פרשת מקץ - חנוכה - חלומות און חנוכה מה השייכות?

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

פרשת מקץ - חנוכה - חלומות און חנוכה מה השייכות?

תגובהדורך שלום ואחדות » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 8:38 pm

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים!

אה! דער הייליגער לעכטיגע יו"ט חנוכה... די טעג גייען איינס איינס פארביי לאמיר ארבעטן מיט אלע כוחות און אריין כאפן די לעצטע פארבליבענע טעג און זיי ריכטיג אויסניצן, לאמיר זיך בסייעתא דשמיא דערין פארטיפן און אין זיך אריין נעמען דעם ליכטיגקייט כדי דער חנוכה זאל מיט אונז פארבלייבן.

ווי נאר מען פאַנגט אָן לערנען די וואכנדיגע פרשה, באַגעגענען מיר זיך מיט פרעה'ס חלומות. גלייך שטעלט זיך דער אידעלע אָפ און טראַכט אריין: די לעצטע פאָר פרשיות זענען מיר ארומגענומען מיט דער ענין פון חלומות. לאמיר טאקע כאַפן א בליק פון דער הייך און צוזאמען פרובירן באמערקן אלע חלומות פון די לעצטע פאָר פרשיות און ריכטיג אפלערנען וואס איז איר טיפקייט און וואס זאגט עס פאר אונז.
1. פרשת ויצא - וַיַּחֲלֹם וְהִנֵּה סֻלָּם מֻצָּב אַרְצָה וְרֹאשׁוֹ מַגִּיעַ הַשָּׁמָיְמָה וכו' – יעקב אבינו חלומ'ט איבער א לייטער.
2. פרשת וישב - וַיַּחֲלֹם יוֹסֵף חֲלוֹם וַיַּגֵּד לְאֶחָיו – יוסף הצדיק חלומ'ט און ער פארציילט פאר'ן טאטן און פאר די ברידער.
3. פרשת וישב - וַיַּחַלְמוּ חֲלוֹם שְׁנֵיהֶם אִישׁ חֲלֹמוֹ בְּלַיְלָה אֶחָד – דער שר המשקים און שר האפים האבן חלומות און יוסף איז פאר זיי פותר חלום.
4. פרשת מקץ - וַיְהִי מִקֵּץ שְׁנָתַיִם יָמִים וּפַרְעֹה חֹלֵם וְהִנֵּה עֹמֵד עַל הַיְאֹר - פרעה חלומ'ט פון די קיען ביים וואסער.

עס איז כדאי צו באמערקן אז די ערשטע צוויי חלומות פון יעקב אבינו און יוסף הצדיק, האבן נישט געדאַרפט קיין פותר חלום. אבער די לעצטע צוויי זענען חלומות וואס זענען באגלייט מיט דער ענין פון פותר חלום זיין. סיי ביים שר המשקים און סיי ביי פרעה איז יוסף געווען דער פותר חלום. מיר טרעפן אויך אין די פרשה אז דער כח פון פותר חלום זיין קומט דירעקט פון באשעפער, ווי מיר זעען אז יוסף הצדיק שטעלט קלאָר פאר פרעה נאך איידער ער פאנגט אָן צו רעדן: בִּלְעָדָי, אֱלֹקִים יַעֲנֶה אֶת שְׁלוֹם פַּרְעֹה! – ס'איז נישט מיין חכמה פון באשיידן חלומות, נאר דער הייליגע באשעפער וועט ענטפערן צו די פרידן פון פרעה.

לאמיר באַטראַכטן דעם בילד. יוסף הצדיק, נאכ'ן זיצן לאנגע יארן אין דער ביטערער מצרי'שער תפיסה, האט ער ענדליך א געלעגנהייט זיך צו שטעלן פאָרנט פון דעם גרויסן רשע פרעה. אבער אנשטאט ער זאל פרובירן זיך צו געפעלן ביי פרעה'ן, הייבט ער גלייך אָן מיט די ווערטער: בִּלְעָדָי, אֱלֹקִים יַעֲנֶה איך בין גארנישט; דער הייליגער באשעפער וועט ענטפערן. פרעה האט דאך נישט געגלייבט אין באשעפער, ער איז אליין געווען אָן עבודה זרה, און מיט אזעלכע ווערטער וואלט דאָך יוסף געקענט פארלירן זיין לעבן. ס'איז א וואונדער אז פרעה וואַרפט אים נישט צוריק אין תפיסה אריין… אבער פרעה זאגט גארנישט און יוסף איז ווייטער פותר חלום. ווען ער ענדיגט, אנשטאט פרעה זאל זיך אויפרעגן, האט ער גאר אליין אנגעהויבן רעדן פון באשעפער: אַחֲרֵי הוֹדִיעַ אֱלֹקִים אוֹתְךָ אֶת כָּל זֹאת וואס איז געשעהן מיט דעם גרויסן פרעה? ער זיצט דא אין פאלאץ ארום גענומען מיט זיינע חברה און מען רעדט פון בורא עולם? און ס'איז נאכנישט פערטיג, נאך נישט פערטיג נאר דערנאך געבט פרעה איבער די גאנצע לאנד אין די הענט פון יוסף, וואס גייט דא פאָר? ווייל איינער קען פותר חלום זיין געבט מען אים די לאנד אין די הענט אריין? וואס איז געשען מיט פרעה; ער האט פארגעסן אז דער יוסף איז אַן עברי און ער קומט פון תפיסה?!

פארשטייט זיך אז אין יעדע אות און נקודה אין דער פרשה ליגט אַן אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען ניטאמאל באגרייפן, און אוודאי האבן מיר נישט קיין השגה אין די הייליגע אבות, אמהות און שבטי קה, בפרט אין דעם ענין פון חלומות, לאמיר אבער פרובירן אויף אונזער מדריגה ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר'ן טאג טעגליכן לעבן.

א מגיד שיעור האט דערציילט אז ער האט אמאל איבערגענומען א שיעור פאַר בעלי בתים. ער האט זיך אוועקגעזעצט מיט די גמרא און מען האט אָנגעהויבן לערנען. די גמרא האט זיך געהאַנדלט פון דיני ממונות, און דער מגיד שיעור האט באמערקט עטליכע מאל אינמיטן דעם שיעור אז דער עולם צושמייכלט זיך לייכט.

נאכ'ן שיעור איז דער מגיד שיעור צוגעגאנגען צו איינעם פון די בעלי בתים, און געפרעגט, "זאג נאר, פארוואס האט דער עולם געשמייכלט? עפעס איז געווען מאדנע ביים שיעור?"

"ניין, ס'איז געווען א הערליכער שיעור." האט ער געענטפערט. "נאר ווען ס'איז געקומען צו די ביישפילן פון די גמרא, האט איר גענוצט משלים אזוי ווי, 'ראובן האט געבאָרגט פינף דאלער פון שמעון'. דער פריערדיגער מגיד שיעור, פלעגט שטענדיג נוצן משלים פון גרויס געלט. די קלענסטע הלואה איז געווען פינף מיליאן דאלער…"

די מעשה'לע לערנט אונז איבער די חילוק פון השגות צווישן מענטשן. צוויי מגידי שיעור געבן א משל אויף א הלואה, איינער מאכט א משל פון פינף דאלער און דער צווייטער מאַכט א משל פון פינף מיליאן דאלער. כאטש דא האנדלט זיך בלויז איבער א משל, איז עס אבער אמת אין די פאקטישע וועלט אויך. אינעם טעגליכע לעבן ביי גשמיות איז פאַרהאַן איינער וואס איז א קליינער בעל השגה, ער איז
צופרידן וויפיל ער פארדינט און ס'איז אים גענוג. נאכדעם איז פארהאן א צווייטער וואס חלומ'ט גרויס, ער טראַכט כסדר פון מער און גרעסער.

יעצט, ביי גשמיות ווייסן מיר אז ס'איז א מעלה צו זיין א שמח בחלקו, א צופרידענער מענטש. ווען א מענטש לויפט נאך תאוות און ער וויל כסדר מער און גרעסער, וועט ער לעבן ווי אַן אומצופרידענער מענטש. אבער ברידער, ווען עס קומט צו רוחניות איז אַן אנדערע מסכתא. א מענטש קען האבן גרויסע רוחניות'דיגע חלומות, פון וועלן דערגרייכן און אָנקומען און עררייכן גרויסע זאכן אין לעבן. און דאס איז דווקא יא א געוואלדיגע מעלה - אויב מען באגייט זיך ריכטיג. וואס דאס מיינט אז חלומות און טראכטן פון גרויסע שאיפות און פלענער זענען גאר וויכטיג אין א איד'ס עבודת ה', צו דער זעלבע צייט איז טראכטן גרויסע פלענער אויך אביסל סכנה'דיג, לאמיר זיך פארטיפן.

רש"י ברענגט אנהויב פרשת וישב, אז יעקב אבינו האט זיך דערשראקן זעענדיג אלע אלופי עשו, אבער ווען יוסף איז געבוירן געווארן האט יעקב זיך בארואיגט, ווייל יוסף קען פארברענען די גאנצע בית עשו, ווי ס'שטייט אין פסוק: וְהָיָה בֵית יַעֲקֹב אֵשׁ וּבֵית יוֹסֵף לֶהָבָה וּבֵית עֵשָׂו לְקַשׁ. לכאורה איז שווער, פארוואס האט יעקב אבינו געוואַרט אויף יוסף דוקא, ער אליין איז דאך אויך אש, און פייער האט די כח צו פארברענען שטרוי? שטייט דערויף פון צדיקים, אז אמת אז פייער האט טאקע א כח, אבער קעגן עשו פארלאנגט זיך א 'פלאם' וואס זאל אויפפלאַמען און אָפברענען די גאנצע שטרוי פון עשו. דאס האט יעקב אבינו געזען אין יוסף, א פלאם פייער וואס האט דעם כח צו אייננעמען די גאנצע כח הטומאה.

בית יעקב אש – יעקב אבינו איז געגליכן צו א פייער. נאך יארן וואס יעקב איז געזעצן און געלערנט אין ישיבת שם ועבר, ער איז געגאנגען אין דעם הייליגן אויסגעטרעטענעם וועג פון זיין הייליגן טאטן און זיידן, לאָזט ער זיך אין וועג אריין צו לבן. דער באשעפער באווייזט זיך צו אים אין חלום און זאגט אים: וְהִנֵּה אָנֹכִי עִמָּךְ וּשְׁמַרְתִּיךָ בְּכֹל אֲשֶׁר תֵּלֵךְ יעקב אבינו האט זיך פארזיכערט אין באשעפער, דער ג-ט פון זיינע עלטערן, און אזוי האט ער דורכגעמאכט די שווערע נסיונות, דאס רופט זיך 'אש' ס'איז דער אידישע הייליגע פייער.

אבער דערנאך איז פארהאן א בחינה פון בית יוסף להבה... ווייל כדי צו איבערקומען דעם כח הטומאה פון עשו פארלאנגט זיך א להבה, א פלאם, יוסף הצדיק א קליין זיבעצן יעריגער בחור'ל זיצט אין לערנט תורה מיט יעקב אבינו, אבער ער חלומ'ט גרעסער און גרעסער – ער האט איין חלום נאכן צווייטן, זיינע השגות גרייכן גאר ווייט און הויך. יעקב אבינו זעט דאס, פון איין זייט טוט דאס דערפרייען זיין הארץ, פון די אנדערע זייט איז ער באאומרואיגט.

מיר זעען ווען יוסף הצדיק האט דערציילט דעם חלום פאר זיינע ברידער, האבן זיי אים פיינט געהאט. יעקב אבינו האט אים אָנגעשריגן, אבער אין הארץ האט ער געהאפט און געווארט און ארויסגעקוקט אז די גראנדיעזע חלומות פון יוסף הצדיק זאלן מקויים ווערן. דער פסוק זאגט וַיִּגְעַר בּוֹ אָבִיו. אבער דעם נעקסטן פסוק זעען מיר: וְאָבִיו שָׁמַר אֶת הַדָּבָר און ווי רש"י זאגט, דאס מיינט אז ער האט געהאפט אז דער חלום זאל מקויים ווערן. דאס לשון 'שָׁמַר' באדייט געווענליך אפגעהיטן, אבער דא נוצט עס די תורה אלס א לשון פון האפענונג. דאס קען זיין א דערמאנונג צו די הבטחה וואס יעקב האט באקומען פון דעם באשעפער - וְהִנֵּה אָנֹכִי עִמָּךְ וּשְׁמַרְתִּיךָ בְּכֹל אֲשֶׁר תֵּלֵךְ.

יעקב אבינו שעפט נחת פון יוספ'ס חלומות, און ער האפט אז דאס וועט מקויים ווערן, אבער גלייכצייטיג האט ער מורא אז אזעלכע גרויסע חלומות זאלן אים נישט שאטן. נו, ווי גייען די צוויי צוזאמען? נאר אויב דער חלום איז באזירט אויף די פריערדיגע חלום פונעם טאטן, דעמאלט איז דאס א המשך צו דער דרך פון די הייליגע אבות, און דאס וועט אים געבן כח. דאס מיינט ואביו שמר את הדבר - יעקב אבינו האט געוואוסט אז דאס איז א המשך צום אריגינעלן הבטחה פון 'ושמרתיך'.

יוסף איז פון לשון מוסיף זיין – צולייגן. יעקב אבינו האט געהאט דעם פייער, ביי יוסף פלאַקערט עס אויף אין א לעכטיגע פלאַם. און דער מיט לערנט אונז די תוה"ק אז א פלאם קען באלייכטן און פארברענען אלע שלעכטע כוחות הטומאה, אבער גלייכצייטיג איז עס איז א גרויסע סכנה. און מען מוז זיין באגלייט מיט סייעתא דשמיא, תפילה, און דעם כח פון דעם דרך האבות ממשיך זיין די אש און פייער פון אונזערע עלטערן דעמאלטס איז עס א ריכטיגע אפגעהיטענע לעכטיגע פלאם.

יוסף הצדיק איז אָנגעקומען קיין מצרים, אַן ארט וואו ס'איז ערות הארץ, די אומווערדיגקייט פון דער וועלט. חז"ל זאגן אונז אין בבא בתרא: אין אדם עובר עבירה אא"כ נכנס בו רוח שטות - א מענטש טוט נאר אַן עבירה אויב ער טראכט נארישקייטן. מצרים איז געווען פול מיט זינד, און זיי זענען געווען פול מיט נארישע גלויבנס און אפגעטער און אלע סארטן דמיונות. דערמיט דערהערט זיך די געוואלדיגע שייכות ווי אזוי יוסף איז אנגעקומען קיין מצרים. יוסף הצדיק וואס איז דער 'בעל החלומות', דער כח פון טראכטן גרויס, האט זיך באגעגנט מיט די פארקערטע כח הדמיון, יוסף באגעגנט זיך מיט די נידריגסטע דעם כח פון טראכטן פון עבירות און תאוות... ווען יוסף איז דורכגעגאנגען דעם געוואלדיגן נסיון פון אשת פוטיפר, איז ער געקומען פנים אל פנים מיט דעם גרויסן כח הדמיון פון מצרים, וואס קען יעדן אריינכאַפן אין דעם נעץ. און דאן אין דער מינוט האט ער זיך דערמאנט אין דעם דמות דיוקנו של אביו – ער האט זיך אויסגע'משל'ט אין קאפ די הייליגע צורה פון זיין טאטן יעקב אבינו, און ער האט באלד געזען: ניין, מיין טאטנ'ס חלום איז געווען גאנץ עפעס אנדערש. לאמיר זיך האלטן צו דעם אמת'דיגן חלום און נישט פארקריכן דערפון, אפילו אויב דער רייץ איז אזוי גרויס, און יוסף שטארקט זיך מיט א מעכטיגע 'וימאן' און שרייט ניין, ניין און נאכאמאל ניין.

אט דא מאכט זיך אויף א נייע וועלט פאר אים. יוסף הצדיק איז מער נישט בלויז איינער וואס האט חלומות, נאר ער קען פותר זיין א חלום. ער קען ענטשידן און פארשטיין וואס א חלום באדייט און וועלכער חלום ברענגט גוטס פאר'ן מענטש און וועלכע קען אים חלילה אוועק-פירן. אזוי האט מען געזען אין תפיסה, ווען ער האט פותר חלום געווען פאר דעם שר המשקים און שר האופים. און כאטש ביים ערשטן חלום האט ער זיך אביסל געבעטן ביים שר המשקים אז ער זאל אים דערמאנען פאר פרעה, וואס דער מדרש זאגט אז דאס איז געווען כאילו א חסרון אין בטחון, האט אים אבער דער באשעפער געוויזן אז ער ווייסט די פתרונות צו חלומות.

יעצט קומט דער פערטער חלום אין אונזער פרשה. יוסף הצדיק, דער כח פון א פלאַם פייער, שפאַצירט אין פאלאץ אריין, ער קומט אָן צום גרעסטן כח הדמיון אויף דער וועלט, דער עבודה זרה פון די ריזיגע לאנד מצרים, און ער הייבט אָן רעדן פון באשעפער. דער רבונו של עולם איז דער איינציגער וואס קען העלפן דעם מענטש פארשטיין א חלום. ער פאַנגט אָן רעדן און יעדער ווערט אנציקט, יוסף איז שוין יעצט געווען אזא פלאמפייערדיגע להבה, אז אפילו פרעה ווערט איבערגענומען און פאַנגט אָן רעדן פון הקב"ה. ווייל ווען מען רעדט פון איינער וואס איז א שטיק אמת איינער וואס לעבט אמונה און בטחון, ס'איז נישט ביי אים עפעס א ידועה נאר ער לעבט עס - איז בכלל נישט שייך א צווייטע אפציע, און ווען פרעה בעט אים א פתרון איז נישט פארהאן בכלל עפעס אנדערש ווי צו זאגן אז איך בין נישט דער וואס באשייד חלומות ס'איז אלעס בורא עולם "ווייל דאס איז דער ריינע אמת" און כאטש על פי טבע וואָלט דער רשע אים געדארפט ארויסווארפן פון פאלאץ אבער אפילו דער הארטע רשע ווען ער הערט אזעלכע ריינע פלאמעדיגע רייד פון דער טיפעניש פון הארץ צוגייט ער. ווען מען באגעגנט זיך מיטן פייער ווען דער ה' הוא אלקים איז אין הארץ איז נישט שייך בכלל כופר צו זיין, און נישט נאר וואס פרעה זעט איין אז יא ס'איז פארהאן א בורא עולם - פארשטייט ער אויך אז נאר אזא איינער וואס גלייבט אין הקב"ה נאר אזא איינער וואס איז א שטיק 'פייער' איז דער ריכטיגע מענטש וואס זאל איבערנעמען די לייצעס פונעם לאנד מצרים און נאך עטליכע סעקונדעס געבט ער אים איבער דעם קעניגליכן רינגל!

ס'איז דא א איד וועמען מיר וועלן רופן ר' יצחק, וואס פארמאגט אסאך וויינגערטנער אין קאליפארניע. ער איז דער בעל הבית פון גרויסע פעלדער אנגעפילט מיט לאַנגע מיילן פון וויינשטאָקן.
איינמאל זענען א קלאַס פון קינדער געקומען באזוכן די וויינגערטער, און ביים ענדע פון דעם באזוך זענען זיי אריין צו אים אין אפיס. דארטן האבן זיי געזען ווי עס ליגט אויפ'ן וואַנט א דינע צעטל מיט ליניעס, אנגעשריבן מיט א קינדערישער האַנטשריפט, און ארומגענומען מיט א שיינע ראם (פרעים). די קינדער האבן זיך זייער געוואונדערט דערויף, און איינער האט זיך אנגענומען די מוהט און געפרעגט ר' יצחק'ן, דעם בעל הבית פון די וויינגערטער, "וואס איז דער צעטל?"

"אה, דער צעטל," האט ר' יצחק געענטפערט. "ווען איך בין געווען א קינד אין חדר האט מען אמאל געדארפט שרייבן א קורצע ארטיקל און אריינגעבן. איך האב אפגעשריבן א שיינעם ארטיקל, און איך האב ערקלערט אז מיין טאטע מאַכט אייגענע מאָסט און וויין, און ווען איך וועל אויפוואקסן וויל איך פלאַנצן טרויבן און פארמאגן א וויינגארטן. איך האב אריינגעגעבן דעם פאפיר, אבער ווען איך האב עס צוריקבאקומען האב איך געזען אז איך בין דורכגעפאלן און באקומען א F.

"עס האט מיך זייער וויי געטון - האט ר' יצחק פארגעזעצט - און איך בין געגאנגען פרעגן דעם לערער פארוואס ער האט מיך געגעבן אזא שוואכע צייכן. האט מיך דער לערער געענטפערט: 'דו האסט געשריבן א זאך וואס וועט קיינמאל נישט געשען. וואוינסטו דען אין קאליפארניע, וואו טרויבן וואקסן? ווי איז מעגליך אז ווייל דיין טאטע מאכט מאסט זאלסטו קענען פלאַנצן טרויבן? ס'איז א ווייטע פאַנטאַזיע!
"ווען איך האב דאס געהערט - האט ר' יצחק אויסגעפירט - האב איך אוועקגעלייגט דעם צעטל, און איך האב אפגעמאכט ביי מיך אז איך וועל ווייזן פאר דעם לערער אז איך קען דאס יא באווייזן. און היינטיגע צייטן ליגט דעם צעטל דא ביי מיר אין אפיס, וואו איך בין בעל הבית אויף הונדערטער עיקער פון וויינגערטנער."

טייערע ברידער! מען טאר קיינמאל נישט אונטערשאַצן דעם כח פון א חלום, ס'פאַרלאַנגט זיך פון אונז צו טראכטן גרויסע השגות, מיר דארפן זיין בעלי דמיונות, זיך ארום דרייען מיט גרויסע פלענער און שאיפות אין קאָפ. צו די זעלבע צייט דארפן מיר געדענקן אז פון א חלום דארף מען מורא האבן – זיך כסדר פרעגן צו איז עס באזירט אויף די פריערדיגע מסורה, אבער ווען מען נעמט דעם פריערדיגן 'פייער' און מען בויט דערויף, מיר חלומ'ן צו פארגרעסערן דעם פייער קען מען דערגרייכן צו א להבה, א פלאם, וואס קען און וועט בעזר ה' אייננעמען וועלטן.

חנוכה איז די רוחניות'דיגע מלחמה מיט יון. חז"ל זאגן אונז: חשך זו יון – דער ענין פון די יוונים איז פינסטערניש. נישט לאזן דעם איד לעבן און האבן 'העכערע און גרעסערע השגות'. דער יווני לעבט אין פיזישן רעאליטעט און ער גלייבט נישט אין קיין העכערקייט, ער וויל נישט דער איד זאל טראכטן פון דעם רבונו של עולם, פון תורה ומצוות, פון שבתים און ימים טובים, אלע העכערע ענינים פון אידישקייט. דערמיט האבן זיי געוואלט אויסרייסן תורה ומצוות, ווייל אן העכערקייט פאלט דער איד אראפ.

יוסף הצדיק לערנט אונז אז אפילו אין דער גרעסטער טומאה קען א מענטש זיך דערהייבן און שטרעבן און אָנקומען צו גאר הויכע מדריגות. יעצט אין די צייט פון חנוכה, לאמיר זיך מתבונן זיין דערין. מיר צינדן לעכט אזוי ווי דעם כהן גדול, קענען מיר זיך עפעס צוגלייכן צו דעם הייליגן כהן גדול וועלכער צינדט אין דעם הייליגסטן ארט אין דער וועלט, אין דער בית המקדש? נאר דאס איז דער כח פון א איד, פון בית יוסף להבה, זיך צו דערהייבן און טראכטן פון העכערס, און אָנצינדן דעם הייליגן פלאם פייער אין דער טונקל.

נו פרעגט זיך א איד – אמת כ'האב גרויסע חלומות אבער ווי פאנג איך אָן. וואס איז טאקע דער מהלך דערצו? דאס קענען מיר זיך אויך לערנען פון יוסף. וואו אימער ער גייט ליגט אויף זיינע ליפן די איינציגע ווערטער: בלעדי, אלקים יענה. ס'האט גארנישט מיט מיך, אלעס איז דורכ'ן באשעפער, דער גאנצער כח וואס איך האב צו קענען טראכטן און דערגרייכן מיינע מדריגות, איז דורך דעם קשר צום באשעפער פון דער וועלט.

פון יוסף לערנען מיר זיך דעם כח פון 'דמות דיוקנו של אביו', די מסורה פון די עלטערן וואס דאס געבט אונז כח צו טראכטן ווייטער. דער פייער וואס אונזערע עלטערן האבן אנגעצינדן היט אונז אפ אז מיר זאלן קענען זיך אומגיין אין דער פינסטערניש און זען אויב אונזער 'להבה' שטימט טאקע מיט דעם 'אש' פון אונזערע הייליגע אבות. יוסף איז כסדר א 'מוסיף', ער גייט פון איין דרגה צום צווייטן. די זעלבע זעען מיר חנוכה, בית הלל אומרים מוסיף והולך – מען צינדט אן יעדן טאג א פרישע ליכטל, אבער גלייכצייטיג פארגעסט מען נישט פון דאס אלטע. מען צינדט אָן די נעכטיגע און נאך א פרישע ליכט, אזוי אז מיט דעם כח פון די פריערדיגע דערגרייכט מען דעם להבה.

ברידער ס'איז צייט אנצופאנגן לעבן אַן עבודת ה' וואס איז באגלייט מיט גרויסע השגות, צילן אויף גרויסקייט, לעבן א לעבן וואס איז אויסגעשטעלט צו באלייכטן די וועלט, אויפשטעלן א שטוב וואס ווי נאר מען שפאצירט דארט אריין שפירט מען גרויסקייט, ווארעמקייט און הייליגקייט, לערנען זיך און די קינדער אז מיר זענען קינדער פון אברהם, יצחק און יעקב און מיר אלע האבן אויסטערלישע כוחות צו באשיינען און באלייכטן די וועלט... יא איעדע קינד האט די מעגליכקייט צו וואקסן אויסטערליש גרויס, און ווי אזוי? נאר מיט הקב"ה מיט דעם בלעדי, אלקים יענה. ויה"ר אז מיר זאלן שוין אט זוכה זיין צו צינדן דעם גרויסן פלאם בביאת ינון בב"א.

לסיכום געדענק!
• האב נישט מורא צו האבן 'חלומות' און טראכטן גרויס.
• מאך זיכער אז דער 'מוסיף והולך' איז פארבינדן מיט'ן פריערדיגן ליכטל.
• גרויסע חלומות ווערט נישט דורכגעפירט אויף איין מאל, נאר מיט קלייניגקייטן.

א פרייליכער שבת און א לעכטיגע חנוכה!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

תגובהדורך שלום ואחדות » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 8:39 pm



צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot און 2 געסט