דברים - ווי אזוי קוקן מיר צוריק אויף שוועריגקייטן?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

דברים - ווי אזוי קוקן מיר צוריק אויף שוועריגקייטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

בסייעתא דשמיא הייבן מיר אָן סדר דברים, וואס חז"ל רופן משנה תורה, וויבאלד משה רבינו חזר'ט מיט אונז איבער דעם דבר ה', און ער ווייזט אונז אָן דעם וועג ווי אזוי מיר זאלן זיך פירן. גאנץ סדר דברים האט משה רבינו געלערנט מיט אונז אין די לעצטע פינף וואָכן פון זיין לעבן, דאס איז געווען זיין צוואה און ווילן וואס ער האט געלאָזט פאר אונז, זיינע טייערע תלמידים.

צווישן די ווערטער פון אונזער רבי ווערט דערמאנט גאר אסאך דברי מוסר והתעוררות, און אזוי אויך ווערן דערמאנט פילע פאסירונגען און שטיקער היסטאריע וואס כלל ישראל איז אריבער אין מדבר - די חטא העגל, קרח ועדתו, בעל פעור, און אזוי ווייטער. זעלבסט פארשטענדליך אז יעדע אות פון די הייליגע ווערטער איז קודש קדשים און אונזער רבי דערציילט עס אונז כדי ס'זאל מיט אונז פארבלייבן לנצח נצחים. אויב אזוי פרעגט זיך, פארוואס זאל אונזער רבי, ביי די לעצטע טעג פון זיין לעבן, רעדן צו כלל ישראל זאכן וואס זענען שוין בפשטות דעמאלטס געווען היסטאריע, ס'האט זיך געהאנדלט פון א נייער דור און א נייע מצב. פארוואס זאל מען דערמאנען אלטע, אומבאקוועמע פאסירונגען פון זינד?

רש"י ערקלערט אז משה רבינו האט דערמאנט די חטאים פון כלל ישראל אין קורצע ווערטער 'ולבן וחצרות ודי זהב'. עטליכע פסוקים שפעטער טוט אונזער רבי דערמאנען די חטא המרגלים, אבער דא איז אביסל אנדערש ווי פריער דער פסוק שמועסט אויס באריכות ווי די אידן האבן געבעטן מען זאל שיקן מענטשן צו גיין אויסשפיאנירן דאס לאנד, און די מרגלים זענען צוריקגעקומען און געזאגט אז ס'איז דא דארט ריזן און גרויסע געביידעס, און די אידן האבן זיך באקלאגט: אָנָה אֲנַחְנוּ עֹלִים אַחֵינוּ הֵמַסּוּ אֶת לְבָבֵנוּ לֵאמֹר עַם גָּדוֹל וָרָם מִמֶּנּוּ עָרִים גְּדֹלֹת וּבְצוּרֹת בַשָּׁמָיִם וְגַם בְּנֵי עֲנָקִים רָאִינוּ שָׁם - ווי קענען מיר ארויף גיין? זייער פאלק איז גרעסער און שטערקער פון אונז וכו' און דערנאך האט משה רבינו פרובירט צו בארואיגן די אידן לֹא תַעַרְצוּן וְלֹא תִירְאוּן מֵהֶם, זייט נישט צובראכן און האט נישט קיין מורא פון זיי, ווייל השי"ת איז מיט אונז און ער וועט פאר אונז מלחמה האלטן, אבער די אידן האבן זיך נישט צו געהערט צו זיינע רייד, וַתָשֻבוּ וַתִּבְכּוּ לִפְנֵי ה' וְלֹא שָׁמַע ה' בְּקֹלְכֶם וְלֹא הֶאֱזִין אֲלֵי – און איר האט נאכאמאל געוויינט פאר השי"ת, און השי"ת האט נישט צוגעהערט צו דעם קול פון אייער געוויין, און אזוי ווייטער.

צוריקקוקנדיג אויף אונזער היסטאריע וואלטן מיר געזאגט אז די גרויסע זינד פון כלל ישראל אין מדבר איז געווען דער חטא העגל. אבער דא זעען מיר אז דער חטא העגל ווערט דערמאנט אין קורצע ווערטער, בעת די חטא המרגלים איז א לאנגע אריכות. דאס דארף לכאורה א ביאור.

נאך אַן אינטערעסאנטע דיוק, דער פסוק זאגט: וַיְהִי בְּאַרְבָּעִים שָׁנָה בְּעַשְׁתֵּי עָשָׂר חֹדֶשׁ בְּאֶחָד לַחֹדֶשׁ דִּבֶּר משֶׁה אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וכו' דער טאג וואס משה רבינו האט גערעדט צו אונז איז געווען ראש חודש שבט. בדרך כלל זענען מיר נישט געוואוינט אז דער פסוק זאל אונז זאגן פונקטליכע דאטומען ווען משה רבינו האט גערעדט אדער אויסגעפירט די שליחות פון השי"ת, אבער דא טרעפן מיר עס מיט א פונקטליכקייט, לאמיר זיך דערין פארטיפן. בפרט אז מיר שטייען אין די טעג פון ערב שבת חזון איז כדאי זיך אפצושטעלן און זיך פרעגן, וואס איז די עבודת היום וואס פארלאנגט זיך פון אונז אין די יעצטיגע טעג, און וואס איז אונזער חיזוק זייענדיג שוין אזויפיל יאר אין גלות, ארויסקוקנדיג אויף די גאולה שלימה. פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט קיין שום השגה אין די פילע טיפע ענינים, מיר פרובירן נאר צו שמועסן אויף אונזער מדריגה, אלעס מיטן תכלית און ציל בעזר ה' ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר'ן טאג טעגליכן לעבן.

א יונגערמאן ר' גבריאל פארנעמט זיך אלס עלעקטרישען, ער ציט אריין עלעקטריק אין נייע בנינים. איין טאג איז גבריאל געקומען אין שול און איז געווען אין א שלעכטע גיסטע. די חברים האבן אים געפרעגט וואס גייט פאָר, האט ער דערציילט: א געוויסער קאנטראקטאר האט געבויט א בנין, און מ'האט אריינגעצויגן דארט עלעקטריק, אבער ס'איז נישט געווען געמאכט אויפ'ן ריכטיגן אופן אז מ'זאל קענען באקומען א באשטעטיגונג דערויף. איך האב אים געטון א טובה און כ'האב אים אונטערגעשריבן און באשטעטיגט אז די עלעקטריק איז גוט געמאכט, און מיין ציל איז געווען אז איך פראביר שוין לאנג אז ער זאל מאכן ביזנעס מיט מיר, האב איך געהאפט אז אויב איך טו אים די טובה, דעמאלט קומענדיגע מאל ווען ער וועט בויען א בנין וועט ער מיך נעמען אלס עלעקטרישען, וועל איך למעשה פארדינען פון דעם געשעפט.

דערציילט ר' גבריאל: למעשה ווען ס'איז געקומען צום נעקסטן בוי פראיעקט, האט ער גענומען א צווייטן עלעקטרישען! דאס האט מיך זייער אויפגערעגט, "צו פארדעקן זיינע פראבלעמען בין איך גוט, אבער מיך צו געבן פרנסה וויל ער נישט?" און פארדעם בין איך אזוי אָנגעצויגן און פארווייטאגט. איך האב גענומען א גרויסע ריזיקע, און כ'האב גארנישט פארדינט.

מ'האט זיך אנגעהויבן אויסשמועסן אין בית המדרש, און איין חבר, עקיבא, האט זיך געגעבן א רוף אָן, "גבריאל, כ'הער די מעשה, כ'פארשטיי אז ס'איז שווער, איך וויל דיר אבער פרעגן וואס האסטו דיך געלערנט פון די מעשה?"
גבריאל ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים און ער זאגט, "איך ווייס? כ'האב מיך געלערנט אז אויב מ'וויל מאכן א געשעפט מוז מען זיך קלאר אויסנעמען אז מען גייט טאקע טון אזוי און אזוי."
אבער עקיבא האט עס אוועקגעמאכט און געזאגט, "דאס האסטו שוין געוואוסט פריער, ווי אזוי צו מאכן א דיעל. וואס האט דיך די 'יעצטיגע' מעשה פון פריש געלערנט?"
גבריאל האט געטראכט און געזאגט, "אפשר אז ס'איז דא מענטשן וואס מיט זיי דארף מען נישט האנדלען."
אזוי האט עקיבא געדרוקט ביז גבריאל האט זיך געגעבן א רוף אָן, "כ'האב מיך געלערנט אז נישט אזוי טוט מען ביזנעס."
זאגט דער חבר עקיבא, "אה! זאגסט זייער גוט, יעצט לאמיר עס צולייגן. שטעל דיך פאר אז עס וואלט ארויסגעקומען א פראבלעם, ס'וואלט חלילה געווען א פייער אין דעם געביידע וואס דו האסט אונטערגעשריבן אומלעגאל, און מען כאפט דיך אז דו ביסט אחראי דערויף, וואס וואלט פאסירט?"
האט גבריאל געענטפערט: "מ'וואלט געקענט צומאכן מיין קאמפאני און כ'וואלט פארלוירן מיין פרנסה און נאך אסאך מער."
פרעגט עקיבא, "ווען דו באקומסט ווען יא דעם אנדערן דזשאַב, וויפיל געלט וואלסטו געמאכט?"
"ארום פערציג טויזנט דאלער," האט גבריאל געענטפערט.
רופט זיך אָן עקיבא, "אויב אזוי דארפסטו לויבן און דאנקען דעם באשעפער אז דו האסט נישט באקומען דעם נייעם דזשאב. שטעל דיך פאָר אז דו געוואוינסט זיך צו צו מאַכן ביזנעס אויף דעם אופן, וואלסטו פאר אפאר טויזנט דאלער געקענט דערלייגן דיין גאנצע ביזנעס. אזוי האט דיך דער באשעפער געלערנט, נישט אזוי טוט א איד ביזנעס. אז דו ווילסט טון א טובה פאר א צווייטן איז איין זאך, אבער זיך ארומצושפילן מיט א זאך וואס קען לייגן מענטשן אין א סכנה און קען צוגרונד לייגן דיין ביזנעס, איז נישט קיין ערליכע וועג פון האנדלען."
אין די מעשה ליגט אזוי פיל טיפע נקודות און געדאנקען, לאמיר אבער באמערקן איין גרויסע און יסודות'דיגע נקודה. פון יעדע מצב אדער פאסירונג וואס מיר לעבן איבער, יעדע זאַך וואס מיר זעען אדער וואס פאסירט ארום אונז אדער מיט אונז, איז פאַרהאַן עפעס א נקודה וואס מיר דארפן ארויסנעמען דערפון. מיר דארפן זיך פרעגן, וואס לערנען איך זיך פון דעם יעצטיגן מצב? מיט וואס שפאציר איך אוועק פון דעם תקופה, פאסירונג, איבערלעבעניש? און אזוי ווייטער. אפילו חלילה אויב מען גייט אריבער א שווערע צייט, איז אייביג פארהאן דארט עפעס וואס מיר דארפן ארויסנעמען, עפעס וואס מיר דארפן זיך לערנען, און דער 'עפעס' איז די מציאות וואס טוט איבערדרייען דעם זאַך צו א ליכטיגקייט, צו א שטיק מוסר השכל. די גאנצע שווערע תקופה, די גאנצע דורכפאל ווערט פארוואנדלט אין א וועג-ווייזער וואס טוט באגלייטן און אפהיטן דעם מענטש אז ס'זאל חלילה נישט נאכאמאל פאסירן, ס'איז דער שטענדיגער דערמאנונג אז מען דארף זיין אפגעהיטן און ערליך און מאכן זיכער אז מען פאלט חלילה נישט נאכאמאל אריין אין דעם פלאץ, נאר פארקערט, מען לערנט זיך, מען ווערט שטערקער, מען פארשטייט אז ס'ליגט דארט טיף עפעס א ליכטיגקייט, עפעס וואס דארף מיך ברענגען איין טריט נענטער צו בורא עולם.

פארשטייט זיך אז יעדע שווערע תקופה האט אין זיך אירע שוועריגקייטן, און מיר האבן נישט דערין קיין שום השגה. נסתרים דרכי ה', פארוואס און פארווען איז נישט אונזער פלאץ. וואס מיר שמועסן איז אין א בחינה פון איש את רעהו, אט דארט דארף מען אויפמאכן דאס הארץ און זוכן אין יעדע תקופה. וואס נעם איך זיך מיט? ווי אזוי מאַך איך זיכער אז אט דאס וועט נישט נאכאמאל פאסירן? וואס לערן איך זיך פון דעם מצב?

די וועלט זאגט: ווען א מענטש מאכט א געשעפט וואס ארבעט זיך נישט אויס ווי געפלאַנט, איז אמת אז ס'טוט וויי, אבער אויב לערנט ער זיך עפעס דערפון איז עס א חלק פון אונזער שכר לימוד, מען לערנט זיך אויפ'ן קומענדיגע מאל, און שכר לימוד איז א טייערע געשעפט… אבער אויב גייט מען אריבער דעם מעשה אָן קיין מוסר השכל, אויב שפאַצירט מען אוועק אָן קיין שום שטייגן אדער וואקסן, אָן עפעס מער ידיעות וכדומה, דעמאלט רופט זיך עס א 'דורכפאל', ווייל מ'האט דערלייגט געלט פאַר גארנישט!

שמועסנדיג מיט א נאָנטער חבר וואס האט ליידער לעצטנס פארלוירן זיין מאמע, זאגט ער צווישן די שורות: "די מעשה מיט מיין מאמע האט מיר אזוי פיל געלערנט איבער די מצוה פון כיבוד אב ואם אז ס'איז פשוט נישט צו גלייבן." די חברים זענען פשוט געווען שאקירט ווי אזוי א מענטש קען נעמען דאס מציאות פון פארלירן א מאמע און זאגן ברבים אז דאס האט אים געלערנט אסאך. ער האט אויסגעשמועסט אז זיין קשר מיט זיין טאטן איז געווארן נענטער און אזוי ווייטער. זעלבסטפארשטענדליך אז אריבערגיין די יסורים איז גאר שווער און איינער וואס איז עס נישט אריבער קען עס בכלל נישט משיג זיין. אבער יעדער האט א ווינקל פון חשכות, אדער אפילו אויב ס'איז נישט אזא געפערליכע מצב, מאכט זיך אַן אומבאקוועמע סיטואציע. דארפן מיר געדענקען אז תוך די חושך און די טונקלקייט ליגט א שטראַל פון געטליכע ליכטיגקייט וואס דער איד זוכט אויף און טראכט אריין. ווי אזוי שטייגט מען פון דעם מצב? ווי אזוי גייט מען אין דעם מצב טרעפן די נקודה פון ליכטיגקייט? די נקודה פון שטייגן? ענליך דערציילט א חבר וואס איז אלץ בחור ליידער אריבער גאר א שווערע און שוואכע תקופה, און ווי ער דערציילט אז טאקע ווען ער האט חוזר בתשובה געווען האט ער געמאכט דעם החלטה און מקבל געווען אז ער וועט מקדיש זיין דעם לעבן זיינע צו העלפן אידישע קינדער וואס גייען אריבער שוועריגקייטן. דאס מיינט אז מען נעמט א תקופה און מען דרייט עס איבער פאר א וועג ווייזער, פאר א מציאות וואס באַגלייט דעם איד, פאר א מציאות וואס לערנט אונז עפעס און מיר געדענקן און לעבן דערמיט.

דערמיט קומען מיר צוריק צו ספר דברים וואו מיר וועלן בעזר ה' לערנען איבער די הערליכע פרשיות ווי אונזער רבי רעדט צו אונז זיינע לעצטע ווערטער. אבער אלעס פאַנגט זיך אָן מיט פרשת דברים, וואו אונזער רבי דערמאנט אונז אז ס'קומט א טאג אין א איד'ס לעבן ווען מען מאכט זיך א חשבון הנפש, מען קוקט אויף צוריק, און דאס ערשטע וואס מיר דארפן וויסן איז צוריקקוקן און באמערקן אז יעדע תקופה, יעדע מצב האט אונז געמאכט שטערקער און נענטער, יעדע מעשה וואס מיר זענען אריבער האט אונז עפעס געלערנט און אונז געמאכט וואַקסן. אט דאס טוט אונזער רבי אונז דערציילן אין זיין לעצטע שמועס איידער מיר גייען אריין אין ארץ ישראל. ס'איז געווען א לאנגע וועג וואס מיר זענען אריבער אָנצוקומען צו וואו מיר שטייען יעצט, גרייט אריין צו גיין קיין ארץ ישראל, ס'איז נישט געקומען פון זיך און ס'איז נישט געווען גרינג. מיר זענען אסאך אריבער, אבער בעיקר זענען מיר געשטיגן פון די נסיונות און שוועריגקייטן. יעדע פלאץ און פאסירונג האט אונז געבויט און געברענגט נענטער צו אבינו שבשמים, מיר האבן אַנערקענט אונזערע טעותים, מיר זענען אדורך געפאלן און תשובה געטון, מיר זענען אראפגעפאלן און זיך צוריק אויפגעהויבן. יעדע פלאץ האט אונז עפעס געלערנט, יעדע ערפארונג בלייבט מיט אונז איינגעקריצט. יעדע טריט האט אונז געבויט, פון יעדע שוועריגקייט זענען מיר געקומען נענטער און מיר געדענקן דאס מיט די גרעסטע קלארקייט. דאס היט אונז אז מיר זאלן נישט נאכאמאל מאכן דעם זעלבן טעות חלילה.

ווען א מענטש האט א נס אויף א געוויסע פלאץ איז די הלכה אז ווען מען גייט אריבער דעם פלאץ זאגט מען דעם ברכה פון שעשה לי נס במקום הזה. דער פלאץ אליין דערמאנט דעם מענטש אלעס וואס האט זיך דארט אָפגעשפילט, אט דאס ווייזט אונז אונזער הייליגער רבי. ווען א איד מאכט א טעות און לערנט זיך דערפון, ווען מיר גייען אריבער א שווערע תקופה און מיר זענען מחליט צו שטייגן און זיך לערנען דערפון, ווערט עס א חלק פונעם מענטש אז ווי נאר מען דערמאנט דעם נאמען פונעם פלאץ ווייסן שוין אלע וואס האט דארט פאסירט און וואס מיר דארפן דערהערן און זיך מחזק זיין, נישט אנדערש ווי דער מלמד געבט א זאג א געוויסע ווארט, ווי למשל "כ'רוף דעם מנהל." און אלע ווערן שטיל, ווייל אלע ווייסן שוין וואס דאס מיינט און ווי אזוי מען דארף זיך פירן. אונזער רבי דערמאנט די אלע פלעצער און זינד בדרך רמז, ווייל פאר די אידישע קינדער וואס האבן כסדר געלעבט און זיך געשטארקט מיט די דורך פעלער איז דאס געווען גענוג. אלע האבן גלייך פארשטאנען וואס אונזער רבי דערמאנט אונז.

ווען ס'קומט אבער צום חטא המרגלים איז אנדערש, ווייל דארט זעען מיר אז זיי האבן פארגעסן און נישט ארויסגענומען די ריכטיגע מוסר השכל פון פריער, זיי האבן נישט ריכטיג אָפגעלערנט דעם מציאות אז דער בורא עולם פירט און מאכט און מען דארף זיך פארלאזן, וואס דאס מיינט אז זיי האבן נישט גענומען די ריכטיגע מוסר השכל פון די פריעדיגע מאל. ווי משה רבינו האט מוסר געזאגט פאר די בני גד ובני ראובן אין פרשת מטות, ווען זיי האבן געבעטן אז זיי ווילן בלייבן ביים עבר הירדן און נישט באקומען א נחלה אין ארץ ישראל. כֹּה עָשׂוּ, אֲבֹתֵיכֶם, בְּשָׁלְחִי אֹתָם מִקָּדֵשׁ בַּרְנֵעַ, לִרְאוֹת אֶת-הָאָרֶץ - אזוי האבן אייערע עלטערן געטון ווען מען האט געשיקט די מרגלים אויסשפיאנירן די לאנד, וואס כמעט די זעלבע געשעעניש האט פאסירט. דערפאר טוט עס אונזער רבי פון פריש קלאר אויסשמועסן, און דערמיט דערהערן מיר אז אלעס וואס פאסירט איז כדי אונז צו לערנען און דערמאנען ווי אזוי מיר זאלן ווייטער פירן אונזער לעבן. יעדער סיפור, יעדע געשעעניש און איבערלעבניש איז דא אונז צו לערנען, און ס'דארף מיט אונז פארבלייבן. אט די תקופה האט מיך געבויט אין דעם נקודה, און יענע תקופה האט מיך געבויט אין דעם אנדערן נקודה, אבער הצד השווה אז פון יעדן מצב שטייגט מען.

דערמיט איז געוואלדיג פשט פארוואס די תוה"ק זאגט אונז דעם פונקטליכן דאטום ווען די ווערטער זענען געזאגט געווארן, ראש חודש שבט – וואס דעמאלט פאַנגן זאכן אָן צו שפראָצן, און די זאַפט גייט אריין אין די ביימער. כאטש מען זעט גארנישט, עס דערקענט זיך גארנישט פונדרויסן, קומט פאָר גרויסע געשעענישן טיף אין די ווארצלען. דאס זאגט אונז אז אונזער הצלחה איז פיל מאל באדעקט און נישט זעהבאר, אבער דער חכם פארשטייט אז אונטער אלעס גייט דאס בעזר ה' וואַקסן, אונטער אלע שוועריגקייטן און יסורים, אונטער אלע שווערע תקופות ליגט באהאלטן עפעס א ביימל וואס מיט די ריכטיגע השגה און מיט די ריכטיגע צוגעלייגטע קאָפ און מחשבה, וועט דערפון ארויסוואקסן א שיינע פרוכט בוים בעזר ה'. לאמיר חלילה נישט לאזן א תקופה אדער א מצב זאל פארביי גיין אָן דעם וואס מיר זאלן זיך לערנען, אָן דעם וואס מיר זאלן נענטער ווערן.

שבת חזון איז דער שבת פון 'חזון' - זען. ס'איז דער שבת וואס דער אידעלע קוקט, נו, וואו קומט מען אָן? מען קוקט צוריק אויף אונזער היסטאריע, מען קוקט אויף אונזער טעגליכע לעבן, מיר זענען אין א שווערע תקופה מיר גייען אריבער אזוי פיל צרות און געשעהנישן, כלל ישראל גייט פון איין גלות צום צווייטן, אבער עם כל זה שטארקן מיר זיך אויף טריט און שריט, יעדע שוועריגקייט בויעט אויס דעם אידישן פאלק, יעדע תקופה מאכט אונז שטערקער און נענטער צו אונזער באליבטער טאטע, אבינו שבשמים.

ענליך צו דעם געפונען מיר גאר א טיפע געדאנק פון הגה"ק רבי צדוק הכהן פון לובלין זי"ע, וועלכער איז מדייק פארוואס טאקע ווערט דער שבת אנגערופן "שבת חזון"? בפשטות איז עס צוליב די ערשטע ווערטער פון די הפטורה "חזון ישעיהו", אבער דאס איז לכאורה שווער, ווייל ממילא "שבת נחמו" איז צוליב דעם וואס די גאנצע 'אינהאַלט' פון די הפטורה איז אַן ענין פון נחמה און טרייסט, און אזוי אויך הייבן זיך דעמאלט אָן די קומענדיגע זיבן וואכן פון נחמה (ווען מ'זאגט זיבן הפטורות פון נחמה) שטימט טאקע אז מען רופט אָן דעם שבת מיט א נאמען פון נחמה. אבער דא ביי די הפטורה פון שבת חזון, איז דאָך די עיקר מטרה צו זאגן די שטראף רייד וואס שטייט ווייטער במשך די הפטורה, און פארוואס עפעס כאפט מען זיך ארויף בלויז אויף די ערשטע צוויי ווערטער "חזון ישעיהו", וואס זאגט
בכלל נישט ארויס די תוכן און אינהאלט פון די הפטורה.

איז רבי צדוק מחדש א חידוש נפלא: וויבאלד שבת קודש איז דאָך די אנהייב און הכנה צו די גאנצע וואך, און ווי דער זוהר הקדוש (יתרו פ"ח.) זאגט "כל ברכאן דלעילא ולתתא ביומא שביעאה תליין" אז שבת ענטהאלט אין זיך אלע ברכות פון די קומענדיגע וואך, אבער נאר די ברכות און גוטע זאכן פון די קומענדיגע וואך, נישט חלילה די שלעכטס און די נישט גוטע חלקים וואס קומען צו גיין במשך די ששת ימי המעשה. קומט אויס אז אין דעם שבת קודש פאר תשעה באב ווערט נאר נתעורר די גוטע חלק פונעם קומענדיגע וואך, די תשובה שלימה וואס אידן האבן געטוהן בשעת'ן חורבן און דאס געבורט פון משיח וואס פאסירט אין דער צייט, אבער נישט די שלעכטע טייל פונעם חורבן וכדומה. און דעריבער איז דאס גאר א דערהויבענע שבת וואס ברענגט מיט זיך השפעות פון משיח און גאולה שלימה. דערפאר הייסט עס שבת חזון - איז רבי צדוק מחדש - ווייל אויפ'ן גאולה העתידה שטייט אין פסוק (יואל ג' א') "וְנִבְּאוּ בְּנֵיכֶם וּבְנוֹתֵיכֶם... בַּחוּרֵיכֶם חֶזְיֹנוֹת יִרְאוּ" אז אייערע קינדער וועלן זוכה זיין צו נבואה און יעדער וועט זען א 'חזון' פונקט ווי א נביא. דערפאר הייסט דער גרויסער שבת "שבת חזון" ווייל אָט אָט קומט משיח און יעדער איינער וועט זוכה זיין צו א געוואלדיגע חזון און א נבואה, ווען מיר וועלן טאקע איינזען ווי די גאנצע וועלט איז איינגעהילט אין דעם אין סוף ברוך הוא און אלעס עקזיסטירט כדי צו קומען נענטער צום שלימות און תכלית.

אַן ענליכע יסוד ווערט געברענגט בשם הרה"ק דער רבי ר' העניך פון אלכסנדר זי"ע, אז שבת חזון איז גאר די גרעסטע שבת פונעם יאר. און ער האט מסביר געווען דעם ענין, וויבאלד מיר ווייסן אז אלעס וואס פאסירט במשך די טעג פונעם וואך, הייבט זיך שוין אָן פונעם שבת פריער. און וויבאלד שבת חזון איז געווען דער שבת פארן חורבן, איידער די אידן זענען געגאנגען אין גלות אריין און פארטריבן געווארן פון ארץ ישראל, איז דאס פונקט ווי א קינד פארלאזט זיין טאטע'נס טיש אוועקצוגיין צו א ווייטע און פרעמדע לאנד, פארשטייט זיך אז דער טאטע האַלזט אים און קושט אים און געזעגנט זיך פון אים מיט געוויין און ליבשאפט, און זיין רחמנות צום קינד שטארקט זיך זייער. און אזוי, דורך אזא ווארימע געזעגענונג, בלייבן זיי איינגעקריצט איינער ביים אנדערן אין זכרון, און מ'פאַרגעסט נישט איינעם פונעם צווייטן. קומט אויס פון דעם - האט ר"ר העניך אויסגעפירט - אז אין דעם שבת איז פאָרגעקומען די געזעגענונג צווישן הקב"ה און כלל ישראל, א נאנטקייט וואס האט געדארפט דינען אלס הכנה פאר די לאנגע יארן אין גלות. דעריבער איז דאס גאר א גרויסע און הייליגע שבת.

מען דערציילט אויף איינעם פון די גוי'אישע קעניגן, אז ער האט געפרעגט זיין יועץ, ווי זעט מען אז ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט? האט דער יועץ געענטפערט: "הויכגעשעצטער קעניג, די אידן." ווייל קוקנדיג אויף די אידישע היסטאריע, וויפיל צרות און גלגולים מיר זענען אדורך, און מיר שטייען נאך אלס פעלזן פעסט, מיר לערנען די הייליגע תורה, מיר חזר'ן די ווערטער פון משה רבינו, מיר האפן און בענקן זיך צו פאראייניגן מיט אונזער טאטן אין הימל, איז נישטא קיין גרעסערע חיזוק ווי דעם. ווי ס'איז באקאנט די מעשה אז נאפאלעאן האט געזען תשעה באב ווי אידן זיצן אויף די ערד און קלאגן אויפ'ן חורבן. האט ער געפרעגט, אויף וואס קלאגט מען? און מ'האט אים מסביר געווען אז שוין באלד צוויי טויזנט יאר וואס מיר זענען אין גלות, פארטריבן פון אונזער לאנד. דער גוי'אישער גענעראל איז אזוי נתפעל געווארן אז ער האט געזאגט, "אויב א פאלק קען נאך קלאגן און בענקן אויף זייער בית המקדש ביז צוויי טויזנט יאר שפעטער, איז זיכער אז זיי וועלן זיך נאך אומקערן."

טייערע ברידער און שוועסטער. ס'איז א שבת 'חזון', ס'איז א צייט פון זען, פון לעכטיגקייט. מיר זעען דורך דעם גלות, מיר קוקן אויף די געגועים און בענקשאפט פון אין סוף ברוך הוא וואס איז אריין אין גלות צוזאמען מיט די אידן, מיר וויינען צוזאמען, מיר קלאגן צוזאמען, און גלייכצייטיג שפירן מיר זיך דערהויבן און נאנט אויף א געוואלדיגע פארנעם, צוריקוקנדיג אויף דעם קשר צווישן באשעפער מיט די אידן. יא, ס'איז טאקע דא אסאך שוועריגקייטן, ס'איז געווען אסאך שווערע מסעות, אבער פון יעדע תקופה זענען מיר געשטיגן גאר הויך, געווארן אסאך נענטער. לאמיר טאקע ווארטן און האפן מיט בענקשאפט מיר זאלן שוין אנקומען צום תכלית השלימות, מיר זאלן שוין ענדיגן מתקן זיין אלעס וואס מיר דארפן פאררעכטן, און מיר זאלן זיך נאכאמאל פאראייניגן מיט דעם מקור החיים, מיר זאלן מיט פרייד צוריקגיין צום הייליג לאנד, הזורעים בדמעה ברינה יקצורו, דאן וועלן מיר זען ווי יעדע טריט און שריט האט אונז געברענגט נענטער צו די ישועה. ויה"ר אז אט זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• יעדער מצב דארף אונז לערנען עפעס א מוסר השכל.
• די לימודים וואס מען לערנט זיך פון א שווערע תקופה באגלייט אונז אויפ'ן לעבן.
• די גרעסטע נחמה איז אז אין יעדן שוועריגקייט שטייגן מיר העכער און נענטער צום תכלית השלימות.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: דברים - ווי אזוי קוקן מיר צוריק אויף שוועריגקייטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”