נשא - לאמיר זיך לערנען פון די ראיאטן!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

נשא - לאמיר זיך לערנען פון די ראיאטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

שטייענדיג נאך קבלת התורה איז דאס אידיש הארץ אָנגעוואַרעמט און זוכט התחדשות און פרישקייט לעשות רצון אבינו שבשמים, מיר זאלן קענען מיטנעמען די ליכטיגקייט פון מתן תורה און עס טראגן אויף ווייטער. לאמיר זיך צוזאם נעמען און אריינקוקן אין די וואכעדיגע פרשה.

ווי באקאנט געפינען מיר אין אונזער פרשה דער ענין פון א סוטה, אִישׁ אִישׁ כִּי תִשְׂטֶה אִשְׁתּוֹ וּמָעֲלָה בוֹ מָעַל ווען א מאַן האט טענות אויף די פרוי, דארף זי קומען אין די בית המקדש און מיט די מי סוטה איז מען בודק וואס איז פארגעקומען. דערנאך דער ענין פון נזירות דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְאָמַרְתָּ אֲלֵהֶם אִישׁ אוֹ אִשָּׁה כִּי יַפְלִא לִנְדֹּר נֶדֶר נָזִיר לְהַזִּיר לַה' - א מענטש וואס איז מקבל אויף זיך מיט א נדר אז ער גייט זיך אפשיידן פון וויין, און נישט שערן די הָאר, זיך נישט מטמא זיין צו א מת פאר דרייסיג טעג, דער ווערט אנגערופן מיטן טיטל: נזיר לה'. און דערנאך דער ענין פון ברכת כהנים.

לאמיר זיך פארטיפן. א. בפשטות זעט עס אויס ווי די דריי זענען באזונדערע ענינים, פרעגט זיך וואס איז דער שייכות צווישן די דריי? ב. דער ענין פון ברכת כהנים
– ווי קומט עס דא אין אונזער פרשה. גאנץ ספר ויקרא איז פול מיט אלע עבודת הכהנים, פארוואס עפעס דא גלייך נאך דער ענין פון נזירות באקומען מיר דעם גרויסן ברכה? ג. ביים נזיר, דערנאך וואס ער ענדיגט זיין נזירות זאגט אונז דער פסוק, וְאַחַר יִשְׁתֶּה הַנָּזִיר יָיִן – נאכדעם קען ער טרינקען וויין. לכאורה פרעגט זיך, וואס איז פשט פון די ווערטער. עס פארשטייט זיך אליין אז ווען דער איד האט געענדיגט נזירות קען ער צוריק גיין צום געווענליכער לעבן, פארוואס דארף אונז די פסוק זאגן אז ער קען דערנאך טרינקען? ד. אויך דארף מען פארשטיין דעם באדייט פון דער נאמען פון דער פרשה, נשא את ראש בני ישראל - הייב אויף דעם קאָפ פון די אידן. פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט קיין השגה אין די טיפע ענינים, לאמיר אבער פרובירן אויף אונזער מדריגה זיך צו פארטיפן און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר'ן טעגליכן לעבן.

שטייענדיג אין א צייט ווען מיר זענען שוין צום צווייטן מאל אין די לעצטע שטיק צייט אין די צענטער פון די וועלטס נייעס, די גאנצע וועלט איז פארנומען מיט אונזערע פאָר גאַסן, פארלאנגט עס אז מיר זאלן זיך אפשטעלן און נעמען אביסל מחשבה פאר אונזער עבודת ה', וואס קענען מיר זיך לערנען? וואס ליגט דערין פאר אונז? פארשטייט זיך אז מיר שמועסן נאר באופן פון איש את רעהו יעזרו ולאחיו יאמר חזק.

אין א מענטשנ'ס לעבן זענען כסדר פארהאן פאסירונגען אדער געוויסע געשעענישן וואס פארלאנגט פון אונז א רעאקציע, א מינוט וואס ברענגט דעם מענטש אז מען מוז נעמען שריט, מען קען נישט זיצן שטיל, און ווען דער מינוט קומט אָן, ליגט פאר דעם מענטש דעם בחירה צו ער וויל גיין רעכטס אדער דאס פארקערטע, צו ער וויל גיין אויף ארויף אדער חלילה נישט, צו ער וויל שטייגן אדער פאַלן. דאס אומבאקוועמליכקייט אדער דאס דרוק פונעם מצב צווינגט דעם מענטש צו טוען פעולות, מיר שפירן ווי מיר מוזן נעמען שריט.

יעדעס מאל מיר שפירן צודרוקט, צוקלאַפט, יעדעס מאל וואס דער מענטש גייט ארויס פון זיין באקוועמליכקייט, ווי מען רופט עס א 'קאָמפאָרט זאָון', פארלאנגט זיך א פעולה פון אונזער זייט, ס'פארלאנגט זיך אז מיר זאלן נעמען א טריט אין עפעס א ריכטונג, ס'איז כמעט נישט מעגליך פאר'ן מענטש צו בלייבן אויפן זעלבן פלאץ. צומאל נעמט דער מענטש א טריט אין די ריכטיגע פלאץ און צומאל אין דאס נישט ריכטיגע.

ווי באקאנט איז די הייליגע ווארט פונעם סטייפלער זצ"ל – ביי מכות צפרדע ווייסן מיר אז די מצריים האבן באקומען דעם גרויסן פראָש, און זיי האבן געקלאפט, און ווי מער זיי האבן געקלאפט איז געקומען מער און מער פרעש. פרעגט זיך דאס פשוט'ע, אויב אזוי פארוואס האבן זיי נישט אפגעשטעלט דאס קלאַפן? נאר פשט איז, אז צומאל ווען מיר געבן א קלאפ און מיר מאכן א טעות, ווערן מיר איבערגענומען מיט א געפיל פון אומבאקוועמליכקייט. וואס איך האב געברענגט דעם נייעם פראָש? און פאר'ן מענטש ליגט יעצט די בחירה פון "אדער דעת אדער כעס", וואס דאס מיינט צו וועל איך נעמען דעם מצב און זיך לערנען אז דאס איז נישט די ריכטיגע זאך צו טון, אדער גייט דער מענטש אריין אין אזא כעס'ישע מצב און ער זאגט, "ניין... ס'קען נישט זיין." און מען געבט נאך א קלאַפ און דערנאך נאך א קלאַפ און דערנאך ווערט די מצב אינגאנצן צעווילדעוועט און מען קלאפט און מען זעצט אָן אויפהער...

צומאל טראכטן מיר אז דאס האט נאר מיט די מצריים אדער אפשר בזמנינו מיט אונזערע ארומיגע שכנים וואס מיר דארפן טראכטן מיט אַן אמת ווען פאסירט אזעלכע געשענישן מיט מיר אליין, ווען מאכט זיך ביי מיר א מצב וואס דאס אומבאקוועמליכקייט, דאס שפירן ווי א דורכפאל, אדער צודרוקט און מיר זענען געצווינגען צו נעמען א טריט, צו טון א פעולה און פלוצלינג געבן מיר אוועק דעם דעת און ס'ווערט כעס ה"י, און מיר פאנגען אָן קלאַפן. כאטש בשעת'ן קלאַפן ווייסן מיר אז ס'ברענגט פרעש, ס'איז חורבן וואס וואקסט ארויס אבער דאָך זענען מיר ממשיך... וויפיל מאל מאכט זיך אין שטוב אז מיר זאגן זאכן וואס מיר ווייסן אז יעדע ווארט איז עפעס וואס ברענגט נאך א פראָש, אבער מיר שטעלן זיך נישט אָפ, וויפיל גייען מיר ערגעץ אדער קוקן מיר אויף עפעס וואס דער מענטש ווייסט אז דא איז נישט מיין פלאץ און יעדע מינוט גייט ברענגן א צפרדע, אבער וויבאלד ס'איז דער דעת וואס איז נעלם געווארן בלייבן מיר דארט, זייענדיג אין דעם מצב זענען מיר אין א סכנה.

ווען עס פאסירט ביי אנדערע איז אונז גאנץ גרינג צו באמערקן דעם מוסר השכל און זען ווי עס קוקט אויס ווען דעת גייט אוועק, ווען דער מענטש געבט אוועק א געלעגנהייט פון ארויסברענגן ליכטיגקייט און שלום און געבט עס אוועק צו פלינדערן און צוברעכן און ברענגען מער חורבן און שאָדנס אנשטאט צו נעמען דעם זעלבן געלעגנהייט און ברענגען מער שלום און אחדות אויף דער וועלט. זאכן פאסירן אין לעבן, דער בורא עולם פירט דער וועלט, און אויף אונז ליגט די בחירה וואס וועלן מיר טוהן און ווי אזוי וועלן מיר האַנדלען אין יעדן מצב וואס קומט, וועלן מיר וואקסן און ווערן שטערקער אדער חלילה פאַלן.

דערמיט לאמיר כאפן א בליק אין אונזער פרשה, שטייענדיג גלייך נאך קבלת התורה (ווי באקאנט איז פרשת נשא בדרך כלל געליינט גלייך נאך שבועות). די תוה"ק מאָנט פון אונז, די תוה"ק נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין באקוועמען פלאץ, די תוה"ק פארלאנגט פון אונז אַן עבודה וואס דער איד דארף אריין לייגן, ווייל ווען מיר האבן מקבל געווען די תוה"ק האבן מיר גענומען אויף זיך גרויסע קבלות טובות, גרויסע אונטערנעמונגען פון שטייגן און וואקסן און ארבעטן אויף אונזערע מידות.

דעריבער פאנגט די פרשה אָן מיט די ווערטער פון 'נשא את ראש', מען דארף זיך דערהייבן און ווערן מענטשן מיט גרויסע השגות און קוקן מיט אַן אפענע און הויכע בליק און באמערקן וואס ס'קומט פאר ארום אונז. דערמיט פירט אונז די פסוק אריין צו די פרשה מיט'ן סוטה, א קריגעריי צווישן א מאַן און א פרוי פאסירט פון א מצב פון דרוק, פון זיין צובראכן און צוקלאפט. אבער זי באהאלט זיך מער און מער, אנשטאט ארויסקומען און בעטן הילף, אנשטאט זיך אויפמאכן און נעמען זאכן אין די הענט אריין, ארבעטן אויף זיך, באגייט זי דעם שרעקליכן טעות און נארישקייט, ווי רש"י זאגט: דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְאָמַרְתָּ אֲלֵהֶם אִישׁ אִישׁ כִּי תִשְׂטֶה אִשְׁתּוֹ וּמָעֲלָה בוֹ מָעַל' אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות. "א מענטש זינדיגט נישט נאר אויב ס'איז אריין אין אים א נארישע גייסט." דער מענטש ווערט איבערגענומען מיט א רוח שטות וואס ברענגט אריין א מצב וואס פארלאנגט צו נעמען א שריט, אבער יעצט ווערט די שאלה, וואו וועלן מיר גיין, וועלן מיר זיך נאכאמאל באהאלטן און דערמיט ברענגען א מצב וואס מען דארף א גאנצע תיקון, א מצב וואס איז ממש א סכנה פון מער באהאלטן, מער אוועקלויפן פון זיך, און מער איינזאמקייט?!

אבער פון די אנדערע זייט האבן מיר דעם נזיר: ווי דער פסוק זאגט: כִּי נֵזֶר אֱלֹקָיו עַל רֹאשׁוֹ, ער לעבט דעם 'נשא את ראש', ער הייבט זיך אויף, ער ליידט אויך פון שווערע תאוות און נסיונות, אבער ער טוט פונקט דאס פארקערטע. ער שפרינגט אויף און נעמט זיך אונטער גרויסע שטארקע קבלות טובות, ער מאכט די שווערע קבלה אז פאר די קומעדיגע דרייסיג טעג וועט ער זיין אפגעשיידט פאר'ן באשעפער, זאל זיין וואס זאל זיין, און דערמיט ברענגט ער זיך אריין אין א פלאץ פון שטייגן וואו דער מענטש וואַקסט. דער מענטש גייט אריבער א שוועריגקייט, און ער שרייט אויס, "איך גיי נישט לאזן אז דאס זאל איבערנעמען מיין לעבן, איך טו פעולות און איך לאז נישט אז עפעס זאל מיך איבערנעמען…"

דער אבני נזר זאגט, וְאַחַר יִשְׁתֶּה הַנָּזִיר יָיִן דער תכלית פונעם נזיר איז נישט צו זיין אפגעשיידט, נאר וואס מען קומט צו 'נאכדעם', דאס שטייגן וואס קומט ביים ענדיגן די נזירות. אט דאס זאגט אונז די פסוק, ווען די נזירות ענדיגט זיך גייט דער איד צוריק צום גלעזל משקה, ווייל דער תכלית איז אז דער איד זאל קענען ווייטער טרינקען. אבער ס'איז גאנץ א צווייטע טרינק, ס'איז א דערהויבענע געשמאקע גלעזל וויין, נישט א גלעזל וואס דער מענטש קען זיך פשוט נישט צוריק האַלטן און ער גלוסט, ס'איז א גלעזל וואס דער אידעלע מאכט א הייליגע ברכה און מאכט א לחיים!

א רוסישער צייטונג שרייבער האט אמאל ארויסגעברענגט אַן אינטערעסאנטע נקודה. ער האט באטראכט און געטוען פאָרש ארבעט אויף מענטשן, ער פלעגט אדורך שטודירן דאס לעבן פון מענטשן און זיי באשרייבן. ויהי היום ווען ער האט באמערקט עפעס וואס האט אים צושאָקלט. ער האט באטראכט צוויי לעבנס, איינער א גרויסער סוקסעספולער ביזנעסמאן, און דער צווייטער א היימלאזער מענטש. און ער האט באמערקט אז ביידע, סיי דער גרויסער סוקסעספולער מענטש און סיי דער היימלאזער, האבן אים איבערגעגעבן זייער א ענליכע לעבן. ביידע האבן דערציילט איבער א שווער לעבן אָן טאטע און מאמע, פול מיט צרות און שוועריגקייטן. אכציג פראצענט פון זייער לעבנס געשיכטע איז געווען ממש דאס זעלבע, אבער די לעצטע צוואנציג פראצענט איז געווען א גרויסער חילוק. איינער האט מחליט געווען אז גענוג איז גענוג, ס'גייט זיך נישט איבערשפילן נאכאמאל, איך האב שוין גענוג געליטן און פון היינט און ווייטער גיי איך זיין א סוקסעס. און ער האט זיך טאקע גענומען האָרעווען אין דעם דירעקציע. פון די צווייטע זייט איז געווען דער היימלאזער מענטש וואס האט גענומען די צובראכנקייט אין זיך אריין, ער האט זיך אריינגעצויגן אין א שעלטער וואס דארט האט ער זיך באקוועם געמאכט, און אזוי האט ער נעבעך פארשפילט זיין געלעגנהייט.

פארשטייט זיך אז מיר זענען נישט דן, ס'איז נישט מעגליך צו וויסן וואספארא פארשידענארטיגע נאטורן יעדער מענטש פארמאגט, ווי יעדנ'ס מצב קלאפט אויס אנדערש, און מיר האבן נישט קיין רעכט צו זאגן פאר דער וואס גייט אריבער שוועריגקייטן ווי אזוי ער וואלט זיך געדארפט שטארקן אויף זיינע שוועריגקייטן. מיר שמועסן בבחינת ולאחיו יאמר חזק, לאמיר נעמען יעדע געלעגנהייט און וואקסן און שטייגן דערפון. אנשטאט עס זאל אונז צוברעכן זאלן מיר זיך בויען דערפון. עס איז כדאי אראפצוברענגען די אפענע ווערטער וואס ווערט געברענגט אין די הקדמה פון דעם פירוש מלאכת שלמה אויף משניות פון רבי שלמה עדני זצ"ל: ...ושם בעונותי הרבים נתבקש אדוני אבי בישיבה של מעלה, ונותרתי אני לבדי נער קטן בן ט"ו שנים במדרגה התחתונה השפלה, בלא משען ולא סומך, לא עוזר ולא תומך, בלא עצה לא ללמוד ולא למזונות ופרנסה, שכמו שתי שנים ומחצה הייתי נע ונד כצפור נודדת מן קנה, שכמה לילות מהם באשפות היתה התנומה והשינה, וכמה וכמה שבתות בצאת ישראל מבית הכנסת, הייתי הולך להטמן מחוץ לעיר על פני השדות, מפני הבושה, שלא אזדמן לפני שום בעה"ב ופני ארצה, כי ידי ריקניות, ופני חולניות, וכבודו של שבת במקומו היה מונח, כאשר לו הוכן והונח, אם מעט ואם הרבה יאכל, ואפילו פת ובצל, ולא נלאיתי כלכל...

ואע"פ שהיה לי כל זה הצער והבושה והחרפה, בלתי ארוכה למחלתי ותרופה, מימי חרפי מקדמוני, וגם אחרי נשואי כל ימי חיי שני, עם כל זה מגמת פני שמתי, ועל לבי נתתי והסכמתי, להיות תמיד תורתי אומנתי, וקֵל שד-י בעזרתי, כי ראה ראיתי, כי קצר שכלי וידיעתי, להיות עוסק במשנתי ודתי...

בקיצור: אלס יונג בחור'ל איז זיין טאטע אוועק פון דער וועלט, און ער איז געבליבן ממש אָן א ברויט פארזארגער. ער האט זיך געוואלגערט אין די גאסן פאר עטליכע יאר, און ער פלעגט זיך באהאלטן אין פעלד אינדרויסן פון שטאט יעדן שבת כדי די בעלי בתים זאלן אים נישט זען, ווייל ער האט זיך אזוי געשעמט פון זיין נאכגעלאזנקייט, און ווי ער פלעגט שלאפן טייל נעכט אין די מיסט. אבער מיט דעם אלעם האט ער זיך געשטארקט, און נאך זיין חתונה האט ער זיך צוזאמגענומען און עוסק געווען אין תורה, ביז ער האט זוכה געווען צו שרייבן א הערליכער פירוש אויף משניות וואס גאנץ כלל ישראל לערנט ביז'ן היינטיגן טאג.

די הייליגע ווערטער שאקעלט אויף יעדן מענטש. ס'זאגט אונז אז פון די טונקעלסטע פלאץ האבן מיר די מעגליכקייט צו שטייגן. יא, אמת ס'איז שווער, אמת אז ס'פארלאנגט נזיר'דיגע טאַקטיקן פון שטארקע פעסטע קבלות און החלטות, אבער אז דער מענטש קומט צו א פלאץ אז גענוג איז גענוג, איך גיי מער נישט לאזן אז די תאוות און שוועריגקייטן און די אלע שוואכקייטן זאל מיך אוועקנעמען יארן פון מיין טייער לעבן, איך גיי נישט לאזן אז אביסל ווייטאג זאל ממשיך זיין און ברענגען מער ווייטאג, איך וועל זיך נישט פירן ווי דער סוטה און זיך באהאלטן און איינשפארן מער און מער, נאר פונקט פארקערט ווי דער העלדישער נזיר וועל איך אויסרופן און אנטון דעם נזר ה'. איך גיי מאכן שטארקע החלטות און שינויים אין די וועג ווי איך פיר זיך מיט מיר אליין און מיט מיין טייערע בני בית אין שטוב און אזוי ווייטער, איך וועל זיך איינמאל פאר אלעמאל פרעגן, וויל איך בלייבן צוקלאפט, וויל איך בלייבן א דורכפאל, אדער וויל איך אויפשטייגן און אויפשיינען און באלייכטן די וועלט?

דערמיט איז געוואלדיג די המשך, דער ענין פון ברכת כהנים, וואס בעצם איז דאס די יסוד פון שלום און שלימות. צומאל האבן מיר א טעות אז ווען צוויי מענטשן קריגן זיך נישט הייסט דאס שלום. ניין, שלום איז עפעס אסאך טיפער און העכער. שלום איז ווען דער מענטש טרעפט שלום ביי זיך אין הארץ, ס'איז ווען מיר קומען נענטער צו אונזער שלימות, ווען מיר באמערקן דעם שיינקייט און תכלית פון אונזער לעבן. ווען דער מענטש איז נישט אויף דעם ריכטיגן פלאץ, אפילו אויב ער קריגט זיך נישט, איז אינעווייניג דארט ווי קיינער זעט נישט פארהאן דעם ליידיגן געפיל וואס רייסט ביים הארץ. ווען דער מינוט קומט און מיר טוען זיך פארבינדן מיט אונזער הייליגע נשמה, ווען דער איד מאכט דעם החלטה אז איך גיי זיך אונטערנעמען א לעבן פון הצלחה און שטייגן, איך גיי לעבן א לעבן וואס דער נשמה איז עפעס וואס דארף און גייט ווערן געזעטיגט, א לעבן פון פנימיות, אט דאס איז די ערשטע טריט צו אמת'ע שלימות, צו אמתע שלום. דערצו פארלאנגט זיך שטארקייט, ה' עֹז לְעַמּוֹ יִתֵּן ה' יְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ בַשָּׁלוֹם – דער איד דארף מיט א שטארקייט אויסרופן "איך נעם זיך אונטער" פאר די קומענדיגע דרייסיג טעג, צומאל איז עס מער אדער ווייניגער, אבער דער געדאנק איז אז דער מענטש איז אמת'דיג מיט זיך ער איז אויף און ארבעט שטיקער און רוקט זיך טאג אויף טאג, פון נעכטן ביז מארגן דערקענט מען אים נישט, ער שטייגט טעגליך!

טייערע ברידער, דער אבן עזרא זאגט אז דערפאר איז פארהאן א לשון פון איש כי 'יפליא', ווייל אט די סארט לעבן פון א נזיר איז א פלא'דיגע זאך, ס'איז זייער זעלטן צו טרעפן די מענטש וואס נעמט אויף זיך אזא סארט לעבן. ס'איז א חידוש און א יקר המציאות בפרט בזמנינו, אבער ס'איז אונזער פליכט, "מיר זענען שולדיג פאר זיך אליין, גענוג געווען, גענוג יארן פארביי, גענוג שוועריגקייטן געהאט", ולב יודע מרת נפשו. ס'איז צייט צו מאכן א נשא את ראש, זיך אויפהייבן און אונטערנעמען מיט שטארקייט גרויסע קבלות אן קיין שום פחד, פארקערט, מיר דארפן וויסן אז ווען איך נעם אויף מיר טוט הקב"ה ארויפלייגן דעם קרוין פון קדושה אויף אונז, אויב ווייס איך אז ס'איז פארהאן א פלאץ אין מיין לעבן וואס האלט מיך צוריק, אויב ווייס איך אז ס'איז פארהאן א געוויסע ענין וואס צורייסט מיר, נעם איך זיך אונטער. איך קאנפראנטיר די נסיון מיט שטארקייט און דאס ברענגט די גרעסטע שלום אויף די וועלט, ס'ברענגט אונז נענטער צו דער ענין פון שלימות אין אונזער גאנצע לעבן, אונזערע שטיבער ווערן הייליג און דערהויבן דערפון, און צוביסלעך ווערט עס איבערגעמאכט צו א מקדש ה', א פלאץ פון וישם לך שלום. ויה"ר אז אט זאלן שוין זוכה זיין צו דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג, כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• א צובראכענע מצב קען מען אויסנוצן צו שטייגן אדער חלילה פארקערט.
• ביי יעדע שוועריגקייט לאמיר טראכטן ווי אזוי מיר קענען יעצט זיך רוקן פאראויס.
• אויב מען האט געמאכט א טעות, נישט גיין ווייטער מיט'ן טעות, נאר זיך שטארקן און זיך אויפהייבן און זיך רוקן אין א גוטע ריכטונג.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
לעצט פארראכטן דורך שלום ואחדות אום פרייטאג יוני 05, 2020 4:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: נשא - לאמיר אפלערנען די ראיאטן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”