דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך אהרן הלוי » דינסטאג מאי 12, 2020 9:24 pm

א גרויס'ן יש"כ חוח, ווי וואנט מאר

(אלץ א קנאי קען איך מיך נישט איינהאלטן, איך מיין אז אויף א מנהג פאסט נישט דאס לשון 'גסיסה')
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10471
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מאי 12, 2020 9:33 pm

כ'זע די ווילסט דייקא זאגן אז אונזער אקדמות איז נתייסד געווארן לכבוד די קריאה פון שבועות, און צוליב דעם תרגום וואס מען האט מתרגם געווען אויפן פסוק. און דערמיט מדחה זיין אז די מעשה איז לא היה ולא נברא. ואני בעניי זע איך נישט קיין שום ראיה דערצו.

פון מחזור ויטרי קוקט אויס אז עס איז געווען מקומות ווי מען פלעגט [אויך?] מתרגם זיין די "הפטורה" אום יו"ט, און לאו דוקא שבועות. דאס וואס די ברענגסט איז אין סימן רצ"ז, אבער קוק אין סימן קס"ו-קע"ט, איז דא פול מיט רשויות צו זאגן פארן מתרגם זיין די הפטורה [כ'ברעך זיך נאך די ציין דאס צו ליינען און פארשטיין צו ס'איז איין לאנגע מעשה, צו אפגעטיילט...]. און ס'איז דא דארט גאנץ ענליכע שבחים וואס ווערט דערמאנט אין אונזער אקדמות, און די הפטורה וואס ער איז מתרגם איז אין סימן ק"פ די הפטורה פון פסח.

נו, יתכן ר' מאיר ש"ץ האט דאס מייסד געווען אויף די הפטורה פון שביעי של פסח... פון וואנט נעמסטו אז דאס איז דייקא אויף שבועות נתייסד געווארן. שנית, זאגסט דאך אליין אז אין מחזור ויטרי שטייט אן אנדערע נטילת רשות אויף שבועות, איז ווען און פארוואס האט זיך עס געטוישט צו די פון ר' מאיר ש"ץ? זאג מיר נישט אז ס'איז די זעלבע, נאר קורץ, ווייל ס'איז זיכער נישט.

אז די זאגסט חידושים מעג איך דאך אויך... איך וועל זאגן אז ביידע נקודות זענען אמת, איה"נ ר' מאיר האט עס מתקן געווען אלץ נטילת רשות צו מתרגם זיין, און ער האט עס מתקן געווען טאקע צוליב די נס, אבער ס'איז בכלל נישט געווען אום שבועות, און האט בכלל קיין שייכות נישט געהאט צו די "קריאה" פון שבועות.

איי פארוואס האט מען עס אנגעהויבן זאגן אום שבועות, דא קומט די טעם פונעם לבוש "שהוא שבח על בחירת השם יתברך בישראל ונתן לנו את התורה". האט עס שייכות צו שבועות וואס איז געווען קבלת התורה. אדער די טעם פונעם א"ר "שכיון המעשה היה במדבר לכן תקנו לומר אחר במדבר סיני זכר לנס".

--
יוי די עולם האקט, לויף מיר צו מעריב עמער ליינען שפעטער.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך גרשון » דינסטאג מאי 12, 2020 9:58 pm

דייקן האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:אויב מ'מעג מאכן אזא מענין לענין, נאך אסאך זוכענישן בין איך געקומען צום אויספיר אז די נושא פון סמבטיון און אלעס ארום איז די סאמע פארנעפלסטע טעמע בשייכות מיט יהדות; כ'מיין אז ס'איז נישט דא קיינער וואס ווייסט אפילו פערטלוועגס.

עס איז דא א גאנצע ספר מעשה נסים איבער די סמבטיון, האסט עס שוין געזען?
https://tablet.otzar.org/book/book.php? ... &pagenum=2

קיינמאל נישט געזען, כ'וועל כאפן א בליק. וואס פארציילט ער?
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך גאלדגרוב » דינסטאג מאי 12, 2020 10:21 pm

אונז קענען מיר די מעשה פון ר' מאיר ש''ץ און די סמבטיון פון די קונטרס באר יהודא פון ר' זלמן לייב גראס אויף שבועות אז עס איז פארגעקומען ד' אלפים תשס''א עפעס מיט א גליקסראד וכו'. דערנאך מיט ר' דן מיטן גלח. איינער געדענקט?

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך דייקן » דינסטאג מאי 12, 2020 11:35 pm

גרשון האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:אויב מ'מעג מאכן אזא מענין לענין, נאך אסאך זוכענישן בין איך געקומען צום אויספיר אז די נושא פון סמבטיון און אלעס ארום איז די סאמע פארנעפלסטע טעמע בשייכות מיט יהדות; כ'מיין אז ס'איז נישט דא קיינער וואס ווייסט אפילו פערטלוועגס.

עס איז דא א גאנצע ספר מעשה נסים איבער די סמבטיון, האסט עס שוין געזען?
https://tablet.otzar.org/book/book.php? ... &pagenum=2

קיינמאל נישט געזען, כ'וועל כאפן א בליק. וואס פארציילט ער?

איך האב נאכנישט געזען די גאנצע ספר, בל"נ ווען איך וועל עס ענדיגען ליינען וועל איך שרייבען אויב איך האב דארט געטראפען עפעס אינטרעסאנט.

אויף די קושית העולם פארוואס טרעפט מען נישט די סמבטיון היינט צוטאגס, האב איך געטראכט א פשוטע תירוץ אז די גמרא רעדט נאר פון יענע צייט, עס קען אבער זייער מעגליך זיין אז שוין פילע יאר האט עס אויפגעהערט ציען שטיינער (וכמו דמה דאי' שם בגמ' שקבר אביו מעלה עשן כל השבוע חוץ משבת, י"ל בפשטות שכבר הפסיק לפני הרבה שנים).

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך גרשון » דינסטאג מאי 12, 2020 11:50 pm

ברוך שכיוונתי לדעתך - כ'האב שוין אויך פונלאנג געטראכט דעם תירוץ. טייכן האלטן זיך אין איין פארקירעווען, ס'איז בכלל נישט קיין קשיא אויב מ'טרעפט נישט היינט א טייך וואס איז געווען אמאל. ופרשת ונהר יוצא מעדן יוכיח.

גאר אינטערעסאנט איז די גירסא פונעם שאילתות (בראשית, שאילתא א) איבער דער מעשה פון ר' עקיבא און טורנוסרופוס, אז ווען ר' עקיבא האט אים געזאגט אז דער סמבטיון איז א הוכחה אויף שבת, האט טורנוסרופוס צוריקגע'טענה'ט אז ער גלייבט אויך נישט אינעם עקזיסטענץ פונעם סמבטיון... לויט דעם איז יענערצייט אויך נישט געווען באוואוסט וואו דער טייך געפינט זיך, נאר חז"ל האבן אזוי געהאט מקובל.

"אמר ליה אף בנהר הזה איני מאמינך, שאיני יודע את מקומו."
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5040
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מאי 13, 2020 12:01 am

אן אויסטערלישע ארבעט חוח!

דיין טענה אויף מלמדים איז נישט שווער. ווען מ'לערנט מיט קינדער קאנצעטרירט מען זיך אלץ אויף א פרט וואס מ'קען זיי מאכן אינטערעסאנט, און אזא דראמאטישע מעשה איז א שאד נישט אויסצוניצן. איך האב גראדע שוין געהערט אין מיין יוגנט אז די מעשה האט פקפוקים, אבער נישט צוליב דיינע טענות.

למעלה, איך כאפ עפעס נישט פארוואס אויב מ'זעצט איין אז אקדמות איז געשריבן געווארן פאר שביעי של פסח שטימט די מעשה בעסער.

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך דייקן » מיטוואך מאי 13, 2020 12:03 am

דייקן האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:אויב מ'מעג מאכן אזא מענין לענין, נאך אסאך זוכענישן בין איך געקומען צום אויספיר אז די נושא פון סמבטיון און אלעס ארום איז די סאמע פארנעפלסטע טעמע בשייכות מיט יהדות; כ'מיין אז ס'איז נישט דא קיינער וואס ווייסט אפילו פערטלוועגס.

עס איז דא א גאנצע ספר מעשה נסים איבער די סמבטיון, האסט עס שוין געזען?
https://tablet.otzar.org/book/book.php? ... &pagenum=2

קיינמאל נישט געזען, כ'וועל כאפן א בליק. וואס פארציילט ער?

איך האב נאכנישט געזען די גאנצע ספר, בל"נ ווען איך וועל עס ענדיגען ליינען וועל איך שרייבען אויב איך האב דארט געטראפען עפעס אינטרעסאנט.

אויף די קושית העולם פארוואס טרעפט מען נישט די סמבטיון היינט צוטאגס, האב איך געטראכט א פשוטע תירוץ אז די גמרא רעדט נאר פון יענע צייט, עס קען אבער זייער מעגליך זיין אז שוין פילע יאר האט עס אויפגעהערט ציען שטיינער (וכמו דמה דאי' שם בגמ' שקבר אביו מעלה עשן כל השבוע חוץ משבת, י"ל בפשטות שכבר הפסיק לפני הרבה שנים).

יעצט האב איך גענדיגט איבערקוקען מקופיא די גאנצע ספר, בקיצור, ער ברענגט א בריוו פון איינער וואס האט אליין געהערט די קולות פון די סמבטיון און געהערט פון די גויים וואס זיי האבען אליין געזען די אידען פון די אנדערע זייט טייך, און ער איז מאריך דארט איבער אלץ וואס זיי טוען וכו' (רק שבתוך דבריו יש קצת סתירה, שבמקו"א נראה מדבריו שא"א לעבור הנהר בלי לחלל שבת, ובמקו"א כותב ששתי שעות לפני שבת הנהר כבר שובת ואז עוברים היהודים כדי לערוך מלחמות וכו'), ווי אויך ברענגט ער א בריוו, וואס איז מקויים מיט די חתימה פון די חיד"א, פון די בני משה וואס זיי האבען געשיקט צו די בני ירושלים, און אויך דארט דערמאנען זיי די סמבטיון, ווי אויך שרייבען זיי אז ארום די טייך ברענט א פייער (דאס ברענגט ער אויך אנפאנג ספר פון א אנדערע מקור), אין א פלאץ אין די ספר ברענגט ער אז די סמבטיון ווארפט שטיינער אזוי הויך ווי איין שטאק.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מאי 13, 2020 12:08 am

דייקן האט געשריבן:ער איז מאריך דארט איבער אלץ וואס זיי טוען וכו' (רק שבתוך דבריו יש קצת סתירה, שבמקו"א נראה מדבריו שא"א לעבור הנהר בלי לחלל שבת, ובמקו"א כותב ששתי שעות לפני שבת הנהר כבר שובת ואז עוברים היהודים כדי לערוך מלחמות וכו')

מיר בייגעפאלן א תירוץ. די טייך אליין נעמט אהן לחומרא די פריעסטע שיטה אין שיטת הגאונים, און די וואס גייען דורך די טייך נעמען אהן די שפעטסטע שיטה בשיטת רבינו תם, ממילא קען מען עס פארענטפערן....
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך ביללער » מיטוואך מאי 13, 2020 12:39 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:ב"ה אז דער נושא איז מיר שוין קלאר קרוב צו 25 יאר, און כ'באוואונדער יעדעס יאר ווי די קינדער קומען אהיים פון חדר מיט די מורא'דיגע מעשה פונעם הינקעדיגן שניידער מעבר לסמבטיון, אנשטאט מ'זאל זיי אויסלערנען וויכטיגע יסודות און א' ב' פונעם עבר.

