חקת-בלק - דער שלאַנג דערמאַנט!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

חקת-בלק - דער שלאַנג דערמאַנט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

פרשת חקת הייבט זיך מיט די פרשה פון פרה אדומה, אבער ווי מיר גייען אביסל טיפער אריין אין די פרשה באמערקט זיך דאס אומגלויבליכע. ס'נעמט נישט לאַנג און ווידער טוט זיך כלל ישראל אָפרעדן און האבן טענות, און דווקא אויף די זעלבע נקודות וואס מיר זענען שוין עטליכע מאל פאַרהאַנקערט געווארן, ווי דער פסוק זאגט: וַיָּרֶב הָעָם עִם משֶׁה וַיֹּאמְרוּ לֵאמֹר וְלוּ גָוַעְנוּ בִּגְוַע אַחֵינוּ לִפְנֵי ה': וְלָמָה הֲבֵאתֶם אֶת קְהַל ה' אֶל הַמִּדְבָּר הַזֶּה לָמוּת שָׁם אֲנַחְנוּ וּבְעִירֵנוּ: - "דאס פאלק האט געקריגט מיט משה און האבן אים געזאגט, הלוואי וואלטן מיר אומגעקומען מיט אונזערע ברידער [ביים עדת קרח] פאר'ן באשעפער, און פארוואס האט איר געברענגט דעם אידישן פאלק צום מדבר אז מיר און אונזערע בהמות זאלן אויסשטארבן."

עטליכע פסוקים שפעטער ווען זיי לאָזן זיך אין וועג אריין, פאסירט אויך די זעלבע מעשה. די אידישע קינדער רעדן זיך אָפ: לָמָה הֶעֱלִיתֻנוּ מִמִּצְרַיִם לָמוּת בַּמִּדְבָּר "כִּי אֵין לֶחֶם וְאֵין מַיִם" וְנַפְשֵׁנוּ קָצָה בַּלֶּחֶם הַקְּלֹקֵל. דאס פאלק גלייכט נישט די מן, און מען רעדט זיך אפ אז ס'איז נישטא קיין וואסער און ברויט. ווי מען לערנט די פסוקים פרעגט זיך פשוט, ווי איז מעגליך אז די אידישע קינדער זאלן זיך אפרעדן אויף די זעלבע זאַך איינמאל און נאכאמאל? הקב"ה האט דאך שוין אזוי פיל מאל געגעבן און געוויזן?

די אידן זענען באַשטראָפט געווארן מיט די שלענג וואס האבן געביסן און פארגיפטעט. די אידישע קינדער זענען געלאפן צו משה רבינו און אויסגערופן 'חטאנו', מיר האבן געזינדיגט. משה האט פאר זיי געדאוונט און דער פסוק זאגט: וַיֹּאמֶר ה' אֶל משֶׁה עֲשֵׂה לְךָ שָׂרָף וְשִׂים אֹתוֹ עַל נֵס וְהָיָה כָּל הַנָּשׁוּךְ וְרָאָה אֹתוֹ וָחָי - הקב"ה האט געהייסן אז משה זאל מאכן א שלאַנג פון קופער און עס אויפהענגען אויף א הויכע שטעקן, און די אלע וואס זענען געביסן געווארן זאלן קוקן אויף דעם שלאנג און דאס וועט זיי אויסהיילן.

לאמיר זיך פארטיפן און אריינטראכטן, וואס איז דער געדאנק און טיפקייט פון דעם נחש הנחשת, און פארוואס האט זיך אויסגעפעלט ארויפצוהענגען דעם שלאַנג? בפרט אז מען טרעפט אין די פסוקים אז די אידישע קינדער האבן דאך שוין פארדעם אויסגערופן און מודה געווען 'חטאנו'. אויב אזוי, פארוואס האט זיך נאך פארלאנגט אז מען זאל דארפן דעם שלאנג? הקב"ה קען דאך פשוט היילן, אָן דעם ספעציעלן שלאַנג. ווי פארשטענדליך האבן מיר נישט קיין שום השגה אין די אומגעהויערע טיפע ענינים, מיר שמועסן נאר אויף אונזער מדריגה אלעס מיטן ציל בעזר ה' ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

ס'איז דא א באקאנטע מעשה וואס די וועלט דערציילט. א איד האט אמאל באזוכט ביים חבר שמערל אין שטוב, און אויפ'ן וואנט איז געהאָנגן א צוריסענע האַלבע מאַנטל. אויף די פארוואונדערטע אויגן פון דעם גאסט וואס זוכט דא א צעריסענע מאנטל, בפרט אז שמערל איז געווען א איד א נגיד, האט שמערל געזאגט: "קום, כ'וועל דיר דערציילן וואס די מאנטל באדייט."

שמערל האט אנגעהויבן דערציילן: מיין אלטער טאטע, זייענדיג זייער נישט געזונט פלעגט ער ביי אונז איינשטיין. ס'איז אבער געווען זייער שווער און כמעט אוממעגליך צו דערהייבן, ביז ס'איז געקומען צו א מצב אז מיר האבן נישט געהאט קיין ברירה נאר אים געמוזט אריינשטעלן אין א מושב זקנים. דער טאטע האט בשום אופן נישט געוואלט גיין אבער כ'האב זיך פארמאכט דאס הארץ און אים ארויסגעשיקט מיט געוואלד. פון דער מושב זקנים האט זיך מיין טאטע ארויסגעזען, און אזוי האט ער זיך געדרייט פון פלאץ צו פלאץ, ביז דער טאטע איז ליידער אנגעקומען אין גאס, און ער איז געווארן א היימלאזער מענטש ר"ל.

ויהי היום איין טאג באמערק איך ווי מיין קליינער שמוליק מאכט אויף דעם שאנק, און נישט מער און נישט ווייניגער, ער נעמט ארויס א שיינע מאנטל און הייבט עס אָן אויפשניידן אין האלב. איך האב זיך גענומען שרייען, "שמוליק, וואס איז מיט דיר?!" האט ער רואיגערהייט געענטפערט, "טאטי, נעכטן ווען איך בין געגאנגען שפאצירן האב איך געטראפן זיידי'ן אויפן גאס, ער איז געווען אינגאנצן נאָכגעלאזט, די האָר באוואַקסן, די גוף האט אים געציטערט פון קעלט, כ'האב אים כמעט נישט דערקענט. ער האט מיר געבעטן אז כ'זאל אים ברענגן א מאַנטל ווייל ער ווערט געפרוירן, בין איך געגאנגען נעמען א מאנטל פאר אים…"

"נו, איז פארוואס צושניידסטו עס?" פארשטיי איך ווייטער נישט. און מיין קלוגער זון ענטפערט מיר: "ווייל ס'וועט דאך קומען דער טאג וואס דו וועסט אלט ווערן, און איך וועל דיר מוזן ארויסשיקן אין גאס, און דעמאלט וועל איך דארפן האלב פאר דיר, דערפאר געב איך איין האלב פאר זיידי און איין האלב לייג איך אוועק פאר דיר…"
און שמערל האט אויסגעפירט: "אט די תמימות'דיגע ווערטער האט מיר צושוידערט, אט דעמאלט האב איך געכאַפט אז דאס וואס איך טו, די וועג ווי אזוי איך פיר מיך ווערט די איינגעפירטע הנהגה ביי מיר אין שטוב, און וועט גאר צוריקקומען צו מיר אליין. מיר זענען שנעל געגאנגען און צוריק געברענגט דעם טאטן אין שטוב אריין און די האלבע מאנטל האבן מיר אויפגעהאנגען צו געדענקן אז כיבוד אב ואם איז דער אקסידזשען פון אונזער שטוב, ס'דערמאנט אונז פון ווי מיר קומען און ווי אהין מיר גייען…"
די מעשה האט אסאך געדאנקען און טיפקייטן, אבער ווען מען שטעלט זיך אָפ און מען טראכט אריין, כאפט א שוידער. וויפיל מאל טוען מיר געוויסע פעולות, און דער מענטש ווייסט ביי זיך אין הארץ אז נישט אזוי טוט מען, ס'איז פארהאן א ריכטיגע וועג עס צו טון, אבער פונדעסטוועגן טוען מיר עס ווייטער. וויפיל מאָל גייען מיר ערגעץ און מיר ווייסן אז ס'איז בכלל נישט אויסגעהאַלטן, אבער מיר זענען שוין דארט, ס'איז גרינגער און באקוועמער צו בלייבן אויף דעם פלאץ, און מען מאכט זיך צו די הארץ און די אויגן און מען 'פארגעסט'. פיל מאל ביז ס'קומט נישט אין פנים אריין וועט דער מענטש זיך מאכן כאילו די מציאות עקזיסטירט נישט, כאילו דער פראבלעם איז נישט קיין פראבלעם, כאטש וואס אין מח ווייסן מיר פאר יאָרן אז ס'איז פארהאן א פראבלעם וואס דארף אדרעסירט ווערן און מיר טוען גארנישט דערצו, וואס בדרך כלל ווערט דער מצב צוביסלעך ערגער און ערגער. אבער ווילאנג דער מאנטל ווערט נישט צושניטן פאָרנט פון די אויגן ערוועקט מען זיך נישט.

צומאל ווייסן מיר עפעס גאנץ קלאר, דער מענטש קען יארן לאנג אריבערגיין דאס לעבן, וויסנדיג די זעלבע יסוד טאג איין טאג אויס. מיר האבן עס ארויס און מיר ווייסן דעם אמת, אבער פארן מענטש איז עס צו שווער זיך אוועק צו רוקן פון זיין געוואוינהייט. דאס קומט נישט צוליב א חסרון ידיעה, ווייל אָפטמאָל ווייסן מיר וואס מיר האבן צו טון, צומאל זענען מיר גאר קלאר. אבער דער מענטש בלייבט אויפ'ן זעלבן פלאץ, צו דאס איז מיט די קינדער, מיט די שטוב, מיט די עבודת ה' דער מענטש איז צו באקוועם זיך אויפצומאכן און זיך נעמען אין די הענט אריין.

ס'איז באקאנט דאס ווארט פון די סלאנימער רביים זי"ע אויף דעם וועלטס מאמר – "ווי א ביבער וואס גייט אין פאסטקע" מען נוצט דאס אויף איינעם וואס גייט אריין אין נעץ כאטש ער ווייסט אז ס'טויג נישט. זאגט מען נאך אז דער ביבער האט א טבע אז ער גייט כסדר צוריק די זעלבע וועג פון וואו ער איז געקומען, נו איז דאך פשוט אז ווען מען וויל אים פאַנגען לייגט מען א נעץ אויפ'ן וועג צוריק, און אזוי אויפ'ן וועג צוריק כאפט מען אים. ווען דער ביבער קומט צוריק און ער באמערקט דעם נעץ שטעלט ער זיך אָפ און פאַנגט אָן וויינען אבער כאטש וואס ער וויינט שפאצירט ער ווייטער אין נעץ אריין מיט טרערן אין די אויגן, ער ווייסט זיין פראבלעם אבער ער קען נישט גיין ערגעץ אנדערש. האבן די צדיקים אין סלאנים געזאגט אז דער מענטש איז צומאל אויך אזוי. פיל מאל מאכט זיך אז מיר ווייסן גאר קלאר אז די פלאץ ווי מיר גייען איז א נעץ, מיר גייען געפאנגען ווערן, דער מענטש ווייסט אז אט דעם וועג אדער דעם פלאץ איז א חורבן, אבער מיט דעם אלעם גייען מיר ווייטער, וויסנדיג אז דאס קען ברענגען א חורבן חלילה, אט דער הנהגה וועט מיר מכשיל זיין, ס'וועט זיין א גרויסע שטער אין מיין שמירת עינים און שמירת המחשבה, דער פלאץ איז נישט גוט אבער
דאך...

יעדער מענטש וואס טראכט אביסל, ווייסט גאנץ גוט זיינע שוואכקייטן וואו ער דארף זיך פארבעסערן, און איז גוט באקאנט מיט זיינע שוועריגקייטן און פראבלעמען, אבער דאך... ס'איז אים גרינגער צו בלייבן אויף די אלטע באקוועמע צוגעוואוינטע פלאץ. ער איז געוואוינט צו דעם הנהגה און דער באַן פאָרט, טאג איין טאג אויס. ס'איז גרינגער צו לאזן דעם קאר אויף קרוז קאנטראל, ס'גייט אריבער א ראש השנה און יום כיפור, מיר ווייסן אז ס'איז שוין צייט זיך צו טוישן, עס גייט אריבער איין יא און נאך א יאר, און מען דארף זיך שוין נעמען אבער... דאס רעדל דרייט זיך און מיר טרעפן זיך אט ביים זעלבן פלאץ. צומאל קען מען בלייבן ביי די זעלבע פלאץ צענדליגער יארן, סתם ווייל מ'האט קיינמאל נישט געקענט פועל'ן ביי זיך צו ברעכן די שוועריגקייט און זיך ארויסכאפן. די זעלבע שוואכקייט נעסטיגט ביים מענטש, ס'טוישט אירע קאלירן אבער עס בלייבט באגראבן אין מענטש. ביסוד ליגט באהאלטן דעם זעלבן שוואכקייט און מען האט נאך קיינמאל נישט גענומען אמת'ע שריט עס צו אדרעסירן.
לאמיר כאפן א בליק אין אונזער פרשה און באמערקן ווי אט די זעלבן נקודה שפילט זיך אויס: די אידישע קינדער זענען שוין אריבער עטליכע מאל דעם זעלבן הנהגה, אט דא האלט מען שוין ביים צווייטן דור, און די קרעכצעריי און די אָפרעדענישן גייען ליידער אָן. די חסרון אמונה איז ווי א נעץ וואס מען פאַלט אריין איינמאל און נאכאמאל, די כח פון זיך ארויף ווארפן אויפ'ן בורא עולם איז פשוט צו שווער, און כאטש מיר האבן אלע געזען און מיט געהאלטן די גרויסע וואונדער פון דעם באשעפער, נעסטיגט נאכאלס דער יצר הרע, און ס'איז דאך גרינגער צו קרעכצן און זיך אפרעדן. ס'איז גרינגער צו בלייבן אין דעם פלאץ פון ארויסהאבן אלע פראבלעמען און פארשטיין אלעס וואס אלע דארפן טון בעסער, אבער דער 'איך' בלייבט זיצן באקוועם אויף דעם זעלבן פלאץ פאר לאנגע יארן. די אידישע קינדער וואס האבן געזען ווי דער ערד מאכט זיך אויף, די דור וואס האט געזען די מן און וואסער וואס קומט פון א שטיין און טראץ די אלע וואונדער נעמען זיי זיך צום אלטן מהלך וואס רופט זיך אפרעדן, קרעכצן, קריגן, און כאטש וואס משה רבינו ברענגט זיי וואסער פון א שטיין, נעמט נישט לאנג און ווייטער טרעפן זיי זיך אין דעם זעלבן פלאץ און זיי וויינען פאר ברויט און וואסער, אנשטאט צו האבן געטוישט דאס לעבן און פארשטיין און וויסן מיט א קלארקייט אז אט וועלן מיר זוכה זיין בקרוב צו נאך א נס, נאך עפעס א סארט מן פון בורא עולם, נעמען זיי זיך קרעכצן פון פריש.

אויב אזוי פרעגט זיך, וואס טוט מען? וואס איז אונזער עצה דערצו? ווי אזוי שטעלט מען אָפ דעם רעדל וואס דרייט זיך? לאמיר אויפמאכן די פרשיות וואס מיר לערנען און באמערקן ווי די תוה"ק געבט אונז קלארע הדרכה ווי מיר דארפן זיך פירן.

דער בורא עולם זאגט פאר משה רבינו אוועקצושטעלן דעם שלאנג, און ווי חז"ל זאגן אונז (ראש השנה פרק ג משנה ח): וכי נחש ממית, או נחש מחיה? אלא, בזמן שישראל מסתכלין כלפי מעלה ומשעבדין את ליבם לאביהן שבשמים, היו מתרפאים; ואם לאו, היו נימוקים. "קען דען זיין אז דער נחש זאל מאכן לעבעדיג אדער טויט? נאר ווען די אידן קוקן אויף ארויף צום באשעפער און פארלאזן זיך אויפ'ן טאטן אין הימל, ווערן זיי אויסגעהיילט. און אויב נישט ווערן זיי צוגאנגען." דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, עס איז נישט גענוג צו אַנערקענען אז מען האט א פראבלעם. ס'איז אויך נישט גענוג צו זאגן חטאנו און דאס איז עס, אויב ווילן מיר אז דער הנהגה זאל זיך טוישן דארף מען מאכן א פיזישע נייע מציאות. מען דארף ארויפהענגען דעם שלאנג און אלע זאלן אויפהייבן דעם קאָפ און עס זען פאר די אויגן. יא, ס'איז גאנץ א פשוטע זאַך, אבער ס'איז א פיזישע מציאות'דיגע פעולה וואס פארלאנגט אויפצוהייבן דעם קאָפ אין דער הויך און כאפן א בליק צו אבינו שבשמים, און אויסרופן ביי זיך אין מח אז דער רבש"ע פירט און מאכט, און אלעס טוט ער פארזארגן. און אז מיר לערנען די פסוקים באמערקט זיך אז אט דא איז געווען די לעצטע מאל וואס די אידישע קינדער האבן זיך אפגערעדט, ווייל אט דא איז שוין געווען מער ווי א פשוט'ע תשובה וואס מען זאגט און טראכט, נאר ס'איז געקומען באגלייט מיט א 'פעולה', מיט א סימבאלישע שלאנג וואס דערמאנט אונז אז מיר זאלן הייבן די אויגן צו אבינו שבשמים. עפעס גייט זיין אנדערש, מיר גייען אָפשטעלן די געווענליכע לעבנס שטייגער, מיר גייען זיך דערנענטערן צו אבינו שבשמים.

כל זמן שמסתכלים ישראל לאבינו שבשמים… דער באשעפער זאגט אונז, אידעלע, הייב דיך אויף די אויגן און טויש דיין וועג פון טראכטן, מיר האבן אוועקגעשטעלט א גרויסע פיזישע דערמאנונג פארנט פון די אויגן. ס'גייט נישט זיין מער די זעלבע, ס'איז א נייע מציאות. און ווי דער רמב"ן און אנדערע געבן צו פארשטיין אז דוקא דער שלאנג וואס האט געביסן, אט דעם שלאנג האבן מיר אויפגעהאָנגען צו אריינקריצן אין דעם מח און הארץ אז אלעס איז חוץ לדרך הטבע. דער זעלבער נחש קען הרג'ענען אבער קען אויך מאכן לעבן, אויב מען זאל נאר אויפהייבן די אויגן צום באשעפער, וואס דאס זאגט אונז אז מיר דארפן ארויס קריכן פון אונזער טבע און זיך דערהייבן העכער. מיר דארפן דערהערן אז אלעס איז אין סוף ברוך הוא, נישטא קיין לעבן און טויט אָן דעם, אבער בעיקר באמערקן מיר דעם יסוד אז מיר גייען נישט צוריק צום אלטן, מיר טוישן דעם מציאות, ס'איז א נייע וועלט וואס ווען מיר טוען תשובה קומט עס באגלייט מיט א פיזישע פעולה, עפעס גייט שוין יעצט געטוען ווערן.
אז מיר דערהערן דעם יסוד איז געוואלדיג די שייכות צום קומענדיגע פרשה: וַיַּרְא בָּלָק בֶּן צִפּוֹר אֵת כָּל אֲשֶׁר עָשָׂה יִשְׂרָאֵל וכו'. בלק הערט די נייעס אז כלל ישראל האט מלחמה געהאלטן און באזיגט די גרויסע קעניגן סיחון און אמורי, און מיר וואלטן געטראכט אפשר וועט ער ווערן א גר אדער באמערקן אז ס'איז פארהאן א בורא עולם וואס באגלייט כלל ישראל אויף טריט און שריט. אבער ניין, ס'איז פונקט פארקערט. ער פאנגט אָן זוכן כל מיני עצות און וועגן צו חרוב מאכן דעם פאלק, וואס דאס דארף צושאקלען יעדן מענטש וואס לערנט די פרשה. ווי איז דאס מעגליך אז א מענטש א בשר ודם זעט און הערט אלעס פאר די אויגן, אבער ער רירט זיך נישט פון פלאץ, נאר פארקערט ער ווערט מער און מער דערקעגן? און דערנאך זעט מען עס ממש אין יעדן פסוק בלק בעט בלעם אז ער זאל שעלטן די אידישע קינדער, און בלעם פרעגט דעם באשעפער אליין און השי"ת זאגט ניין, גיי נישט. איז דען פארהאן עפעס קלארער ווי הערן פון השי"ת "גיי נישט!" ווייטער האט דער בורא עולם געשיקט סימן נאך סימן, דער אייזל שטעלט זיך אָפ, ער רעדט צו בלעם, וואס דאס איז א היסטארישע געשעניש וואס איז פשוט נישט מעגליך צו פארשטיין אבער פונדעסטוועגן גייט ער, וואס דאס מיינט אז ער האט געוואוסט פונקטליך דעם רצון ה', פונדעסטוועגן האט ער נישט געקענט פועל'ן ביי זיך צו אנערקענען זיין נישטיגקייט און פאָלגן דעם באשעפער.

א יונגערמאן איז געקומען צו א מדריך און זיך אָפגערעדט אז זיין אשת חיל פארברענגט אסאך צייט אויף איר טעלעפאן, און ווען די קינדער קומען אהיים, אנשטאט צו פארברענגען מיט זיי און געבן נאכטמאל, זיצט זי אויפ'ן טעלעפאן. פרעגט אים דער מדריך: "וואס איז מיט דיר, דו פארשווענדסט טאקע נישט קיין צייט אויפ'ן טעלעפאן?" זאגט דער אינגערמאן: "איך נוץ נאר די טעלעפאן ביינאכט, בערך 9 אדער צען אזייגער, ווען קליינע קינדער שלאפן שוין." זאגט אים דער מדריך, "דעמאלט איז דאך די צייט וואס די בחורים קומען אהיים און ס'איז דיין צייט צו פארברענגען מיט זיי." דער יונגערמאן ציהט מיט די פלייצע און זאגט, "זיי זענען שוין גרויסע בחורים, זיי פארברענגען זיך מיט זייערע אייגענע זאכן." האט דער מדריך אים געזאגט: "פונקט ווי מען דארף זיך אפגעבן מיט קלענערע קינדער, געבן צו עסן און לייגן שלאפן, אזוי דארף מען זיך אפגעבן מיט די גרעסערע קינדער, זיי געבן רוחניות'דיגע שפייז, א גוט ווארט, א געשמאקע שמועס, א נייעסל. דאס וואס דו פארברענגסט די צייט אויף די טעלעפאן איז די זעלבע עוולה ווי דיין ווייב."

דער מדריך האט ארויסגעברענגט אז אט די זעלבע נקודה וואס דו רעדסט זיך אָפ אויף איר מיט אזא קלארקייט, איז טאקע ביי דיר אליין. און דער אינגערמאן האט טאקע מחליט געווען אז ער גייט טון א פעולה, ער גייט מער נישט נוצן דעם טעלעפאן ביינאכט בכלל און אנגעשטעלט אז עס זאל אינגאנצן נישט ארבעטן אין יענע צייט. עטליכע טעג שפעטער זעענדיג אז איר מאַן האט זיך גענומען אין די הענט אריין האט זיין ווייב אויך געטון די זעלבע זאַך, און אזוי איז די שטוב אויפגעראכטן געווארן. אין אנדערע ווערטער, דער איד האט געליטן פון די זעלבע חסרון, נאר ביים ווייב איז עס געווען מער בולט. איינמאל ער האט זיך גענומען אין די הענט אריין און אפגעמאכט זיך צו טוישן, האט דאס שוין געלאזט א ווייטערדיגע השפעה.

וויפיל מאל מאכט זיך אז מיר האבן קלאר ארויס געוויסע נקודות אויף אונזערע נאָנסטע משפחה און גוטע פריינד, אבער מיר פאַרפאַסן צו באמערקן אז אט דעם זעלבע יסוד שפילט זיך אויס ביי אונז אליין, און נישט סתם, נאר אויב זאלן מיר זיך טוישן וועלן די אנדערע זאכן בעזר ה' פאלן אין פלאץ, אבער צומאל זענען מיר צובאקוועם אויפצומאכן די אויגן מיט אַן אמת, אדער צומאל כאטש מיר ווייסן דעם אמת, מיר דערהערן דעם דבר ה' מיט א קלארקייט טוען מיר זיך מאכן כאילו מען הערט נישט, כאילו מען מיינט נישט אונז, ה"י...

טייערע ברידער און שוועסטער, ס'קומט יעצט זומער – יעדער פון אונז ווייסט גאנץ קלאר וויפיל שווערע נסיונות די טעג ברענגן מיט זיך, בפרט ווען מען איז אזוי נישט מסודר, מען איז אביסל דא און אביסל דארט, א וואך אזוי און וואך אזוי, און ביי אסאך פון אונז געדענקן מיר גאר קלאר פון פריערדיגע יארן אז די הייליגע זומער וואָכן לויפן שנעל אריבער און צומאל קוקט מען צוריק און מען באמערקט אז ס'איז אריבער מיט גארנישט, אדער חלילה מען איז אביסל געפאַלן אין דעם תכלית פון א איד, מען איז נישט אנגעקומען וואו מען האט געדאַרפט. אין אזא צייט פארלאנגט זיך פון אונז אָפצושטעלן דעם רעדל, מאכן א שטיקל פלאַן און אוועקשטעלט א פיזישע יסוד, וואס זאגט עד פה תבא. "דו מוזט זיך אָפשטעלן און געבן א קוק ארויף צו אבינו שבשמים", ס'מעג זיין די זעלבע שלאנג וואס האט נעכטן געביסן, אבער טאמער מאכן מיר דערפון א סימבאל און א פעולה וואס דערמאנט אונז אז מיר דארפן ערגעץ אָנקומען און מיר דארפן צוקומען צום גרויסן כח פון אין סוף ברוך בוא, איז דאס א פיזישע פלאן וואס גייט טוישן אונזער גאנצע לעבן און אונז ראטעווען פון אריינפאלן אין דעם נעץ. מיר דארפן אבער אפמאכן מיט א פעסטקייט אז ס'גייט זיין אַן אנדערע סארט זומער, אויסשרייען צו זיך אין הארץ אריין איך גיי טוהן פעולות וואס גייט טוישן דעם מציאות... ס'גייט נישט מער זיין די זעלבע, כ'גיי נישט זאגן אז ס'גייט זיין אנדערש איך נעם זיך אין די הענט אריין, איך גיי צושניידן דעם מאַנדל און עס אויפהענגן פאָרנט פון די אויגן... איך גיי טוען פעולות!

יעדער ווייסט ביי זיך אין הארץ וואו ער דארף מתקן זיין, און וועלכע סארט פעולה וועט אים ברענגען די שטארקייט זיך אפצושטעלן און זיך דערהייבן העכער די נסיונות. איינער פון די חברים האט דערציילט אז נאך פאַרברענגען עטליכע זומערס וועלכע האבן אים נישט געברענגט קיין שטאָלץ, האט ער היי יאר גענומען א חברותא פאר געלט מיט וועמען ער גייט בעזר ה' לערנען די פשוט'ע פראקטישע הלכות שבת. ווי הערליך איז עס ווען מיר נעמען אייגענע שריט און מיר טוען פעולות אויסגעלייזט צו ווערן פון אונזערע אייגענע גלות'ן. ווען דער מענטש איז גענוג שטארק און אמת'דיג זיך אויסצורייסן פון די געוואוינהייטן און פשוט אָנפאנגען קוקן אויף ארויף, אוועקשטעלן גדרים און סייגים מיט א שטארקייט און זיך ארויסזען פון דעם קליינעם לעכעלע וואס האלט אונז יארן פארשפארט, ויה"ר אז אט זאלן מיר שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, מיר זאלן אלע זוכה זיין כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
● אסאך מאל ווייסט מען א שוואכקייט, אבער מען פאלט אריין איינמאל און נאכאמאל דערין.
● די סיבה איז ווייל א מענטש איז איינגעגראבן אין זיין לעבנס שטייגער און ער זעט נישט קיין וועג ארויס.
● די עצה איז צו מאכן א פיזישע פעולה, עפעס א צייכן וואס רוקט ארויס דעם מענטש און צווינגט אים זיך צו טוישן דעם בליק און מהלך החיים.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: חקת-בלק - דער שלאַנג דערמאַנט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22694
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

שיין. יש''כ און א גוט שבת.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: חקת-בלק - דער שלאַנג דערמאַנט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

הייליגע סטיטשינער א גרויסע ישר כח!
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: חקת-בלק - דער שלאַנג דערמאַנט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

שיין געשריבן ש'כח
(אביסל צו לאנג)
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”