די קשר צווישן פסח און מצורע - נעגאטיווע ענערגיע צוברעכט אלעס

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

די קשר צווישן פסח און מצורע - נעגאטיווע ענערגיע צוברעכט אלעס

תגובהדורך שלום ואחדות » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 8:52 pm

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

שטייענדיג אין די גרויסע ערב פסח טעג פארלאַנגט זיך אביסל צו שמועסן פון דעם גרויסן יו"ט הבעל"ט, נו אויב אזוי לאמיר צוזאמען אויפמאכן די וואכעדיגע פרשה פון מצורע און צוזאמען אפלערנען די ענין פון נגעים און באמערקן אז בעומק ליגט די הייליגע עבודה פון פסח באהאלטן אין אונזער פרשה, און כאטש בפשטות זעט עס עפעס אויס ווי די צוויי 'מצורע און פסח' האבן נישט קיין שייכות, וועלן מיר זיך בסייעתא שמיא פארטיפן און ריכטיג אפלערנען דעם ענין, בפרט אז געוויסע יארן געפאלט די פרשיות אין די טעג ארום פסח ליגט דאך זיכער עפעס א דירעקטע שייכות צווישן די צוויי.

אז מען באטראכט די פרשה שטעלט זיך קלאר ארויס – אז ס'איז א המשך פון לעצטע וואך פרשת תזריע, וואס דארט האבן מיר געלערנט דער ענין פון נגעים/צרעת וואס כאפט א אדם – דער מענטש, און דערנאך איז פארהאן אַן ענין פון נגעים/צרעת וואס כאפט די בגדים – די קליידער ווערן אָנגעשטעקט, און דערנאך קומט דער ענין פון אונזער פרש נגעי בתים – די הויז ווערט אָנגעשטעקט מיט א נגע, וְהִנֵּה פָּשָׂה הַנֶּגַע בְּקִירֹת הַבָּיִת און דאס קען ברענגן צו א מצב אז מען זאל דארפן צוברעכן די גאנצע בית-הויז ווי די תוה"ק לערנט אונז באריכות אלע פרטי דינים.

אז די תוה"ק געבט אוועק אזוי פיל פרשיות און פסוקים אויסצושמועסן די אלע פונקטליכע הלכות פון נגעים/צרעת איז דאך קלאר אז דער ענין איז זייער יסודות'דיג און מיר דארפן עס ריכטיג אפלערנען, בפרט אין דעם ענין פון נגעי בתים – נגעים וואס כאפן דעם הויז וואס איז באמת א וואונדערליכע זאַך, ווייל ווי באקאנט ווען א מענטש זינדיגט אדער טוט א מצוה איז פארהאן שכר ועונש – דער מענטש ווערט באלוינט אדער חלילה דאס פארקערטע אבער ווי נאך טרעפט מען אזא סאָרט ענין אז ווען א מענטש זינדיגט דארף מען צוברעכן דעם פיזישע וואַנט פונעם הויז, אז א פעולה פון א מענטש האט אַן השפעה אויף די פיזישע עקזיסטענץ פונעם בנין, וואס איז פשט דערפון?

אין נאמען פון הגאון ר' אלחנן וואסערמאן זצ"ל דערציילט מען: אז אינעם ווייטע ליטע אין איינע פון די שטעט איז געווען א גרויסע שפיטאל וואס האט זיך גאר שטארק ארויסגעשטעלט מיט איר געוואלדיגע הצלחה, ס'איז געווען באקאנט אז אפילו די וואס מען האט אויף זיי אין אנדערע שפיטעלער אויפגעגעבן פלעגט מען ברענגן דארט אהין און וואונדערליך זיי געטוען היילן, פילע גרויסע דאקטורים פון אלע ארומיגע געגנטער זענען דארט אהין געקומען - אלע האבן געוואלט זיין א חלק פון דעם גרויסן סוקסעס.

ויהי היום - מען האט אָנגעפאַנגען באמערקן אז די אלע פאַציענטן וואס ווערן אויסגעהיילט אין דעם שפיטאל ווערן ביז עטליכע וואכן שפעטער נאכאמאל קראַנק מיט אנדערע סאָרט קרענק,
נאך גאר שטארקע און נאנטע איבערזיכט אויפן שפיטאל האט מען באמערקט אז ס'איז טאקע ריכטיג ..ס'האט עפעס א שייכות מיטן שפיטאל, פארשטייט זיך אז אלע האבן זיך געוואונדערט וואס קען זיין א שייכות צווישן די אלע מחלות מיט אזא געלונגענע שפיטאל, מיט די גרעסטע דאַקטורים? ס'האט אבער נישט גענומען לאנג און ס'איז קלאר געווארן אז "ס'איז די ווענט פון די שפיטאל", ווואאאס 'ווועננט' האבן זיך אלע געוואונדערט?! יא די ווענט - זייענדיג א בנין וואס פילע שווערע אָנגעשטעקטע פאַציענטן פלעגן זיך דארט קומען היילן, בפרט בימים ההם ווען מען פלעגט נישט מקפיד זיין אויף די ריינקייט פון א שפיטאל, האבן זיך די אלע שווערע מחלות אריינגעכאַפט און אָנגעשטעקט די ווענט פונעם בנין און דאס האט געברענגט אז אפילו די וואס זענען אויסגעהיילט געווארן פון זייער ארגינעלע מחלה זענען אבער ליידער אנגעשטעקט געווארן מיט אנדערע סארט מחלות און בעקטעריעס וואס פילע זענען נאך געווען ערגער ווי דאס ערשטע, בפרט פאר יונגע און עלטערע פאַציענטן וואס זענען מער אָפגעשוואַכט, און דאס האט געברענגט דערצו אז ס'איז נישט געבליבן קיין ברירה נאר אראפ צו-ווארפן דעם גאנצע בנין און בויען א נייע שפיטאל פון פריש.

חז"ל הקדושים זאגן אונז אין מסכת תענית ושמא יאמר אדם מי מעיד בי? אבני ביתו של אדם וקורות ביתו של אדם מעידים בו. אז די 'ווענט' פונעם שטוב זאגן עדות נאך די הונדערט אין צוואנציג פון א איד ווי אזוי מען האט זיך געפירט אין דעם שטוב, וואס דאס לאזט אונז איבער פארוואונדערט ווי קומט אז ווענט זאלן עדות זאגן, ווענט קענען עפעס רעדן? נאר וואס מיר זעהן פון די הייליגע ווערטער פון חז"ל איז - אז ווען א מענטש לעבט אין א שטוב איז עס נישט סתם פיר ווענט – ס'זענען ווענט וואס זענען אפען צו ווערן אָנגעשטעקט, און ווען א איד לעבט ווי ס'דארף צו ווערן ווערט עס "הייליגע ווענט פון א אידישע שטוב ס'איז אָנגעזאַפט מיט תורה, יראת שמים און ליכטיגקייט, און שפעטער קומען אט די אָנגעזאַפטע ווענט אנטקעגן דעם איד" און זאגן עדות פון זיך אליין, פון די ווענט זעט מען ווי אזוי דאס לעבן צווישן די ווענט האבן אויסגעקוקט, און אמאל חלילה וחלילה באטראכט מען די ווענט און ס'באמערקט זיך אז ס'האַנדעלט זיך פון אָנגעשטעקטע ווענט – ווענט וואס זענען פיל מיט מחלות און קרענק – דערפון זעט מען אז מען האט דארט נישט געוואוינט ווי א איד דארף זיך פירן.

די גמרא אין מסכת ערכין (ט"ז) רעכנט אויס זיבן זאכן וואס ברענגן די נגעים: א"ר שמואל בר נחמני א"ר יוחנן על שבעה דברים נגעים באין על לשון הרע, ועל שפיכות דמים, ועל שבועת שוא, ועל גילוי עריות, ועל גסות הרוח, ועל הגזל, ועל צרות העין. מיט איין זאך זענען די אלע גלייך אז ס'איז דער ענין פון בין אדם לחבירו, איעדע פון די זיבן איז עפעס וואס האט אַן השפעה אויף מענטשן ארום –און ווי די ספרים הקדושים זאגן אז דער וואָרט מצורע די נאמען פון אונזער פרשה איז מרמז אויף מוציא-רע ארויסזאגן שלעכטס, דאס הייסט אז ס'איז פארהאן א געוויסע חטא וואס האט א גרויסע כח צו פאַרפֶּעסטיגן די לופט, ס'ברענגט און פארשפרייט שרעקליכע מחלות ה"י און דאס איז ארויסזאגן שלעכטע נעגאטיווע רייד, באַרעדן, אַראָפרייסן, פארשעמען און טשעפענען, ווי רש"י הקדוש זאגט אנפאנג פרשה אז די נגעים קומען וועגן לשון הרע און גסות הרוח, ווען דער מענטש האלט זיך גרויס און ער טוט אַראָפברענגן אנדערע, אויסער דעם וואס ער צוברעכט און טוט וויי דעם חבר אויף א פרעזענדליכע פאַרנעם טוט ער פארשפרייטן א סכנה'דיגע לופט, א נעגאטיווע ענערגיע ווערט אָנגעזאַפט אין די ווענט און מ'קען דערפון נישט פטור ווערן נאר צומאל דארף מען אינגאנצן צוברעכן דעם בנין ווי די תוה"ק זאגט אונז.

ס'איז וויכטיג צובאמערקן אז מיר טרעפן נישט קיין שום אנדערע חטא וואס לאזט אזא רושם, וואס טוט אזוי שטארק פאַרפעסטיגן די לופט און ווענט פון א שטוב ווי לשון הרע, גסות הרוח און מוציא-רע, ס'איז די איינציגסטע חטא וואס ברענגט אז מען דארף אַראָפוואַרפן דעם גאנצע בנין ה"י – וואס דאס זאגט אונז אז נעגאטיווע ענערגיע האט א כח צו צוברעכן און צו-ווארפן נישט נאר דעם מענטש נאר ס'צוברעכט די גאנצע שטוב – די גאנצע הויז ווערט צו-ווארפן און צובראכן, ווי ס'קענען ליידער עדות זאגן אזוי פיל געליטענע אז די שפראַך און די וועג ווי אזוי מען רעדט צווישן זיך, צווישן טאטע און מאמע, צווישן עלטערן און קינדער, צווישן געשוויסטער, ווי אזוי מען רעדט פון אנדערע מענטשן, פון די רביס ברידערס חסידים און פון דער שכן וואס וואוינט אונטן, וויפיל שמועסן וואס זענען "זייער וויכטיג ארויסצוברענגן – איבערצוזאגן" זענען ליידער געווען אסאך צופיל און איבריג און האבן איבערגעלאזט חורבנות און האַרץ-ווייטאָגן וד"ל... ס'זאַפט זיך אריין נאך א ווארט און נאך א ווארט, און פלוצלינג קען מען עס ממש שפירן פיזיש אין די לופט אז ווי נאר מען קומט דארט נאָנט שפירט מען א געוויסע גאווה, א געוויסע געפיל אז דא גיי איך ווערן באטראכט פון קאפ ביז פיס, געטשעפעט אדער אראפגעריסן ס'איז פשוט נישט באטעמט זיך צו געפינען אין די גאנצע ד' אמות, פלוצלינג פאַלט דער בנין צוזאם ה"י און אלע וואונדערן זיך וואס איז דא געשעהן?!

טייערע ברידער! ס'קומט אבער דער יו"ט פסח וואס איז ממש דאס פארקערטע פון דעם מצורע, פונקט ווי מיר שמועסן אז לשון הרע האט א שייכות מיט די גאנצע שטוב ס'זאַפט זיך אריין אין די ווענט - קומט די הייליגע פסח טעג וואס איז דירעקט פארבינדן מיט די גאַנצע שטוב און מיר זאַפן אריין אין אונזערע ווענט און אין די הערצער פון אונזערע קינדערלעך ליכטיגקייט, למשל ביים איסור פון אכילת טריפה – די איסור איז נישט צו עסן קיין טריפה - אבער ווען ס'קומט צו חמץ טאָר זיך עס נישט געפינען אין די גאנצע בית/שטוב, ווייל פסח האט א דירעקטע שייכות מיט די הויז ווי די פסוק זאגט: וַאֲמַרְתֶּם זֶבַח פֶּסַח הוּא לַה' אֲשֶׁר פָּסַח עַל בָּתֵּי בְנֵי יִשְׂרָאֵל בְּמִצְרַיִם בְּנָגְפּוֹ אֶת מִצְרַיִם וְאֶת בָּתֵּינוּ הִצִּיל הש"ת האט אפגעראטעוועט די אידישע "הייזער/שטובער", פסח איז דער צייט אין יאר וואס מיר רייניגן אויס דעם שטוב פון חמץ די גאווה-אויפגעבלאָזנקייט ווי די פסוק זאגט שִׁבְעַת יָמִים שְׂאֹר לֹא יִמָּצֵא בְּבָתֵּיכֶם ס'איז נישט עפעס א פריוואטע עבודת ה', ס'איז אַן ארבעט וואס ליגט אויף די גאנצע שטוב, פסח איז די צייט וואס מיר ווערן פריש געבוירן און מיר מאכן זיכער אז די פלאץ איז אינגאנצן ריין אָן קיין ברעקל חמץ און מיר זענען העפטיג פארנומען אָנצוזאפן די ווענט מיט פּאַזעטיווע ענערגיע... אין די ספרים הקדושים אז פסח איז פה-שח א מויל וואס שמועסט, ס'איז דער צייט וואס מיר רעדן ריכטיגע, ווארעמע, הייליגע פאזעטיווע דיבורים אָן אויפהער, די הייליגע מצוה פון וְהִגַּדְתָּ לְבִנְךָ בַּיּוֹם הַהוּא לֵאמֹר בַּעֲבוּר זֶה עָשָׂה ה' לִי בְּצֵאתִי מִמִּצְרָיִם מיר פארציילן פאַר די קינדער און לייגן אריין אין זייערע הערצער אמונה, בטחון, חיזוק און שטארקייט, צוזאמען זינגן מיר שירה און לויבן הקב"ה אָן אויפהער און דערמיט טוט מען אויפבויען וועלטן...

ברידער טייערע שטייענדיג אין די ערב יו"ט טעג איז וויכטיג צו מאכן זיכער אז מיר גרייטן זיך מיט דאס ריכטיגע, מיר פארשטייען אז פסח איז א יו"ט וואס האט א דירעקטע שייכות מיט די 'שטוב', מיר מאכן זיכער אז מיר טוען אויסרייסן און ארויסקראַצן איעדן ברעקל חמץ - איעדע ברעקל פון גסות הרוח און נעגאטיווע כוחות, איעדע ווארט וואס האט א שייכות מיט לשון הרע, רחילות, אדער מוציא רע וואס ליגט אָנגעזאַפט אין שטוב... און פון די אנדערע זייט גרייטן מיר זיך אריין צוברענגן אין שטוב פרישע כוחות פון פאַזעטיווע ענערגיע, מיר גרייטן זיך אָנצופילן אונזערע זיסע קינדערלעך און בני משפחה וואס זיצן מיט אפענע הערצער און ווארטן צו הערן פון אונז אמונה, בטחון, חיזוק, און "אידישקייט", דאס איז אונזער ארבעט במשך די אכט טעג, צו באגיסן "זיך" און די בני משפחה מיט אמונה בה', בטחון שמחה און ישועה.

לאמיר זיך ריכטיג גרייטן און פארשטיין אז די וואכעדיגע פרשה איז שטארק פארבינדן מיט די הייליגע יו"ט פסח, ס'איז די פרשה וואס לערנט אונז די כח וואס מיר האבן מיטן מויל, איעדע דיבור וואס מיר זאגן ארויס אין שטוב קען בויען א וועלט אדער דאס פארקערטע ה"י, און פונקט ווי ביי יציאת מצרים שטייט אין חז"ל מדרש שיר השירים אז איינע פון די זכותים וואס מיר האבן פארמאגט צו ווערן אויסגעלייזט איז געווען בזכות וואס מיר האבן נישט גערעדט קיין לשון הרע, ממש א פחד ווען מיר אַנערקענען וואסערע כוחות אונזערע פשוטע ווערטער האבן, וואס איעדע דיבור פון א אידיש קינד טוט, און ווי איעדע דיבור זאפט זיך אריין אין די ווענט פונעם שטוב, ס'ווערט אריין געקריצט, לאמיר זיך צוזאם נעמען און מאכן זיכער אז מיר גרייטן זיך ריכטיג און מיר טוען אריין בלאזן א פרישע שמעקעדיגע ריינע געשמאקע לופט ארום זיך און בסייעתא דשמיא אויפמאכן אונזערע אייגענע הערצער צו קענען דאנקן און לויבן הקב"ה, זינגן דעם הלל אין ירושלים עיר הקודש, און אט וועלן מיר זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח צוזאמען מיט אלע אידישע קינדער בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• נעגאטיווע ענערגיע - האט א כח צו צוברעכן און צו-ווארפן נישט נאר דעם מענטש נאר ס'צוברעכט די גאנצע שטוב.
• פאזעטיווע ענערגיע - אמונה, בטחון, חיזוק און שטארקייט, טוט אויפבויען נישט נאר די שטוב נאר וועלטן.
• לאמיר זיך גרייטן מיט אויסרייניגן אונזערע שטובער, און אריין גיסן דארט שמחה, חיזוק, און פשוטע ווארעמע "אידישקייט".

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com

שלום ואחדות
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

תגובהדורך שלום ואחדות » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 8:56 pm


שלום ואחדות
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 21, 2014 11:02 pm

תגובהדורך שלום ואחדות » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 8:58 pm

טייערע ברידער אויב האט איר א מחשבה אויפן פרשה, א מעשה, אַן השגחה פרטית אדער סיי וועלכע הערות ביטע שיקט עס צו אונז, כל המזכה את הרבים וכו'. tiferenblik@gmail.com


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט