ספורי צדיקים לחג הפסח

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג אפריל 06, 2008 11:20 pm

מען קען זיך שוין זעצן צום סדר:
דער הייליגער אמרי חיים זי"ע האט זיך אמאהל אנגערופן, מיט זיין הייליגער עניוות: "עס ווערט געברענגט אין ספרים הקדושים, אז א מענטש דארף זיך מקדש ומטהר זיין און זיך צוגרייטן צום הייליגן יום טוב. איך אבער מיט וואס האב איך זיך צוגעגרייט צום הייליגן יום טוב פסח".

א וויילע שפעטער האט ער אויסגעפירט: "איין זאך בארואיגט מיך, ווייל איך האב געגעבן געלט פאר ארימערלייט אויף מעות חטים. יעצט וועלן זיי זיך קענען זעצן צו א לעכטיגן סדר. מיט דעם זכות קען איך זיך אויך זעצן צום סדר.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג אפריל 15, 2008 8:49 pm

דצ"ך עד"ש באח"ב: אין די צייטען וואס די רשעים פלעגן יעדע יאהר אויסטראכטן אויף די יודן בלוט בלבולים (אז די יודן באנוצען זיך מיט גויאישע בלוט אין זייערע מצות), האט מען אמאהל געצווינגען די יודישע רבנים זיך צו טענה'ן מיט די גלחים, און אויפווייזען ווער עס איז גערעכט. האבן זיך די גלחים אנגערופען: "מיר האבן אן אפענע באווייז אז דאס אלעס איז אמת און די יודן באנוצען זיך מיט גויאישע בלוט, ווייל זיי זאגן אין די הגדה ווערטער מיט ראשי תיבות: "דצ"ך", - וואס דאס מיינט: "דם צריכים כולנו"! (מיר אלע דארפן האבן בלוט) האבן די רבנים אויף דעם צוריק געענטפערט: "טאקע, די ווערטער זענען ראשי תיבות, אבער זיי מיינען פונקט דאס פארקערטע פון די רייד פון די גלחים! די ווערטער מיינען: "דצ"ך" - "דברי צוררנו כזב" (די רייד פון אונזערע פיינד זענען ליגענד). "עד"ש" - "עלילת דם שקר" (די בלוט בלבול איז שקר), "באח"ב" - "בני אברהם חלילה בזאת" (קינדער פון אברהם אבינו מעגן דאס נישט טוהן, צו עסן בלוט)...

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 12:34 pm

תגובהדורך מאיר » דאנארשטאג מארטש 26, 2009 4:58 pm

יישר כח ר' זיידעלע

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » פרייטאג מארטש 27, 2009 3:03 am

ר' אייזק'ל קאליווער איז געווען א מחותן מיטן עטרת צבי (צבי בן הינדא) איינמאל פארפאר פסח האט גערופן דער הייליגער קאליווער זיין זיהן אויף פסח דער שניר האט נישט געהאט קיין חשק ציפארן איז זי געגאנגען פרעגן איר טאטע דער עטרת צבי צי זי זאל פארן אויף פסח קיין קאליב האט ער געזאגט פאר איר אז זי זאל יא פארן.
ווען איז געקימען צים סדר האט מען געווארט אז דער קאליווער זאל אנהייבן. און ער דרייט זיך ארום ביז שפעט ביינאכט און ער הייבט נישט אן. און פליצלינג קימט אן א פערד און וואגן און עס קימט אראפ פון די וואגן דריי הערן מיט פיר פרויען און דער קאליווער רופט זיי אריין און ער שמיסט מיט זיי א שטיק צייט אין ער באגלייט זיי ארויס און נאכדעם האט ער אנגעהויבן דעם סדר. זי דער שניר האט עס נישט געפאלן זי איז שוין געווען נערוועס א גאנץ יו"ט זי האט שוין געוואלט אהיים פארן גלייך נאך יו"ט זי איז געווען ציגעוואנט פון זידטשוב עס איז געווען א אנדערע נוסח.
ווען זי אהיים געקומען האט איר דער טאטע געפרעגט נא וויאזוי איז געווען יו"ט.
האט זי אנגעהויבן פארציילן מיט די דריי הערן און מיט די פרויען.
האט דער עטרת צבי איר פארציילט וואס דארט איז פארגעקימען
דער הייליגער קאליווער האט נישט געוואלט אן הייבן דעם סדר ווילאנגט מען זאגט אים צי די גאולה שלימה.
ביז עס זענען געקימען די אבות הקדושים פון גן עדן אים צי בארואיגן אז עס איז נאך נישט דער צייט און מען וועט אינז בקרוב אויסלייזן אין דעמאלסט האט אן געהויבן דעם סדר

החריף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 4:31 am

תגובהדורך החריף » פרייטאג מארטש 27, 2009 1:22 pm

שמעתי מהרה"ק רבי יעקב מפשעווארסק זי"ע, אז הרה"ק ר' קאפיל ליקיווער זי"ע, האט געהאט א וויין געשעפט, אין יעדעס יאר פאר פסח איז געקומען האט ער עס פארקויפט צו איינער פון דער גוים פין דער שטאט, איין יאר פאר פסח האבען זיך דער גוים פין שטאט אפגעשמועסט איינער דער צווייטער אז דאס יאר גייען זיי דאס נישט אפקויפען פון ר' קאפיל, אזוי גייט ער דאס מוזען מפקיר זיין, וועט דאס זיין אסאך בעסער פאר אונז. וכך הוה עס קומט ערב פסח און קיינער וויל עס פון אים נישט אפקויפען. איז גלייך פאר פסח האט ער דאס מפקיר געוועהן. איז געשעהן א נס אין ס' איז געווארען א טייך ארום דער געפעפט אין דער גוים האט נישט געקענט צו קומען דערצו. ר' יענקעלע זאגט אז ער האט געהערט נאך א גירסה, אז עס זענען דארט אנגעקומען גרויסע הינט אין דער גוים האבען מורא געהאט צו צוקומען צו דעם געשעפט.

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » פרייטאג מארטש 27, 2009 4:44 pm

די מעשה האב איך געהערט פון ר' יח"ג ער האט עס נאכגעזאגט פון פאפאא רב ז"ל
אז דער סאטמאר רב ז"ל האט דאס געזאגט אין סאטמאר ביים שבת הגדול דרשה.
איך קען מיך נישט דערמאנען ביי וועלעכע צדיק דאס איז געווען
און דער צדיק האט געמאכט ג גרויסע הכנה אויף יו"ט מיט א גרויסע טירחה ער האט אליין געשניטן די ווייץ און באצאלט שווערע געלטער פאר שמירה אין ערב יו"ט און שטיב איז געווען א משרת אין שטיב אין זי האט דארט געהאט א קינד און דאס קינד האט געמיטשטעט אז ער טיז הינגעריקט האט זי בטעות געגעבן פוון די שמירה מצות און נאכדעם וואס זי האט ציבראכן די מצות האט זי זיך געכאפט אז דאס איז די שמירה מצות איז זי אנטלאפן זי האט נישט געוואלט דארט זיין בשעת דער צדיק גייט זיך בייזירן אין די רעבצין איז אויך אוועק געגאנגען זי האט נישט געוואלט דארט זיין בשעת ער גייט זיך בייזירן
ביינאכט נאך מעריב ווען דער צדיק איז אהיים געקומען האט ער געזען אז די רעביצן איז נישט אינדערהיים האט ער זיך אראפ געזעצט לערנן ווען זי האט געטראכט אז איר מאן האט זיך שוין בארואיגט איז זי אהיים געקומען און ער האט זיך אנגערופן נא לאמיר אנהייבן דעם סדר האט זי באמערקט אז איר מאן ווייסט נאכנישט וואס דא איז פארגעגאנגען האט זי אויסגעבראכן און א געוויין וואס דא האט באסירט האט ער איר בארואיגטעס איז דאך דא אנדערע מצות אויך ער האט זיך ניטאמאהל געקימען בכלל און קפידא דאס האט דער סאטמערע רב באווינדערט נישט אז ער האט זיך שנעל ברואיגט נאר ער איז בכלל נישט געקומען און כעס......(ווער עס קען מיר דערמאנען די נאמען פונעם צדיק זאל זיין אזוי גיט און ארויף לייגן )

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 29, 2009 11:56 am

ווען דער גאון ר' שלמה מינץ ז"ל איז אויפגענומען געווארן אלס רב, האט נאך דער פריערדיגע רב געלעבט, נאר צוליב זיין עלטער און צוליב זיינע שוואכע כוחות האט ער זיך אליין אפגעזאגט פון זיין רבנות. ווען ר' שלמה האט געהאלטן זיין ערשטע דרשה האט ער געוואלט טרייסטן דעם אלטן רב מיט אט די ווערטער.
די גמרא (ברכות כז:) דערציילט אז ווען מען האט אנגעטראגן דאס נשיאות פאר רבי אלעזר בן עזריה האט ער געענטפערט פאר די חכמים "איזל ואמליך בדביתהו – איך וועל גיין זיך אדורך רעדן מיט מיין ווייב. האט זיין ווייב אים געזאגט, ווער ווייסט צו מען וועט דיר נישט אפזאגן פון די נשיאות אין די שפעטערע יארן? און אויב אזוי לוינט זיך נישט אנצונעמען דעם פאסטן? האט רבי אלעזר בן עזריה גענטפערט, אז צו זיין דער נשיא פון כלל ישראל לוינט זיך אפילו אויף איין טאג. האט זי ווייטער געפרעגט, דו האסט דאך נישט קיין ווייסע בארד, און די חכמים וועלן דיר נישט מכבד זיין, און נישט צוהערן דיינע רייד? איז געשעהן א נס אז עס איז געוואקסן ווייסע האר אויף זיין בארד, און דאס איז וואס רבי אלעזר בן עזריה האט געזאגט "הרי אני כבן שבעים שנה".
האט ר' שלמה מינץ געפרעגט, וואס איז דער שייכות פון די ביידע פראגעס וואס זיין ווייב האט אים געפרעגט "אפשר וועט מען דיר אפזאגן פון דיין נשיאות", און "דו האסט דאך נישט קיין ווייסע בארד"?
נאר מען קען ענטפערן בדרך צחות, אז אויב מען זאגט אפ א יונגער רב פון זיין רבנות איז דאס א גרויסער בזיון פאר אים, ווייל ווי ער גייט וועט מען טייטלען מיט די פינגער "אט גייט דער אלטער רב", און א יעדער וועט וויסן אז מען האט אים אפגעזאגט פון זיין רבנות. אבער אויב מען זאגט אפ אן אלטער רב פון זיין רבנות איז דאס נישט אזא בזיון, ווייל ווען מען וועט טייטלען אויף אים "אט גייט דער אלטער רב" וועט מען נישט וויסן אז מען האט אים אפגעזאגט פון זיין רבנות, נאר מען וועט מיינען אז ער איז נאך אלס רב, נאר מען רופט אים "אלטער רב" צוליב זיין עלטער.
דאס האט די ווייב פון רבי אלעזר בן עזריה אים געזאגט, "אפשר וועט מען דיר אפזאגן פון דיין נשיאות", און "דו האסט דאך נישט קיין ווייסע בארד", אז מען זאל קענען זאגן "אט גייט דער אלטער נשיא" וועט מען נישט מיינען אז דו ביסט נאך אלס דער נשיא, נאר אלע וועלן וויסן אז דאס מיינט דער געוועזענער נשיא, און צוליב דעם וועט דער בזיון זיין זייער גרויס...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 29, 2009 11:56 am

"מתחלה"... "ועכשיו"...
אמאל איז געקומען א איד צו דער הייליגער ר' ברוכ'ל קאסובער זי"ע און ער האט אים דערציילט אז ער האט לעצטענס חתונה געמאכט זיין טאכטער. האט אים דער רבי געפרעגט: וועמען האסטו גענומען פאר אן איידעם? האט אים דער איד געענטפערט: א "היינטיגע" בחור, מיינענדיג צו זאגן אז ער איז א פארגעשריטענער בחור וואס ליידט נישט פון איבריגע יראת שמים.
האט אים ר' ברוכ'ל געענטפערט: פונקט פארקערט, מיר זאגן אין די הגדה "מתחלה עובדי עבודה זרה היו אבותינו, ועכשיו קרבנו המקום לעבודתו". לויט די ווערטער איז דיין איידעם אן "אמאהליגער בחור".

