס איז אין מיטן פון דער וואך, "נימול אברהם", האט אברהם זיך געמל'עט.
לויט דער מדרש קומט אויס אז סדום איז איבערגעדרייט געווארן אין שבת, ווייל די מלאכים זענען געקומען צו אברהם "יום שלישי למילתו", אזוי ווי רש"י ברענגט אנהויב פרשת וירא, וואס דאס איז געווען פרייטאג, דער דריטער טאג פון מיטוואך. אין דעם זעלבן טאג זענען די מלאכים געגאנגען קיין סדום. אין די פסוקים איז ערקלערט אז די מלאכים האבן גענעכטיגט אין סדום און דעם נעקסטן טאג צופרי האבן זיי איבערגעקערט סדום. קומט אויס אז דאס איז געווען אין שבת קודש.
לויט דעם איז שווער א קשיא. מיר האבן א כלל "אין מיתת ב"ד דוחה שבת", ב"ד טאר נישט הרג'ענען אין שבת ווייל דאס איז א מלאכה אין שבת, אויב אזוי ווי אזוי האבן די מלאכים געקענט איבערדרייען דער שטאט אין שבת אז אלע מענטשן זענען דאך געהרג'עט געווארן?
באמת דארפן מיר פארשטיין פארוואס טאר נישט ב"ד הרג'ענען אין שבת, מיר האבן דאך א כלל "כל המקלקלין פטורין", דאס מיינט אז אויב מען איז א מקלקל אין שבת איז מען פטור ווייל דאס הייסט נישט קיין מלאכה אויסער אויב מען איז א מקלקל על מנת לתקן, דעמאלס איז מען יא חייב. אויב אזוי, פארוואס טאר נישט ב"ד הרג'ענען א מענטש, דאס איז לכאורה א קלקול?
דער תירוץ איז, וויבאלד די חז"ל זאגן אז די אלע מענטשן וואס באקומען מיתת ב"ד האבן א חלק לעולם הבא, קומט אויס אז עס איז א קלקול על מנת לתקן און דאס איז אסור אין שבת. קומט אויס אז איינער וואס האט פארלוירן זיין חלק לעולם הבא, מעג מען אים הרג'ענען אין שבת ווייל דאס איז נאר א קלקול און עס איז נישט על מנת לתקן. וועגן דעם האבן די מלאכים געמעגט איבערדרייען סדום אין שבת, ווייל זיי האבן פארלוירן זייער חלק לעולם הבא.
יעצט איז שוין זייער גוט די כונה פון דער מדרש, "בעצם היום הזה נמול אברהם", מכאן שאנשי סדום אין להם חלק לעולם הבא. פון וואו איז דער ראי'? ווייל וויבאלד פון דעם פסוק לערנען מיר אז אברהם האט זיך געמל'עט מיטוואך, קומט אויס אז הפיכת סדום איז געווען שבת. איז דאך שווער ווי אזוי האבן די מלאכים דאס געמעגט טוען? אלא מאי מוז זיין א ראי' אז די אנשי סדום האבן נישט געהאט קיין חלק אין עולם הבא, וועגן דעם האט מען עס געמעגט טוען אין שבת, ווייל עס איז געווען א מקלקל שלא על מנת לתקן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

"ואגדלה שמך" זה שאומרים "אלקי יעקב"

די גמרא אין מסכת ברכות ברענגט אז נאך דעם וואס דער נאמען אברם איז געטוישט געווארן צו אברהם טאר מען שוין מער נישט רופען מיט'ן נאמען אברם, און דער וואס רופט יא מיט'ן נאמען אברם איז עובר אויף א עשה.

דארף מען דאך פארשטיין פארוואס איז יעקב אנדערש, אפילו נאך דעם וואס דער אויבערשטער האט איהם גערופען ישראל מעג מען איהם נאך אלץ רופען מיטן נאמען יעקב ?

נאר דער טעם פין דעם איז, ווייל די נעמען "אברהם יצחק יעקב" האבן 13 אותיות פונקט אזוי ווי די גימטריא פון דעם ווארט "אחד". דאס זעלבע איז מיט די נעמען "שרה רבקה רחל לאה" וואס האבן אויך 13 אותיות, און צוויי מאהל 13 איז 26 אזוי ווי דער גימטריא פון דעם אויבערשטענס נאמען. דעריבער זאגען מיר שטענדיג "יעקב" כדי עס זאל זיין פונקט 13 אותיות , אזוי ווי דער ווארט "אחד", אבער טאמער מיר וואלטען איהם אנגערופן "ישראל" וואלט דאס שוין געווען 14 אותיות.

דארף מען דאך פארשטיין אז מען וואלט דאך געקענט האבן א אנדערע עצה, זאל מען זאגען "אברם" וועט דאך פעהלהן א אות פון זיין נאמען וועט מען שוין קענען זאגען "ישראל" און עס וועט נאך אלץ זיין 13 אותיות?

דעריבער זאגט רש"י "ואגדלה שמך" איך וועל גרויס מאכן דיין נאמען "זה שאומרים אלוקי יעקב" מען וועט זאגען "יעקב" און נישט "ישראל" וועט מען שוין קענען זאגען "אברהם". און עס וועט שוין קענען זיין 13 אותיות און דערנאך 26 אותיות מיט די נעמען פון די אמהות.
שרה רחל רבקה לאה = אחד = 13
אברהם יצחק יעקב = אחד = 13
אברם יצחק ישראל = אחד =13
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

לך לך מארצך
גיי אוועק פון די ארציות און נארישקייטען, און דערהייב דיך אין רוחניות, דעמאלס ואגדלה שמך והיה ברכה.
(בעש"ט)
ואעשך לגוי גדול - וכאן אי אתה זוכה לבנים (רש"י)
דא אין דיין לאנד וואס עס איז נישט דא גוטע חברים נאר פארקערט רשעים, קען מען נישט זוכה זיין צו ערליכע גוטע קינדער, קינדער דארפען זיך חבר'ן נאר מיט גוטע חברים, און נישט ח"ו מיט שלעכטע חברים.
אנכי מגן לך שכרך הרבה מאד
שכרך הרבה מאד איז ר"ת ש'בת מ'כל ה'מעשים, דאס איז א רמז אויף שבת קודש, ד.ה. אין זכות פון היטען דעם שבת ווי עס באדארף צו זיין, און מען וועט נישט אפברענגען דעם הייליגען טאג, מיט ליידיג גיין און שפאצירען, אנכי מגן לך - וועל איך זיין א באשיצער פאר דיר.
אמרי חיים מוויזניץ זצוק"ל
כי היה רכושם רב ולא יכלו לשבת יחדו
דאס עשירות צושטערט צווישען אידען דעם שלום, ווייל מען איז מקנא יענעם ער האט עפעס מער פון מיר, און אזוי קומט מען ארויס צו קריגערייען, דאס זאגט דא דער פסוק "כי היה רכושם רב" וויבאלד איינער קוקט אויף די אנדערע מיט קנאה, אז יענער האט מער געלט, דאס מאכט, ולא יכלו לשבת יחדו, - אז מען זאל נישט קענען זיצען צוזאמען באחדות.
(אור תורה)
ויעבר אברם בארץ
אין די ארציות'דיגע וועלט ד.ה. גשמיות, איז אברהם "אריבער געגאנגען"; ד.ה. ער האט זיך נישט צופיל באשעפטיגט אין זיך אריינגעטוהן אין ארציות.
הכל בכל מכל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל בכל מכל »

א גרויסן יישר כח סווארעמט אן די הארץ איך האב נישט אנגעיאגט אלעס אבער די ביסל איז געוועזן גאר שיין :idea:
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

ויעל אברם
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

זיידעניו האט געשריבן:ויהי ריב בין רועי מקנה לוט....
ויאמר אברם אל נא תהי מריבה ביני וביניך...
(יג – ז, ח,)
פארוואס שטייט קודם א לשון זכר "ריב" און דערנאך א לשון נקיבה "מריבה".
נאר אברהם אבינו ע''ה האט געזאגט צו לוט מיר דארפן שוין אויפהערן די מחלוקת ווען עס איז נאך קליין, ווייל אז נישט וועט עס ווערן א גרויסע קריגעריי. וועגן דעם שטייט שפעטער א לשון נקבה וואס געבוירט קינדער, עס קען געבוירן און פארמערט ווערן די מחלוקת מער און מער, לאמיר עס מפסיק זיין ווען די מחלוקת איז נאך קליין.
(של''ה הקדוש)ן.


אינטרעסאנט! פונקט נעכטן (יום ג' לך תש"ע) האב איך געהערט דאס ווארט פון א איד פון אנטווערפן וואס איז געזיצן א שיינע פאר יאר ביי די חו"ר שיעורים פון הגה"ק מהר"י מפשעווארסק זצ"ל, און האט מיר געזאגט אז ר' יענק'לע פלעגט יעדעס יאר איבער'חזר'ן דאס ווארט, ד.ה. דער עולם האט שוין געוויסט אז עס קומט, און ר' יענק'לע פלעגט שטארק שמייכלען ביים איבערזאגן דאס ווארט. און מאכן פארשידענע תנועות מיט די הענט.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ויעל
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

געטראפען און די כתבים פון מיין שווער ע"ה זיידע א שיין ווארט אויף די פרשה, געשריבען בדרך מליצה.
(דער חיבור ענטהאלט א 60 בלעטער פארשידענע טייטשען אויף מסורות אלעס בדרך מליצה)
נ.ב די ספעלינג טעותים זענען מיינע. איך האב עס שנעל געטייפט און נישט גוט איבער געקוקט

מסורה
אחותי את, אמרו נא אחותי את, אמור לחכמה אחותי את,

נחוץ הוא וצורך, לבאר דברי רש"י ז"ל על קרא "למען יטב לי בעבורך",
שכתב בזה הלשון "יתנו לי מתנות", האפשר לחשוב מחשבה זרה כזו מאברהם אבינו למען יקבל מנות,
יעשה אשתו הפקר, הפלסוף הגדול והחוקר,
יעשה עם אשתו ערמה, למען הרבות כסף וזהב תהיה היא לזימה,
האיש השונא בצע ראש האישים השלמים, יעשהתחבולה כזה אשר לא יאות מאיש תמים?,
אמנם שמע נא קורא נעים חכמה עמוקה היה זה עצתו, למען הצל חיותו,
כבר אמר שלמה המלך בחכמתו, "שונא מתנות יחיה" בזכותו,
עתה נראה את מי נוכל לקרוא בשם שונא מתנות, איש שאין נותנים לו דורנות,
אפשר הוא היה אוהב מנות, אם היה מגישים לפניו עגלות מכל טוב טעונות,
רק איש כזה שמסרבים בו לקחת מתנות הגונות, והוא ממען לקבלם אף ברוב הפצרות ומענות,
לאיש כזה נוכל לקרוא בשם שונא מתנות, כי מתנות שמגישים לפניו הוא ממאס בם ומגעל,
כמו אברהם אבינו שאמר "הרימותי את ידי אם אקח מחוט ועד שרוך נעל",
וכדאי היא זכות זה שהוא שונא מתנות להשיג חיים, ובעת צרה ירחם עליו השם מהשמים,
וזה היה עצתו לאשתו שרה, בבואם למצרים אמר לה עתה מר לי מרה,
כי באנו במקום סכנה, ואין בידי מעש וזכות להיות לי להגנה,
להנצל מפך מות אשר אנשי מצרים יטמונו לרגלי עבור יפיך המשונה, עתה עת לקרוא לחכמה שתעמדי לי כאחות לישועה,
מאת ה' החונן דעה, מצאתי לי תחבולה,
אמור זה המילה אחותי את, למען לשכך תאוותם מעט,
כי יאמרו מצרים מה שנוכל להשיג בהיתר ליקח אחותו לאשה מרצונו, למה נהרגהו לחטוא לקונו,
אדרבה נרבה לו מתנות להוסיף הונו, וכל אחד ישתדל לשחד לי ממונו, לשדך עמי ולמצוא בעיני חינו,
ואני אמאן לקבל המתנות, ואהיה שונא מתנות ודורנות,
וחיתה נפשי בגללך, כי יהיה בידי זכות אותי ואותך להצילך,
והחכמה שלח ה' לפנינו למחיה, להיות שונא מתנות יחיה,
והרש"י והמסורה שניהם נכונים, יקרים דבריהם מפז ומדרכמונים,
ומעולם לא עלה על דעת רש"י ז"ל ראש הראשונים, כי אברהם אוה לקבל מטמונים,
רק קרא בעת רעה, את החכמה לישועה.
the SCY is the limit
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

געזען היינט אין ערוגת הבשם, ער ברענגט פון רמב"ן אז אברהם אבינו ווען ער איז ארויס פון אור כשדים האט ער שוין געהאט בדעה צו גיין קיין ארץ ישראל, דערפאר האט אים דער אייבערשטער געזאגט אל הארץ אשר אראך, און נישט געזאגט תיכף ווי, ווייל דעמאלטס וואלט עס נישט געווען א נסיון, ווייל ער האט דאך שוין ממילא געהאט בדעה אהינצוגיין.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

והעי מקדם (י"ב ח').
א משכיל, א קל במצוות, וואס פלעגט אפלאכן פון אידישקייט און פון ערליכע רבנים, איז אמאל געקומען צום רב פרעגן אזא שאלה: "רבי! ווען איך האב פאר מיר א קיכל און א איי, אויף וועלכע זאל איך פריער מאכן א ברכה?".
ענטפערט אים דער קלוגער רב: "שעמען מעגסטו זיך! דו ביסט דאך א בקי נפלא אין גאנץ תנ"ך, און דו ווייסט נישט אז ס'איז א בפירוש'ע פסוק "והעי מקדם", אז מען ברויך פריער עסן דאס איי"...
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

א ראש ישיבה ביי א פתיחה דרשה היי יאהר האט געזאגט פאר די בחורים איבער די גדרי הישיבה פאר די בחורים וואס קומען פון אויסלאנד
אינדערהיים קען מען טאהן וואס מען וויל, אבער ווען עס איז "לך לך מארצך מבית אביך", דעמאלטס איז, "אל הארץ אשר אראך"
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

באקאנט דער הסבר אין א מדרש פליאה
אמרי נא אחותי את
מכאן ששוחטין לחולה בשבת
אז א לאו וואס מ'איז עובר בתדירא איז מער חמור פון אנ איינמאליגע איסור מיתת בית דין
און דאס זעהט מען פון דער פאקט אז אברהם האט געהאלטען אז די מצריים וועלען ענדערש עובר זיין אויף רציחה
ווי אויף גילוי עריות ד~ה לעבען מיט אנ אשת איש
די קשיא וואס איך האב אויף דעם איז אוודאי ווען מען האט א בחירה צווישען איין מאהל עובר זיין אנ איסור מיתת בית דין וואס איז איינמאהליג
אדער אנ איסור מיתת בית דין וואס איז בתדירות
איז פםשוט אז דער תדירדיגע איז מעהר חמור
נו ווי אזוי לערנט מען פון דארט לגבי שחיטה לחולה בשבת??
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

ברוך שכיוונתי לקושייתך.
ותירצתי, שהרי כ' הרמב"ם (פ"ט ממלכים ה"ח) דב"נ אין לו גירושין אלא כל שפורשין זה מזה, וא"כ שמא יכופו אותה עד שתאמר רוצה אני, או שמא בלא"ה מדין כיבוש מלחמה הרי הוא כאילו פרשו זמ"ז, או משום יאוש כדין לסטים (ב"ק קיד.). ובאופן אחר, שמא יבואו עלי' שלא כדרכה (שב"נ אינו נהרג, עי' סנהדרין נח:), שכך היה דרכם כדאי' גבי רבקה. אלא שמ"מ ודאי איסור יש בכל זה גם לדידהו.
ובאמת בלא"ה רציחה חמורה מא"א לפי"מ דפסקינן הרג חמור מחנק, ומישראל נשמע גם לב"נ שכל מיתתן בסייף. ובלא"ה מבואר בכתובות לז: דרציחה חמורה עי' תוד"ה מיתות קלות.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אנכי חשבתי לתרץ שדרך המזנים למנוע הריון ועל כן בועלים שלא כדרכה
ויש אומרים שבב"נ ביאה שלא כדרכה אינו אסור מן התורה
שוב העירוני לפקוח עיניי וראיתי שכן כתב כבר ידידי המאוה"ג אוהבי וחביבי לעיל
ושכן מפורש יוצא מפי אדונינו התנאים והאמוראים
ואם כן שנינו זכינו לאותו תירוץ...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

ווי אלט איז אברהם אבינו געווען ווען ער האט דערקענט דעם אייבערשטן? מיר איז געליגן אין קאפ דריי יאר, די וואך זאגט מיר א איד ער האט געזען אין דברי יואל ווי דער רבי ברענגט נאך א מדרש אז אברהם אבינו איז אלט געווען 48 יאר
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

כמה שיטות יש בזה, אין רמב"ם פ"א מעכו"ם ה"ג שטייט בן ארבעים שנה הכיר את בוראו און דער ראב"ד אויפן פלאץ ברענגט די שיטה פון בן ג' שנים כמנין עק"ב אשר שמע אברהם בקולי.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”