איינער וואס וויל מאכן א אוקימתא אז די מעשה מיטן סמבטיון זאל שטימען מיטן הסבר איבערן נטילת רשות - געזונטערהייט! ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז מ'טאר זיך נישט דראפען אויף גראדע ווענט... אבער פארוואס זאל מען סערווירן פאר די קינדער ירקא במקום בישרא וכוורי? פארוואס ווייסט 100% פונעם היימישן עולם איבערן סמבטיון מעשה, און בלויז גאר א קליין פראצענט יודעי דבר ווייסן פונעם ריכטיגן און פשוט'ן הסבר וואס ליגט אונטער די אקדמות?

אין כאן המקום פאר קלאריפיקאציעס, אז כ'גלייב באמונה שלמה שכל דברי חכמינו אמת, און אז ס'דא א סמבטיון וכו', אבער די מעשה אליין גלייב איך נישט מער ווי אנדערע מפוקפק'דיגע מעשיות [דאס וואס דער א"ר צייכנט צו דערצו בשם א מעשה-ביכל, מאכט מיר עס נישט מער גלייבן]. בפרט אז מיין כיתה ז' רבי האט פארציילט די מעשה מיט א הקדמה אז ער ווייסט נישט אויב ס'איז אמת! [דאס שרייב איך נאר פאר די וואס מיינען אז יעדע ווארט וואס דער מלמד פארציילט איז א גאנצע 'מסורה', לפי זה בין איך עקזעמפט פון דעם].

איך האב אמאל איבערגעזאגט דעם גאנצן נושא אין שול פאר אפאר אידן, אונטערגעשטיצט מיט מראי מקומות וכו', און איין מיטל-יעריגער איד האט מיר באשייגעצט דערפאר (גראדע בצינעא נאך מיין רעדעריי, נישט פארנט פון יעדן) אז ס'איז לויטער אפיקורסות. ודברי פי חלום כריין.

צו פארענטפערן דעם איד, כאטש ער האט דאס נישט געמיינט, און מסתמא נישט גערעכט כלפי אייך. אבער געווענליך די וואס וויל קארעקטען אונזער לימודים, פון וואס אונזערע אבות האבן נישט געהאט קיין פראבלעם און מלמדים מיט נאך אזויפיל יר"ש ווי היינטיגע קארעקטירער האבן געטון, איז דער מיטליעריגער איד גערעכט. ויהא חלקי פון די וואס מיינען אז יעדע ווארט וואס דער מלמד פארציילט איז א גאנצע מסורה.

כ' פארשטיי סתם נישט, דו שרייבסט אפאר מאל ווי פשוט און יסודות'דיג די גאנצע זאך איז, דער פשוט'ער הסבר פון אקדמות וואס דו זאגסט, און ס'איז טאקע פשוט כביעתא בכותחא, פארוואס שרייבסטו אז ס'נישט דיין אויסטרעף נאר ר' וואלף היידנהיים איז דער ערשטער ?

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך ביללער » מיטוואך מאי 13, 2020 12:43 am

למעלה משבעים האט געשריבן:כ'זע די ווילסט דייקא זאגן אז אונזער אקדמות איז נתייסד געווארן לכבוד די קריאה פון שבועות, און צוליב דעם תרגום וואס מען האט מתרגם געווען אויפן פסוק. און דערמיט מדחה זיין אז די מעשה איז לא היה ולא נברא. ואני בעניי זע איך נישט קיין שום ראיה דערצו.

פון מחזור ויטרי קוקט אויס אז עס איז געווען מקומות ווי מען פלעגט [אויך?] מתרגם זיין די "הפטורה" אום יו"ט, און לאו דוקא שבועות. דאס וואס די ברענגסט איז אין סימן רצ"ז, אבער קוק אין סימן קס"ו-קע"ט, איז דא פול מיט רשויות צו זאגן פארן מתרגם זיין די הפטורה [כ'ברעך זיך נאך די ציין דאס צו ליינען און פארשטיין צו ס'איז איין לאנגע מעשה, צו אפגעטיילט...]. און ס'איז דא דארט גאנץ ענליכע שבחים וואס ווערט דערמאנט אין אונזער אקדמות, און די הפטורה וואס ער איז מתרגם איז אין סימן ק"פ די הפטורה פון פסח.

נו, יתכן ר' מאיר ש"ץ האט דאס מייסד געווען אויף די הפטורה פון שביעי של פסח... פון וואנט נעמסטו אז דאס איז דייקא אויף שבועות נתייסד געווארן. שנית, זאגסט דאך אליין אז אין מחזור ויטרי שטייט אן אנדערע נטילת רשות אויף שבועות, איז ווען און פארוואס האט זיך עס געטוישט צו די פון ר' מאיר ש"ץ? זאג מיר נישט אז ס'איז די זעלבע, נאר קורץ, ווייל ס'איז זיכער נישט.

אז די זאגסט חידושים מעג איך דאך אויך... איך וועל זאגן אז ביידע נקודות זענען אמת, איה"נ ר' מאיר האט עס מתקן געווען אלץ נטילת רשות צו מתרגם זיין, און ער האט עס מתקן געווען טאקע צוליב די נס, אבער ס'איז בכלל נישט געווען אום שבועות, און האט בכלל קיין שייכות נישט געהאט צו די "קריאה" פון שבועות.

איי פארוואס האט מען עס אנגעהויבן זאגן אום שבועות, דא קומט די טעם פונעם לבוש "שהוא שבח על בחירת השם יתברך בישראל ונתן לנו את התורה". האט עס שייכות צו שבועות וואס איז געווען קבלת התורה. אדער די טעם פונעם א"ר "שכיון המעשה היה במדבר לכן תקנו לומר אחר במדבר סיני זכר לנס".

--
יוי די עולם האקט, לויף מיר צו מעריב עמער ליינען שפעטער.

יא מ'פלעגט מתרגם זיין הפטורות בימים מיוחדים, פאר דעם איז דא דער יציב פתגם, נאר דארט פלעגט זיין דער מנהג גאנץ יו"ט צו זאגן הפטורות בתרגום, איז דא מערערע פיוטים פון כמה מחברים, משא"כ ביי קריאת התורה איז נאר געווען יום א', און אין צרפת איז נישט געווען מקובל זעט אויס בימי המחזור וויטרי צו זאגן דעם אקדמות, משא"כ אלע אשכזנישע מחזורים פון אנהייב אלף הששי האבן עס דעם אקדמות שנתיסד לשבועות.

