פרשת תזריע - ווי קען א איד רופן א צווייטן טמא?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

פרשת תזריע - ווי קען א איד רופן א צווייטן טמא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

לעצטע וואך האבן מיר געשמועסט איבער די גרויסקייט פון די שבט כהונה, איבער די געוואלדיגע ליבשאפט וואס אהרן הכהן דער באקאנטע אוהב שלום ורודף שלום האט אויף אונז ארויף געגאסן בשעת ווען ער האט אויפגעהויבן די הענט און אונז געטוען בענטשן מיט אלע ברכות און השפעות, און דערמיט קומען מיר צו אונזער פרשה - פרשת תזריע און אזוי אויך די קומעדיגע פרשת מצורע איז ביי אסאך פון אונז זייער פארוואלקענט, די גאנצע ענין פון די נגעים, צרעת, ספחת, בהרת, אבות, תולדות, דער ענין פון איינשפארן דעם בעל הנגע פאר זיבן טעג און דערנאך דאס פארשיקן מחוץ למחנה איז ביי אונז עפעס נישט קלאר, פריערדיגע יארן האבן מיר זיך געטוען אפשטעלן אויף די פילע פרטים און נקודות, דאס יאר וועלן מיר ממשיך זיין און זיך אפשטעלן אויף א נקודה וואס האט שייכות מיטן לעצטע וואכעדיגע שמועס און בסייעתא דשמיא זוכה זיין ארויסצונעמען געוואלדיגע חיזוק און הדרכה פון די הייליגע פרשיות.

גלייך אין אנפאנג פון אונזער פרשה זאגט די פסוק אז דערנאך וואס די כהן זעט דעם נגע און דער כהן באמערקט אז עס פארמאגט אלע ריכטיגע סמנים וְרָאָהוּ הַכֹּהֵן וְטִמֵּא אֹתוֹ – ער זאל אים טמא מאכן, זאגט רש"י יאמר לו טמא אתה – ער דארף אים קלאר ארויסזאגן 'די ביסט טמא', ס'ליגט אויף דעם כהן אויסצורופן אז דער אידעלע איז "טמא", נאכמער אפילו אויב די כהן ווייסט נישט די הלכה וכדומה נאר א תלמיד חכם זאגט אז דער אידעלע איז טמא ווערט ער נישט טמא נאר ווען דער כהן זאגט עס ארויס, וואס דאס לאזט אונז איבער פארוואונדערט, א. וואס איז פשט פון דעם געדאנק אז מען דארף 'זאגן/אויסרופן' פאר א איד ביסט טמא? ב. פארוואס דוקא די 'כהן' איז דער וואס זאגט פארן איד די ביסט טמא? ג. ווי קומט צו דער הייליגע שבט וואס איז פיל מיט ליבשאפט ווי געשמועסט אז זיי זאלן זאגן פאר א איד די ביסט טמא – לכאורה זעט עס אויס פארקערט ווי די מציאות פון שבט כהונה? און אזוי פרעגט זיך פיל נאך – לאמיר זיך פארטיפן.

טייערע ברידער ליינט א מעשה וואס איינע פון די חברים האט אונז פארציילט וואס האט ווירקליך ביי אים פאסירט.
משולם דערציילט: אין אונזער כתה אין ישיבה האט געלערנט א בחור זאנוויל, ער איז געווען זייער א געלונגענע און חשובע בחור, געמיינט האט מען אז ער וועט זיין די ערשטע חתן אין קלאס אבער פון הימל איז געווען באשערט אנדערש, היינט איז ער שוין אכט אין צוואנציג יאר און ליידער האט ער נאך נישט געטראפן זיין באשערטע, שוין יארן וואס מען טראָגט אים אָן שידוכים אבער ביים לעצטן מינוט געבט זיך עס א פארהאַנקע און ס'צופאַלט, און קיינער פארשטייט נישט - וואס איז פשט דערפון, זאַנוויל איז אייביג געווען פון די געלונגענע פון די חברה פארוואס זאל אים גיין שידוכים אזוי שווער - איז פשוט נישט צו פארשטיין.

ויהי היום – איין טאג איז ארויס א גוטע בשורה צווישן די חברים מ'הערט זאגן אז ס'טוט זיך זייער א ערענסטע שידוך און ס'זעט שוין אויס ווי אט אט וועט ער שוין ענדליך א חתן ווערן, אונזער גאנצע חברה האט אויפגעלאכטן - די שמחה איז געווען געוואלדיג, מ'האט באשטימט אז מיטוואך גייט זיין א לחיים, אבער פלוצלינג מיטוואך נאכמיטאג האט מען געהערט אז מ'שטופט עס אפ א טאג און דערנאך נאך איין און צוביסלעך איז קלאר געווארן אז די שידוך איז אדורך געפאַלן.

טעג זענען פארביי און מ'האט גארנישט געהערט פון אים, אלע זענען געווארן אינגאנצן צומישט וואס איז דא ווידער געשעהן? ווי האלט די שידוך? ס'האט דאך שוין געהייסן אז ס'גייט זיין א לחיים, בלית ברירה האט די עולם אנגעפאנגן שמועסן אז "ס'מיז זיין אז זאנוויל האט עפעס א בלאַקעטש אין קאָפ" און דאס האלט אים צוריק, ס'קען דאך נישט זיין אנדערש... יענעם נאכט בין איך אהיים געקומען אין פארציילט אין שטוב די נייעס אז ס'זעט אויס ווי זאנוויל'ס שידוך איז אַראָפ פון טיש – און איך האב זיך צוגעשטעלט צום דעת הקהל און אויסגערופן ס'מיז זיין אז עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט אים, מיין טייערע אשת חיל האט מיר איבערגעהאַקט און געזאגט אז 'אפשר', אפשר איז פארהאן עפעס וואס מיר ווייסן נישט, אפשר דארף ער הילף, אפשר ווארט ער אויף זיין אלטע חבר משולם זאל אים העלפן, כ'האב געטראכט דערפון און עפעס אין מיר האט געזאגט ..משולם אפשר איז זי גערעכט מ'דארף עפעס טוען - מ'דארף אים העלפן.

דעם קומעדיגן אינדערפרי האב איך מחליט געווען אז כ'גיי מיך נעמען טוען צום זאך, כ'גיי אים פרעגן ווי א גוטע ברידער צו ער דארף מיין הילף, ס'האט נישט גענומען לאנג אין מיר האבן זיך געטראפן פנים אל פנים און נאך א קורצע שמועס האב איך אים געפרעגט זאנוויל זיי מיר מוחל אז איך פרעג - אבער זאג מיר די אמת וואס גייט פאָר, פארוואס האסטו געלאזט דעם שידוך גיין - ס'האט דאך אזוי גוט אויסגעקוקט? זאנוויל איז געווען שטיל האָב איך ממשיך געווען און אים געזאגט: כ'שפיר אז די האסט עפעס אינערליך וואס האַלט דיר צוריק – אפשר ווילסטו איך זאל דיר פארבינדן מיט עפעס א משפיע וואס קען דיר העלפן? זאנוויל איז געווען שטיל און געזאגט אז ס'איז גוט אלעס איז מסודר כ'זאל זיך נישט זארגן.

עטליכע טעג זענען אריבער און איך האב געשפירט אז עפעס מיז געטוען ווערן, האב איך אים נאכאמאל גערופן אבער דאס מאל האבן מיר אים איינגעלאדענט צו אונז אין שטוב פאר א וואַרעמע נאַכטמאָל, נאכן עסן און פארברענגן געשמאק, זאג איך: זאנוויל כ'וויל דיר העלפן - וואס גייט פאָר, וואס וועט זיין מיט שידוכים – וואס קען איך טוען צו מאכן די מצב אביסל גרינגער? כ'באמערק אז פון זאנוויל'ס אויגן גליטשן ארויס הייסע טרערן און צוביסלעך זאגט ער: איך וועל דיר זאגן די אמת אבער איך בעט דיר אז די ווערטער זאל בלייבן צווישן אונז, איך האב באמת געוואלט דעם שידוך, ס'האט אויסגעזעהן ווי דאס באשערטע אין איעדע הינזיכט, אבער דאס לעצטע מאל וואס מיר האבן זיך געטראפן איידער ס'האט געדארפט זיין די לחיים האב איך באמערקט אז עפעס איז נישט אינארדענונג, די שמועס איז נישט געגאנגען ווי ס'דארף צו זיין, זי האט אויסגעזעהן זייער נערוועז און אנגעצויגן. פלוצלינג קומט איר טאטע צו צום שמועס און זעצט זיך נעבן מיר און זאגט: זאנוויל מיר האבן גאר א שווערע בשורה – ס'איז שוין עטליכע וואכן וואס אונזער רחל'לע פילט זיך נישט גוט, לכתחילה האבן מיר געמיינט אז ס'איז עפעס א קלייניגקייט אבער דערנאך האבן מיר געמאכט איין טעסט, און א צווייטע, איין דאקטער צו א צווייטע און היינט מיטוואך אינדערפרי - די טאטע האט זיך נישט געקענט צוריק האלטן, ער האט אויסגעפלאצט וויינען, איז ליידער צוריק געקומען דאס שרעקליכע נייעס אז זי איז דייעגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ה"י?!?! ער האט געגאסן בכיות און מיר געבעטן ..זאנוויל זיי אונז מוחל – מיר האבן געהאפט אויף גוטע נייעס אז מ'זאל קענען ממשיך זיין מיטן שידוך אבער פון הימל... משולם גלייב מיר איך האב ניטאמאל געקענט וויינען – פארפרוירן! איך האב עס פשוט נישט געקענט אויסהאלטן, נאך אזוי פיל יאר שטיי איך פאר א אָנגעגרייטע לחיים טיש און אט הערט מען אזא שרעקליכע בשורה, אוי טאטע גיסט זאנוויל הייסע טרערן פארציילנדיג די פרטים?!?!? נאך לאנגע שווערע מינוטן האב איך זיך צוזאם גענומען און איר צוגעזאגט אז איך וועל בל"נ קיינעם נישט דערציילן איבער איר מצב און מיט א הייסע ברכה פון א רפואה שלימה האבן מיר זיך ליידער געזעגנט.

זאנוויל זאגט ווייטער: משולם גלייב מיר איך ווייס זייער גוט וואס די עולם שמועסט אויף מיר, גוטע אידן ברענגן מיר צוריק געשמאקע גריסן, און אנדערע שיקן מיר ווייטער מעסעדזשעס וואס פאָרן ארום איבער מיר מיטן שידוך, כ'ווייס אז די חברים האלטן אז איך האָב בלאַקעטזשעס אין קאפ און פיל נאָך, גלייב מיר ס'וואלט מיר געווען זייער גרינג זיי קלאר צומאכן וואס דא האט פאסירט, אבער אויב וועל איך זאגן די אמת וועט א חשובע בת ישראל פארשעמט ווערן דערפאר קומט עס ניטאמאל אין באטראכט, אבער פאר דיר זייענדיג א חבר וואס איז געקומען צו מיר, זייענדיג איינער וואס האט מיר אויך געזאגט די זעלבע אבער די האסט עס געזאגט אין א וועג פון מיר ווילן העלפן נישט אבּי גערעדט, נאר מיט אַן אמת – כ'האב געשפירט אז די מיינסט מיין טובה און די ווילסט מיר העלפן האב איך געמאכט אַן אויסנאם און דיר דערציילט, זאלסט וויסן משולם כ'האב נישט די ווערטער דיר צו באדאנקן פארן מיר ארויסהעלפן און אויסהערן אין אזא שווערע צייט. ישר כח און א גוטע נאכט!