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 29, 2009 11:56 am

דצ"ך עד"ש באח"ב
אין די צייטען וואס די רשעים פלעגן יעדע יאר אויסטראכטן אויף די יודען בלוט בלבולים אז די יודען באנוצען זיך מיט גויאישע בלוט אין זייערע מצות, האט מען אמאהל געצווינגען די יודישע רבנים זיך צו טענה'ן מיט די גלחים, און אויפווייזען ווער עס איז גערעכט. האבן זיך די גלחים אנגערופען: "מיר האבן אן אפענע באווייז אז דאס אלעס איז אמת און די יודען באנוצען זיך מיט גויאישע בלוט, ווייל זיי זאגן אין די הגדה ווערטער מיט ראשי תיבות: "דצ"ך", - וואס דאס מיינט: "דם צריכים כולנו"! (מיר אלע דארפן האבן בלוט) האבן די רבנים אויף דעם צוריק גענטפערט: "טאקע, די ווערטער זענען ראשי תיבות, אבער זיי מיינען פונקט דאס פארקערטע פון די רייד פון די גלחים! די ווערטער מיינען: "דצ"ך" - "דברי צוררנו כזב" (די רייד פון אונזערע פיינד זענען ליגענד). "עד"ש" - "עלילת דם שקר" (די בלוט בלבול איז שקר), "באח"ב" - "בני אברהם חלילה בזאת" (קינדער פון אברהם אבינו מעגן דאס נישט טוהן, צו עסן בלוט).

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 29, 2009 11:57 am

אשר פסח על בתי בני ישראל
עס ווערט דערציילט אז אין א געוויסע שטאט האט געוואוינט א קארגער גביר מיטן נאמען "אברהם", וואס פלעגט שטענדיג איינקויפן אין די גוי'אישע געשעפטן, טענה'נדיג אז זיי זענען ביליגער.
איינמאהל שפאצירענדיג אין גאס האט זיך דער רב מיט אים באגעגענט, און דער רב האט אים ווארעם באגריסט: "א גוטן טאג ר' פסח!"
"מיין נאמען איז נישט פסח," האט דער גביר זיך אנגערופן, "איך הייס אברהם."
"דו פארשטייסט נישט," ענטפערט דער רב געלאסן, "איך האב דיר דווקא גערופן פסח, ווייל פארוואס הייסט דער יום-טוב פסח אזוי, ווייל דער אייבערשטער האט איבערגעהיפט איבער אלע אידישע הייזער און איז נאר געגאנגען צו די גוי'אישע הייזער. דו טוטסט אויך אזוי, דעריבער רוף איך דיר ר' פסח..."

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 29, 2009 11:57 am

מצות שמורה
איינמאהל נישט לאנג פאר פסח איז א ארימאן אריינגעקומען צו דער הייליגער ר' דוד'ל לעלובער זי"ע, אנגעמיטשעט פון א שווערע וועג, הונגעריג און דורשטיג. דער הייליגער צדיק האט ארומגעקוקט אין זיין ארימע הייזקע און ער האט גארנישט געטראפן צו קענען געבן צו עסן פאר דעם אורח. איז ר' דוד'ל גלייך צוגעגאנגען צו דעם באהאלטענעם זעקל פון "שמורה מעהל" וואס ער האט געהאט אוועק געלייגט פאר מצות לכבוד פסח, און ער האט דערפון שנעל אפגעקאכט א געקעכטס פארן אורח.
ווען זיין משפחה האט זיך זייער געוואונדערט אויף זיין אויסערגעווענדליכע אהבת ישראל וואס ער האט דא ארויסגעוויזן, האט זיי דער צדיק מסביר געווען: די הלכה פון מצות שמורה לערענט מען ארויס פון "ושמרתם את המצות", פון דעם זעלבן פסוק לערענט מען ארויס אז "מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה – אז א מצוה וואס קומט דיר אונטער זאלסטו נישט נאכלאזן. דעריבער ווען עס איז מיר אונטערגעקומען אזא חשוב'ע מצוה האב איך עס נישט געוואלט אדורכלאזן.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 29, 2009 11:58 am

הבולע מרור לא יצא
דער ישמח ישראל האט אמאהל גערעדט פון דעם ענין פון מקבל זיין יסורים באהבה, און זיך נישט אפרעדן דערויף, נאר גאר פארקערט זיך פרייען מיט דעם. האט ער געזאגט: די גמרא זאגט דאך אז אויב מען שלינגט אראפ די מרור איז מען נישט יוצא די מצוה, נאר מען דארף דאס גוט צוקייען, דאס קומט מרמז צו זיין אז יסורים דארף מען גוט אדורך קייען...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 29, 2009 11:58 am

כל מקום שאין מכניסים בו חמץ
עס ווערט דערציילט אז איינמאל אין די נאכט פון בדיקת חמץ איז דער הייליגער "אהבת ישראל" זי"ע ארומגעגאנגען אין שטוב מיט גרויס התרגשות, זייענדיג מקיים די מצוה פון בדיקת חמץ, און זיין פנים האט געפלאמט מיט א אור פון קדושה וטהרה. ווען ער האט געענדיגט בודק חמץ צו זיין, האט ער זיך אנגערופן צו הרב החסיד המפורסם ר' מרדכי חָנָה: "נו, יעצט זאלסטו בודק זיין די חמץ וואס ליגט ביי מיר אין הארצן." מיינענדיג ברוב ענותנותו די 'עבירות' פונעם אהבת ישראל. ר' מרדכי חנא האט זיך אבער נישט פארלוירן, און האט גלייך געענטפערט מיטן מאמר המשנה: "כל מקום שאין מכניסין בו חמץ אין צריך בדיקה", אז אין א יעדע פלאץ ווי מען ברענגט דארט נישט אריין קיין חמץ דארף מען נישט בודק זיין...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 29, 2009 12:15 pm

