מטות מסעי - באקום וואס דו ווילסט!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

מטות מסעי - באקום וואס דו ווילסט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

פרשת מטות מסעי גייען פיל מאל צוזאמען, און דאס יאָר איז אויך אזוי. לאמיר זיך אפשטעלן און זיך פרעגן: איז פארהאן עפעס א שייכות צווישן די צוויי פרשיות, און אויב יא, וואס איז עס?

ווי באקאנט איז פרשת מסעי א שבת חזק, ווען מען ענדיגט סדר במדבר. יעצט איז דאך צייט אז מיר זאלן זיך דערהייבן און כאַפן א בליק אויפ'ן גאנצן ספר. לאמיר זיך אפשטעלן און בעזר ה' באמערקן א יסוד פון ספר במדבר וואס מיר קענען מיטנעמען און אריינברענגען אין אונזער טאג טעגליכן לעבן.

לאמיר זיך נישט פארזוימען נאר תיכף זיך פארטיפן אין אונזער וואכעדיגע שמועס. אין אונזער טעגליכע לעבן איז פארהאן בדרך כלל דריי סאָרטן וועגן פון בעטן אדער פארלאנגען צו באקומען עפעס פון א צווייטן. לאמיר נעמען פאר א משל ווען א קינד בעט פון זיין טאטע/מאמע:

א. "טאטי, פארוואס האסטו געגעבן פאר בערל און נישט פאר מיך?!" אזא שפראך איז אויפ'ן מהלך אז בעצם קומט זיך 'מיר', און דאס קינד האט טענות פארוואס 'איך' האב נישט, איך וויל אויך דאס וואס יענער האט. דאס פאסירט אפט ווען דער קינד איז קליין, און ס'ווערט באגלייט מיט א געוויין און א געשריי. אבער אמאל טוט זיך דאס קינד צוגעוואוינען צו עפעס אַן עקשנות'דיגע מהלך החיים פון "ס'קומט זיך מיר", און ווען דאס קינד ווערט עלטער איז עס באגלייט מיט לאגישע טענות ומענות. כ'בין עלטער, יונגער, העכער און נידריגער און כל מיני סיבות ווי ער איז מסביר בטוב טעם אז ס'קומט זיך אים, און ווי נאר מען פאַלט אריין אין דעם פלאץ ווערט עס באגלייט מיט עפעס אזא סארט 'אנוכי', דער מענטש פארלאזט זיך נישט אויף אנדערע, יעדער איז אים עפעס שולדיג, און אזוי ווייטער. און צוביסלעך ווערט עס דעם מענטש'ס וועג פון פארלאנגען א טובה.
ב. "טאטי, אויב גיי איך יעדן טאג שלאפן אין צייט וועל איך באקומען א נייע בייק?" ס'זענען פארהאן געוויסע קינדער וואס ווערן געבוירן מיט א 'בּיזנעס קאָפ', און זיי זענען פארנומען מאכן דיעלס און געשעפטן מיט די עלטערן. אוודאי איז פארהאן א געדאנק פון באלוינען א קינד, אבער טייל מאל וועט געבויט ווערן א קשר אויף דעם אופן, אויב קומט מען אריין אין צייט און מען עסט שיין נאכטמאל באקומט מען א גוטע זאַך, און אויב נישט וועט מען נישט באקומען. אזא קשר איז א קשר וואס ווענדט זיך אין עפעס, ס'איז נישט סתם מכח אהבה, נאר ביידע צדדים דארפן עפעס פארדינען דערפון. ווען מען ווערט עלטער איז עס ווייטער אויף דעם זעלבן אופן כ'מוז גיין דאווענען אין דעם שול ווייל איך מאַך מיט אים געשעפטן, דא מוז איך גיין צו זיין שמחה ווייל ער איז געקומען צו מיר און אזוי ווייטער, ווען מען לעבט אויף דעם אופן איז עס בעסער ווי די ערשטע מהלך פון זיך ארומדרייען מיט די געפיל אז די וועלט איז מיר עפעס שולדיג, אבער ס'איז א לעבן וואס די נשמה פעלט, אלעס ווערט א פשוטע געשעפט, א ביזנעס דיעל, און דאס הארץ ווערט אינצווישן פארלוירן.
ג. "טאטי! כ'האב אזוי ליב ווען דו דערציילסט מיר א מעשה! אפשר קענסטו מיר עפעס דערציילן?" אזא שפראַך זאגט פאר'ן טאטן אז דאס קינד קוקט ארויס צו האבן א קשר מיט אים. אדער ווען דאס קינד איז אביסל עלטער: "טאטי, אפשר קענסטו מיר צושטעלן א אינגערמאן פאר נאַכט סדר? ס'קומט מיר אָן שווער און איך וויל באמת לערנען!" אזא בקשה וועט א טאטע נישט קענען אָפזאָגן, דאס קינד בעט זיך אז ער וויל שטייגן, ווי קען מען אים דען צוריקווייזן, ווייל דאס קינד פארלאנגט עפעס אויף אַן אופן פון ווילן נענטער ווערן צום טאטן, נענטער ווערן צום אמת און צום תכלית החיים. ווען מען ווערט גרעסער איז דאס א געוואלדיגע מהלך החיים. ווי למשל מען גייט צו א אידישע שמחה ווייל מען וויל זיך מיטפרייען מיט א חבר'ס שמחה, נישט מיט קיין שום חשבונות צו ער איז געקומען צו אונז וכדומה, מען גייט ארויף באזוכן טאטע מאמע נישט ווייל ס'פאסט, נאר פשוט ווייל מיר ווילן האבן א קשר מיט די עלטערן און זיך האלטן נאנט מיט זיי, מען שפירט נישט אז ס'קומט זיך מיר, נאר פונקט פארקערט, מען פארלאנגט, העלף מיך ארויס ווייל איך וויל מער קענען געבן, שיינען און באַלייכטן די וועלט.

ווען ס'קומט צום ערשטן מהלך, ליגט א חוב אויף עלטערן אריינצוגעבן אין דעם קינד די פארשטאנד אז ס'איז נישט די וועג פון א אידיש קינד זיך ארומצודרייען מיט טענות. א אידיש קינד לעבט מיט הכרת הטוב און א צופרידנקייט, מיט אמונה און בטחון, געטרייע טאטע מאמע וועלן אריין לייגן אלע כוחות זיכער צו מאכן אז דער קינד דערהערט דעם יסוד עצום אז ס'קומט זיך אונז גארנישט, ס'איז אלעס א מתנת חנם פון בורא עולם, מען דארף נישט קויפן אדער פארמאגן אלעס, שמחה און צופרידנקייט קומט פון אינעווייניג, און מיר דארפן אנפילן אונזערע הערצער מיט דעם געדאנק פון זיין א שמח בחלקו און אזוי ווייטער. צומאל איז גרינגער פשוט נאכצוגעבן דעם פארלאנג, ווייל דאס קינד שרייט און פארפירט, אבער מיר פארפאסן דעם גאלדענעם געלעגנהייט פון לערנען אונזערע קינדער זיך צו פארלאזן אויף בורא עולם, און וואס קומט זיך אונז וועט אנקומען און קיינער קען עס נישט אוועקנעמען, מיר פארפאסן צו לערנען דעם קינד אז ער/זי איז אייגנארטיג און מען דארף זיך נישט פארגלייכן צו דאס וואס יענער האט אדער פארמאגט און אזוי ווייטער.

ווען ס'קומט צום צווייטן מהלך, ווי געזאגט, ס'איז אסאך בעסער פון דאס ערשטע און ווי דערמאנט איז עס צומאל א געצייג צו ארבעטן מיט א קינד. אבער אויב בויען מיר דעם גאנצן קשר אויף אזא אופן קענען מיר בטעות אומבאמערקט פארפאסן א גאלדענע געלעגנהייט פון בויען אַן אמת'ע ליבליכע קשר - א קשר וואס איז געבויט נישט אויף מתנות אדער געשעפטן, נאר פון הארץ צו הארץ, בבחינת אם הבנים שמחה. אויב מען טראכט צופיל פון דעם ביזנעס דיעל און ווי יעדער דארף באקומען א באלדיגע פארדינסט דערפון, קען עס צומאל אוועק נעמען די נשמה פונעם קשר, ווי למשל צוויי שותפים וואס זענען נאר נאנט צוליב די געשעפטן, אבער אויב די ביזנעס וועט זיך צושפאַרן ווערט אויס קשר. צומאל מאכן מיר אזעלכע געשעפטן מיט אונזערע נאנטע, טו מיר דאס און איך וועל טוען יענץ, אבער צווישן די דיעלס ווערט די נשמה פונעם קשר פארלוירן.

אבער ווען ס'קומט צום דריטן אופן מאכט זיך אויף א נייע וועלט, ס'איז א וועלט ווי דער קינד בעט אויף אַן אופן וואס דער טאטע קען נישט סתם אפזאגן. ווען א קינד בעט זיך, "טאטי, כ'האב אזוי ליב ווען דו דערציילסט מיר א מעשה." ערוועקט עס א נאנטשאפט וואס קען נישט ארויסגעברענגט ווערן אויף פאפיר. דעם טאטנ'ס הארץ צוגייט און דער תירוץ וועט געווענליך זיין, "יא שעפעלע, זיכער מיין קינד.." און ווי דאס קינד ווערט גרעסער, אויב וועלן די בקשות זיין אין א וועג וואס דער קינד וויל נענטער ווערן צום טאטע, נענטער ווערן צו זיך אליין, מער שיינען און לייכטן, וועט דער תירוץ האפנטליך כמעט אייביג זיין: "זיכער, מיין קינד!"

צומאל מאכט זיך אז א קינד בעט גאר א גרויסע השגה'דיגע זאך און מיר עלטערן ווערן אביסל דערשראקן. טאטי, איך וויל נעמען נאך א חברותא פאר די בין הסדרים שעות, וכדומה. אדער דאס קינד האט גרויסע שאיפות וואס די עלטערן האלטן אז דאס קינד קען עס נישט דערגרייכן, און אמאל וועלן זיי עס אפווארפן און אוועקמאכן. דארפן מיר געדענקן אז ווען דאס קינד ווייזט ארויס א תשוקה צו גיין העכער, אָנקומען ווייטער, דארפן מיר זיין געוואָרנט און באמערקן אז כאטש ס'איז גרויס און צומאל מער ווי ערווארטעט, אבער אויב איז עס א טריט נענטער צו דעם קינד'ס תפקיד פון באלייכטן און באשיינען די וועלט איז עס א געוואלדיגע זאַך, און געטרייע עלטערן וועלן טון אלעס אין זייער מעגליכקייט צו מאכן דעם חלום פאר א ווירקליכקייט, אפילו ער פארלאנגט עפעס וואס זעט אויס ווייט פון דער מציאות.

דערמיט קומען מיר צוריק צו אונזער הייליגער ספר במדבר, וואס אז מען דערהייבט זיך און מען כאפט א בליק פון העכער, באמערקט זיך גאר קלאר אז ספר במדבר האט אין זיך
די אלע דריי געדאנקען און מהלכים, און די תוה"ק לערנט אונז גאר קלאר ווי א איד דארף זיך פירן.

אין ספר במדבר טרעפן מיר דעם געדאנק וואס מיר האבן שוין עטליכע מאל געשמועסט, ווי כלל ישראל טוט זיך אפרעדן. וילונו העם על משה ועל אהרן - איינמאל און נאכאמאל. מיר האבן זיך אפגערעדט, מיר האבן נישט געגלייבט און זיך נישט פארלאזט, מיר זענען כסדר אריינגעפאלן אין דעם פלאץ וואס ס'דאכט זיך כאילו ס'קומט זיך אונז, עס איז פארלוירן געווארן אנזער ריינע אמונה און בטחון אין בורא עולם, מיר האבן פארגעסן אז אלעס איז א מתנת חנם. אבער אונזער באליבטער טאטע וויל אונז לערנען עד סוף כל הדורות דעם יסוד נפלא אז מען מוז אנפילן דעם הארץ מיט אמונה און בטחון, און מיר טארן זיך נישט ארומדרייען מיט טענות. מיר מוזן אריינברענגען אין אונזער לעבן דעם געדאנק אז אלעס וואס מיר האבן איז א בלויזע מתנת חנם, ווייל באמת קומט זיך אונז גארנישט, און אויף דאס וואס מיר האבן דארף מען כסדר דאנקן און לויבן אָן אויפהער... מען דארף זיך פארלאזן אויף דעם מלך העולם וואס האט אונז ליב און טוט אונז באגלייטן אויף טריט און שריט. און ליידער ווען מיר האבן זיך פארגעסן, האט אבינו שבשמים אונז כסדר דערמאנט. ס'איז געווען שווער, ס'איז געקומען מיט שארפקייט, דער ערשטער דור האט נישט זוכה געווען אריינצוגיין קיין ארץ ישראל, אבער הקב"ה מיט ליבשאפט טוט אונז דערמיט לערנען: "מיין קינד, נישט אזוי בעט מען, נישט אזוי באקומט מען, נישט אזוי לעבט מען. - א איד לעבט א לעבן פון שמחה און אמונה, א איד ווארפט זיך ארויף אויף אבינו שבשמים, א איד ווייסט און גלייבט אז הקב"ה פארזארגט."

דערנאך, אז מען כאפט א בליק אין די וואכעדיגע פרשה, פרשת מטות, האבן מיר דעם צווייטן מהלך פון מאכן א קשר, וואס קומט אויף אַן אופן פון א געשעפט. מיר טרעפן אין די פסוק אז די בני גד ובני ראובן, האבן געוואלט באקומען די עבר הירדן, ווייל דארטן איז דא אסאך פאשע פאר די קוען – האט משה רבינו געמאכט מיט זיי א תנאי אז אויב וועלן זיי מיט גיין אין מלחמה וועלן זיי עס באקומען. פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט קיין השגה אין די ענינים פון די הייליגע שבטים, נאר לשבר אז האוזן באמערקט זיך דא דעם יסוד אז זיי האבן געבעטן עפעס פון משה רבינו. אבער אונזער הייליגער רבי איז נישט געגאגען צו בורא עולם, נאר ער האט אליין געמאכט דעם תנאי, און דאס איז עס. דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז ס'איז נישט געווען עפעס וואס זיי האבן געבעטן נשמה'דיג פון בורא עולם און באקומען, נאר ס'איז געווען מער ווי א תנאי וואס זיי האבן ערפילט. דערמיט לערנט אונז די תוה"ק אז ווי פארשטענדליך איז דאס צומאל א מהלך אבער ס'איז נישט דער מהלך ווי א איד באקומט עפעס אלץ א דירעקטע מתנה פון בורא עולם.

אבער דערנאך קומען מיר צום שפיץ פון ספר במדבר, וואס אחרון אחרון חביב, מיט דעם ענדיגט זיך דער סדר במדבר. די תוה"ק דערציילט אונז אַן ענין וואס בעצם פאנגט זיך אָן לעצטע וואך אין פרשת פנחס, די מעשה מיט די בנות צלפחד. ברידער, לאמיר זיך דערין פארטיפן, ס'וועט אונז בעזר ה' לעכטיג מאכן די אויגן.

פאריגע וואך אין די פרשה געפינען מיר: וַתִּקְרַבְנָה בְּנוֹת צְלָפְחָד בֶּן חֵפֶר בֶּן גִּלְעָד בֶּן מָכִיר בֶּן מְנַשֶּׁה לְמִשְׁפְּחֹת מְנַשֶּׁה בֶן יוֹסֵף וְאֵלֶּה שְׁמוֹת בְּנֹתָיו מַחְלָה נֹעָה וְחָגְלָה וּמִלְכָּה וְתִרְצָה וכו'. כלל ישראל גרייט זיך אריינצוגיין קיין ארץ ישראל, און מען צוטיילט די נחלות צווישן די אידישע קינדער, יעדער זכר האט באקומען א נחלה אין ארץ ישראל, און די פרויען באקומען נישט קיין ירושה. אבער די בנות צלפחד האבן א פראבלעם, ווייל זייער טאטע איז נפטר געווארן און האט איבערגעלאזט בלויז טעכטער, זיי האבן נישט געהאט קיין ברידער וואס זאלן באקומען א חלק, זענען זיי געגאנגען צו משה רבינו און געבעטן "לָמָּה יִגָּרַע שֵׁם אָבִינוּ מִתּוֹךְ מִשְׁפַּחְתּוֹ כִּי אֵין לוֹ בֵּן תְּנָה לָּנוּ אֲחֻזָּה בְּתוֹךְ אֲחֵי אָבִינוּ - פארוואס זאל דער נאמען פון אונזער פאטער פארמינערט ווערן, ווייל ער האט נישט קיין זון? געב אונז אויך א ארבטייל צווישן די ברידער פון אונזער טאטן."

לערנענדיג די פסוקים שטעלט מען זיך גלייך אָפ, די תורה הקדושה זאגט אונז אז ווען א מענטש שטארבט גייט די ירושה אריבער צו די זון. אזוי איז די הלכה ביז'ן היינטיגן טאג, א פרוי ירש'נט נישט. אויב אזוי וואס איז פשט אז עטליכע מיידלעך בעטן אז זיי ווילן א חלק אין ירושה? אבער משה רבינו גייט גלייך מיט'ן פארלאנג צו בורא עולם און ווי שאקירט איז צו זען די תירוץ וואס משה רבינו האט באקומען: וַיֹּאמֶר ה' אֶל משֶׁה לֵּאמֹר: כֵּן בְּנוֹת צְלָפְחָד דֹּבְרֹת נָתֹן תִּתֵּן לָהֶם אֲחֻזַּת נַחֲלָה בְּתוֹךְ אֲחֵי אֲבִיהֶם וְהַעֲבַרְתָּ אֶת נַחֲלַת אֲבִיהֶן לָהֶן. דער באשעפער זאגט, יא, די בנות צלפחד פארדינען זיך אַן אייגענע נחלה. און רש"י לייגט צו די באקאנטע הייליגע ווערטער "יפה תבעו, אשרי אדם שהקב"ה מודה לדבריו." דער באשעפער אליין האט געגעבן כביכול א הסכמה אויף זייער פארלאנג: אט אזוי רעדט מען - זיי האבן גוט געבעטן! ס'איז עפעס אויסטערליש וואונדערליך, און אז מען טראכט אריין באמערקט זיך אז דאס איז עפעס א זעלטענע ערשיינונג אזא סארט לשון און מציאות, א אידיש קינד בעט און גלייך באקומט מען, און נישט נאר האבן זיי באקומען, נאר די גאנצע מציאות פון מצוות ירושה ווערט געטוישט. א דאנק די בנות צלפחד האט זיך הלכות נחלות געטוישט אויף שטענדיג!

אז מען כאפט א בליק אין אונזער פרשה, ממש ביים סוף פרשת מסעי, טרעפן מיר די המשך פון דעם מעשה. די בני מנשה זענען געקומען צו משה רבינו מיט דער טענה, אז טאמער די בנות צלפחד וועלן יעצט גיין חתונה האבן מיט א איד פון א צווייטן שבט, וועט דאך אויסקומען אז די נחלה פון זייער טאטן וועט אריבערגיין צו א צווייטן שבט: וְהָיוּ לְאֶחָד מִבְּנֵי שִׁבְטֵי בְנֵי יִשְׂרָאֵל לְנָשִׁים, וְנִגְרְעָה נַחֲלָתָן מִנַּחֲלַת אֲבֹתֵינוּ, וְנוֹסַף עַל נַחֲלַת הַמַּטֶּה אֲשֶׁר תִּהְיֶינָה לָהֶם וּמִגֹּרַל נַחֲלָתֵנוּ יִגָּרֵעַ. און אט דארט טרעפן מיר דעם זעלבן לשון: וַיְצַו מֹשֶׁה אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל עַל פִּי ה' לֵאמֹר כֵּן מַטֵּה בְנֵי יוֹסֵף דֹּבְרִים. דער באשעפער איז מסכים מיט די טענה, און עס ווערט צוגעלייגט א דין אז אויב די טעכטער ירשנ'ען ווייל ס'איז נישט דא קיין זין, מוזן זיי חתונה האבן מיט א מענטש פון זייער אייגענעם שבט, כדי די נחלה זאל נישט ארויסגיין פון די הענט פון דעם שבט.

לכאורה ווערט דא א שטיקל וואונדער. במשך די פריערדיגע פרשיות האבן אידן געהאט פארשידענע פארלאנגען, מען האט געבעטן ברויט, וואסער, פלייש און בדרך כלל האט זיך
עס נישט אויסגעלאזט גוט. דא זעען מיר פלוצלינג א הערליכער קשר, די אידן פארלאנגען זאכן און דער באשעפער אנטפלעקט זיך און איז מסכים מיט זייערע טענות און מען טוישט די תורה לכבודם. וואס האט דא פאסירט?

אז מען קוקט צוריק אביסל וועט מען זען אז דאס איז גראדע נישט די ערשטע מאל. צוריק אין פרשת בהעלותך, טרעפט מען אז אידן האבן נישט געקענט מקריב זיין דעם קרבן פסח ווייל זיי זענען געווען טמא, און זיי זענען געקומען צו משה רבינו מיט א פארלאנג: למה נגרע? פארוואס זאלן מיר ארויספאלן פונעם קרבן פסח? און דער באשעפער האט זיי טאקע נאכגעגעבן און געמאכט דעם פסח שני פאר אלע אידן וואס האבן נישט געקענט דעם ערשטן מאל זיך צושטעלן. אז מען טראכט אריין וועט מען זעהן אז אין די אלע דריי פלעצער זעט מען א לשון פון 'גרעון'. ביי פסח שני האבן די אידן געזאגט 'למה נגרע', די בנות צלפחד האבן זיך געבעטן 'לָמָּה יִגָּרַע שֵׁם אָבִינוּ', און אזוי אויך סוף פרשת מסעי האבן די בני יוסף געזאגט 'וְנִגְרְעָה נַחֲלָתָן'. דער שטריך וואס לויפט דורך די געשיכטעס איז אז די אידן זענען נישט געקומען מיט טענות, פון וילנו העם על משה, אזוי אויך זענען זיי נישט געקומען מיט קיין ביזנעס געשעפטן, איך געב דאס און דו געב מיך נאך יענץ, נאר זיי האבן פשוט זיך געבעטן, איך וויל נישט אוועקפאלן, איך וויל נישט זיין א אויסנאם, איך וויל זיין א חלק פון כלל ישראל.

עס שטעלט זיך דא ארויס אז ס'איז פארהאן א מהלך פון בעטן וואס דער איד זאגט צום באשעפער: טאטע, איך וויל זיין נאנט. טאטע, איך וויל האבן א חלק, איך וויל נישט זיין ארויסגעפאלן, אבער נישט ווייל יענער האט און איך בין מקנא, נאר ווייל איך וויל אויך זיין א טייל פון די נחלת ארץ ישראל, ווייל סיי וועלכע זאַך וואס איז פארהאן וואס קען מיר ברענגן נענטער צו דיר, סיי וועלכע זאַך וואס קען מיר ברענגן נענטער צו מיין תכלית החיים וויל איך האבן א חלק דערין, איך וויל וואקסן און שיינען און מקדש זיין דיין הייליגע נאמען אויף די וועלט, איך בין קיינמאל נישט זאַט פון ווערן נענטער. אט דאס איז א מציאות וואס הקב"ה זאגט נָתֹן תִּתֵּן לָהֶם, דער איד באקומט אָן א שיעור, מיר זענען זוכה צו טוישן דעם מציאות, און אונזער בקשה ווערט פשוט דער נייע מצוות ה'. ס'איז אומגלויבליך אז ווען מיר בעטן מיט א טאָן פון התקרבות, ווען אונזער בקשה קומט פון הארץ ארויס און א רוף צו אבינו שבשמים צו ווערן נענטער, ווערן מיר גלייך געענטפערט מיט השפעות טובות און דער גאנצער מציאות טוישט זיך.

אט טרעפן מיר דא צום סוף פון ספר במדבר א געוואלדיגע סגולה און הדרכה פאר אונזער טעגליכע לעבן. יעדער פון אונז האט שוועריגקייטן און בקשות וואס מיר ווילן אזוי שטארק געהאלפן ווערן, אין די פסוקים דערהערן מיר א יסוד אז ווען מיר בעטן אויף אַן אופן וואס מיר פארשטייען אז מיר פארדינען זיך עס נישט, די גאנצע מתנה איז א מתנת חנם, און מיר האבן אפילו נישט וואס צוריקצושענקען, אבער דאך בעטן מיר און מיר וויינען צום טאטן אין הימל, ניין מיר ווילן נישט אוועקפאלן, מיר ווילן נישט זיין אין דעם מצב פון 'גרעון', קענען מיר ממש איבערדרייען דעם מציאות. ווען אונזער איינציגע פארלאנג איז צו נאנט ווערן צו אונזער טאטע, גייט דער פארלאנג גלייך ארויף צום כסא הכבוד און מיר באקומען אַן ענטפער פון באשעפער אליין. אויב א איד שרייט אויס: טאטע, איך וויל אויך האבן א חלק, איך וויל אויך זיין פון די וואס זענען זוכה צו קדושת ארץ ישראל, איך וויל אויך מקריב זיין דעם קרבן פסח, איך וויל אויך האבן ערליכע קינדער, איך וויל אויך דינען דעם באשעפער - ווען א איד בעט מיט א תכלית נאנט צו ווערן צו העכערקייט, ווערן מיר געענטפערט מיט דעם נתן תתן...

אוודאי איז אויך דא א מהלך פון בעטן פאר די אייגענע צרכים. א מענטש מעג מתפלל זיין אז ער וויל האבן געלט, ער וויל האבן געזונט און נחת און אלע גוטע זאכן, און ער מעג צוזאגן אז ער וועט זיך פארבעסערן, געבן א נדבה לעילוי נשמת א צדיק וכו', אבער דעמאלט איז דאס נישט דער זעלבער סארט קשר... אבער ווען ס'איז נישט מיט אַן אופן פון א ביזנעס געשעפט, נישט אין א וועג אז איך וועל טון עפעס בתנאי אז דו טוסט מיך צוריק, און אוודאי נישט מיט אַן אופן פון טענות כלפי מעלה חלילה, נאר אין א וועג פון אמת'ע נאנטשאפט און התקרבות לה', מיט א געשריי פון למה נגרע, עפענען זיך אלע טויערן.

מען דערציילט א משל פון צדיקים: ס'איז געווען א טאטע וואס האט געזאגט פאר זיינע קינדער: "מען דארף ארויפטראגן א שווערן פעקל אויפ'ן בארג, ווער ס'וועט אריבער טראגן דעם שווערן פעקל וועט באלוינט ווערן." די קינדער האבן געהערט און זיי האבן זייער געוואלט באקומען דעם באלוינונג. איין קינד האט פרובירט זיך ארויפצושלעפן, אבער דער פעקל איז געווען זייער שווער, ס'איז נישט געגאנגען, האט ער אויפגעגעבן. דער צווייטער האט פרובירט גיין אביסל ווייטער, מיט די לעצטע כוחות איז ער געגאנגען אבער צום סוף האט ער אויך געמוזט אויפגעבן. איז געקומען צוגיין דער דריטער און אנגעהויבן שלעפן, ווען ער האט געשפירט אז ער קען עס שוין נישט דערהייבן האט ער געגעבן א שריי, "טאטי, ס'איז אזוי שווער... העלף מיר צו…" די ברידער האבן געזאגט: ניין, דארפסט עס טון אליין. אבער ווי ערשטוינט זענען זיי געווארן זעענדיג ווי דער טאטע קומט צו און העלפט דעם קינד. דערנאך זאגט דער טאטע פאר די משפחה: "קינדערלעך טייערע, איך האב נישט געזאגט אז מען מוז עס 'אליין' ארויפשלעפן, אדרבה, איך האב געוואוסט אז ס'איז צו שווער פאר אייך אליין, כ'האב נישט ערווארטעט אז איר זאלט עס טוען אליין, און דווקא דאס האב איך געוואלט, איר זאלט זיך אויסלערנען אז ווען מען דארף עפעס בין איך אייער טאטע און כסדר גרייט אייך צו העלפן…"

ווען א איד באגעגנט זיך מיט א גרעון, מיט א פראבלעם, דארף מען וויסן אז אבינו שבשמים קוקט ארויס אז מיר זאלן זיך ווענדן צו אים מיט דעם פראבלעם. לאמיר אויסנוצן דעם געלעגנהייט און אויסשרייען צום טאטן אין הימל: מיר ווילן זיין נענטער צו דיר, מיר ווילן דיך קענען דינען בעסער און שטערקער, מיר ווילן קענען מחנך זיין ערליכע קינדער, מיר ווילן האבן פרנסה דיך צו קענען דינען, איך בעט דיך, העלף אז מיר זאלן נישט זיין ארויסגעפאלן, איך קען דאָך נישט אליין, אבער דו ביסט דער כל יכול, דו קענסט אלעס טוישן אז א אידיש קינד זאל חלילה נישט ארויספאלן פון דעם כלל, העלף מיר צו, שטיי מיר צום האנט...

לאמיר יעצט צוריקקומען צו פרשת מטות וואס פאנגט זיך אן מיט דער ענין פון נדרים. די תורה לערנט אונז די זעלבע יסוד, ס'איז דא א איד וואס וויל מער, א איד וואס וויל זיך אונטערנעמען עפעס א דבר קדוש, ער מאכט א נדר און אט ווערט עס א מצוה. א נדר ווערט געמאכט פרייוויליג, אָן קיין חשבונות, דער איד שפירט אז ער וויל נעמען נאך עפעס אויף זיך. הקב"ה זאגט אונז אז דער פעולה ווערט יעצט א מצוה, די קבלה טובה וואס דער איד האט גענומען אויף זיך איז געווארן א חלק פון תורת ה', ווען א איד וויל שטייגן, און ער שרייט אויס "איך נעם אויף מיר א נדר", ווערט ער באלוינט אז אט זיין קבלה טובה ווערט א חלק פון תורת ה'. די גאנצע בריאה דרייט זיך איבער פאר דעם הייליגן איד וואס איז משתוקק און וויל ווערן העכער און נענטער צו אין סוף ברוך הוא.

עס שטייט אין ספר חסידים אז אויב איינער בעט עפעס פון באשעפער אין רוחניות, ווי למשל אז ער וויל מצליח זיין אין לערנען אדער אנדערע רוחניות'דיגע ענינים, "ושופך נפשו עליו", ער גיסט אויס זיין הארץ דערויף, וועט דער אויבערשטער צוהערן זיין תפילה, "אף על פי שאין בידו מעשים טובים", אפילו ער האט נישט קיין זכותים. אט דעם געדאנק זעען מיר דריי מאל אין סדר במדבר, ווען א איד בעט עפעס ווייל ער וויל ווערן נענטער צום באשעפער, וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובתו. אזוי אויך הרב הגאון ר' אליהו דסלר זצ"ל שרייבט אז אויב א איד וויל שטייגן אין עבודת ה' דארף ער אריינלייגן גרויס יגיעה און זיך מתקן זיין צו קענען דערגרייכן א מדריגה. אבער ס'איז דא א וועג פון קפיצת הדרך, וואס ווען דער מענטש וויינט זיך אויס צום באשעפער און איז מתפלל אז ער וויל זוכה זיין צו העכערקייט, ער וויל לעבן א העכערע לעבן, וועט ער איבערשפרינגען אלע מחיצות און דערגרייכן גאר הויעך.

טייערע ברידער און שוועסטער, ווער האט דען נישט עפעס א גרעון, עפעס א פראבלעם וואס מען דארף הילף דערויף. אנשטאט זיך צו פארקלעמען און פאר'דאגה'ן, לאמיר זיך עפענען דעם הארץ צום אין סוף ברוך הוא און אויסשרייען פון די טיפענישן פון די נשמה: מיר ווילן זיין נאנט צו דיר, מיר ווילן נישט אוועקפאלן. רבונו של עולם, נעם מיך אריין אונטער דיינע פליגלען. איך בעט דיר, מאך מיר א חלק און געב מיר כח!" און מיט אזא שפראך קענען מיר דורכברעכן אלע ווענט. במדבר איז א לשון פון דיבור, רעדן. דער ספר במדבר לערנט אונז אויס ווי אזוי צו רעדן צום בורא כל עולמים, וואספארא שפראך צו נוצן. לאמיר נישט נוצן א שפראך פון טענות, לאמיר נישט נוצן ווערטער פון ביזנעס, לאמיר נוצן א הארץ שפראַך. לאמיר זיך עפענען די נשמה און זיך אויסגיסן פאר'ן בורא כל עולמים, יא מיר האבן א פראבלעם, יא מיר זענען ארויסגעפאלן, מיר זענען נישט אזוי געוואלדיג. און טאקע וועגן דעם גיסן מיר זיך אויס דעם הארץ צום באשעפער, ווייל מיר ווילן יא ווערן אריינגענומען תחת כנפי השכינה. זאל דער אויבערשטער העלפן אז אלע תפילות זאלן מקויים ווערן, ויה"ר אז אט זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, ס'זאל מקוים ווערן דעם פסוק כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• א איד פארלאנגט נישט קיין זאכן מיט טענות, נאר מיט הכרת הטוב.
• ווען מען בעט עפעס פון טיפן הארצן, ווייל מען וויל נאנט ווערן, עפענען זיך אלע טויערן.
• יעדע תפילה איז א געלעגנהייט צו פארלאנגען אז מען וויל זיין א חלק פון כלל ישראל און נאנט ווערן צום באשעפער.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: מטות מסעי - באקום וואס דו ווילסט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”