דיני ומנהגי בין המצרים

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

קהל'ס נאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל'ס נאר »

איך_הער האט געשריבן:כ'האב דיר שוין דעמאלטץ געפרעגט צו דו ביסט עס גרייט צו פראווען , דאכט זיך מיר אז דו האסט נישט רעספאנדעט ,


איך האב עס געפראטוועט מיטן נישט ריספאחנדען.



יעצט פרעג מיר אז איך האב עס געפראטוועט דאמאלטס האב איך דאך ריספאנדעט?
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קהל'ס נאר האט געשריבן:יעצט פרעג מיר אז איך האב עס געפראטוועט דאמאלטס האב איך דאך ריספאנדעט?


ס'איז א פליכט אדער א פארשלאג ?
קהל'ס נאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל'ס נאר »

איך_הער האט געשריבן:
קהל'ס נאר האט געשריבן:יעצט פרעג מיר אז איך האב עס געפראטוועט דאמאלטס האב איך דאך ריספאנדעט?


ס'איז א פליכט אדער א פארשלאג ?


ווי אזוי קוקט עס אויס? עס איז א באווארעניש אז דו זאלסט עס טאקע נישט פרעגן. (כמיין אז עס האט געארבעט...)
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אזאנס צו באווארענען , ממש דעם קאפ אויפן פלאץ , פארוואס איז עס מיר נישט בייגעפאלן , נאר וועגן דעם ווייל איך בין נישט קהל'ס נאר ?
לוי

+ פלייש אין די ניין טעג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי »

עס גייט מיר אי"ה אויסקומען צו זיין ביי ברית סעודה אין די קומענדיגע טעג, סתם אזוי גלייך איך נישט מיך פליישיג צו מאכען אינמיטן טאג, ווייל איך גלייך צו טרינקן קאווען אימיטן טאג. איז געווענליך עס איך נאר ביי בירת סעודה זעכן וואס זענען נישט פליישיג.
אבער אזויווי די יעצטיגע ברית וועט נאך אי"ה זיין אין די ניין טעג, וואס מען טאר נישט סתם אזוי עסן פלייש, האב איך געראכט אז קען זיין אז איך זאל יעצט יא עסן, ווייל מיט דעם וויל איך ארויסווייזן א חביבות צו די פלייש, איי פארוואס עס איך עס נישט סתם אזוי אין די ניין טעג? ווייל מען טאר נישט.
אזויווי ביי חזיר שטייט אז מען זאל זאגן אז מען האט ליב חזיר, נאר מען עסט עס נישט ווייל די תורה לאזט נישט

בכלל האב איך אמאל געהערט אז ביי געוויסע צדיקים פלעגט מען מאכן יעדען טאג פון די ניין טעג א סיום מסכת, אז דער צדיק זאל קענען עסן פלייש.
איז דאס געווען ווייל די חסידים האבן געוואלט אז דער צדיק זאל קענען האבן א געהעריגע נאכטמאל, אדער האבן די צדיקים געהאט אנדערע כוונות דערביי?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

עס איז געווען אן ענין ביי חסידים ממעט צו זיין דאס אבילות מיט אלע תחבולות, פארשטייט זיך בדרך היתר, דורך סיומים וסעודות מצוה.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

קרעמער
וואס רעדסטו? חסידים האבן עפעס ממעט געווען פון די אבילות פון חורבן ביהמ"ק? ח"ו, ישתקע הדבר ולא ייאמר! דער טעם פארוואס ביי חסידים האט מען אויסגעחשבונט א סיום אויף די ניין טעג, ווערט געברענגט פון רבי'ן פון לובלין, ווייל איינע פון די טעמים פון חורבן בית המקדש איז דאך 'על אשר עוזבם את תורתי', דעריבער, אלס תיקון אויס, מאכט מען א סיום. אויך שטייט א טעם, ווייל דער ביהמ"ק איז חרוב געווארן וועגן שנאת חינם, דעריבער מאכט מען א סיום במקהלות עם, ווי מ'איז מרבה באחוה ושלום. אבער צו זאגן אז ביי חסידים האט מען מקיל געווען אין עצם אבילות?

אגב, ווערט געברענגט אז אפי' ביי חסידים, וואו מ'האט יא געמאכט א סיום, איז דאס אבער נאר ביז ו' לחודש. אנדערע זאגן ביז ז' לחודש.

עס איז אינטערסאנט צו באצייכענען, אז די אשכנזים און די ליטוואקן, פארשטייט זיך, זענען געווען דערקעגן. ר' יינקאלע דערציילט עפעס א מעשה מיטן בעלזער רב (כ'מיין מהרי"ד), אז איינמאל ביי א סעודת סיום אין דער ניין טעג איז עפעס נישט געווען צו באקומען קיין פיש, האט זיך דער בעלזער רב אויסגעדריקט, זעט אויס אז די פיש זענען ליטוואקעס... זיי ווילן נישט זייער תיקון פון א פליישיגע סעודה אין די ניין טעג... (עפעס אזוי. אויב כאפט מען מיך ביי א טעות אין די מעשה, זאל מען מיך נישט באשולדיגן).

לוי
דיין שאלה דארפסטו פרעגן א דיין, ווייל דער רמ"א אין הל' תשעה באב ערווענט די סעודת מצוה פון א ברית, עיי"ש.

אגב, דיין צושטעל צו אי אפשר בבשר חזיר איז נישט ממש דומה. ווייל לויטן חילוק הרמב"ם, בשמונה פרקים, קומט אויס, אז א זאך וואס איז משכל אסור; ווי למשל, גזל, רציחה, וכו', זאגט מען נישט דעם 'אי אפשי', נאר ביי א חוקה; ווי אכילת חזיר וכו'. נו, אויב אזוי, מיר אידן, וואס מיר קלאגן אויפן חורבן, פארשטייען מיר דאך 'משכל' אז בשר זאל זיין אסור בימים הללו. ודו"ק.

וועגן א סיום אין די ניין טעג. דער מנהג איז נישט דוקא א סיום 'פאר' די צדיקים, ס'איז א מנהג ביי חסידים בכלל, אפי' אן די רבי'ס. (כ'מיין אז דער מונקאטשער רב, רעדט יא עפעס וועגן די צדיקים זעלבסט, כ'דענק שוין נישט).
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אין העברעאישן וויקי (אז מען דארף דעם גנב - נעמט מען אים פון די תליה אראפ):
ישנו פתגם הידוע (בשם אחד מאדמו"רי ממונקאטש), המפרש את דברי חז"ל: "משנכנס אב ממעטין בשמחה" - ש'ממעטין' העניינים הבלתי-רצויים דתשעת-הימים 'בשמחה', על-ידי ההוספה בשמחה, באופן המותר על-פי שולחן ערוך, כמובן.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

לאז נאר בעסער דעם גנב אויף דער תלי' דארט... און זיי מוחל לערן דורך דעם שטיקל פון מונקאטשער רב אין נימוקי או"ח סי' תרפ"ו.

***
ומדי דברו בו, וויל איך טאקע בעטן:
ווער עס האט א ניק אינעם היברעיאישן וויקי, און קען היברעיאיש, זאל מתקן זיין דארט די מימרא וואס ער ברענגט בשם אדמור"י מונקאטש. דער שרייבער דארט האט מסלף געווען דברי צדיקים... ודו"ק.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זארעך;

פארוואס ביסטו נישט מעתיק דעם שטיקל דארט? ער איז מער נוטה צו מיר, הא?

אט איז זיין לשון, ירא הקהל וישפוט: זהו מכונת חכמינו ז"ל כי משנכנס אב ממעטין בשמחה, ומפרש במה ממעטין כדי שלא נסבור ח"ו (כי מצוה לקיים דברי חז"ל) להיות בעצבות גמור ומרה שחורה ר"ל, ובאמת לא זו הדרך מתלמידי רבינו הבעש"ט ז"ל והבאים אחריהם (ושצריך להיות גם אז באמת בלב נשבר ובכיות על הגלות וחורבן בית המקדש, אבל לא נעצב לגמרי כמתייאש ח"ו מן הגאולה, וכנודע בספרים הקדושים), והשמחה הוא חיוב מן התורה, וכתיב תחת אשר לא עבדת ה' אלוקיך בשמחה וגו', על כן בודאי אסור להיות נעצב לגמרי בתכליתו, על כן נקט רק באיזה דברים ממעטין בשמחה משנכנס אב, כדי למעט שבשאר דברים יתחזק בשמחה ובטחון בלבבו הנאמן לה' ומצפה לישועת הגאולה כו'.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

קרעמער, כ'גלויב אז דו וויצלסט זיך מיט מיר.
זאג מיר נישט אז דו זעסט נישט דעם חילוק צווישן די צוויי פשטים. אדרבה, לערן איבער דעם שטיקל און זאג מיר צו ס'שטייט דארט:
"משנכנס אב ממעטין בשמחה" - ש'ממעטין' העניינים הבלתי-רצויים דתשעת-הימים 'בשמחה', על-ידי ההוספה בשמחה, באופן המותר על-פי שולחן ערוך, כמובן.

ויחי ההבדל!

אמתדיג גערעדט:
קיין איינער איז נישט מחולק מיט דעם, אז חסידים זענען אפי' אין די ניין טעג מקיים דעם צהלתו בפניו (און אפי' פון דעם שניידט מען אויך שטיקער, כידוע מהיש"מ), דער עיקר איז מ'זאל נישט זיין ח"ו בעצבות, און אויף דעם באציט זיך דער מונקאטשער רב. אבער פון דארט ביז צו זאגן אז מ'איז ממעט אבילות ע"י הוספה בשמחה, אדער צו זאגן אז ביי חסידים איז געווען אן ענין 'ממעט' צו זיין דאס אבילות אויף אלע תחבולות???
אדרבה, אז דו האלסט אנדערש וועט מיר זיין א פרייד צו הערן דיין מהלך דערין.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

שבעה עשר בתמוז-בין המצרים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

א באשרייבונג אין "אידישע וועלט".

שבעה עשר בתמוז

בין המצרים
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

שכוח יגר.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דאס איז פריש? אדער נאך פון פאראיאר? (למאי נפקא מינה? צו באדאנקן פון פריש).
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

פאראיאר.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

3x0 צי צירוק
the SCY is the limit
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

וואס זאל איך טון אז איך האב נאך א מאל הנאה געהאט אויב נישט נאכאמאל זאגן שכוח?
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

אין אזא צייט זאגט מען געגעסן האסטו אויך נעכטן און דאך האסטו הנאה געהאט היינט נאכאמאל
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

איך האב מיך אנגעשטויסן נעכטן אין א ט"ז אין סי' תק"ס, הל' תשעה באב, איך ווייס נישט וואו מ'רעדט פון הל' תשעה באב-בין המצרים.

ער שרייבט, "שבהרבה סעודות נוהגים לשורר קדיש דהיינו יתגדל, וזה ודאי חטא גדול, שלא התירו לשורר אלא זכרון חסדי ה' וכ"ש שיש עון גדול במה שלוקחים על הסעודה ליצן אחד ועושה שחוק בפסוקים או בתיבות קדושות וע"ז אמרו עשאוני בניך ככנור"
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שבעה עשר בתמוז
א. תענית. שבעה עשר בתמוז דארף מען פאסטן, וועגן די פינף שלעכטע פאסירונגען וואס האבן פאסירט אין דעם טאג. (שו"ע תקמ"ט ס"א)
ב. די פינף צרות זענען: א, די לוחות זענען צובראכן געווארן, ווען משה רבינו איז אראפגעקומען פון בארג סיני, און האט געזעהן אז אידן האבן געמאכט דעם עגל. ב, מען האט אויפגעהערט מקריב צו זיין דעם תמיד, אין די צייטן פונעם בית ראשון. ג, די שטאט ירושלים איז געשפאלטן געווארן, ביים חורבן בית שני. ד, אפוסטמוס הרשע האט פארברענט די תורה. ה, און מנשה המלךהאט אריינגעשטעלט א צלם אינעם היכל. (משנה תענית כ"ו ע"ב)
ג. דער טעם פארוואס מען פאסט איז, כדי מען זאל זיך דערמאנען פון אונזער שלעכטע מעשים, און פון די עבירות פון אונזערע עלטערן, וואס האבן זיך געפירט ווי אונז, און דאס האט זיי גורם געווען די אלע צרות, וואס מיר ליידן אויך דערפון. און דאס וועט מעורר זיין אונזערע הערצער תשובה צו טוהן, און מפשפש במעשים צו זיין (רמב"ם הל' תענית פ"ה ה"א). דערפאר דארף מען תשובה טוהן און מפשפש במעשים זיין אין די טעג, ווייל דער עיקר איז נישט דאס פאסטען, נאר די הכנה צו די תשובה. און די מענטשען וואס אין א תענית שפאצירן זיי ארום און רעדן דברים בטלים, כאפן אן דעם טפל, און לאזן איבער דעם עיקר. (משנ"ב שם סק"א)
ד. טראץ דעם וואס די תשובה איז דער עיקר, פונדעסטוועגן קען מען זיך נישט פטרע'ן בלויז מיט תשובה טוהן. ווייל מדברי נביאים איז מען מחוייב צו פאסטען אין דעם טאג. (משנ"ב שם)
נשים
א. אין שולחן ערוך איז גע'פסק'נט אז פרויען זענען מחוייב צו פאסטן. אויסער עוברות ומניקות זענען מדינא נישט מחוייב צו פאסטען, נאר דער מנהג איז מחמיר צו זיין יא צו פאסטען, אויב זיי האבן נישט קיין צער (תק"נ ס"א). היינט פירט מען זיך אין אסאך פלעצער אז (יונגע) פרויען פאסטען בכלל נישט, נאר תשעה באב און יום כיפור. עס ווערט געברענגט מימרות פון חסידישע רבי'ס וואס האבן אזוי גע'פסק'נט. (עי' במנהג ישראל תורה)
קטנים
א. קליינע קינדער ,ד"ה אינגלעך פאר די דרייצען יאהר, און מיידלעך פאר די צוועלף, זענען אינגאנצן נישט מחוייב צו פאסטן, אפילו נישט אויף אפאר שעה. אבער דאך איז גוט אז פאר א קינד וואס האט שוין שכל צו קלאגן אויף ירושלים, זאל מען נישט געבן צו עסן קיין איבעריגע זאכן, נאר פשוטע מאכלים וואס פעלט אויס פארן קיום הגוף, כדי זיי זאלן מיטטרויערן מיטן ציבור. (משנ"ב סי' תק"נ סק"ה)
זמן התענית
א. דער תענית הייבט זיך אן פון צופריהא ביים עלות השחר (שו"ע שם ס"ב).
ב. אויב וויל מען אויפשטיין פארטאגס פארן עלות, און דאן עסן און טרינקען, דארף מען זיך אויסנעמען פארן זיך לייגן שלאפן אז מען גייט נאך עסן ביים אויפשטיין. בדיעבד אויב מען האט זיך נישט אויסגענומען, און מען איז געשלאפן א שינת קבע, טאר מען נישט עסן נאכדעם. (שו"ע תקס"ד ס"א). אבער טרינקען מעג מען יא. אבער לכתחלה דארף מען זיך אויסנעמען אויפן טרינקען אויך, אויסער אויב מען איז שטענדיג געוואוינט צו טרינקען ווען מען שטייט אויף, דארף מען זיך אפילו לכתחלה נישט אויסנעמען. (משנ"ב סק"ו)
רחיצה וסיכה
א. אין א תענית איז נאר אסור צו עסן, אבער די אנדערע עינויים, ווי זיך וואשן דעם קערפער וכדו' גייען נישט אן, נאר מען מעג זיך געהעריג ארומוואשן און שמירן. (שו"ע תק"נ ס"ב)
ב. עס ווערט געברענגט אין די אחרונים, אז א בעל נפש זאל מחמיר זיין אויך אויף די אנדערע עינויים אין א תענית. ד"ה אז מען זאל זיך נישט וואשן און שמירן דעם קערפער. אויסער אנטוהן שיך זאל מען יא, טראץ דעם וואס דאס איז פון די ה' עינויים וואס גייט אן תשעה באב. ווייל אויב וועט מען גיין אן שיך, וועט מען זיי צושפאט פאר מענטשען. (משנ"ב סק"ו)
רחיצת הפה
א. עס איז נישט גלייך אין תענית ציבור, זיך אויסצושווענקען די מויל אינדערפריהא ביים אויפשטיין, אזויווי מען איז געוואוינט איעדן אינדערפריהא. (שו"ע תקס"ז ס"ג)
ב. אויב איז מען זיך שטארק מצער, מעג מען זיך אויסוואשן די מויל מיט וואסער (אפילו אין תשעה באב ווען מען האט א שטארקע צער, אבער אין יום כיפור טאר מען נישט). אבער מען זאל זיין געווארנט אז מען זאל האלטן די קאפ אראפגעבויגן, כדי די וואסער זאל נישט אריינגיין אין האלז. (משנ"ב סקי"א)
שכח ואכל
א. אויב איינער האט ח"ו פארגעסן, און האט געגעסן, דארף ער נאך משלים זיין דעם תענית, [נישט ער זאל מיינען אז וויבאלד ער האט שוין געגעסן, איז עס שוין ממילא אויס תענית.] (משנ"ב תקמ"ט סק"ג)
ב. מען איז נישט מחוייב צו פאסטן נאכאמאל אן אנדערן טאג אלץ השלמה, סיידען אז מען האט אינזיהן צו פאסטען אלץ כפרה, קען מען נאכאמאל פאסטען. (תקס"ח משנ"ב סק"ח)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דיני בין המצרים
א. ימי בין המצרים: די איין און צוואנציג טעג פון שבעה עשרה בתמוז ביז תשעה באב ווערן גערופן די בין המצרים. דעם נאמען געפונען מיר שוין אין מדרש איכה אויפן פסוק (איכה פ"א ג') "כל רודפיה השיגוה בין המצרים", דער מדרש טייטשט בין המצרים פארווייטאגטע טעג, און דאס גייט ארויף אויף די דריי וואכן וואס אין די טעג דרייען זיך ארום דער רוח רע קטב מרירי, און אין די צייטן האבן די רשעים דערגרייכט די אידן.
ב. אין די טעג טרויערט מען ווייל אין די טעג זענען איעדן טאג די צרות ערגער געווארן, און די ליידן זענען שטערקער געווארן. דער ירושלמי (תענית פ"ד ה"ה) ברענגט א רמז אויף די איין און צוואנציג טעג פון די נבואה פון ירמי' הנביא, זאגט דארט דער פסוק אז דער אייבירשטער האט איהם געזאגט וואס זעהסטו דארטן, האט ירמי' הנביא גענטפערט (ירמי' פ"א י"א) "מקל שקד אני רואה" איך זעה א מאנדל שטעקן, האט איהם דער אייבירשטער געזאגט איך אייל מיך כביכול צו ברענגען די שלעטכס, אויף דעם זאגט דער ירושלמי אז דער שטעקן פון שקדים נעמט 21 טעג פון עס הייבט אן צו שפראצן ביז עס ענדיגן זיך זיינע פירות, און דאס איז געווען דער רמז, אז פון ווען די צרות וועלן זיך אנהייבן ביזן חורבן, וועט נעמען איין און צוואנציג טעג. (וכ"ה באיכה רבה פתיחתא כ"ג, וראה פרישה סי' תקנ"א סק"ו)
ג. אין שולחן ערוך איז געברענגט אז עס זענען דא פרושים וואס פירן זיך צו פאסטען אין די דריי וואכן (תקנ"א סט"ז). אויך ווערט געברענגט אז עס זענען דא וואס פירן זיך נישט צו עסן קיין פלייש און טרינקען קיין וויין אין די דריי וואכן. (שם ס"ט)
ד. פאלגענד זענען די הלכות וואס גייען אן אין די בין המצרים, אלץ אבילות אויפן חורבן.
התחלת דיני בין המצרים
א. עס זענען דא וואס האלטן אז די דינים פון בין המצרים הייבן זיך ערשט אן פון שבעה עשר בתמוז בייטאג (ראה פס"ת ס"ז). אבער למעשה נעמען די אחרונים אן אז פון שבעה עשר בתמוז ביינאכט גייען שוין אן די דינים פון בין המצרים. (שו"ת שבט הלוי מובא בקו"ה)
ב. עס איז גלייך שוין צו האלטן די דיני אבילות פון בין השמשות פון שבעה עשר בתמוז. די וואס נעמען אן די זמן פון רבינו תם איז גענוג אז זיי האלטן די דינים פון בין המצרים פון די בין השמשות פון זמן ר"ת. אבער ווען עס איז נויטיג קין מען מקיל זיין ביזן זמן פון צאת הכוכבים. (קו"ה)
שמחות
א. מען מאכט נישט חתונה אין די בין המצרים. (תקנ"א רמ"א ס"ב)
ב. מען מעג זיך משדך זיין אין דריי וואכן און אויך אין די ניין און טעג (שו"ע שם ס"ב). און אויך א תנאים מען מען שרייבן אין די צייטן (משנ"ב שם סקט"ז). אין די דריי וואכן מען מען אויך מאכן אז סעודת אירוסין [ווארט] (משנ"ב שם סקי"ט).
ג. בענין צו מאכן א סעודת תנאים אין די דריי וואכן, זענען דא אחרונים וואס זענען מתיר. אבער אנדערע אחרונים אסר'ן (ראה בקו"ה להרי"ד הארפענעס שליט"א). סתם געבן מזונות און בראנפען ביים שרייבן תנאים הייסט נישט קיין סעודה, און דאס מען מען זיכער געבן אפילו אין די ניין טעג. (משנ"ב שם סקט"ז)
נגינה
א. מען טאר נישט מאכן קיין זינגערייען און טענץ אין דריי וואכן, און אפילו ביי א סעודת אירוסין זאל מען נישט מאכן קיין ריקודין ומחולות (משנ"ב סקט"ז). עס ווערט געברענגט אז מען טאר אויך נישט זיצן און קוקן ווי אנדערע מאכן ריקודין ומחולות. (קו"ה הנ"ל)
ב. אין דעם כלל גייט אריין אז מען טאר נישט זינגען מיט קיין מוזיקאלישע אינסטרומענטן. און אויך טאר מען נישט הערן קיין זינגען טעיפס אפילו ווען עס איז נישטא דערויף קיין מוזיק. (פסקי תשובות תקנ"א י"ג)
ג. זינגען מיט די מויל מעג מען ביז די ניין טעג. עס זענען דא וואס האלטן אז אויך אין די דריי וואכן זאל מען נישט זינגען מיטן מויל, און עס איז גלייך מחמיר צו זיין. (קו"ה הנ"ל שם)
ד. עס ווערט געברענגט אז צו זינגען מיטן מויל בשעת'ן דאווענען אדער לערנען כדי מעורר צו זיין מעג מען יא, ווי אויך מעג מען זינגען שירי דביקות, ווען מען זינגט דאס כדי זיל אריינצוברענגען א התעוררות, אדער מיט קליינע קינדער אין חדר. (פסק"ת שם)
ה. ווען מען מאכט א סעודת מצוה אין די דריי וואכן, וו א שבע ברכות, ברית מילה, פדיון הבן, בר מצוה אד"ג, מעג מען זינגען מיט די מויל. און אויב מען מעג טאנצען און זינגען מיטן מוזיק איז א מחלוקת אין די אחרונים. און למעשה זאל מען נישט נישט שפילן מיט קין כלי שיר, און לגבי טאנצן קען מען אפשר מקיל זיין. (קו"ה הנ"ל בח' התשובות)
ו. שבת זינגט מען געהעריג אזויווי אגאנץ יאר. (שם)
שהחיינו
א. אין שולחן ערוך שטייט אז מען זאל נישט זאגן קיין שהחיינו אין די דריי וואכן אויף א פרי אדער א מלבוש (שם סי"ז). ווייל דאס זענען טעג פון פורעניות דערפאר פאסט זיך נישט צו זאגן א ברכה אז שהחיינו לזמן הזה. (משנ"ב שם סקצ"ח)
ב. אויף א מצוה, צב"ש ווען מען מאכט א פדיון הבן מאכט מען א שהחיינו, און מען זאל נישט פארזוימען די מצוה אויף נאך די דריי וואכן דאן צו מאכן א שהחיינו. און די זעלבע איז אויך ווען מ'האט א נייע פרי וואס מען וועט נישט האבן נאך די דריי וואכן, און מען קען דאס נישט האלטן ביז נאך די דריי וואכן [אדער ביז שבת, משנ"ב סקק"א], זאל מען יא מאכן א שהחיינו, כדי נישט צו פארלירן די ברכה. (רמ"א שם)
ג. היינט פירט מען זיך אז מען באנייעט נישט קיין בגדים אין די בין המצרים, אפילו מען מאכט נישט אויף זיי קיין שהחיינו. וויבאלד דאס עצם זאך פון באנייען א חשוב'ען בגד ברענגט א שמחה. עס ווערט געברענגט אז נישט קיין חשוב'ער מלבושים ווי אונטערוועש זאקן וכדו', מעג מען יא באנייען אין די דריי וואכן. (קו"ה)
ד. אבער קויפן א נייע מלבוש אויף צו באנייען נאך די דריי וואכן, ווערט געברענגט אז מען מעג. (קו"ה)
ה. טייל פוסקים האלטן אז אין די שבתים פון די דריי וואכן מעג מען יא מאכן א שהחיינו (משנ"ב סקצ"ח). און עס זענען דא וואס זענען אויך מקיל אז אין ראש חדש אב מעג מען מאכן א שהחיינו [נישט אויף קיין בגד, ווייל קיין בגד טאר מען נישט באנייען אין די ניין טעג] (שעה"צ סקצ"ט). אבער פונעם אר"י הקדוש ווערט געברענגט אז אויך אין שבת איז אסור צו מאכן א שהחיינו. (באה"ט שם סקל"ח)
ו. נייע בגדים שטייט אין טייל פוסקים אז מען טאר זיי אפילו אין שבת נישט באנייען. (א"ר שם סקי"ז)
ז. עס זענען דא וואס פירן זיך אז זיי ציען זיך נישט אריין צו א נייע דירה אין די בין המצרים, אבער למעשה קען מען מקיל זיין אין א פאל וואס מען מאכט נישט קיין שהחיינו יא זיך אריבערצוציען אין א נייע דירה (קו"ה). עס זענען דא וואס האלטן אבער אז מען זאל יא מחמיר זיין אז מען זאל איין קיין פאל נישט אריין גיין וואוינען אין א נייע דירה. (שם בשם החזו"א)
ח. עס שטייט אין אחרונים אז לכתחלה זאל מען נישט אנהייבן צו קאלעכען (פעינטען אדער לייגן וואל פעיפער) די הויז אין די בין המצרים, סיידן אויב די קאלעך איז צוגרונד גיין פון וואסער אד"ג. (א"ר מובא בפ"ת ס"ח)
ט. מען מעג קויפן א הויז און מאכן געשעפטן ווי געווענליך אין די דריי וואכן, און דאס וואס עס שטייט ביי די ניין טעג אז מ'זאל נישט אנהייבן קיין געשעפטן וכדו' ווייל עס איז א שלעכטע מזל, איז בלויז געזאגט געווארן אויף די ניין טעג, און גייט נישט אן אין די בין המצרים. (שם)
תספורת
א. מען טאר זיך נישט אפשערן די האר אין די דריי וואכן. (רמ"א שם ס"ד)
ב. די האר פון די שנאלצען וואס שטערן דאס עסן, מעג מען יא אפשערן. (שו"ע י"ג ומשנ"ב סק"פ)
ג. אויב איז מען ל"ע אן אבל און די שלשים ענדיגן זיך אינמיטן די בין המצרים פאר ראש חדש אב, מעג מען זיך דעמאלטס אפשערן [וויבאלד מ'האט זיך ביז דעמאלטס נישט געטארט אפשערן]. ((משנ"ב שם סקפ"ז)
ד. ווען א קינד ווערט דריי יאר אין די בין המצרים, זענען דא וואס האלטן אז מען קען איהם אפשערן און מאכן פאות דעמאלטס. אבער אין אנדערע פלעצער שטייט אז מ'זאל נישט אפשערן אין די דריי וואכן, נאר מען זאל איהם אפשערן אדער פריער אדער נאך דעם. [וכן מובא בס' משכנות יעקב בשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זי"ע]. און אזוי פירט מען זיך על פי רוב (פסק"ת סקמ"ד). אפילו די וואס שערן יא אפ אין די דריי וואכן זאלן נישט מאכן קיין גאר גרויסע שמחה דערביי. (קו"ה)
ה. עס איז דא א שמועס אין די אחרונים אויב א טאטע וואס מאכט א ברית מעג זיך אפשערן אין דריי וואכן לכבוד דעם ברית. טייל אחרונים זענען מתיר זיך אפצושערן אפילו אין די ניין טעג (תשו' חת"ס או"ח קנ"ח מובא בשה"צ סק"ד). אנדערע אסר'ן זיך אפצושערן אין די ניין טעג (באה"ט שם סק"ג). עס זענען דא וואס אסר'ן זיך אפצושערן אפילו אין די דריי וואכן. שד"ח מובא בפס"ת ס"ו)
ו. פאר אנדערע שמחות ווי פאר פדיון הבן שערט מען זיך נישט אפ אין די דריי וואכן. (חת"ס שם בתשו')
טיול
א. מען מעג גיין אויף פארברענגען (טריפ'ס) אין די דריי וואכן. עס זענען דא וואס ברענגען אז מען זאל זיך צוריקהאלטן דערפון. מען זאל אבער נישט נעמען קיין קינדער אויף פלעצער וואס מ'האט דערפון א שטארקע שמחה [ווי א צירקוס אד"ג]. (קו"ה)
ב. מען זאל זיין געווארנט אז אין די בין המצרים זאל מען נישט גיין אליינס אינמיטן טאג, ווייל דאן איז שולט דער שד קטב מרירי און עס איז א סכנה (שו"ע שם סי"ח). די צייט אין טאג ווען דער שד איז שולט איז פון 10:00 אינדערפריהא ביז 3 מיטאג (משנ"ב שם סקק"ב). אנדערע האלטן אז דאס איז פון 9 אינדערפריהא ביז 3 מיטאג (באה"ט שם סק"מ בשם המדרש נשא). און עס זענען דא וואס האלטן אז דאס איז פון 10 ביז 2. (באה"ט שם מאיכה רבתי)
ג. עס זענען דא וואס האלטן אז אין א שטאט ווי עס דרייען זיך מענטשן איז נישט געזאגט געווארן דער דעמאנטער דין אז מען זאל נישט גיין אליינס. אבער פון אנדערע פלעצער איז משמע אז אויך אין א שטאט איז געזאגט געווארן דער דין. (קו"ה)
ד. עס ווערט אויך געברענגט אין די אחרונים אז אין די בין המצרים אינמיטן טאג, זאל מען זיין געווארנט נישט גיין צווישן דעם זוהן און שאטען. (משנ"ב סקק"ב)
ה. אויך שטייט אז אין די טעג זאלן די מלמדים נישט שלאגן די תלמידים אינמיטן טאג (שו"ע שם סי"ח). לויט טייל אחרונים איז דער דין געזאגט געווארן אויף אגאנצן טאג, נישט דוקא אין מיטאג. (משנ"ב סקק"ג)
חשש סכנה
א. אין די טעג פון בין המצרים, צווישן די פערטע שעה און ניינטע שעה פון טאג, איז שולט א מזיק וואס הייסט קטב מרירי. און דערפאר דארף מען זיין געווארנט נישט צו גיין איינער אליינס אין גאס, אין די צייט. (שו"ע סי"ז)
ב. די שעות זענען פון עלף צופריהא, ביז צווייע נאכמיטאג, לויט די זומערדיגע זייגער. און און לויט טייל אחרונים איז עס, פון צענע צופריהא ביז דרייע נאכמיטאג. ( באר היטב )
ג. עס זענען דא אחרונים וואס ברענגען, אז אין א שטאט, מעג מען יא גיין אליינס וויבאלד מענטשען געפונען זיך דארט (ערוה"ש סל"ט). אבער אין אנדער פלעצער איז משמע אז אפילו אין א שטאט טאר מען נישט אליינס גיין. (קובץ הלכות לריד"ה שליט"א, ועי' שם שמסופק אי שרי להנהיג קאר יחידי).
ד. אויך ווערט געברענגט אז א מלמד זאל נישט שלאגן זיינע תלמידים שטארק אין די צייט. (עס זענען דא אחרונים וואס האלטן אז די הלכה איז געזאגט געווארן אויף אגאנצן טאג, נישט דוקא אין די אויבענדערמאנטע שעות).
מנהגי בין המצרים
א. אין שולחן ערוך (סעי' ט') איז געברענגט, אז עס זענען דא וואס פירן זיך אז זיי עסן נישט קיין פלייש, און טרינקען נישט קיין וויין, אין די בין המצרים.
ב. אויך שטייט אין שולחן ערוך (סעי' ט"ז) אז עס זענען דא וואס פאסטען אין די טעג פון די בין המצרים.
ג. דער טור ברענגט א טעם אויף די וואס פירן זיך צו פאסטן בין המצרים, אז דאס איז ווייל מיר געפונען אז דניאל האט געפאסט איין און צוואנציג יאר נאכן חורבן, אויפן חורבן. דערפאר פירט מען זיך פאסטען די איין און צוואנציג טעג פון בין המצרים, קעגן די איין און צוואנציג יאהר.
ד. אין כתבי האר"י ז"ל שטייט אז מען זאל טרויערן אין די טעג פון נאך חצות. און מען זאל וויינען בערך א האלבע שעה (מובא באר היטב סק"מ). און טייל אויבערלענדישע קהלות פירט מען זיך נאך היינט, אז מען זעצט זיך צו דער ערד בייטאג נאך חצות, און מען זאגט די סדר פונעם תיקון חצות.

תעניתים בזמן הזה.
א. אין פסוק (זכרי' ח' י"ט) שטייט. "כה אמר ה' צבקות צום הרביעי וצום החמישי וצום השביעי וצום העשירי יהיה לבית יבודה לששון ולשמחה", דאס טייטשט אז די פיר תעניתים, י"ז בתמוז, צום גדלי' עשרה בטבת, און תענית אסתר וועט נאך זיין פאר די אידן פאר א פרייד.
ב. די גמרא (ר"ה י"ח ע"ב) איז דארט מסביר, אז אין די צייטן ווען עס איז דא גזירת שמד ביי אידן, דאן איז מען מחוייב צו פאסטן. אבער אין די צייטן ווען ווען עס הערשט פרידן ביי אידן, ד"ה אז די גויים געוועלטיגן נישט אויף אידן, (און לויט טייל ראשונים מיינט דאס אז דער בית המקדש שטייט). דאן זענען די טעג פרייליכע טעג.
ג. און די גמרא פירט אויס אז אין די היינטיגע צייטן (ד"ה בימי המשנה), וואס עס איז נישטא קיין גזירת שמד ביי אידן, אבער עס הערשט אויך נישט קיין פרידן ביי אידן ווייל מיר זענען אונטערגעווארפן אונטער די גוים. איז דער דין אז אויב וויל דער רוב ציבור דאן פאסט מען, און אויב וויל מען נישט פאסט מען נישט.
ד. אבער די ראשונים נעמען אן אז היינטיגע צייטן, האט מען געוואלט, און מען האט איינגעפירט צו פאסטען. און דערפאר טאר מען נישט פורץ גדר זיין. און יעדער איז מחוייב צו פאסטען, מדברי קבלה, און לויט די תקנת הנביאים. (רמב"ן ספר תורת אדם)
ה. אויך לייגען זיי צו, אז אין אונזערע דורות וואס עס הערשט ליידער צרות און שמד ביי אידן, איז מען זיכער מחוייב צו פאסטען. (שם)
ו. און אזוי איז למעשה אנגענומען להלכה, אז איעדער איז היינט מחוייב צו פאסטען. און מען טאר נישט פורץ גדר זיין (שו"ע סי' תק"נ סעי' א'). וויבאלד אידן דער כלל ישראל האט געוואלט, און מקבל געווען שוין פון אססאך דורת צו פאסטען, איז מען שוין מחוייב צו פאסטען און מען טאר נישט פורץ גדר זיין. (משנ"ב שם סק"א)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דעם שבת האב איך געזען אין נטעי גבריאל אויף הל' בין המצרים אז געוויסע צדיקים האבן געמאכט יעדן טאג פון די 9 טעג א סיום אויף א מסכתא, טראצדעם וואס זיי האבן נישט געגעסן קיין פלייש ביי די סעודה, ונימוקם עמם אז מען דארף אריינברענגן היתר'דיגע שמחה אין די 9 טעג, ופקודי ה' ישרים משמחי לב.

אויב דארף איינער קלארערע מראי מקומות, וועל איך עס אי"ה מעתיק זיין.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

קרעמער,
ס'איז דאך געברענקט דער טעם, ווייל מען וויל אפשוואכען דער כח פונעם ס"ם וואס ער האט מער א כח און די טעג.
זיין נאמען איז די ראשי תיבות פון סיום מסכתא אין לעשות איבער דעם מאכט מען יא א סיום און דוקא און די טעג
the SCY is the limit
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

בדרך אגב, ס'איז ידוע אז אמאל האט מען ביים הייליגן דברי חיים זי"ע געמאכט א סיום מסכת אין די ניין טעג, און נאכן סיום האט ער זיך אנגערופן: ווען די שונאי ישראל וואלטן געשפירט א טעם וואס מיר שפירן די ניין טעג אין פלייש, וואלטן זיי זיך קיין ערגערס נישט געזוכט...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

היי יאר האב מיר זוכה געווען צו מסיים זיין א מסכתא אין די ניין טעג, און דערפאר האט משפחת שלאפן געהאט א פיינע נארהאפטיגע פליישיגע וועטשערע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”