שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
איך ווייס נישט פאר וויפיל אידן ס'איז נוגע אבער איך גלייב אז אין וויליאמסבורג מאכט זיך עס יא ביי מענטשן, איבערהויפט ביי אינגעלייט וואס זייער טאטע וואוינט מחוץ לעיר.
די פראבלעם הייבט זיך ווען שנה ראשונה איז געענדיגט און מען טרעפט זיך ביים צווייטן סוכות פון די חתונה, און מען דארף איינשטיין ביים שווער זאל זיין געזונט צוליב וואס מען פארמאגט נישט קיין אייגענע סוכה.
קיין היתר צו שלאפן חוץ לסוכה איז נישט דא אויפן מאמענט, און מען דארף מקיים זיין שינה סוכה מיט כיבוד חמיו... צווישן די זעלבע פיר ווענט פאר זיבן נעכט, אריינגערעכנט עטליכע שבת און יו"ט נאכמיטאג דרימלעך...
שווער צו זאגן אויף א כלל, אבער בפשטות אין מערסטנס פעלער איז עס א אומבאקוועמע סיטואציע פארן אינגערמאן (און גלייכצייטיג פארן שווער זעלבסט אויכעט), איז וואס האט איר געטוהן אין אזא מאמענט, און וואספארא געדאנקן איז דא דאס צו לעזן?
(געהערט בשם א דיין אז עס איז ריכטיגע מצטער, ווילעך הערן דעת הציבור).

- א צווייטער
- שר האלף
- תגובות: 1000
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
זאגט מיר א חבר מיינער אז זיין שווער האט אים געזאגט אז ס'איז אים שווער צו שלאפן מיטן איידעם און ער זאל זיך זוכן א צווייטע פלאץ צו שלאפן.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4524
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
סארא שאלה אפילו איז דאס? נישטא קיין גרעסערע מצטער פון דעם
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם

- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9234
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
אה! פון מיינע בעסטע זכרונות די זיבן טעג א יאר שלאפן מיטן שווער אין איין סוכה, געשמאקע צייטן געווען!
---
- א צווייטער
- שר האלף
- תגובות: 1000
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
בשבילי נברא האט געשריבן:אה! פון מיינע בעסטע זכרונות די זיבן טעג א יאר שלאפן מיטן שווער אין איין סוכה, געשמאקע צייטן געווען!
לכאורה לעבסטו מיט דעם 'בשבילי' נברא העולם, ולא בשביל חמיו...
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
- אלטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9980
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
יעך האב אנגעפרעגט ביי א דיין ווען אונז האמיר געהאלטן דארט. ס'געווען אין די 4 טאג פון סוכות, האב איך געפרעגט אז יעך האב נישט קיין סוכה, דארף איך מיר אריין זעצן ביים טאט'ן אדער שווער אויף יו"ט? האט ער מיר געזאגט א קלארע ניין, איך זאל מיר נישט אריין מאפן צו קיינעם.
פאר מער פרטים איבער דעם דיין קען מען זיך ווענדן אין אישי.

ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
פיש כאפער האט געשריבן:איך ווייס נישט פאר וויפיל אידן ס'איז נוגע אבער איך גלייב אז אין וויליאמסבורג מאכט זיך עס יא ביי מענטשן, איבערהויפט ביי אינגעלייט וואס זייער טאטע וואוינט מחוץ לעיר.
די פראבלעם הייבט זיך ווען שנה ראשונה איז געענדיגט און מען טרעפט זיך ביים צווייטן סוכות פון די חתונה, און מען דארף איינשטיין ביים שווער זאל זיין געזונט צוליב וואס מען פארמאגט נישט קיין אייגענע סוכה.
קיין היתר צו שלאפן חוץ לסוכה איז נישט דא אויפן מאמענט, און מען דארף מקיים זיין שינה סוכה מיט כיבוד חמיו... צווישן די זעלבע פיר ווענט פאר זיבן נעכט, אריינגערעכנט עטליכע שבת און יו"ט נאכמיטאג דרימלעך...
שווער צו זאגן אויף א כלל, אבער בפשטות אין מערסטנס פעלער איז עס א אומבאקוועמע סיטואציע פארן אינגערמאן (און גלייכצייטיג פארן שווער זעלבסט אויכעט), איז וואס האט איר געטוהן אין אזא מאמענט, און וואספארא געדאנקן איז דא דאס צו לעזן?
(געהערט בשם א דיין אז עס איז ריכטיגע מצטער, ווילעך הערן דעת הציבור).
פארוואס הייבט זיך די פראבלעם אן נאר נאך שנה ראשונה?
אפשר ווייל דעמאלטס איז מען נאך אין גוטן מיטן שווער..
-
- שר האלף
- תגובות: 1328
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
כ׳בין געשלאפן מיטן שװער זאל געזונט זײן א שײנע פאר מאל נאך די חתונה ב״ה, נישט געהאט קײן שום פראבלעם, אױף אזױ װײט, אז ער האט שױן אױך געמאכט ביקור גומלין.. זינט כ׳האב שױן ב״ה אװעקגעמופט פון די װילי, און מײן שװער האט שױן נישט געקענט מאכן זײן גרױסע סוכה משום סיבות, האב איך אים שױן געהאט צו גאסט אױף יו״ט כמה פעמים, ושכב בסוכתי כמו ששכבתי בסוכתו...
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
ס״ווענדט זיך אויב ס׳איז א שו(ע)ר תם אדער א שו(ע)ר מועד
-
- שר האלף
- תגובות: 1328
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
חמרא האט געשריבן:ס״ווענדט זיך אויב ס׳איז א שו(ע)ר תם אדער א שו(ע)ר מועד
װענד זיך װי שװער דער שװער איז.. װאו זאגט די װעלט? פארװאס הײסט ער א שװער? װײל א גוטע שװער איז שװער צובאקומען, און א שלעכטע שװער איז שװער אױסצוהאלטן פונעם
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2284
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
מען קען דאס טוהן מיט שכל ווי למשל אז מען זאל נישט גיין שלאפן די זעלבע צייט און מען זאל זיך אויסדרייען צו די וואנט און שלאפן ווי א בעבי.
איך בין געשלאפן מיט מיין שווער, געמאכט זיכער אריינצוקומען ווען ער איז שוין געשלאפן און געמאכט זיכער אויפצושטיין ווען ער איז נאך געשלאפן, אדער פארקערט.

ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 731
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 08, 2019 12:08 am
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
טראק דרייווער האט געשריבן:מען קען דאס טוהן מיט שכל ווי למשל אז מען זאל נישט גיין שלאפן די זעלבע צייט און מען זאל זיך אויסדרייען צו די וואנט און שלאפן ווי א בעבי.
איך בין געשלאפן מיט מיין שווער, געמאכט זיכער אריינצוקומען ווען ער איז שוין געשלאפן און געמאכט זיכער אויפצושטיין ווען ער איז נאך געשלאפן, אדער פארקערט.
אדער איז דיין שווער א געזונטער פעפער, ער איז מקיים די מצוה שינה בסוכה למהדרין אדער האסטו נישט מקיים געווען די מצוה שינה בסוכה.
אדער פארקערט
פון ווייסטו אז דיין שווער איז געשלאפען אין סוכה יענע נאכט?
אולימיטעד טאלק & טעקסט פאר בלויז $8 חודש דא
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4275
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
די שווער שטייט אויף 4 פארטאג (יום טוב אויך). ניין נישט פאר מיהר. איך שטיי אויף 6 פארטאגס. מיינע איידעמער (נישט אלע, ביטע ווערט נישט באליידיגט) שטייען אויף נאך 10. ממילא, קומט נישט און באטראכט...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
- יודיש בלעטל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 279
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
פיש כאפער האט געשריבן:איך ווייס נישט פאר וויפיל אידן ס'איז נוגע אבער איך גלייב אז אין וויליאמסבורג מאכט זיך עס יא ביי מענטשן, איבערהויפט ביי אינגעלייט וואס זייער טאטע וואוינט מחוץ לעיר.
די פראבלעם הייבט זיך ווען שנה ראשונה איז געענדיגט און מען טרעפט זיך ביים צווייטן סוכות פון די חתונה, און מען דארף איינשטיין ביים שווער זאל זיין געזונט צוליב וואס מען פארמאגט נישט קיין אייגענע סוכה.
קיין היתר צו שלאפן חוץ לסוכה איז נישט דא אויפן מאמענט, און מען דארף מקיים זיין שינה סוכה מיט כיבוד חמיו... צווישן די זעלבע פיר ווענט פאר זיבן נעכט, אריינגערעכנט עטליכע שבת און יו"ט נאכמיטאג דרימלעך...
שווער צו זאגן אויף א כלל, אבער בפשטות אין מערסטנס פעלער איז עס א אומבאקוועמע סיטואציע פארן אינגערמאן (און גלייכצייטיג פארן שווער זעלבסט אויכעט), איז וואס האט איר געטוהן אין אזא מאמענט, און וואספארא געדאנקן איז דא דאס צו לעזן?
(געהערט בשם א דיין אז עס איז ריכטיגע מצטער, ווילעך הערן דעת הציבור).
פארוואס זאגסטו אז עס איז נישטא קיין היתר קוק אין שו"ע סי' תרלט סעי' ב' דער רמ"א טו"ז מגן אברהם יעדער זאגט נאך א טעם לקולא (אפי' בעת נדתה עיי"ש היטב) דער משנה ברורה איז אביסל מחמיר אבער מען קען זיך זיכער פארלאזן אויף הני רבוותא
עכ"פ אויף די טעם פון מצטער קען מען זיך זיכער פארלאזן אז מען דארף נישט גיין צו סוכת חבירו איך מיין אז פאר כזית ראשון דארף מען יא גיין ווייל דארט איז א מצטער חייב דומיא דפסח
ביי חסידים איז מען געשלאפן במסירות נפש אפי' במקום צינה ווי באקאנט די אלע מעשות און ווי באקאנט די באוויסטע קשיא וויאזוי מען איז יוצא אויב מ'איז מצטער
אז די ווילסט וויסן וואס איך פרעזענליך טו איז די מעשה אזוי מיין שווער איז א בעלזער און שלאפט נישט אין סוכה כמנהג בעלזא איז די טעג וואס עס רעגנט נישט שלאף איך ביי מיין שווערס סוכה אליין וואס זאגסטו אויף דעם? גוט? דאנט ווארי מיין שווער איז א שוואכער שלאפער און ער קומט מיך באזוכן 5/6 מאל א נאכט אין די סוכה צו כאפן עפעס א טרונק איך האב נישט קיין פראבלעם מיט איהם און ער האט נישט קיין פראבלעם מיט מיך אונז פארשטייען זיך זייער גוט ב"ה
-
- שר האלף
- תגובות: 1328
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
טראק דרייווער האט געשריבן:מען קען דאס טוהן מיט שכל ווי למשל אז מען זאל נישט גיין שלאפן די זעלבע צייט און מען זאל זיך אויסדרייען צו די וואנט און שלאפן ווי א בעבי.
איך בין געשלאפן מיט מיין שווער, געמאכט זיכער אריינצוקומען ווען ער איז שוין געשלאפן און געמאכט זיכער אויפצושטיין ווען ער איז נאך געשלאפן, אדער פארקערט.
און אין קעיס ס׳געשעהט אן עקסידענט, און איינער האט זיך געלײגט/אױפגעכאפט צו פרי/שפעט, (אדער פארקערט) און מ׳זאגט א תורה פארן שװער, און מ׳איז מקײם אינאײנװעגס מצות עשה דאורײתא פון ובשכבך... איז אזױ עק װעלט???
כ׳װײס נישט װאס מענטשן מאכן אזא בער דערפון.. כ׳רײס מיך שױן גענוג מיט מײן שװער אגאנצן טאג... ס׳קומט אױפדערנאכט קענען שױן בײדע ניצן א גוטן דרימל.. מ׳מאכט א יד אחת, מ׳שטערט נישט אײנער דעם צװײטן, (א פײער אפשטעל, װי מ׳רופט עס) און מ׳דארף זיך נישט אזױ אױסרעכענען מיט א מיליטערישע סקעדשול..
אײ װאס טוט זיך מיטן אױפשטײן שפעט? איז אזױ, מיט א 15 מינוט שפעטער װי אים מעג איך דאך אױפשטײן, איא? כ׳בין דאך נאך אלעם שױן די נעקסטע דזשענערעישן.. סאו פונקטליך װיפיל שפעטער כ׳בין אױפגעשטאנען דארף ער דאך שױניש װיסן.. צו שפעט קען איך דאך עניװעיז נישט אױפשטײן, נאך אלעם שלאף איך דאך בײם שװער אין סוכה... און פטור אן עסק.. און שױן
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2284
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
עס איז טאקע נישט געווען אזוי מיליטעריש. איך בין געשלאפן עטליכע יאר צוזאמען מיט מיין שווער (און שוואגערס) און עס איז טאקע אויך אויסגעקומען גענוג און נאך אז מען זאל גיין שלאפן אדער אויפשטיין צוזאמען, אבער בדרך כלל האב איך פרובירט זיך ווי ווייניגער אנצובאמפן מיט אים, כדי עס זאל נישט זיין אומבאקוועם פאר מיר אדער פאר אים ווען מען טוט זיך אן מיט די נאכט בגדים וכדומה כמובן.
אבער די שרייבסט גיט אז עס איז נישט אזא בער, נאר עס קען פאר געוויסע זיין אומבאקוועם, קען מען עס טוהן מיט שכל אזוי ווי איך האב געטוהן למשל.
אבער די שרייבסט גיט אז עס איז נישט אזא בער, נאר עס קען פאר געוויסע זיין אומבאקוועם, קען מען עס טוהן מיט שכל אזוי ווי איך האב געטוהן למשל.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
- עכט נארמאל
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 398
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:07 pm
- לאקאציע: אין כולל
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
הרה''ק הנועם אליעזר מ'סקולען זי''ע נהג כ'הרמ''א דלא ישן בסוכה משום איש וביתו
\
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:טראק דרייווער האט געשריבן:מען קען דאס טוהן מיט שכל ווי למשל אז מען זאל נישט גיין שלאפן די זעלבע צייט און מען זאל זיך אויסדרייען צו די וואנט און שלאפן ווי א בעבי.
איך בין געשלאפן מיט מיין שווער, געמאכט זיכער אריינצוקומען ווען ער איז שוין געשלאפן און געמאכט זיכער אויפצושטיין ווען ער איז נאך געשלאפן, אדער פארקערט.
און אין קעיס ס׳געשעהט אן עקסידענט, און איינער האט זיך געלײגט/אױפגעכאפט צו פרי/שפעט, (אדער פארקערט) און מ׳זאגט א תורה פארן שװער, און מ׳איז מקײם אינאײנװעגס מצות עשה דאורײתא פון ובשכבך... איז אזױ עק װעלט???
כ׳װײס נישט װאס מענטשן מאכן אזא בער דערפון.. כ׳רײס מיך שױן גענוג מיט מײן שװער אגאנצן טאג... ס׳קומט אױפדערנאכט קענען שױן בײדע ניצן א גוטן דרימל.. מ׳מאכט א יד אחת, מ׳שטערט נישט אײנער דעם צװײטן, (א פײער אפשטעל, װי מ׳רופט עס) און מ׳דארף זיך נישט אזױ אױסרעכענען מיט א מיליטערישע סקעדשול..
אײ װאס טוט זיך מיטן אױפשטײן שפעט? איז אזױ, מיט א 15 מינוט שפעטער װי אים מעג איך דאך אױפשטײן, איא? כ׳בין דאך נאך אלעם שױן די נעקסטע דזשענערעישן.. סאו פונקטליך װיפיל שפעטער כ׳בין אױפגעשטאנען דארף ער דאך שױניש װיסן.. צו שפעט קען איך דאך עניװעיז נישט אױפשטײן, נאך אלעם שלאף איך דאך בײם שװער אין סוכה... און פטור אן עסק.. און שױן
וואס טוסטו ווען ער קומט אהיים אתרוג בענטשען א האלבע שעה נאכען אויפשטיין?
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
ניין מען דארף נישט שלאפן ביים שווער אין סוכה, ווייל עס איז א ריכטיגע מצטער,
אבער הא תינח ווען עס איז שוין די זמן שינה און מען האט נאר די שווערס סוכה,
אבער צוויי וואכן פאר יו"ט איז דא א חיוב פון גייען בויען א צווייטע סוכה.

ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
- צו געזונט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7077
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
- לאקאציע: חשש גילוי
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
ניין. ווייל איך האב מורא צו זיין מיט פערמאכטע אויגען נעבן אים...
ניין. ווייל מער ווי די צייט וואס עס נעמט א סעודה איז שוין נישט קיין עונג יום טוב איז זיין אנוועזנהייט.
דאס אלעס איז אויך איבער די שוויגער, אבער האסט נישט געפרעגט

לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
א צווייטער האט געשריבן:בשבילי נברא האט געשריבן:אה! פון מיינע בעסטע זכרונות די זיבן טעג א יאר שלאפן מיטן שווער אין איין סוכה, געשמאקע צייטן געווען!
לכאורה לעבסטו מיט דעם 'בשבילי' נברא העולם, ולא בשביל חמיו...
- א צווייטער
- שר האלף
- תגובות: 1000
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:45 pm
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
סאדאם חוסעין האט געשריבן:ניין מען דארף נישט שלאפן ביים שווער אין סוכה, ווייל עס איז א ריכטיגע מצטער,
אבער הא תינח ווען עס איז שוין די זמן שינה און מען האט נאר די שווערס סוכה,
אבער צוויי וואכן פאר יו"ט איז דא א חיוב פון גייען בויען א צווייטע סוכה.
הגאון אב"ד מיהאלדי שליט"א פסק'נט אין זיין שו"ת אז בעפאר די זמן מצוה איז נישט דא קיין שום חיוב, און מיט דעם פטר'ט ער אויך צו דארפן אנשטעלן א וועקער זייגער אויפצושטיין צו זמן קר"ש אויב לייגט מען זיך פארן עלות,
אבער ער ברענגט דארט אז דער רבי פסק'נט אין שו"ת דברי יואל אז ס'דא א חיוב דאורייתא צו בויען א סוכה.
א ידען מיינט נישט ער איז קלוג, א חכם מיינט נישט ער איז א ידען.
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
איך בין נישט מצטער, אבער איך נעם מיט א ספר (כדרכי ווען אנדערע זענען אנוועזנד...) אבער מיין שווער מוז נעבעך אויך נעמען א ספר אין בעט, אנשטאט א צייטונג וכדומה. איז ער א מצטער... איז די שאלה, אויב ער איז פטור?... אדער ער האט דאך א ברירה מיר אוועקצושיקן ס׳איז דאך זיין סוכה, אבער ס׳פאסט נישט.... זאלן דער עולם פסקענען
-
- שר האלף
- תגובות: 1328
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
סאדאם חוסעין האט געשריבן:ניין מען דארף נישט שלאפן ביים שווער אין סוכה, ווייל עס איז א ריכטיגע מצטער,
אבער הא תינח ווען עס איז שוין די זמן שינה און מען האט נאר די שווערס סוכה,
אבער צוויי וואכן פאר יו"ט איז דא א חיוב פון גייען בויען א צווייטע סוכה.
כ׳גלײב אז כמעט יעדער װאס האט די מעגליכקײט בױט זיך טאקע אן אײגענעם סוכה, מ׳רעדט דאך דא פון די סיטי װאו רוב האבן לײדער נישט די לאקזשערי פון האבן א פלאטץ פאר א סוכה
-
- שר האלף
- תגובות: 1328
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm
Re: שלאפט איר אין סוכה מיט אייער שווער?
חמרא האט געשריבן:איך בין נישט מצטער, אבער איך נעם מיט א ספר (כדרכי ווען אנדערע זענען אנוועזנד...) אבער מיין שווער מוז נעבעך אויך נעמען א ספר אין בעט, אנשטאט א צייטונג וכדומה. איז ער א מצטער... איז די שאלה, אויב ער איז פטור?... אדער ער האט דאך א ברירה מיר אוועקצושיקן ס׳איז דאך זיין סוכה, אבער ס׳פאסט נישט.... זאלן דער עולם פסקענען
כ׳הײב אן טראכטן צו דו ביסט אפשר בײ טשענס אײנע פון זײנע אײדימער
Kosher Travel האט געשריבן:די שווער שטייט אויף 4 פארטאג (יום טוב אויך). ניין נישט פאר מיהר. איך שטיי אויף 6 פארטאגס. מיינע איידעמער (נישט אלע, ביטע ווערט נישט באליידיגט) שטייען אויף נאך 10. ממילא, קומט נישט און באטראכט...
זאג דײן שװער אז ער מעג אנהײבן דן זײן לכף זכות, ער זאל נאר װיסן אז דו האסט שױן דורכגעלערנט א גאנץ ספר, און שױן געלײנט קר״ש בײם משיכיר, און קױם צוגעמאכט די אױגן פאר אפאר שעה, װאלט ער זיך נישט אזױ אױפגעגעסן דאס געזונט אױף די הײנטיגע דורות..