פרשת וארא - כח היחיד!

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

פרשת וארא - כח היחיד!

תגובהדורך שלום ואחדות » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 4:23 pm

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

לעצטע וואך אין די פרשה דערציילט אונז די תוה"ק איבער די שרעקליכע צרות און מוטשענישן וואס די אידישע קינדער זענען אריבער אין גלות מצרים, אויך געפינען מיר איבער די געבורט פון דער מושיען של ישראל, ווען בשעת די אלע צרות גייען נאָך אָן טוט הקב"ה צוגרייטן די ישועה פאַר זיינע קינדערלעך און דער רבי פון כלל ישראל ווערט געבוירן. דערנאך לערנען מיר ווי די שווערע שעבוד וואס ליגט אויף די בני ישראל לאָזט נישט נאָך, פרעה האט נאך שווערער געמאכט פאר די אידן און די צרות גייען אָן מיט א פעסטקייט. דער מצב איז געקומען דערצו אז דער צער און פיין קרעכצט זיך ארויס פון די אידישע נשמות, זייער געשריי ווערט דערהערט און די ישועה איז שוין אויפ'ן וועג.

משה רבינו קומט צו די אידן מיט די פרייליכע בשורה: דער באשעפער פון אונזערע עלטערן האט געהערט דעם צער פון זיינע לעכטיגע קינדער, און השי"ת וויל זיי אויסלייזן. משה רבינו ווייזט פאר די אידישע קינדער אותות און צייכענעס וואס הקב"ה האט אים באפוילן צו ווייזן, און דערנאך זאגט אונז די תורה (שמות ד לא): וַיַּאֲמֵן הָעָם וַיִּשְׁמְעוּ כִּי פָקַד ה' אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְכִי רָאָה אֶת עָנְיָם וַיִּקְּדוּ וַיִּשְׁתַּחֲוּוּ - "דאס פאלק האט געגלייבט און געהערט אז דער באשעפער האט געדענקט די אידישע קינדער און ער האט געהערט זייער פיין און זיי האבן זיך געבוקט." כלל ישראל האט ענדליך באַקומען א האָפענונג נאָך אזויפיל יארן פאַרוואָרפן אין מצרים, און זיי האבן געגלייבט אז זיי גיען אויסגעלייזט ווערן.

ווי נאר מען מאַכט אויף די וואכעדיגע פרשה באגעגענען מיר זיך מיט די באקאנטע פסוק וואס רייסט ביים הארץ (שמות ו ט): וַיְדַבֵּר מֹשֶׁה כֵּן אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל מֹשֶׁה מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה – "משה רבינו האט גערעדט צו די אידן, אבער די אידישע קינדער האבן זיך נישט צוגעהערט צו משה רבינו צוליב זייער שווערע ארבעט."

לכאורה פרעגט זיך, אויב האט כלל ישראל געזען די אלע וואונדערליכע אותות און געהערט די הייליגע ווערטער פון משה רבינו, און ווי די תורה איז מעיד האבן זיי באמת 'געגלייבט' אז דער באשעפער וועט זיי אויסלייזן, ווי אזוי קען זיין אז ווען משה רבינו איז נאכאמאל געקומען צו זיי האבן זיי מער נישט אויסגעהערט?

בפשטות לערנט מען אז וויבאלד פרעה האט פארשווערט די ארבעט פאר די אידן האבן זיי נישט געהאט קיין כח אויסצוהערן, אבער דאָך איז שווער, ווי אזוי האט די ביסל שווערע ארבעט וואס מען האט צוגעלייגט געקענט צוברעכן זייער שטארקע אמונה, זיי זענען דאך שוין געווען אזויפיל יארן אין מצרים און פונדעסטוועגן האבן זיי געגלייבט באמונה שלימה, איז וואס האט יעצט פאסירט?