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך שופר » מיטוואך מאי 13, 2020 1:17 am

גרשון האט געשריבן:גאר אינטערעסאנט איז די גירסא פונעם שאילתות (בראשית, שאילתא א) איבער דער מעשה פון ר' עקיבא און טורנוסרופוס, אז ווען ר' עקיבא האט אים געזאגט אז דער סמבטיון איז א הוכחה אויף שבת, האט טורנוסרופוס צוריקגע'טענה'ט אז ער גלייבט אויך נישט אינעם עקזיסטענץ פונעם סמבטיון... לויט דעם איז יענערצייט אויך נישט געווען באוואוסט וואו דער טייך געפינט זיך, נאר חז"ל האבן אזוי געהאט מקובל.

"אמר ליה אף בנהר הזה איני מאמינך, שאיני יודע את מקומו."

זעה אין מדרש רבה בראשית פי"א 'אמר לו הרי נהר סמבטיון יוכיח שמושך אבנים כל ימות השבת ובשבת הוא נח. אמר לו לנגדא את נגיד לי אתמהא.' ופי' המפרשים בשם רש"י 'למשוך את משכני, כלומר ממשיך ודוחה אותי בדחייה בעלמא, מי יאמר שהוא כן והרוצה לשקר מרחיק עדותו'
זעה אויך אין אגרת בקורת פון מהרצ"ח בשם ר" אפרים זלמן מרגליות https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... 59&hilite=

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10471
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מאי 13, 2020 2:33 am

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אן אויסטערלישע ארבעט חוח!

דיין טענה אויף מלמדים איז נישט שווער. ווען מ'לערנט מיט קינדער קאנצעטרירט מען זיך אלץ אויף א פרט וואס מ'קען זיי מאכן אינטערעסאנט, און אזא דראמאטישע מעשה איז א שאד נישט אויסצוניצן. איך האב גראדע שוין געהערט אין מיין יוגנט אז די מעשה האט פקפוקים, אבער נישט צוליב דיינע טענות.

למעלה, איך כאפ עפעס נישט פארוואס אויב מ'זעצט איין אז אקדמות איז געשריבן געווארן פאר שביעי של פסח שטימט די מעשה בעסער.

כ'האב נישט געמיינט צו דריקן דווקא דעם יו"ט אדער יענעם יו"ט, נאר געוואלט ארויסברענגן אז די מעשה קען זיין אמת, און אויף דעם קומענדיגן יו"ט נאכן נס האט ער דאס מתקן געווען צוליב דעם נס.

די וועג ווי אזוי ער פרעגט אפ די מעשה איז, אז דאס איז בכלל נישט נתייסד געווארן צוליב א נס, נאר ספעציעל אויף שבועות, אלץ נטילת רשות. זאג איך אז ער האט נישט קיין שום ראיה דערצו, יא יתכן דאס איז טאקע נטילת רשות פארן מתרגם זיין די "הפטורה" פון א יו"ט, אבער די סיבה פארוואס ער האט עס געמאכט איז געווען די נס. און בעצם אין די קורצע ווערטער פון א"ר קוקט עס אזוי אויס. "גם נמצא נדפס בלשון אשכנז ישן נושן מעשה באריכות דעל מה תקנו אקדמות, וסיים שכיון המעשה היה במדבר לכן תקנו לומר אחר במדבר סיני זכר לנס".

אויף די "על מה", האט ער בכלל נישט קיין ראיה אנדערש. און די אויספיר, די טעם פארוואס מען זאגט עס נאכן ערשטן פסוק, דהיינו, אז ר' מאיר האט עס בכלל נישט געמאכט אויף שבועות, און יתכן ער האט עס געמאכט פארן תרגום פון די "הפטורה" און נישט פון די "קריאה", איז ווי קומט עס דא אריין נאכן ערשטן פסוק, איז די ענטפער אלץ זכר לנס.

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך קיסריה » מיטוואך מאי 13, 2020 6:19 am

חוח, איר באקומט א פוליצער פאר די הערליכע ארבעט - מתוק מדבש און זאפטיגע מ״מ, פעפערדיקע פיוטים וועלכע ווערן זעלטן געזעהן.

לגבי די הייליגע א״ר וואס שרייבט איבער די מעשה, ביטע ווערט נישט בייז.

אין דינהייליגע גמרא (בבא בתרא ט״ז) איז פאראן א גאנצע טוצאך איבער איוב.

1) איין הייליגע תנא אלקי זאגט אז איוב היה בימי משה.

2) א צווייטע הייליגע תנא זאגט אז איוב היה בימי שפוט השופטים .

3) א דריטע הייליגע תנא זאגט אז איוב היה בימי עולי הגולה.

4) א פערטע הייליגע תנא זאגט איוב היה בימי יעקב אבינו וכו׳ וכו׳

5) איין הייליגע אמורא זאגט איוב לא היה ולא נברא, משל היה.

איר הערט, א גאנצע רייע תנאים זאגן ווען און ווער איוב איז געווען, א ישראל אדער א גוי, קומט אן איין הייליגע אמורא (פיל שפעטער) און זאגט לא היה ולא נברא, להד״ם!!!

אבער א פאני זאך גייט פאר, קיינער שרייט נישט אפיקורס... קיינער שרייט נישט היתכן דו לייקנסט און א קלארע חז״ל פון אלע תנאים ואמוראים וואס זאגן אנדערש. די גמרא גייט ווייטער מיט נאך מאן דאומרים וועלכע זאגן אלע אנדערע זמנים ווען און ווער איוב איז געווען אין ברענגען פארשידענע ראיות לדבריהם.

***************

אקעי, מיר זענען חלילה נישט מדמה אונזערע לאקשן קיין אפס קצהו צו גארנישט פון די גמרא - אבער די פאינט איז, אז איינער זאגט די א״ר שרייבט אז די מעדה איז אמת, אנדערע זאגן אז זיי האבן מקובל אז די מעשה איז להד״ם איז מען נאך ב״ה נישט קיין אפיקורס.

ביטע הערט אויך באטיטלען יעדן וואס זאגט אנדערש פון דיר, אפיקורס.
אפיקורס ווערט גענוצט ווען איינער לייקנט אין איינע פון די 13 אני מאמינ׳ס. די הייליגע י״ג עקרים.

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך גרשון » מיטוואך מאי 13, 2020 11:18 am

דייקן האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:אויב מ'מעג מאכן אזא מענין לענין, נאך אסאך זוכענישן בין איך געקומען צום אויספיר אז די נושא פון סמבטיון און אלעס ארום איז די סאמע פארנעפלסטע טעמע בשייכות מיט יהדות; כ'מיין אז ס'איז נישט דא קיינער וואס ווייסט אפילו פערטלוועגס.

עס איז דא א גאנצע ספר מעשה נסים איבער די סמבטיון, האסט עס שוין געזען?
https://tablet.otzar.org/book/book.php? ... &pagenum=2

קיינמאל נישט געזען, כ'וועל כאפן א בליק. וואס פארציילט ער?

איך האב נאכנישט געזען די גאנצע ספר, בל"נ ווען איך וועל עס ענדיגען ליינען וועל איך שרייבען אויב איך האב דארט געטראפען עפעס אינטרעסאנט.

אויף די קושית העולם פארוואס טרעפט מען נישט די סמבטיון היינט צוטאגס, האב איך געטראכט א פשוטע תירוץ אז די גמרא רעדט נאר פון יענע צייט, עס קען אבער זייער מעגליך זיין אז שוין פילע יאר האט עס אויפגעהערט ציען שטיינער (וכמו דמה דאי' שם בגמ' שקבר אביו מעלה עשן כל השבוע חוץ משבת, י"ל בפשטות שכבר הפסיק לפני הרבה שנים).

יעצט האב איך גענדיגט איבערקוקען מקופיא די גאנצע ספר, בקיצור, ער ברענגט א בריוו פון איינער וואס האט אליין געהערט די קולות פון די סמבטיון און געהערט פון די גויים וואס זיי האבען אליין געזען די אידען פון די אנדערע זייט טייך, און ער איז מאריך דארט איבער אלץ וואס זיי טוען וכו' (רק שבתוך דבריו יש קצת סתירה, שבמקו"א נראה מדבריו שא"א לעבור הנהר בלי לחלל שבת, ובמקו"א כותב ששתי שעות לפני שבת הנהר כבר שובת ואז עוברים היהודים כדי לערוך מלחמות וכו'), ווי אויך ברענגט ער א בריוו, וואס איז מקויים מיט די חתימה פון די חיד"א, פון די בני משה וואס זיי האבען געשיקט צו די בני ירושלים, און אויך דארט דערמאנען זיי די סמבטיון, ווי אויך שרייבען זיי אז ארום די טייך ברענט א פייער (דאס ברענגט ער אויך אנפאנג ספר פון א אנדערע מקור), אין א פלאץ אין די ספר ברענגט ער אז די סמבטיון ווארפט שטיינער אזוי הויך ווי איין שטאק.

משום איזו סיבה שפיר איך אויף אלע די עדות'שאפטן און בריוו אן אומצוטרוי. מילא אז חז"ל פארציילן אונז עפעס, זענען זייערע ווערטער נאמן אויף אונז כמאה עדים, אבער פארציילונגען איבער'ן סמבטיון פון משך די דורות זענען דא אזויפיל, יעדער איינער מיט אנדערע אנגעגעבענע ערטער און אנדערע זאכן וואס ער האט אליין געזען. לאמיר נישט פארגעסן אז צוויי הונדערט יאר צוריק איז שוין די וועלט געווען היבש פארגעשריטן, גענוג אז אזא אויסטערלישע זאך זאל זיין ברייטער באוואוסט. און אז מ'האט עס דעמאלטס געזען, וואו איז פלוצלינג פארשוואונדן געווארן?

ס'איז וויכטיג צו געדענקען אז אמאל זענען רוב מענטשן געבליבן זייער גאנץ לעבן אינעם ראיאן וואו זיי זענען געבוירן, ס'איז כמעט נישט געווען קאמוניקאציע מיט דער גרויסער וועלט, און אז ס'האט זיך געמאכט א "רייזנדער", איינער וואס איז ארויסגעפארן פון זיין היים שטעטל צו א רייזע איבער דער וועלט און זיך אומגעקערט צען יאר שפעטער, איז געווען בידו צו פארציילן וואס ער וויל און אלע האבן אים אויסגעהערט מיט אפענע מויל און אויערן. ס'איז נישט קיין שום ספק אז אזא רייזנדער האט געהאט א גרויסן נסיון צו זיין א שארלאטאן און פארציילן זאכן וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, בלויז פאר דער איינער סיבה אז קיינער האט אים נישט געקענט אפלייקענען. ס'זענען באקאנט אסאך אזעלכע, אבער אויף כמעט יעדן דארף מען האבן דעם חשד, כאטש טיילווייז, איבערהויפט ווען ער פארציילט דראמאטישע, שפאנענדע זאכן.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך דייקן » מיטוואך מאי 13, 2020 11:43 am

אין די בריוון וואס ווערען געברענגט אין דעם ספר רעדט זיך פון היפש מער ווי 200 יאר צוריק (און עס קען זיין אז 200 יאר צוריק האט זיך שוין אויפגעהערט די שטיינער ווארפעריי, ווי מען האט שוין פריער ערווענט, און די אידען פון יענע זייט סמבטיון האבען זיך אנגעפאנגען אויסמישען מיט די גוים, נאכדערצו אז זיי האבען לכאו' נישט געהאט אלע איסורים דרבנן וואס מיר האבען, וואס איז אין פיל פעלער כדי אפצוהאלטען די אידען פון זיך אויסמישען מיט די גוים, און בפרט אז זיי זענען בכלל נישט געווען געראכטען אויף אזא סארט זאך נאכען זיין אפגעזונדערט פון אלע גוים פאר הונדערטע יארען), ווי אויך ברענגט ער די בריוו פון א אנגעגעבענע פארלעסליכע מקור, בפרט די צווייטע בריוו וואס איז מקויים מיט די חתימה פון די רבני ירושלים און די הייליגע חיד"א.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13887
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מאי 13, 2020 12:33 pm

יישר כח חוח פאר אייער צייט און מיה, אזא ארטיקל וואלט איר געקענט פארקויפן פאר אן אויסגאבע פאר טבין ותקילין
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5040
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך מאי 13, 2020 12:47 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אן אויסטערלישע ארבעט חוח!

דיין טענה אויף מלמדים איז נישט שווער. ווען מ'לערנט מיט קינדער קאנצעטרירט מען זיך אלץ אויף א פרט וואס מ'קען זיי מאכן אינטערעסאנט, און אזא דראמאטישע מעשה איז א שאד נישט אויסצוניצן. איך האב גראדע שוין געהערט אין מיין יוגנט אז די מעשה האט פקפוקים, אבער נישט צוליב דיינע טענות.

למעלה, איך כאפ עפעס נישט פארוואס אויב מ'זעצט איין אז אקדמות איז געשריבן געווארן פאר שביעי של פסח שטימט די מעשה בעסער.

כ'האב נישט געמיינט צו דריקן דווקא דעם יו"ט אדער יענעם יו"ט, נאר געוואלט ארויסברענגן אז די מעשה קען זיין אמת, און אויף דעם קומענדיגן יו"ט נאכן נס האט ער דאס מתקן געווען צוליב דעם נס.

די וועג ווי אזוי ער פרעגט אפ די מעשה איז, אז דאס איז בכלל נישט נתייסד געווארן צוליב א נס, נאר ספעציעל אויף שבועות, אלץ נטילת רשות. זאג איך אז ער האט נישט קיין שום ראיה דערצו, יא יתכן דאס איז טאקע נטילת רשות פארן מתרגם זיין די "הפטורה" פון א יו"ט, אבער די סיבה פארוואס ער האט עס געמאכט איז געווען די נס. און בעצם אין די קורצע ווערטער פון א"ר קוקט עס אזוי אויס. "גם נמצא נדפס בלשון אשכנז ישן נושן מעשה באריכות דעל מה תקנו אקדמות, וסיים שכיון המעשה היה במדבר לכן תקנו לומר אחר במדבר סיני זכר לנס".

אויף די "על מה", האט ער בכלל נישט קיין ראיה אנדערש. און די אויספיר, די טעם פארוואס מען זאגט עס נאכן ערשטן פסוק, דהיינו, אז ר' מאיר האט עס בכלל נישט געמאכט אויף שבועות, און יתכן ער האט עס געמאכט פארן תרגום פון די "הפטורה" און נישט פון די "קריאה", איז ווי קומט עס דא אריין נאכן ערשטן פסוק, איז די ענטפער אלץ זכר לנס.

אבער לויט די לעגענדע איז ער דאך געבליבן ביי די אנדערע זייט סמבטיון.

און ס'קען טאקע זיין אז מ'קען טרעפן א הסבר אז די מעשה זאל שטימען אזוי אויך, אבער די מעשה ווערט דערציילט אלס א הסבר אויפ'ן אמירת האקדמות, ווען קיין הסבר פעלט בכלל נישט אויס. און ס'איז נישט דא קיין סיבה פארוואס מ'זאל זיך צווינגען אנצונעמען א געשיכטע וואס האט אזויפיל בובוס.

און אפי' אויב זאל מען מברר זיין אז די מעשה איז 100% קראנט, איז נישט דאס וואס דארף אנגעגעבן ווערן ווען מ'איז מסביר וואס איז דאס אקדמות.

אוועטאר
מים חיים
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך מאי 13, 2020 2:31 pm

מענין לענין

איך געדענק אלס קינד ווען איך האב געטרייט צי אויסרעכענען ווי הויך עוג איז געווען לויט די גמרא
מֹשֶׁה כַּמָּה הֲוָה — עֶשֶׂר אַמּוֹת, שְׁקֵיל נַרְגָּא בַּר עֲשַׂר אַמִּין, שְׁוַור עֲשַׂר אַמִּין, וּמַחְיֵיהּ בְּקַרְסוּלֵּיהּ וְקַטְלֵיהּ

זעה דא

אין דא

אין אגב קרענקט מיך שוין לאנג אויף אסאך פאלשע מעשיות לדוגמא השר מקוצי אין רגמ"ה וואס מפארציילט פאר די קינדער איינמאל אין נאכאמאל
א חשובע מגי''ש מיינע אין ישיבה א ת''ח מופלג האט מיך ערשט ביי די 16 ארויסגענימן פין די אמונה טפילה אין די אלע מעשיות

אוועטאר
גרשון
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך גרשון » מיטוואך מאי 13, 2020 3:26 pm

מים חיים האט געשריבן:מענין לענין

איך געדענק אלס קינד ווען איך האב געטרייט צי אויסרעכענען ווי הויך עוג איז געווען לויט די גמרא
מֹשֶׁה כַּמָּה הֲוָה — עֶשֶׂר אַמּוֹת, שְׁקֵיל נַרְגָּא בַּר עֲשַׂר אַמִּין, שְׁוַור עֲשַׂר אַמִּין, וּמַחְיֵיהּ בְּקַרְסוּלֵּיהּ וְקַטְלֵיהּ

זעה דא

אין דא

אין אגב קרענקט מיך שוין לאנג אויף אסאך פאלשע מעשיות לדוגמא השר מקוצי אין רגמ"ה וואס מפארציילט פאר די קינדער איינמאל אין נאכאמאל
א חשובע מגי''ש מיינע אין ישיבה א ת''ח מופלג האט מיך ערשט ביי די 16 ארויסגענימן פין די אמונה טפילה אין די אלע מעשיות

ס'זענען דא וואס לערנען יא אפ די גמרא כפשוטו, עי' ביאור הלכה סי' ריח ס"א. אבער אסאך מפרשים האלטן טאקע אז ס'איז שווער צו לערנען פשוט פשט. אזוי צי אזוי איז עוג מלך הבשן געווען א ריז, ווי ס'שטייט אין פרשת דברים, און ער האט געוואלט ווארפן א גרויסן שטיין אויף די אידן מיט וועלכן ס'איז געשען א נס, און מ'דארף מאכן א ברכה ווען מ'זעט דעם פלאץ.

שפעטערדיגע אויסגעזויגענע מעשיות כאפט מען על פי רוב נישט אז ס'איז איינעמ'ס פאנטאזיע, אבער ווער ס'וויל, קען עס דערקענען אויפ'ן פנים פון דער געשיכטע. פאר מלמדים און מאמעס וואס שלעפן איין קינדער זענען זיי גאלדגרובן, אבער די צרה איז אז מאנכע קוקן עס אן ווי א חלק פון דער אידישער מסורה. ס'איז זיכער בעסער נישט מורש צו זיין שקר לבנים.
ס'איז א פארגעניגן זיך צו מתווכח זיין מיט א ראציאנאלן מענטש

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10471
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך מאי 13, 2020 10:54 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אן אויסטערלישע ארבעט חוח!

דיין טענה אויף מלמדים איז נישט שווער. ווען מ'לערנט מיט קינדער קאנצעטרירט מען זיך אלץ אויף א פרט וואס מ'קען זיי מאכן אינטערעסאנט, און אזא דראמאטישע מעשה איז א שאד נישט אויסצוניצן. איך האב גראדע שוין געהערט אין מיין יוגנט אז די מעשה האט פקפוקים, אבער נישט צוליב דיינע טענות.

למעלה, איך כאפ עפעס נישט פארוואס אויב מ'זעצט איין אז אקדמות איז געשריבן געווארן פאר שביעי של פסח שטימט די מעשה בעסער.

כ'האב נישט געמיינט צו דריקן דווקא דעם יו"ט אדער יענעם יו"ט, נאר געוואלט ארויסברענגן אז די מעשה קען זיין אמת, און אויף דעם קומענדיגן יו"ט נאכן נס האט ער דאס מתקן געווען צוליב דעם נס.

די וועג ווי אזוי ער פרעגט אפ די מעשה איז, אז דאס איז בכלל נישט נתייסד געווארן צוליב א נס, נאר ספעציעל אויף שבועות, אלץ נטילת רשות. זאג איך אז ער האט נישט קיין שום ראיה דערצו, יא יתכן דאס איז טאקע נטילת רשות פארן מתרגם זיין די "הפטורה" פון א יו"ט, אבער די סיבה פארוואס ער האט עס געמאכט איז געווען די נס. און בעצם אין די קורצע ווערטער פון א"ר קוקט עס אזוי אויס. "גם נמצא נדפס בלשון אשכנז ישן נושן מעשה באריכות דעל מה תקנו אקדמות, וסיים שכיון המעשה היה במדבר לכן תקנו לומר אחר במדבר סיני זכר לנס".

אויף די "על מה", האט ער בכלל נישט קיין ראיה אנדערש. און די אויספיר, די טעם פארוואס מען זאגט עס נאכן ערשטן פסוק, דהיינו, אז ר' מאיר האט עס בכלל נישט געמאכט אויף שבועות, און יתכן ער האט עס געמאכט פארן תרגום פון די "הפטורה" און נישט פון די "קריאה", איז ווי קומט עס דא אריין נאכן ערשטן פסוק, איז די ענטפער אלץ זכר לנס.

אבער לויט די לעגענדע איז ער דאך געבליבן ביי די אנדערע זייט סמבטיון.

און ס'קען טאקע זיין אז מ'קען טרעפן א הסבר אז די מעשה זאל שטימען אזוי אויך, אבער די מעשה ווערט דערציילט אלס א הסבר אויפ'ן אמירת האקדמות, ווען קיין הסבר פעלט בכלל נישט אויס. און ס'איז נישט דא קיין סיבה פארוואס מ'זאל זיך צווינגען אנצונעמען א געשיכטע וואס האט אזויפיל בובוס.

און אפי' אויב זאל מען מברר זיין אז די מעשה איז 100% קראנט, איז נישט דאס וואס דארף אנגעגעבן ווערן ווען מ'איז מסביר וואס איז דאס אקדמות.

וואס די מעשה איז געווען קען מען דן זיין, און קושיות אויף די מעשה וואס מען פארציילט קען מען פרעגן, נישט דאס איז געווען די דיון.

ער האט געשריבן א הערליכע מאמר, אבער נישט געברענגט קיין ראיה, אז דאס וואס מען פארציילט אלץ א מציאות, נישט אלץ א הסבר, איז נישט ריכטיג.

לאמיר דיר מסביר זיין ווי אזוי א ראיה אדער א פירכא ארבעט, איך זאג דיר א מהלך אויף א זאך, און די האסט אן אנדערע מהלך אויף דעם, איז דיין מהלך נישט קיין ראיה קעגן מיר, און זיכער נישט קיין פירכא אויף מיינס... נאר וואס יא, אויב גייענדיג מיט מיין מהלך טרעפסטו זיך מיט א סתירה, אדער עפעס שטימט נישט, אדער האסט א קלארע מקור קעגן מיין מהלך, דאס איז א פירכא און א ראיה קעגן מיין מהלך.

לענינינו, ער האט פארציילט א פאקט אז עס פלעגט זיין א נטילת רשות פארן מתרגם זיין, און געזאגט נאך א פאקט אז מען פלעגט אמאל מתרגם זיין די קריאה אום שבועות, זייער שיין, דא האט ער צוגעלייגט אן אייגן שיינע מהלך א צוזאמשטעל, אז די אקדמות איז געמאכט געווארן "צוליב דעם" דהיינו אלץ נטילת רשות ספעציעל אויף די תרגום פון שבועות, זייער שיין, אבער די מהלך איז נישט קיין ראיה קעגן גארנישט, און פרעגט גארנישט אפ, ס'איז סך הכל א שיינע שילוב, און אוודאי לפי"ז אויב איז די מעשה אלץ א הסבר, דארף מען נישט האבן די מעשה מער...

ווידער די וואס פארציילן די מעשה, זאגן דאס נישט אלץ הסבר, נאר פשוט א טריקענע פאקט כך הוה המעשה, לפי דבריהם האסטו דריי פאקטן, מען פלעגט זאגן א נטילת רשות פארן מתרגם זיין, מען פלעגט מתרגם זיין די קריאה אום שבועות, און אונזער אקדמות איז נתקן געווארן צוליב א נס און האט גארנישט מיט תרגום צו טון [און יתכן אויך גארנישט מיט שבועות]. נאר לפי זה אז ס'האט גארנישט מיט תרגום [און שבועות] דארף מען א הסבר ווי קומט עס אריין שבועות ביים ליינען, אויף דעם ברענגט דער א"ר דעם סברה פון מדבר מדבר זכר לנס, כאפסט?

אז נישט איז אויך גוט...

אגב, אפילו לפי דבריו, מעק אויס די מעשה, דארף עס א הסבר פארוואס פונקט אויף שבועות קומט זיך אזא שיינער אקדמות, אפילו לאמיר זאגן ער האט עס געמאכט לכבוד שבועות, אבער פארוואס טאקע, דא קומט די הסבר פונעם לבוש, שהוא שבח על בחירת השם יתברך בישראל ונתן לנו את התורה.

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מאי 13, 2020 11:03 pm

למעלה איך פארשטיי אויך ענליך ווי דיר.

נאך אלס יתכן אז עס איז א נטילת רשות און רבי מאיר ש"ץ האט געמאכט די נטילת רשות בשעת די מעשה, און האט געבעטן אז מען זאל מתקן זיין צו זאגן זיין נטילת רשות לזכרונו.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך ביללער » מיטוואך מאי 13, 2020 11:08 pm

רב למעלה
ער האט גארנישט מחדש געווען, די אלע זאכן זענען אלטע דברים פשוטים מאד מאד לכל באי שער היסטאריע, וואס טוען אין דיזע ענינים.
אבער ס'ווענד גארנישט אפ די מעשה, מ'מיינט אז ווייל מ'ווייסט וואס אסאך ווייסן נישט מוז מען שוין אפלאכן, אבערוואס, ר' מאיר ש"ץ האט געקענט מחבר זיין די אקדמות בשעת די מעשה, לכבוד די מעשה הנס, אבער פשוט אז ס'איז נתחבר געווארן און ס'איז גארנישט אנדערש ווי א רשות לתרגום.

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך ביללער » מיטוואך מאי 13, 2020 11:11 pm

קיסריה האט געשריבן:איר הערט, א גאנצע רייע תנאים זאגן ווען און ווער איוב איז געווען, א ישראל אדער א גוי, קומט אן איין הייליגע אמורא (פיל שפעטער) און זאגט לא היה ולא נברא, להד״ם!!!

אבער א פאני זאך גייט פאר, קיינער שרייט נישט אפיקורס... קיינער שרייט נישט היתכן דו לייקנסט און א קלארע חז״ל פון אלע תנאים ואמוראים וואס זאגן אנדערש. די גמרא גייט ווייטער מיט נאך מאן דאומרים וועלכע זאגן אלע אנדערע זמנים ווען און ווער איוב איז געווען אין ברענגען פארשידענע ראיות לדבריהם.

אין תלמוד בבלי שטייט נישט קיין הייליגע אמורא וואס זאגט דאס.
און דער הייליגער יעב"ץ שרייט יא אפיקורוס. נישט וועגן דעם וואס דו זאגסט אבער

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: דער 'אקדמות' - פון אונזער זייט פונעם סמבטיון!

תגובהדורך קיסריה » מיטוואך מאי 13, 2020 11:34 pm

ביללער האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:איר הערט, א גאנצע רייע תנאים זאגן ווען און ווער איוב איז געווען, א ישראל אדער א גוי, קומט אן איין הייליגע אמורא (פיל שפעטער) און זאגט לא היה ולא נברא, להד״ם!!!

אבער א פאני זאך גייט פאר, קיינער שרייט נישט אפיקורס... קיינער שרייט נישט היתכן דו לייקנסט און א קלארע חז״ל פון אלע תנאים ואמוראים וואס זאגן אנדערש. די גמרא גייט ווייטער מיט נאך מאן דאומרים וועלכע זאגן אלע אנדערע זמנים ווען און ווער איוב איז געווען אין ברענגען פארשידענע ראיות לדבריהם.

אין תלמוד בבלי שטייט נישט קיין הייליגע אמורא וואס זאגט דאס.
און דער הייליגער יעב"ץ שרייט יא אפיקורוס. נישט וועגן דעם וואס דו זאגסט אבער

אין מיין תלמוד בבלי שטייט אז איין מ״ד זאגט אז איוב לא היה ולא נברא.

כאטש א ריזיגע צאל אנדערע תנאים ואמוראים זאגן אז ער איז געווען
בימי יעקב אבינו,
בימי משה,
בימי מרגלים,
בימי שפוט השופטים,
בימי עולי הגולה.

אויב שטעלט זיך אויף איינער היינט אין כ׳ אייר תש״פ און זאגט הויך אז לדעתו איז איוב לא היה ולא נברא איז ער נישט קיין אפיקורס, ווילאנג ער לייקנט נישט אין די י״ג עקרים און לייקנט נישט אין תורה שבכתב און נישט אין תושבע״פ, דיש לו מ״ד דס״ל כוותיה.

איר הערט גוט? ווייל צו דיר רעד איך!

וזה פשוט פאר יעדן יודע ספר.

דא האט איר א שטיקעלע גמרא, הנקרא תלמוד בבלי

9C0267D5-30AA-47E0-AF71-9B8C0758B48D.jpeg
בבא בתרא טו.
9C0267D5-30AA-47E0-AF71-9B8C0758B48D.jpeg (666.58 KiB) געזעהן 677 מאל

צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט