ספורי צדיקים לחג הפסח

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 25, 2015 10:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בתוךשארישראל »

ארויפגעברענגט לכבוד יו"ט
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא
וללמוד אני צריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וללמוד אני צריך »

בתוךשארישראל האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד יו"ט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

וללמוד אני צריך האט געשריבן:
בתוךשארישראל האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד יו"ט
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

קען מען דאס מאכן פאר א פי די אף?
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

א גוט יום טוב!
ספורי צדיקים לחג הפסח.pdf
(232.02 KiB) געווארן דאונלאודעד 335 מאל
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

Wow! א ריזגן דאנק!!!

יעצט דארף איך נאך טרעפן ווי מ'קען עס פרינטן
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילדער »

איפה פייביש האט געשריבן:א גוט יום טוב!
ספורי צדיקים לחג הפסח.pdf

Thanks loads
אוועטאר
אזוי גאר!
שר ששת אלפים
תגובות: 6285
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
לאקאציע: עולם השפל

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גאר! »

בילדער האט געשריבן:
איפה פייביש האט געשריבן:א גוט יום טוב!
ספורי צדיקים לחג הפסח.pdf

Thanks loads

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ייש"כ
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

דער ערשטער בלוט בלבול אין מעזבוז

"מיט מיר אליין האט דאס פאסירט" - האט רבי משה חיים אפרים מסדיקלוב ז"ל דער "דגל מחנה אפרים" אנגעהויבן זיין דערציילונג פאר זיין ידיד הגאון הקדוש ר' אברהם מרדכי מפינטשוב ז"ל, וואס ער איז אליין געווען דערין פארמישט ווען ער האט אין זיינע יונגע יארן געוויילט ביי זיין גרויסן זיידען אור שבעת הימים דער בעש"ט אין די טעג פון פסח, אין די שטאט מעזבוז.
"בלוט בלבול" - דאס שרעקליכע ווארט וואס האט שוין פיל אידן דערציטערט, אין אסאך אידישי בלוט פארגאסן דורכאויס די ביטערע גלות יארן, האט אויך נישט איבערגעהיפט איבער די שטאט מעזבוז. דער דארפישער באפעלקערונג, וועלכע זענען געווען פראסטע און נארישע האבן געגלייבט צו אלסדינג וואס דער גלח האט זיי געפרעדיגט, ווי א פעלד אנגעפילט מיט דערנער וואס איין פינק פייער קען דאס גאנצע פארלענדען איז געווען ער המון וואס איין קליינעם פינק פון ארטיגן גלח האט ווי אנגעצונדען די כעס פון די באפעלקערונג און זענען געווען גרייט אויפן ארגסטן ה"י.
צו די פרייד פון די אידישע איינואוינער האט דער בעש"ט שוין דארט געוואוינט ווען דער גלח איז דארט אנגקומען, זיין הייליגער נאמען איז שוין דאן געווען פארעהערט אויך ביי די גויאישע איינוואוינער, וועלכע האבן אים אויך שטארק פארערט און רעספעקטירט, דאס האט עטוואס אפגעשוואכט דעם כח פון דעם גלח, וויסענדיג די חשיבות אין די איידלקייט פונעם אידישן פאלק.
דאס האט נאך מער אנגערייצט דעם גלח, זעהנדיג ווי זיינע העצערישע רעדעס פאלן אויף טויבע אויערן, און ס'האט נישט דאס וואס ער האט ערווארטעט, האט ער פלאנירט פארשידענע פלענער וויאזוי ער קען עפעס שלעכטס טאן פאר די אידן, און וויאזוי ער קען דאך אנצינדן דעם פייער אין דער שטאט מעזבוז.
  
אין די וואוינונג פון ר' שמחה, פון די גבירים אין שטאט מעזעבוז, איז שוין פארענדיגט געווארן די לעצטע פארברייטונגען צום יו"ט פסח, אלעס איז שוין גרייט, א שטילקייט האט געהערשט אינעם פרעכטיגן אויסגעצירטן שטוב, אלעס ווארט אז דער בעה"ב פון הויז ר' שמחה זאל אנהייבן קדש, ווען פלוצליג האט זיך די עקרת הבית, ר' שמחה'ס פרוי אויסגעדרייט צום פענסטער, אויסגעשארפט איר אויער, און געטענה'ט אז זי האט עפעס געהערט אינדרויסן אין הויף, ס'דאכט זיך איר אז א מילדער קלאפ וואס זעהט אויס ווי מ'האט עפעס אראפגעווארפן.
דער בעה"ב האט אראפגעלייגט דעם בעכער וואס איז שוין געווען אין זיין האנד, און האט - בלית ברירה - געווארט אויף זיין פרוי וועלכע איז א פארעקטנטע ארויס געגאגנען אין הויף צו דערגיין וואס דער קלאפ האט גאזאלט זיין.
ס'איז נישט אדורך בלויז עטליכע מינוט, אין דער פרייליכע אטמאספערע וועלכע האט געהערשט אין דעם שטוב איז צושטערט געווארן, ווען די פרוי איז אריינגעלאפן אין שטוב אין היסטעריש אויסגעשריגן: א צרה, האט אונז געטראפן, זי האט זיך פארקלאפט ביידע הענט, זאגענדיג אז א טויטער פגר ליגט אין הויף און באלד וועלן דא שוין קומען די פאליציי, אין די סוף וועט זיין ביטער.
אוי וויי - האט זיך ארויסגעריסן די ביטערע שטומע פונעם בעה"ב ר' שמחה, וויאזוי גיט מען זיך דא אן עצה, האט דער טאטע געפרעגט פון זיינע קינדער, וועלכע זענען געשטאנען אינגאנצן דערציטערט, וויסענדיג וואס דא שמעקט אלס.
איך האב א וואזשנעם פלאן, האט זיך געשטארקט איינער פון די קינדער - ערשטענס וועל איך ארוי סאין הויף אין ארויסטראגן ערגעץ ווי דעם פגר - ס'זאל זיך נישט געפונען ביי אונז אין הויף.
ער איז טאקע זאפארט ארויסגעלאפן אויספירן דעם פלאן, ווען זיין מאמע שטעלט אים אינמיטן וועג, און פארשטעלט אים דאס דורכגאנג זאגענדיג, צו פארשטייסט נישט דער עפענונג פון הויף איז ארומגענומען מיט שומרים פון אלע זייטן, וויאזוי ווילסטו ארויסנעמען דעם פגר? אבער דער זון איז ארויסגעלאפן זאנגיד לאמיר אליין גיין צוקוקן דעם מצב, מעגליך אז איך וועל טרעפן א לעזונג צו דעם פראבלעם, אבער נאך עטליכע מינוט איז ער צוריק געקומען אין צוגעשטימט צו זיין מוטער, - עס איז שוין נישטא וואס צו מאכן - האט ער א פארביטערטער אויסגערופן, דערביי האט ער זוגעגעבן אז צוויי הויכע פאליציי באאמטע שטייען ביים טיר פון הויף, זיכער צומאכן אז מ'וועט גארנישט ארויספירן פון הויף.
"אפשר וואלט געווען כאי ווען מ'לויפט אריבער צום בעש"ט, איבערגעבן וואס דא האט פאסירט" - די ווערטער וואס זי האט ארויסגעזאגט פון איר מויל האט פאראוזאכט א שטילקייט אין צימער, געווען זענען זיי א מתנגדישע שטוב וואו מ'האט גאץ קנאפ געהאטן פון די מופתים וועלכע האבן קורסירט אין שטאט איבערן בעש"ט, פארקערט דאס אנוועזענהייט פונעם בעש"ט האט זיי ענג געמאכט זייער וואוינונג, דעריבער זיינען זיי איצט געווען אין א גרויסער פארגעלעגנהייט צו דער בעש"ט וועט זיי בכלל איצט אריינלאזן.
מאדנע - האט זיך די פרוי אנגערופן, אין א צייט פון דער פייער פלאקערט וועט דער בעש"ט אפילו קוקן ווער דאס איז, גיי שוין אין לויף צום בעש"ט ער וועט אונז זיכער ארויסראטעועון פון דעם געפאר האט די פרוי ארויסגעשריען מיט א כעליפענדיגען קול געשטיקט פון געוויין.
  
אין שטוב פון הייליגן בעש"ט שפירט זיך א הייליקייט, יעדער פשוט'ער מענטש האט געקענט טאפן מיט די הענט די קדושה וואס האט געשוועבט אין שטוב, דער בעש"ט איז געזעסן פון אויבנאן, זיין פאראכטפולע הייליגע צורה האט ווי עדות געזאגט אויף די ערנסקייט פון די צייט, פון צייט צי צייט האט דער בעש"ט אויבערגעהאקט מיט פארשידענע הויכע געדאנקן וואס האט אויסגעהויבן די אנוועזנדע אין די הויכע ספערן.
פלוצים איז אפגעהאקט געווארן דער סדר ווען ר' שמחה דער באקאנטער אויסגעשפראכענער מתנגד איז אריינגעקומען אין שטוב, אלע האבן זיך געווינדערט ווי קומט דער מתנגד צום בעש"ט, אין נאך פונקט אינמיטן אזא הייליגע נאכט, אויך ר' שמחה איז אין די ערשטע מינוט געווארן פארלוירן, זעהנדיג אין שפירענדיג וואו ער איז דא ארינגעפאלן, אבער דער ליכטיגער שמייכל פונעם צדיק האט אים געטוואס בארואיגט, אין עס האט אים ווי געגעבן דעם טאן, אין ר' שמחה האט אנגעהויבן צו דערציילן די אורזאך וואס האט אים געברעגנט צום בעש"ט.
דערציטערט ביז גאר זענען אלע געווארן הערנדיג די שרעקליכע געשיכטע, מ'האט געקענט שמעקן אז ס'וועבט זיך דא א געפערליכן בילבול וואס קען אריינשטעלן אין סכנה נישט נאר ר' שמחה אליין, נאר אויך אלע אידישע איינוואוינער, אבער דער בעש"ט האט יעדן בארואיגט, ווען א באהאלטענעם שמייכל האט זיך אנגעזעהן אויף זיין הייליגער ריינע געזיכט.
"אפרים" - האט דער צדיק א שריי געטאן, צו זיין באליבטע אייניקל, - דער שפעטערדיגער "דגל מחנה אפרים" - נעם מיין שטעקן וואס ליגט אין דערנעבענדיגן צימער אין גיי שוין מיט דעם איד, זאג אריין אין אויער פינעם פגר אז דיין זיידע רופט אים, האב נישט מורא, נאר קום צוריק אהער צוזאמען מיט'ן פגר.
ר' שמחה איז געבליבן שטיין ווי געפלעפט, ער האט נישט געגלויבט וואס ער הערט, טיף אין הארצן האט ער געקלערט אז דער בעש"ט שפעט גאר אויף זיין חשבון, אין לאכט אפ פון אים, אבער צווישן דעם גרויסן נעפל וואס האט אים ווי ארומגענומען, האט זיך געהערט דער קול פון צדיק אויסשרייענדיג, א פרייליכער יו"ט ר' שמחה, זארגט אייך נישט, גייט אהיים און פראוועט דעם סדר ווי גארנישט פאסירט, השי"ת וועט העלפן גארנישט וועט נישט פאסירן, נישט צו אייך, אין נישט צו אייער הויז געזונד.
האלב פארשיכורט האט זיך ר' שמחה אהיים געשלעפט, ווען פון זיין זייט ווערט ער באגלייט פון דער קליינעם אפרים, וועלכער שפרייזט מיט זיכערע שריט, פאכענדיג מיט'ן שטעקן און די האנט, אנקומענדיג צום הויף פון ר' שמחה איז ער אומצווייפלהאפטיג צוגעגאנען צום פגר א קלאפ געטאן מיטן שטעקן אין אריינגעזאגט אין אויער ווי דער זיידע האט אים באפוילן, אין צו די ווינדער פון ר' שמחה און זיין משפחה האט זיך דער פגר אויפגעשטעלט, אנכאפנדיג אין דעם שטעקן האט ער צוריק שפאצירט ביז צו די וואונונג פון בעש"ט, די שומרים וועלכע זיינען געשטאנען ביים טויער הבן זיך נישט אומגעקוקט אויף די צוויי מענטשן וועלכע זענען ארויס פון הויף טראכטנדיג אז דאס קען גאר נישט זיין דער פגר ווייל ער איז דאך טויט.
אריינקומענדיג צום זיידן אין שטוב, האט ער אנגעוויזן פארן גוי וואו ער זיך אוועקזעצן אין האט ווייטער געפירט דעם סדר ווי גארנישט וואלט פארסירט.
  
די ערווארטעט שרעק איז ווירקליך אנגעקומען, די משפחה פון ר' שמחה פראוועט ווייטער דעם סדר, פלוצים איז עס ווידער איבערגעהאקט געווארן ווען א פעסטער קנאט האט זיך געהערט אויפן טיר. ר' שמחה איז באלד צוגעגאנגען צום טיר, ווען פאר זיינע אויגן האט זיך באוויזן דער טרויעריגער בארימטער גלח צוזאמען מיט עטליכע פון די פאליציי, פון הונטער זיי האט זיך שוין אנגעזען א היפשער געזעמעל פון די גויאישע שכינים, וועלכע האבן זיך אונטערגעמורמלט, פסח, מצה, בלוט.
א שטרענגע אונטערזוכונג איז דורכגעפירט געווארן ביי ר' שמחה אין שטוב, אלעס איז געווארן ווילדערהייט איבערגעדרייט, מ'האט ארויסגעצויגן די שופלאדן, געוזכט אויף אלע בוידעמ'ער, אבער אן ערפאלג מ'זעהט קיין זכר נישט פון דעם פגר, פלוצים קומען אריין צוויי שכנים פון ר' שמחה, אין דערציילן אז זיי אליין האבן געזען ווי דער איד גייט ארויס פון זיין שטוב, אין גייט צום ריכטונג פון דער ראבינער'ס וואוינג, מעגליך - האבן זיי אויסגעריפן - אז ער האט דעם טויטן אהין געליפערט.
ס'איז נישט קיין צווייפל - האט דער הויפט גלח געשטורמעט, אז דער "ראבין" האט דא א האנט, לאמיר גיין אין מאכן א רעוויזיע אויך ביי אים אין שטוב.
קוקט נישט אויף זייער זייט, לאזן זיי טועלן וואס זייער הארץ באגערט - האט דער בעש"ט באפוילן פאר אלע אנוועזענדע. ווען די פאליציי האבן אריינגעשטורעמט אין זיין שטוב, אזוי ריידנדיג האט דער בעש"ט אראפגענומען דעם היטל פון זיין אייניקל ברוך - דער שפעטערדיגער רבי ר' ברוך מעזבוזשער זצ"ל - און עס אנגעטאן דעם פגר, דערנאך האט ער גענומען א הגדה אין אים באפוילן מיט צוהאלטן די הגדה, דער פגר האט אויסגעפאלגט דער באפעל אין - צו אלעמענס ערשטוינג - מיט געמורמעלט די הגדה, אין געמאכט דעם איינדרוק ווי איינער פון די משפחה מיטגלידער.
ווי די פאליציי האבן איינגעזען אז זייער מי און פלאג איז אן אומזיסטיגע זיינען זיי אוועק פון דארט מיט ליידיגע הענט, אויך דער גלח איז צוריק אהיים טרויעריג אין פארשעמט אז פון זיין טיילאוונישן פלאן האט זיך גארנישט אויסגעלאזט.
דאן האט דער בעש"ט באפוילן פאר ר' שמחה, ער זאל נעמען דעם פגר און באגראבן באהאלטענערהייט אין פארבאטן צו רעדן דערפון.
דער וויסטער מפלה האט אנגעצינדן דעם גלח, וועלכער האט באשלאסן אז ער וועט נישט רוען אזוי לאנג ווי ער וועט זען וויאזוי מ'קען פריש מאכן א בלוט בלבול אויף די אידן, בעפאר פסח האט ער גלאזט צו זיך רופן פארשידענע אזעלכע שונאי ישראלים אזוי וו ער אליין, און זיי באויפטראגט צו טרעפן א וועג וויאזוי אויסצוטרעפן א בלבול.
ערב פסח אינמיטן מצות באקן, איז דער בעש"ט פלוצים נעלם געווארן, אין איז צוזאמען מיט זיין משמש געגאנגען אין די ריכטונג פונעם גלח'ס וואוינוג.
דער גלח איז שטארק דערציטערט געווארן זעהנדיג ווי דער הייליגער ראבין קומט צו אים, ער האט דאך גאנץ גוט געוויסט אז דער ראבין איז א געטליכער מאן.
דער בעש"ט איז נישט אריין אין שטוב, נאר פון אונדרויסן אריינגעשריגן צו אים, זאג נאר וואס האט דיר דאס אידישער פאלק שלעכטס געטאן, אז די פראבירסט כסדר צו מאכן אומזיסטיגע בילבולים אויף זיי, צי ווייסטו דען נישט אז ביז ווילאנג איך געפין זיך דא אין שטאט איז דיין מי אן אומזיסטיגע, פארגאנגענעם פסח איז דער קליינער גוי געזעסן ביי מיר אין צימער, אין די האסט אים נישט דערקענט, ווילסטו ווייטער מלחמה האלטן מיט מיר?
דער דערשראקענער גלח איז געשטאנן פארציטערט, ווען איין אבר קלאפט אים צום אנדערן, אין געענטפערט, ריכטיג, איך האב טאקע געהאט א פרישע פלאן אויף היינט, אבער אזוי ווי איך בין איבערצייגט אז ווילאנג דער ראבין איז דא אויף דער וועלט, וועל איך גארנישט קענען טוהן, גיב איך אויף אלע מיינע בייזע פלענער.
פרייליכערהייט איז דער בעש"ט צוריק צום מצות באקן, ווען פון זיין מויל שעפשט ער: "שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו והקדוש ברוך הוא מצלינו מידם".
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מרור איז דאך א מיכלא דאסוותא
ס'איז געוועהן א חסיד וועלכער האט ל"ע שווער געליטן ביים אטעמען. ער איז געפארן קיין וויען צו גרויסע דאקטוירים, און זיי האבן פעסטגעשטעלט או ער האט ל"ע אן אינפעקציע, אייטער האט זיך אנגעזאמלט אין די לונגען, און די קראנקייט איז ליידער אומהיילבאר. פארנדיג אהיים פון וויען, האט דער איד אפגעטרויטן אין צאנז און געפרעגט דעם הייליגן דברי חיים זי"ע צי ער מעג עסן מרור, ווייל דער דאקטער האט אים אנגעזאגט אז ער וועט זיך דערביי אייינשטעלן דאס לעבן. זאגט אים דער דברי חיים, "מרור איז דאך א מיכלא דאסוותא. (א מאכל וואס היילט) עס שאדט נישט, מעגסט עסן א כזית." דער איד האט נישט געפונוען קיין מוט צו מאכן א באמערקונג פאר'ן דברי חיים אז ער האט לכאורה געמאכט א טעות, ווייל דער זוהר הקדוש רופט אן בלויז מצה א מיכלא דאסוותא. דער איד האט פארלאזט דעם צימער און ביי זיך אנגעקלערט, אז היות דער צאנזער רב האט געבויט זיינע ווערטער אויף דעם סמך אז מרור איז א מיכלא דאסוותא, און באמת געפינט זיך נישט אזא מאמר, על כן טאר ער נישט עסן מער ווי א משהו. און אזוי האט ער טאקע געטון, ביים סדר האט ער גענומען א קליין שטיקעלע מרור און געגעסן. אבער ווען ער האט דאס אראפגעשלינגען, האט אים אנגעהויבן צו ברענט און ער האט געקייכט און זיך געשטיקט ל"ע. עס זענען דורכגעלאפן א פאר סעקונדן און ער האט נישט געקענט כאפן דעם אטעם. פילנדיג אז דאס חיות לאזט זיך אים אויס, האט ער זיך מיישב געווען, זאל ער כאטש גומר זיין די לעצטע מצוה בשלימות בכדי זיין נשמה זאל זיך אויסהויכן מיט א מצוה. ער האט געכאפט א כזית מרור און עס אריינגעשטיפט אין מויל, צוקייעט, און מיט אלע כוחות אראמגעשלינגען. דא האט זיך ערשט אנגעהויבן די יסורים. זיין פנים איז געווארן פלאמיג-רויט. ער האט זיך געווארפן און געהוסט מיט שרעקליכע געשרייען. און מיט אמאל האט ער אנגעהויט צו ברעכן. ער האט אויסגעבראכן עסנווארג, און דערנאך אייטער. ווען ער האט געענדיגט ברעכן, איז ער, אן אויסגעמאטערטער, איינגעזונקען אין א טיפן שלאף. מען האט געשיקט רופן א דאקטער וועלכער איז שנעל געקומען צו לויפן. דער דאקטער האט נישט געלאזט אויפוועקן דעם חולה, נאר ער האט געהייסן מען זאל אים ווידער רופן ווען דער חולה וועט אויפקומען. צומארגנס אינדערפרי, ווען דער חולה האט זיך אויפגעוועקט, האט מען געשיקט נאכ'ן דאקטער. ער האט אונטערזוכט דעם חסיד, און האט געפונען אז זיין צושטאנד האט זיך פארבעסערט און ער איז ארויס פון געפאר פון זיין קראנקייט. דאס גאנצע פארגיפטיטער אייטער איז פון אים ארויס און ער אטימט פיל לייכטער. דאן האט דער חסיד איינגעזען אז דער הייליגער דברי חיים האט גארנישט געמאכט קיין טעות, נאר דער מרור איז טאקע געווען א מיכלא דאסוותא, א רפואה שלימה פאר אים. ער איז אינגיכן געווארן געזונט כאחד האדם.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אינעם זכות פונעם בעכער
עס איז געווען אמאל א גביר וואס האט געוואוינט אין רומעניע, און איז געווען פון די חסידים פון דער הייליגער רוזשינער זצוק"ל. דער גביר פלעגט זיך פירן צו באשיינען דעם סדר מיט דאס שענסטע און בעסטע. ספעציעל פלעגט ער - צוזאמען מיט זיין אידענע - יעדעס יאר מהדר זיין אנצוגרייטן א שיינעם, הערליכן און טייערן "כוס של אליהו" פאר'ן כבוד פון אליהו הנביא. און פון ווען ער האט געקויפט דעם בעכער, פלעגט ער יעדן טאג צולייגן נאך שיינע שטיינדלעך אא"וו צו באצירן דעם "כוס של אליהו" שענער און שענער.
מיט דער צייט האט זיך דער רעדל א דריי געגעבן, און דער איד איז נעבעך זייער פארארעמט געווארן. פון טאג צו טאג איז דער מצב ערגער געווארן, און ער האט כסדר געמוזט פארקויפן חפצים און טייערע זאכן פון זיין הויז, כדי צו האבן פון וואס צו לעבן.
ווען עס איז אנגעקומען דעם יו"ט פסח, וואס די הוצאות פון יום טוב איז זייער פיל, איז דעם איד איינגעפאלן א פלאן, און נישט האבנדיג קיין ברירה, האט ער זיך געוואנדן צו זיין פרוי און געפרעגט: אפשר זאלן מיר פארקויפן דעם טייערן בעכער, דער "כוס של אליהו", וואס ס'איז זיכער ווערד גאר אסאך געלט, און מיט די געלט וואס מיר וועלן באקומען דערפאר וועלן מיר קענען בריוח איינקויפן די באדערפענישן פאר'ן יום טוב
זיין פרוי האט אבער בשום-אופן נישט מסכים געווען צו דעם פארשלאג, זאגנדיג: ענדערש זאלן מיר זיצן אין הונגער, ווי צו פארקויפן דעם בעכער וואס מיר האבן געמאכט פאר אליהו הנביא זל"ט.
זיי האבן זיך טאקע געגרייט צום יום טוב מיט גרויס ארימקייט, ווען אין שטוב ווייסט מען נישט פון וואנעט זיי וועלן האבן אויף צרכי יום טוב.
ווען עס איז אנגעקומען דער יום טוב, איז דער איד - זעענדיג אז ער האט נישט צופיל וואס צו טוען לכבוד דעם יום טוב - געגאנגען אין שול ווען ס'איז נאך געווען אינמיטן טאג. אינדערצייט וואס ער איז געזעצן אין ביהמ"ד, איז צו זיין פרוי אינדערהיים אריינגעקומען א יוד ,וואס האט אויסגעזען אַן אנגעזענער מענטש, און געזאגט, אז ס'האט זיך געמאכט א סיבה אז ער איז אנגעקומען צו די שטאט, און ער האט נישט וואו איינצושטיין אויף יום טוב, דעריבער בעט ער איר, זיי זאלן מסכים זיין ער זאל איינשטיין ביי זיי אינדערהיים.
די פרוי האט אבער געענטפערט אז זיי קענען דאס נישט צושטעלן, ווייל זיי אליין זענען גרויסע ארעמעלייט, און זיי פארמאגן קוים פאר זיך צו עסן לכבוד דעם יום טוב. הערנדיג דאס, האט דער איד איר געזאגט: "אויב דער פראבלעם איז געלט? נו, גיב איך א געלט, און גייט אין געשעפט איינקויפן מכל טוב וטוב, עס זאל זיין ברייט צו עסן לכבוד יום טוב, און פארנאכטס צום סדר וועל איך אויך קומען און זיך באטייליגן מיט אייך צוזאמען". די פרוי האט גענומען דאס געלט, און איז טאקע געגאנגען איינקויפן לכבוד יו"ט.
ווען דער געוועזענער גביר איז אהיימגעקומען צום סדר, איז ער ערשטוינט געווארן אויף דעם וואס ער האט געזען: דאס הויז לייכט איבעראל, א הערליכע סדר-טיש אנגעגרייט מכל טוב וטוב, פון שענסטן און בעסטן. ער האט באלד געפרעגט זיין פרוי דערויף, און זי האט אים דערציילט די גאנצע מעשה.
ווען זיי האבן זיך געזעצט צום סדר, איז אריינגעקומען דער אורח, און האט זיך אראפגעזעצט, ער האט זיי געבענטשט מיט עשירות וכל טוב, און איז פארשוואונדן געווארן.
זיי האבן זיך זייער געוואונדערט אויף דעם וואס זיי האבן געזען, און האבן באשלאסן אז באלד נאך יום טוב וועלן זיי גיין צו הרה"ק מרוזי'ן זצוק"ל דערציילן די מעשה.
דער הייליגע רוזשינער האט זיי געזאגט: "וויסן זאלט איר, אז דער גאס איז נישט געווען קיין צווייטער ווי אליהו הנביא זכור לטוב, און צוליב אייער מכבד זיין אזוי שטארק דעם "כוס של אליהו" האט איר זוכה געווען אים צו זען, און אים צו האבן אין אייער שטוב און געבענטשט צו ווערן פון אים. און די עקרת הבית וואס האט נישט געוואלט פארקויפן דעם כוס של אליהו אפילו אין גרויס דחקות, האט זוכה געווען אים צו זען צוויי מאל!"
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די סאלדאטן ביים סדר
אין א שטעטל נעבן ווילנא האט פאסירט די דאזיגע מעשה, עס איז געווען אין די צייטן ווען די מחלוקה צווישן די חסידים און די מתנגדים האט זיך געהאלטן אין איין צעפלאקערן, אין איז פארוואנלט געווארן אין א גרויס פייער פון מחלוקת'ן, די מתנגדים האבן גערודפט די חסידים מיט די שארפעסטע רדיפות, אפטמאל זענען אנטשטאנען ערנסטע קאנפליקטן אפילו צווישן אייגענע משפחה מענטשען, נאנטע משפחה לייט זענען געווארן ברוגז איינער אויפן צווייט,ן רייבערייען מיט דין תורה'ס זענען געווען טאג טעגליכע דערשיינוגען, אמאליגע גיטע פריינט זענען געווארן שונאים, אפילו צווישן מאן און ווייב זענען אנטשטאנען קריגערייען און ס'איז אפילו געקומען צו גיטין ר"ל.
אזוי האט אויך פאסירט אין יענעם שטעטל, מיט א יונגערמאן וואס האט ערשט מיט א קורצע צייט צוריק חתונה געהאט, א תלמיד חכם אבער דאס ווייב האט באמערקט אז עפעס איז זיין אויפפירונג זייער מאדנע, זי האט אזא התנהגות ביי איר פאטער אין הויז נישט געזעהן, און זי איז געווארן שטארק באזארגט און די מנוחה איז איר צעשטערט געווארן.
וואס איז דאס געווען וואס עס האט ארויסגערופן איר פארדאכט צום מאן?
עס איז איר נישט געפעלן זיינע פירעכצער, אט למשל זעהט זי אז איר מאן שטייט אויף אינמיטן דער נאכט ער זעצט זיך אויף דער ערד און וויקלט זיך ארום מיט עפעס א שמאטע, און דערנאך נעמט ער זיך מורמלען אין א סידור, דערביי האלט ער אין איין וויינען און פארגיסן טערערן, צופרי ווידער גייט ער יעדן טאג זיך טובל'ן אין א מקוה, דערנאך פארטיפט ער זיך אין עפעס א ספר און ווען ער איז פארטיג באהאלט ער דאס ספר אונטערן קישן, און נאך אזעלכע מאדנע שטיק, דאס גייט שוין אן אזוי א שטיק צייט און זי ווערט וואס א טאג אלץ מער באומראיגט.
וואס איז דאס געשעהן מיט אים, וואס פראוועט ער אזעלכע מאדנע שטיק?
פון אנפאנג האט דאס יונג ווייבל געטראגן איר זארג באהאלטן און זיך זי האט פאר קיינעם נישט פארציילט וואס עס דרוקט איר, אבער ווען עס האט איר אנגעהויבן שטארק צו דערקוטשען האט זי איינגעזעהן אז זי קען מער נישט האלטן דעם פראבלעם אין זיך זי וועט מוזן דערציילן איר פאטער וועגן איר זארג.
דער פאטער האט אויסגעהערט די טענות פון זיין טאכטער, אויך ער איז געווארן שטארק באזארגט, ער האט איר געהייסן זיין פארזיכטיג זי זאל נישט דערציילן פאר קיינעם קיין ווארט, צום אלעם ערשטן זאל זי אויף א שטילן אופן ארויס'גנב'נען דאס ספר פון איר מאנ'ס בעט און עס ברענגען צו אים וועט מען זעהן וואס פאר א ספר דאס איז, און דערנאך וועט מען זעהן ווייטער וואס דא צו טון,
די טאכטער האט געפאלגט, זי האט אויף א געשיקטן אופן ארויסגענומען דאס ספר, און עס געברענגט צו איר פאטער, דער פאטער האט געעפענט דעם שער בלאט און ס'איז אים פינסטער געווארן פאר די אויג, ער האט צוזאמגעקלאפט די הענט און כמעט ווי געפאלן אין חלשות "אוי ער איז דאך אריינגעכאפט געווארן אין די כת" האט זיך דער איד געריסן די האר פון קאפ, "כ'האב גארנישט געוואוסט אז מיין איידעם דער איידעלער יונגערמאן און תלמיד חכם איז גאר ארינגעכאפט געווארן צו דער כת חסידים און קוקט אריין אין ספרים וואס מען טאר נישט קוקן", האט ער זיך נישט געקענט בארואיגן.
דאס ספר איז געווען, דער ספר הק' "תולדות יעקב יוסף" פון פולנאה מגיד הרב הקדוש רבי יעקב יוסף זי"ע, אויף וועמען די מתנגדים האבן אויסגעגאסן זייער גרעסטע קעגנערשאפט.
עס איז געווארן חושך אין שטוב. ר' זעליג דער שווער האט זיך געריסן די האר פון קאפ, ער האט זיך קיינמאל נישט געקענט פארשטעל אז זיין איידעם דער שטילער בערעלע זאל גאר באלאנגען צו די חסידים.
ווען בערל איז אהיימגעקומען פון דאווענען האט אים שוין זיין שווער ר' זעליג אפגעווארט, און אן קיין שום טענות ומענות גענומען אויסגיסן אויף אים זיי גאנצן צארן, ער האט אים גוט אויסגעזידלט, און קוים זיך צוריק געהאלטן ער זאל אים נישט געבן קיין קלעפ.
ר' בערל דער איידעם איז זיך געשטאנען רואיג און גארנישט רעאגירט ווי גלייך נישט אים מיינט מען, ער וועט דאך נישט ארויסוויזן קיין חוצפה לגבי אן עלטערן מענטש ובפרט נאך זיין אייגענעם שווער, און ער האט אים נאך שטערקער גענומען זידלען אבער מיט די אלע זידלערייען האט דאך ר' זעליג גארנישט דערגרייכט עס האט אים געעגבערט די שאלה "וואס טוט מען"?
פון יענם טאג אן האט זיך ר' זעליג נישט געקענט קיין ארט געפונען וואס טוט מען ווייטער? עס איז קלאר אז מען דארף פון דעם איידעם פטור ווערן, ער דארף אפ'גט'ן זיין פרוי, און טאקע וואס שנעלער אבער ווי אזוי דערגרייכט מען דאס?
ר' זעליג האט געהאט עטליכע גוטע פריינט, איז ער אריבער צו זיי און זיך פארטרויט פאר זיי פון זיין גרויס "אומגליק", אז זיין איידים איז נעבעך אריינגעכאפט געווארן אין דער כת החסידים, און ער האט פאראומגליקט זיין טאכטער, די ידידים האבן אים אויסגעהערט מיט מיטלייד און געראטן אים עצות, יעדער לויט זיין פארשטאנד, געווען אזעלכע וואס האבן געזאגט אז מען דארף גיין מיט די שטערקסטע שטרענגקייט, מען דארף בערל'ען אנלערנען אזוי אז ער זאל געדענקן אויף אייביג, און מען זאל אים צווינגען צו געב א גט, געווען אנדערע מער מעסיגע וועלכע האבן געזאגט מען דארף קודם פרובירן מיט גוטן, אז מען וועט גיין מיט תקיפות וועט מען נישט אויספירן, חוץ דעם אויב מען וועט אים צווינגען צו געבן א גט קען דאס ווערן א "גט מעושה" (אן ארויפגעצוואונגענער גט) און מען וועט דערנאך ווארפן א חשש אז דער גאנצער גט איז פסול, נישט נאר וועט מען נישט האבן דערגרייכט דעם ציל, נאר די פרוי דאס הייסט די טאכטער פון ר' זעליג וועט נאך דארפן ארומלויפן צו רבנים און מורי הוראות אז זי זאל זיין פריי און קענען חתונה האבן צו א צווייטן, דעריבער איז בעסער זיך צו פארגלייכן מיט דעם איידעם, עס איז כדאי צו געבן אים אפילו געלט און אזוי ארום אים באוועגן אז ער זאל אפ'גט'ן דאס ווייב.
אינצווישן איז דער ענין שוין באקאנט געווארן אין דער גאס, דאס גאנצע שטעטל האט גענומען רעדן פון דער מעשה, אלע פון גרויס ביז קליין האבן שוין געוואוסט אז דער שווער האט זיך צעקריגט מיט'ן איידעם, אז ער מאנט פון אים ער זאל גט'ן זיין טאכטער, אבער דער איידעם וויל נישט, עס איז געווארן דא געשפרעך פון טאג און נישט נאר די אידן האבן גערעדט נאר אפילו די גוים להבדיל האב ןשוין גערעדט פון די מעשה, אזוי ווייט אז די מעשה איז דערגאנגען אויך צו די אויער פונעם סטאראסטא, דער נאטשאלניק (פריץ) פון שטעטל.
דער נאטשאלניק איז געווען אן אלטער גענעראל, ער פלעגט ארומפאראדירן איבערן שטעטל מיט זיין מילטערישן מונדיר, און זיך בארימען מיט די העלדישע אויסצייכענוגען וואס זענען אים געהאנגען אויף אים, ער האט זיך נאך באטייליגט אין די מלחמה וואס דער רויסשער צאר האט געפירט קעגן יאפאן, דארט טאקע האט ער זיך אויסגעצייכנט מיט זיינע העלדישע טאטן און באקומען די העכסטע מעדאלן, אויף די עלטער ווען ער האט שוין אויפגעגעבן זיין מיליטער דינסט האט אים דער צאר באשטימט אלס סטאראסטא אין דעם שטעטל נעבן ווילנא.
ער איז נישט געווען קיין גרויסער אוהב ישראל, אבער אויך קיין אנטיסעמיט איז ער נישט געווען, און די אידן אין שטעטל זענען מיט אים גאנץ גוט דורכגעקומען,
ער האט געפירט זיין מלוכה אינעם שטעטל מיט א פעסטער האנט, גארנישט האט נישט געטארט געטאן ווערן אן זיין ידיעה און אן זיין רשות, אפילו אין די אידשע קהל'שע ענינים פלעגט ער ליב האבן זיך אריינצומישן מען האט אים דאס אבער פארגעבן, ווייל מען האט געוואוסט אז ער מיינט נישט אויסצוטיילן קיין צרות נאר עס נעמט זיך פון זיין נאטור וואס ער פילט זיך ווי דער טאטע פון שטעטל, מען פלעגט אים טאקע רופן מיט די נאמען "באטיקא" (טאטע אויף רוסיש)
ווען דער פריץ דער גענעראל האט געהערט אז עס קאכט זיך אין שטעטל איז ער נישט געבליבן שטול, ער האט באפוילן אז ר' זעליג זאל אריבער קומען צו אים און דערציילן אלעס וואס עס גייט פאר.
ר' זעליג האט זיך אביסל דערשראקן ווער ווייסט וואס דער פריץ וויל פון אים, אבער ער האט זיך תיכף בארואיגט רעכענענדיג אז דער פריץ איז נישט אזא שלעכטער מענטש, און מסתמא וועט ער אים גארנישט טאן קיין שלעכטס.
ר' זעליג איז ארויף צום פריץ און דערציילט וועגן זיין סיכסוך וואס ער האט מיט'ן איידעם, אז דער איידעם קוקט אריין און לערנט אין א ספר וואס איז זייער "שעדליך", דאס קען אים חלילה אראפפירן פון ערליכן אידשן וועג, ער קען אזא זאך נישט דולדן און ער פאדערט דעריבער אז ער זאל זיך שיידן פון זיין טאכטער...
דער פריץ האט געדולדיג אויסגעהערט דעם איד, און ער האט זיך שטארק געוואונדערט וואס צוליב עפעס א ספר זאל אנטשטיין א מחלוקה צווישן מאן און ווייב אויף אזוי ווייט אז עס זאל קומען צו א גט?, די זאך האט אים שטארק אינטריגירט וואס פארא ספר קען דאס זיין, וואס צוליב דעם זאל מען זיך אזוי שטארק ארומקריגן?
דער פריץ האט געהייסן ר' זעליג'ן ער זאל ברענגען צו אים דעם דאזיגן ספר, ער וויל אליין זעהן מיט די אייגענע אויגן וואס פארא ספר דאס איז, וואס שטייט אין דעם ספר וואס איז עלול ארפצופירן מענטשן פון ריכטיגן וועג?
ר' זעליג האט נישט קיין חשק געהאט אריינצוציען א גוי אין אזא ריין אידישער מחלוקה, וואס וועט דען דער אלטער פריץ פארשטיין וואס אין א ספר שטייט ? ווי קען א גוי וויסן וואס טוט זיך אפ אין הארץ פון א אידישן טאטע וואס ציטערט אז זיינע קינדער זאלן זיך חס ושלום נישט אויסגליטשן און ארפגיין פון אידישן דרך? אבער קיין ברירה האט ער דאך נישט געהאט, איצט איז שוין שפעט אצינד מוז מען שוין אויספאלגן דעם באפעל פון פריץ.
ער איז אוועק אהיים און געברענגט דאס ספר "תולדות יעקב יוסף", וואס זין טאכטער די פרוי פון זין איידעם ר' בערל האט ארויסגע'גנבט פון הינטער זיין קישן,
דער פריץ האט גענומען די ספר אין זיינע הענט, צוערשט האט ער מיט זיין גוי'אישן קאפ געעפנט פון דער צווייטער זייט פון לינקס ווי ער איז געווען געוואוינט, דערנאך האט ער זיך געכאפט און איבערגעדרייט די ספר אויך די רעכטער זייט, גענומען קוקן אויבן און אונטן די הייליגע אידישע אותיות זענען אים געווען ווילד פרעמד, ענדליך האט ער באמערקט גאנץ אונטן אויפ'ן שער בלאט עטליכע ווערטער און רוסיש, דאס זענען געווען די ווערטער פון יאר און פלאץ ווען און וואו די ספר איז געדרוקט געווארן און אויך דער נאמען פון "ראבין יעקב יוסף דער מגיד פון דער שטאט פולנאה" (דאס האט געדארפט זיין געשריבען אויף רוסיש),
ווען די פריץ האט איבערגעליינט די נאמען "ראבין יעקב יוסף פון פולנאה" האט אים א ציפ געטאן אין הארצן, ער האט זיך עפעס דערמאנט אז ער האט שוין אמאל געהערט פון די נאמען.
האט זיך די פריץ געווענדעט צו ר' זעליג'ן און אים געפרעגט וואס עס גייט אים אזוי אין לעבן אז זיין איידעם זאל נישט אריינקוקן אין די ספר עס האט דאך געשריבן א ראבין?
ווי שווער עס איז אנגעקומען פאר ר' זעליג'ן מסביר צו זיין פאר דעם גוי זין התנגדות צו די חסידים, האט ער אבער פארט דערציילט פאר'ן פריץ אז די דאזיגע מחבר יעקב יוסף פון פולנאה שרייבט אין דעם אזעלכע אומדערלאזבארע זאכן, וואס האט זייער א שעדליכע ווירקונג, און אז אסאך ערליכע יודען זענען שוין ליידער אראפגעפירט געוואקן פון ריכטיגן וועג דרוך לערנען אין דעם ספר...
דער פריץ האט זיך איצט שוין דערמאנט פון וואנען עס איז אים קענטיג דער נאמען, ווען ער האט געהאט צו טאן מיט דעם ראבין יעקב יוסף פון פולנאה, ער האט אבער גארנישט געזאגט, ער האט געהיסען פאר ר' זעליג אז צומארגנס זאל ער ארויפקומען אין זיין פלאטץ צוזאמען מיט זיין ווייב די טאכטער און דער איידעם, אויך זאל ער צורופן צו די פארזאמלונג אלע באקאנטע משפחה – קרובים, ווייל ער האט ארויסצוגעבן מארגן א וויכטיגן באשלוס.
* * *
ר' זעליג איז אהיימגעגאנגען בפחי נפש, עפעס איז אים פארגעקומען זייער מאדנע די גאנצע האנדלונג פונעם פריץ וואס עפעס האט זיך דער פריץ אריינגעלייגט אין דעם ענין מיט אזא אינטערעס " וואס גייט עס אים אן די גאנצע מעשה", דאס איז דאך א ריין אידשער ענין און האט גארנישט צו טאן מיט זיין אמט אלס פריץ? אבער מיט די פריץ איז נישט שייך צו טענ'ן אז ער האט באפוילן האט מען געמוזט פאלגן, ר' זעליג האט צוזאמגערופן אלע משפחה מענטשן און אויך די איידעם מיט די פרוי זיין טאכטער, און אלע זענען ארויף צו די פריץ און פלאטץ. דער פריץ האט זיי אויפגענומען די מענטשן מיט א פריינדליכקיט האט געהייסן אלע זיצן.
און דערנאך האט ער גענומען דערציילן א מעשה:
געווען איז עס מיט אסאך אסאך יארן צוריק, איך האב דעמאלט געדינט אלס פאלקאווניק אין דער צארישער ארמיי, איך האב געהאט אונטער מיין קאמאנדא א גאנצן פאלק סאלדאטן מיר האבן געמאכט מאנעוורס אין צפון אוקראינע, עס איז געווען פרילינג צייט און די מאנעוורעס זענען דורכגעפירט געווארן גענוי לויט די פארגעשריבנער פלענער.
מיטאמאל האב איך געקראגן א באפעל פון גענעראל שטאב אז מיין פאלק דארף אפמארשירן פון יענעם געביט, און גיין צו א צווייטן ארט וואס איז געווען אפגערוקט עטליכע הונדערעט קללאמעטער ווייט, ווי דער שטייגער איז אין אזא צייט האט מען זיך געדארפט לאזן אין וועג אריין גאנץ פארטאגס, און דריי אזייגער פארטאגס האב איך ארויסגעגעבן א באפעל צו מאכן אן "אלארם" און מאביליזירן אלעמען צו זיין גרייט צום ווייטערדיגן מארש.
דער גאנצער ארמיי איז געווארן געשטעלט אויך די פיס, די אפיצירן און אונטער אפיצירן האבן געשטעלט אלע סאלדאטן און א שירה, מען האט דורך געפירט א ציילונג צו מאכן זיכער אז אלע סאלדאטן זענען דא און זענען גרייט, אבער דא האט זיך ארויסגעשטעלט אז דריי סאלדאטן האבן געפעלט, מען האט באלד גענומען זוכן אין אלע באראקן, אבער די דריי סאלדאטן זענען נישט דארט געווען,
אלס פאלקאווניק האב איך ארויס געשיקט עטליכע "לויפערס" אין דער דערנעבעדיגער שטאט צו זוכן דארט די דריי סאלדאטן, די שטאט נעבן וועלכע מיר האבן געזוכט איז געווען פולנאה – דאס איז די זעלבע פולנאה פון וואנען עס איז דער מחבר פון דעם ספר וואס איך האלט איצט דא אין די הענט,
און איצט הערט ווייטער:
נישט לאנג דערויף זענען די לויפערס צוריקגעקומען און זיי האבן דערציילט אן אויסטערלישע געשיכטע, זיי האבן געטראפן די דריי סאלדאטן אין א הויז וואו עס איז פארגעקומען עפעס א פייערליכע מסיבה די שטוב איז געווען הערליך באלויכטן מיט פיל ליכט און זילבערנע לייכטער עס האט אויסגעזען ווי נאך א גרויסארטיגער סעודה, אויבנאן ביים טיש איז געזעסן אן אלטער מאן מיט א שניי ווייסע בארד, ער האט געהאט א ג-טליך געשטאלט און אט אין יענעם שטוב האבן די לויפערס געטראפן די דריי סאלדאטן שטיין נעבן די טיר, זיי זענען געשטאנען שטייף אויסגעצויגן און האבן נישט גקענט רעדן קיין ווארט און האבן נישט געקענט געבן קיין ריר מיט א האנט אדער מיט א פיס, ממש ווי זיי וואלטן געלעמט געווארן.
אט דאס אלעס האבן מיר די "לויפערס דערציילט, איך האב נישט געוואלט גלייבן אזא מין אויסטערלישע מעשה – האט די פריץ ווייטער דערציילט, עפעס האט זיך עס מיר נישט געלייגט אויפ'ן שכל, מסתמא האט זיך אזוי אויסגעדאכט פאר די "לויפערס" האב איך געשיקט אנדערע סאלדאטן זיי זאלן גיין צו יענעם הויז און זען וואס מיט די דריי פעלנדע סאלדאטן האט פאסירט,
עס האט נישט גענומען לאנג און די צווייטע גרופע שלוחים זענען צוריקגעקומען און באשטעטיגט אלעס וואס די פריערדיגע האבן דערציילט, עס איז אמת אז די דריי סאלדאטן שטייען דארט און קענען זיך נישט רירן פון ארט,
דאס האט מיך שוין גאר אינטריסירט, איך האב באשלאסן אז איך דארף מיך אליין איבערצייגן אין דער זאך, איך האב זיך ארויפגעזעצט אויף מיין פערד און אין די באגלייטונג פון עטליכע אפיצרן בין איך צוגעריטן צום הויז וואו די סאלדאטן האבן מיר אנגעוויזן, איך בין אריינגעקומען אין דער שטוב, און איך בין געפלעפט געווארן. פאר מיינע אויגן האט זיך אנטפלעקט דאס געשטאלט פון אן עלטערער מאן וואס זיין פנים האט געלויכטן מיט א ג-טליך ליכטיגקייט, איך האב קיין מלאך נישט געזען אבער איך קען זיך פארשטעלן אז אזוי קען אויסזען נאר א מלאך! דער אלטער מאן איז געזעסן ביים טיש פארטיפט איבער א ספר, ביי די טיר זענען טאקע געשטאנען די דריי סאלדאטן פון מיין רעגימענט, אלעס איז אמת געווען, זיי האבן זיך נישט געקענט רירן מיט קיין אבר.
איך בין שוין א אויסגעדינטער סאלדאט – האט דער פריץ דערציילט ווייטער די געשיכטע – איך האב שוין מיטגעמאכט שווערע שלאכטן און בייגעוואוינט גרויס געפארן, אבער אין דעם מאמענט וואס איך האב געזען יענעם ג-טליכן מאן איז אויף מיר געפאלן א פחד און אן אימה.
איך האב געקוקט אויף די סאלדאטן זיי זענען געשטאנען ווי טויב און שטום נישט געקענט רירן זיך, דאס האט מיך נאך מער צערודערט, איך האב נישט געוואוסט וויאזוי מ'הייבט אן צו רעדן צו יענעם אלטן מאן, ענדליך האב זיך אנגענומען מוט און גענומע זאגן:
"זאל מיר מיין הער אנטשולדיגן, איך זעה אז איר זענט א הייליגע מאן עפעס האט דא פאסירט, דא שטייען דריי סאלדאטן פון מיין פאלק איך האב א באפעל פון גענעראל- שטאב אפצומארשירן פון דאנען, די דריי סאלדאטן קענע דא נישט בלייבן זיי דארפן קומען מיט אונז, מסתמא האבן זי זיך מיט עפעס פארזינדיגט און דערפאר אזי אויף זיי געקומען די דאזיגע שטראף, אבער איך קען פארט נישט דא איבערלאזן די סאלדאטן בעט איך אייך נעמט אראפ פון זיי די שטראף און זאלן זיי קענען אפמארשירן צוזאמען מיט'ן גאנצן רעעגימענט"
דער אלטער מאן האט אויפגעהויבען זיינע אויגן פונעם ספר און ער האט זיך אנגערופן: "געוויס האבן די סאלדטאן עפעס גע'גנב'ט זאלן זיי צוריקגעבן די גניבה וועלן זיי באלד קענע גיין פון דא",
מיינע אפיצירן זענען באלד צוגעגאנגען צו די סאלדטאן און גענומע נישטערן אין זייערע טאשן, מען האט ביי זיי געפונען פארשידענע זילבערנע כלים, בעכערס און עסצייג און אנדדערע ווערדזאכן, ווען מיר האבן ארויסגענומען פון זייערע טאשן די גע'גנב'טע חפצים האבן צווי פו ןדי דריי סאלדאטן גענומען רירן זיך און גיין, אבער איינער דער דריטער האט נאך אלץ זיך נישט געקענט רירן פון ארט, ער איז געשטאנען פונקט אזוי געלעמט ווי פריער, האב איך זיך ווידער געווענדעט צום אלטן מאן און גע'טענה'ט אז איינער פון די דריי סאלדטאן איז נאך אלס נישט פריי, האט זיך דער ג-טליכער מאן אנגערופן "מסתמא האט ער נאך עפעס באהאלטן ביי זיך", אזוי איז טאקע געווען מיר האבן געזוכט אין זיינע שיך און דארט געפונען פארשטעקט א זילבערנעם בעכער, ווען מען האט דעם בעכער ארויסגענומען הט דער סאלדאט געקענט גיין זיין וועג...
* * *
נו די מעשה איז גענוג וואונדערליך! – האט די פריץ געזאגט צו די פארזאמלטע, יעצט וועל איך אייך דערציילן וויאזוי דאס איז געשען, וואס איך בין דערנאך געוואויר געווארן.
דער אלטער מאן איז געווען א אידישער ראבין אין פולנאה, ער האט געהייסן ר' יעקב יוסף. פאסירט האט עס אין אייער יום טוב פסח ביינאכט נאכ'ן "סדר", דער ראבין האט שוין געהאט געענדיגט דעם "סדר" און דאס בני בית איז געגאנגען שלאפן, אבער ער דער רבין אליין איז נאך געבליבן ביים טיש פארזונקען אין זיינע מחשבות און געלערנט א גאנצע נאכט, די טיר איז נישט געווען פארשלאסן ווייל ביי די אידן ווייסט מען אז די נאכט פון פסח איז א "ליל שמורים" און מען האט יענע נאכט נישט מורא פאר קיין שום זאך, די דריי סאלדאטן פון מיין פאלק זענען געווען יענע נאכט אין שטאט אין פולנאה, זיי האבן געזען דורך די פענסטערס א שיין באלויכטענע שטוב מיט שיינע כלים אויפ'ן טיש, די טיר איז נישט געווען פארשלאסן און ביים טיש זיצט בלויז אן אלטער איד וואס זעט אויס ווי ער וואלט געדרימלט, האבן זיי נישט לאנג געטראכט זיי זענען אריין אינעוויניג און זיך אנגעפולט די טאשן מיט אלעס גוטס, בעכערס און זילבערנע עסצייג אלעס וואס זיי האבן געטראפן, און געווענליך נעמען ארויס אידן צום סדר אלע טייערע כלים, האבן זיי געהאט א היבש ביסל רויב, אבער ווען זיי האבן געוואלט פארלאזן די שטוב און ארויסגיין, זענען זיי געווארן ווי צוגעשמידט צו זייערע ערטער, זיי הבן נישט געקענט רירן מיט קיין האנט ביז ביז איך בין געקומען און געבעטן דעם אלטן רב ער זאל אראפנעמען פון זיי די שטראף ערשט ווען זיי האבן צוריקגעגעבן די גאנצע גניבה האבן זיי געקענט גיין.

* * *
דער פריץ פונעם שטעטל האט ווייטער דערציילט די מעשה. ווען איך האב געזען דעם דאזיגן גרויס וואונדער האב איך דאך באלד פארשטאנען אז דא האב איך צו טאן מיט נישט קיין פשוט'ן מענטש א ג-טליכער מאן, האב איך אים געבעטן ער זאל מיך בענטשן מיט צוויי ברכות איינס, אז איך זאל האבן קינדער ווייל ביז דעמאלט האב איך נישט געהאט קיין קינדער, און צוויי אז איך זאל לעבן לאנג,
דער ראבין איז נאכגעומען מיין בקשה ער האט מיך געבענטשט און אנגעוואונטשן צו האבן קינדער, און אויך א לאנג לעבן.
איך האב געזען אז דער ראבין איז גוט צו מיר האב איך אים געבעטן ער זאל מיך אויך זאגן ווי לאנג איך וועל נאך לעבן, ווייל זייענדיג שטענדיג פארוויקלט אין מלחמות האב איך געוואלט וויסן ווען מיין ענדע וועט זיין.
דערויף האט מיר דער ראבין געזאגט: דער סוף פון יעדן מענטש איז פארהוילן און פארבארגן, דאס איז נישט א זאך וואס מען קעם אויפדעקן, אבער א סימן קען איך דיר יא געבן, וואס דערפון וועסטו וויסן אז עס איז געקומען דער סוף און דו דארפסט זיך גרייטן צו גיין פון דער וועלט, דאס וועט זיין, וועןעס וועט פאסירן ביי דיר א געשעעניש וואס צוליב דעם וועסטו דארפן דערציילן פאר אידן איבער מיר, אידן וואס האבן מיך נישט געקענט און האבן נישט געוואוסט וועגן מיר דעם אמת, דאן ווען דאס וועט פארקומען זאלסטו וויסן אז דעמאלט איז געקומען די צייט ווען דיין לעבן האלט זיך ביים ענדיגן.
די ברכה פון יענעם ראבין יעקב יוסף פון פולנאה איז מקויים געווארן – האט די פריץ געזאגט ווי איר זעהט האב איך זוכה געווען צו א לאנג לעבן, אויך מיט קינדער בין איך באשאנקן געווארן,
יעצט אז די דאזיגע מעשה די קריגעריי צווישן דעם פארפאלק איז פארגעקומען און איך האב געזען דעם נאמען פונעם מחבר פון יענעם ספר (תולדות יעקב יוסף) אז דאס איז דער זעלבער ראבין יעקב יוסף פון פולנאה וועלכער האט היך געבענטשט, האט עס מיר א שטאך געטאן אין הארצן, אויף אזא הייליגען מאן האסטו געוואגט צו רעדן שלעכטס האט די פריץ זיך געבייזערט אויף ר' זעליג – אזא ג-טליכער מאן האט מחבר געווען א הייליג ספר און דערפאר וואס דיין איידעם לערנט אין דעם ספר דערפאר טוסטו אים רודפ'ן, און דו ווילסט אז דערפאר זאל ער אפ'גט'ן זיין פרוי? ! איך וועל דאס נישט דערלאזן! און איך בין זיכער אז אויך אין הימל וועט מען דאס נישט דערלאזן! איר דארפט אייך שפירן גליקליך וואס אייער איידעם לערנט אין די הייליגע ספרים פון דעם גרויסן מאן, איך באפעל אז איר זאלט שלום מאכן צווישן זיך!
* * *
ר' זעליג און זיין בני בית און אלע אידן ארום האבן זיך איבערגעקוקט איינער מיט'ן צווייטן, זיי זענען געווארן אינגאנצן צעשרויפט פוןדער דאזיגער וואונדערליכע מעשה וואס דער פריץ האט דערציילט, און עספאשטייט זיך אז זיי האבן תיכף שלום געמאכט און איינגעזען די גרויסע קדושה פון הייליגן מגיד פון פולנאה, דער תולדות יעקב יוסף,
צו לעצט האט זיך דער פריץ אנגערופן: אצינד זעה איך אז עס איז שוין געקומען מיין צייט זיך צו געזעגענען פון דער וועלט, איך בין אבער צופרידן וואס עס איז מיר געלונגען צוקיקצושטעלן דעם שלום בית צווישן א פארפאלק, א דאנק דעם וואס איך האב דערציילט די גרויסקייט פון אייער היליגען ראבין, איך האלט דאס פאר מיר פאר א גרויסע זכיה! – האט די פריץ דערציילט.
מיט עטליכע טעג שפעטער איז טאקע דער פריץ געשטארבן און אידן האבן אים דערמאנט צום גוטן, אז די ברכה פוןנעם גרויסן מגיד וואס ער האט געבענטשט אין דער נאכט פון פסח איז אים בייגעשטאנען אין דער מצוה פון ברענגען צו א שלום בין איש לאשתו,
דאס הייליגע ספר "תולדות יעקב יוסף" איז אנגענומען געווארן בכל תפוצות ישראל, און ווערט געלערנט דורך אידן בכל מקומות מיט יראת הכבוד...
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

א פידיעף פון די עובדות?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

פריילאך האט געשריבן:א פידיעף פון די עובדות?

איך מיין אז מען זאל ווארטען ביז אביסל נענטער צו פסח, ווייל איך וויל נאך צולייגען.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