אזוי אויך דארף מען אריינקלערן אין דעם וואס מיר טרעפן אין די וואכעדיגע פרשה אז איידער משה רבינו גייט צו פרעה רעכנט די תורה אויס די ראשי בית אבותם - אֵלֶּה רָאשֵׁי בֵית אֲבֹתָם בְּנֵי רְאוּבֵן בְּכֹר יִשְׂרָאֵל חֲנוֹךְ וּפַלּוּא חֶצְרוֹן וְכַרְמִי אֵלֶּה מִשְׁפְּחֹת רְאוּבֵן. און אזוי ווייטער. לאמיר זיך אפשטעלן און אריינטראכטן, ווי קומט עס דא? און אזוי פרעגט זיך פיל נאך, לאמיר זיך פארטיפן אינעם וואכעדיגע מיטן ציל ארויסצונעמען בסייעתא דשמיא די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

כדי צו פארשטיין אונזער שמועס איז כדי זיך אָפצושטעלן און באטרכאטן ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען דאס לעבן אין מצרים, פארשטייט זיך נאר לשבר את האוזן. אין די וועלט טרעפט מען צוויי קעגנזייטיגע וועגן ווי אזוי רעגירונגען ווערן געפירט. ס'איז פאַרהאַן לענדער אין דער וועלט, וואס מען רעכנט זיך שטאַרק מיט די געפילן און די רעכטן פון יעדן יחיד. די געזעצן פונעם לאַנד זענען אויסגעשטעלט אז יעדער אינדיווידועל זאל זיין פריי און האבן יושר'דיגע רעכטן, און מען קען נישט אוועקנעמען די רעכטן אפילו אויב פאר'ן לאנד וואָלט געווען בעסער אז מען בא'עולה'ט א יחיד.

פון די אנדערע זייט איז פארהאן געוויסע רעגירונגען, ווי למשל אין קאמוניסטישע לענדער אדער אין די אראבישע לענדער, וואו אלעס ווערט געפירט נאר מיט'ן "רבים", מען רעכנט זיך בכלל נישט מיט יעדן אינדיווידועלן יחיד, און מען קען מקריב זיין די רעכטן פון איין מענטש, אדער אפילו אסאך מענטשן, אזוי לאנג ווי עס איז פאר די טובה פון דער רעגירונג (אדער בעסער געזאגט פאר די טובה פון די רעגירונגס פירער). מען קוקט נאר אויף די גרויסע פאַפולאציע און אַן אינדיווידועלער יחיד שפילט נישט קיין שום ראלע.

להבדיל אלף אלפי הבדלות ווען ס'קומט צו אונזער הייליגער פאלק ישראל פירן מיר זיך גאנץ אנדערש, מיר באשטייען פון ביידע יסודות צוזאמען. פון איין זייט ווייסן מיר אז מיר פאַרמאָגן דעם געוואלדיגן כח פון א 'רבים', און יעדער איד מוז זיך צושטעלן צום גרויסן בילד פון כלל ישראל. אבער פון דער אנדערער זייט פארמאגט יעדער 'יחיד' א געוואלדיגער חשיבות, און מען קען נישט מקריב זיין דעם יחיד פאר'ן כלל. ווי מיר געפינען פאקטיש אין הלכה, אז אויב די גויים באלאגערן א אידישע קהילה, און זיי פארלאנגען מען זאל זיי ארויסגעבן איין מענטש צו
הרג'ענען, טאר מען נישט ארויסגעבן אפילו איין מענטש כדי צו ראטעווען דעם ציבור.

פון איין זייט זענען מיר איין גרויסע משפחה, מיר זענען אַן עם סגולה, אַן אויסדערוועלטע פאָלק וואס שטייט אינאיינעם מיט'ן כח הציבור. און פון די צווייטע זייט זענען מיר אלע 'יחידי סגולה', יעדער אינדיווידועל איז א גאנצער וועלט פאר זיך, און קיין שום איד'ס חשיבות ווערט נישט פארמינערט פון דעם וואס ער באלאנגט צום גרויסן כלל, אדרבה דאס מאכט יעדן יחיד פיל שטערקער, ווי מיר זעען אין חז"ל אז כל ישראל ערבים זה לזה, יעדער יחיד איז פאראנטווארטליך פאר'ן צווייטן.

דערפאר טרעפן מיר אין חז"ל ביידע בחינות. פון איין זייט ווייסן מיר אז א מענטש דארף זאגן בשבילי נברא העולם. און אזוי זעען מיר אין די משנה סנהדרין: לפיכך נברא אדם יחידי, ללמדך, שכל המאבד נפש אחת מישראל, מעלה עליו הכתוב כאלו אבד עולם מלא. וכל המקיים נפש אחת מישראל, מעלה עליו הכתוב כאלו קיים עולם מלא. - "אדם הראשון איז געבוירן געווארן איינער אליין, צו ווייזן אז ווער עס מאכט פארלירן איין אידישע נשמה איז ווי ער וואלט געמאכט פארלירן א גאנצע וועלט, און ווער עס ראטעוועט איין אידישע נשמה איז ווי ער וואלט געראטעוועט די גאנצע וועלט."

פון די אנדערע זייט דארפן אסאך פון אונזערע הייליגע זאַכן געטון ווערן דוקא בציבור, מיט א רבים. כדי צו דאווענען און זאגן א דבר שבקדושה דארף מען האבן א גאנצער מנין, איינער אליין איז נישט גענוג. אבער דער יחיד בלייבט ווייטער מיט דעם זעלבן חשיבות, אויב אפילו איינער פון דעם מנין גייט אוועק, איז קיין מנין מער נישט פארהאן, ווייל א מנין איז נישט בלויז איין גרויסע מנין, נאר עס באשטייט פון צען באזונדערע יחידים, און יעדער געבט צו אַן עקסטערע חשיבות.

א ספר תורה האט שישים ריבוא אותיות קעגן גאנץ כלל ישראל, אבער אויב עס פעלט אפילו איין קליינע אות איז דער ספר תורה פסול, מען קען נישט זאגן, כ'האב דאך 599,999 כשר'ע אותיות, וואס איז איין אות וויכטיג? ניין, יעדער אות געבט צו איר אייגענעם טעם און חשיבות און באדייט צו די תורה, וואס אָן דעם איז די ספר תורה נישט גאנץ ח"ו.

לאמיר יעצט א קוק טון ווי אזוי עס האט זיך געפירט אין מצרים אונטער די הערשאפט פון פרעה הרשע. אין מצרים איז דער קולטור געווען אז די גאנצע לאַנד איז משועבד צום קעניג. פרעה האט געהאט צענדליגער טויזנטער קנעכט וועלכע האבן אים אלע געדארפט דינען. אין דעם מצרי'שן קולטור האבן טויזנטער מענטשן געבויט טורעמעס און פיראמידן, וואס אין יענע צייטן איז דאס געווען גאר א שווערע פראיעקט, און פילע מענטשן זענען געשטארבן ווי די פליגן. די אידישע קינדער זענען געווען פאַרשקלאַפט ביי פרעה, און זייער לעבן האט נישט געהאט קיין שום ווערד אין זיינע אויגן. מען האט אריינגעבויט קינדער אין וואַנט און געשלאָגן אידן מיט מכות רצח ווייל א מענטש האט נישט געהאט קיין ווערד אין פרעה'ס אויגן. ער האט בלויז געדארפט דעם 'רבים', דעם גרויסן כח פון בויען בנינים און פאלאצן, אבער קיין שום יחיד האט נישט געהאט קיין חשיבות.

ווען פרעה האט מורא געהאט אז דער מושיען של ישראל וועט געבוירן ווערן, האט ער געהייסן אלע קליינע יונגלעך אריינווארפן אין וואסער, ווייל דער מציאות פון א יחיד איז געווען א סכנה פאר אים. ער האט מורא געהאט פון דעם איינעם איד וואס וועט זיך אויפשטעלן און זאגן 'ניין'. נאכמער, אין די ספרים הקדושים ווערט געברענגט אז פרעה, איז די אותיות 'העורף' (דער גענאַק) ווייל אויפ'ן פנים קען מען זען אז יעדער איז אנדערש, כשם שפרצופיהן שונות כך דעותיהן שונות. אבער פרעה האט נישט געקענט איינזען אז יעדער יחיד האט זיך זיין אייגענע אויסזען און אייגנארטיגע צורה, און דערמיט קומט אז יעדער יחיד האט אַן אייגנארטיגע תפקיד. ביי אים איז דאס בלויז געווען א גרויסער ציבור וואס דינט זיינע אינטערעסן.

אזוי אויך געפינען מיר אז פרעה איז אותיות 'פה רע', א שלעכט מויל, ווייל אויסער דעם אויסזען פון א מענטש וואס יעדער איז אייגנארטיג, איז דער קול פון יעדן מענטש אויך אייגנארטיג. ביי פרעה איז אוועקגענומען געווארן די 'שטימע' פון דעם יחיד. מיר זעען טאקע אין די פסוקים אז די אידן האבן געקרעכצט און געשריגן, און מיר זעען נישט אז זיי האבן 'גערעדט', ווייל א דיבור איז ביי יעדן אנדערש. יעדער האט אַן אייגנארטיגע קול און אַן אייגנארטיגע מיינונג און אייגנארטיגע ווערטער ווי אזוי עס אויסצודרוקן. אין מצרים איז דער קול פון דעם יחיד געווען דערשטיקט. ס'איז נאר געווען דער גרויסער קרעכץ און געשריי פון גאנץ כלל ישראל וואס האט שוין נישט געקענט אויסהאלטן די צרות.