די מצה שמורה פון ר' משה לייב סאסובער
צוויי טעג בעפאר פסח האט ר' משה לייב סאסובער זצ"ל זיך גענומען גרייטען צו גיין צו די דארף וואס איז נאנט געווען צו זיין שטאט, כדי ער זאל זיך אליין אנגרייטן "קמחא דפסחא" פון ווייץ וואס איז געווארן געהיטן משעת קצירה ביי יאסקע פויער.
יאסקע איז געווען אן אפגעהיטנער איד ער האט זיך געפירט יעדעס יאר אריין צונעמען צווי בינטלעך תבואה באלד נאך דעם שניט אין זיין שטוב אריין, און דער רבי פלעגט זיי ביי אים קויפן און גוט באצאלן, ווייל יאסקע האט גוט אפגעהיטן אלעס וואס מען האט אים געזאגט, אויך א האנט מיל האט יאסקע געהאט ביי זיך אויף וועלכע דער רבי האט געמאלן דעם ווייץ אויף מעהל "לשם מצות מצוה".
ווען דער רבי איז געקומען אין דארף אריין, און איז אריינגעקומען צו יאסקע פויער האט ער שוין געפונען אלעס גרייט פאר אים אין בעסטן ארדענונג, אין דעם קליינעם צימער וואס איז געווארן אנגעגרייט פאר אים איז געשטאנען די קליינע האנט מיל פארדעקט מיט א ווייס טישטוך און האט שוין געווארט אויף דעם רבי'ן, יאסקע האט אויך אנגעזאגט זיין גאנצע בני בית ס'זאל זיך קיינער נישט וואגן אריינצוגיין אין אט דעם צימער. און אזוי ווי דער רבי האט נאר איבערגעטרעטן יאסקעס שוועל האט אים יאסקע מיט א פארבארגענער גאוה געוויזן וואס ער האט פאר אים אנגעגרייט, ער האט אים אויפגעדעקט די מיל און אים געוויזן די מילשטיינער וואס ער האט אויסגערייניגט, דער רבי האט ארויסגעוויזן זיין גרויסע הנאה ווי אזוי אזא פראסטער איד פירט אלעס אויס מיט אזא זהירות. דערנאך האבן זיי אנגעהויבן ארבעטן, דער רבי האט זיך ארויפגעשארט די ארבל, יאסקע האט אים דערלאנגט דעם זאק וואס האט געהאנגען אויף דער וואנט כדי עס זאל ווערן אפגעהיטן פון א דבר חמץ, מיט גרויס זהירות און מיט גרויס כוונה האט דער רבי אנגעפולט א הויפן, און אים אריינגעשיט אין דעם מיל אריין און אנגעהויבן צו מאלן, ווער דעם רבינ'ס הענט זענען מיד געווארן איז יאסקע צוגעגאנגען און געמאלן, אזוי האבן זיי זיך כסדר געטוישט ביז זיי האבן פארענדיגט דאס מאלן.
בשעת דעם מאלן האט דער רבי דערציילט פאר יאסקע'ן פארשידענע מעשיות און יאסקע איז געשטאנען און זיי גוט אויסגעהערט, ער האט געפרעגט דעם רבי'ן קשיות און דער רבי האט אים כסדר געגעבן צו פארשטיין יעדע זאך, זייער זיס איז געווען ביי יאסקע די ארבעט, זיין פנים האט געשיינט פון חן און פון יראת שמים'דיגער באגייסטערונג זיינע ארבל זענען געווען ארויפגעשארט ביז צו די אקסלען, זיינע הענט האבן פעסט אנגעהאלטן די שטאנגען פון דער מיל און ער איז געשטאנען מיט גרויס אונטערטעניגקייט "אפשר וועט ער נאך קענען הערן א ווארט פון רבי'ן"? א גאנץ יאר ווארט ער אויף אט די געלעגנהייט האט יאסקע געטראכט ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און אנגעהויבן אויסגיסן זיין ביטער הארץ פאר'ן רבי'ן וועגן זיינע צרות און וועגן זיין קנאפע פרנסה אין דארף פון וועלכן ער קען זיך נישט אויפהאלטען, נישט איינמאל - האט יאסקע געזאגט - ליידן מיר הונגער און נויט און מיין משפחה לעבט מיט טרוקן ברויט ער האט אויך אנגעהויבן צו קלאגן וועגן דעם לעבן שבין אדם למקום און דארף עס איז נישט דא קיין מנין בציבור און איך בין דורשטיג צו הערן א אידיש ווארט וואס קען איך טאן? האט יאסקע ביטער אפגעזיפצט.
און דער רבי שטייט און הערט אים גוט אויס און טרייסט אים מיט פארשידענע טרייסט ווערטער לאז אפ די דאגות וועסט זעהן עס וועלן קומען טעג ווען דער אויבערשטער וועט דיר העלפן און דאן וועסטו וואוינען און דער שטאט, וועסטו קענען יעדן טאג גיין אין בית המדרש אריין צום דאווענען, פארלאז דיך אויך דעם אויבערשטען און ער וועט דיר פארבעסערן דיין מצב, א שווערער שטיין איז געווארן אראפגענומען פון יאסקעס הארץ נאך אט די דאזיגע טרייסט ווערטער פון דעם רבי'ן.
דער טאג איז שוין געווען באלד פאראיבער, און דער רבי האט זיך געשטעלט דאווענען מנחה ער האט יאסקען באצאלט וואס ער קומט אים ער האט אים מיט זיין גאנצע בני בית געבענטשט און גענומען דאס זעקל אויף די פלייטסעס און קושענדיג די מזוזה האט ער פארלאזט זיין וואוינונג און איז צוריק געגאנגען אהיים, די קעלט ביינאכט איז געווען א שטארקע זי האט אריינגעדרינגען אין זיינע אברים אריין, אבער ער האט גארנישט געפילט ער איז געווען פארנומען מיט הויכע געעדאנקען... פול מיט שמחה וואס ער האט זוכה געווען צו מאלן דאס מעהל בכשרות אן קיין שום מכשול ח"ו האט ער געלויבט השי"ת, וואס ער האט אים אלעס אנגעגרייט און ער האט זיך גענומען גרייטן צום באקן מצות.
פאמעליך איז ער דורכגעאנגען דעם וועג ביז ער איז געקומען צו די שטאט, וועלכע איז געווען איינגעהילט אין שלאף, נאר אין איינעם פון די קליינע הייזלעך האט זיך געהערט אין דער שטילקייט פון דער נאכט א געוויין. דער צדיק האט זיך שנעל געאיילט אין דערריכטונג פון וואנען דאס געוויין איז געהערט געווארן, און אזוי ווי ער איז אריין אין דער הייזקע הערט ער די שטימע פון קליינע קינדערלעך.
מיט א קלאפנדיגע הארץ איז ער צוגעגאנגען צו דער טיר פון דעם צימער וואו די קינדער זענען געווען און געפענט די טיר און אריינגעקומען אין שטוב אריין, אין שטוב איז געווען פינסטער די קינדער הערנדיג ווי עס קומט אריין א פרעמדער מענטש האבן זיך דערשראקן און האבן זיך אלע באהאלטן אין א ווינקל, און דאס געוויין איז געווארן העכער און העכער.
וואס איז אייך קינדער? - האט דער רבי געפרעגט הויך האט איר מורא דא אליין צו זיצן וועל איך מיט אייך דא זיצן, האט נישט קיין מורא וואו איז די מאמע וואו איז דער טאטע ?
די דאזיגע ווייכע ווערטער האבן בארואיגט די קינדער און איין קינד האט געענטפערט מיט א געוויין מיר ווארטן שוין אויף איר א גאנצן טאג מיר ווייסן נישט וואו זי איז, נאך אט די ווערטער פון דעם קינד האבן אלע אנגעהויבן נאך מער צו וויינען - מיר זענען הונגעריג מיר האבן נישט געגעסן א גאנצן טאג ברויט איז נישט דא - וואס איז דא צו טאן האט דער רבי געקלערט מיט וואס קען מען זיי דא העלפן ? פלוצלינג איז אים א געדאנק געקומען אין קאפ אריין דאס מעהל, ס'איז דאך סכנת נפשות וכל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא, און נאך דערצו קליינע קינדער וואס האבן גארנישט געזינדיגט... ער האט שנעל ארויסגענומען א שטיקל ליכט פון זיין טאש און באלד געמאכט ליכטיג אין שטוב, ערשט איצט האט דער רבי געזעהן ווי גרויס די ארעמקייט איז דא, די קינדער זענען ווי קאלעך, ציטערן פאר קעלט, די קליידער זענן צעריסן און אלע קוקן אויף אים ווי אויף א מלאך המושיע. ער האט געזוכט אין גאנצן הויז און גארנישט געפונען, ער האט שנעל איינגעהייצט דעם אויווען צוגעשטעלט א קעסל וואסער און ווען דאס וואסער איז געווארן הייס האט ער גענומען די שיסל וואס איז געשטאנען נעבן דעם אויווען און האט אנגעהויבן צו קענטן א טייג, ער האט געמאכט פון די טייג קיכלעך און האט זיי אריינגעלייגט און קעסל וואסער ביז זיי האבן זיך אפגעקאכט, דערנאך האט ער יעדן קינד געגעבן צו עסן, די קינדער נאכדעם ווי זיי האבן זיך אנגעגעסן צו דער זאט זענען אנטשלאפן געווארן אויף זיין שויס, דער רבי איז אויפגעשטאנען האט זיי געבעט דאס בעט און זיי געלייגט שלאפ,ן צוגעשלאסן די טיר און ווייטער געגאנגען זיין וועג אהיים.
אזוי ווי ער איז נאר ארויסגעגאנגען איז אנגעקומען פון דארף די מוטער פון די קינדער, זי האט ארומגעוואנדערט א גאנצן טאגח צו געפינען עפעס צו עסן פאר די קינדער, ווען זי איז אריינגעקומען אין שטוב און געזעהן ווי די קינדער שלאפן במנוחה און ווען זי האט שפעטער געהערט וואס עס איז געשעהן איז זי געווארן דערשטוינט "נישט אנדערש " האט זי געזאגט "נאר אליהו הנביא איז דא געווען"... אהיימקומענדיג האט דער רבי זיך געקויפט געווענליכע ווייץ, זיי געמאלן און געבאקן מצות אזוי איז דער רצון הבורא... אלעס מן שמים... האט ער אינזין גגעהאט. ס'איז געקומען די סדר נאכט דער רבי ר' משה לייב מסאסוב איז זיך געזעסן ביים סדר ווי א מלך און האט געזאגט די הגדה מיט גרויס התלהבות און דביקות, און די גרויסע און הייליגע חבורה זיצט ארום אים אזוי ווי ער האט נאר טועם געווען דעם טעם מצה האט ער געזאגט "איך האב נאך קיינמאל נישט טועם געווען אזא טעם אין דער מצה ווי איצט"...

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 29, 2009 12:16 pm

בזכות הפקר חמץ
אין דער שטאט פלאצק און אין דער גאנצער ארומיגער סביבה, האט אין זיין צייט געקלונגען דער נאמען פון די אידישן ארענדאר ר' רפאל דאבזשינסקי ע"ה.
דאס איז געווען אן ארענדאר פון א גאר באזונדערן טיפ, גווענדליך זענען די ישובעיקעס די דארף'ס אידען געווען זייער פשוטע מענטשן, פארגרעבטע, מגושם'דיג פון דער פויערשער סביבה, אין וועלכער זיי האבן אלע יארן געלעבט, ווייט פון אידן, פון א שול, און פון א תלמוד תורה, אנדער איז אבער געווען ר' רפאל א איד א תלמיד חכם, אויף א גרויסע פארנעם, א אוהב תורה א מדקדק במצות מיט א ברייט אידיש הארף פאר צדקה און מעשים טובים, און דאך האט ער געהאלטן אין ארענדע די קרעטשמע, ביים דארף פראנטשען.
א גאנצע וואך איז ר' רפאל געזעסן אין דער קרעטשמע, וואס האט זיך געפונען ביים שאסיי ביים הויפט וועג, וואס האט זיך שטענדיג געטומעלט מיט מענטשן, בעלי עגלות וואס ה אבן געפירט וואגאנען מיט סחורה פון דער שטאט פלאצק אין די קליינע שטעטלעך, פוס גייער און פעדלער מיט פעק סחורה, וואס זענען פארקויפט געווארן אין די דערפער, חסידים פארענדיג צו זייערע רביים, סתם ארחי פרחי מדינה גייער, ווי מען האט זיי דעמאלטס גערופן - אלע האבן זיי אין דער קרעטשמע פון ר' רפאל'ן געפונען א ווארימע חיים, אן ארט אפצורוען די מידע ביינער, כאפן דעם אטעם, אפעסען א זאטן מאלצייט, אויסרוען זיך אויף א גוטע געלעגער, און ווייטער גייען זייער וועג. תמיד זענען די טישן אין גרויסן גאסט הויז געווען געגרייט, אין דער קיך האבן זיך געקאכט גרויסע טעפ מיט שמעקעדיגע מילכיגע גריצן, און א משרת צו באדינען די אורחים איז כסדר געשטאנען אויפ'ן פלאץ. ר' רפאל און זיינע מענטשן האבן נישט געפרעגט דער וואנדער צו ער איז א איד אדער, להבדיל, א גוי צו ער האט יא צו באצאלן אדער נישט, אלעמען האט ער אויפגענומען בסבר פנים יפות, אזוי אז עס האט זיך אויסגעדוכט דעם אורח, אז נישט ר' ראפל טוט אים א טובה נאר פארקערט ער דערהאלט גאר ר' ראפל'ן ביים לעבן, דערמיט וואס ער עסט ביי זיין טיש..
און געפירט האט ער זיך ר' רפאל אז פרייטאג נאך האלבען טאג האט ער געשלאסן די קרעטשמע, אויף איבער שבת געפארן אין שטאט אריין, וואו ער האט פארבראכט דעם שבת'דיגן טאג אין אן אטמאספערע פון תורה און קדושה, צווישן אידן לומדים און אנשי מעשה. האט זיך ר' רפאל מיט זיין ווייב געלעבט גליקליך און צופרידן, הגם זייערע גליק איז נישט געווען גאנץ, זיי האבן זקיין קינדער נישט געהאט דאך האבן זיין אלץ מקבל געווען באהבה, נישט מתרעם געווען קעגן דעם רבונו של עולם און נישט אויפגעגעבען די האפנונג אויף א ישועה.
איז דער נאמען פון דאזיגן איידעלן אידישן ארענדאר געווען באקאנט אויף ווייט און ברייט, אידן און להבדיל גוים האבן אים ליב געהאט, און פון ווייטע דערפער האבן פויערן געצויגן צו אים, גלויבענדיג אז אזא ביסל משקה וואס מען באקומט ביי רפאל'קען באקומט מען נישט אין דער גאנצע מדינה. איז במילא דערמיט געוועקסן די שפע אין זיי הויז, און צוזאמען דערמיט אויך די קנאה שנאה ביי די שונאי ישראל וואס האבן קין מאל נישט געפעלט אין פולין.
מאכט זיך א אין דעם דארף וואו ר' רפאל האט געהלטן די קרעטשמע, איז אנגעקומען א נייער גלח א שונא ישראל, דער נייער גלח האט נישט געקענט צוקוקן ווי דער איד איז אזוי חשוב ביים המון און די פויערן ציען צו אים ווי בינען צו האניג, האט ער אין די זונטאג'ס בעת זיינע דרשות גענומען העצן די גוים געגן דעם איד רפאל, פארשטעלען אים אין די טונקעלסטע פארבן, און אנגעוויזן ווי גרויס עס איז די זינד צו קויפן און צו שטיצן אזא איד. אבער די דאזיגע העצעס איז נישט אנגענומען געווארען, די פויערן האבן מער געגלויבט אין דעם פרומען איד ווי אין זייער גלח, די גיפטיגע פיילן האבן צו ר' ראפל'ן נישט דערגרייכט.
זעענדיג אז מיט די פויערן וועט ער גארנישט מאכן, האט ער זיך פארלייגט אויפ'ן פריץ, אויפקלערענדיג אים ווי גרויס עס איז זיין חטא, דערמיט וואס ער באנייט אלע יאר דעם קאנטראקט מיט דעם איד, פשוט דאס גיהנום וועט פאר אים זיין ווייניג פאר די חטא.
אבער אויך דער פריץ איז געווען צווישן די נאכפאלגער פון ר' רפאל'ן און דערצו איז דער איד געווען זיין בעל יועץ, קיין זאך האט ער נישט געטוהן אן זיין עצה און הסכמה, ווייל זייט ער האנדעלט מיט אים, איז ער דער פריץ מצליח, ווערט רייכער פון טאג צו טאג האט דער גוט אויסעזידלט דעם גלח און אים שארף ערקלערט, אז אויב ער וועט נישט אפשטעלן זיינע העצעס קעגן דעם ארענדאר, וועט ער שוין זאגרן דערפאר, דאס מען זאל אים משלח זיין פון דארף.
אבער אויך נאך דעם דאזיגן דורכפאל האט דער גלח נישט רעזיגנירט, ביז ער האט פארטראכט א טיוולאנישן פלאן - היות ווי ער האט געוואוסט, אז אידן פארקויפן ערב פסח זייער חמץ צו א גוי, און א דאנק דעם זענען זיי נישט מחויב צו פארניכט און פארברענען דאס חמץ, און אויך רפאל פארקויפט חמץ'דיגע בראנפען צו א ערל פון דארף, איז ער אוועק צום ערל און גענומען מט אים איינ'טענה'ן אז ער זאל היי יער נישט קויפן ביים אידישן ארענדער דאס חמץ.
פון אנפאנג האט דער גוי דערפון ניש געוואלט הערן, ער האט גע'טענה'ט אז שוין יארן ווי ער איז דער קונה אויף דער קרעטשמע, און אז ער באקומט דערפאר פינך קערבלאך במזומנים, אחוץ א קווארט שנאפס ערב פסח און א קווארט שנאפס מוצאי יו"ט, אויב אזוי פארוואס זאל ער פארלירן אזא לייכט גראשן.
דו באקומסט פון מיר גאנצע צען רובל, און פינף קווארט בראנפן אלס צוגאב, האט דער גלח צו אים א זאג געטאן, א חוץ דעם וועלן פארגעבען ווערן אלע דיינע עבירות, וואס דו האסט געזינדיגט ביז היינט און וואס דו וועסט זינדיגן ביז צו דיין טויט, ווען אבער דו וועסט מיך נישט פאלגן, וועסטו קיין מאל נישט ארויס פון גיהנם, וועסט פארשאלטען ווערן די מיט דיינע קינדער אויף דורי דורות.
נאך אזעלכע רייד איז פאר אזא ארימער און אומוויסענדער פויער ווי ער איז געווען איז עס דעם גלח געלונגן אים איברצורעדן, ער האט באקומען דאס געלד מיט די משקה און געשווארען ביים צלם, אז זיין פוס וועט מער נישט איבערטרעטן די שוועל פון דער קרעטשמע פון היינט ביז נאך דעם אידישן פסח.
פארטיג געווארן מיט דעם דאזיגן פויער, האט דער גלח עטליכע וואכן צייט געפרעדיגט אין קירכע ווי אויך אין די ארומיגע דערפער, אז דער יעניגער וואס וועט אפקויפן דעס חמץ ביים אידישן ארענדאר, וועט פארשאלטן ווערן פון "אותו האיש" צוזאמען מיט זיין גאנצער משפחה.
ערב פסח איז געקומען ביי ר' רפאל אין קרעטשמע איז שוין אלץ פאררוימט באהאלטן, צוגעגרייט צום הייליגן יום טוב, ער האט בלויז געווארט אז דער פויער זאל ווי יעדעס יאר אין דער צייט קומען צו אים, און אפקויפן דאס חמץ כדי ער זאל קענען פארן אין שטאט אריין אויף די גאנצע אכט טעג יום טוב. אבער דער גוי קומט נישט די צייט איז קורץ און מען זעהט נישט די גוי, לויפט ער אליין אריבער צום פויער צו זיין כאטקע, ערשט ער איז נישטא, אויסבהאלטן זיך, פראבירט ער א צווייטן גוי א דריטן, אבער אומזיסט. די פויערם וואלטן אוודאי חשק געהאט צום מסחר. אבער זיי האבן מורא פארן גלח און פאר דער הארבער שטראף, וואס ער האט ארויסגעגעבן. זעהט ר' רפאל אז עס איז שלעכט כאפט ער א פערד און לויפט אין א צווייטע דארף, צו זיינע באקנטע פויערן, אבער ווידער די זעלבע גשיכט, דער כלח האט קעגן אים גוט געבונטעוועט די ערלים. לויפט ר' רפאל צוריק אין קרעטשמע, אפשר איז גאוורילא פארט געקומען, אבער זעענדיג, אז דער שעת ביעור חץאיז נאענט און קיין "קונה" איז נישטא, האט ר' פאל פארשטאנען דאס ער שטייט פאר א גרויסן נסיון, א נסיות פון ארימקייט.
מסתמא איז עס א גזרה פון הימעל רופט אויס דער פרומער, ר' רפאל ער טראכט נישט לאנג, ער עפענט אלע קאמערן פון די סחורות און שטלעט זיך אוועק נעבן זיין קרעטשמע און רופט אויס אויף פוליש לשון, מיט א גרויסן קול.
איר זאלט וויסן אז איך האב מפקיר געווען אלע מיינע חמצ'דיגע זאכן, אלץ איז הפקר און ווער עס וויל קומען און נעמען פראנק און פריי...
אפגעזאגט דעם פסוק, שפאנט ער זיין פערד און וועגעלע, און פארט א ברייליכער, א צופרידענער אין שטאט אריין, וואו ער פראוועט א יום טוב מיט גרויס שמחה מיט אורחים ביי די טישן. מיט כל טוב ווי יעדעס יאר, פאר זיין ווייב ער נישט דערציילט וואס האט פאסירט, כדי איר נישט צו פארשטערן דעם יו"ט. תמיד פלעגט זיך ר' רפאל נוהג זיין, אז מוצאי יו"ט גלייך נאך הבדלה האט ער איינגעשפאנט דאס וועגעלע און געפארן אין דארף אריין, ווייל די קרעטשמע איז געווען פון באלד אין דער פריה באלאגערט פון פויערן וואס האבן שוין ארויסגעקוקט אויף אים גדי צו נעמען א טרונק בראנפען נאך די אכט ניכטערע טעג, דאס מאל האט ר' רפאל זיך נישט געאיילט, זאלן די פויערן זיך איינהאלטען ביז מארגן - האט ער געזאגט זיין ווייב.
אויף צומארגנס איז ער צוזאמען מיט זיין ווייב, געפארן אין דארף אריין, אויפ'ן וועג צו דער קרעטשמע האט ער אנגעטראפן א באקאנטן גוי פון זיינע שטענדיגע קונים, ער האט זיך מיט אים פריינדליך באגריסט און געזאגט: העי פאוועל ווי זענען אריבער די יום טוב'דיגע טעג? איר האט אוודאי זיך גוט אנגטרונקען מיט אומזיסטן בראנפן ביי מיר אין קרעטשמע, הַא?
מיר האבן קיין טרונק נישט געטאן פון אייערע בראנפען, גלייך ווי איר האט ערב אייער יו"ט פארלאזט דאס דארף און מיר האבן זיך געגרייט לאזן וואוילגיין, ווי דו האסט געזאגט, ערשט מיר גיבן א קוק און צוויי גרויסע שווארצע הינט שטייען ביי דער טיר פון דער קרעטשמע אויף שמירה און ווארפן זיך מיט א רוגזה אויף יעדן, וואס דערנטערערט זיך צו דער קרעטשמע אז איין גאט זאל שומר ומציל זיין, אויך איך אליין האב געפרואווט גליק דו ווייסט דאך אז איך בין נישט קיין שרעקעוודיגער, איך האב שטארק חשק געהאט צו באנעצן דעם האלדז מיט אומזיסטע משקה, אבער די צוויי כלבים האבן מיך שיעור נישט צוריסן אויף שטיקער, אזוי אז איך האב געדאנקט גאט וואס איך בין אנטלאפן פון זיי א לעבדיגער. ווען ר' רפאל איז געקומען צו דער קרעטשמע זענען אים די צוויי כלבים אקעגנגעלאפן, געבויגן זיך צו אים מיט הכנעה, געלעקט זיינע און דאן זענען זיי אוועקגלאפן אין וואלד אריין, נעלם געווארן. האט ר' רפאל פארשטאנען אז די געשיכטע איז ווייט נישט קיים פשוט'ע, אבער דאך האט ער צו זיך געזאגט - אויף הימעל זאכן פארלאזט מען זיך נישט, די תורה איז נישט אין הימעל, די סחורה איז חמץ שעבר עליו הפסח און מען טאר דערפון נישט האבן קיין הנאה, מיט גרויס ישוב הדעת טרעט ער עפנען די קראנען אויסגיסן דעם בראנפן, ווען דאס ווייב האט דאס באמערקט האט זי אויפגעהויבן א געוואלד, און מיט גרויס בכיות און יללות האט זי קוים געפויעלט ער זאל מסכים זיין פארן אין שטאט צום גארן ר' לייביש חריץ דער פלאצקער רב, הערן זיין פסק.
ביידע תלמידי חכמים האבן זיך אריינגלאזט אין א שארפע לומדישן וויכוח, צו דער פרייד פון דער פרוי האט דער פלאצקער רב געפונען א היתר און גע'פסק'ענט אז דער בראנפען איז מותר בהנאה, עס איז געווען הפקר פאר אלעמען, ווייל ר' רפאל האט עס דאך מפקיר געוועם און דאס וואס די גוים האבן נישט געקענט נהנה זיין דערפון ענדערט גארנישט די זאך.
אויפ'ן וועג אהיים האט ר' רפאל גענומען ביי זיך מאכן א חשבון הנפש: אמת טאקע, אז אין די פעסער בראנפן שטעקט זיין גאנץ פארמעגן, און אן דעם בלייבט ער אן ארימאן, אבער צי קען אזא איד ווי ער צוליב נגיעה זיך סומך זיין אויף א היתר בשעת הדחק, וואס דער רב האט מיט גרויס חריפות אויסגע'פשטל'ט און ווי איז אביסל מסירות נפש פאר א מצוה, און ווי איז ווארימקייט? ניין - ניין - איך וועל פון מעשה ניסים נישט נהנה זיין.
אהיימקומענדיג האט די פרוי זיך גענומען צו דער ווירשאפט ווי תמיד, און מער נישט געהיט דעם מאן, זייענדיד זיכער אז ער וועט זיך פארלאזזן אויפ'ן היתר פון פלאצקער גאון, אבער אין א ווייל ארום ווען זי קוקט זיך אום, דערזעהט זי ווי דער גאנצער בראנפן ליגט שוין אין די גאס הפקר און די פויערן ליגן אויסגעצויגן אויף דער ערד און לעקן פון דעם ביטערן טראפן. די פרוי האט זיך שרעקליך צעוויינט און ווען זי איז געקומען צו זיך, איז זי געלאפן אין שטאט אריין, דערציילט דעם גאון פון איר אומגליק, און דערביי האט זיך געביערט: דאס פארמעגן האב איך פארלארן, קיין קינדער האב איך נישט, וואסזשע וועט זיין מיין סוף? דער גאון איז ממש ארויס פון די כלים, הערענדיג וואס ר' רפאל האט אפעטאן, א לענגערע צייט האט ער ארומגעשפרייזט א צוקאכטער איבער זיין צומער, דאן האט ער זיך אפגשטעלט נעבן די פרוי, און פייערליך א זאג געטאן - ר' רפאל'ס ווייב פארט אהיים לחיים ולשלום, איך בין אייך מבטיח אין זכות פון מיין תורה, אין זכות פון אייער מאן'ס מסירות נפש פאר א מצוה, אז היי יאר וועט איר געהאלפן ווערן מיט א זון וואס וועט באלייכטן די אידישע וועלט מיט זיין תורה און צדקות.
און די ברכה פון ר' לייבוש חריף איז מקויים געווארן, צום יאר איז געבוירן געווארן ביים דאזיגן פאר פאלק דער בארימטער גאון און צדיק ר' אברהם טשעכטנאווער זצ"ל.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 29, 2009 12:18 pm

ונצעק אל ה'
עס איז אמאל געווען א יוד וועלכער האט געוואוינט אין א דארף נעבן דער שטאט אפטא, און ער האט דארט געהאט א קרעטשמע וואס האט געהערט פאר א פריץ א גרויסער רשע, איינמאהל האט זיך געמאכט אז דער יוד האט נישט געהאט גענוג געלד צו באצאהלן דעם פריץ, וואס ער האט פארלאנגט, דער פריץ האט אים געווארענט אז אויב דער יוד וועט נישט באצאהלן דאס גאנצע געלד ביז צו די באשטימטע צייט, וועט ער אריינווארפן אין תפיסה אים מיט זיין גאנצע משפחה,
דער יוד איז געווארן זייער צובראכן, און ער האט נישט געוואוסט וויאזוי זיך אן עצה צו געבן, ער האט דאך נישט געהאט קיין געלד, ובפרט נאך אזוי פיל געלד ווי דער פריץ דער רשע האט פארלאנגט,
ביז דער יוד האט אנגעטראפן א גוטן חבר, און דער חבר האט אויסגעהערט זיין פראבלעם, און האט אים געגעבן אן עצה, און געזאגט אז אזוי ווי נישט ווייט פון דא וואוינט דער הייליגער אפטער רב, (דער הייליגע אוהב ישראל) פאר אריבער צום גרויסן און הייליגען צדיק, און רעדט אויס דיין ביטער הארץ פאר'ן צדיק, און דער הייליגער צדיק וועט זיכער אוים פועל'ן פאר דיר א ישועה.
דער צובראכענער יוד האט אויסגעהערט זיין חבר, און ער האט מחליט געווען אז ער וועט פאלגען, און ער האט זיך תיכף געזעגענט פון זיין גאנצע משפחה, און זיך ארויס געלאזט אויף'ן וועג צו פאהרען צום הייליגען צדיק דער אפטער רב, ווען דער יוד איז אנגעקומען צום הייליגען צדיק איז פונקט געווען ערב שבת הגדול, האט ער געטראכט ביי זיך אז ער וויל נישט שטערן דעם הייליגען צדיק פאר שבת, ער וועט אריין גיין צום צדיק מוצאי שבת,
און ער איז אריין געגאנגען אין ביהמ"ד, זיך אנגרייטען צום הייליגען שבת, אזוי ווי דער יוד איז געווען א דארפסמאן, האט ער ליידער נישט געקענט לערנען, האט ער גענומען א תהלים און ערליך געבעטען דעם באשעפער, אז אין זכות פון דעם הייליגען צדיק זאל ער געהאלפען ווערן פון זיין צרה, און ער האט מיטגעהאלטן אלע תפלות גאנץ שבת מיט דעם הייליגען צדיק,
דער הייליגער אפטער רב האט זיך געפירט ווי עס ווערט געברענגט אין שולחן ערוך, אז שבת הגדול זאגט דער רב א דרשה, איז דער יוד אויך געגאנגען הערן די דרשה, ווי אלע יודן פון שטאט, כאטש ער האט געוואוסט אז ער איז נישט קיין תלמיד חכם און ער וועט נישט פארשטיין וואס דער הייליגער צדיק רעדט, דאך האט ער געטראכט אפשר וועל איך יא עפעס קענען פארשטיין, און ער האט אויסגעהערט יעדעס ווארט וואס איז ארויס פון דעם מויל פון צדיק,
אינמיטן דרשה, האט דער יוד געהערט ווי דער צדיק זאגט אז, די יודען אין מצרים, ווען זיי זענען געווען אינמיטן פון זייערע ביטערע צרות, האבן זיי נישט געוואוסט וואס מ'קען טוהן פטור צו ווערן פון די צרות, האבן זיי געדאווענט און געשריגען צום הייליגען באשעפער, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק ונצעק אל ד' אלקי אבותינו, און דער הייליגער באשעפער האט צו געהערט צו זייער געשריי, און ער האט געשיקט משה רבינו העלפן די יודן פון זייערע צרות.
ווי נאר דער יוד האט געהערט די ווערטער פון דעם הייליגן צדיק, האט ער באלד פארשטאנען אז דער רבי האט אים געמיינט, אז ער זאל אויך טוהן אזוי ווי די יודן אין מצרים האבען געטוהן און שרייען צום הייליגען באשעפער, וועט דער באשעפער אים אויך העלפען פון זיינע צרות, אזוי ווי ער האט געהאלפן די יודן אין מצרים.
דער יוד איז געווארן מלא שמחה, און ער האט זיך מיישב געווען אז ער דארף שוין נישט אריין גיין צום צדיק, ווייל ער האט שוין פארשטאנען וואס ער האט צו טוהן, און גלייך מוצאי שבת, האט ער זיך צאם געפאקט זיינע פעקלעך און אהיים געפארען פול מיט שמחה, ווייל ער וועט שוין ווערן געהאלפען וויבאלד ער וועט דאווענען און שרייען צום הייליגען באשעפער, אזוי ווי דער צדיק האט געזאגט.
וויבאלד דער יוד איז אהיים געקומען האט דער גאנצע משפחה באמערקט אז ער איז זייער בשמחה, האבן זיי אים געזאגט מיר דערקענען אויף דיין פנים אז דער הייליגער צדיק האט דיר געגעבען דאס גאנצע געלד וואס מיר דארפ'ן געבן פאר'ן פריץ, ווייל דו ביסט אזוי פריילעך,
ניין! האט דער יוד געזאגט פאר זיין משפחה, די געלד האב איך נאך נישט, אבער די עצה וויאזוי מ'קען געהאלפן ווערן פון אלע צרות האב איך געהערט פון דעם הייליגען צדיק, דער צדיק האט געזאגט אז אויב א יוד האט א צרה, און ער דארף א ישועה, זאל ער טוהן וואס די יודן אין מצרים האבן געטוהן, זיי האבן געדאווענט און געשריגען צום הייליגען באשעפער, און דער באשעפער איז מקבל די געוויין און געשריי פון די יודישע קינדער, און ער העלפט זיי אין זייערע צרות, אזוי ווי ער האט געהאלפן די יודען אין מצרים,
ממילא, האט דער יוד געזאגט פאר זיין משפחה, עס וועט באלד זיין יו"ט פסח, און ביים הייליגען סדר, ווען מיר וועלן אנקומען אין די הגדה צו די ווערטער ונצעק אל ד' אלקי אבותינו וועלן מיר אויך שרייען צום הייליגען באשעפער אזוי ווי די יודען אין מצרים האבן געטוהן און דער הייליגער באשעפער וועט אויף אונז אויך רחמנות האבן, און ער וועט אונז ארויס נעמען פון אונזער צרה.
פסח אויף דערנאכט, די גאנצע משפחה זיצט ביים טיש, און מ'זאגט די הגדה ערליך, ווען מ'איז אנגעקומען צו די ווערטער ונצעק אל ד' אלקי אבותינו האט די גאנצע משפחה זיך גענומען שרייען מיט גרויסע קולות, צום הייליגען באשעפער אז ער זאל זיי העלפען פון זייערע צרה,
פלוצלינג הערט מען א קלאפ אין טיר, מאכט אויף! שרייט איינער, האט רחמנות!, ווי נאר מ'האט געפענט די טיר האט מען געזעהן ווי עס שטייט דארט דער שכן דער גוי איוואן, צוקלאפט, צוביילט און צובלוטיגט פון קאפ ביז פיס, און ער וויינט און בעט זיך לאזט מיך אריין, האטס אויף מיר רחמנות, ווען מען האט אים אריין געלאזט אין שטוב האט ער דערציילט אז ער האט זיך צושלאגען מיט זיין זון, און זיין זון האט אים ביטער צושלאגן און כמעט געהרג'ט, און דערנאך ארויס געווארפן פון שטוב, דער יוד האט אים אנגעוויזן א שטוב ווי ער קען זיך אראפלייגען און צוריק קומען צו די כוחות,
פאר דעם ווי דער גוי איוואן האט זיך אראפגעלייגט האט ער גערופן דעם יוד אין א זייט און האט אים געזאגט , איך וויל מיט דיר רעדן אפאר ווערטער, איך פיל, זאגט איוואן, אז איך וועל נישט איבער לעבן די געהרג'טע קלעפ וואס מיין זון האט מיר געגעבן, איך וועל דיר יעצט מגלה זיין א סוד, איך האב אסאך געלט און איך וויל נישט אז מיין זון דער רוצח וואס האט מיך צוביילט און ארויס געווארפן פון שטוב זאל ירש'ן דאס גאנצע געלט נאך דעם וואס איך וועל שטארבען, וועגען דעם קום יעצט מיט מיר ארויס אין וואלד, וועל איך דיר ווייזען וואו איך האב באהאלטן מיין גאנץ פארמעגן, דאס וויל איך דיר געבן א מתנה ווייל דו האסט אויף מיר רחמנות געהאט.
ביז אפאר טעג איז באוואוסט געווארן אין די גאנצע דארף אז איוואן דער גוי איז געשטארבן, איז דער יוד געגאנגען אין וואלד און ארויסגענומען דאס גאנצע פארמעגן אזוי ווי איוואן האט אים געזאגט, און אויסער דעם וואס ער האט געקענט פון די געלט אויסצאלן פאר דעם פריץ די גאנצע חוב, איז ער געווארן א גרויסער עושר און געקענט שיקן זיינע קינדער אין די בעסטע ישיבות און זיי געקענט חתונה מאכן אויף דעם שענסטען אופן,
דאס אלעס האט פאסירט אין זכות וואס ער האט אזוי שטארק געגלויבט אין די ווערטער פון הייליגען צדיק דער אפטער רב.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 29, 2009 12:19 pm

ריכטיג מקיים זיין "ביעור חמץ"
דער זיידע פון הייליגן חוזה פון לובלין (זיין מאמעס טאטע) רבי קאפל זי"ע וואס האט געוואוינט אין דארף "ליקעווע" איז געווען א סוחר פון וויין און ברוינפן כאטשער איז געווען א גרויסער צדיק האט ער זיך אליינס געפלאגט אויף פרנסה כדי נישט צו דארפן צוקומען צו קיין נדבות פון אנדערע
יעדן ערב פסח פלעגט ר' קאפל רופן א גוי און אים פארקויפן אלע פעסער ברוינפן וואס ער האט געהאט און נאך יו"ט האט ער עס צוריק אפגעקויפט.
און ווייטער געהאנדלט דערמיט איין יאר האבן זיך די גוים אין דארף אפגעשמועסט אז קיינער וועט נישט אפקויפן דעם ברוינפן פון ר' קאפל במילא וועט ער מוזן מפקיר זיין די ברוינפן כדי נישט צו האבן אינעם יו"ט פסח קיין חמץ ח"ו אין זיין רשות אזוי ארום וועלן זיי זיך קענען טיילן מיט די פעסער ברוינפן.
יענעם יאר האט ר' קאפל טאקע זייער פיל ברוינפן אינעם ווערד פון א גרויסן מארמעגן וואס ער געהאפט פון דעם צו האבן גענוג געלט חתונה צו מאכן זיינע טעכטער און אויך געבן א שיינעם נדן אבער ערב פסח ווען ר' קאפל האט גערופן דעם גוי פאר וועם ער פלעגט שטענדיג פארקויפן דעם חמץ האט דער גוי זיך ארויסגעדרייט מיט פוילע תירוצים אז ער קען נישט קויפן היי יאר דעם חמץ ר' קאפל האט געבעטן איין גוי נאכן צווייטען אבער יעדער האט געהאט אן אנדערן תירוץ און קיינער האט עס נישט געוואלט אפקויפן ר' קאפל איז געווארן זייער אומגעדולדיג אז עס איז שוין כמאט "סוף זמן ביעור חמץ" און זיין פארמעגן איז נאך נישט פארקויפט
ווי נאר עס איז געווארן דער זמן פון "שריפת חמץ" האט ר' קאפל גענומען א וואגן און ארויף געלייגט דערויף זיין "גאנץ פארמעגן" אלע פעסער ברוינפן אן עס געטראגן צום ברעג פונעםטייך און עס דארטן אראפ געווארפן זאגענדיג"כל חמירא" מיט גרויס כוונה עס איז אים געווען א געוואלדיגע שמחה אז ער איז איצט מקייםדי מצוה פון "ביעור חמץ" לויטן פשוט'ן פשט טראץ דעם וואס ער האט געוואוסט אז ער בלייבט יעצט אן ארימאן אויפן גאנצן לעבן די גוים זענען געשטאנען פון די זייט און זיך געריבן די הענט פאר פרייד אז אט אט וועלן זיי ווערן מיט א געוואלדיגע עשירות זיי האבן קוים געקענט ווארטן ביז ר' קאפל וועט אנקומען אהיים.
רבי קאפל איז אנגעקומען אהיים מיט גרויס שמחה לויבענדיג השי"ת אז ער האט געהאט די זכיה עומד צו זיין בנסיון און אוועק ווארפן דעם חמץ מיטן גאנצן הארץ אבער זיין פרוי און קינדער זענען יא געווען זייער טרויעריג, אז זיי וועלן פלוצלונג ווערן ארימעלייט דעם גאנצן יו"ט איז ר' קאפל געווען זייער גוט אויפגלייגט און פרייליך אז ער האט אריינגעברענגט א שמחה אין די גאנצע משפחה.
מוצאי יו"ט ווען ר' קאפל האט גענדיגט "הבדלה" האט ער אריינגעקלערט וואס ער קען יעצט טאן ער האט דאך נישט קיין געלט צו מאכן פרישע ברוינפן האט ער זיך מיישב געווען אז ער וועט גיין זעהן די פעסער אפשר דאך האבן די גוים איבער געלאזט עפעס א טראפן אפילו נאר די ליידיגע פעסער אליין וועט ער זיי נעמען און פארקויפן פאר עטליכע פרוטות ער זאל כאטש האבן עפעס געלט.
ווי ערשטוינט איז רבי קאפל מי זיין משפחה געווארן ווען זיי זעננען אנגעקומען צום ברעג ים און געזען אז די פעסער זענען גאנץ קיינער האט זיי נישט גערירט פון ארט די גוים זענען דארט געשטאנען ארום און געזאגט צו אים "אוי דו איד דאס הייסט ביי ענק "ביעור חמץ" אז מען שיקט א סאלדאט מיט א שווערד צו היטן די פעסער אלע זיבן טעג בייטאג און ביינאכט ? פארוואס האסטו נישט מפקיר געווען דעם חמץ געהעריג אן קיין שומר?".
רבי קאפל איז געווארן זייער איבעראשט פון זייער פראגע ער האט גענצליך נישט געוויסט פון קיין שום סאלדאט ער האט נישט געשטעלט קיין שומר ער האט אבער פארשטאנען אז דער "שומר ישראל" האט רחמנות געהאט אויף איינעם וואס איז זיך "מוסר נפש" אויף א מצוה און האט אפגעהיטן גאנץ פסח בייטאג און ביינאכט זיין פארמעגן אז ער זאל נישט שאדן האבן פון די הייליגע מצוה ... דאן האט ר' קאפל גענומען אלע פעסער ער האט זוכה געווען דערין פון "הפקר" און זיי צוריק אהיים געפירט אזוי ווי ער האט זיי געטראגן (עס זענען געווען צדיקים וואס האבן דערציילט די מעשה יעדן שושן פורים ביי די יארצייט פון רבי קאפל זי"ע)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 29, 2009 12:20 pm

וכל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה משבח
און דער וואס פארמערט צו דערציילן אין די געשעהנישן פון יציאת מצרים דער איז געלויבט, אין דער אמת'ן וואס האבן אונז זיך יעצט צו פרייען מיט דעם וואס אונזערע עלטערן זענען דעמאלט געראטעוועט געווארן, אונז זענען דאך יעצט אין א ביטערן גלות? מ'קען דאס געבן צו פארשטיין מיט א משל, א ארעמאן וואס האט נעבעך נישט געהאט קיין שטיקל ברויט אין מויל צו נעמען און ער איז געווען א עם הארץ ווייל ער האט נישט געהאט קיין געלט צו באצאהלן פאר א רבי'ן זאל מיט אים לערנען, האט זיך זיין מזל איבער געדרייט און ער איז זייער רייך געווארן, די ערשטע זאך האט ער זיך געדונגען א רבי'ן א תלמיד חכם זאל אים אויסלערנען די הייליגע תורה און ער האט ברוך השם שטארק מצליח געווען סיי אין לערנען און סיי אין רייכקייט, און יעדע'ס יאר ווען ס'איז אנגעקומען דער טאג וואס ער איז רייך געווארן האט ער געמאכט א יום טוב און געדאנקט דעם הייליג'ן באשעפער פאר די גרויסע חסדים וואס ער האט מיט אים געטוהן, ס'איז אריבער א שטיקל צייט און דער רעדל האט זיך צוריק געדרייט און ער איז נעבעך צוריק ארעם געווארן אזוי ווי פריעהר, אבער ווען ס'איז אנגעקומען דער טאג וואס ער פלעגט מאכן דעם יום טוב האט ער זיך ווייטער געפרייט אפילו ער איז שוין צוריק ארעם געווארן, האבן אים מענט'שן געפרעגט צו וואס פרייסטו דיך יעצט? האט ער זיי גענטפערט מיין געלט האב איך טאקע פארלוירן אבער די חכמת התורה וואס איך האב באקומען דורך מיין רייכקייט איז געבליבן אין מיר, איז די זעלבע מיט אונז, מיר פרייען זיך יעצט מיט יציאת מצרים אפילו אונז זענען יעצט ווייטער אין גלות ווייל דורך יציאת מצרים האבן מיר זוכה געווען צו קבלת התורה וואס דאס וועט אונז קיינמאהל נישט פארלאזן און מיט דעם וועלן מיר אייביג בלייבן, איז וועגן דעם וכל המרבה לספר ביציאת מצרים אפילו אין דעם פינסטערן גלות דערציילט ער די ניסים פון יציאת מצרים איז הרי זה משבח, איז ער געלויבט ווייל ער ווייזט אז ער ווייסט און ער פארשטייט די שמחה וואס מ'דארף האבן וועגן קבלת התורה און עול מלכות שמים.
(דברי שאול)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » זונטאג מארטש 29, 2009 12:20 pm

מאכן ד' כוסות מיט מילך
ערב פסח איז געקומען א איד צום גאון ר' יאשע בער בריסקער זי"ע מיט א שאלה צו ער מעג יוצא זיין די ארבע כוסות מיט מילעך? פרעגט אים דער רב צו ער איז חלילה קראנק זאגט ער ניין נאר די יאהר איז פאר מיר זייער טייער די וויין איך קען מיר נישט ערלויבן צו טרינקען אזא טייערע משקה, האט אים דער רב געזאגט אז על פי דין קען מען יוצא זיין מיט מילעך און אזוי אינמיטן באגלייטנדיג צו די טיר האט אים דער רב אריין געשטופט אין האנט פינעף און צוואנציג רובל, און דער איד האט נישט געוואלט נעמען און ער זאגט פאר'ן רב איך בין נישט געקומען נאך א נדבה איך בין געקומען נאר פרעגן א שאלה, אבער דער רב האט גאנץ גוט פארשטאנען אז ער האט נישט אינדערהיים קיין געלט און ער שעמט זיך צו נעמען די געלט האט אים דער רב געזאגט איך בארג דיר עס איך געב דיר נישט קיין נדבה ערשט דעמאלט האט זיך יענער געלאזט איבער רעדן פון רב און ער האט גענומען די געלט, ווען דער איד איז אוועק האט די רעבעצן געפרעגט דעם רב אויף וויין צו די ארבע כוסות איז דאך צוויי אדער דריי רובל אויך גענוג צו וואס האסטו אים געדארפט געבן גאנצע פינעף און צוואנציג רובל? האט דער רב איר גענטפערט פון זיין שאלה האב איך פארשטאנען אז ער האט נישט אינדערהיים קיין זופ און פלייש אויך נישט, ווייל ווען ער וואלט יא געהאט וואלט ער נישט געקומען פרעגן אזא שאלה צו מ'מעג טרינקען מילעך צו די ארבע כוסות ווייל מילכיג'ס מיט פליישיג'ס טאר מען דאך נישט, האב איך אים שוין געגעבן געלט ער זאל האבן מיט וואס איינצוקויפן אויף יום טוב.

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 02, 2009 9:54 am

תגובהדורך בני יששכר » מאנטאג אפריל 06, 2009 2:21 am

בני יששכר האט געשריבן:די מעשה האב איך געהערט פון ר' יח"ג ער האט עס נאכגעזאגט פון פאפאא רב ז"ל
אז דער סאטמאר רב ז"ל האט דאס געזאגט אין סאטמאר ביים שבת הגדול דרשה.
איך קען מיך נישט דערמאנען ביי וועלעכע צדיק דאס איז געווען
און דער צדיק האט געמאכט ג גרויסע הכנה אויף יו"ט מיט א גרויסע טירחה ער האט אליין געשניטן די ווייץ און באצאלט שווערע געלטער פאר שמירה אין ערב יו"ט און שטיב איז געווען א משרת אין שטיב אין זי האט דארט געהאט א קינד און דאס קינד האט געמיטשטעט אז ער טיז הינגעריקט האט זי בטעות געגעבן פוון די שמירה מצות און נאכדעם וואס זי האט ציבראכן די מצות האט זי זיך געכאפט אז דאס איז די שמירה מצות איז זי אנטלאפן זי האט נישט געוואלט דארט זיין בשעת דער צדיק גייט זיך בייזירן אין די רעבצין איז אויך אוועק געגאנגען זי האט נישט געוואלט דארט זיין בשעת ער גייט זיך בייזירן
ביינאכט נאך מעריב ווען דער צדיק איז אהיים געקומען האט ער געזען אז די רעביצן איז נישט אינדערהיים האט ער זיך אראפ געזעצט לערנן ווען זי האט געטראכט אז איר מאן האט זיך שוין בארואיגט איז זי אהיים געקומען און ער האט זיך אנגערופן נא לאמיר אנהייבן דעם סדר האט זי באמערקט אז איר מאן ווייסט נאכנישט וואס דא איז פארגעגאנגען האט זי אויסגעבראכן און א געוויין וואס דא האט באסירט האט ער איר בארואיגטעס איז דאך דא אנדערע מצות אויך ער האט זיך ניטאמאהל געקימען בכלל און קפידא דאס האט דער סאטמערע רב באווינדערט נישט אז ער האט זיך שנעל ברואיגט נאר ער איז בכלל נישט געקומען און כעס......(ווער עס קען מיר דערמאנען די נאמען פונעם צדיק זאל זיין אזוי גיט און ארויף לייגן )
די מעשה וואס דער סאטמאר רב האט דעציילט האט פאסירט מיט ר' משולם אוגרא פון פרעשבורג

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » זונטאג מאי 15, 2011 6:41 pm

זיידעניו האט געשריבן:(פאלגענד איז א סיפור וואס א איד פון פארן קריג האט פארשריבן אין עס איז היבש אינטרעסאנט וועל איך עס מעתיק זיין )