השם יתברך היט זיין פאלק
עס איז געווען אין די פאר-פסח טעג אין די גרויסע אידישע קהלה פראג, מיט הונדערט יאהר צוריק. אין דעם אידשן פראגער געטא לאזט זיך גוט דעקענען דער פאר-פסח. אידישע הייזער ווערן גרינטליך אויסגערוימט און גערייניגט. און דער יום טוב שפירט זיך אין די לופט.
אידן זענען פאריאגט און פארפלאגט פון די גויים וואס וואוינען ארום. מ‘שטופט זיך צונויף אין דעם ענגען געטא און פרנסה איז נישטא. אבער אידן פארלירן נישט זייער בטחון אין באשעפער, אידן געפינען פרייד און האפענונג לערנענדיג די תורה און היטנדיג די מצוות. איבערהויפט ווען עס קומט דער יום טוב פסח, דער פרייליכער פייער טאג פון פרייהייט, שפירט דער איד ווי דער יאך פון גלות ווערט אראפגענומען פון איהם און ער זיצט זיך אין שטוב ווי א קעניג. און שעפט מוהט און שארקייט פון די וואונדערליכע יציאת מצרים זכרונות.
ריכטיג, די שונאי ישראל האבן געזוכט צו צושטעלן די אידן אלעמאל אנדערע צרות און נגישות, פאר קנאה צו אידישע ימים טובים וועלכע דערפרייען דעם איד, פלעגן זיי שוין אויסגעפינען בלבולים זיי זאלן קענען נאכער העצן די אומוויסנדע קריסטליכע מאסן געגן די אידן. די גרויזאמסטע פון די בלבולים איז געווען די באוואוסטע ”עלילת דם“, אז אידן באניצן קריסטליך בלוט באקנדיג די מצות, טרערן און בלוט האבן די בלוט בלבולים געברענגט פאר די אידישע קהילות אין איירופע. די הויפט ראלע אין דעם פארבריצירן די בלוט בלבולים, האבן געשפילט די פינסטערע פאנאטישע גלחים, וועלכע האבן זיך נישט געקענט זעטיגן מיט אידישע צרות און ערנידערונגען, און פלעגן דארשטן נאך אידיש פארגאסן בלוט.
דער אידישער געטא אין פראג איז שוין געוואוינט מיט אזעלכע בלוט בלבולים וועלכע האבן זיי פארשאפט פאגראמען און פייניגונגען. אין שפיץ פון די שונאי ישראל איז געשטאנען דער גלח טאדעאוס וועלכער האט זיך געפונען אין די אזוי גערופענע ”גרינע קירכע“, און דארטן האט ער געשארפט זיינע וואלף-ציינער געגן די אידישע באפעלקערונג.
איבערהויפט ווען עס איז געקומען דער פאר פסח, איז טאדעאוס ערוועקט געווארן ווי א ווילדער טיגער, און בלוט-דארשטיג זיך אריינגעווארפן אין טייוולאנישע פלענער ווי אזוי צו פארווירקליכן א בלוט בלבול אויף די אידן און אזוי ארום פאראורטיילן צום טויט א צאל אידן און פאגראמירן די איבריגע.
דא איז שוין אין גאנצן א פאר טעג פאר פסח און מ‘מוז ארבעטן אמשנעלסטן. די ”גלאטע וועג“ איז דאך שוין אויסגעטראטן...מ‘כאפט א קריסטליך קינד און מ‘הרג‘עט עס און מ‘טראכט אויס א בלבול אז אידן האבן איהם דער‘הרג‘עט כדי אריינצוטהון זיין בלוט אין די מצות. אבער ווי אזוי כאפט מען אין די איינצעלנע טעג א קריסטליך קינד, און עס דער‘הרג‘ענען, און אונטערווארפן אין א אידישע שטוב קיינער זאל עס נישט מערקן?
דער מוח פון טאדעאוס האט געארבעט און פארשידענע פלענער זענען איהם דורכגעלאפן פלוצלים איז דורכגעפלויגן א געדאנק וואס האט איהם ווי עלעקטעריזירט: ”דער פיניווער פאלאץ“!
דאס איז געווען א אלטער פארלאזענער פאלאץ, געבויט אויף א אלטמאדישן שטייגער. מ‘האט איהם גערופן ”דער פיניווער פאלאץ“, ווייל אנשטאט פיהר ווענט איז עם געווען געבויט מיט פינך ווענט. פאר די ווענט זענען געשטאנען פינף הויכע זיילן. צווישן די זיילן איז געווען פינף פענסטער. פון די מאהלערייען און אויסקריצונגען וואס האט זיך געפונען אין דעם פאלאץ, האט מען געוואוסט אז אמאל מיט פיהל יאהרן צוריק האבן דא געוואינט געצנדינער וועלכע האבן געדינט צו די זון. אין יענע צייטן האבן דארטן געוואינט ארימע לייט. אבער געמאכט האט עס א איינדרוק ווי א פארצייטישע חורבה. פון אונטער די חורבה האט זיך געצויגן א גרויסער קעלער פארמאכט און פארשלאסן. עס איז ארומגעגאנגען שמועות אז דא אין קעלער געפינען זיך שדים און רוחות און פיהל מענטשן האבן געציטערט אפילו דורכצוגעהן נעבן דעם קעלער.
איז עס אלזא וואונדערבאר, ברומט זיך אונטער דער גלח טאדעאוס מיט א גיפטיגן נצחון שמייכל, אט דא דארף מען אונטערווארפן דעם קרבן. אבער וואו נעמט מען דעם קרבן און ווי בריינגט מען איהם דא אין די פאר טעג. די צייט איז קורץ און מ‘מוז ארבעטן שנעל.
דערווייל איז דער גלח ארויס אין דרויסן שפאצירנדיג אין גארטן וואו זיין משרת האט געוואוינט. דער משרת און זיין ווייב האבן געארבעט אין גארטן און זייערע קינדערלאך האבן זיך געשפילט אויפן באדן. אזוי שפילנדיג איז דער קליין אינגעל ארויסגעלאפן פונ‘ם טויער. דא איז אונטערגעקומען דער גלח טאדעאוס מיט זיינע פינסטערע געדאנקען. וועגן א קרבן אונטערצוווארפן אין יענעם קעלער. ווען דער גלח האט באמערקט דעם קליינטשיגן, האט ער אים געגעבן א כאפ בייים הענטל און געפירט ביז דעם פינסטערן קעלער, וואו ער האט אים אריינגעפירט דורך א געהיימען אונטערוועג, און צוגעגרייט אלעס צום בלוט בלבול....
אין דעם אידישן צענטער אין פראג גרייטן זיך שוין אלע צו בדיקת חמץ. מ‘לויפט אין די גאסן, מ‘איילט זיך אהיים צוגעהן.
אויך אין שטוב פון דעם אידישן מנהיג דער גאון מהר“ל זצ“ל, דער פראכט פון דעם פראגער אידנטהום. האלט מען שוין ביי בדיקת חמץ, דער מהר“ל געהט ארום מיט די ליכטל אין האנט און זוכט אין אלע ווינקלאך און שפאלטן. ווען ער האט געענדיגט און נעמט דעם סידור צו זאגן “כל חמירא דאיכא ברשותי“
איז פארלאשן געווארן דאס ליכטל. האט דער מהר“ל געוואונקען זיין אלטן שמש אברהם חיים און יענער האט אנגעצונדן דאס ליכט. האט זיך עס ווידער פארלאשן. אלע אנוועזנדע האבן זיך דערשראקן. דאס איז נישט אזוי גלאטיג. דאס פארלעשן איז דאך אן קיין שום אורזאך. דאס מוז עפעס באדייטן.
ענדליך האט דער מהר“ל געמוזט זאגן זיין אלטן שמש ער זאל אריין געהן אין דעם אנדער צימער און צוגעהן צום שיינענדן לאמפ מיטן סידור און זאגן מיט א הויכע שטימע די ווערטער“ כל חמירא דאיכא ברשותי“, און דער מהר“ל וועט עס נאכזאגן פון וואו ער שטעהט.
מיט א קלאפענדיגע הארץ איז דער אלטער שמש אברהם חיים אריין אין יענעם צימער און גענומען זאגן ”כל חמירא“, האט זיך איהם ארויס געזאגט פון מויל ”דאיכא בחמשא“, האט דער מהר“ל א געשריי געטוהן. נו ! נו ! איז דער שמש נאך מער דערשראקן געווארן און ווידער געזאגט: ”דאיכא בחמשא“...
האט דער מהר“ל א קלאפ געטהון אין טיש און געזאגט:
- יא ! איך פארשטיי שוין. דא לאקערט אויף אונז א נייע צרה. מ‘זוכט שוין אויסצולעשן דאס אידישע ליכט. יעצט פארשטיי איך שוין דאס ענטשיידונג פון דעם חלום וואס האט זיך מיר גע‘חלום‘ט פרייטיג צו נאכט פון שבת הגדול.
אין מיין חלום האב איך געזעהן, האט דער מהר“ל פארגעזעצט מיט א ציטערדיגע שטימע, ווי דער ”פיניווער פאלאץ“ געהט אויף אין פלאמען, און דער פייער טראגט זיך אריבער צו די פענסטער פון די גרויסע שוהל ווען עס איז געפאקט מיט מתפללים, האב איך אנגעפאנגען צו שרייען א גרויס געשריי אין מין שלאף און איך בין גלייך אויפגעשטאנען.
יעצט פארשיי איך שון פארוואס דעם שמש אברהם חיים איז אריינגעפאלן אין מויל די ווערטער ”דאיכא בחמשא“, וואס באדייטן אז אין ”חמשא“, דאס הייסט אין דעם ”פיניווער פאלאץ“ געפינט זיך עפעס א ”חמץ“ וואס מ‘דארף אויסראמען, עפעס א צרה ליגט דארטן באהאלטן וואס א שונא ישראל האט צוגעגרייט פאר אונז. דאס איז דער פייער וואס איך האב געזעהן אין מיין חלום ווי ער פלאמט ארויס פון דעם פיניווער פאלאץ צו די זייט פון שוהל, ווען דארטן איז געווען פוהל מיט אידן...
דער מהר“ל האט אנגעהויבן אריינצוקלערן וואס פאר א צרה עס איז מעגליך ס‘זאל ארויסקומען פון דעם אלטן חורב‘דיגן פאלאץ, ער האט גענומען פארשן ביי די אנוועזנדע וואס ווייסן זיי עפעס וועגן דעם ארט, אבער פון קיינעם איז נישט געווען ארויסצונעמען א געוויסע זאך וואס מ‘קען אננעמען פאר ערנסט.
ענדליך האט זיך אנגערופן דער אלטער שמש אברהם חיים אז ער געדענקט פון זיינע קינדערישע יארן,האט מען געשמועסט, אז א באהאלטענע הייל (מערה) ציהט זיך פון דער גרינער קירכע“ ביז דעם קעלער וואס אונטער דעם פיניווער פאלאץ.
א ציטער איז באפאלן דעם מהר“ל‘ס געזיכט. ער האט גלייך ערקלערט אז ער גלויבט אז די האנט פון דעם פארשאלטענעם שונא ישראל דעם גלח טאדעאוס וועלכער וואוינט אין די גרינע קירכע, שטעקט אין די צרה וואס ערווארטעט די אידן אין פראג. אלזא מען מוז שוין צוגעהן עפעס טהון. מ‘טאר נישט פארזאמען קיין מינוט. פון הימל האט מען געוויזן א רמז און מיר דארפן שוין טהון וואס נאר מעגליך איז.
די גאנצע צייט וואס די קינדער האבן זיך געשפילט אין גארטן איז זייער פאטער, דער משרת פון די גרינע קירכע, געווען פארנומען, מיט זיין פרוי איז זייער געווענליכע טאג טעגליכע ארבעט ביים קלויסטער און ביים גארטן, ווען די נאכט האט זיך אונטערגערוקט און די קינדער האבן אנגעהויבן אהיים צוגעהן, האט די מוטער געמערקט ווי דאס קליינטשיקס פעלט. זייענדיג איינגעזונקען אין שפיל האבן זיי, די ברידערלאך, גארנישט געמערקט ווי דער קליינער איז ארויסגעלאפן איבערן טויער פון גארטן און ווי דער גלח טאדעאוס האט איהם גלייך אריינגעכאפט אין זיינע לאפעס.
עס איז געווארן א געשריי א ליארעם, אלע האבן זיך צושפרייט אין אלע ווינקלעך זוכן דאס קליין קינד, אבער אן ערפאלג, דא איז שוין אריבער א שעהנע פאר שעה און דער קינד איז ווי אין וואסער אריין, פרעג דעם, פרעג יענעם, קיינער ווייסט נישט וואס צו זאגן.
פלוצים וואקסט אויס דער גלח טאדעאוס וועלכער פרעגט, וואס איז דא פאר א טומל. מיט טרערן אין די אויגן דערצעהלט איהם די מוטער וואס פאר א אומגליק איהר איז געשעהן, איהר קליין קינד איז פארשוואונדן געווארן און קיינער וויסט נישט פון איהם.
דער גלח האט אנגעשטעלט א פאזע פון ערנסטקייט און מיטלייד. ער האט זיך אנגערופן מיט א געלאסענע שטימע אז ער מיינט אז דאס קינד איז ערגעץ וואו אנטלאפן. ער האט צוגעגעבן אז זיין הארץ קלאפט איהם זייער צום גורל פונ‘ם קינד. מיט א טיפן זיפץ האט ער געזאגט: היינט איז דאך ערב פסח ביי אידן. ווער ווייסט אויב די אידן האבן נישט געכאפט דעם קינד. זיי מוזן דאך אריינטהון אין זייערע מצות בלוט פון א קריסטליך קינד. איך האב שטארק מורא אז דאס קינד איז אריין געפאלן אין אידישע נעגל און זיי האבן איהם פאר א קרבן געמאכט...
ווען די מוטער האט דאס דערהערט, איז איהר נשמה שיעור ארויסגעפלויגן פון איהר. דא איז דער גלח אריבער אויף גוטע רחמנות‘דיגע מיטלייד רייד. מ‘דארף זיך מוהטיגן און שטארקן. וואס איך האב געזאגט איז דאך נישט קיין זיכערע זאך. און עס קען זיין אז מ‘קען נאך ראטעווען דיין קינד. די הויפט זאך איז דאס ער איז פארשוואונדן געווארן. אבער כדי די פאליציי זאל גוט זוכן אין די אידישע הייזער, און עס קען גאנץ מעגליך זיין אז מ‘וועט איהם געפינען דארטן לעבעדיג, דארפסטו זיי זאגן אז פארנאכט ווען דו ביסט געגאנגען פארמאכן דעם גארטן-טויער האסטו געזעהן פון דערווייטנס ווי א איד טראגט אויף זיינע פלייצעס א זאק און אין דעם זאק האט זיך עפעס געשאקלט. דו זאלסט פאדערן שטרענג אז די פאליציי זאל גאר גרונטליך אונטערזוכן אלע אידישע הייזער און קעלערס. דו זאלסט אויך צוגעבן אז דו ווילסט אז דער גלח טאדעאוס זאל אויך צושטעהן צו די אונטערזוכערס, ווייל ער איז באקאנט אין אלע אידישע ווינקלאך.
ווי א פייל פון בויגן, איז געלאפן די מוטער פון דעם פארשוואונדענעם קינד, צו די פאליציי סטאנציע און געמאלדן איהר ביטערן אומגליק, צולייגנדיג אלעס וואס איהר ”פריינד” דער גלח טאדעאוס האט איהר געלערנט.
ביי די פאליציי האט מען איהר צוגעזאגט אז גלייך אינדערפריה וועט געמאכט ווערן א שטרענגע אונטערזוכונג אין דעם אידישן צענטער צוזאמען מיטן גלח טאדעאוס.
שוין גאנץ שפעט אין דער נאכט. אין די שטאט פראג שלאפן די איינוואוינער רוהיג און שטיל. א שווערער ארבעט טאג איז אריבער אויף די אידן אין דער פראגער געטא, ביז עס האט געלונגען גענצליך אויסצוראמען דעם חמץ פון שטוב אין אלע ווינקעלאך. רוהיג שלאפן די אידן און שפירן גארנישט די געפאר וואס שוועבט אויף זייערע קעפ, קיינער פון זיי ווייסט נישט וואס דא האט זיך אפגעטהון, וואס דער צורר היהודים דער רשע טאדעאוס האט פאר זיי צוגעגרייט אויף מארגן. קיינער האט נישט געזעהן ווי דער גלח האט אריינגעשלעפט דאס קריסטליך קינד דורך די הייל וואס געהט פון די גרינע קירכע צום קעלער אונטער דעם פיניווער פאלאץ. דארטן האט ער דער‘הרג‘עט דאס קינד און ארייינגעטהון די בלוט אין פיהל פלעשלאך און אויפגעשריבן אויף יעדן פלעשל דעם נאמען פונ‘ם מהר“ל, די דיינים און נאך נכבדים פון די אידישע קהילה. דאס קערפערל האט ער איינגעוויקעלט אין א טלית און באהאלטן אין א קעסטאלע וואס ער האט אריינגערוקט אין א ווינקאלע. (אפטהוענדיג די ארבעט, איז ער געגאנגען מיטלייד נעמען מיט די אומגליקליכע מוטער...)
קיינער האט נישט געוואוסט דערפון. אבער דער באשעפער וואס היט זיין פאלק ישראל, ”הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל“, האט עס ענטפלעקט פאר זיין געטרייען דינער דעם מהר“ל, דורכן חלום וואס האט זיך איהם גע‘חלום‘ט פרייטיג צו-נאכט פון שבת הגדול און דורכן ”בחמשא“ וואס איז אריינגעפאלן אין מויל פונ‘ם אלטן שמש.
פאר האלבע נאכט איז דער מהר“ל מיט זיין געטרייען אלטען שמש אברהם חיים געגאנגען שטיל צום ריכטונג פון דעם ”פיניווער פאלאץ“, מבער צו זיין דעם ”חמץ“. נאך איינעם האבן זיי מיטגענומען. דאס איז געווען ”יאסעלע גולם“, א מענטש וואס דער מהר“ל מיט זיין הויכן גייסט און טיפע סודות לערנונגען האט איהם באשאפען דורך באהאלטענע הימלישע כוחות, מיטן צוועק צו ראטעווען אידן פון צרות. שטארק איז ער געווען אומנאטירלאך און געגאנגען פאר זיין רבין זיין שאפער, אין פייער און וואסער.
אראפגעהנדיג אין קעלער האבן זיי אנגעצונדן דריי הבדלות ליכטיג צו מאכן דעם פינסטערן קעלער. אבער דא האט זיך דערהערט ווי פון דערווייטנס וואויעט א ווינט און ווי א הינט בילעריי. האט דער מהר“ל געזאגט דריי מאהל ”יושב בסתר עליון“ און דער ווינט האט זיך געשטעלט אבער באלד האבן אנגעהויבן צו פאלן שטיינער פון די כיפה אין דער הויך, איז דער מהר“ל שטעהן געבליבן און געזאגט זיין אנדערן ”שמש“ יאסעלע גולם ער זאל געהן מיט די הבדלה און גוט נאזוכן אין קעלער און ווען ער וועט געפינען עפעס א פארדעכטיגטע זאך, זאל ער עס גלייך ברענגען.
יאסעלע האט זיך גלייך גענומען צו דער ארבעט און גענומען זוכן אין אלע ווינקאלעך. עס האט נישט גענומען פיהל צייט און יאסעלע האט זיך אומגעקעהרט שלעפענדיג א פארמאכט קעסטל וואס איז גלייך אויפגעפענט געווארן. זיי זענען אויפגעטרייסלט געווארן דערזעהענדיג פאר זיך א טויט קינד איינגעוויקלט אין א טלית און צענדליגער פלעשלאך מיט בלוט פארצייכענט פארשידענע אידישע נעמען.
דער מהר“ל האט גלייך געזאגט יאסעלע ער זאל שוין נעהמען דעם טויטן קערפער פונם קינד און אריבער טראגן, דורך די הייל, צום קעלער פון די גרינע קירכע וואס טאדעאוס וואוינט, און עס גוט באהאלטן צווישן זיינע פעסער וויין, יאסעלע האט ערפיהלט זיין שליחות ווי געהעריג און ביז א האלבע שעה איז ער שוין געווען צוריק און געוואונקען דעם מהר“ל אז אלעס איז שוין אין ארדענונג. דער מהר“ל האט דערוויל באגראבן טיף אין דער ערד די אלע פלעשלאך אז עס זאל נישט זיין צו דערקענען.
ערב פסח אין דער פרי. די אידן פון פראג האבן אנגעהויבן זייערע צוגרייטונגען צום יום-טוב, פלוצים האט זיך דערהערט א טומל אין גאס. פאליציי מיט פיהל זעלנער האבן זיך צולאזט אין דעם אידישן צענטער צוזאמען מיטן גלח טאדעאוס און געזוכט גרונטליך אין אלע אידישע הייזער. אנגעפאנגען ביי דער גרויסער שוהל, נאכער ביים מהר“ל און אנדערע נכבדים פון די אידן.
אינצווישן איז ארום געגאנגען פון מויל צו אויער א ידיעה אז דער מהר“ל זאגט אז עס איז נישטא קיין ארט צו זיין אומרוהיג. מ‘קען אומגעשטערט פארזעצן די צוגרייטונגען צום פסח.
ווען זיי זענען דורך געגאנגען דעם פיניווער פאלאץ האט טאדעאוס געמאכט אויפמערקזאם די פאליציי אז עס איז כדאי צו זוכן דארטן אפשר האבן די אידן דארטן באהאלטן. די פאליציי האבן זיך אריינגעלאזט און געזיכט נישט איבער געלאזט קיין איין איינציג ווינקעל, אבער אן ערפאלג. טאדעאוס אליין האט גענומען זוכן דעם קעסטאלע וואס ער האט באהאלטן, אבער צו זיין בעדויערן האט ער גארנישט געפונען. פארשעמטערהייט איז ער ארויס פון דארט. די פאליציי האט גלייך אפגעצויגן, און דאס אידישע פראג האט פריי אפגעאטעמט.
אין א צייט ארום האט דער גלח פארלאנגט פון זיין משרת (ביי וועלכן דער גלח האט צוגערויבט דעם קינד) ער זאל איהם בריינגען א געוויסן וויין פון קעלער.
דער משרת איז גלייך אראפ אין קעלער צוזאמען מיט זיין הונט ווי זיין שטייגער איז געווען. דער הונט האט גלייך דערשפירט דעם ריח פון דעם קערפער וואס איז געלעגן צווישן די פעסער וויין, און ער האט אנגעהויבן צו בילן און שארן מיט זיינע פיסלאך אין יענעם ארט. דער משרת איז גלייך צוגעגאנגען אין יענעם ריכטונג. ער האט גלייך דערזעהן זיין אומגליק דערקענענדיג זיין געהרג‘טע קינד. דער משרת איז גלייך געגאנגען צו די פאליציי און זיי געמעלדעט וועגן זיין טראגישע אנטפלעקונג. די פאליציי האבן גענומען דעם גלח אויפן פארהער. ענדליך איז ער געווארן געבראכן און האט מודה געווען. ער האט אפן ערקלערט אז ער האט געוואלט שאפן א בלוט בלבול אויף די פראגער אידן.
ער איז פאראורטיילט געווארן אויף לעבנסלענגליכע טורמע.
און די אידן פון פראג מיט זייער באליבטן רב דער מהר“ל זיין זכות זאל מגין זיין אויף אונז, האבן דאן געפראוועט א פרייליכען לוסטיגן יום-טוב פסח.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

איינמאל ביים סדר האט מען מגלה געווען פאר דעם הייליגן בארדיטשובער רב זצוק"ל, אז כאטש ער האט מכוון געווען ביי זיין סדר אלע כוונות, פונדעסטוועגן געפונט זיך אין שטאט א פשוט'ער איד מיטן נאמען "חיים טרעגער", וואס זיין סדר האט געמאכט א גרעסערן איינדרוק אין הימל פון דעם בארדיטשובער רב'ס סדר!
דער בארדיטשובער רב האט זיך געפרואווט דערמאנען צי עס איז פארהאן א איד מיט דעם נאמען, אבער ער האט נישט געדענקט.
אויפצומארגנס האט ער געפרעגט זיינע חסידים צו זיי איז באקאנט א איד מיט'ן נאמען חיים טרעגער.
אבער חים דער טרעגער איז געווען זייער א באשיידענער, אז קיינער פון די חסידים האט פון אים נישט געהערט. ענדליך האט זיך איינער דערמאנט אז אין שטאט איז טאקע פארהאן א טרעגער מיט'ן נאמען חיים, אבער וואו ער וואוינט דאס ווייסט ער נישט.
עס וואלט גוט געווען ווען איינער זאל דעם טרעגער אויפזוכן - האט דער הייליגער בארדיטשובער רב זיך אנגערופן, און מען זאל אים ברענגען צו מיר.
זעלבספארשטענדליך אז די חסידים האבן זיך גלייך פארשפרייט איבער'ן שטאט זוכן דעם טרעגער. נאך פיל זיכענישן איז מען דערגאנגען וואו דער טרעגער וואוינט, דאס איז געווען א קליין איינגעפאלענע הייזקע אין עק פון שטאט.
ווען די חסידים זענען אריינגעקומען צו דעם טרעגער אין שטוב, האבן זיי אים געטראפן שלאפן אויף אַן אלטע צובראכענע בעט, אויסגעבעט מיט עטליכע צוריסענע שמאטעס.
איינער איז צוגעגאנגען און געפרואווט אויפוועקן דעם שלאפענדן טרעגער, אבער צו זייער גרויס וואונדער האט זיין פרוי זיי געזאגט: איר וועט אים נישט קענען דערוועקן, ער איז שיכור!
די חסידים וועלכע האבן געוואלט ערפילן דעם רבי'נס פארלאנג, האבן זיך נישט גערירט פון ארט ביז דער טרעגער איז אויפגעשטאנען, דערנאך האבן זיי אים מיט גרויס כבוד אפגעפירט צום רבי'ן.
דער בארדיטשובער רב האט מיט שטוינונג געקוקט אויף דעם ארעמען טרעגער. דער טרעגער האט זיך זייער נישט גוט געפילט אין אזא חשוב'ן מעמד, פארציטערטערהייט האט ער זיך ארומגעקוקט, געווארט מען זאל אים שוין וואס שנעלער לאזן פריי, צו גיין צוריק צו זיין בעט.
- "קום מיין זון" - האט דער בארדיטשבער רב געזאגט - "האסטו דעם שבת הגדול געזאגט 'עבדים היינו'?..."
- "יא" - האט דער טרעגער געענטפערט.
- "האסטו בודק חמץ געווען?" - האט דער רבי ווייטער געפרעגט.
- "יא".
- "האסטו אפגעריכט א סדר?"
דער חיים איז געבליבן שטיין צוטומעלט, קענטיג אז עס איז אים שווער געווען צו ענטפערן אויף דער שאלה.
דער בארדיטשובער רב האט פריינטליך צו אים געקוקט און מיט זיין שמייכל געשטארקט דעם טרעגער'ס געמיט, ענדליך האט ער דערציילט מיט א ציטערדיגע שטימע:
איך וועל דערציילן דעם אמת... איך בין א איד... און איך ווייס אז חמץ איז פארבאטן אום פסח, אבער וואס זאל איך טון אז איך מוז אנקומען צום "ביטערן טראפן", וואס זאל איך טון די וואך פון פסח, וועל איך זיך דען קענען איינהאלטן פון טרינקען אזא לאנגער צייט? האב איך זיך בארעכנט און ערב פסח אינדערפרי זיך אנגעטרונקען עס זאל גענוג זיין פאר דער גאנצער צייט...
פארשטייט זיך אז נאך אזא טרינקען בין איך שטארק מיד געווארן און איינגעשלאפן, ביינאכט האב איך געפילט אז מען וועקט מיר, מיין ווייב האט מיט טרערן אין די אויגן זיך געבעטן אז איך זאל אויפשטיין פראווען דעם סדר ווי אלע אידן.
כאטשיג איך בין נאך שטארק שלעפעריג געווען בין איך אבער אויפגעשטאנען פון בעט, קלאר וויאזוי צו פירן א סדר האב איך נישט געוואוסט, דעריבער האב איך געזאגט צו מיין פרוי: דו ווילסט אז איך זאל פראווען א סדר? פון וואו זאל איך אבער וויסן וויאזוי, כ'בין נישט קיין תלמיד חכם, כ'האב קיינמאל נישט געלערנט, אויך מיין טאטע איז געווען אַן אומוויסענדער ווייל אים האט מען אויך נישט געלערנט תורה קיינמאל, צו איין זאך האט ער מיר ערצויגן: צו מורא האבן און ליב האבן דעם איינציגן באשעפער און מקיים זיין זיינע מצוות, און דאס וואס איך ווייס קען איך אויך דיר זאגן:
"אונזערע עלטערן זענען געווען קנעכט ביי די מצריים - א ווילד שלעכטע פאלק אזויווי ציגיינער, דער אויבערשטער האט אויף זיי רחמנות געהאט און זיי אויסגעלייזט פון דעם ביטערן גלות. אויך היינט זענען מיר אין גלות מיר ליידן און מוטשען זיך ביי די שונאי ישראל, אבער איין זאך איז זיכער אז אויך היינט וועט אונז דער אויבערשטער בקרוב אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות".
ווען איך האב געענדיגט דאס אלעס אפזאגן ביך איך צוגעגאנגען צום טיש אפגעגעסן די יום-טוב'דיגע סעודה, אויסגעטרינקען די פיר כוסות וויין, געדאנקט און געלויבט השי"ת אויף זיינע גרויסע חסדים און זיך צוריקגעלייגט שלאפן.
די אנוועזנדע זענען גערירט געווארן ביז טרערן פון די תמימות'דיגע רייד פון דעם טרעגער. דער בארדיטשובער רב האט דעם טרעגער צוריקגעשיקט אהיים און דאן זיך אנגערופן צו די חסידים:
"לערנט זיך ביז וואו דערגרייט דער כח פון אמת'דיגע תמימות, א פשוט'ער איד וועלכער לעבט איינפאך זיינע אלע יארן, אַן אומוויסנדער און נישט קיין געלערנטער און דאך ווען ער האט אפגעזאגט פסח ביי דער נאכט זיינע תמימות'דיגע רייד מיט א גוטע כוונה מיינענדיג צו מקיים זיין דעם אויבערשנט'ס רצון, איז דערפון געווארן א רעש אין הימל...
ווייל עס איז באליבט פאר'ן אויבערשטן דאס ביסל וואס א איד טוט מיט א ריינע כוונה, מער ווי גרויסע אויפטיהונגען וועלכע זענען אָן קיינע ריכטיגע כוונות.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מגילת אסתר פסח ביינאכט
הרה"ק רבי יוסף מאיר פון ספינקא בעל "אמרי יוסף" זיע"א פלעגט דערציילן יעדע יאר דעם צווייטן נאכט פון פסח, אז עס איז געווען א יונגערמאן וואס האט געענדיגט אפרעכטן דעם סדר די צווייטע נאכט פסח און האט שוין געזאגט שיר השירים און האט מאריך געווען מיט סיפור יציאת מצרים, און עס האט אים נאך נישט געכאפט דאס שלאף, האט ער זיך מיישב געווען אז אזוי ווי יעצט דעם צווייטן טאג פסח איז דאך דער זמן פון סעודת אסתר, במילא האט ער אנגעהויבן צו ליינען מגילת אסתר.
אזוי ווי ער האט געענדיגט ליינען די מגילה האט זיך באוויזן צו אים א נשמה און אים געבעטן א תיקון, האט איר דער יונגערמאן געפרעגט וואספארא שייכות האט זי צו אים וואס זי בעט פון אים א תיקון, האט דער נשמה געענטפערט און האט דערציילט אז עס איז פאראן נשמות וואס נאך דעם וואס זיי זענען שוין גע'משפט געווארן און באקומען וואס זיי דארפן באקומען קענען זיי נאך האלץ נישט אנקומען צו זייער רוה אין גן עדן, ווילאנג זיי האבן נישט א ספעציעלע זכות, אבער יעדעס יאר ווען מען ליינט די מגילה עפענט מען די טויערן פון גן עדן וואס דעמאלס קען יעדער אריין גיין, דערפאר שטייען שוין לאנגע שורות פון טויזנטער און צען טויזנטער נשמות פון חדשים פריער לעבן דעם טויער ווארטענדיג די טויער זאל געעפענט ווערן,
אבער ווי באלד דאס ליינען די מגילה דויערט נישט מער ווי עטליכע שעה קענען נישט אלע נשמות אריין גיין, און ווער עס בלייבט ארויס מוז ווארטן אויף די קומענדיגע יאר ווען מען וועט ליינען די מגילה, און איך –דערציילט ווייטער די נשמה: האב זיך אויך געשטעלט אין די רייע ווארטן אריין צו גיין, און שוין עטליכע יאר וואס עס איז מיר נישט געלונגען אריין צו גיין, אויך דאס לעצטע יאר האט מען פארשפארט די טויער פינקט ווען איך האב געדארפט אריין גיין, דערפאר האב איך מחליט געווען נישט אוועק צו גיין פון טויער ביז די קומענדיגע יאר.
אזוי שטייענדיג און ווארטנדיג אריין צו גיין האב איך געהערט ווי מען ליינט די מגילה, האב איך גענומען קלאפן אויפן טויער פון גן עדן מען זאל מיר עפענען, ווייל מען ליינט דאך יעצט די מגילה, דער שומר וואס האט געהערט קלאפן אויף'ן טויער איז ארויס געקומען און געזאגט אז אמת מען ליינט יעצט די מגילה אבער אזוי ווי יעצט איז נישט די צייט צו ליינען די מגילה קען זי נישט עפענען די טויער, אבער איך האב גע'טענ'עט אז ווי באלד מען ליינט יעצט די מגילה איז ער מחוייב מיר אריין צו לאזן אפילו עס איז נישט די צייט צו ליינען.
דערצווישן איז ארויס געקומען איינער פון בית דין של מעלה און געזאגט אז דער שומר הפתח איז גערעכט, און נאר ווען מען ליינט די מגילה אין צייט דעמאלס עפענט מען די שערי גן עדן, אבער מען געט איר די געלעגנהייט אראפ צו גיין צום יונגערמאן וואס האט יעצט געליינט די מגילה און אויב ער וועט פסק'ענען אז זי קען אריין גיין וועט מען איר אריין לאזן.
עד כאן הסיפור.

הערה: די זקני החסידים פלעגן דערציילן אז דער "אמרי יוסף" איז געווען א גרויסער דייקן און נאך דערציילן סיפורים, און ער פלעגט נישט דערציילן א סיפור אן דעם וואס ער זאל זאגן א מקור פון ווי ער האט דאס געהערט, און א נאמען פון דעם בעל העובדא, און נאר ביי דעם סיפור האט ער דערציילט אן א מקור און אן א נאמען פון דעם "יונגערמאן", ממילא איז מסתבר אז דער יונגערמאן איז נישט געווען קיין צווייטער נאר ער אליין. (הגדה של פסח - ספינקא)
אוועטאר
לפי עניות דעתי
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:39 pm
לאקאציע: במקום שאין איש

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפי עניות דעתי »

א ריזען דאנק
דו מזל זאל אייך באגליקען
כן נראה לפי עניות דעתי והשם הטוב יכפר אם שגיתי
והחולק יחלוק
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

די רעביצן וויל פסח'דיג מאכען די קישענעס
דער הייליגער "חפץ היים" זצ"ל איז געוועהן א מורא'דיגער מתמיד אין זיינע עלטערע יארן און נאך מער אין זיין יוגנט. ער פלעגט גאנצע טעג פארברענגען אין בית המדרש איבער זיינע ספרים. פאר יעדן איז געוועהן באקאנט די פלייסיגקייט פון דעם הייליגן "חפץ חיים" זצ"ל. אזוי גרויס איז געוועהן זיין ליבשאפט און חשק צו לערנען אז ער פלעגט זיצן שעה'ן לאנג און לערנען אן אויפהער. עס איז אפילו שווער געוועהן פאר אים זיך אוועקצורייסן פון זיין לערנען אהיימצוגיין עפעס עסן. יעדער מינוט פון לערנען איז געוועהן ביי אים אזוי טייער אז די צייט וואס עס האט געדויערט אהיימצוגיין פון בית המדרש איז געוועהן א שאד צו פארלירן. אזוי פלעגט דער "הפץ חיים" אפזיצן גאנצע טעג און אפילו נעכט אין בית המדרש. אויב ער האט זיך אמאל געפילט צו מיד אז ער האט נישט געקענט ווייטער לערנען, האט ער ארויס גענומען צוויי קליינע קישענעס וואס ער האט מיטגעברענגט פון דער היים און זיך אראפגעלייגט אויפ'ן באנק זיך אפצורוען אביסל.
איינמאל, ווען דער "חפץ חיים" איז געזעצן ווי געווענליך אין ביהמ"ד האט ער געהערט ווי דער גבאי צדקה גייט ארום און נעמט צוזאמען געלט צו קויפן בעט צייג פאר א ארימע כלה.
דער "חפץ חיים" האט זיך גלייך אויפגעהויבן פון פלאץ, צוגעגאנגען צום שאנק וואו ער האט געהאלטן זיינע קישענעס און פריילייכערהייט עס איבערגעגעבן פאר דעם גבאי צדקה.
"איך וועל מיך קענען אן עצה געבן אן די קישענעס", זאגט אים דער "חפץ חיים", "און איך פריי מיך אז עס איז מיר אינטער געקומען אזא געלעגנהייט צו דערפרייען א ארימע כלה".אויך האט ער געבעטן דעם גבאי צדקה ער זאל קיינעם נישט דערציילן פון דעם.
אזוי איז אריבער דער ווינטער און קיינער חוץ דער גבאי צדקה האט נישט געוואוסט פון דימעשה פון דעם "חפץ חיים" און די אלע נעכט איז דער "חפץ חיים" געשלאפן אויפ'ן הארטן באנק אן קישענעס.
ווען עס האט זיך דערנענטערט דער יום טוב פסח, האט די רביצ'ן פון "חפץ חיים" אים געבעטן ער זאל אהיימברענגען די קישענעס כדי זי זאל עס קענען רייניגן און אויסוואשן לכבוד יום טוב. ערשט דעמאלץ האט איר "דער חפץ חיים" אויסגעזאגט אז די קישענעס זענען שוין לאנג נישט זיינס...
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

האורח המסתורי- סיפור לפסח



ליל-הסדר הגיע. בבית הודלקו זה-עתה נרות החג. הניקיון בהק מכל פינה, והשולחן היה ערוך במיטב הכלים. בני המשפחה התכוננו לצאת לתפילת החג, שאחריה יסבו לעריכת ה'סדר'. לבני הבית הצטרפו גם שני אורחים עניים ששהו בעיר.
אך עיניו של בעל-הבית הפיקו עצב ואי-שביעות-רצון. ארשת צער ניבטה מפניו הטובים. מה מעיק על ליבו? - חסרונם של האורחים הרבים, שנהגו להסב בביתו מדי שנה לליל-הסדר.
הוא היה עשיר גדול ובעל-צדקה מופלא. במפעלו הגדול העסיק יהודים רבים, והשתדל תמיד לתת אפשרות פרנסה ליהודי נוסף. ביתו היה פתוח תמיד לעניים ולנצרכים. בשבת ובמועד נהג להזמין אליו אורחים רבים ונהנה מהסעודה החגיגית, רבת המשתתפים.
השנה היה מזג-האוויר קשה ביותר. סופות שלגים וקור עז הדירו את רגליהם של עוברי- אורח מהדרכים. כך הגיע ליל החג, ומלבד שני האורחים לא נמצאו בעיר עוד עניים שיוזמנו לסעודת החג.
דפיקה בדלת הקפיצה את בעל-הבית ממקומו. הגביר שהיה להוט כל-כך אחר אורחים, שמח מאוד על האפשרות שאולי אורח הוא זה, וניגש בעצמו לפתוח את הדלת.
"איבדתי את דרכי בשבילים המושלגים", התנצל הזר, "רטוב אני וקופא מקור. התואילו, יהודים טובים, להזמינני לחוג עמכם את ה'סדר'?".
"ברוך הבא!", קידם הגביר בשמחה את הנכנס, "היכנס-נא! לעונג רב ייחשב לנו בואך". הזר היה לבוש בגדים פשוטים, מרופטים קימעא, רטובים לגמרי ומוכתמים בבוץ וברפש ורעד מקור.
בעל-הבית מיהר לצוות על אחד הנוכחים להביא בגדים נקיים ויבשים כדי שהאורח יוכל להחליף את בגדיו הרטובים והמלוכלכים. "לשם מה?", חייך הזר בביטול, "בגדיי טובים הם דיים, הלוא כן? עד שנסיים תפילת ערבית, יתייבשו בוודאי".
"רצונו של אדם כבודו", הפטיר הגביר כשהכול תמהים על דבקותו של האורח בבגדים המלוכלכים, בשעה שהכול סביב כה מבריק, מצוחצח וחגיגי.
האורח הניח את תרמילו על הרצפה ויצא עם הנוכחים לתפילת ערבית. בני-הבית שמו לב לכבוד הרב שבעל-הבית מרעיף על האורח. הוא הושיבו בראש השולחן, לצידו, חייך אליו כל הזמן כדרך מכרים ותיקים, והירבה לדאוג לו. הבנים התפלאו, אך לא הביעו את תמיהתם בקול רם.
"מגיד", הכריז בעל-הבית, וכל היושבים החלו קוראים בהגדה. האורח הזר ישב ולא פתח את פיו. מי שהביט בו הבחין, שהוא אפילו לא הופך את הדפים בהגדה המהודרת המונחת לפניו. בשלב מסויים נדמה היה שהזר פשוט ישן.
כשהגיע זמן הסעודה, לעומת זאת, גילה האורח עירנות יתירה. כאילו התעורר לחיים. נוגס בכל פה, מושיט ידיו לקחת לצלחתו מכל עבר, אוכל ושותה, ומבקש עוד ועוד. בעל-הבית, באצילות מיוחדת, המשיך לכבדו, כבתחילה.
סתם טרדן גרגרן, חשבו בליבם בני-הבית. אך מה זה ראה לו אביהם לכבדו? - זאת לא יכלו להבין.
לאחר שנמזגה הכוס השלישית, לפני ברכת-המזון, פתח בעל-הבית את פיו. "בני!", אמר, "מצווה לספר ביציאת-מצרים. ומובא בספרים, שראוי לספר גם על נסים פרטיים שאירעו לו לאדם, שהרי כל הנסים נובעים מיציאת-מצרים".
והוא סיפר. סיפר על מסע-עסקים עם עוד שני יהודים בעגלה רתומה לצמד סוסים. על סופת שלג עזה שפגעה בהם במהלך דרכם. סיפר על לילה חשוך בדרכים בלתי ידועות. על סוסים שכמעט נפלו לארץ ורק מלקות העגלון אילצו אותם להמשיך בדרך הבלתי-נודעת ולא לטבוע בשלג העמוק.
"המצב נראה חסר-תקווה", סיפר הגביר, "עד שלפתע הבחנו באלומת אור. כשהגענו לבית והתדפקנו על דלתו, גילינו שאין כל מקום לשמחה. נקלענו למעוזה של חבורת שודדים, שקיבלה אותנו כחיה הפוערת פיה לעומת טרפה.
"כספי, שעוני, ושרשרת הזהב שהיתה תלויה בו, נלקחו ממני", המשיך הגביר לספר. "השודדים דנו מה ייעשה בי, ובאו לכלל החלטה. אחת דתי - למות. לא הועילו תחינות ובכיות. איש לא היטה אוזן לתחנוניי.
"ולפתע נכנס אדם ושאל לפשר המתרחש במקום. בראותו אותי מוטל כבול על הארץ ועיניי מלאות דמעות, אמר: 'עיזבו אותו! אם ימות הוא, ימותו עוד רבים עמו. כל עובדיו שפרנסתם עליו וכל העניים הנהנים ממתת-ידו. גם אני עבדתי פעם אצלו, ויכול אני להעיד על טוב-לבו וצדקתו. אנא, עזבוהו לנפשו. עשו זאת למעני!'.
"עם בוקר ניתנה לנו הרשות לעזוב. האיש שהצילני הובילני עד לדרך-המלך. ואם רצונכם לדעת מיהו", סיים הגביר את סיפורו, "הריהו יושב לצידי, וברצוני לכבדו בברכת-המזון".
בני-הבית שישבו מרותקים, נעצו את עיניהם בכיסא הסמוך לאביהם, אך הוא היה ...ריק. במהלך הסיפור, מבלי שאיש יבחין בכך, עזב הלה את השולחן - ונעלם. יצאו לחפש אחריו, והעלו חרס בידם.
לאחר החג, כשפתחו את צרורו, שנשאר בפינת החדר, מצאו בו שרשרת זהב, שעון וסכום כסף...
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

געפינען א קונטרס
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

עסען און טרונקען און זיך שפירן ווי אינדערהיים
די נאכט פון ערב פסח פון יאר תרפ"ו, נאכדעם ווי דער ירושלימ'ער רב, הגאון ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל, האט געענדיגט בודק חמץ זיין, קלאפן אן אין זיין טיר פיר אידן, פון די חשוב'ע ראשי הקהלה אין בודאפעסט, און דרוקן אויס זייער באגער צו זיין ביים רב'ס סדר, צוגעבנדיג אז זיי וועלן באצאלן די הוצאות פון דער סעודה. "איר קענט געזונטערהייט זיין ביים סדר" זאגט ר' יוסף חיים, צוגעבנדיג, "און איך וועל ביי אייך נעמען דאס געלט".
זיי האבן געטון ווי זיי האבן געזאגט, און אוועקגעלייגט א שיינעם סכום אויפ'ן טיש. דער רב האט זיך נישט געדונגען מיט זיי צו פרובירן צוריקצוגעבן טייל פונעם געלט, נאר ער האט אלץ גענומען, טראצדעם וואס דאס האט באטראפן פיל מער ווי די קאסטן פון איין סדר-סעודה.
תענוג רוחני אין דעם ערשטן טאג חול המועד פון ארץ ישראל, קומט פלוצלונג דער רב אן אין האטעל "אמדארסקי" וואו זיינע געוועזענע געסט, די ראשי הקהלה, זענען איינגעשטאנען, ער קלאפט אן אויף זייער טיר, און זיי נעמען אים אויף מיט כבוד. דער רב האט זיך צושמועסט מיט זיי, און דערנאך נעמט ער ארויס דאס געלט וואס ער האט באקומען פון זיי ערב יום טוב, און לייגט דאס אוועק אונטער דעם טישטעך. די מענטשן האבן גארנישט געקענט טון דערגעגן, זיי האבן דאן נישט געקענט אומקערן אים, ווייל אפהיטנדיג דעם צווייטן טאג יום טוב פון חוץ לארץ, איז דאך דאס געווען מוקצה פאר זיי נאר איינער פון זיי האט געפרעגט:
ענטפערט דער רב: עס איז דאך דער יום טוב פון זמן חירותינו. און איך האב פארשטאנען אז עס וועט נישט זיין קיין שלימות'דיגע חרות פאר אייך צו עסן יענעמס עסנווארג, דאס וועט ביי אייך זיין "נהמא דכסופא", און איר וועט שפירן דעם טעם פון א קנעכט וואס עסט ביי זיין האר, נישט ווי בני חורין. דעריבער האב איך ביי אייך גענומען דאס געלט, אז איר זאלט שפירן אז איר עסט אייגנס, און איר וועט זיך פילן ווי ריכטיגע בני חורין, און דערצו וועט איר אויך נישט קארגן ביים עסן. אבער אצינד, נעמט אייך צוריק דאס געלט, ווייל חלילה וחס אז איך זאל נעמען לוינונג פאר די מצוה פון הכנסת אורחים.
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

איך האב עס שוין איינמאהל געלייגט אויף א אנדערע פלאץ מיט א אנדערע ניק, איך לייג עס איבער ווייל דא איז די פלאץ פאר דעם.
עלילת דם אין ראגוזא
די שטאט ראגוזא

אין יאר ה' אלפים שפ"ג אין די שטאדט "ראגוזא" אין שפאניען, איז געווען א ריזיג באפעלקערטע שטאדט, און א גאנץ בעזונדערע רייכע קריסטליכע הערשאפט.
ארום און ארום איז זי געווען פערצוימט און בעשיצט פאר א איבערפאל פון א שונא, מיט הויכע שטיינערנע מויערן, וואו עס זענען געמאכט געווען נאר אייניגע גראבע אייזערנע טהירן, און בעוואפנטע וועכטער האבן זיי געהיטן טאג און נאכט.
צו "ראגוזא" האבן אויך געהערט די ארומיגע דערפער, וועלכע זענען געווען רייך און אנגעפילט מיט פיעל פרוכטבארע פעלדער און גערטנער. נאטירליך איז דארט אויך געווען א קיהלע פרישע לופט און די ראגוזער בעפעלקערונג, איבערהויפט די יוגנד, פלעגן דארט שטענדיג שפאצירן. פון אידן האבן זיך דארט נאר געפונען בערך 20 פאמיליעס. נאר קיין גלייכע בירגער רעכט, מיט אלע איבריגע נישט אידישע איינוואוינער האבן זיי נישט באקומען, און זענען אלע געווען פערשפארט אין א שמוציגן טייל פון אונטער דער שטאדט, וועלכעס האט זיך גערופן "געטא".
די בעציהונג פון דער מאכט צו זייערע אידישע אונטערטאהנען איז, - ווי איבעראל אין יענער צייט - געווען א העכסט פיינדליכע, און זיי האבן די אידן געדריקט מיט שווערע אונטערעגליכע גזירות.
איבערהויפט האט זיך די גאנצע רעגוזער באפעלקערונג, מיט זייער הערשאפט בראש, געהאלטן ביי דעם מורא'דיגן אידן-פרעסערישן געדאנק, וואס האט אין יענער צייט, נישט ווייניג אידיש בלוט פערגאסן, - אז אידן זענען א העכסט פערדארבן פאלק, באשטייט פון גנבים, שווינדלערס, און רוצחים, און בענוצן צו זייערע הייליגסטע ימים טובים קריסטליכעס בלוט.
ווייטער די אידן, חאטש זיי האבן איבעראל בעגעגנט שאנד און שפאט, זענען אויסגעשטאנען אלע מאל אנדערע נייע ביטערע עינויים, און האבן זיך פון דעם ענגן געטא נישט געטראט ארויסרירן, דורך דעם זענען זיי געווען דאנקבאר דער ראגוזער הערשאפט, פאר דעם וואס מען ערלויבט זיי, חאטש אויף א קליינעם שטח צו וואוינען, און נאך א צייט פון אזוי פיעל רדיפות און אינקוועזיציעס אין שפאניען, האבן זיי ענדליך א שטיקל מנוחה בעקומען.
זייער בעשעפטיגונג איז מערסטענס בעשטאנען פון מסחר, און אייניגע פון זיי האבן זיך גערעכנט פאר גרויסע גבירים, זיי האבן אויך געהאט א רב, א בית המדרש, און האבן זיך ווי ווייט מעגליך בעמיהט, אלע השפלות רוהיג איבערטראגען, פערבויגן זייער איינגעבוירענעם שטאלץ, דערשטיקן אין זיך זייערע הייסע לעבנס געפילן און ווי עס איז, זיך דארט איינארדנען, אזוי, אז זיי זאלן קענען לעבן און זיך פיהרן לויט די הייליגע מצוות און תורה און זייערע מנהגים.
ב.
א כמארע פארשטעלט דעם הימל
פלוצלונג האט א פינסטערע כמארע, זייער בלאס און קוים ליכטיגן הימל, בעדעקט, א שרעקליכע, א טרויעריגע צייט, א עת צרה איז אויף די אידן געקומען.
דאס איז געווען אין דעם ערשטן טאג סוכות.
אין דערהויך! - האט זיך אויסגעוויזן, גלייך ווי די זון אין הימל, האט זיך אין א גאלדן קלייד, מיט בריליאנטן בעצירט, און טונקט זיך אין א קלאר, שטיל און געלאסן פליסנדיג קריסטאלן וואסער.
אונטן אבער, אין שטאדט - איז געווען הייס אזוי ווי אין א תמוז טאג, די ראגוזער יוגנד איז ארויס פון דער פערמאכטער שטאדט, זיך געלאזט שפאצירן אין די ארומיגע דערפער, זיך צו ערקוויקן מיט דער ריינער פרישע לופט, אויף די פרייע פעלדער און גערטנער.
אין דעם געטא, האבן פרייליך די אידן געפייערט זייער הייליגן יום טוב, פון טיפן הארצן געדאנקט דעם באשעפער פון דער גאנצער וועלט, פאר דעם גרויסן חסד וואס ער האט זיי בעוויזן, האט זיך ערבארעמט אויף זיין אויסדערוועלט פאלק, די עלענדע, אונגליגליכע, שוצלאזע אידן, און האט פערלאשן דאס גרויזאמע פייער, פון די "אויטא-דע-פע" אינקוועזיציעס וואס האבן אזוי אן רחמנות, אומגעבראכט דאס לעבן פון די אלע וועלכע זענען טריי זייער באשעפער און פאלק געבליבן.
לויב און געזאנג, האט זיך געהערט פון דער אידישער קהלה, און זייער שוהל. זייערע פארזארגטע געזיכטער האט געשטראלט פאר פרייד. ווידער האבן זיי געקענט פריי און אומגעשטערט פייערן זייער הייליגן יום טוב סוכות.
*
אבער צום אומגליק, איז אויך ארויס שפאצירן די טאכטער פון זייער א רייכן מאן און אנגעזעהנעם בירגער פון דער שטאדט, וועלכע איז אויך געווען בעהאנגען מיט די טיירסטע צירונגען.
דאס מיידל איז ארויס פון איר היים פון "ראגוזא", נאך גאנץ פריה, און האט צוגעזאגט איהר פאטער זיך באלד אומצוקערן אויף מיטאג.
זי האט אבער פערבלאנדזשעט זייער ווייט, און גייענדיג אויף צוריק איז זי געווארן מיד, און האט זיך ערגעץ וואו אין א דארף אוועק געזעצט אביסל אברוהען.
יעדעס פערבייגייענדע אויג האט איהר פערוואונדערט אנגעקוקט, און ביי אלעמען האט זי ארויס גערופן כבוד און אכטונג.
נישט ווייט פון איר, אין דעם טיר פון א נידעריג הייזל איז געשטאנען אן אלטע פרוי, אויפמערקזאם בעטראכט דאס רייכע מיידל, און אפשאצנדיג די ווערט פון איהר צירונג, האט זי זיך געטראכט, אז זיי וואלטן פאר איהר גוט צוניץ געקומען...
עס האט געדויערט א וויילע, אין קאפ האבן זיך איהר געמישט פערשידענע געדאנקען און פלענער. ענדליך האט זיך א טייוולישער שמייכל אויף איהרע ליפן בעוויזן, און א ווילד פייער האט זיך אין אירע אויגן צופלאקערט.
מיט פערשידענע פאלשע אויסריידן, האט זי זיך צו דעם מיידל געווענדעט, ביז עס איז איהר געלונגען דאס מיידל פערנארן צו זיך אין הייזל.
און דאן! מער האט שוין די אלטע נישט געברויכט... זי האט מכבד געווען דאס נאאיווע מיידל מיט מילך טרינקען, האט זי פאר זיך אויסגעזוכט א שארפע האק, האט פארמאכט אלע טיהרען און פענסטער און זיך געווארפן אויף דעם אונשולדיגן מיידל אזוי פלוצלונג, אז איהר קרבן האט קוים צייט געהאט א געשריי צו טהון, און איז אנידער געפאלן אין א טייך בלוט.
נאך דעם האט שוין די אלטע נישט געהאט קיין גרויסע מיה, זי האט גלייך אראפ געריסן פון דאס מיידל איהר צירונג, אראפגענומען איהרע טייערע קליידער, און דעם טויטן קערפער בעהאלטען אונטער איהר בעט.

ג.
דער בלבול אויף די אידן

אין דער זעלבער צייט, איז אין גאנץ ראגוזא געוורן פערשפרייט די ידיעה, אז א רייכע קריסטליכע טאכטער איז פערשוואונדן געווארן. אויף אלע גאסן, פאר יעדן הויף, האבן זיך צונויפגעקליבן גרופעס נייגעריגע מענטשן, און איבעראל האט מען געשמועסט, וועגן דעם נאר וואס פאסירטן פאל.
נעבן די טויערן פון דער שטאדט, איז אומגעדולדיג געשטאנען דעם פערארענעם מיידל'ס פאטער, און געווארט אויף דאס צוריקומען פון זיין טאכטער. זיינע פריינד און בעקאנטע זענען אומגעלאפן איבער דער גאנצער שטאדט, האבן איהר געזוכט אויף יעדער גאס, אין יעדן ווינקל, און ענדליך צוריק געקומען אנזאגן איהר פאטער די טרויעריגע בשורה, אז זיין טאכטער איז אין ערגעץ נישטא.
דערווייל איז אויך דער טאג גאנץ אימבאמערקט פערשוואונדן געווארן און די נאכט האט זיך צוגערוקט.
פון די דערפער, האבן זיך שוין כמעט אלע אומגעקערט, און דאס פערלארענע מיידל, איז נאך אלץ נישט געווען, איהר פאטער האט ביי יעדן געפרעגט אויף זיין טאכטער, אבער קיינער האט איהם קיין ענטפער נישט געקענט זאגן.
ענדליך איז געווארן רעכט פינסטער, די וועכטער האבן די טויערן פון דער שטאדט פערשלאסן, און פון דעם פערלארענען מיייל איז קיין שפור נישט געווען.
א פערצווייפלטער איז דער אומגליקליכער פאטער געבליבן שטעהן. זיין טאכטער איז ביי איהם געווען איין און איינציג, און טייערער פון אלעס אין דער וועלט.
- וואס טוט מען? וואו זוכט מען איהר יעצט? וואו קען זי זיין מיין טייערע טאכטער? - האט ער זיך געווענדעט מיט א געוויין צו זיינע פריינד, וואס זענען נעבן איהם געשטאנען.
נאר קיינער פון זיי איז נישט אומשטאנד געווען זיינע שאלות צו פערענטפערן.
פלוצלונג האט דעם פאטער א זעץ געטהון. א מורא'דיגער געדאנק אין זיין מוח. ווער ווייסט אויב די אידן האבן איהר נישט ערמארדעט, און זיך בענוצט מיט איהר בלוט צו זייער יום טוב?...
- ווער ווייסט? ווער ווייסט? - האבן זיינע פריינד געמורמלט.
- בעשטימט אזוי! אנדערש קען נישט זיין! - האט איינער שוין זיכער אויסגעשריען.
- אבער אפשר נישט?... ניין! די אידן וועלן עס נישט טהון, זיי וועלן מורא האבן פאר'ן פאלק!... - האט דער פאטער געצווייפלט.
-וואס רעדסטו? נאר זיי! די אידן זענען מערדער! - האבן איהם זיינע פריינד געענטפערט - גנבים! אויסווארפען!
- וואס זשע האבן מיר צו טהון? - האט דער פאטער פערבראכן די הענד.
- שנעל, לאמיר פערשליסן דעם הויף פונ'ם געטא!
- קודם לאמיר זיך ווענדן צו דער מאכט!
- א רעוויזיע לאמיר ביי זיי מאכן! - האבן איהם זיינער פריינד, יעדער א אנדערע עצה געגעבן.
-אויסשחטן דארף מען די אידן! - האט דער פאטער געקריצט מיט די ציין.
-יא! יא! א תל מוזן מיר פון זיי מאכן, א תל! - האבן אלע אויסגעשריען, און זיך געלאזט אין שטאדט, זיך ווענדן נאך הילף צו דער ראגוזער מאכט.
*
אין שטאדט, האט זיך שוין אפילו געהאט פערשפרייט א קלאנג, אז דאס מיידל איז ענדליך געפונען געווארן. נאר זעענדיג דעם פאטער, צוזאמען מיט זיינע פריינד, לויפן און איילן פון איין גאס אין דער צוויטער, האט זיי באלאגערט פון אלע זייטן גרופעס, נייגעריגע און זיך געפרעגט; - נו וואס הערט זיך? געפונען?
אבער דער פאטער מיט זיינע פריינד האבן דעם נייגעריגן עולם געענטפערט: - יא געפונען!... ווער ווייסט אויב די אידן טרינקען שוין נישט איהר בלוט?!
- דאס בלוט פון מיין קינד! - האט זיך דער פאטער צוכליפעט.
די ווערטער זענען נישט געבליבן אזוי ווי א קול קורא במדבר, און א העליש פייער פון נקמה, האט זיך צופלאקערט אין די הערצער פון דעם פערזאמעלטן המון, וועלכער איז אלע וויילע פערגרעסערט געווארן, און מיט ווילדן צארן האבן אלע אויסגעשריען: שלאגט די אידן! די אידן האבן א קריסטליכע טאכטער געפאנגען!
- ערמאדעט! -ה אבן אנדערע אונטערגעהאלפן.
- לאמיר זיי אלע אויפהענגען אויף איין תליה! קיין לעבעדיגע נפש, זאל פון זיי נישט בלייבן! קומט לאמיר זוכן, זי מוז ביי זיי זיין!
- צום געטא! צום געטא! - האבן אלע געשריגן אויף איין קול, און דער צורייצטער המון, איז אוועק צום געטא.
ד.
עס איז נישטא קיין אויסזוכט

די אידן האבן דעמאלס פון דעם אלעם קיין אהנונג נישט געהאט, און האבן גאר נישט געוואוסט וואס פאר א שרעקליכע צרה, ווארט אויף זיי.
אפגעדאוונט אין בית המדרש, זענען אלע אוועקצו זיך אהיים, צו זייערע פרויען און קינדער, און האבן זיך פערקליבן אין די אויפגעשטעלטע סוכות אן דעכער, נאר מיט בוימער צווייגלעך בעדעקט.
...אונטער דעם פרייען הימל, און די די ארימע פערלאטעטע פאלאטקעס, וועלכע זענען א גוטער זכר געווען צום אידישן גלות, צום שטענדיגן בלאנדזשען, אן א היים, אן א דאך...
אינוועניג זענען שוין לאנג געווען די טישן געגרייט, און סערווירט, מיט די בעסטע משקאות און מאכלים.
ליכט האבן געברענט אין יעדן ווינקל, און א פרייליכע יום טוב שטימונג ארום זיך געגאסן.
...ערגעץ וואו, אין די טיפענישן פון די אידישע הערצער, האט דער לעצטער פערלאשענער פונק ערוואכט, און טרייסטנדיג זיי, געגעבן פרישן מוהט, גלויבן, האפנונג אויף א צייט א בעסערע, ווען עס וועט זיין ושבו בנים לגבולם. דער באשעפער וועט זיך מרחם זיין אויף זיין אידישן פאלק, וועט פערהיילן זיינע בלוטיגע וואונדן --- און אלע אידן האבן קידוש געמאכט.
פלוצלונג האבן זיך שטורמישע קולות פון ווייטן דערהערט, און א האגל פון שטיינער האבן זיך אין די אידישע פענסטער געשאסן.
דאס קראכן פון די שויבן און פאלן פון די שטיינער, צוזאמען מיט די ווילדע געשרייען פון דעם צובושעווטן המון, האבן מורא'דיג אבגעקלונגען אין די גאסן פון דעם געטא.
פערשטיינערט זענען אלע געבליבן...
וואס קומט דא פאר? וואס פאר א ביטערן שפאס טרייבט מען דא מיט זיי?
קיינער האט נישט געוואוסט, קינדער האבן זיך פאר שרעק צו זייערע טאטע-מאמע'ס צוגעדריקט, און אלעמענס אויגן האבן זיך מיט טרערן צום הימל געווענדעט.
*
-העי! נאראנים! אויף וואס ווארט איר? פאר וועמען האט איהר מורא? נעמט אייך צו דער ארבייט, חברה! - האט א הייזעריג קול קאמאנדעוועט, און דער צורייצטער המון, האט אריינגעדרונגען אין געטא.
צום ערשט האבן זיי געזוכט אין די סוכות, דערנאך אין די הייזער, אין די קעלער'ס, אין די בוידעמ'ס, קיין איין ווינקל האבן זיי נישט דורך געלאזט, נאר פון דעם פערלארענעם מיידל האבן זיי קיין זכר נישט געפונען.
- וואס ווילט איהרפון אונז? - האבן די דערשראקענע אידן געפרעגט - וואס זוכט איהר ביי אונז?
- דאס מיידל, וואו האט איהר בעהאלטן? דעם קריסטליכן קרבן וואו האט איהר? - האט דער המון געוואלדעוועט.
- וואס הייסט? וואס פאר א מיידל? וואס פאר א קריסטליכן קרבן? האבן די אידן מיט שרעק און פערוואונדערונג געפרעגט.
- הא הא הא! האט זיך א שפאטיש געלעכטער דערהערט - איהר הערט? - האט איינער צום המון אויסגערופן - זיי לייקענען גאר! זעהט נאר ווי זיי מאכן זיך תמ'עוואטע! הא! הא! הא!
-גלויבט זיי נישט די בלוט דורשטיגע מערדער! גלויבט זיי נישט! - האט דער המון געשריגן.
- שא! זאל זיין שטיל! לאזט צו די וואך! די אויספארשונג'ס לייט גייען! האבן די וואס זענען נענטער געשטאנען צו די אידן אויסגעשריגן, און א באפעלענדע שטים האט זיך צו די אידן געווענדעט.
-בעסער זייט אייך מודה. אפשר לעבט זי נאך דאס אומגליגליכע מיידל?!
- מערדער! וואס האט איהר צו מיין קינד געהאט? - האט דער פאטער זיך געבעטן. - זאגט וואו איז זי? וואו האט איר זי בעהאלטן? אפשר לעבט זי נאך?!
ערשט יעצט האבן די אידן פערשטאנען, אין וואס פאר פערברעכן מען בעשולדיגט זיי און אין וואס פאר א ערנסטע לאגע זיי געפינען זיך.
א גרויל האט זיי ארומגענומען, די ערד האט נאך נישט איינגעזאפט דאס אומשולדיגע אידיש פערגאסענע בלוט, פון די פריערדיגע בלבולים און בעשולדינגען אין שפאניען, און שוין, ווידער, אויך דא א עלילת-דם?!...
אלע זענעןם צוטומלט געווארן, אלע האבן מורא געהאט זייער מויל צו עפענען, נאר איינער, דער רב פון זייער קהלה, אן אלטער גרייז גראהער מאן, האט זיך בעהערשט און געענטפערט:
- עס איז א ליגנט! איך שווער ביי דעם אלמעכטיגן ג-ט וואס לעבט אייביג, אז אונזערע הענד זענען ריין פון אזא שרעקליכע זינד.
- מיר ווייסן דאך אבער, אז איהר ברויכט קריסטליכע בלוט צו אייערע הייליגסטע ימים טויבם! - האבן די אויספארשונגס לייט ווייטער פארגעזעצט זייער בעשולדיגונג.
- פון וואנען ווייסט איהר דאס? - האט דער אלטער רב זיי געפרעגט - זאל עס מעגליך זיין, אז נאך דאס וואס איינס פון אונזערע צעהן הויפט געבאטן, ווארנט אונז שטרענג "לא תרצח"! זאלן מיר א קריסטליכעס מיידל האבן ערמארדעט?!
---נאך דעם וואס אונזער תורה ווארנט אונז אזוי שטרענג, אין בעמיהט זיך ווי ווייט מעגליך אונז צו פערהיטן פון געניסן בלוט, אפילו פון א בהמה און א עוף, זאלן מיר בענוצן צו אונזערע הייליגע ימים טובים, מענטשליכעס בלוט?!
די אויספארשונגס לייט זענען געבליבן שטום, און האבן שוין נישט געהאט מעהר קיין גרונד, די אידן צו בעשולדיגן, אבער דער פאטער פון דעם פערלארענעם מיידל, ווי אויך זיינע פריינד, צוזאמען מיט דעם גאנצן המון, זענען געליבן אומצופרידן, און האבן ווייטער געליארמעט און געשריען, אז דאס מיידל איז אין ערגעץ נישטא, נאר ביי די אידן.
דאן האבן די אויספארשונגס לייט, אליין אונטערזוכט אלע אידישע עסן און געטראנקען, נאר נישט געפינענדיג קיין פעדעכטליכע זאך, האבן זיי בעפוילן דער וואך פונאנדער צו טרייבן דעם המון, און זענען זיך אוועקגעגאנגען.
ה.
געפונען די מערדער

עס איז שוין געווען שפעט אין דער נאכט, דער פערזאמעלטער המון איז שוין לאנג געווען פונאנדער געגאנגען, יעדער צו זיך א היים. אין שטאדט איז געווען פינסטער, שטיל, אלע זענען געשלאפן, נאר ער איינער דער פאטער פון דאס פערלארענעם מיידל איז געווען וואך. זיין פאטערליך הארץ, איז איהם געווען שרעקליך בעשוועהרט. דאס פארגעפיהל האט איהם געזאגט אז מיט זיין טאכטער איז עטוואס שרעקליכעס געשעהן.
- עס קען זיין - האט ער זיך געטראכט, - אז די אידן האבן איר נישט ערמארדעט, דאן האבן איהר אנדערע אויסווארפן ערמארדעט. און ער האט ביי זיך בעשלאסן. זאל זי זיין אפילו דעם טייוול אין די הענד, מוז ער אמוועניגסטנס איהר טויטן קערפער אויסגעפינען.
דאן האט ער זיך גוט בעוואפנט, און איז אוועק צו די מויערן פון דער שטאדט, דארט האט ער מיט זיך מיטגענומען אייניגע ו ועכטער. זיי זענען ארויס פון שטאדט, און ענערגיש גענומען זוכן אין יעדן דארף, אויף יעדן פעלד און גארטן. זיי זענען געגאנגען פון הויז צו הויז, פון טהיר צו טהיר, ביז זיי זענען געקומען אויך צו דעם הויז, וואו די אלטע מערדערן האט געוואוינט.
אבער דא, איז עפעס אונפערשטענדליכעס זיי פארגעקומען. איבעראל אין וועלכער טהיר זיי האבן אנגעקלאפט, האט מען זיי גלייך געעפנט, נאר דא האט א צייט געדויערט, און מען האט זיי נישט געוואלט עפענען? דאן האבן זיי נאך שטארקער גענומען קלאפן ביז די טהיר האט זיך געעפנט.
- פאר וואס האט איהר נישט גלייך געעפנט? - האבן די אריינגעקומענע געפרעגט.
- איך האב נישט געהערט - האט די אלטע געענטפערט.
- פע! וואס פאר א מיאוסער ריח עס הערשט דא! - האט דעם מיידעל'ס פאטער באמערקט - עס איז דאך נישט צו אויסהאלטן! - און ער האט זיך געלאזט צו דער טהיר.
- ווארט א וויילע! - האבן איהם די וועכטער אפגעהאלטן.
אויף דער ערד האבן זיי בעמערקט פלעקן פון בלוט.
באלד האבן זיי זיך גענומען צום אונטערזוכן, און גלייך אונטער דעם בעט פון דער אלטע, דערזעהן א שוידערליכע בילד.
אין שמאטעס פערוויקלט, און אין בלוט פערשמירט, איז געלעגן מיט א צושפאלטענעם שארבן, דער טויטער קערפער פון דעם יונגן מיידל.
- מיין קינד! מיין אומגליקליך קינד! - האט איהר פאטער שמערצליך אויסגעשריגען. נאר אזוי גיך ווי ער האט זיך בעהערשט, איז זיין ערשטער געדאנק געווען, נקמה צונעמען אין דער געמיינער מערדערן, פאר דאס פערגאסענע בלוט פון זיין קינד, און ווי א בייזע טיגער, האט ער זיך אויף איהר געווארפן, און האט איהר געוואלט חאטש אויף שטיקער צורייסן, נאר די וועכטער האבן עס נישט צוגעלאזט, און האבן דער מערדערן געשמידט אין קייטן.
אין שטאדט האט מען איהר נאך נישט געקענט אריין פיהרן, ווייל די טויערן האט מען דארט נישט געטארט עפענען צום אריינלאזן, נאר ווען עס איז שוין געווען טאג, און זיי האבן שוין דארט איבער גענעכטיגט און געווארט ביז טאג.
דערווייל האט זיך דער דארפישער המון איינציגווייז זיך דערוואוסט, פון דער מורא'דיער ענדעקונג, און אלע האבן זיך געלאזט צו דעם הויז וואו די אלטע האט געוואוינט, זעהן איהר שאנדע.
מענער און פרויען, יונג און אלט, אלע האבן איהר געפלוכט, געזידעלט, - דו ביזט דאך רייך? דו האסט דאך אן אייגן הויז, א פעלד, א גארטן? פאר וואס האסטו דאס געטהון? מערדערן!
אבער די אלטע האט קיינעם נישט געענטפערט, און אפילו זיך נישט געפרובט צו פערטיידיגן און האט געשוויגן.
ו.
דער קרבן - יצחק ישורון

אריינפיהרנדיג די געבונדענע אין שטאדט, איז פארשטייט זיך געווארן א גרויסער רעש, און ווידער איז ווי אין די דערפער דאס זעלבע פארגעקומען.
א גאנצער המון זענען איהר נאך געלאפן, געפלוכט און געפרעגט נאר דאס איינע, ווי קומט דאס אז א פערמעגליכע פרוי זאל אזא מערדליכע זאך באגעהן?!
נאר די שטאדט לייט, זענען ווי עס ווייזט אויס געווען קליגער פאר די דארפישע, און אייניגע פון זיי האבן זיך צו איהר געווענדעט - אפשר האבן דיר די אידן צו דעם צוגערעדט? אפשר האבן זיי דיך געהייסן דאס מיידל ערמארדן, זיי זאלן זיך קענען בענוצן מיט איהר בלוט, צו זייערע ימים טובים?
די ווערטער זענען איהר גוט אריין אין קאפ. דער תירוץ, האט זי זיך געטראכט וועט נישט שלעכט זיין, און ווען מען האט איהר געבראכט פאר די ריכטער, האט זי זיך טאקע מיט דעם תירוץ בענוצט.
אויף זייער ערשטע פראגע, צו איז זי בעגאנגען דעם מארד, האט זי גאר נישט געפרובט לייקענען, און האט גלייך מודה געווען. נאר אויף זייער צווייטע פראגע פארוואס? וועלכע אורזאך האט איהר דערצו געבראכט? האט זי געענטפערט, אז א איד איז צו איהר געקומען און האט איהר אזוי געהייסן טהון.
- פאר וואס האסטו איהם געפאלגט? - האבען די ריכטער געפרעגט. - ווייל ער האט מיך געסטראשעט, אז אויב איך וועל איהם נישט פאלגן, אזוי וועט ער מיך ערמארדן, - האט זי געענטפערט.
- און וואו איז דער איד? ווי הייסט ער? - האבן די ריכטער ווייטער געפרעגט.
דא איז זי געבליבן צומישט, זי האט אינגאנצן קיין אידן נישט געקענט, און מיט זיי קייין פערקעהר נישט געהאט. דאך האט זי זיך גלייך דערמאנט, אין דעם נאמען פון א געוויסן רייכן איד, ביי וועלכן זי האט געליהען 50 גילדן אויף א משכון פון איהר'ס א קלייד, וועלכעס איז ווערט געווען א שיינע מטבע, און זי האט געענטפערט:
- יצחק ישורון הייסט ער!
- וועסטו איהם דערקענען? - האבן די ריכטער געפרעגט.
- יא! איז געווען איהר ענטפער.
דאן האבן די ריכטער געגעבן א בעפעהל, גלייך צו פערשליסן די טויערן פון געטא און ארעסטירן דעם איד, יצחק ישורון.
די אידן, האבן זיך דעמאלס שוין געהאט געפרייט דערמיט, וואס מען האט אנדעקט די אמת'ע מערדער פון דעןם מיידל, און דער חשד איז פון זיי אראפ.
האבן זיי זיך געטרייסט, און געדאנקט דעם באשעפער דערפאר, וואס זיי זענען אפגעקומען נאר מיט שרעק.
נאר גאר אומגעריכט, אין דער צייט ווען זיי האבן געדאוונט אין בית המדרש, איז דער געטא געווארן אפגעשלאסן, און דער איד יצחק ישורון ארעסטירט.
אז דאס האט א שייכות מיט'ן עלילת-דם, האבן אלע אידן ווי אויך ר' יצחק גלייך פערשטאנען, נאר אזא געמיינעם בלבול האט זיך קיינער נישט געקענט פארשטעלן.
קעגן איבער ר' יצחק'ן אין געריכט, איז געשטאנען א געמיינע פערדארבענע פרוי, אן א הארץ און מענשליכעס געוויסן, האט זי איהם רוהיג געזאגט גלייך אין די אויגן: - דו האסט מיר געהייסן ערמארדן דאס קריסטליכע מיידל.
- איך?! - האט ר' יצחק דערשראקן געפרעגט - ווי אזוי קענסטו אונפערשעמטע מערדערן, אזא נידערטרעכטיגן ליגנד, אויף דיינע פאלשע ליפן צו ברענגען?
- עס איז א אמת! - האט זי גאנץ קאלט אויף זיינע ווערטער געענטפערט.
- הארצלאזע מערדערן! איז דיר נאך וועניג וואס דו האסט דאס לעבן פון א יונג אומשולדיג מיידל צוגענומען, ווילסטו אויך מיר מיין לעבן צונעמען? - האט זיך ר' יצחק צווויינט.
זי האט געשוויגן.
- פאר וואס-זשע שווייגסטו? פאר וואס-זשע זאגסטו נישט דעם אמת? בערעכן זיך. - האט זיך ר' יצחק נישט אויפגעהערט ביי איהר צו בעטן - נישט נאר איך אליין וועל דערביי ליידן, נאר אויך מיין פרוי, מיינע קינדער, וואס וועלן זיי טהון אן מיר? ווער וועט פאר זיי זארגן?
- איך האב שוין איינמאל געזאגט דעם אמת, און איך זאג נאך א מאהל, - האט זי געענטפערט - דו האסט מיר נישט נאר געהייסן, נאר אויך געצוואונגען דעם מארד צו בעגעהן.
- אוי באשעפער - האט ר' יצחק פערבראכן די הענד.
- יא! - האט זי ווייטער פארגעזעצט, - דו האסט מיך געסטראשעט, אז אויב איך וועל דיך נישט פאלגן, וועסטו מיר ערמארדן, און יעצט לייד איך איבער דיר - האט זי זיך צווויינט...
די ריכטער, וועלכע זענען די גאנצע צייט רוהיג געזעסן, זיך צוגעהערט, און צוגעקוקט צו דער סצענע, האבן זיך יעצט אנגערופן:
- אויף אזא פאקט ביסטו, אויך, דער ווירקליכער מערדער, און דו וועסט בעשטראפט ווערן פאר דעם מארד, נישט זי די פרוי, וועלכע איז נאר געווען א ווערקצייג אין דיינע הענד, און האט צוליב מורא געטהון דאס, וואס דו האסט איהר בעפוילן.
א קאלטער שווייס האט בעגאסן ר' יצחק'ן דערשראקענע געזיכט, דאס בלוט איז איהם געווארן פערקיהלט אין זיינע אדערען, און אין קאפ איז איהם געווען דאס איינע געדאנק, ווי אזו קען ער געפינען אן אויסוועג זיך צו ראטעווען פון א זיכערן טויט. און זייענדיג צוטומלט פון די ריכטערס שארפע רייד, האט ער זיך אינגאנצן פערלוירן און ארויס געשטאמעלט:
- ליגנד זאגט זי! איך שווער ביי אלעס וואס איז מיר הייליג און טייער. ליגנד זאגט זי! איך האב דער פרוי קיין מאל נישט געקענט, קיין ווארט מיט איהר נישט אויסגערעדט, איך זעה איהר יעצט דאס ערשטע מאל אין מיין לעבן...
-חא, חא, חא! - האט די עמארדערן זיך עזות'דיג צולאכט - איהר הערט, הערן ריכטער?! - האט זי זיך צו זיי געווענדעט - דאס ערשטע מאל אין זיין לעבן זאגט ער, זעהט ער מיך יעצט, יא?! נו און ביי וועמען האב איך געליהען 50 גילדן, און איינגעלעגט דערויף אלס א משכון מיין קלייד וואס איז ווערט א שייע מטבע, ביי א אנדערן איד יצחק ישורון?!...
ר' יצחק האט זיך נאך אפילו געפרובט פערטיידיגן, אז אין זיין אויפרעגונג, האט ער דאס אינגאנצן פערגעסן, אבער די ריכטער האבן שוין וועניג וואס אויף זיינע טענות געקוקט, און אויף דעם גרונד פון זיין אבלייקענען, האבן זיי איהם פעראורטיילט צו איהם אנטהון שרעקליכע יסורים, ביז ער וועט זיך מודה זיין אין זיינע זינד.
ז.
די שרעקליכע יסורים

ביידע, ר' יצחק ווי אויך די מערדערן, זענען דערווייל געווארן ארעסטירט און צוטיילט אין בעזונדערע קאמערן. נאר אויפ'ן דריטן טאג, האט א וועכטער געעפענט די טיר פון דעם פינסטערן קאמער, וואו ר' יצחק איז געווען פערשפארט, און האט איהם ארויס געפירט אויפ'ן הויף פונ'ם געפענגעניש, וואו עס האבן שוין געווארט אלע ריכטער.
- מאכט איהם די "טורטורה"! - האבן זיי א קאמאנדעווע געטהון.
גלייך זענען צו איהם צוגעגאנגען דריי געזונטע לייט, האבן איהם פעסט געבינדן די הענד ארונטער, און אזוי נאך ביי די הענד, ארויף געשלעפט אויף א תליה, וועלכע איז געווען זייער הויך.
עס האט געדויערט אייניגע מינוטן, דער געהאנגענער האט געצאפלט, און זיך געווארפן אין דער לופטן, דאן האבן זיי מיט א מאל נאך געלאזט די שטריק
און ער איז אויגנבליקליך אראפגעפאלן, בעקומענדיג אזא שטארקן קלאפ פון וועלכן אלע זיינע גגלידער זענען איהם צוטרייסלט געווארן, און ער איז געבליבן ליגן אין חלשות.
אבער די מערדערליכע אינקוויזיטארן האט עס גאנץ וועניג געקימערט, און ווי נאר דער אומגליקליכער איד האט געעפענט זיינע אויגן, האבן זיי ווידער א באפעהל געטהון, און ער איז א צווייטן מאל ארויף געשלעפט געווארן אויף דער תליה, און מיט אמאל צוריק אראפגעווארפן געווארן, און דאן אויך א דריטן מאל.
די בלוט דורשטדיגע חיות, וועלכע האבן געהאט א פנים פון מענטשן, האבן געמיינט אז מיט זייער פייניגן און מאטערן וועלען זיי צווינגען ר' יצחק'ן ער זאל זיך מודה זיין, און אנערקענען פאר שולדיג, אבער זיי האבן א טעות געהאט.
דער באעשפער האט זיך דערבארעמט אויף דעם אונשולדיג געפייניגטן איד, ער האט איהם געגעבן קראפט, איבערצוטראגן די אלע מערדערליכע יסורים, און ר' יצחק האט נישט געוואלט אין די טרויעריגסטע מינוטן פון זיין לעבן, זינדיגן מיט זיינע ליפן, און מודה זיין אויף א זאך וואס ער איז איהם נישט בעגאנגען.
- נו זאל שוין זיין גענוג אויף היינט! פיהרט איהם צוריק! - איז געווען זייער לעצטע בעפעהל, און די וועכטער האבן איהם מיט א ווילדן צארן צוריק אריינגעווארפן אין זיין קאמער, א צוביילטן, און צושלאגענעם. אן שום הילף און רעטונג.
זייער צארן האט זיך אבער דערמיט נישט געשטילט, און זייעדניג אויפגעבראכט פון דעם אידנס הארטנעגיקייט, האבן זיי איהם אין פיהר טעג ארום, ווען זיינע וואונדן זענען נאך רעכט נישט געווען פערהיילט פון זיינע ערשטע יסורים, ווידער גענומען צו ארבעטן מיט דער בארבארישער "טורטורה".
- איך בין אומשולדיג! איך ווייס נישט פון קיין זאך! - האט דער אומגליקליכער איד געוויינט, און זיך געבעטן, אבער קיינער האט אויף איהם קיין רחמנות נישט געהאט. קיינער האט איהם נישט געענטפערט, אויסער איין באשעפער אין הימל, וואס האט צוגעהערט זיין געוויין, און ער האט אויך דאס מאל איבערגעטראגן זיינע יסורים.
די ריכטער זענען געבליבן דערשטוינט און פערוואונדערט זעהענדיג ווי ר' יצחק שטעהט אויס אלע שווערע ענויים, און איז דאך נישט מודה. זיי האבן שוין נישט געוואוסט וואס ווייטער מיט איהם צו טהון. דאן האבן זיי פארגעלעגט, די גאנצע געשיכטע מיט איהרע אלע איינצעלהייטען, פאר א אנדערן, נאך א העכערן געריכט פון זיי, יענע זאלן זייער מיינונג וועגן דעם ארויסזאגן.
ח.
דער איד ווערט נישט געבראכן

אין א שיינעם פרימארגן, האבן זיך פערזאמעלט אין דער געביידע פון דעם געריכט, 12 הויכגעשטעלטע לייט, פון ריכטער און הערשער, כמעט דער גרעסטער אדעל פון ראגוזא, און האבן נאך לאנג קלערן און פיהל וויכוחים בעשלאסן, צו נעמען דעם הארטנעקיגן איד, א דריטן מאל אויף דער טורטורה, און איהם פייניגן נאך שרעקליכער פון פריהער, ביז ער וועט מודה זיין אין דעם פארברעכן.
זייער פסק איז גלייך ערפילט געווארן.
צום ערשטן האט מען איהם געבונדן די הענד ארונטער, און אין זיי איהם אויפגעהאנגען אויף דער תליה, אזוי ווי ביים ערשטן און אנדערן מאל.
נאר נאכהער, כדי נאך שווערער און אונערטרעגליכער צו מאכן זיינע יסורים, האבן זיי געבראכט א גראבן שטיק האלץ, ווי ווייט מעגליך ברייט פוננאדער גענומען זיינע פיס, און צוגעבינדן זיי, איין פוס צו דעם ערשטן עק פון האלץ, און זיין אנדערן פוס צום צווייטן עק פון האלץ.
אזוי נאך האט דער געהאנגענער שוין נישט געקענט דערנעהנטערן איין פוס צום צווייטן, און האלטן ביידע צוזאמען כדי זיך דערמיט עפעס צו ראטעווען, און נישט גענוג וואס זיינע פיס האבן איהם יעצט נישט געקענט ארויס העלפן, האבן זיי איהם נאך ערגער, נאך שווערער געמאכט זיינע יסורים, ווייל די משא פון דעם האלץ צווישן זיינע פיס האט איהם אראפ געשווערט זיין גאנצן קערפער.
און דאן! אויסער די אלע אינקוויזיטארישע מעשים, האבן זיי איהם נישט געלאזט אפילו דעם אטעם כאפן, און אונצעהליגע מאל, ארויף געשלעפט און צוריק אראפגעשליידערט פון דער תליה. איין בראך נאך דעם אנדערן.
- גרויסער באשעפער פון רחמים און נקמה! - האט דער געפייניגטער איד מיט זיינע לעצטע כוחות געשריען - העלף מיר אין מיינע ביטערער נויט! לאז שוין זיין א ענדע צו מיינע אומזיסטע יסורים! קוק אראפ פון הימל, דו קנא ונקם! נעם נקמה פאר מיין שרעקליכן ווייטאג און צער! - האט ער ווי א פערוואונדעטער לייב, אויף דער תליה געברומט.
די אלע וואס זענען נעבן איהם געשטאנען, האט זיין שרייען גאנץ ווייניג גערירט, זיי האבן מיט א קאלטער גזלנישער אכזריות, איהם געענטפערט:
- עס וועט דיר דא גאר נישט העלפן, זיי זיך גלייכער מודה, מיר ווייסען אז דו האסט די פרוי צוגערעדט און געצוואונגען צו דעם מארד, געדענק! אויב נישט, וועסטו נאך הארטער בעשטראפט ווערן.
- ניין! - האט ר' יצחק ענטשלאסן אויסגעשריען. דאס וועל איך נישט טהון, איך בין אונשולדיג, און האב נישט אויף וואס מודה צו זיין.
- דאן וועסטו נאך מעהר געפייניגט ווערן! - האבן די ריכטער איהם געווארנט.
- זאל זיין אפילו ביז צום טויט! - האט ער זיי אפגעענטפערט - און דאן וועט דער באשעפער אין הימל, צווישן מיר און אייך משפט'ן.
די ריכטער האבן זיך צולאכט פון זיינע רייד, זיך פריילאך געמאכט איבער דעם אידנס צער און ווייטאג, אוןן ווייטער איהם געפייניגט.
א שעה צייט, האט געדויערט. די אומענטשליכע אינקוויזיטארן האבן זייער מערדעליכע ארבייט ווייטער פארגעזעצט. אבער זייער ציהל האבן זיי נישט דערגרייכט, דער אונגליקליכער איד האט דאך נישט געוואלט מודה זיין.
- צום טייוול! - האט איינער צום צווייטן געזאגט - דאס איז דאך גאר קיין מענטש נישט, עס איז דאך פארט אונמעגליך. אויף א נאטירליכן אופן, א גאנצע שעה צייט אזא טורטורה אויסצושטיין.
- נו זאל מען איהם אפשר שוין אפלאזן? - האט יענער געפרעגט.
- יא! - האבן אלע מסכים געווען, - נישטא מער קיין גרונד דעם אידן צו פייניגן. און מען האט דעם אויסגעמוטשעטן איד אראפגענומען פון דער תליה.
ט.
עס נעמט נישט קיין ענדע

אין אייניגע טעג ארום האבן די ריכטער ווידער זיך פערזאמלט, צונויפגענומען א אסיפה ווא עס זענען געווען איינגעלאדן, נאך אייניגע גאר הויכגעשטעלטע לייט, און צוזאמען זיך בעראטן וועגן דעם מארד.
דעם איד האבן זיי נישט געקענט, אינגאנצן אומברענגען, ווייל ער האט דאך דאס מיידל נישט ערמארדעט.
דער גוט בעזיצערן האבן זיי אויך נישט געקענט פעראורטיילן, ווייל זי טענה'ט אז זי איז דעם מארד בעגאנגען, נישט מיט איהר אייגענעם ווילן, נאר זייענדיג געצוואונגען פון דעם איד.
- וואס זשע זאלן מיר פארט טהון? - האבן די ריכטער געקלערט.
- לאמיר פרובן מאכן, אויך דער פרוי די טורטורה - האבן אייניגע פארגעלעגט - לאמיר אויך איהר אויפהענגען, אויף א גאנצע שעה ביי איהרע הענד, וועלן מיר זעהן, אויב זי וועט זיך מודה זיין, אז דעם מארד איז זי בעגאנגען מיט איהר אייגענעם ווילן, וועלן מיר דעם איד בעפרייען! טאמער נישט? וועלן מיר דעם איד נאך הארטער און שווערער פון פריהער פייניגן, ביז ער וועט זיך מודה זיין אין דעם פערברעכן.
- גוט! אויסגעצייכנט! - האבן אלע מסכים געווען, און גלייך זיך גענומען צו דער ארבייט.
די זעלבע יסורים וואס מען האט אנגעטהון ר' יצחק'ן האט מען אויך איהר דער מערדערן אנגטהון, ביז א שעה צייט. אבער צום אומגליק איז דאס אויסווארף געבליבן ביי איהרע פאריגע פאלשע טענות, אז דער איד האט איהר צו דעם מארד געבראכט.
דערזהענדיג אז די פרוי איז אויסגעשטאנען אלע ענויים, און געבליבן ביי איהרע ערשטע רייד, האבן זיי איהר אבגעלאזן, זיך צוריק גענומען צו דעם איד, און איהם געפייניגט נאך ערגער ווי ביז אהער.
ר' יצחקס כחות האבן זיך אבער איינציגווייז אויסגעלאזט, און ער איז שוין מער נישט אומשטאנד געווען אזעלכע אונמענשטליכע יסורים לעבעדיגערהייט איבערצוטראגן.
בעסער, האט ער זיך געטראכט, שוין נאכצוגעבן און מודה זיין, צומאכן איין מאהל פאר אלע מאל א ענדע, שטארבן! איידער אויסצושטעהן טאג טעגליך, אזעלכע ביטערע אטונערטרעגליכע יסורים.
אבער באלד האט ער זיך בערעכנט, ווען ער זאל ווירקליך אזוי טהון, וואלט ער דערמיט זיינע ברידער, אלע איבריגע אידן וואס וואוינען אין ראגוזא אונגליקליך געמאכט. און אט דער געדאנק האט א נייע נשמה אין איהם אריינגעבלאזן און איהם געשטארקט, אויף ווייטרע אויסצוהאלטן זיינע יסורים.
אין יענע מינוטן, איז ער גאר א אנדערער מענטש געווארן, און ווי א העלד זיך געווענדעט, מיט שטארקע רייד צו זיינע תליינים:
- וואס זשע מיינט איר? מיט אייער אונמעטשליך מיך מאטערן, מיט אייער אן רחמנות, מיר אנטהון די שווערסטע עינויים, וועט איהר מיך צווינגען מודה זיין, אויף אזא זינד וואס איך בין איהר נישט בעגאנגען? ניין! מיר האבן א גרויסן ג-ט אין הימל, וואס קוקט און זעהט דאס אלעס צו, ער ווייסט גוט ווער איז גערעכט! מיינט נישט, אז מיט מיין אייגענעם מענטשליכן כח, וואלט איך אומשטאנד געווען, אייערע פערשאלטענע יסורים איבערצוטראגן, ג-ט'ס פינגער איז דערביי! ער ראטעוועט און העלפט מיר אין מיין נויט, פונקט ווי ער האט געהאלפן דניאל'ן אין ליייבן גרוב.
די ריכטער זענען צוטומלט געווארן פוון זיינע רייד, דען דאס איז ווירקליך געווען אומנאטירליך, אזא מאטערן איבערצוטראגן. זיי האבן דעריבער בעשלאסן דאס כדי זיך נאך אמאל איבערצוצייגן, אין זייער ריכטיגער אורטיילן! אראפצונעמען ר' יצחק'ן פון דער תליה, און דער מערדערן צו סטראשן מיט וועלן טויטן.
- זיי זיך מודה פאר דיין טויט! - האבן זיי איהר געווארנט.
- זאג! האט דיך דער איד צו דעם מארד אנגערעדט און געצוואונגען?---
אבער ווי צורייצט פון צארן זענען זיי געווארן, ווען אויך דעמאלס פאר איהר טויט, האט די מערדערן זיך געהאלטן ביי דאס איהריגע, און נישט געוואלט מודה זיין דעם אמת.
דען האבן זיי זיך שוין אויף ריכטיג איבערצייגט אז איהרע רייד זענען אמת, אז דער איד האט איהר ווירקליך דערצו געבראכט. נאר דאס וואס ר' יצחק, האלט אויס אלע יסורים אזוי אומנאטירליך, האבן זיי נישט אנדערש פערשטאנען, נאר אז ער איז א מכשף.
זיי האבן דעריבער ראשית נישט צוגעלאזט צו איהם קיין שום אידיש מאכל, אויסער טריפות, נאהער האבן זיי איהם אפגעשוירן זיינע האר און נעגל, און זיי האבן איהם אנגעטהון אין אנדערע קליידער, און איהם איבערגעפיהרט אין א אנדערן קאמער, וואו עס זענען צו איהם געקומען אלעמאל גייסטליכע און האבן אויסגערויכערט פערשידענע געווירצן, און האבן איהם בעשוואוירן מיט אונצעהליגע נעמען פון זייערע הייליגע, כדי צו פערטרייבן פון איהם דעם כח פון זיין כישוף וואס ער האט לויט זייער מיינונג ביי זיך געהאט.
אבער דאס אלעס, האט ווי עס שיינט זיי גאר נישט געהאלפן, און ווען זיי האבן איהם נאך אמאל געפייניגט מיט דער טורטורה, און ער האט זיך אלץ נישט געוואלט מודה זיין, האבן זיי בעשלאסן ווידער צונויפרופן א זיצונג צו בעקלערן וואס זאלן זיי דאך טהון, מיט דער מערדערן און מיט ר' יצחק'ן?!
דערווייל האט מען ר' יצחק'ן פערשפארט, א צעבלוטיגטן, א פערוואונדעטן אין אן אונטער ערדישן הייל, וואו עס איז געווען א לאך אנשטאט א פענסטער, און דורך דעם לאך איהם דערלאנגט ברויט מיט וואסער.
י.
דער שולדיגער איז זיך מודה

נישט וועניגער צרות פון ר' יצחק'ן זענען אויסגעשטאנען דורך דער גאנצער צייט, די איבריגע אידן אין ראגוזא.
עס איז נישט פערביי א טאג, אז דער גאסן המון, זאל נישט האבן בעפאלן איינעם אדער מעהר אידן, און זיי געפעהרליך פערוואונדעט, מיט א מעסער אדער מיט א שטיק אייזן.
די אידן זענען געווען אזוי ווי ארעסטאנטען פערשפארט אין זייערע הייזער , מורא האבנדיג זיך ארויסצוווייזן אויף דער גאס.
און אויך דארט, זענען זיי קוים מיט'ן לעבן געווען זיכער, ווייל נישט איין מאל איז פארגעקומען, אז דער המון איז זיי בעפאלן, צוראבירט און א תל געמאכט פון זייער האב און פארמעגן.
דער גורל פון דעם געפאנגענעם ר' יצחק, איז אויך זייער גורל געווען. און ווען ר' יצחק וואלט צום טויט פעראורטיילט געווארן, און זיין שולד וואלט ווירקליך בעוויזן געווארן, דאן וואלטן זיי און זייער לעבן אזוי ווי שאף צו דער שחיטה הפקר געווארן.
די גאנצער ראגוזער בעפעלקערונג האבן נישט אנדערש פארשטאנען און געגלויבט, נאר אז די אידישע קהלה האבן נאך פון פריעהר געוואוסט פון דעם מארד און ר' יצחק איז געווען זייער שליח.
טאג און נאכט זענען באוואפענטע וועכטער ארומגעגאנגען נעבען דעם געטא און געהיט די אידן אז זיי זאלן זיך נישט ארויסגנב'נען און אנטלויפן.
עס האט נישט געהאלפן די אידן זייער שרייען און בעטן, ביז ווי לאנג נאך וועט איהר אונז פייניגן און מוטשען? מיר זענען דאך איירע אונטערטאהנען, און טראגן אויף זיך מעהר פליכטן פון אלע אנדערע איינוואוינער!... נאר קיינער האט זיי נישט געענטפערט, קיינער האט זיי נישט געהערט, פארקעהרט, זיי האבן נאך ארעסטירט אנדערע אידן דערפאר, וואס זיי האבן געפרובט בעטן און זיך מיהען פאר דעם אונשולדיגן ר' יצחק'ן.
דערווייל איז אנגעקומען דער בעשטימטער טאג, ווען דער זיצונג האט זיך געדארפט בעראטן, און ארויסגעבן דעם לעצטן אורטהייל וועגן דעם מארד.
פאר דער געביידע פונ'ם געריכט, אויפ'ן גאס, זענען געשטאנען א גרויסער המון, און האבן געווארט אויפ'ן פסק.
אלע זענען זיי געווען זיכער אין דעם אידנס שולד, און זענען געווען גרייט אויף דעם ערשטן וואונק אדער געשריי, צו בעפאלן דעם אידישן געטא, אונברענגען אלע אידן פון יונג ביז אלט, און מאכן א תל פון זייער הייזער און פערמעגן.
דאגעגן די אידן האבן אין דער זעלבער צייט, פערבראכט אין בית המדרש מיט געוויין און געבעט. פרויען און קינדער, האבן זיך געפייניגט און האבן געפאסט.
יענער טאג איז געווען זייער יום הדין, אין וועלכן עס האט האט געהאנגען דאס ענטשיידונג, פון זייער לעבן אדער טויט.
ענדליך, נאך לאנג זיך בעראטן, וואו אייניגע האבן פארגעלעגט, מען זאל ר' יצחק'ן דעם קאפ נעמען, אנדערע - מען זאל איהם אויפהענגען, און אנדערע - מען זאל איהם אינגאנצען בעפרייען, האבן זיי אלע אנגענומען אזא בעשלוס:
קיין בלוט זאלן זיי נישט פערגיסן, נאר מען זאל ארויספיהרן דער מערדערן צו דער תליה, בינדן איהר, די הענגער זאלן שטיין, אלעס זאל זיין פארבערייט נישט אזוי ווי דאס ערשטע מאל, ווען זי אליין האט דאס לייכט געקענט פערשטעהן, אז דאס סטראשעט מען איהר נאר.
און דאן פאר איהר טויט, זאלן די גייסטליכע פרובן ווירקן אויף איהר, זי זאל זאגן דעם אמת, צו האט איהר ווירקליך דער איד צו דעם מארד געצוואונגען?
וועט זי דאמאלס אפלייקענען איהרע רייד? זאל זי פעראורטיילט ווערן, און דער איד זאל בעפרייט ווערן, אויב נישט? זאל דער איד פעראורטיילט ווערן, און אלע זיינע ברידער, די איבריגע אידן, זאלן איבערגעגעבן ווערן אין די הענד פון דעם המון.
זייער בעשלוס איז גלייך אויסגעפיהרט געווארן, און פאר די אויגן פון דעם גאנצן המון, האט מען אויפגעשטעלט א תליה, און דער מערדערן אהין צוגעפירט.
דאן זענען צו איהר צוגעגאנגען צוויי הענגער, אין רויטן געקליידעט, און האבן אויף איהר האלז ארויפגעווארפן די פעטליע, די מערדערן האט איינגעזעהן אז יעצט איז נישט קיין שפילכל, נאר דא געהט מען מאכן א ענדע צו איהר לעבן, האט זי זיך שטארק צווויינט, פאר חרטה.
- עפן דיין מויל! - האט א גייסטליכער זיך צו איהר געווענדעט, - ענטפער! האסט נאך צייט תשובה צו טהון, און דיין נשמה וועט קענען געלייטערט ווערן, אויף יענער וועלט וואו דו געהסט יעצט אוועק, זיי מודה! איז אויך דער איד פערמישט געווען אין דיין שרעקליכע מארד?
דעם גייסטליכנס ווערטער האבן אויף דער מערדערן געווירקט, און זי האט מיט א ציטעריג קול געענטפערט:
- פאר ג-ט, און פאר מענטשן, בין איך זיך מודה ומתודה, איך האב געזאגט ביז יעצט ליגנד, דער איד איז אינגאנצן אונשולדיג, איך האב דאטס מיידל ערמאדעט, פון מיין אייגענעם ווילן.
ווען אזוי!... האבן די ריכטער אויסגעשריען - בעפרייט! און בעט פערצייהונג ביי דעם אונגליקליכן איד, יצחק ישורון, זיין אונשולד איז קלאר בעוויזן.
-הורא! הורא! - האט דער המון אויסגעשריען.
- זאל לעבן די גערעכטיקייט!
די מערדערן איז געווארן אויפגעהאנגן, רבי יצחק'ן האט מען גלייך בעפרייט, פון דעם אונטער ערדישן הייל, און גענומען איהם היילן.
און די אידן האבן פרייער אבגעאטעמט!
כן יאבדו כל אויבך ה'
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1941
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: ספורי צדיקים לחג הפסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

היינט זענען שוין אויך די גוטע יודן מסכים אַז משיח דאַרף שוין קומען
ווען רבי אברהם אלימלך מקאַרלין זצוק"ל האָט דעמאָלט באַזוכט אין ירושלים ביי זיין עלטער פעטער הרה"ק רבי מנחם נחום מראַכמיסטריווקא זצוק"ל, האָט אים רבי נחומ'טשע דערציילט דאָס פאָלגענדע:
אַמאָל איז געווען אַ דאָרפסמאַן וועלכער האָט נישט געוואוסט וויאַזוי מען פּראַוועט אַ סדר פסח ביינאַכט, האָט אים זיין ווייב געזאָגט אַז ער זאָל קויפן אַ הגדה מיט עברי טייטש, וועט ער קענען אָפּרעכטן אַ סדר ווי עס ברויך צו זיין.
פסח ביינאַכט האָט זיין פרוי אָנגעהויבן זאָגן די הגדה און ער האָט נאָכגעזאָגט די גאַנצע צייט, אַזוי איז אַריבער דער גאַנצער סדר נאַכט. ווען זיי זענען אָנגעקומען צו "לשנה הבאה בירושלים" האָט די פרוי אָנגעהויבן וויינען. האָט איר מאַן איר געפרעגט פאַרוואָס זי וויינט. האָט זי געענטפערט אַז דאָ שטייט אַ ביטערע גזירה אַז קומענדיגן יאָר וועלן מיר גיין קיין ירושלים. מיר וועלן דאַרפן איבערלאָזן אונזער קו פון וואָס מיר האָבן מילך, הינדלעך, אייער וכדו'. האָט איר מאַן איר באַרואיגט: זאָרג זיך נישט מיר האָבן ב"ה צדיקים "גוטע יודן", וועלכע זענען מבטל אַלע שלעכטע גזירות, זיי וועלן אויך מבטל זיין די גזירה מיר זאָלן נישט דאַרפן גיין קיין ירושלים...
אַזוי האָט הרה"ק רבי נחום מראַכמיסטריווקא דערציילט, און אויסגעפירט: אָבער היינט זענען שוין אויך די גוטע יודן מסכים אַז משיח דאַרף שוין קומען, ער מעג שוין קומען און ער מוז שוין קומען! (ילקוט מאורי אור עמ' רמא מפי הרה"ח ר' אלעזר בריזל).
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”