אלול, גדרים וסייגים ס'איז לעכטיג!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

אלול, גדרים וסייגים ס'איז לעכטיג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

אלול! א קורץ וואָרט וואס באשטייט טאקע נאר פון פיר אותיות אבער ס'זאגט אונז אזוי פיל. פון איין זייט זענען מיר איבערגענומען מיטן דערהויבענעם געפיל פון ליכטיגקייט, אט שטייען מיר אין דעם חודש וואס גייט אונז בעזהשי"ת אריין פירן אין די ימים נוראים הבאים עלינו לטובה, ס'איז טעג פון רחמים און תשובה, טעג וואס אונזער באליבטער טאטע, אבינו שבשמים, קומט קלאַפן ביי אונז אויפ'ן טיר, אויף אונזערע הערצער, השי"ת בעט זיך, שובו בנים שובבים, קומט צוריק אהיים...

פון דער אנדערער זייט איז ביי אונז פארהאן א געפיל פון פחד און צומישעניש וואס זאגט אז ס'איז צו שווער, ס'איז צופיל ארבעט. דער מענטש שפירט אז ער האט נישט די ריכטיגע כוחות, און דערפאר טוט דער מח פרובירן אפצושטופן די אמתע עבודת היום אויף ווי לענגער מען קען. כ'האב דאך נאך א גאנצע חודש ביז ראש השנה, ביז יום כיפור, הושענא רבה, אוודאי גיי איך תשובה טוען, אבער אביסל שפעטער... לאמיר זיך פארטיפן אין די וואכעדיגע פרשה און זוכה זיין בסייעתא דשמיא ארויס צונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן ובפרט פאר די יעצטיגע לעכטיגע טעג פון חודש אלול.
לאמיר כאפן א בליק אויף אונזער פרשה: שֹׁפְטִים וְשֹׁטְרִים תִּתֶּן לְךָ בְּכָל שְׁעָרֶיךָ אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לְךָ וכו' ווי נאר מען פאַנגט אָן לערנען דעם פסוק פרעגט זיך, וואס ליגט אין די ווערטער 'אשר ה' אלקיך נתן לך'. בפשטות וואלט גענוג געווען אז ס'זאל שטיין בכל שעריך אין אלע דיינע שטעט, ס'איז דאך זעלבסט פארשטענדליך אז 'דיינע' מיינט די שטעט וואס הקב"ה האט אונז געגעבן?

איידער מיר טרעטן צו צום שמועס לאמיר זיך אָפשטעלן און באמערקן אַן אינטערעסאנטע ענין וואס געפינט זיך שפעטער אין די פרשה, ווען כלל ישראל דארף ארויס גיין אין מלחמה זאגט דער פסוק אז עס זענען פארהאן פיר מענטשן וואס דארפן צוריק אהיימגיין: דער וואס האט געבויעט א נייע הויז און האט עס נאכנישט באנייט, דער וואס האט געפלאנצן א נייע פעלד און האט עס נאכנישט גענוצט, דער וואס איז א חתן און האט נאכנישט אריינגעברענגט זיין ווייב אין שטוב, דער וואס האט מורא און האט א ווייך הארץ.

מען דארף פארשטיין וואס טוט זיך דא. דער וואס איז א פחדן און האט א ווייך הארץ דארף צוריק אהיים גיין, דאס קענען מיר פארשטיין. אבער איינער וואס האט געבויעט א נייע הויז, אדער אנגעבויט א פעלד זאל צוריק אהיים גיין? ס'איז דאך א צייט פון א מלחמה. נו, האט ער געבויעט א נייע הויז, דערפאר זאל ער נישט קומען צוזאמען מיט זיינע ברידער אין מלחמה? פארשטייט זיך אז די אלע ענינים פארמאגן אַן אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען נישט קומען נאנט צו איר עומק און פארשטאנד, מיר פרובירן אויף אונזער מדריגה בעזר ה' אלעס מיט'ן ציל ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

ס'איז פארהאן א גרויסע קאָמפאני וואס זיי זענען פארמיטלער צווישן פארקויפער און איינקויפער. ס'איז גאר באקאנט אז זיי פירן זיך שרעקליך שטרענג און גאר שארף מיט די פארקויפער, זיי קענען פלוצלינג אפשטעלן און קענסלען ארדערס, צומאל קענען זיי פארמאכן אקאונטס פון די פארקויפער וכדומה. אויף א געלעגנהייט האב איך זיך באגעגנט מיט איינע פון די גרויסע פירערס פון די פירמע, האב איך אים געפרעגט, ווי קען זיין אזא סארט זאך אז מען האט א גאנצע סטעף פון טויזענטער ארבעטער און אלע זענען שלעכט. ווי קען זיין אז זיי האבן מצליח געווען צו נעמען אזוי פיל מענטשן און אריינברענגן אין זיי אזא סארט שארפקייט פון פשוט פייניגן די אלע פארקויפערס און כסדר אויפקומען מיט נאך א חומרא און נאך א חומרא, ס'איז דאך פשוט א חידוש? דערנאך האב איך אים געפרעגט אביסל טיפער. דער מציאות איז אז כדי צו האבן א געשמאקע פאזיטיווע ארבעטס אטמאספערע מוז זיין עפעס העפליכקייט. אויב זענען די איינגעשטעלטע אזעלכע שטרענגע נעגאטיווע מענטשן, ווי קען מען טרעפן איינגעשטעלטע וואס זענען דארט און זיי זענען פרייליך און צופרידן?

ער האט מיר אויסגעהערט און דערנאך בין איך געווען שאקירט צו הערן זיין ענטפער. "ביסט גערעכט," האט ער געזאגט. "מען קען נישט טרענירן טויזנטער מענטשן צו ווערן נעגאטיווע, שלעכטע און שטרענגע מענטשן. אבער ביי אונז איז נישט פארהאן איינגעשטעלטע וואס זענען שלעכט, מיר טוען טרענירן אונזערע איינגעשטעלטע אין איין פשוטע יסוד. דאס איז אז מיר טוען זיך גאר שטארק אָננעמען פאר דעם איינקויפער, מיר קעמפן פאר די רעכטן פון דעם פשוט'ן קליענט וואס קיינער נעמט זיך אָן פאר אים, וואס דאס מיינט אז פונדרויסן זעט עס אייך אויס שלעכט אבער ביי אונז איז אלעס גוט, אונזערע חברה זענען די געטרייסטע אויף די וועלט, ווען מען נעמט זיך אָן פארן איינקויפער פאסירט צומאל אז מיר ווערן שלעכט צום פארקויפער, אבער דאס איז נישט אונזער ציל, ווייל אויב יא וואלטן מיר נישט געקענט עקזיסטירן."

ברידער, מיר גייען נישט אריין צו דאס וואס ער זאגט איז דער אמת צו נישט, אבער וואס מען קען דערפון ארויסנעמען איז א געוואלדיגע יסוד אין אונזער לעבן. צומאל קענען צוויי מענטשן טוען פונקטליך די זעלבע זאך, אבער ביי איינעם איז עס א נעגאטיווע זאַך און ביים חבר פאסירט דאס לעכטיגסטע זאַך; ביי איינעם איז עס עפעס וואס דערמיט קומט מען א טריט נענטער צו די וועלט פון עבודת ה', און ביים צווייטן איז עס ממש דאס פארקערטע. נו, אויב אזוי פרעגט זיך וואו ליגט דער חילוק באהאלטן? נאר דער תירוץ איז "ביים ציל"! וואס איז דער תכלית און ציל פון דעם ענין, וואו ווילן מיר אנקומען מיטן פעולה וואס מיר טוען. אויב וועלן מיר פארשטיין וואס טרייבט אונז צו טון די פעולה, וועלן מיר איינזען אז אט דארט ליגט אלעס. ביי איינעם איז עס צו פייניגן דעם פארקויפער און ביים צווייטן איז עס פשוט א פעולה פון זיך אננעמען פארן איינקויפער, ביי איינעם איז עס א מציאות פון שלעכטיגקייט און ביים צווייטן איז עס א פעולה פון שאפן א בעסערע פרייז פארן איינקויפער.

ענליך האבן מיר אמאל געזען באשריבן פון א איד ר' ארי' הכהן וואס איז עוסק אין דעם מצווה פון קירוב רחוקים. אויף א געלעגנהייט האט ער געטראפן א אידיש קינד מיטן נאמען דוד (דעיוויד) וואס איז געווען ווייט פון שמירת תורה ומצוות, ליידער האט ער ניטאמאל געוואוסט פון אידישקייט צו זאגן. די צוויי האבן געמאכט א קשר און פלעגן אסאך שמועסן און לערנען פון תורה ומצוות. ויהי היום, ר' ארי' הכהן האט מיט אים געשמועסט איבער לייגן א מזוזה אויפן טיר, אבער דוד האט בשום אופן נישט מסכים געווען. ר' ארי פלעגט כסדר פרובירן זיך בעטן ביי אים, אפשר דאך? אבער יעדע מאל איז געקומען די זעלבע ענטפער, "ניין, כ'וויל נישט."

עטליכע וואכן שפעטער שפאצירט ר' ארי' הכהן אויפן גאס און פלוצלינג איז ער שאקירט געווארן, ער באמערקט אז אויפ'ן טיר פון זיין חבר ליגט א שיינע הערליכע מזוזה, ס'האט אים געוואונדערט; פריער האט אים זיין חבר אזוי שארפערהייט אפגעווארפן, און דא פלוצלינג ליגט א הערליכע מזוזה אויפן טיר? וואס האט דא פאסירט? נאך א קורצע שמועס זאגט ר' דוד פאר ר' ארי' הכהן, "איך וועל זיין אמת'דיג מיט דיר, דו האסט מיר קיינמאל נישט געגעבן צו פארשטיין פארוואס איך זאל לייגן א מזוזה, האב איך עס נישט געוואלט לייגן."

"וואס הייסט?!" שרייט ר' ארי' הכהן. "איך האב זיך ביי דיר געבעטן און געוויינט אז דו זאלסט לייגן א מזוזה ווי א אידיש קינד דארף טון.

"אמת," זאגט דוד, "דו האסט מיר אבער נישט געגעבן צו פארשטיין דעם 'פארוואס', די סיבה פארוואס מען דארף לייגן א מזוזה. אבער נעכטן איז עפעס א אידל אריבער, כ'ווייס ניטאמאל ווער ער איז געווען, און ער שטעלט מיר אפ און ער זאגט מיר אז מיין טיר דארף א מזוזה. דערנאך האט ער שיין צוגעלייגט אז א מזוזה וועט אריינברענגן בורא עולם אין דעם שטוב, א מזוזה וועט ברענגען השפעות און רוחניות, א מזוזה וועט אויסרופן פאר מיר און פאר דער וועלט דעם שמע ישראל, און אז בורא עולם פירט און מאכט אלעס." האט דוד אויסגעפירט מיט תמימות, "אזא סארט מזוזה וואס ברענגט אריין דעם באשעפער אין שטוב האב איך גלייך געלאזט ארויפלייגן…"

לאמיר אריינטראכטן, ביידע האבן גערעדט פון דעם זעלבן פעולה, אבער מיט צוויי אנדערע מחשבות. ווען ר' ארי' הכהן האט גערעדט דערפון האט דוד בכלל נישט פארשטאנען דעם געדאנק, די הייליגע מחשבה וואס ליגט אונטער דעם מצוה, און דערפאר האט ער עס געזען ווי אַן עול, אבער ווי נאר ער האט זיך געכאפט אז ס'איז א געלעגנהייט, ס'איז א זכות, האט ער ווי פארשטענדליך געלאָפן קויפן א מזוזה און ארויפגעלייגט אויפ'ן טיר מיט שמחה.

די מחשבה דארף אונז גאר שטארק איבערנעמען און עפענען א פלאץ ביי אונז אין מח און הארץ, בפרט אין די הייליגע טעג פון אלול. וויפיל פון אונז ווייסן און הערן דעם ווארט אלול, מיר ווייסן וואס דאס מיינט און וואס ס'פארלאנגט זיך, אבער ס'פעלט אונז די קלארקייט אז ס'איז אונזער לעכטיגסטע, פאזיטיווסטע חודש. טיף אינעווייניג איז פארהאן עפעס אַן הרגשה אז הלואי גייט דער זומער ווייטער פאר נאך א חודש-צוויי... ברידער, ווילאנג מיר טראכטן נישט, ווילאנג מיר מאכן נישט אויף די אויגן, איז פארהאן א געפיל פון צומישטקייט, דער איד שפירט זיך דערשראקן און פארלוירן, נישט אנדערש ווי דער דוד וואס וויל נישט לייגן א מזוזה אויפ'ן טיר. אבער אין די מינוט וואס דער אידעלע שטעלט זיך אָפ און גייט אריין אין די הארץ א טריט ווייטער, ער לאזט די אמת'ע אינערליכע געפילן ארויסקומען, וועט מען באמערקן אז הנה ימים באים, די לעכטיגסטע טעג שטייען פאר אונז, טעג וואס מיר קומען צוריק אהיים, טעג פון התחדשות און פרישקייט, טעג פון תשובה און קבלת עול, טעג וואס מיר ווערן צוריק קלאר ווער מיר זענען און וואס אונזער שליחות איז, טעג פון ארויסברענגען פאר זיך און פאר דער וועלט אז ה' הוא אלוקים ואין עוד מלבדו.

דאס איז בפרט שייך דאס יאר, ווען די וועלט האלט אינמיטן אריבער גיין א וואקלדיגע תקופה, ווען יעדער זעט אז יש מנהיג לבירה, דער בורא עולם שאָקלט די וועלט און אלע זענען צומישט און פארלוירן. ס'איז נישט פארהאן דער וואס קען זאגן מיט א זיכערקייט אז ער ווייסט וואס וועט זיין, און וואס וועט זיך דא אויסשטעלן. אין אזא צייט דארפן מיר זיך אויפמאכן די הארץ און באמערקן אז פון איין זייט איז טאקע פארהאן אַן הרגשה אז די קומענדיגע טעג זענען ימי דין און חשבון הנפש און קען טאקע זיין אז באופן פשוט איז עס נישט קיין לייכטע זאַך צו שטיין פאר'ן שופט כל הארץ, אבער ווי נאר מיר טראכטן אריין אביסל טיפער אז דער שופט איז אונזער ליבער זיסער טאטע, אבינו שבשמים וואס געבט אונז אלעס וואס מיר פארמאגן, ווערט דאס גאנצע מציאות א געשמאקע פאזיטיווע מציאות, און דער איד קען נישט אויפהערן צו דאנקען און לויבן און זיך דערפרייען דאס הארץ אויף דעם לעכטיגן חודש. אה, אט האבן מיר דעם פרישן מעגליכקייט און געלעגנהייט אויסצוגיסן דאס הארץ, מקבל זיין און אנפאנגען מיט א פרישקייט. אמת, כ'האב עס געזאגט פאראיאר אבער ס'איז אבינו שבשמים וואס איז דער יודע מחשבות, ער ווייסט ווי שטארק איך מיין עס אמת'דיג און ווי שטארק איך וויל.

דערמיט קומען מיר צוריק צו פרשת שופטים. ווי באקאנט שטייט פון פילע צדיקים דאס באקאנטע אז דער גאנצער ענין פון שופטים ושוטרים איז מרמז אויף גדרים וסייגים וואס יעדער איד דארף נעמען אויף זיך, בפרט אין די יעצטיגע הייליגע טעג. דער אלטער רבי פון ווארקא, הרה"ק רבי יצחק זי"ע, האט געזאגט אז דער פסוק שופטים ושוטרים תתן לך גייט ארויף אויף יעדער איד, אז א איד דארף זיין א "רבי אויף זיך אליין", ער מוז געוועלטיגן אויף זיינע גלידער וואס דער באשעפער האט באשאפן אין זיין גוף. און ער האט נאכגעזאגט די ווערטער פונעם של"ה הקדוש אין אונזער פרשה אז דער אויבערשטער האט באשאפן יעדן איינעם מיט פארשידענע 'שערים-טויערן' אין זיין גוף, ווי צום ביישפיל די אויגן, די אויערן, דאס מויל, וואס די אלע אֵיבָרִים זענען ווי טויערן וואס דורך דארט קענען אריינגיין אינעם מענטש אדער ארויסגיין פונעם מענטש פארשידענע זאכן, און א איד דארף זיין א שופט און שוטר אויף זיינע טויערן אכטונג צו געבן אז זיינע אויערן זאלן נאר הערן זאכן וואס א איד מעג הערן, און זיין מויל זאל רעדן נאר וואס א איד מעג רעדן, און אזוי ווייטער. דאס זאגט דא די תורה: "שפטים ושטרים תתן לך בכל שעריך", דו אליינס זאלסט געוועלטיגן אויף דיינע טויערן פון דיין גוף.

מרן בעל תפארת שמואל פון אלכסנדר זי"ע ברענגט אז ווען דער ווארקער רבי האט געזאגט די רייד, האט ער מיט זיין הייליגן פלאַם געעפנט אידישע הערצער, און ווער ס'האט נאר געהערט די דיבורים ווי זיי זענען ארויס פונעם צדיק'ס ריינער הארץ, האט דאס תיכף גע'פּוֹעל'ט און אויפגעטון ביי אים צו זיין אפגעהיטן מיט אלע זיינע איברים פון דעמאלט און ווייטער.

אבער ברידער, לאמיר זיין אמת'דיג. צומאל ווען מיר הערן דעם ענין פון אלול, שופטים ושוטרים, גדרים וסייגים ווערן מיר דערשראקן און שפירן עפעס אַן הרגשה פון דרוק, עפעס שפירט אזוי לחץ'דיג אין די ווערטער, זאגט אונז די תוה"ק אין דעם פסוק אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לְךָ. געדענק אז די אלע שערים וואס מיר פארמאגן, אלע טויערן וואס שטייען אפן פאר אונז, די אויגן, אויערן, הארץ, קאפ און מח, ליגט ביי אונז. ווי באקאנט איז דאס ווארט שערים מרמז אויף סיי וועלכע עפענונג, דאס מיינט יעדע נייע געלעגנהייט וואס ליגט פאר אונז. דער בורא עולם זאגט אונז, "מיין קינד, מאכן א גדר אדער נעמען א סייג איז נישט עפעס א פרעשור, געדענק איך האב דיר עס געגעבן און איך בעט דיר, היט עס אפ." אלעס וואס מיר פארמאגן געבט אונז בורא עולם, און דערפאר זאגט עס אונז דער פסוק קלאָר: אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לְךָ - ס'איז נישט דיינס, ס'איז א מתנה פון בורא עולם.

פונקט ווי מיר פארשטייען אז אויב זאל איינער אונז געבן א טייערע דיאמאנד און דערנאך צולייגן, געב אכטונג, היט אויף עס, לייג עס אויף א פלאץ וואו ס'איז פארהאן קאמעראס וואס ווערט געקוקט פיר און צוואנציג שעה א טאג וכדומה, איז דאך פשוט אז מיר וואלטן הנאה געהאט עס צו הערן, ווייל וואס מער מיר דארפן עס אָפהיטן אלס מער מיינט עס אז ס'איז חשוב און טייער. אט דאס זאגט אונז אונזער געטרייער טאטע, ער בעט זיך ביי אונז, קינד מיינס, דיין הייליגע נשמה איז גאר טייער און געוואלדיג. היט אויף איר, כ'בעט דיר. שטעל אוועק גדרים און סייגים, שפיל נישט ארום, פארפאס נישט קיין געלעגנהייטן און זיכער לאָז נישט צו אז איינער זאל עס חלילה אוועק נעמען פון דיר.

אט דאס איז די המשך פון די פרשה. די תוה"ק געבט אונז די הלכות פון לֹא תַטֶּה מִשְׁפָּט לֹא תַכִּיר פָּנִים וְלֹא תִקַּח שֹׁחַד כִּי הַשֹּׁחַד יְעַוֵּר עֵינֵי חֲכָמִים וִיסַלֵּף דִּבְרֵי צַדִּיקִם: צֶדֶק צֶדֶק תִּרְדֹּף לְמַעַן תִּחְיֶה וְיָרַשְׁתָּ אֶת הָאָרֶץ אֲשֶׁר ה' אֱלֹקֶיךָ נֹתֵן לָךְ - ווי באקאנט אז ווען ס'קומט צו אונזערע גדרים וסייגים שפילן מיר זיך צומאל אין אונזער אייגענער מח מיט כל מיני תירוצים און חשבונות פארוואס דאס קען איך נישט און דאס וויל איך נישט. דער איז שולדיג, יענער איז שולדיג, אבער טיף אין הארץ איז פארהאן א פלאץ וואס בעקנט און האפט, א פלאץ אין הארץ וואס שפירט ליידיג און הונגעריג אויף דער מינוט וואס ס'וועט זיך ענדיגן, אויף דער מינוט וואס מיר וועלן האבן גענוג כח און קוראזש אויסצושרייען צו זיך אליין אז גענוג איז גענוג, איך דארף דערהערן מיין נשמה-רוף, איך דארף זיך צוריקקערן צו מיין ליבער טאטע וואס ווארט מיט אויסעשטרעקטע הענט... צדק צדק תרדף, נאכ'ן אמת און גערעכטיגקייט דארף מען לויפן, ווייל די וועלט פון נסיונות לויפט אונז נאך, און אויב לויפן מיר נישט מיט שנעלע שריט איז שווער נישט חלילה זיך צו פארהאנקערן דארט. דער בורא עולם בעט זיך, מיין קינד איך וועל דיר העלפן אבער געב אכטונג אויף די אלע מתנות וואס כ'האב דיר געגעבן.

דערמיט איז געוואלדיג די צווייטע חלק פרשה, און ווי פארשטענדליך שמועסן מיר נאר בדרך רמז. דער מלבי"ם איז מסביר אז מען דארף אהיימשיקן מענטשן פאר'ן מלחמה, ווייל אויב נישט וועט דאס לאנד בלייבן ליידיג און א פיינט קען קומען. "שלא יהיו כולם במלחמה, ובתוך כך יפול אויב אחר אל הארץ באין איש, ויחריב את הארץ." נו, אויב אזוי פרעגט זיך פארוואס עפעס זיי? ווער זאגט אז זיי זענען גענוג שטארק? נאר אפשר קען מען זאגן אז יעדע שטאט ווערט געהיטן מיט צוויי חלקים. ס'איז פארהאן א מציאות וואס רופט זיך השתדלות, צומאל דארף מען ארויסגיין אין מלחמה וכדומה, דערנאך איז פארהאן די וואס זענען דבוק אין תורה און תפילה און ברענגן די גרעסטע שמירה פאר'ן שטאט וואס איז נאר שייך, ווען כלל ישראל איז ארויס מלחמה האלטן, זאגט דער מלבי"ם אז מען דארף אזעלכע אידן וואס זאלן אפהיטן דעם שטאט. די אידן וואס גייען פארבלייבן זענען די וואס זענען דבוק בה', זיי לעבן מיט'ן בורא עולם און דערפאר לאזט מען זיי פארבלייבן. יעצט לאמיר עס אויסשמועסן, דער ירא ורך הלבב איז דאך פשוט אז ער איז א ווייך הארץ און איז דבוק בה', ער איז נישט געמאכט צו גיין אין קריג און הרג'ענען מענטשן, ער וויל דינען דעם באשעפער פון זיין ווינקל. אבער וואס איז מיט די אנדערע דריי?

אבער מען קען דאס גרינג פארשטיין, אויב האט איר אמאל געכאפט א שמועס מיט א יונגערמאן וואס בויט א ביזנעס און האט נאכנישט מצליח געווען ארויסצונעמען א דאלער דערפון, אדער מיט'ן חתן וואס גייט בעזר ה' חתונה האבן אבער האלט נאך פאר'ן חופה, אדער מיט'ן שכן וואס האט שוין געענדיגט בויען אבער האלט נאך פאר'ן זיך אריינציען, וועט איר זען אז דאס הארץ זייערע איז גאר דבוק בה', די אויגן זענען געוואנדן אויף ארויף מיט כסדר'דיגע תפילות צו קענען מצליח זיין, מיט האפענונג אז זאכן זאלן זיך אויסארבעטן. דאס הארץ איז פול מיט קבלת טובות, אין דעם שטוב וועט מען כסדר געבן צדקה און אויפנעמען אנדערע אידן, אויב וועט די ביזנעס מצליח זיין וועט גאנץ כלל ישראל הנאה האבן, און אויב וועט דער שידוך זיך אויסארבעטן וועט די שטוב זיין אַן אבמאסאדע פאר'ן בורא עולם. אט די וואס לעבן אין דעם פלאץ זענען די וואס גייען אהיים, ווייל מיט זייער לב נשבר און די אויגן וואס איז געוואנדן צו בורא עולם, זענען זיי די וואס שטייען ביים 'שער', ביי דעם עפענונג פון עפעס ניי, און ווייסן קלאר אז נאר מיט בורא עולם קען מען. ס'איז אלעס אשר ה' אלוקיך נתן לך, ער געבט און מען דארף צו אים צוקומען זיי זענען די וואס גייען אהיים און טוען אָפהיטן דעם שטאט.

ברידער, דאס מיינט פאר אונז אז אויף דער מינוט וואס מיר ווייסן ווי שטארק מיר דארפן צוקומען צו בורא עולם, אויף דער מינוט וואס מיר ווייסן אז אלעס איז א מתנת חנם פון אונזער ליבער טאטע, טוט זיך דער בליק טוישן און די גאנצע ציל און שאיפה פון א איד ווערט קרבת אלוקים, דער אידעלע פרובירט צו זיין נאנט צו אבינו שבשמים און בלייבן דערביי. ס'איז אני לדודי ודודי לי, ס'איז א חודש פון נאנטשאפט, ס'איז א חודש וואס מיר שטייען ביי דעם 'שער', פתח לנו שער בעת נעילת שער, לאמיר אויפמאכן אונזערע הערצער און דערהערן אז ס'איז חלילה נישט קיין חודש פון לחץ נאר פארקערט, ס'איז א חודש און שמחה און לעכטיגקייט, א חודש וואס מיר קענען אנהייבן א ניי לעבן, ס'איז א געלעגנהייט פון התחדשות, א חודש וואס מיר ווערן נענטער און דערהערן אז מיר פארמאגן א הייליגע מתנה, א הימלישער אוצר ביי זיך אין הארץ וואס מיר ווילן האלטן שיין, ריין און גוט. ויה"ר אז אט זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, כי מלאה הארץ דעה את ה׳ כמים לים מכסים, בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• יעדע זאך קען ווערן אנגעקוקט פון א באדייטפולע פאזיטיווע בליק און אזוי אויך חלילה פארקערט.
• גדרים וסייגים ווייזן וואספארא חשיבות דער איד פארמאגט, ס'זאגט אונז ווי טייער מיר זענען.
• ווען מיר שטייען ביים שער, ביים אנהויב פון עפעס ניי, זענען מיר נאנט צום באשעפער.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: אלול, גדרים וסייגים ס'איז לעכטיג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”