טייערע ברידער! די מעשה זאגט אזוי פיל איבער ווי שטארק מיר דארפן אכטונג געבן ווען ס'קומט צו דער ענין פון דן זיין לכף זכות און זיין אפגעהיטן נישט צו רעדן דאס "וואס מיר ווייסן פאַר א פאַקט", אבער דא ליגט פאר אונז באהאלטן א טיפע יסודות'דיגע נקודה, אסאך מאל דארף מען זיין גרייט צו פרעגן א נאנטע אפענערהייט איבער א שוועריגקייט וואס ער/זי פארמאגט – אסאך מאל דארף א טאטע זאגן פארן קינד די גאנצע אמת און בדרך כלל איז עס א גרויסע טובה ווען מען זאגט ארויס די גאנצע אמת פארן חבר, תלמיד, שותף, מאן/ווייב און פיל נאך, אבער די שאלה איז אייביג ווי אזוי מיר זאגן עס? וואס איז די מחשבה און געפיל וואס קומט באגלייט מיט אונזער געזאגאַכטץ? ווילן מיר נאר קלאר מאכן אז ער/זי האט א חסרון וואס מיר האלטן אז יענער דארף עס גאר קריטיש וויכטיג וויסן – אדער זאגן מיר עס מיט א צובראכן הארץ וואס איז הונדערט פראצענט קלאָר איבער געטראכט און געקומען צום החלטה אז ס'איז באמת די ריכטיגע זאך און א טובה יענעם צו זאגן, מיר האבן נישט קיין אנדערע ברירה, אבער אין די זאגן ליגט די גרעסטע ליבשאפט און רחמנות, ס'קומט באגלייט מיט אַן אָפגעמאַכטע הארץ אז כ'וועל אים/איר זאגן און דערנאך וועל איך צושטעלן אלעס וואס איך פארמאג צוהעלפן אים/איר זיך אַן עצה געבן מיט דעם נקודה/חסרון, איך וועל אים/איר שטיין צו די האנט אויף טריט און שריט זיך ארויסצוזעהן אדער אויסארבעטן דעם נקודה/חסרון, און אויב קען איך נישט אליין העלפן וועל איך בעזר ה' טרעפן די ריכטיגע מענטש אדער פלאץ ווי ער/זי קען יא געהאלפן ווערן, ווייל דאס וואס איך זאג קומט מיט די גאנצע הארץ פאר יענעם'ס טובה, דערפאר וועל איך נישט רוען ביז אלעס וועט ב"ה זיין מסודר.

דער הייליגע כהן – ער איז דער וואס גייט זאגן פארן איד די ביסט טמא און דארפסט גיין מחוץ למחנה דערמיט לערנט אונז די תוה"ק אז יא אמאל דארף מען זאגן פאר א איד אז ער באלאנגט נישט אויף דעם פלאץ נאר ער דארף גיין מחוץ למחנה פאר א קליין שטיקל צייט ביז זאכן ווערן מסודר– די שאלה איז ווער זאגט עס, ווי אזוי זאגט מען עס, לערנט אונז די תוה"ק אז דוקא דער כהן די שבט פון ליבשאפט, די שבט וואס האט אויפגעהויבן די הענט און מיט די גרעסטע אהבה באגאסן די אידישע קינדער מיט ברכות און ישועות, די שבט וואס איז געווען גרייט זיך מטמא צו זיין צו קענען העלפן א צווייטע איד, ווי ס'איז באקאנט דער פרה אדומה איז מטהר טמאים ומטמא טהורים ווען א איד ווערט טמא פון א מת דארף מען אים רייניגן מיטן פרה אדומה – און בשעת'ן רייניגן דעם איד ווערט דער כהן אליין טמא און אנדערע ווערטער דער כהן איז איינער וואס איז גרייט טמא צו ווערן צו קענען רייניגן א צווייטן אידיש קינד – נו אויב אזוי איז שוין זייער קלאר וואס די תוה"ק לערנט אונז ר' איד ווילסט אמאל זאגן מוסר פאר דיין חבר, ווילסט אמאל קלאר מאכן פארן חבר אז ער דארף נעמען אפאר טאג פון חשבון הנפש און זיין אביסל מחוץ למחנה, ווילסט אים/איר מעורר זיין צו א געוויסע נקודה וואס דארף תיקון, ס'קען זיין אז די ביסט גערעכט אבער אויב ווילסטו זיך אליין בודק זיין צו דאס וואס די זאגסט קומט פון א אמתע ריינע אהבת ישראל און אהבת ה' געב א קוק צו ביסט אזוי ווי דער כהן אין אונזער פרשה, ביסטו א הארץ וואס האט ליב איעדן איד, ביסטו בעצם א אוהב שלום ורודף שלום? ביסטו גרייט צוריק צוקומען אין א וואָך און נאכאמאל באטראכטן דעם מצב, ביסטו אויך דער וואס וועט אים/איר מטהר זיין? וועסטו שטיין צום האנט פון דעם אידעלע מיט אלעס וואס די קענסט, און ווען די ריכטיגע מינוט וועט קומען וועסטו אויפמאכן דאס הארץ און טיר און מיט ליבשאפט מקבל זיין דעם אידעלע אויף צוריק אדער חלילה נישט??!!

די גמרא אין מסכת ערכין (ט"ז) רעכנט אויס זיבן זאכן וואס ברענגן די נגעים: א"ר שמואל בר נחמני א"ר יוחנן על שבעה דברים נגעים באין על לשון הרע, ועל שפיכות דמים, ועל שבועת שוא, ועל גילוי עריות, ועל גסות הרוח, ועל הגזל, ועל צרות העין. מיט איין זאך זענען די אלע גלייך אז ס'איז דער ענין פון בין אדם לחבירו – טייערע ברידער ווען מיר לעבן און א צייט וואס
ס'איז פארהאן אזוי פיל מחוץ למחנה, אזוי פיל טייערע אידישע ברידער לעבן א לעבן פון שפירן עלענד אליין אויף אזוי פיל וועגן, איז צייט אז מיר זאלן טוען אלעס וואס מיר קענען אפצושטעלן דעם שרעקליכן מצב און אויסשרייען טאטע אין הימל מיט די גרעסטע ליבשאפט וועלן מיר אויפמאכן אונזערע הערצער אונזערע אייגענע מחנות און מאכן פלאץ פאר איעדע פון דיינע קינדער נישט קיין חילוק ווי ער קוקט אויס צו ער איז פון אונזערע אדער פון די אנדערע און סיי וועלכע זאך וואס ברענגט פירוד, טיילונג, דערווייטערונג, אפגעהאקטקייט וועט זיך איינמאל פאר אלעמאל ענדיגן, מיר וועלן מאכן זיכער אז קיין שום איד זאל מער נישט שפירן מחוץ למחנה, מיר וועלן שטיין צום חבר'ס האנט בלב ונפש און טוען אלעס אין די וועלט יענעם צו העלפן ברוחניות ובגשמיות, אבינו שבשמים בזכות וואס מיר וועלן אויפמאכן אונזערע הערצער-מחנות מאך די שוין פאר אונז אויף די גרויסע מחנה שכינה בביאת מלך המשיח בב"א

לסיכום געדענק:
• איידער מיר זאגן מוסר פארן חבר דארף מען זיך פרעגן: וואס איז די מחשבה און געפיל וואס קומט באגלייט מיט אונזער געזאגאַכטץ?!
• איידער מיר זאגן מוסר פארן חבר דארף מען מאכן זיכער: אז ס'איז באגלייט מיט די גרעסטע מסירת נפש, ליבשאפט, געפיל און רחמנות.
• לאמיר מאכן זיכער אז קיין שום איד זאל מער נישט שפירן מחוץ למחנה, מיר וועלן שטיין צום חבר'ס האנט בלב ונפש.


זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”