פארווא׳דזשע וויינסטו?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »



אויף א שטיין זיץ זיך דער קליינער שרוליקל, זיינע צוויי בחן׳טע אויגעלעך שפיאנירן דעם ארום ווען א קאלטער ווינטל בלאזט און שאקלט זיינע צוויי פאה׳לעך. נעבן איהם זיצט דער פאטער אויף א אפגעהאקטן שטאם און שעפט אביסל פרישע לופט נאכן ענדיגן פלאנצן די ערשטע חלק פון זיין פעלד.

דער טאג איז פארביי ווי א יעדן טאג אין זייער טאג טעגליכן לעבן, ווען מיטן האן שטייען זיי אויף מעלקן די קוהען און זייער צוויי ציגעלעך, און נאכן מקיים זיין דעם ולבהמתך מיט א גוטן פרישטאג פון שטרוי, גיסט מען זיך אויס דאס הארץ מיט א הודאה על העבר ובקשה על העתיד די רעגן זאל קומען און צייט, די תבואה זאל זיך צוואקסן אין די הויעך און אין די ברייט, דער שניט זאל גיין געשמירט און דאס לעבן געפירט.

שרוליק׳ל שפילט זיך מיט א פרישע צווייגל וואס ער האט נארוואס אראפגעריסן פון דעם דערנעבנדיגן עפל בוים וואס ווארפט אויף זיי א אנגענעמענע שאטן, ער פראבירט כאפן דעם קליינעם מורישקע וואס דריידט זיך ארויס יעדן מאל פון זיין שטעקן-נעט. דער טאטע זיצט אנגענעם און נעמט נאך א שלוק פונעם גרויסן דארפישן גלאז אנגעפילט מיט פריש געקוועטשטע מראנצן זאפט, אויך זיי פון זיין הארעוואניע אין פעלד. וואס קען זיין בעסער פון נהנה זיין מיגיע כפו ווי ס׳פאסט פאר א ירא שמים.

ווייט ווייט קוקט ער, זיינע אויגן פירן איהם צוריק צום אלטן אמאל, זיי רירן זיך נישט פון ארט, מ׳קען מיינען זיי זענען ווי פארגליווערט ווען נישט די וואלקענעס וואס קומען זיך צו ריקן שפיגלען אפ אין זיינע אויגן.

מיטאמאל פאלט א טינקלקייט, שרוליק׳ל באמערקט זיין טאטנ׳ס געזיכט, אוי! וואס איז געשעהן מיט טאטי? עפעס איז פארנעפלט דארט. יא ס׳איז די אויגן וואס שפיגלען דעם געדעכטן הימל וואס האט זיך אנגעריקט, אבער שרוליק׳ל זעהט דארט עפעס טיפער, עפעס מער אינערליך וואס פארכמארעט דעם טאטנ׳ס געזיכט.

וואס איז געשעהן מיט טאטי? וואס איז ער אזוי פארטראכט און פראמאכט? וואו איז טאטי׳ס אייביגע שמייכל? וואס האט איהם דארט אזוי פארכאפט?!

שרוליקל טייערע, הערט ער זיין טאטנ׳ס קול, אבער ער דערקענט דאס נישט, ס׳איז נישט טאטי׳ס געוונליכע ליבליכע שטומע.
קוק נאר דארט אהין, ווייזט ער מיטן פינגער גראד צו מערב, קוק די שיינע שקיעה פון די זון , זעה ווי זי גייט אונטער און דער נאכט גייט שוין צופאלן, ויהי ערב ס׳קומט א נאכט.. אוי.. אוי.. אוי.....

שרוליק׳ל איז נישט געוואוינט צו דעם, ס׳איז נישט די ערשטע מאל טאטי זעצט זיך מיט איהם פאר א שאפציר אין זיינע מחשבות, אבער יעדעס מאל איז עס אזוי אנגענעם און געמשאק, די פייגעלעך קוויטשקען, די קוהען ממ׳ומען, און די שטילע געשריי פון די זון וואס גייט אריין אינעם ווייטן וואסער נעמט ארום מיט א רואיגן אטמאספער. אבער דאס מאל איז די גאנצע בריאה שטיל, אלעס איז פארנעפלט, די פייגעלעך האבן זיך באהאלטן, די ציגעלעך זענען אריינגעלאפן שטילערהייט אזש מ׳קען מיינען זיי עקזיסטירן נישט, די ווינטל איז פארוואנדלט געווארן אין עפעס א בייזע ווינט און די זון קוקט איהם אן מיט א טרויעריגן שיין.