איך וויל דא דערציילן, ווי אזוי איך בין פסח ביינאכט אויסגעלייזט געווארן פון גלות, דער "אף אותנו גאל" איז ביי מיר נישט געווען בלויז א פארשטעלונג, נאר די ריינע ווירקליכקייט. איך האב עס ממש געפילט אויף דער אייגענער הויט...
איך בין נאך געווען דעמאלט גאר א יונג בחור'ל, געלערנט האב איך אין א קליין שטעטלדיגע ישיבה, צווישן בחורים, אסאך, אסאך עלטערע פון מיר, און וויבאלד איך בין געווען דער יונגסטער צווישן מיינע חברים, האב איך געמאכט דעם איינדרוק ווי א נאאיווע שעפסעלע, וואס האט פארבלאנדזשעט צווישן א סטאדע וועלף.
שוין צוליב דעם אליין, ווי אויך פון דער נאטור בין איך נישט געווען קיין שטארקער און איך האב טאקע דערפון שטארק געליטן. אין אלע הינזיכטן בין איך שטענדיג געווען דער שלימזל, איך האב פארביסן די ליפן און קיינעם נישט אנטפלעקען מיינע יסורים, ווייל איך האב נישט פארמאגט אין זיך קיין שטארקייט צו דערציילן פאר איינעם, וואס מיר קוועטשט, וואס מיר דריקט.
איז געקומען אנהויב "זמן" איז מיר שטענדיג אויסגעקומען צו זיצן אויפן סאמע לעצטן, אומבאקוועמסטן פלאץ, פאררוקט אין א זייט, אין א ווינקל. איז אמאל געקומען א גביר אין שטעטל און האט פארטיילט צווישן די בחורים מלבושים, איז פאר מיר קיינמאל נישט געבליבן.
צום ערגסטן איז געווען מיט די "טעג",דאס מיינט אז מען איז יעדען טאג געגאנגען עסן ביי מענטשען ווייל די ישיבות האבען נישט געהאט קיין געלט פאר עסן די אנדערע האבן געקענט אויסענווייניג אלע בעלי בתים און הייזער פון שטעטל, געוואוסט וואס עס טוט זיך אין די "טעפ", וואו מען קאכט גוטע מיטאגן און וואו - שלעכטע, וואו די בעל הבית'טע איז א גוטע און וואו - א שלעכטע.
און זיי האבן זיך טאקע אויסגעקליבן די שענסטע און בעסטע "טעג", די רייכסטע הייזער, וואו מען קאכט מיטאגן כיד המלך, כסעודת שלמה בשעתו.
דאקעגן איך, א בטלן פון בטלנים-לאנד, איך האב די מינדעסטע אנונג נישט געהאט אין די שווערע סוגיא פון "טעג" און איך בין שטענדיג אריינגעפאלן אין די ארימסטע הייזער, וואו, כאטש מען האט געגעבן צו עסן בתשואות חן אבער די מיטאגן זענען געווען אזוי מאגער, אזוי געשמאקלאז און דערביי זענען די טעלער מיט די לעפל געווען אזוי "ליידיג"...
עס איז געווען די פסח וואך, די יעניגע בחורים וועלכע האבן געוואוינט אין די נאנטסטע ארומיגע שטעט און שטעטלעך, זענען אהיימגעפארן אויף פסח. דאקעגן די בחורים פון די ווייטערע ערטעראון איך בין אויך געוועהן צווישען זיי, זענען פארבליבן אין דער ישיבה, ערשטענס, איז דאס שלפען זיך אזא ווייטע שטרעקע אהיים, געווען אומגעהויער שווער, עס איז גראדע געווען א פראסטיג וועטער, און צווייטענס זענען אויסגאבען פון די וועג געווען אזוי גרויס, אז עס וואלט ממש געווען א זינד פאר השי"ת און פאר מענטשען, קאליע צו מאכן אזויפיל געלד צוליב אכט טעג זיין אינדערהיים.
ארויסגעוויזן האט זיך, אז דער ראש ישיבה האט ממש ערב פסח געמוזט נויטיג אוועקפארן און מיר זענען אלע איבערגעליבען אויף השי"ת חשבון, זענען מיר אלע ארומגעלאפן אליין זיך צו "שאפן פסח", עס פארשטייט זיך אז מיינע חברים האבן געפאקט די בעסטע ערטער: איינער ביים רב, א צווייטער ביים שוחט א.א.וו. און איך שלימזל'דיגער לא יוצלח'ניק, בין אריינגעפאלן צו גאדל פוהרמאן.
צו שילדערן אייך די געשטעל פון גאדלען האלט איך פאר איבריג. ער איז א פערזענליכקייט, א אלעמען בעקאנטע און אויף וועלכען מען קען גאנץ דרייסט זאגן: פירושים זענען איבעריג"...
פארפאלן! - האב איך זיך געטראכט - זאל זיין א פוהרמאן, פארט א איד, בפרט אז גאדל איז געווען א גאנץ פארמעגליכער, און פאר זיין גראשן האט קיין איד נישט געקענט שטארבן. ער האט זיכער אנגעגרייט א שענער פסח ווי דער רב, און שוחט, נאר וואס, א נישט א גרויסען לערנער? - איז וואס, וואס גיי איך זיך דען מיט אים אויף אייביג פארבינדן?...
עס איז געווען ערב פסח נאך האלבן טאג, איך בין אריינגעקומן צו גאדלען און געטראפן אים זיצן ביי א קארב מיט מצות, אז מען האט ביי אים דאס פנים נישט ארויסגעזען, ער האט געשיבט און געריקט און דערביי געווען אזוי פארטוהן אין דער אכילה, אז ער האט מיר אינגאנצען נישט באמערקט, ערשט דאס ווייב זיינס האט מיך פאר אים פארגעשטעלט:
"זעסט, גאדל, מיר האבן א ישיבה בחור צום סדר.
- זייער גוט - האט גאדל געענטפערט - פאר א יאר האבן מיר אויך געהאט א ישיבה בחור, האט ער אונז טאקע א סאך צוגעהאלפן, א שווערער יום טוב, דער פסח, עס זענען דא אזויפיל זאכן צו מאכן - א "סדר", א "כרפס" א "יחץ" א "רחצה"...
גאדל האט פאר מיר אוועקגעלייגט אפשר א הויפען מצות און באפוילן: "גיי וואש זיך, ביסט דאך אוודאי הונגעריג",
ערב פסח טאר מען נישט עסן קיין מצה האב איך אום דרייסט געענטפערט.
זע נאר מיין למדן! האט זיך די בעל הבית'טע אריינגעמישט, א פרישער דיין! מיין מאן איז אויך נישט פון הונטערן אויוון, און אויב ער עסט, מעגסטו אוודאי עסן, וואס דען זאל איך דיר געבן? אפשר א שטיקל חמץ?
זאל זיין א ביסל קארטאפל מיט בארשט האב איך געמורמלט אונטערן נאז.
גאדל איז שיעור נישט צוזעצט געווארן פאר געלעכטער.
סטייטש, בארשט? האט ער געדונערט וואס מיינסטו, אז ביי מיר איז א טריפ'ענע שטוב? אז ביי מיר עסט מען חמץ אום פסח? נישט שיין, אז א ישיבה בחור זאל נישט וויסן, אז א ישיבה בחור זאל נישט וויסן, אז פסח טאר מען קיין בארשט נישט טרינקען, וואס איז דער טייטש "חמץ"? זויער, קיין שום זויער'ס קומט צו מיר אין שטוב נישט אריין, נישט קיין בארשט, נישט קיין לימינעס און נישט קיין לימינע זאלץ...
די בעל הבית'טע האט אנגעקוואלן פון איר מאנ'ס לומדות.
איך האב שוין לאנג געזאגט, האט זי זיך אנגערופן, אז דו, גאדל ביסט מער למדן, ווי די אלע ישיבה בחורים...
עס זענען אריבער עטליכע שעה. גאדל האט זיך מיט מיר אוועקגעזעצט אויסארבעטן די "פלאן" פון "סדר".
וואס נעמט מען אויף "כרפס"? פרעגט ער מיר.
מען קען נעמען רעטעך, קארטאפל.
זאל זיין קארטאפל, האט גאדל באשלאסן.
פראדל, האט ער א געשריי געטון צום ווייב, גרייט צו קארטאפל אויף "כרפס".
פראדל האט זיך אוועקגעזעצט שיילן קארטאפל, אז מען האט אוודאי געקענט פארטיילן דערפון א גאנצע מחנה מיט סאלדאטן.
און וויאזוי מאכט מען חרוסת? פרעגט ער מיר.
איך האב געקוועטשט מיט די פלייצעס, איך האט טאקע נישט געוואוסט.
אוי, דו בטלן איינער, דו ווייסט דאך פון גארנישט, דער בחור וואס איך האב געהאט פאראיאר, האט פון אלעם געוואוסט.
פראדל, האט ער א געשריי געטון, לויף גיך אריבער צום רב און פרעג אים, ווי אזוי מאכט מען חרוסת, מיר וועלן, חלילה, בלייבן אן חרוסת אויף פסח...
א קלאג האט מיר געטראפן, איז פראדל אזוי ווי זי שטייט און גייט געלאפן צום רב, שטראף מיר נישט, ג-ט, מען זאל חלילה, בלייבן אן חרוסת אויף פסח..
און וואס איז מיט "יחץ", מיט "רחצה"?
דאס זענען נישט קיין זאכן אנצוגרייטן האב איך אים אויפגעקלערט.
און "כורך"?
אוף "כורך" נעמט מען חריין,
וועסטו טון א מצוה און אנרייבן חריין?
יא.
ער האט מיר אריינגעפיהרט אין א צימער און מיר אנגעוויזן אויף א הויפן חריין, אזוי, אז ווען מען זאל אפילו די גאנצע אכט טעג פסח עסן בלויז חריין וואלט עס געווען גענוג פאר א גאנצע גרופע אידן. דאס ביסעל - זאגט ער, וועסטו אנרייבן, עס איז דאך א מצוה.
עס איז מיר פשוט פינסטער געווארן פאר די אויגן. ווען וועל איך אנרייבן אזא הויפן חריין?
באין ברירה האב איך זיך גענומען צו דער מלאכה. צובלוטיגט זיך די פינגער, די אויגן זענען מיר שיעור נישט אויסגערונען פאר רייסיגקייט און איך האב ממש ארויסגעקוקט די רגע, ווען איך וועל פטור ווערן פון דאזיגן בלע עגלה'שן גלות.
קוים וואס איך האב שוין דערלעבט אז די נאכט זאל צופאלן און מיר זאלן זיך שוין זעצן בשלום צום סדר.
גאדל האט זיך אנגעטון דעם יום-טוב'דיגן הוט, א גרויסע קיילעכיגע מאטשעיובקע מיט א לאנגן לעדערנעם דאשעק, איינגעהילט זיך אין א שווערן קיטל און גענומען פראווען דעם סדר.
שווער האט ער נעבעך געארבעט, דער "לוי" מיטן "ישראל" זענען נאך ווי עס איז רואיג געלעגן. דערפאר אבער האט זיך דער "כהן", א געבויגענע מצה. געקוועטשט אין אלע זייטן און בשום אויפן נישט געוואלט איינרוען.
גאדל האט דעם "כהן" געגעבן א טראסק אז האט ער זיך צעשפרונגען אויף פיץ פיצלעך, האט ער געשריגן פראדל, ברענג אריין א צווייטן "כהן".
אבער אויך דער צווייטער "כהן" האט נישט געוואלט רוען, ווידער א טראסק!.
גאדל האט צוטראסקעט ביז א צענדליג "כהנים", ענדליך האט ער געפאקט א לייטישן "כהן", א גלייכע מצה, וואס איז זיך געליגען במנוחה, אזוי ווי גאדל האט פארלאנגט.
די רעכטע ארבעט האט זיך יעצט אנגעהויבן ביים אויס'סדר'ן די "קערה". גאדל'ס מוח האט בשום אויפן נישט געקענט באגרייפן דעם "זרוע בימין וביצה בשמאל". ער האט נישט געקענט תופס זיין דעם ענין פון רעכטס און לינקס, ער האט זיך געדרייט ווי א שלאנג, איבער געזעצט זיך אויף פארשידענע ערטער און ווען איך וועלט זיך נישט אריינגעמישט, ווער ווייסט צי עס וואלט אמאל גענומען אן עק.
דער קידוש איז אריבער בשלום, אן באזונדערע שטרויכלונגען, איך האב געפרעגט די קשיות און גאדל האט גענומען מורמעלן די הגדה, צוגעקלאפט ריטמיש מיטן פוס, אויסרופנדיג וואוילעריש: הע, הע, ווא, וויא!... איך האב געפילט ווי די קישקעס אין בויך דרייען זיך ביי מיר שיעור נישט איבער פאר געלעכטער. איך בין אבער געצוואונגען געווען דאס געלעכטער אין מיר צו האלטן כדי גאדל זאל עס, חלילה, נישט באמערקן.
פלוצלינג האט גאדל געטון א זעץ אין טיש אריין: סטאפ, טררר!...
ער פרעגט מיר א קשיא:
עס שטייט מעשה ברבי א מעשה מיט א רבי, אליעזר ורבי, אליעזר מיט א רבי, יהושע ורבי, יהושע מיט א רבי, טרפון ורבי, טרפון מיט א רבי, עקיבא אן א רבי! פארוואס אלע האבן רבי'ס און עקיבא נישט?..
איך וואלט אים אפשר געענטפערט, ווען נישט דאס, וואס איך האב מורא געהאט אז איך זאל נישט אויסשיסן אינמיטן מיט א געלעכטער.
ווייסטו נישט, הא? מאכט צו מיר גאדל, נו ווייטער.
נאכן אפזאגן די ערשטע העלפט "הגדה", נאך פארן אויסטרינקען דעם צווייטן כוס, רופט זיך אן גאדל:
מיר וועלן אפזאגן די אנדערע העלפט "הגדה" אויך, איך האב פיינט צו האבן אן עול אויפן קאפ, נאר פטור, אפגעזאגט.שפעטער וועלן מיר עסן און טרינקען און זיך לאזן וואויל גיין אזוי ווי עס שטייט אין דער תורה...
באין ברירה האב איך געמוזט מסכים זיין, גאדל האט געמאכט קילאמעטערדיגע שפרייזן, געשלונגען די "כי לעולם חסדו'ס", ביי די "אחד מי יודע'ס" איז ער שיעור נישט דערשטיקט געווארן, ביז ער איז בשלום צוגעפארן צום "חד גדיא" און דאן האט ער א שווערן זיפץ געטון: שוין געענדיגט ב"ה...
ער האט אוועקגעשטעלט פאר זיך דריי גרויסע, תשעה-קבין'דיגע כוסות, איינגעריבן די הענד און אויסגעזופט איין כוסה נאך דער צווייטער, אויסרופנדיג: איינס, צוויי, דריי, ערלעדיגט!
מיר האבן זיך געוואשן, וואס פאר א ברכה גאדל האט געמאכט איבער דער מצה, האב איך נישט באמערקט, הערנדיג אבער פון מיר מאכן די ברכה "המוציא לחם" האט ער זיך אנגעצינדען אין א שרעקליכן כעס" סטייטש, לחם? ברויט? חמץ?
איך האב איהם געפרואווט אויפקלערן נאכן עסן דעם כזית אז "לחם" מיינט מען נישט בלויז ברויט חמץ. גאדל איז אבער פארבליבן ביי דאס זייניגע.
סטייטש, מ'מיינט נישט ברויט? דו זאגסט דאך אליין: המוציא, ער האט ארויסגעצויגען, לחם ברויט...
גאדל האט זיך אנגעגאסן א שפארע כוסה פינף און ניינציגער, א כלאפ אריין געטון ווי קיינמאל גארנישט, א צווייטע כוסה, א דריטע, און פארביסן מיט א שטיק פיש, מיט וועלכן מען וואלט געקענט הרגענען א געזונטן פויער...
גאדל איז געווארן רויט ווי א בוריק. די אויגן האבן גענומען גלאנצן און ער האט געפראכעט, ווי א געשטאפטע גאנז.
פראדל האט אריינדערלאנגט די קאכעדיגע יוך מיט די קניידלאך, וועלכע זענען געווען אזוי גרויס ווי טאפעס, גאדל האט זיך אבער אזוי גיך נישט צוגערירט צו זיי, די אויגן האבן זיך ביי אים געקלעפט, א מידער איז ער איינגעשלאפן בייים טיש האלטנדיג פעסט מיט ביידע הענט די ביידע עקן פון טישטעך.
ער האט שווער געכראפעט, געשנארכט. פלוצלונג האט ער זיך א צי אויס געטון אויף דער ברייטער שטול און מיט א הילכיגן געשריי:
טררררר!
ער האט אראפ געצויגן דאס טישטעך מיטן וויין, מיט די כוסות, מיט די קאכעדיגע יוך, מיטן נאפט לעמפל, מיט די לייכטער, מיט הכל בכל...
געוואלד, האט פראדל געשריגן, זע נאר, גאדל, וואס דו האסט געטון? האסט דא מיך אוועקגע'הרג'עט, האסט דאך מיך פאר'ברענט ווי גרויס און אלט איך בין...
מיר זענען אין כינעווער וואלד! האט גאדל אויסגערופן, ציענדיג ווייטער דאס טישטעך און אראפשלעפנדיג די איבריגע כלים...
געוואלד! האט פראדל נישט אויפגעהערט צו שרייען, זעט נאר מיין אומגליק, מיין חורבן, גאדל, וואס טוט זיך מיט דיר?
גאדל האט קוים אויפגעריסן די אויגן.
פראדל וואס איז די מעשה, פארוואס עס איז פינסטער אין שטוב?
האסט זיך אנגעשיכורט ווי א גוי דו פויער איינער, האט פראדל נישט אויפגעהערט צו שרייען, האסט אלץ פון טיש אראפ געשלעפט, האסט פון אלעס א וויסטען חורבן געמאכט, האסט מיך פאר'שרפה'ט...
שווייג, זאג איך דיר, האט גאדל געדונערט, ליארעם נישט אזוי, דו הערסט!
גיי פאפן, פויער איינער, איז פראדל נישט אפגעשטאנען, אנגעשיכורט זיך ווי א גוי און יעצט מאכט ער סקאנדאלן.
גאדל האט זיך א הויב געטון און גענומען דונערן מיט זיין שטימע, און פראדל האט גענומען שרייען מיט די לעצטע כוח:
געוואלד, ראטעוועט!
עס איז זיך צונויף געלאפן אן עולם מענטשן, אין שטוב איז געווען שטאק פינסטער א ריח פון וויין און נאפט און יוך האט געשלאגן אין קאפ, מען איז שיעור נישט געפאלן איבער די צובראכענע כלים וואס האבן זיך געוואלגערט צוזאמען מיט די קניידלעך אויף דער ערד.
אין דעם גרויס טומלדיגן יריד, האב איך זיך אפגעטראגן, אויפגעהויבן די הענד צום הימל און געדאנקט זיין ליבן נאמען, וואס האט מיר אויסגעלייזט פון דאזיגען גלות..

זייער אינטערסאנטע מעשה, ווער עס ווייסט מער פרטים איבער דעם איד וואס האט עס פארציילט, זאל עס ביטע מיטטיילן, וייש"כ מעיקרא.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג מאי 15, 2011 6:44 pm

כאבעס געליינט אלס קינד אין מנחם מענדלס ביכל יו"ט ערצעלונגען.....

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » מאנטאג מארטש 26, 2012 12:50 pm

ארויפגעברענגט לכבוד יו"ט
יאנקעל די פופציגער

זייגער
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 9:01 pm
לאקאציע: אפען אויבן אן

תגובהדורך זייגער » דאנארשטאג אפריל 12, 2012 6:30 pm

זיידיניו לעבסט נאך... איך האב מיך דערקוויקט מיט דיינע מעשיות דעם פסח סגעווען געקאפיט אין גליון עונג יום טוב טענקס

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג מארטש 25, 2013 11:44 am

ארויפגעברענגט אויב איינער וויל ליינען חול המועד


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט