בהר-בחקותי - דיין אומשאצבארע ווערד! (self-esteem)

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

בהר-בחקותי - דיין אומשאצבארע ווערד! (self-esteem)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

לאמיר אנפאנגען אונזער שמועס מיט'ן זיך דערהייבן און כאפן א קורצע איבערבליק אויף עטליכע פון די צענטראלע ענינים וואס ווערן אויסגעשמועסט באריכות אין די צוויי פרשיות: די הלכות פון שמיטה – די זיבעטע יאר איז שמיטה אויף די וועלט, מען טאָר אין די פעלדער נישט אנזייען, אקערן און ארבעטן, און די גאנצע פעלד איז הפקר. די הלכות פון שנת היובל - דערנאך וואס ס'גייען אריבער זיבן מאל זיבן יאר האבן מיר דעם פופציגסטן יאר א שבת היובל – אלע קנעכט ווערן באפרייט, אלע פעלדער גייען צוריק צום ארגינעלן בעל הבית און אזוי ווייטער. שפעטער אין די פרשה טרעפן מיר דעם זעלבן ענין ביי א איד וואס דער מצב זיינער האט צוגעברענגט אז ער האט געדארפט פארקויפט ווערן פאר א קנעכט ביי א גוי זאגט די תוה"ק אז מיר זאלן טוען אלעס אויף די וועלט אים אויסצולייזן, און אויב מען האט נישט מצליח געווען אים אויסצולייזן ווען די שנת היובל קומט אָן גייט ער ארויס פריי, ווי דער פסוק זאגט: כִּי לִי בְנֵי יִשְׂרָאֵל עֲבָדִים עֲבָדַי הֵם אֲשֶׁר הוֹצֵאתִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אֲנִי ה' אֱלֹקֵיכֶם.

ווי נאר מיר גייען אריבער צו פרשת בחקותי, האבן מיר די באקאנטע ברכות און תוכחה – די געוואלדיגע ברכות און דערנאך די פסוקים וואס די תוה"ק זאגט אונז אז אויב חלילה מיר וועלן זיך נישט פירן ווי ס'דארף צו זיין, די פסוקים וואס ווערן גערופן די תוכחה. ערכין – דערנאך איז פארהאן א שמועס פון דער ענין פון א מענטש וואס זאגט אז ער וויל מנדב זיין די ווערד פון א מענטש פאר הקדש. די תוה"ק גייט אריין אין א לאנגע אריכות און טוט אונז אויסשמועסן פונקטליך די חילוקים אין די פרייזן וויפיל מען דארף באצאלן פאר א מענטש, אַן ערוואקסענער איז טייערער ווי א קינד, א מאַן איז טייערער ווי א פרוי, און אזוי ווייטער. אזוי רעדט זיך די פרשה פון נאך ענינים וואס זענען שייך ווען א מענטש איז עפעס מנדב פאר הקדש, און מיר ענדיגן ספר ויקרא, חזק חזק ונתחזק.

לאמיר זיך אפשטעלן און אריין טראכטן: א. וואס איז דער שייכות פון די תוכחה מיט די ערכין אז די תורה שטעלט עס איינס נעבן צווייטן, ענדיגנדיג דעם גאנצן סדר ויקרא מיט תוכחה און הלכות פון הקדש? ב. וואס איז דער ענין פון ערכין אז מען קען אפשאצן דעם ווערד פון יעדן מענטש לויט דעם יארגאנג אדער לויט אנדערע חיצוניות'דיגע זאכן. קען מען דען ארויסגעבן א פרייז אויף א מענטש? און נאכמער, קען מען דען זאגן אז למשל יעדער מאן פון צוואנציג ביז זעכציג פארמאגט די זעלבע ווערד; יעדער יחיד פארמאגט דאך אייגנארטיגע און אומשאצבארע כוחות, ווי קען מען בכלל פארגלייכן איינער צום צווייטן? פארשטייט זיך אז מיר האבן נישט קיין השגה אין די טיפע ענינים, לאמיר אבער פרובירן אויף אונזער מדריגה זיך פארטיפן און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר'ן טאג טעגליכן לעבן.

עס איז געווען דער ערשטער טאג אין קלאס, ווען דער מלמד ר' זאנוויל האט אויסגעפרעגט זיינע תלמידים די נעמען. ר' זאנוויל האט זיך געפירט אז ער האט אויך געפרעגט יעדן תלמיד, "ביסטו א כהן, א לוי, אדער א ישראל?" און יעדער תלמיד האט געענטפערט. איינס ביי איינס האט ר' זאנוויל זיי אויסגעפרעגט. איינער האט געזאגט ער איז א כהן, דער צווייטער זאגט ער איז א לוי, און אזוי ווייטער.

ווען מען איז אנגעקומען צו בערל, קוקט ער אראפ און זאגט, "רבי, איך בין נישט קיין איינע פון די וואס דער רבי האט אויסגערעכנט." דער מלמד האט זיך זייער
געוואונדערט. "וואס הייסט, יעדער איד איז איינע פון די דריי." האט ער געוואלט וויסן. אבער בערל קוקט ווייטער אראפ און זאגט, "ניין, איך בין נישט קיין איינס פון זיי. דער מלמד זעט אז עפעס שפילט זיך אויס אין דעם מח פון בערל, רופט ער זיך אן, "ווייסטו וואס, זאג דו מיר, וואס ביסטו יא?"

דאס קינד קוקט אָן דעם מלמד און מיט א נעבעכדיגע תמימות רופט ער אויס: "איך בין עפעס… כ'מיין ס'הייסט א שלימזל. ווייל מיין טאטע זאגט אייביג אז איך בין א שלימזל, און לעצטע יאר אין קלאס האט דער מנהל אויך געזאגט די זעלבע".

ברידער, ס'הערט זיך ווי עפעס א ווערטל, אבער בעומק ליגט אין דעם געדאנק א געוואלדיגע טיפקייט. מיר אלע האבן עפעס א פלאץ וואס דער מענטש מאכט זיך א געוויסע בילד פון זיך אליין, מיר אלע האבן עפעס א געוויסע טיטל וואס געבט זיך א כאַפ אריין אין אונזער מח, א געוויסע קליינע באקסל וואס געבט אונז א נעם ארום און זאגט אונז: "דו ביסט א …" ביי איינעם איז עס א 'שלימזל', ביים צווייטן איז עס א 'לא יוצלח', ביי א דריטן איז עס א 'שייגעץ', און ביי א פערטן איז עס א 'נעבעך'. אסאך מאל קען מען זיך שפירן זייער צובראכן און ממש ווי א דורכפאל, ברוחניות אדער בגשמיות, און ווען מיר וועלן זיך אפשטעלן און אריינטראכטן פון וואו קומען די מחשבות, וועלן מיר גאנץ שנעל באמערקן אז דאס איז א באהאלטענע מעסעדזש וואס ליגט ביי אונז אין קאָפ, ווען מ'איז ערגעץ וואו אדורך עפעס אַן ערפארונג וואס האט אונז געמאכט שפירן ווי א דורכפאל, אדער איז געווען איינער וואס האט אונז עס אריינגעגעבן אין קאָפ, אפשר אפילו מיט גוטע מחשבות, אדער האבן מיר אליין אריינגענומען די מחשבה אין קאָפ.

ווען דער מענטש ערלויבט זיך אז איינציגווייזע מענטשן אדער אינדיווידועלע געשעענישן זאלן אים קענען טוישן דעם גאנצן אידענטיטעט לאָזט ער זיך אריינשטעלן אין אזא ענגער קעסטל. ער געבט רשות פאר א זייטיגע עפיזאד אדער עפעס אַן אומבא'טעמ'טער מוסר שמועס אז דאס זאל אים איבערשרייבן זיין גאנצער נפשיות'דיגער פונדאמענט און טוישן דעם גאנצן בילד וואס ער האט אויף זיך און זיין מעגליכקייט זיך צו קענען אפשאצן ריכטיג. דער מענטש ווערט צוביסלעך איבערצייגט אז ער איז טאקע דער סארט מענטש ווי דער לעיבעל וואס איז ארויפגעשמירט אויף אים, און ער פרובירט שוין אפילו זיך נישט צו פארבעסערן אין יענעם הינזיכט. און דערנאך ווערט עס א זעלבסט-ערפילנדע נבואה. אז א מענטש האלט אז ער איז א שלימזל, וועט זיך דאכטן אז ער איז טאקע א שלימזל, ווייל ער וועט נישט האבן די קוראזש זיך צו שטארקן און דורכפירן וואס ער וויל.

עס מאכט זיך אמאל אז איינער פאַלט אדורך אין א געוויסע נקודה, און אנשטאט זיך אנקוקן מיט שטאלץ און אויסשרייען צו זיך אין מחשבה , "יא, איך בין א הייליגער איד וואס איז ליידער אדורכגעפאלן, אבער איך בלייב אַן ערליכער איד." פאנגט ער זיך אָן זאגן אז איך בין א דורכפאל, און נאכ'ן זאגן איינמאל און נאכאמאל, צוביסלעך פאנגט אָן אריינקריכן אין דעם מענטש'ס מח א מחשבה 'אזא סארט מענטש בין איך, איך בין א ... יעדער זאגט עס אפילו…" דער מענטש באקומט אזא סארט בליק אויף זיך, און ווי פארשטענדליך איינמאל דער בליק איז איינגעקריצט אין קאָפ, ווערט דאס ליידער דער מציאות פון די גאנצע מענטש. דאס גאנצע מציאות פאנגט זיך אָן צוצושטעלן צו דעם חסרון. איבעראל טרעפט מען שוין ראיות וואס באפעסטיגן אז יא, ער איז טאקע א דורכפאל. און פון דעם איינעם שווערן מצב/תקופה ווערט א גאנצע נייע מציאות פון צובראכנקייט און שוואכקייט. א מענטש קען זיך אזוי ארומדרייען לאנגע יארן מיט עפעס א בילד אויף זיך, און ניטאמאל ווייסט ער אז ס'איז בכלל נישט ריכטיג, ס'איז פשוט נישט דאס אמת.

אט די זעלבע געשעט אין גשמיות. דער מענטש ווערט איבערצייגט אז דאס איז ער, און ער קען זיך נישט טוישן. ביי א געלעגנהייט אין ישיבה, ווען ס'איז געווען א סעודת סיום מסכת האט זיך געמאכט א מעשה. אינדרויסן פון בית המדרש איז געווען אזא קליינע קאָך, וואו מען האט צוגעגרייט דאס עסן. מיר האבן באמערקט אז א בחור האט אויפגעהויבן א גאנצע טאַץ אנגעפילט מיט דיפס מיט'ן ציל עס אריינצוטראגן אין בית המדרש. אבער פלוצלינג געבט ער עס א לייג צוריק אראפ, און רופט זיך אָן צווישן די חברה: "ניין, איך נעם עס נישט. ביי מיר וועט זיך עס זיכער איבערדרייען." א חבר וואס איז געשטאנען אין די זייט האט זיך אנגערופן מיט א קלוג ווארט, "אברמי, אפילו אויב דער טאַץ דרייט זיך איבער, וועסטו וויסן אז כאטש האסטו פרובירט…"

לאמיר זיך פרובירן פארשטעלן. עס שטייט א ניינצן יעריגער שטארקער בא'חנ'טער בחור און גלייבט און איז איבערצייגט אז ער קען נישט טראגן א פולע טאַץ מיט דיפס ווייל ס'גייט זיך זיכער איבערדרייען. ברידער, וויפיל פון אונז לעבן אט די זעלבע. ולב יודע מרת נפש, ביי יעדן מענטש גייט דורך תקופות וואס מען שפירט אז מען וואלט געוואלט נעמען א געוויסע שריט, אבער מען האט מורא פון א דורכפאל. אין אנדערע ווערטער, מיר שפירן אז אויב נעמען מיר דעם טאַץ אין די הענט וועט זיך עס זיכער איבערדרייען. אבער ווען מיר טראכטן דערין אריין קען אנכאפן א פחד וויפיל גוטע און שיינע זאכן מיר וואלטן געקענט דערגרייכן ווען נישט דעם זייטיגן חשש פון דורכפאלן. און וויפיל מאל טוען אזעלכע מחשבות אינגאנצן אוועקנעמען כוחות און שטארקייטן מצליח צו זיין? וויפיל רייסט עס אוועק אונזער פאטענציאל?!

צומאל גייט עס א טריט ווייטער און דער מענטש פאנגט אָן זיך אויפפירן לויט דעם צונאמען. ער שפירט שוין כאילו דאס איז זיין ראלע אויף דער וועלט, צו זיין דער שלימזל וואס טויג אויף גארנישט, אדער חלילה ווי דער שייגעץ וואס איז נישט ערליך. דער מענטש פאנגט אָן האבן אזא סארט בליק אויף זיך, און אפילו איינער זאל אים פרובירן איבערצוצייגן אויף פארקערט און אויפווייזן אז ער איז בכלל נישט דאס וואס ער קוקט זיך אָן, וועט ער אים זאגן, "דו הייבסט מיר נישט אָן צו קענען, ווען דו וואלסט געוואוסט וואס איך האב אלץ אפגעטון וואלסטו אסאך אנדערש געטראכט." אזוי גייט דער מענטש אריין אין א פחד און בושה פון זיך אליין, און צוביסלעך איז דער יצר מצליח אראפצוברענגען דעם מענטש ביז אונטן.

מיר לעבן אין א צייט וואס מען הערט אסאך רעדן פון דער ענין פון זעלבסט זיכערקייט, נישט צו מורא האבן פון ארויסטרעטן ברבים און זאגן א מיינונג און זיך ארויסשטעלן מיט א שטארקייט. אבער דערנאך איז פארהאן א טיפערע ענין וואס רופט זיך זעלבסטווירדע. דאס איז די אינערליכע חשיבות האדם, די אינערליכע געפיל וואס יעדער פון אונז מוז האבן, כדי צו וויסן ווער מיר זענען און וואספארא אויסטערלישע כוחות מיר האבן. יעדער פון אונז איז א חלק אלוק ממעל, מיר אלע זענען א שטיק הקדש, ווי רבי שמעון לערנט אונז כל ישראל בני מלכים הם. חביב אדם שנברא בצלם, יעדער מענטש איז באשאפן געווארן מיט דעם צלם אלקים וואס גייט פון אים נישט אוועק נישט קיין חילוק ווי נידריג ער האלט. חביבין ישראל שנקראו בנים למקום, א אידיש קינד איז א קינד פאר'ן הייליגן באשעפער, און א קינד בלייבט א קינד לעולם ועד. א טאטע האט ליב זיין קינד נישט קיין חילוק אין וועלכן מצב ער געפינט זיך. אט דעם יסוד דארף ווערן אוועקגעשעלט אָן קיין שום פשרות און תנאים.

עלטערן, מחנכים און חברים דארפן קלאר מאכן פאר אלע אז נישט קיין חילוק וואס דער מענטש גייט אריבער ברוחניות אדער בגשמיות, ווערט אונזער יסוד קיינמאל גערירט, די אינערליכע נשמה פון דעם מענטש בלייבט אומבארירט. די ליבשאפט וואס אבינו שבשמים האט צו אונז איז אומשאצבאר, ווי דאס הייליג לשון פון זוהר (שמות ה ע"ב): אמר ר' יהודה, אם בני אדם היו יודעים האהבה שאוהב הקב"ה לישראל היו שואגים כאריות לרדוף אחריו להתדבק בו - "ר' יהודה האט געזאגט, ווען מענטשן וואלטן געוואוסט ווי שטארק דער אויבערשטער האט ליב די אידן, וואלטן זיי געברומט ווי לייבן נאכצולויפן און זיך מדבק זיין אין דעם באשעפער." אט די הייליגע ווערטער זאגט אונז ווער מיר זענען און ווי די קשר מיט אבינו שבשמים קוקט אויס, ווען מיר לעבן מיט אט דעם יסוד איז פארהאן קיין פלאץ אז דער מענטש זאל האבן א נעגאטיווע בליק אויף זיך, נאר ער דרייט זיך ארום מיט פרייד. אשרינו מה טוב חלקינו, איך בין א חלק אלוק ממעל, איך בין פארבינדן צו די גרעסטע כוחות אין די וועלט.

ס'איז אמאל געווען א חברה גנבים וואס האבן געהאט א געלונגענע שפיצל. זיי פלעגן נעמען א רענצל אנגעפילט מיט דיאמאנטן און גיין צו א דיאמאנטן סוחר. זיי פלעגן אים זאגן, ר' סוחר, אונז האבן א גאנצע רענצל אנגעפילט מיט פאלשע דיאמאנטן. אבער ס'קוקט אויס פונקט ווי עכט. געב אונז אהער אפאר עכטע דיאמאנטן און דו באקומסט דעם גאנצן רענצל פאלשע דיאמאנטן. דער סוחר האט באטראכט די פאלשע דיאמאנטן און געזען אז יא, ס'קוקט ממש אויס עכט. ער האט עס געגעבן פאר אפאר חברים איבערצוקוקן און יעדער האט עס באוואונדערט. דער סוחר האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און אויפגעטוישט דעם רענצל פאר אפאר עכטע דיאמאנטן.
עס גייט דורך אפאר מינוט, דער סוחר גייט שפאצירן אין גאס מיט'ן רענצל, און אפאר פאליציאנטן קומען אים אנטקעגן. דער סוחר איז באפאלן א שרעק, ער האט אראפגעווארפן דעם רענצל אויף דער ערד און ווייטער שפאצירט. די פאליציאנטן שטעלן אים אָפ און פרעגן אים, וואס איז דאס? און דער סוחר ציט מיט די פלייצעס און זאגט ער ווייסט נישט וואס דער רענצל איז. די פאליציי נעמט דעם רענצל צו זיך און דער סוחר בלייבט א פארלוירענער.

יעצט וואס האט דא באמת פאסירט? דער רענצל איז געווען אנגעפילט מיט עכטע דיאמאנטן, נאר די גנבים האבן איינגערעדט דעם סוחר אז ס'איז פאַלש. דערנאך האבן זיי געדינגען אפאר חברה זאלן זיך פארשטעלן ווי די פאליציי, און אזוי האבן זיי אנגעשראקן דעם סוחר און צוריקבאקומען די רענצל מיט דיאמאנטן. ווען זיי זאגן אים אז ס'איז אמת וואלט ער נישט מורא געהאט, אבער יעצט אז ער האט געמיינט אז ס'איז פאלש, האט ער אפגעלאזט די דיאמאנטן און אנטלאפן. דאס מיינט אז ווען מיר מיינען אז אונזערע אמתע הערליכע אינערליכע דיאמאנטן זענען פאלש וועלן מיר נעבעך מורא האבן און אנטלויפן, כאטש באמת איז עס גוטע טייערע דיאמאנטן, נאר ווייל איינער אדער עפעס א מצב האט אונז אמאל געזאגט אז ס'איז פאלש וועלן מיר זיך דערווייטערן דערפון.

דערמיט קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה. לאמיר באטראכטן איינע פון די יסודות'דיגע הלכות אין פרשת בהר. ווען ס'קומט צו יובל איז פארהאן א חילוק צווישן א שדה אחוזה – א פעלד וואס מען האט גע'ירש'נט, און א שדה מקנה – א פעלד וואס א מענטש קויפט. ווען ס'קומט צו א פעלד וואס איז אריבער צו אונז בירושה, וואס א מענטש האט פארקויפט צוליב ארעמקייט, קען מען עס שטענדיג אויסלייזן, און ביי יובל גייט עס צוריק צו דעם בעל הבית. אבער ביי א פעלד וואס מען האט אליין געקויפט, און דערנאך פארקויפט פאר א צווייטן, קען ער עס אויסלייזן נאר ביז צוויי יאר.

טייערע אידן, מיר אלע האבן א חלק ירושה – אַן אחוזה אין ארץ ישראל. מיר אלע פארמאגן ריעל עסטעיט וואס דער אויבערשטער אליין האט אונז געשאנקען... דעם חלק וואס מיר באקומען אלס אַן אחוזה, אפילו אויב די נויט האט געברענגט אז א איד האט עס פארקויפט, קען ער עס אויסלייזן נאך צוויי יאר. אפילו אויב האט ער זיך אינגאנצן אפגעשיידט דערפון, ער האט עס נישט אויסגעלייזט און גאנצע פופציג יאר איז אריבער, דער איד האט שוין דערפון כמעט פארגעסן, קומט די תוה"ק און זאגט אונז: "ניין אידעלע, ס'איז אזא מציאות נישט פארהאן. די פעלד איז דיינס, דו האסט א חלק אין ארץ ישראל, אין די וועלט פון קדושת הארץ, וואס קען קיינמאל נישט אוועקגענומען ווערן." אפילו אויב ס'איז אריבער לאנגע יארן וואס דער מענטש מיינט אז ס'איז מער נישט זיינס, זאגט אונז די תורה הקדושה: ס'קומט יובל און ס'גייט צוריק צום אמת'ן בעל הבית וואס דאס ביסטו, מיין טייער קינד.

פון די צווייטע זייט איז פארהאן א בחינה פון שדה מקנה. דער איד קען זיך איינקויפן אַן אייגענע פעלד, אבער דארט מוז מען עס כסדר אנכאפן און מאכן זיכער אז מיר פארלירן עס נישט. דארט איז שייך צו פארקויפן און ביי יובל וועט עס נישט צוריקקומען. מיר דארפן אנכאפן און אכטונג געבן אויף אונזערע שווערע אויסגעארבעטע פארמעגנס אז זיי זאלן בלייבן אונזערס, אבער צו די זעלבע צייט וויסן מיט א קלארקייט אז ס'איז פארהאן איין חלק וואס יעבר עלי מה, נישט קיין חילוק וואס פאסירט וועט עס צוריקקומען צו מיר אין יובל. ס'איז אונזער ירושה!

אט דעם יסוד דערהערן מיר שפעטער אין פרשת בחקותי – יעדער מענטש פארמאגט א ווערד. די תורה הקדושה זאגט אונז אז ווען ס'קומט צו די ווערד און שווית פון א איד כלפי קודש, ווען א איד וויל געבן פאר'ן בית המקדש די ווערד פון זיך אדער פון א צווייטן איד, איז פארהאן איין באשטימטע פרייז וואס טוישט זיך נישט, וואס דארט איז נישט קיין חילוק צו דער איד איז א בנן של קדשים צו ער איז דער פשוט'סטער איד, ס'איז נישט קיין חילוק צו ס'איז דער עושר אדער דער ארימאן. אויב רופט מען אויס ערכך עלי אפילו אויף דעם שוואכסטן, ארעמסטן, אויסגעדארטסטן איד – דארף מען געבן פאר קודש דאס זעלבע ווי מען וואלט געגעבן פאר'ן פעאיגסטן און שטערקסטן און רייכסטן איד. איי, ווי קען דאס זיין? דער תירוץ איז טאקע דאס. ווען ס'קומט צו עבודת ה', ווען ס'קומט אפצושאצן דאס שוויות פון א איד, ווען מ'שאצט אים לויט זיין 'איד' ערך, איז ער קודש קדשים, ער האט א יסודות'דיגע באשטימטע פרייז און דארט רוקט זיך עס נישט.

ווען מען פארקויפט א מענטש פאר א קנעכט דארף מען קוקן לויט זיין ווערד, לויט וואס ער טויג יא אדער נישט, וויפיל אנדערע וואלטן געצאלט פאר דעם, וכדו'. אבער ווען ס'קומט צו געבן פאר אבינו שבשמים דאס ווערד פון א איד, זענען מיר אלע גלייך, די איינציגסטע זאך וואס מען קוקט איז אויף זכר אדער נקבה און ווי אלט מען איז. אבער ווען ס'קומט צו חשיבות האדם, ווען ס'קומט צו דער אינערליכער ווערד פון א איד, זענען מיר גלייך, און ס'איז נישט פארהאן דער זייטיגער שלימזל פון א יונגערמאן אדער דער דורכפאל פון א בחור וואס ער איז נישט ווערד צופיל, וואס אויף אים קען מען זיך ארויסדרייען מיט ווייניגער.

דערמיט פארשטייען מיר געוואלדיג ווי אזוי קומט דא אריין די הלכות ערכין. די תוה"ק דערמאנט עס דווקא דא, אונז צו לערנען א יסוד נפלא אין אונזער עבודת ה'. יעדער מענטש גייט אמאל אריבער שוועריגקייטן וואס ווי באקאנט איז דער תכלית דערפון צו ערוועקן דעם איד און אונז ברענגען נענטער צו אבינו שבשמים. אבער צומאל איז פארהאן א חשש אז די צרה זאל איבערנעמען דעם מענטש און דער מענטש זאל זיך אנפאנגען אנצוקוקן מיט א צובראכענע, נעגאטיווע בליק. פלוצלינג איז דער מענטש אַן איינגעבויגענע צובראכענע זאך, און דער מענטש פארגעסט זיין אייגענע שוויות, דער מענטש פארגעסט אז מיר זענען א חלק אלוק ממעל, א קינד פון דעם מלך העולם. א בן מלך!

ס'איז אמאל געווען א איד וואס איז געווען א גרויסער עושר פאר די מלחמה, און ער פלעגט אראפקוקן אויף ארימעלייט. ער האט זיך געהאלטן גרעסער פון אנדערע, אבער ווי נאר די מלחמה האט אויסגעבראכן האט מען אים ליידער אריינגעלייגט אין געטא און צוגענומען די גאנצע האב און גוטס. מען האט אים אריינגעלייגט אין איין דירה מיט דעם ארימסטן אידן פון שטאט. עס איז אים געווען ביטער אויפ'ן הארץ, אז ער דארף יעצט פארברענגען מיט דעם גרעסטן "דורכפאל" פון שטאט. אבער ווי ס'איז אדורך וואכן און חדשים, האט ער איינגעזען אז דער ארעמאן האט אים מחזק געווען און געהאלפן איבערלעבן די שווערע צייטן. יעצט ווען אלע זענען געווען גלייך האט ער איינגעזען ווי דער אנדערער, יענער אויף וועמען ער האט שטענדיג אראפגעקוקט, האט שטענדיג געהאט די גוטע ווערטער אין מויל אים צו דערהאלטן ביים חיות.

ר' שמעון רפאל הירש זי"ע פלעגט זאגן, כבד את אביך ואת אמך, מ'דארף מכבד זיין דער אייגענער טאטעשאפט און אייגענע מאמעשאפט. מען דארף זיך אליין מכבד זיין, ווייל יעדער מענטש בויט זיך אליינס אויס. מיר אלע האבן א חלק אין אונז וואס מיר זענען אזוי פיל, מען טאר זיך נישט אליין אראפקוקן, מען דארף מכבד זיין די נשמה און ווען מיר דערהערן ווער מיר זענען, אט דאס איז אונזער גרעסטע חיזוק. מיר האבן נישט קיין השגה וויפיל מענטש קוקן אויף אונז ארויף, וויפיל ווארטן אויף אונז און ווילן אונז צוהערן.

אט דאס איז אונזער גרעסטע און שטערקסטע חיזוק. ווען מיר דערהערן אונזער חשיבות, ווען מיר ווייסן מיט א קלארקייט אונזער אייגענע זעלסט ווירדע, ווען דאס אידיש קינד פארשטייט און איז איבערצייגט אז ער איז א באליבט קינד ביים גרויסן באשעפער וועלכער האט באשאפן די גאנצע וועלט, קען ער זיך באמת שפירן מיט א שטארקייט און רואיגקייט אז ער פארמאגט א גרויסע חשיבות וואס קיינער קען נישט אוועקנעמען - אפילו ער אליין קען אויך נישט. אזוי דארפן מיר זיך ארומדרייען מיט א הארץ וואס גיסט זיך איבער מיט ליבשאפט פון אונזער הייליגע טאטע צו אונז און פון אונז צו אונזער טאטע, אט דאס איז די גרעסטע חיזוק מיט וואס מיר טוען אויסרופן דעם שבת חזק, ויה"ר אז מיר זאלן זוכה זיין צו שפירן די ליבשאפט און אט בקרוב זוכה זיין צו דעם פסוק כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה' כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• מען טאר זיך ח"ו נישט אריינלייגן אין א באַקס אדער זיך ארויפקלעבן א לעיבעל.
• געדענק אז דיין אייגענע אמת׳ע ווערד קען קיינער נישט צונעמען – ס'בלייבט מיט אונז אויף אייביג.
• ווען עס קומט צו די פנימיתדיגע חשיבות פון א מענטש זענען מיר אלע גלייך – קינדער פון אבינו שבשמים.

א לעכטיגע פרייליכע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

Re: בהר-בחקותי - דיין אומשאצבארע ווערד! (self-esteem)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”