שטייטס אויף צו... סליחות!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »



איך דריי מיר פון רעכטס צו לינקס און פון דרום צו צפון, מיין קישן איז שוין דורכגעקווטשעט און צודריקט, אבער משום מה כאפט מיר נישט דער שלאף. ס׳איז שוין נאך האלבע נאכט אלעס שלאפט שוין און רוהט זיך אויס, אבער פון מיר האט דער בעל החלומות מחליט געווען היינט צו פארגעסן. מ׳קען דאך נישט אזוי אנגיין, אויב ס׳איז נישטא במוצאי א מנוחה, קָאן מען דאך נישט מאכן קיין קדמנוך.

די גאנצע אויפשטיין צו סליחות איז דאך עפעס א מין געמיש פון געפילן וואס איך האב זיי קיינמאל געקענט צוזאמקלעבן, איך געדענק נאך ווען איך בין געווען א פיצל קוים גערעדט, אבער איך האב שוין געקענט זינגען דעם ״טייט אויף צו סליחעס...״, נאך א ווארעמע קיש פון די מאמע פלעג איך זיס איינשלאפן ווען די טעיפ שפילט דעם תנועה׳לע אין באגלייטונג פון די פיס טריט און קלאפערייען פונעם באליבטן שמש.

ווען איך בין אביסל עלטער געווארן האב איך נאר געוואלט גיין שלאפן מיטן שמש, אההההה..... ״ווען דער שמש אדורך די גאסן שפאנט, קלאפ נאך קלאפ...״, אוי איז דאס געווען זיסע צייטן, ס׳פלעגט מיר געבן א שלעפ אריין אין דערפעל, די הייזל די בוים די קוהען און ציגן, איך האב מיר געזעהן ליגן אויף א אלטע שטרוינע-זאק-בעט ווען אין בעקראונד הערט מען פייגעלעך קוויטשקען און מאלכים פליען און פון דערווייטנס הערט זיך ארויס דעם שמש׳נס געזאנג ״שטייסט אויף צו עבוידאס הבוירע....״ עפעס פלעגט מיר דאס ארום נעמען מיט א הייליגע געפיל אזש איך האב קוים געקענט ווארטן ווען וועל איך שוין אויפשטיין צו סליחות, ווען וועט שוין דער שמש אנקומען צו מיין פענסטער?

איך בין געווען 7 ווען איך האב אראפ געדרייט מיין טאטן זיין קאפ, נאך מיט זיין שטריימל אויף דעם, אז איך וויל אויפשטיין צו סליחות, אלע מיינע חברים גייען גיין האב איך געיאמערט. ס׳האט נישט געהאלפן אלע זיינע הסברים אז איך וועל זיין מיד און איך וועל נישט קענען ציען, דאס אלעס איז גוט געווען פאר מיין אינגערע ברודער, איך בין שוין גרויס און דארף גיין צו סליחות.
וואס טוט נישט א א טאטע ווען זיין קינד וויינט? שטיל אינמיטן פינסטערן נאכט האב איך געהערט זיין קול טשעפטשעט מיר אין אויער ״מוישי שטיי אויף, מ׳גייט צו סליחות״, וואס?... אויפשטיין? אה יא ס׳איז סליחות... ששש.. שש... געב אבאכט די בעיבי זאל זיך נישט צוועקן. נאכן כאפן אפאר פסקים פארן צישטערן דעם שטילקייט, פארפרוירן און ציטערנדיג פון קעלט וואק איך נעבן מיין טאטן צו סליחות.

אבער ניין נישט דאס האב איך געמיינט, אזוי שטייט מען אויף צו סליחות? איך האב געמיינט עפעס אנדערש, איך האב געוואלט די אויפשטיין מיטן האלטן שמש מיטן פאקניפטן בארד נישט מיין טאטע מיט זיינע נאסע פאות, איך האב געמיינט ס׳קומט מיט א לעמפל און א האמער, דערווייל ווער איך געוואר אז די לעמפל איז אויסגעלאשן און די האמער איז אוועקגעלייגט צו בויען די סוכה, מאדנע ביז גאר...

אבער איך האב אלץ געוואוסט אז ווען איך וועל זיין עלטער, ווען איך וועל זיין א טאטע וועל איך מיר נישט לאזן, דעמאלטס וועט דאס קומען, דעמאלטס וועל איך אויפשטיין צו סליחות ווי עס דארף צו זיין כמסורת השטעטל מימים ימימה.

עבר שנה וכלה אחרת, איך בין שוין היינט א טאטע פאר דריי מיט א פיצל, און דער שמש איז נאך אלץ נישט אנגעקומען צו קלאפן אויף מיין פענסטער, אפשר איז דאס ווייל איך שטיי אויף צו פרי און ער יאגט נישט אן אנצוקמען צו מיין הייזקעלע? גיי ווייס.
און יעצט דריי איך מיר אין בעט האפנדיג אפשר דאס יאהר וועט ער יא אנקומען, אבער פון התרגשות קען איך נישט דערכאפן מיין שלאף...

איך ווייס נישט פונקטליך ווען איך בין איינגעשלאפן, אבער ציוועקט האב איך מיר טאקע דארט אויפן שטרוינעם בעט, און יא מיין חלום איז מיר ענדליך פארווירקטליך געווארן, מיין פענסטער׳ל האט זיך צושאקלט פון די קלאפעריי, איך קוק ארויס און איך זעה טאקע דער אלטער שמש שלעפט זיך צווישן די בלעטעלעך און צווייגעלעך באלייכט דעם וועג מיט זיין לעכטל, קלאפ נאך קלאפ ביים פענסטער ער האקט. די ווינטן בודזשעווען, מלאכים פליען, שיחת דקלים בלענדט זיך אריין אין די שיח שרפים, די גרודער פון די קריקעטס איז אויף טוויזנט, עס הערט זיך אויך א קוויטש פון א פייגל וואס וואס האט זיך שוין דערוועקט, אין בעקראונד צופידלט זיך דער פידל, און מיטאמאל באגלייט מיט א ווידער קול הער איך זיין זיסן שטומע ״שטייטס אויף צוווו סליחעס.. שטייסט אוווויף... צוו סליחעעס, שטייסט אויף צו ... עבודת הבורא״.

יא דאס מאל איז עס טאקע גאר גאר אנדערש, אט אזוי דארף מען אויפשטיין צו סליחות!. אההההההה.... אטא דאס האט דער רבי געמיינט, מיט א געפיל שלא מעלמא הדין מאך איך מיר גרייט און איך שטיי שוין ביים טיר. איך שפאציר ארויס פון מיין קליינע דארפישע הויז, אויב מ׳קען דאס אזוי אנרופן, איך שעפ די פרישע פארטאגס לופט און איך זוך דעם שול צווישן די אלטע דארפישע געסלעך.

איך פיל מיר עפעס מורא׳דיג מיין וואק איז געלאסן און געמאסטן, מיין סליחות פעסט אנגעכאפט אין די רעכטע האנט, די לינקע שאקלט זיך אהער און אהין און רגל אחר רגל מוליכות אותי צום עבודת הבורא. דא און דארט זעה איך נאך אידן יאגן זיך שוין און גייען אלע אויפן וועג צום גרויסן שול, א קלייניקייט? מ׳גייט זאגן סליחות.

אבער טאקע דאסמאל ווען דער מח איז אזוי קלאר האט מיר עס גענומען צו אנדערע פלעצער, אויב יעדן יאהר פלעג איך מיר זארגן, צו די מקוה וועט זיין גוט היייס, צו איך וועל נאך אניאגן טרינקען מיין קאווע, און שטייצעך טרעפן א גוטן פלאץ, האט מיר מיין מח א שלעפ געטוהן גאר ערעגץ אנדערש..

מה אני ומה חיי, יעצט ווען מיין מח איז מיר אזוי קלאר נישט פאריאגט און פארכאפט קומען מיר די מחשבות צו פליען און מיט א שטארקן אימפעט. איך שטיי דא סוף יאהר, נאך איינס פאריבער אין מיין שבעים שנה און איך קוק מיר צוריק על מעשי ידי ועצבון עמלי, עפעס שמעקט דארט נישט.
וואס האב איך געטוהן אדער בעסער געזאגט אפגעטוהן דעם פארלאפענעם יאהר? פאברענגט די צייט בהבל ורעות רוח, גע׳בטל׳ט ימים וזמנים, ווי אזוי זעה איך אויס, וויאזוי קוקט אויס מיין דאווענען, מיין לערנען, מיין עבודת המידות, ווי אזוי באגיי איך מיט מיינע ארומיגע, האב איך מיר אפגעגעבן מיט מיינע קינדער ווי עס פאדערט זיך פון א טאטע, האב איך מכבד געווען מיין אשת חיל ווי עס פאסט פאר א איש חיל, איז מיין האנדלען און וואנדלען ערליך און אויסגעהאלטן, האב איך בתוך כל הבהלה אין אכט גענומען דעם עקזיסטינץ פונעם בורא עולם?

די שאלות פליען פון אלע זייטן, איך דענק זיי ניטאמאל צו זיי קענען אראפשרייבן, אבער די ענטפערס קען איך ליידער זייער גוט, ביטער איז נישט דאס ווארט. מיין געהויבענע קאפ פאלט היבש אראפ, מיינע אקסלען פאלן אריין אין זיך, שוין גארנישט דער ברייט געבויעטער משה וואס איז פריער אראפ די שטיגן דארט.

אבער שוין, נו איך בין דאך א מענטש, מ׳גייט דאך זאגן סליחו... איין מינוט, ״זאגן״ סליחות?! איך האלט שוין ביים זאגן? ווען? וואס? וואו? דער לפני מי אתה עתיד ליתן דין שווימט מיר ארויף, דער ציטער קריכט מיר אביסל אריין אין די ביינער און מיין זעלבסט זיכערקייט לויפט ארויס פון מיר. אויבן זיצט א מלך רם ונשא טאקע על כסא רחמים, אבער איך קליינע מענטשלע דא אחד מני אלף אלפי אלפים פון זיינע ברואים האט איהם ניטאמאל אנגעקוקט משכ׳ן יאהר, און יעצט האב איך די חוצפה צו זאגן סליחות?

וואס איז דאס בכלל זאגן סליחות?! איך דארף נאך קודם גיין ערשט זיך ווארפן אויף די ערד להתפלש בעפר לבקש ולהתחנן בתפלה ותחנונים לבקש מחילתו וסליחתו! הלא ברוח אפיו בלאזט ער מיר אוועק אן קיינער זאל וואוסן און געדענקען אז איך האב אמאל עקזיסטירט.
״זאגן סליחות?!״ סליחות קען זאגן איינער וואס האט שוין באקומען זיין כפרה, איינער וואס האט געבעטן פאר סליחה ומחילה און ער האט באקומען זיין ענטפער אז ס׳איז אנגענומען ער קען ״זאגן״ סליחות.

מיינע פיס האבן זיך אפגעשטעלט! ניין איך קען נישט אהין גיין! זאגן?! איך האלט נאך ווייט ווייט פון דארט, איך דריי מיר אויס און איך הייב אן גיין די פארקערטע וועג, איך גיי זוכן די שול וואו מ׳בעט סליחה ומחילה די פלאץ וואס מ׳בעט איבער דעם גרויסן בורא.

קוים וואס איך שלעפ מיר איין טריט נאכן צווייטן, עפעס א פייכטקייט האט זיך באוויזן אין מיינע אויגן, א ציטער שטריכט מיר אריין אין ציפט מיר אויס אלע איברים, איך ווייס נישט צו ס׳איז פון קעלט אדער פון גאר עפעס אנדערש, מיין אויגן זעהן שוין נישט, מיין מח טראכט שוין נישט, צימישט און צוחישט שלעפ איך מיר איבער די געסעלעך, איך ווייס נישט צו איך בין סתם דעפרעסט אדער גאר דאס איז די דרך התשובה.

פון דערווייטנס האב איך איהם באמערקט, א קליינע דארטשיגע אידל מיט א שניי ווייסע בארד, זיין שטערן פארקנייטש מאימת הזמן, די רוקן פארבויגן די אויגן פארמאכט, אנגעטאן א פשוט׳ן אנצוג און טראגט טאקע א אלטן דאטשיק, אבער דאס געזיכט שיינט מיט עפעס א הימלישע שיין, זעהט נישט אויס א פליג זאל קענען קומען מעיד זיין אויף איהם עפעס שלעכטס, זיין דבקות בבורא שרייט דאך ארויס און פארשיינט זיין גאנצן ארום, נו וואדע גייט ער ״אהין״.

ער קומט שוין נענטער און נענטער, איך בן איהם מקנא מיטן פולסטן מאס קנאה, געב א א קוק אויף איהם, יא ער גייט דארט! ער גייט צום שול, ער גייט ״זאגן״ סליחות.

ער גייט מיר שוין אריבער איך שטיי שוין מיטן רוקן צו איהם ווען איך הער א ווייכע קול פון אונטער מיר: ״רעב איד וואו אהין גייט איר?״
איך דריי מיר אויס און איך זעה ער האט זיך ניטאמאל אויסגעדרייט ער שטייט אויף זיין פלאץ און ווארט צו איך זאל צוריק ציען אביסל פון מיין וועג, ״רבי לעבן, איך גיי דארט אהין״ ווייז איך איהם מיטן פינגער צו מערב.
שטילערהייט פרעגט ער מיר צוריק ״פארוואס גייסטו נישט צוזאם מיט יעדן? מ׳גייט דאך יעצט זאגן סליחות אין שול״.

אזוי אין מיין צושוידערקייט איז דאס געווען די שאלה וואס זאל אויפמאכן מיין קוואל, און אז איינער האט אונטערגלייגט א שיסל פארוואס זאל איך נישט דארט אלעס אריינגיסן. איך שטאמל איהם ארויס ״איך קען נישט דארט אהין גיין איך בין אזוי פארזינדיגט בהוספת חטא על פשע אז איך ערלויב מיר נישט יעצט צו זאגן סליחות, עפר אני בחיי אפר אני במתתי״, איך ציוויין מיר און כליפעץ ארויס בין השברים איבער מיין מצב און וואס אלץ איך האב אנגעדרייט דא אין מיין נישטיגע פאר יאהר וואס איך לעב דא אויפן וועלט...

זיינע אויגן הייבן זיך ער קוקט מיר טיעף אריין אין מיינע אויגן, אבער מיטאמאל טוישט זיך זיין געזיכט צו א שטערעגן בליק אזש ס׳שניידט מיר אריין ווי די ראש השנה מעסער ביים ערטשן שניט:
״ווער מיינסטו ביסטו? אזא אגו׳איסטישקייט פון א בשר ודם האב איך שוין לאנג נישט געזעהן! דו האסט געזינדיגט, דו האסט געטון, דו קענסט יא זאגן סליחות דו קענסט נישט, ווער דיר געפרעגט. פון וואו נעמסטו דיין געבויעטן כוחי ועוצם ידי?! אזאנס געהערט? זיצט דארט א בורא עולם ער האט באשאפן א עולם ומלואה, שא עינך השמימה און זעה וואס דארט טוט זיך ביליאנען גאלאקסיעס טריליאנען שטערנס, והשפל עיניך ארצה, א וועלט, יא א גאנצע וועלט מילינען ביליאנען באשפענישן, בתוך דעם אלעם האט ער צוגעלייגט עפעס נאך איינער בתוך כל הקהל הקודש, א קליין מענטשעלע א נישטיגער בשר ודם וואס היום כאן ומחר ניטאמאל בקבר, און ער דריידט זיך ארום און טוט און מאכט, ער זינדיגט, ער טוט תשובה, ער האט א דעה, ער קען יא גיין זאגן יעצט סליחות, ער קען נישט. מיינסטו טאקע איינער קוקט אויף דיר?! דו ביסט דאך נישט מער פון א קליינע שרייפל וואס פאלט אראפ פון דעם גרויסן מאשינערי און נאך ווייניגער, מ׳האט דיר אריינגעלייגט דא נאר וויל ער האט דיר געדארפט דא, מיט א פונקטליכע חשבון וואס ווען וואו און פארוואס דו זאלסט דא זיין, פונקטליך פאראויס געשריבן וואס און ווען דו זאלסט טוהן אדער נישט טוהן, דיין קליינע פינגער ריקסטו נישט אן דעם וואס ער האט דאס פארגעזעהן און אריינגעלייגט אין דיר, און דו שטייסט דא מיט דיין גאנצן נישטיגקייט און בויעט זיך אויף א אני ואפסי ועוד, בנינים אויף בנינים, איך האב געטון און איך האב געריקט איך גיי יא איך גיי נישט..

אופס..

אויף דעם האב איך מיר נישט גערישט, איך בין געווען זיכער ער גייט מיר בארואיגן אז אונז האבן א גרויסער טאטע, ער וועט זיכער רחמנות האבן אויף מיר, ער איז א גוטער און א וואוילער, ער איז א קל רחום און א נושא עוון, אבער די שפראך וואס ער מיר אהער געברענגט דאס איז שוין עפעס וואס איך האב נישט ערווארטעט.

אויב פריער בין איך געווען רועד, האב איך שוין יעצט נישט געקענט שטיין אויף מיין פיס און איך טרעפ מיר מקיים זיין דעם זוחלין ורועדין כדת וכדין, איך ווארף מיר שוין לארבע רוחות בנוסף צום למעלה ולמטה, און איך ווייס שוין נישט וואס צו טראכטן.

מיטאמאל גייט מיר אריין זיינע ווערטער, איך הייב אן כאפן וואס ער זאגט, מיין נישטיגקייט און קליינקייט, מיין אפסיות און פארשטינקענע גאווה און אגו וואס איך האב, איך הייב אן פיהלן די פיהל פון עפעס וואס איז נישט עפר און נישט אפר, ער איז דאך אזוי גערעכט איך טוה דען עפעס אליין? איך דריי עפעס? איך קען עפעס? הלא כה דברי כאש נאום ה׳ אלעס איז נאר ברצון הבורא און נאר בכוחו טוה איך וואס איך טוה.

קינד מיינס, הערט זיך נאכאמאל זיין קול מיט אביסל א ווייכערע שטומע, לאמיר דיר אביסל פארשטיין געבן,

ופתח פיו ואמר: תשובה מהי?
ר׳ צדוק שרייבט (צדקת הצדיק אות ק): תשובה היינו שמשיב אותו דבר אל השם יתברך, רצה לומר שמכיר שהכל פועל השם יתברך וכחו, אפילו המחשבה טרם ‏נוצרה בלבו של אדם, כמו שאמרו ז"ל (בראשית רבה פ' ט) [רבי חגי בשם רבי יצחק אמר ואתה שלמה בני דע את א-להי אביך ועבדהו בלב שלם ובנפש חפצה כי כל לבבות דורש ה' וכל יצר מחשבות מבין אם תדרשנו ימצא לך ואם תעזבנו יזניחך לעד, קודם עד שלא נוצרה מחשבה בלבו של אדם כבר היא גלויה לפניך.]
נמצא השם יתברך נתן לו כח אז גם בהעבירה, ועל ידי זה אחר ‏התשובה הגמורה הוא זוכה שזדונות נעשין זכיות כי גם זה היה רצון השם יתברך כך, כמו שאמרו בשבת ‏אם יהי' חטאיכם כשנים [כשני מיבעי ליה, א"ר יצחק אמר להם הקב"ה לישראל, אם יהיו חטאיכם כשנים הללו שסדורות ובאות מששת ימי בראשית ועד עכשיו, כשלג ילבינו.]
וכענין שאמרו זכרונם לברכה (מדרש תנחומא וישב ד) על פסוק נורא עלילה על בני אדם. [ויוסף הורד מצרימה, זה אמר הכתוב לכו חזו מפעלות א-להים נורא עלילה על בני אדם, אמר רבי יהושע בן קרחה אף הנוראות שאתה מביא עלינו בעלילה אתה מביאן. בא וראה כשברא הקדוש ברוך הוא את העולם מיום הראשון ברא מלאך המות, ואדם נברא בששי ועלילה נתלה בו שהוא הביא את המיתה לעולם. משל למה הדבר דומה למי שמבקש לגרש את אשתו כשבקש לילך לביתו כתב גט נכנס לביתו והגט בידו מבקש עלילה ליתנו לה, אמר לה מזגו לי את הכוס שאשתה, מזגה לו, כיון שנטל הכוס מידה אמר לה הרי זה גיטך, אמרה לו מה פשעי, אמר לה צאי מביתי שמזגת לי כוס פשור, אמרה לו כבר היית יודע שאני עתידה למזוג לך כוס פשור שכתבת הגט והביאתו בידך. אף כך אמר אדם לפני הקב"ה רבונו של עולם עד שלא בראת עולמך קודם שני אלפים שנה היתה תורה אצלך אמון, וכתיב בה זאת התורה אדם כי ימות באהל, אלולי שהתקנת מות לבריות היית כותב בה כך, אלא באת לתלות בי את העלילה, הוי נורא עלילה על בני אדם.]
וכדרך שאמר דוד ‏המלך ע"ה למען תצדק בדברך, רצה לומר לכך נטלה ממנו הסייעתא, ואם כן הוא ממש כזכיות מאחר שגם זה ‏רצון השם יתברך.

דער רמב״ם אין הלכות תשובה שרייבט: כיצד מתודין אומר, אנא השם חטאתי עויתי פשעתי לפניך ועשיתי כך וכך והרי נחמתי ובושתי במעשי ולעולם איני חוזר לדבר.
נחמה זו שהזכיר הרמב״ם מה טיבה, וואס מיינט והרי ניחמתי?

אונז טרעפן די מושג פון נחמה אויף פארשידענע מצבים. וינחם ה׳ כי עשה את האדם בארץ, ויקח את רבקה ותהי לו לאשה ויאהביה וינחם יצחק אחר אמו, הנה עשיו אחיך מתנחם עליך להרגיך, ועתה אל תיראו אנכי אכלכל אתכם ואת טפחם וינחם אותם וידבר על לבם, וינחם ה׳ על הרעה אשר דיבר לעשות לעמו.
די מפרשים רעדן שוין יעדן מאל במוקמו וואס פשט וינחם ה׳ ס׳איז דאך נישט שייך ביי איהם קיין חרטה, ביי עשיו וואס איז שייך מתנחם עליך, און נאך.

ווען מ׳קוקט אויף די אלע פסוקים וואס ווערט געברענגט נחמה זעהט מען אז נחמה איז טייטש גענוג וואס איז געווען ביז יעצט פון יעצט און ווייטער טוישט מען די מצב.

וינחם ה׳ גענוג געווען דא מיט די מענטשהייט מכאן ואילך וועט זיין א וועלט אן זיי.

ביז יעצט האט מיין מאמע געלעבט, זי איז אוועק איך האב זיך מתאבל געווען אויף איר אז זי איז מער נישטא, אבער וינחם יצחק אחרי אמו, מאי דהוי הוי מכאן ואילך הייבט מען אן א נייע לעבן, פארגעסן פון וואס ס׳איז געווען און מ׳קוקט נישט מער אויף צוריק.

רבקה זאגט פאר יעקב אחיך עשיו מתנחם עליך גענוג געווען וואס ער לעבט מיר דא און דריידט זיך מיר צווישן די פיס, לאמיר מאכן א להרגך און מכאן ואילך לעבן א נייע לעבן אן דארפן מיטשלעפן אלעס וואס איז געווען, די בכורה די ברכות און די גאנצע יעקבנו.

יוסף הצדיק וויל בארואיגן זיינע ברודער ועתה אל תעצבו איז ער זיי מנחם, ער זאגט זיי ועתה אל תראו יעצט דארפט איר נישט מורא האבן, מאי דהוי הוי אתם חשבתם לרעה אבער א-להים חשבה לטובה, אזוי האט געדארפט זיין גארנישט מיט ענק איינגעפאקט, א פרישע לעבן פון יעצט מ׳לאזט אפ וואס ס׳איז געווען, מכאן ואילך הייבן מיר אן א נייע בלעטל אל תיראו אנכי אכלכל אתכם ואת טפכם.

וינחם ה׳ על הרעה אשר דיבר לעשות לעמו ווי עס ווערט געברענגט גענוג מיט דעם וואס דיבר לעשות מ׳קען ממשיך זיין אן דעם רעה.

און דאס זאגט דער רמב״ם והרי ניחמתי במעשי, וואס איז געווען איז געווען, מ׳קוקט נישט צוריק אויף וואס איז געווען, איין זאך דארף זיין נחמתי ובושתי במעשי אז לעולם איני חוזר לדבר זה, און ווי ער שרייבט ומה היא התשובה הוא שיעזוב החוטא חטאו ויסירו ממחשבתו ויגמור בלבו שלא יעשהו עוד שנאמר יעזוב רשע דרכו, וכן יתנחם על שעבר שנאמר כי אחרי שובי נחמתי.

די איינציגסטע זאך פון קוקן אויפן צוריק אויפן עבר איז צו וויסן וואס נישט צו טוהן בעתיד צו וויסן וואס לעולם אינו חוזר.

ווען דער רמב״ם וויל יא שרייבן א מצב פון חרטה אויף פריערדיגע מעשים לייגט ער צו צום ניחם אויך א תהייה, כל מי שניחם על המצות שעשה ותהה על הזכיות ואמר בלבו ומה הועלתי בעשייתן הלואי לא עשיתי אותן הרי זה איבד את כולן ואין מזכירים לו שום זכות בעולם.
ביי תשובה איז נישטא קיין תוהה על הראשונות, נאר יעזוב החוטא את חטאו ויסירו ממחשבתו, און ווי ר׳ צדוק זאגט ישיב הדבר להשם יתברך.

און בענין הזה שרייבט ר׳ צדוק (אות צט) סימן לתשובה גמורה כשאינו זוכר כלל החטא, כמו שאמרו שלא יאמר לבעל תשובה זכור [מעשיך הראשונים]. וכן ‏השם יתברך אין מזכיר לבעל תשובה הגמור, וממילא אינו זוכר. וכל זמן שלא הגיע אדם לעומק ‏התשובה כזה, שהוא תכלית שלימות הכפרה אינו בנייחא, ועל זה אמר דוד המלך ע"ה הרב כבסני מעוני ומחטאתי טהרני, כי פשעי אני אד״ע וחטאתי נגדי תמיד. והאדם מצדו צריך להיות חטאתו נגדו תמיד.

פון די תלמידי בעל שם איז געווען איינער מיט נאמען ר׳ חיים דוד דוקטור, וואס כשמו איז ער געווען א דאקטאר, ער האט מתחילה געלעבט כגוי גמור און איז געווען פון די גערסטע דאקטוירים אין פולין, בערוב ימיו לעת זקנותו האט ער חוזר בתשובה געווען און צוריק געקומען לצור מחצבתו, ר׳ דוד לעלובער האט זיך געהאלטן פאר זיינס א תלמיד, און אלע צדיקי דורו האבן איהם שטארק ארויף געקוקן און מכבד געווען.
ווען ער איז געלעגן על ערש דוי איז דער תפארת שלמה איהם געקומען באזיכן, און ווען ער איז אריינגעקומען אין זיין שטוב האט ר׳ חיים דוד א קרעכטץ געטוהן א אנחה המשברת גופו של אדם, דער תפארת שלמה האט איהם געוואלט בארואיגן האט ער זיך אנגערופן: והימים הראשונים יפלו.האט דער דאקטאר זיך ציטערדיגערהייט אנגערופן: חלילה וחס! איך בין נישט מוותר אויף קיין איינציגע עבירה מיינס! און מיט די ווערטער האט ער אויסגעהויכט זיין נשמה און איר צוריק געגעבן ליוצרה.

אויף רשעים זאגט די גמרא אז זיי זענען מלאים חרטה, נישט נאר וואס זיי זינדיגן נאר זיי האבן חרטה אויך, אבער דער צדיק אויך ווען ער האט זיך פארזינדיגט איז ער משיב הדבר להשם יתברך און זעהט איין אז אלעס איז מכוחו וכפי רצונו.

א שטילקייט פאלט ווען ער ענדיגט צו זיינע דיבורים, אההההההה, דברים של טעם כמים קרים על נפש עייפה, האט אזוי רעדט מען צו א איד, וואו זענען געווען מיינע רבי׳ס ביז היינט? מיר אנגעשראקן מיט ערגסטן און נאר מער צעבראכן מיין אזוי אויך צעבראכענע נשמה.

איך וויש אפ מיינע טרערן איך הייב מיר אויף, מיין געוויסן בארואיגט זיך אביסל, און איך הייב אן כאפן וואס דא גייט פאר, יא מ׳גייט זאגן סליחות ״זאגן נישט בעטן״, ס׳איז דאך אלעס געווען ברצונו און אזוי האט געדארפט צו זיין. מיין קאפ הייבט זיך מיינע אקסלען שטעלן זיך אין פלאץ, איך פיל מיר שוין גענוג גוט און איך לייג צו מיין האנט דער אלטער זאל זיך קענען אונטערשפארן, איך זעה זיך שוין זיין מיין נייער רבין׳ס גבאי.

אבער ווי נאר ער זעהט אז איך האב מיר בארואיגט געבט זיך א טויש זיין געזיכט, פון א ווייכע רואיגע געשטאלט גייט ער מיטאמאל אריבער צו א ערנסטע מינע און צוויי שטעכעדיגע אויגן שפיזן מיר אריין ביז אין די נשמה אריין!
דו ביסט נאך געבליבן דער זעלבער אנכי, און נאך צוגעבויעט דעם ואני אויך! נישט נאר דו האסט געזינדיגט האלסטו נאך אז ״דו״ האסט געטון דעם רצון ה׳, הייבסט אויף דיין קומה זאל שטיין זקוף מיט א רואיגע געוויסן אז יא ״איך״ האב געטון וואס ס׳איז געווען פארגעשריבן אויף מיר און וואס דארף צו זיין?! מיינסטו טאקע מ׳קען דא טוהן וואס מ׳וויל און זיך נאך דעקן אז דאס האט געדארפט געשעהן? אויב זעצטו זיך אויסגעצויגן אויפן קאוטש א פיס אויף א פיס און טוהסט ככל העולה על רוחך און דו קלאפסט זיך נאך אויפן בייכל אז איך טוה פשוט וואס איז פארשריבן פון פאראויס, האסטו ניטאמאל אנגעהויבן פארשטיין וואס מיינט משיב הדבר להשם יתברך. דו האסט נאר געבויעט דיין כוחי ועוצם ידי אויף פוסטע יסודות, אויפגעבלאזן דיין אפסיות נאך גרעסער פון פריער צו קענען אנגיין און טוהן וואס דו ווילסט מיט א רואיגע געוויסן.

דער שניידט אריין אז איך ווייס שוין נישט וואס ער וויל פון מיר, אבער ער ווארט נישט אויף מיר מיט שנעלע טריט טרער ער אפ, ער געבט זיך א יאג אונטער, און לאזט מיר פון אונטן בין שמים וארץ צעמישט און צעפראסקעט, די ציטער מאימת הדין און אימת הבורא האט יעצט געארבעט אויף טויזנט כל עצמותי רועדים בדחילו ורחימו, מיינע ציינער זענען שוין לאנג אריבער דעם דא לדא נקשן, זיי האלטן שוין סאך ווייטער. מיין נשמה איז צעריסן און מיין נפש צוהאקט. וואס האט ער געוואלט פון מיר?!

אזוי שטייענדיג טאקע דארט בעמק הבכא האב איך עס געכאפט און פארשטאנען, יא דאס מיינט טאקע זוחלין ורועדין מיום בואך, כדי צו קענען טאקע צוקומען צום משיב הדבר להשם יתברך קומט דאס נאר ווען מ׳אנערקענט די אפסיות האדם און זיין נישטיקייט בעולם הזה, און נאר דורך רועדים מאימה ויראה קען מען ריכטיג משיב זיין הדבר להשם.
יָרֵאתִי בִּפְצוֹתִי שִׂיחַ לְהַשְׁחִיל. קוּמִי לְחַלּוֹת פְּנֵי נוֹרָא וְדָחִיל: וְקָטֹנְתִּי מַעַשֹ לָכֵן אַזְחִיל. תְּבוּנָה חָסַרְתִּי וְאֵיךְ אוֹחִיל:

בדחילו ורעדה בחיל ובזחל שטעל איך א טריט צום ריכטונג פון שול, טאקע דארט וואו מ׳זאגט סליחות, דאסמאל גיי איך טאקע מיט א איינגעבויגענעם רוקן און בשברון לב באגלייט מיט ציטערדיגע הענט אבער מיט א קלארן מח, איך קום אן צום שול איז פיל דער חזן שטייט שוין ביים עמוד און גייט שוין אט אט זאגן א יתגדל, איך בלייב אבער שטיין ביים טיר איך דריי מיר אויס און איך הייב אויף מיינע הענט לאבי שבשמים, טאטע דא האסטו איך בין דיר משיב הדבר לפניך, און פון דערווייטנס הער איך לעומתי: אשרי מי שלא חטא ומי שחטא!

• • •

מיין טעלעפאן אלארעם האט זיך צוקלינגען, איך וועק מיר אויף מיט א פשוט׳ע רינגער, מלאכים פליען נישט די ווינטן זענען גראדע גאנץ רואיג, נישט קיין לעמפל נישט קיין האמער נישט קיין שמש און נישט קיין דאטשיק.

איך זוחל ארויס פון בעט באגלייט מיט א שטיקל רעדה, איך שאר מיר ארויס פונעם שלאף שטוב אז דער קליינער זאל זיך נישט ציוועקן, און מיט מיין סליחות אין די הענט לאז איך מיר ארויס אויפן וועג צום שול זאגן.. יא יא זאגן סליחות!

ניין, ס׳איז נישט דער שמש וואס פלעגט וועקן, ס׳איז וועם ער פלעגט וועקן.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 8:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: שטייטס אויף צו ״זאגן״ סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

מאך א PDF איך וויל עס ארויספרינטן און ליינען מיט יישוב הדעת
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
לעקישבער
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: שטייטס אויף צו ״זאגן״ סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקישבער »

לייטער האט געשריבן:מאך א PDF איך וויל עס ארויספרינטן און ליינען מיט יישוב הדעת

גא"מ
לעקישבער
שר חמש מאות
תגובות: 571
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 6:29 am

Re: שטייטס אויף צו ״זאגן״ סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעקישבער »

לעקישבער האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:מאך א PDF איך וויל עס ארויספרינטן און ליינען מיט יישוב הדעת

גא"מ

ווייסעך נישט פארוואס סנישט ארויףגעקומען אז דו האקסט, שכח עניוועי.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

וועסטו ליינען דעם ארטיקל וועסטו פארשטיין אז אזוי האט געדארפט געשעהן...

:roll:
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17155
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אוי זאגסטו גוט!

רעכן דיר כאילו אלעס ביז אהער איז א חלום.. און שטיי אויף מיט א פרישקייט צו סליחות!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

א סקרוך איז מיר אריבער ביינער,


יוש... פארוואס ציטערט מיין האנט?

איך שוויץ
The Divided States Of America
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

איינס האט געשריבן:שטייסט אויף צו סליחות


Page 1 of 1
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

איינס און א גוטס
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

שוין לאנג נישט געווען עפעס צום זאך...
א גרויסן יישר כח
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

בארירט מיינע האקלסטע סטרונעס! איך דארף עס נאך מארגן איבערליינען נאכאמאל.

קרייסלער האט געשריבן:איינס און א גוטס
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אדער יא האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:שטייסט אויף צו סליחות


Page 1 of 1

יישר כח פארן אנמערקן

שטייטס אויף צו סליחות
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

זייער שטארק @איינס
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

וואוו ממש אראפגעשריבן מיינע געפילן (איך מיין די חלק פון אויפשטיין צו סליחות איך ווארט אויך יעדן יאר אויפן משמש זאל מיך קומען אויפוועקן )
זעט זיך אויס אז דאס איז די כוח פון א ניגון (מען פילט אסאך מער ווי די פאקטישע פעולה [איך מיין נישט צו זאגן אז מען דארף פילן])
עכ"פ אבער די געפיל וואס איך האב באקומען פון מיין זיידע שליט"א יעדע מאל וואס איך בין געווען דארט אפי' א פשוטע טאג ווען איך בין אויפגעשטאנען איז שוין מיין זיידע געזעצן ביי די גמרא הא א טעם גן עדן א העכערע געפיל איך פיל עס יעדע מאל עס כאפט מיך א חשק צו אויפשטיין איך זע און מיין דמיון מיין זיידע זיצן און לערנען אזא העכערקייט
מעין עולם.... ביז מען כאפט זיך אויף ווען מען האלט שוין נאכן העכערע דאווענען מען טוהט אויס די תפילין נאך אפאר קאפיטלעך
וואס יא איך בין נאך יא אויף די וועלט די עולם הגשמי מיט אלע תאוות
אזא בענקעניש
עס קומט טרערן דעס איז א אמתע געפיל איך ווייס נישט ווי אזוי צו עס שרייבן
(מיין נישט אז איך האב נישט געהאט טעג וואס איך בין אויפגעשטאנען און געווען פארשלאפן מתחילתו ועד סופו אן קיין שום טעם און חיות און מיט דעם פראבירט צו זאגן אביסל די ווערטער און צום סוף זיך ערגעץ אויפגעוועקט ביים דאווענען) אבער די טעג וואס עס איז געקומען די געפיל די טעג וואס מען געזען אין מוח דעם זיידן הא עס האט אלעס פארדעקט עס האט אלעס איבערגענומען איך קען זיך נישט בארואיגן אפי' יעצט וואס האסט עס נאר דערמאנט
שכח הרב איינס פארן ארויפברענגען אזעלכע זיסע זכרונות אזעלכע זיסע געפילן איך וועל עס קיינמאל קיינמאל קיינמאל נישט פארגעסן
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

שטארקע נקודה! גוט געשריבן!
אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8012
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר מיט שמחה »

האב איך נישט געוואוסט אז אזעלעכע דערהויבענע יונגעלייט דרייען זיך דא מיט אונז... און האב איך אויך נישט געוואוסט אז אונזער טייערער איינס איז אזיינט'ס...

זאלסט וויסן אז דו האסט מיר צושאקלט פון אויבן ביז אונטן... א ריכטיגן הכנה...

דאס יאר וועליך אנדערש אויפשטיין צו סליחות!..

א ריזיגן דאנק!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נאר מיט שמחה האט געשריבן:דאס יאר וועליך אנדערש אויפשטיין צו סליחות!..

איז דאס שוין געווען ווערד צו שרייבן.

און פארגעס נישט אנצושטעלן די אלארעם קלינג זאל זיין ירמיה דמן׳ס שטייטס אויף צו סליחות.... :)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מאנסי געבוירענער
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2020 10:12 am
לאקאציע: ספרינג וואלי יצ"ו

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנסי געבוירענער »

איינס האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:דאס יאר וועליך אנדערש אויפשטיין צו סליחות!..

איז דאס שוין געווען ווערד צו שרייבן.

און פארגעס נישט אנצושטעלן די אלארעם קלינג זאל זיין ירמיה דמן׳ס שטייטס אויף צו סליחות.... :)

נו אפשר ברענגסטו דאס אהער!!
געב אכטונג וואס דו טוהסט, ארבעט אביסל מער לאנגסאם!!!
די ארבעט איז נישט פאר מיר, איך בין נישט קיין פעלדמאן!!!!!


מצילי אש ד׳ראקלענד
24hr emergency line
845-426-9111
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך שפעקוליר צי מען זאל דעם אשכול דא לאזן, אדער פירן צום דזשורנאל

דאס איז דאך סחורה ווי גין גאלד!
איך געדענק נישט צו האבן געליינט אזאנס פון ר' איינס (אדער דינט מיר פשוט נישט דער זכרון)
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

נו אדרבה
יעצט גייסטו מוזן ליינען אלע מיינע אלטע....
איינס אשכולות
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 3:02 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

דאן זיי מיר מוחל אז איך האב נישט געדענקט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: שטייטס אויף צו... סליחות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מחול לך מחול לך!

:lol:
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”