קוק נאר דארט, ווייזט איהם טאטי מיטן פינגער צום ווייטן אויבערפלאך. איי איי איי.. מיין שטאט וואו איך האב געוואוינט, די פלאץ וואו איך האב געבליעט, א עיר מלאה סופרים וחכמים, אוי זענען זיי געווען זיסע צייטן. די תורה וגדולה האבן זיך ביידע אנגעקלאפט אויף מיין טיר, און איך האב ביידן אריינגענומען בכבוד הראוי. די ברייטע פאלאץ וואס איז געשטאנען אין צענטער פון שטאט איז געווען א בית ועד לחכמים ולמחוכמים, די אסיפות גדולי עולם פלעגן פארקומען ביי מיר אין אויפנאם צימער, די שטאטישע טאטעס פלעגן זיך צונויפרעדן און צומאל צאמרעגן ביי מיר אין גרויסן שטוב. וואס זאל איך דיר זאגן שרוליק׳ל, ס׳האט דאך אונז גארנישט געפעלט דארט.

אבער מיטאמאל אין א מיטוואך איז עס געווען, וו... די קול ווערט געשטיקט, און פון די אויגן גליטשט זיך אראפ א טרער׳לע. דער טאטע ווישט שנעל אפ דעם קליינעם מחוצף, נאר דאס פעלט אויס שרוליק׳ל זאל זיין דעם שטארקן געבויעטן טאטן ווי ער וויינט, ער איז דאך דער שטארקער און דער פלייצע פון זיין משפחה׳לע.

יא, זיי זענען געקומען גאנצע באנדעס, זיי האבן זיך אריינגעבראכן לאור היום, ווען די גוישע שכנים מודן זיי מיט הילכיגע געשרייען, די שנאה פון די אויגן האט געשפריצט, די הענט און פיס האבן זיך צעלאזט, און מיט איין אויגן בליק איז אלעס געווארן א פארגאנגענהייט.

צוביילט און צו׳מזיק׳ט האט ער זיך געטראפן קוים מיטן לעבן שטיין אינדרויסן פון שטאט מיט זיין ווייב און קליינעם פיצל, דער רויעך פונעם פייער האקט איהם אין נאז און די געשרייען פון די אומגליקליכע קרבנות היליכיגן איהם נאך אין קאפ מיט באצויבערטע קולות. נעכטן איז ער נאך געזעצן ברומו של עולם תרתי משמע, עולם הזה און עולם הבא ביידע זענען געווען פארכאפט ביי איהם, און יעצט שטייט ער אפגעריסן און אפגעשלאסן פארלוירן זיין גאנצן לעבן און פארמעגן.

אנקעמנדיג דא אין דערפל האט ער פארשלאסן זיין קעמערל פון זכרונות, זיי פארפאקט אין קעלער און זיך צוזאמגעקליבן מיט די איבעריגע כוחות אנהייבן אויפבויען פון דאסניי און שפינען א נייע קייט. טעג קומען, יארן לופן, און דא זיצט ער מיט זיין זיבן יעריגן שרוליק׳ל זיין הארצן טארפנס וואס איז איהם געבליבן.

שרוליק׳ל זיצט מיט א אפענע מויל, כאפנדיג איין שאק נאכן צווייטן, קיינמאל נישט געהערט פון טאטי איבער די ימי קדם. זיינע מחשבות פליען ארום און ווייסן נישט וואו אהין צו לאנדן, ער ווייסט נישט וואו זיי אנצוכאפן און זיי בארואיגן. די קליינע אויגעלעך צועפענען זיך גרויס און ריזיג ווען א שטילקייט נעמט ארום דעם גאנצן ארום, ער גלייבט נישט וואס שפילט זיך דא אפ, טאטי, יא זיין שטארקער טאטע, לייגט אריין די קאפ צווישן זיינע גרויסע הענט און מיטאמאל האט די קוואלזיך איבערגערינען, די טרערן פליסן ווי א קוואל פון וואסער, ער כליפעט און וויינט, און פון די זייט שטייט א קליין שרוליק און פארשטייט נישט וואס דא גייט פאר.

טאטי! פארוואס וויינסטו? - אבער טאטי ענטפערט נישט, ער איז ערגעץ ווי אוועקגעפלויגן.
טאטי וואס איז דאס א שטאט? וואס איז דאס רבנים? וואס איז דאס א פאלאץ? וואס זענען די אלע זאכן, און פארוואס וויינסטו אזוי נאך זיי? טאטי קוק אונזער שעפעלעך און ביימעלעך אונז לעבן דא אזוי אנגענעם און געשמאק, וואס וויינסטו אויף שטיינער און ביינער פונעם אלטן אמאל וואס איז שוין נישטא?

שרוליקל טייערער! - הערט ער זיין טאטנ׳ס ווייכן קול, דו וועסט נישט פארשטיין! דו ביזט נישט דארט געווען, ווי אזוי זאל איך דאס מסביר זיין?!
און שרוליק פארשטייט טאקע נישט זיין הערצעלע איז פארקלעמט פארוואס טאטי איז אזוי צובראכן אבער קיין טרער לאזט ער נישט אויף אלטע טעג וואס געבן איהם גארנישט, ער לעבט דאך דא א לעבן רואיג און געשמאק, ס׳פעלט מיר גארנישט אז איך זאל יעצט קלאגן..

אבער פלוצלינג איז דאס געשעהן, און ווען ס׳איז געקומען איז דאס געווען מיטן גאנצן כח, צום ערשט האט זיך נאר באוויזן א קליין טרערעל אין ווינקל פון די אויג, אבער ווען דער איז ארויס אן רשות זענען זיי שוין געקומען צו פליסן.
דער טאטע הייבט ברעמען מיט וואונדער, ער נעמט ארום שרוליק׳ל און הלאזדש איהם ארום, וואס איז געשען מיין ליבלינג, פארוואס וויינסטו אזוי? דארפסט נישט וויינען, טאטי האט זיך נאך דערמאנט פון אלטע זכרונות, בארואיג דיר און לאמיר צוריק גיין צו אונזער ווארימע היים, די זון וועט מארגן נאכאמאל אויפשיינען און א נייער טאג וועט קומען, דער אמאל וועט בלייבן פארזיגלט און מיר וועלן ווייטער לעבן און געניסן פון די היינטיגע בריאה.

אבער שרוליק׳ל געבט נישט אויף, די געוויין ווערט נאר שטערקער און העכער.
ניין טאטי נישט פארדעם וויין איך! נישט ווייל דו האסט פארלוירן דיין היים, נישט ווייל דיין געלט איז מער נישטא, נישט אויף דיינע טעג וואס דו האסט געזעצן ברום, און נישט אויף די אלע זאכן וואס זיי זענען מאום. איך ווייס נישט וואס זיי זענען, און איך האב פון זיי קיינמאל טועם געווען, איך האב זיי נישט גזעהן און קיינמאל נישט פון זיי הנאה געהאט.

אבער טאטי! טאקע פארדעם וויין איך! 
טאקע ווייל איך ווייס נישט און פארשטיי נישט פארוואס דו וויינסט!
אז מיין שטארקער טאטע וויינט ווי א קינד אויף עפעס א מיסטעריעזע אמאל מוז זיין אז איך האב גאר גאר אסאך פארפאסט און איך וועל דאס קיינמאל נישט קענען באקומען!

יא שרוליק׳ל! איז דער טאטע זיך מצרף און ציוויינט זיך פון פריש, אויף דעם איז טאקע דא וואס צו וויינען!

די נאכט איז שוין לאנג צוגעפאלן, דער דאנצער ארום איז שטאק טינקל, ווייט אוועק פונעם רוישיגן וועלט שטייען דארט טאטע און קינד, און דאס געוויין גייט ארויף הויעך הויעך הויעך. און מיטאמאל האט די גאנצע בריאה פארשטאנען וואס דא גיי פאר, די וואלקענעס האבן זיך פאראייניגט, דער ווינט האט זיך גענומען ווינטעווען, א שלאקס רעגן האט זיך אראפ געלאזט, די דינערן האבן געדינערט און די בליצן האבן מיט געוויינט.

און פון דער ווייטנס הערט זיך דער ווידער קול וואס ענטפערט לעומתם:
על דא ודאי קא בכיתו! וויינטס וויינטס: כי לקיתם בכפליים, קלאגט קלאגט: ס׳איז מער נישטא דער אמאל, און ניטאמאל וועסטו פארשטיין וואס פעלט דיר!


***

האט מיר מיין טאטע מיר אמאל פארציילט,
האט מיין טאטע מיר אמאל פארציילט,
אז ס׳איז געווען אמאל א אידעלע, א אידעלע, וואס האט זייער ביטערליך געוויינט.

האב איך געפרעגט פון מיין טאטע:
פארווא׳דזשע וויינט ער?
פארווא׳דזשע וויינט ער?
האט מיר מיין טאטע געענטפערט: ווייל אין די אלטע צייט, האט ער פארמאגט א פראכט, א בית המקדש געהאט.

האט איך געפרעגט פון מיין טאטע:
פארווא׳דזשע וויינען?
פארווא׳דזשע וויינען?
אז מ׳וועט וויינען וועט נאר דיין קאפ וויי-טון, ס׳וועט נישט אויפטון, מ׳גייט דאך שוין נישט אהין.

אבער טאטי:
ווי אזוי זאל איך נישט וויינען?
ווי אזוי זאל איך נישט וויינען?
אז איך פארשטיי ניטאמאל, וואס איז דער אלטער אמאל, דארף מען וויינען אן א צאל.

לאמיר צוזאמען וויינען!
לאמיר צוזאמען וויינען!
לקינו בכפליים, חרבה ירושלים, עיני עיני יורדה מים.

אוי! לאמיר צוזאמען וויינען!
לאמיר צוזאמען וויינען!
מנחם נפשי רחק ממנו, אותה לא ידענו, נשובה אליך והשיבנו.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום פרייטאג יולי 17, 2020 2:39 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17015
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

שטארקע נקודה!

לאמיר אלע וויינען צוזאמען
חוח בין השושנים האט געשריבן:
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

אוועקגעלייגט פאר שפעיטער
אטעטשמענטס
פארווא׳דזשע וויינסטו.pdf
(154.07 KiB) געווארן דאונלאודעד 215 מאל
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

נייס
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

קליינע טאטע האט געשריבן:אוועקגעלייגט פאר שפעיטער

https://drive.google.com/file/d/1gjd7UJ ... sp=sharing
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הערליך שיין! הנאה געהאט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

ייש״כ פארן פדפ
שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארף און קליג »

זייער שיין!!

(איך האב חשק אז חלק ב' זאל נאכפאלגען...)
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

חלק ב׳ וועלן מיר ווארטן דער מנחם זאל אונז מנחם זיין, וועט מען קענען שרייבן וועגן דעם...

אדערווייל וועלן מיר נאר ממשיך זיין צו וויינען...
לעצט פארראכטן דורך איינס אום זונטאג יולי 19, 2020 10:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

הלו איר זענט משוגע טלאנטפיל און טיפ
די ארטיקל גייט אריין אין די טיפסטע אין הארץ
שרייבט מער אפט
און עצה טובה קמ"ל בעט מען זאל עס אריבעפירן קיין קרעטשמע
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פארוואס אין קרעטשמע סק׳ומט נישט דא?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

צושטורעמט
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

זייער הארציג!
א דאנק פארן אויפוועקען די געפילען.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

הערליך! די חרוזים זענען די אריגינעילע אדער דיינע אייגענע? (איך קען נישט די אריגינעילע.)
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

איין ווארט Wow!
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

סטיטשינער האט געשריבן:הערליך! די חרוזים זענען די אריגינעילע אדער דיינע אייגענע? (איך קען נישט די אריגינעילע.)

די ארגינעלע איז א אלטע ניגון (ליפא זינגט דאס אויף לעילא ולעילא)

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 39#p659339

למעלה משבעים האט געשריבן:האט דער טאטע מיר אמאל פארציילט,
האט מיין טאטע מיר אמאל פארציילט.

אז ס'איז געווען אמאל א אידענע, א אידענע, וואס האט זייער ביטערליך געוויינט.

האט דער טאטע געפרעגט פון די מאמע,
פארוואזשע וויינסטו,
פארוואזשע וויינסטו.

האט דער מאמע געענטפערט ווייל מיין קאפ טוט מיר זייער וויי, זייער וויי, זייער וויי.

האט דער טאטע געפרעגט פון די מאמע,
פארוואזשע וויינסטו,
פארוואזשע וויינסטו,
אז די וועסט וויינען וועט דיין קאפ נאך סאך מער וויי טון, נאך מער וויי טון, נאך מער וויי טון.

האט די מאמע געפרעגט פון טאטן,
ווי אזוי זאל איך נישט וויינען,
ווי אזוי זאל איך נישט וויינען,
אז איך ווייס עס קומט אזא פארכטיגע יום הדין, א יום הדין, א יום הדין,
און איך האב אזא טייער קינד, מיין טייער קינד, ווער ווייסט צו ער וועט זוכה בדין זיין.

האט דער טאטע געזאגט צו די מאמע,
נאר נישט וויינען,
נאר נישט וויינען,
ווייל די ווייסט דאך אז די האסט אזא טייער קינד, אזא טייער קינד, ער וועט זיכער זוכה בדין זיין.

שטייט הבן יקיר לי אפרים, אם ילד שעשועים.

---
ליפא זינגט די ניגון אויף לעילא ולעילא, טרעק 07-פארוואס וויינסטו.
=======
די מקור פארדעם זע דא viewtopic.php?p=361270#p361270



למעלה משבעים האט געשריבן:נודע היות מה שאמר בניגון נפלא (או הרב מבארדיטשוב בעצמו, ויש אומרים כי בנו הרה״ק רבי ישראל מפיקוב אמר כן), בסוף זכרונות במוסף דראש השנה, בפסוקי ״ועל ידי עבדיך הנביאים כתוב לאמר הלוך וקראת״ וכו', ובבואו אל פסוק ״ונאמר, וזכרתי אני את בריתי אותך בימי נעוריך והקימותי לך ברית עולם, ונאמר״, אמר בזה הלשון, בניגון יפה הנודע: דער טאטע זכרונו לברכה האט מיר דערציילט, אמאל איז צו אים געקומען א יודענע מיט א גרויס געוויין, האט ער זי געפרעגט: ״פארוואס וויינסטו״, האט זי אים געענטפערט: ״דער קאפ טוט מיר זייער וויי״. האט ער איר געזאגט: ״אז דו וועסט וויינען, וועט דאך דיר דער קאפ נאך ארגער וויי טוהן". האט זי אים געענטפערט: ״ווי אזוי זאל איך נישט וויינען, עס גיין אזעלכע פארכטיגע טעג, און איך האב איין איינציג קינד, האב איך מורא טאמער וועט ער נישט זוכה בדין זיין״. האט איר דער טאטע זכרונו לברכה געענטפערט: ״א טאטע האט רחמנות אויף זיין קינד, ובפרט אויף אזא טייער קינד, אזוי ווי אין פסוק שטייט: ׳הבן יקיר לי אפרים אם ילד שעשועים וכו׳ רחם ארחמנו נאום ה׳. עם ניגון ותנועה מיוחדת, מתוקה מדבש, מקובלת אצל החסידים.
עשר אורות


איך האב געהערט אז דער בארדיטשובערס זון האט דאס געזינגען (געהערט אויף זיין זון ר׳ מאיר) און ער האט געזאגט אז זיין טאטע האט איהם אמאל פארציילט אז סאיז געקומען צו איהם א אידענע וכו׳
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג יולי 21, 2020 1:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

איינס האט געשריבן:פארוואס אין קרעטשמע סק׳ומט נישט דא?

מער מענטשן זעהן עס לויט מיין ערפארונג
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
התגלות
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2020 12:57 pm

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התגלות »

WOW WOW WOW !!!
דער 'איינס' איז דאך איינס אין דער וועלט !
א צוזאמשטעל פון ערענסטקייט מיט טאלאנט באנאזאם ,
באט פליז דזשאסט קיפ איט אפ....
הנה ימים באים נאום ה'..... ויקיים בי מקרא שכתוב ....ונגלה כבוד השם.....אה..לעכטיג...
תורה וגדולה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 4:04 pm

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורה וגדולה »

ש'כח, הערליך שיין!!!
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

תורה וגדולה האט געשריבן:ש'כח, הערליך שיין!!!

.
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

על דא ודאי קא בכינא
א קלוגע אינגעלע דער
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

אחד היה, אזוי קלאר די משמעות ארויס צו ברענגען סאיז ממש "איינס" און די וועלט!
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

ווייסט איינער ווי סדא א אשכול פון אלע ארטיקלן בנוגע חורבן בית המקדש (אזאנע ווי דעי)?
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

חלקי האט געשריבן:ווייסט איינער ווי סדא א אשכול פון אלע ארטיקלן בנוגע חורבן בית המקדש (אזאנע ווי דעי)?

פינג
לייטער האט געשריבן:
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: פארווא׳דזשע וויינסטו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

הרב איינס, זייער שטארק און שיין.

איר דארפט האבן א מפתח פון אלע ארטיקלען

און ניין. דאס קומט נישט אין קרעטשמע, עס קומט אין דזשורנאל. ווייס איך נישט פארוואס מ'האט עס נאכנישט אריבערגעלייגט ביז יעצט
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”