דערמיט איז געוואלדיג די הייליגע פסוקים: אין פרשת שמות טרעפן מיר: ויקם מלך חדש אשר לא ידע את יוסף – יוסף איז מרמז אויף אייגנארטיגקייט, ער האלט זיך שטארק אין מצרים און איז שטאלץ מיט זיך. דער נייער פרעה האט נישט געוואלט וויסן פון קיין אייגנארטיגקייט און אינדיווידועליטעט. און דערפאר ווען יוסף איז נפטר געווארן און דער גאנצער דור פון הייליגע יחידים איז מיטגעגאנגען מיט אים, האט פרעה געוואלט אריינשלעפן די אידן אין דעם מצרי'שן שמעלץ טאָפ, און צוברענגען אז יעדער יחיד זאל פארלירן זיין אידענטיטעט.

מיט דעם פארשטייען מיר אז ווען משה רבינו איז געקומען צו פרעה און פארלאנגט אז ער זאל ארויסלאזן די אידן, האט ער צוריקגעענטפערט: וַיֹּאמֶר פַּרְעֹה הֵן רַבִּים עַתָּה עַם הָאָרֶץ וְהִשְׁבַּתֶּם אֹתָם מִסִּבְלֹתָם - "דאס פאלק איז דאך אזוי גרויס, און איר גייט זיי שטערן פון די ארבעט." ביי פרעה האט נאר עקזיסטירט דער 'רבים', דער גרויסער פאלק וואס בויט אים בנינים און שטעלט אים צו וואַנעס פון בלוט ר"ל. דאס וואס יעדער יחיד ליידט נעבעך האט אים בכלל נישט געקימערט. דערמיט ברענגט די תורה ארויס ווי פרעה האט פרובירט אויסצורייסן דעם 'יחידות' און הערליכע אייגנארטיגקייט פון יעדן מענטש. ער האט געוואלט די אידן מאכן פארגעסן פון זייערע הייליגע זיידעס, אברהם יצחק און יעקב, די שבטי קה, די זקנים, די אלע 'יחידים' וואס מיט זייער גרויסן כח האבן זיי אנגעהאלטן די אידישע אידענטיטעט און זיכער געמאכט אז יעדער איד ווייסט אז ער איז א איד. ניין, האט פרעה געזאגט, "רבים עתה עם הארץ", ס'איז א רבים, איך טראכט נישט פון די יחידים.

דער אור החיים הקדוש זאגט אויפ'ן פסוק מקצר רוח: אולי כי לצד שלא היו בני תורה לא שמעו, ולזה יקרא קוצר רוח כי התורה מרחבת לבו של אדם "אפשר ווייל זיי האבן נאכנישט געהאט די תורה האבן זיי נישט צוגעהערט, און דערפאר הייסט עס 'קוצר רוח', א קורצע גייסט, ווייל די תורה פארברייטערט די הארץ פונעם מענטש." לויט ווי מיר שמועסן שטימט עס בדרך רמז מורא'דיג געשמאק. די אידן האבן נאכנישט געהאט די תורה, האבן זיי נאכנישט געוואוסט ווי יעדער איינציגער איד פארמאגט אזא חשיבות און אייגנארטיגקייט, ווי יעדער איד פארמאגט א אות און א חלק אין די הייליגע תורה, דערפאר זענען זיי דערשראקן געווארן פון פרעה'ס ווערטער, צוזעענדיג און ווערנדיג נשפע פון די מצריים אז יעדער יחיד טראגט חלילה נישט קיין חשיבות.

אין מדרש שטייט אז משה רבינו האט געפאשעט שאָף, און איין שעפעלע איז אנטלאפן. משה רבינו איז אים נאכגעלאפן ביז דער שאָף איז אנגעקומען צו א טייך און האט זיך געשטעלט טרינקען. משה רבינו האט דאן געזאגט: איך האב נישט געוואוסט אז דו ביסט דארשטיג און מיד! און משה האט ארויפגעשטעלט דעם שאף אויף די אקסלען און צוריקגעגאנגען. האט דער באשעפער געזאגט: אויב דו האסט רחמנות אויף א שעפעלע, קענסטו פאשען מיינע קינדערלעך.

דער באשעפער האט דא געזאגט פאר משה: אויב דו קענסט איינזען די חשיבות פון יעדע 'איינציגע' שעפעלע, ביסטו פאסיג אלס מנהיג פון כלל ישראל. ווען דו האסט געפאשעט די שעף, האסטו נישט געזאגט, וואס גייט מיך אָן אז איין שעפעלע אנטלויפט? איך האב דאָך א גאַנצע סטאדע זיך אָפצוגעבן. אבער ניין, דו ביסט נאָכגעלאָפן דעם איינציגן שעפעלע און זיכער געמאַכט אז ער באקומט זיינע געברויכן. דערפאר קענסטו ארויסנעמען די אידן פון די קליפה פון מצרים, וואו יעדער אינדיווידועל ווערט דערשטיקט און אונטערדריקט אָן רחמנות, און זיי אריינברענגען אין א נייע וועלט פון תורה און עם סגולה, וואו יעדער איד איז א קליינע וועלט פאר זיך, כאטש ער איז א טייל פון א גרעסערע פאלק.

אין דער מצרי'שער לאַנד האט א קנעכט נישט געהאט קיין נאמען. קיינער האט נישט געדארפט וויסן ווי אזוי ער הייסט, ווייל ער האט נישט געטראָגן קיין חשיבות. אבער יעצט זאגט דער באשעפער, איך וועל אויסרעכענען די נעמען פון כלל ישראל, טאקע כדי צו ווייזן אז פון היינט און ווייטער טראגט יעדער איד א חשיבות. און דערפאר, נאך איידער מען גייט צו צו די מכות און צו די גאולה פון מצרים, מוז מען אויסרעכענען אלע נעמען, צו וויסן אז דא הייבט זיך יעצט אָן א נייע תקופה ביי כלל ישראל. פון היינט און ווייטער איז יעדער יחיד א 'ראש בית אב'. יעדער איד איז א טאטע אדער א מאמע פון א גאנצע משפחה, יעדער איד א משפיע און א פירער.

ברידער, היינט זענען מיר שוין טאקע אויסגעלייזט פון מצרים, אבער ס'איז גרינג צו פארגעסן אז יעדער מענטש איז א יחיד. אסאך מאל קען מען שפירן ווי מען איז בלויז א 'נומער', נאך א באשעפעניש אין א ריזיגע קהילה אדער שטאט, און מען טראגט נישט קיין באזונדערע חשיבות. אין די טעג, דורכאויס די שובבי"ם פרשיות פון שעבוד מצרים, דארפן מיר געדענקען אז 'ואלה שמות', יעדער איד טראגט אַן אייגענער נאמען. יעדער איד איז אַן אות אין די תורה, יעדער מענטש איז אַן עולם מלא מיט אייגנאַרטיגע טאלאנטן, כשרונות, שאיפות, געדאַנקען, מיינונגען, שטאַרקייטן, שוואַכקייטן, חברים, משפחה - א גאנצע אוניווערס!

א טאטע האט אמאל געשיקט זיין זון, משה יענקל, לערנען אין ישיבה אין א ווייטן שטאט. איין טאג האט זיך אים פארגלוסט צו גיין באזוכן זיין זון אין ישיבה און שעפן נחת ווי זיין בחור'ל זיצט און הארעוועט. ער פארט ארויס דעם ווייטן וועג און די גאנצע צייט האט ער שוין שטארק ארויסגעקוקט צו טרעפן זיין זון. אין זיין קאָפ האט ער זיך שוין אויסגע'משל'ט ווי זיין טייערן בחור זיצט איבערגעבויגן איבער די גמרא אין א העפטיגע ריתחא דאורייתא מיט זיין חברותא.

דער איד קומט ענדליך אָן אין ישיבה, ער קומט אריין אין גרויסן היכל און ער קוקט זיך ארום. עס זיצן הונדערטער בחורים און לערנען מיט א געשמאק, ער קוקט און קוקט אבער 'איין' בחור איז נישט דארט - זיין זון. ער גייט צו צו איינעם פון די בחורים און געבט א פרעג, "זאג נאר, וואו איז משה יענקל עפשטיין?" דער בחור האט נישט געוואוסט אז דאס איז משה יענקל'ס טאטע, און ער האט געענטפערט מיט א תמימות: "משה יענקל שלאָפט יעצט." דער טאטע איז געווארן זייער צובראכן, און איז צוגעגאנגען צום ראש ישיבה און געפרעגט, "וואו איז משה יענקל עפשטיין?"

און דער ראש ישיבה ענטפערט, "איך ווייס נישט, מסתמא שלאָפט ער." פרעגט דער טאטע, "וואס הייסט, פארוואס לאזט מען א בחור שלאפן אינמיטן סדר?" ענטפערט דער ראש ישיבה: "קוקט אהער, איך האב א גרויסע ישיבה פון הונדערטער בחורים, יעדער איינער זיצט און לערנט. איין בחור פעלט, נו, נישט געפערליך…"

דא האט דער טאטע זיך נישט געקענט איינהאלטן און געגעבן א שריי אויס: "יא, דא אין ישיבה איז ער טאקע איינס פון הונדערטער בחורים, אבער ביי מיר איז ער איין טייערע באליבטע קינד מיינע! ביי מיר איז ער אַן אויסדערוועלטער קינד, איך טראכט פון אים א גאנצן טאג, און איך קוק ארויס אויף זיין הצלחה; וואס העלפט מיר אז די גאנצע ישיבה קנאקט אוועק אויב מיין אייגן קינד איז נישט דא?!"

טייערע ברידער! דער נביא זאגט: שׁוּבוּ 'בָּנִים' שׁוֹבָבִים ביים הייליגן באשעפער איז יעדער איד אַן איינציג קינד. יעדער איד איז א יחיד, אַן אומשאצבארע דיאמאנט וואס טראגט אַן אייגענע תפקיד וואס קיין שום אנדערער מענטש קען נישט ערפילן. "מיר זענען נישט בלויזע ציפערן און נומערן אין א ריזיגע וועלט, מיר זענען די וועלט". לאמיר ארויסגיין פון די קליפה פון מצרים וואו א יחיד האט נישט קיין אייגענע כח און רצון, און לאמיר אריינגיין אין די קדושה פון די תורה, וואו יעדער איד און יעדע נשמה איז אַן עולם מלא פאר זיך.

פרעה האט גענוצט דעם גאנצן רבים, דעם גאנצן כלל ישראל כדי צו שטארקן זיין אייגענעם כח היחיד און זיין אייגענע מאַכט און שטאָלץ. משה רבינו האט געטון פונקט פארקערט, ער האט גענוצט דעם כח וואס ער האט באקומען אלס מנהיג פון כלל ישראל, אריינצובאקן אין די אידישע קינדער אז יעדער מענטש האט א חשיבות, און יא, מיר זענען איין גרויסע משפחה, אבער אויב אפילו איינער זאל פעלן איז דאס א קלאפ פאר די גאנצע משפחה, ווייל יעדער האט אַן אייגענע תפקיד וואס קיינער אנדערש קען נישט ערפילן. ווען מיר דערהערן אט דעם הייליגן יסוד ווערט דער איד איבערגענומען מיט א געוואלדיגע געפיל פון א דערהויבענע אחריות און חשיבות, יא איך בין א בן יחיד פון דער מלך העולם, און יא אויף מיר ליגט די געוואלדיגע אחריות משפיע צו זיין פאר אנדערע, יא 'איך' בין דער וואס גייט באלייכטן די וועלט מיט קדושה וטהרה, 'איך' בין דער וואס גייט משפיע זיין פאר מיר, פאר מיין משפחה, און פאר כלל ישראל...
יעדער יחיד האט זיין חלק אין די תוה"ק, יעדער יחיד האט זיין חלק וואס 'ער' און נאר ער דארף צוגעבן פאר די וועלט און פאר כלל ישראל. ויה"ר אז מיר וועלן דערהערן דעם יסוד און יעדער פון אונז וועט משפיע זיין אייגענעם אור וועלן מיר בקרוב זוכה זיין צו דאס דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
● מיר זענען איין גרויסע משפחה וואס צוזאמען זענען מיר א כח הרבים.
● גלייכצייטיג באשטייט כלל ישראל פון אסאך יחידי סגולה וואס יעדער פאַרמאָגט און טראָגט א הייליגע חשיבות.
● יעדער איד האט אַן אייגנארטיגע תפקיד, און ביי אבינו שבשמים זענען מיר אלע באליבט ווי אַן איינציג קינד.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

תגובהדורך שלום ואחדות » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 4:24 pm



צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט