דיונים ועיונים בפרשת וישב
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6816
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
וואס טייטש: הנה חלמתי חלום עוד
viewtopic.php?f=4&t=6223&p=631271#p631271
viewtopic.php?f=4&t=6223&p=631271#p631271
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
האור החיים הקדוש
וכן תירצו החתם סופר בספרו תורת משה והבית הלוי
אבל רבינו בעל ספר המקנה קידושין ל"ט : דחה תירוץ זה
קרעדיט גליון אשכול יוסף
ועוד טעם יש בדבר, והוא כי יעקב ע''ה דקדק בדבריו בשליחות הלא אחיך רועים בשכם לכה ואשלחך אליהם. הרי גילה דעתו בפי'
כי שליחותו הוא לשכם וכשהלך יוסף ולא מצאם בשכם והלך לחזר אחריהם במקום אחר הרי הוא שליח עצמו כי אביו לא שלחו ללכת
למקום אחר ואין כאן שליחות מצוה אשר על כן היה מה שהיה, ויעקב נתכוון במה שיחד לו המקום שצפה ברוח הקודש כי למקום אחר
יקראנו אסון כאשר קרהו ובדרך שכם לא תמצאהו רעה, ויוסף ע''ה חשב כי מה שאמר לו אביו שכם היה מורה מקום לו ואין
הדברים בדיוק, וה' גילגל גלגולים לעשות אשר זמם לעשות:
וכן תירצו החתם סופר בספרו תורת משה והבית הלוי
אבל רבינו בעל ספר המקנה קידושין ל"ט : דחה תירוץ זה
קרעדיט גליון אשכול יוסף
דער אוהחה"ק איז אביסל א פלא, ווייל אפילו ער איז נישט געווען מצווה פון זיין טאטען צו גיין קיין דותן, האט ער בפשטות מקיים געווען מצות כיבוד אב ואם ווייל דאס איז דאך געווען די רצון פון זיין טאטען, און דאס איז פשוט אז שלוחי מצוה איז לאו דוקא ווען ער איז א שליח, נאר אפילו א איד גייט אליין מקיים זיין א מצוה איז אויך אזוי ווי מען זעהט פון די מקור וואס די גמרא לערנט עס ארויס אין פסחים דף ח:, (חוץ אז מען וועט זאגן אז אפילו ער האט מקיים געווען א מצוה איז ער אבער נישט געווען מחויב און ביי א מצוה קיומית איז נישט דא קיין שלוחי מצוה אינן ניזוקין ראה באור חדש פסחים דף ד. וצ"ע), אפשר קען מען עס פארענטפערן מיט דעם וואס די בעלי תוס' אין מושב זקנים פרעגן וואס איז טאקע פשט ווי אזוי האט אזא חכם ווי יעקב נישט מורא געהאט צו שיקן יוסף צו די ברודער ווען ער האט געוויסט אז זיי האבן אים פיינט שנאת מות, ענטפערן די בעלי תוס' אז וויבאלד יעקב האט געוויסט אז זיי פאשען אין שכם וואס דאס איז א מקום המוכן לפרעניות (און נאך דערצו אז די בני שכם האבן זיי פיינט געהאט) האט יעקב געוויסט אז אויב זיי וועלן דארט בלייבן וועלן זיי זיכער געשעדיגט ווערן, האט ער ענדערשט געשיקט יוסף ווואס איז נאר א ספק צו ניזק ווערן ווי איידער די ברודער זאלן ודאי ניזק ווערן (להלכה אין זה פשוט ואכמ"ל), לפי"ז קומט אויס אז רצון פון יעקב איז נאר געווען אויף שכם וואס דארטן איז פאר די ברודער געווען א ודאי סכנה, משא"כ אויף דותן ווי זיי זענען נישט געווען אין קיין סכנה וואלט יעקב נישט געוואלט אז יוסף זאל אהין גיין ווייל ער איז דאך אין א סכנה פון די ברודער, ולפי"ז איז אויך פארענפערט דעם המקנה'ס קושיא.
אן אינטרעסאנטע זאך האב איך לעצטענס געזעהן בשם שו"ת משיב טעם (ר' יחזקאל בנעט) סי' ס"ג אז ער וויל זאגן אז שלוחי מצוה אינן ניזוקין איז נאר לאחר מתן תורה ווייל די זכות התורה איז מגין, און אויך וויל דעמאלטס הייסט עס א שליחות מאת ה' (לכאורה צו פארענטפערן די לשון 'שלוחי' מצוה) לפי"ז איז די קושיא פון אוהחה"ק פארענטפערט.
אן אינטרעסאנטע זאך האב איך לעצטענס געזעהן בשם שו"ת משיב טעם (ר' יחזקאל בנעט) סי' ס"ג אז ער וויל זאגן אז שלוחי מצוה אינן ניזוקין איז נאר לאחר מתן תורה ווייל די זכות התורה איז מגין, און אויך וויל דעמאלטס הייסט עס א שליחות מאת ה' (לכאורה צו פארענטפערן די לשון 'שלוחי' מצוה) לפי"ז איז די קושיא פון אוהחה"ק פארענטפערט.
- הבעש''ט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4149
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
- לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט
Re: דיונים ועיונים בפרשת וישב
הזמן מעורר הקריאה..
Re: דיונים ועיונים בפרשת וישב
אולי וואלט געווען אן עצה טובה צו מאכן א כלליות'דיגע אשכול 'דיונים ועיונים 'על הפרשה' און נישט יעדע וואך עקסטער, אזוי וועט עס זיין מער אקטיוו