פרשת כי תשא - וואש דיך אפ און פריש זיך אויף!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

פרשת כי תשא - וואש דיך אפ און פריש זיך אויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

לאמיר כאפן א שנעלע איבערבליק איבער די צענטראלע ענינים וואס די תוה״ק לערנט אונז אין די וואכעדיגע פרשה, די פסוק פאנגט אָן מיט כי תשא את ראש בני ישראל – מחצית השקל, איעדע איד דארף געבן א מחצית השקל אלץ אַן אפשיידונג פאר הקב"ה. דערנאך די ענין פונעם הייליגן כיור – א וואסער קעסל וואס דארט האבן זיך די כהנים געוואשן די הענט און פיס. שמן המשחה – די אויל וואס דערמיט האט מען געזאַלבט צו ווערן געהייליגט. קטורת הסמים – די אלע געווירצן וואס מען האט מקריב געווען אויפן מזבח הפנימי. בצלאל און אהליאב ווערן געשטעלט אויף די אויפבוי פונעם בנין המשכן. שבת קודש – די אידישע קינדער ווערן נאכאמאל געלערנט איבער שמירת שבת, און צום סוף פרשה דער ענין פון די חטא העגל – די שרעקליכע זינד וואס די אידן זענען אריינגעפאלן און דערנאך ווי משה בעט זיך פאַר אונז.

לאמיר זיך אפשטעלן און באטראכטן די פרשה:
א. איבער די אלע כלי מקדש האבן מיר שוין געלערנט אין פרשת תרומה און דערנאך אין סוף פרשת תצוה, ווי קומט דער ענין פונעם כיור-וואסער קעסל דוקא דא אין אונזער פרשה?
ב. וואס איז די שייכות צווישן די כיור – שבת קודש – חטא העגל?
ג. בכלל, ווי קומט דער ענין פון שבת קודש אריין דא אין אונזער פרשה - אזוי פונקט אינדערמיט פונעם ענין פון בנין המשכן?
ד. ע"פ די ראשונים וואס האלטן אז די חטא העגל האט פאסירט פאַר פרשת תרומה, פרעגט זיך פארוואס ווערט עס ערשט דערמאנט דא אין אונזער פרשה? אז מיר שמועסן פונעם כיור לאמיר פארשטיין פארוואס טאקע האט אויסגעפעלט אז אויסער די טבילת מקוה וואס די כהנים זענען אריבער זאל מען דארפן וואשן די הענט און פיס ביים כיור? איבריג צו זאגן אז מיר רעדן נישט הלכה׳דיג אדער פראקטיש, נאר בעומק וואס ליגט באהאלטן אין די הייליגע כיור, לאמיר זיך פארטיפן אין די וואכעדיגע פרשה און זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

בודאפעסט אונגארין – ר' זאנוויל די ראש הקהל האט אַן אלטן וואַש מאשין וואס האט זיך נארוואס צובראכן, נישט קיין שום פראבלעם חצקל דער שמש האט טאקע לעצטענס געהאָנגען א צעטל אין בית המדרש אז ער טוט פאררעכטן אלע מיני עלעקטראנישע כלים, פארשטייט זיך אז ער האט געמיינט וואַש מאשינדלעך און אויבנס, בקיצור חצקל קומט אריבער און ווי נאר ער קומט אריין באמערקט ר' זאנוויל אז ס׳טויג נישט, חצקל איז אנגעקומען מיט א הערליכע אויסגעביגעלטע רעקל און שיינע געפיצטע שיך, אנטשילדיגט חצקל פון אייער אנצוג זעט עפעס אויס ווי איר האַלט נישט ביים פאררעכטן דעם מאשינדל? נע זארגט אייך נישט ר' זאנוויל - איך וועל עס פיין מסדר זיין, איך האב אבער א צווייטע קליינע פראבלעם מיינע ארבעטס געצייג, מיין האַמער/צווענגל האב איך נישט מיטגעברענגט און דאס בין איך מסכים מיט אייך ר' זאנוויל איז שוין יא א שטיקל פראבלעם! בקיצור אפאר שעה שפעטער איז ער צוריק דאס מאל איז ער גרייט, ער איז געקומען מיט זיינע גרויסע ארבעטס שלייקעס, אין די האנט האלט ער אלע ארבעטס געצייג. מיט א שמייכל זאגט ר' זאנוויל: חצקל יעצט ביסטו גרייט, יעצט זעט מען אז ס׳גייט באלד ארבעטן... מיט א פרישקייט לייגט זיך חצקל אונטערן מאשין און נעמט זיך ארבעטן, ער שניידט, האַקט, רייסט און פארקלעפט, נאך אפאָר לאנגע מינוטן רופט ער אויס פון אונטערן מאשינדל פיין ס'איז גוט.

מיט איין שמחה לייגט חצקל אריין עטליכע שמאַטעס אינעם וואש מאשין און צינד עס אָן ?!?!?!? ווווואאאס טטטטוווטטט זייייךךךךך דאאאא?!?!?! וואסער האט זיך גענומען גיסן אין אלע זייטן אָן אויפהער, חצקל נישט וויסנדיג וואס צו טוען האט ער פשוט געוואלט הייבן פיס, אבער ר' זאנוויל האט אים אפגעשטעלט ר' איד איר גייט נישט אין ערגעטץ, זאגט מיר וואס האסטו דא געטוען? כ'ווייס נישט זאגט חצקל, וואס הייסט די ווייסט נישט, זיי מיר מסביר וואס האסטו דא געטוען?? וואס הייסט כ'האב געטוען דאס זעלבע וואס כ'האב געטוען נעכטן און אייער נעכטן ביים שכנ'ס וואש מאשין, פונקט די זעלבע! חצקל וואס איז דאס מיט אייך - ס'איז דאך גאנץ א צווייטע מאשינדל?! מיט א פארשעמטן פנים האט חצקל זיך מודה געווען: גלייב מיר כ'האב נישט קיין אהנונג, כ'בין בכלל נישט געווען צוגעגרייט צו פאררעכטן דעם סארט מאשין, אוי חצקל חצקל זאלסט מיר זיין געבענטשט, אבער דאס אז די ביסט נישט געווען צוגעגרייט - דארף איך נישט גלייבן - דאס זעה איך פאַר די אויגן...

טייערע ברידער ס׳הערט זיך ווערטלדיג, סאיז אבער די אמת וואס שפילט זיך אפ אין אונזער טעגליכע עבודת ה׳, מיר מענטשעלעך האבן א קליינע וואש מאשינדל אין אונזער נשמה וואס רייניגט דאס הארץ, די הייליגע אידישע פייער וואס ברענט מיט התקרבות לה׳, אבער פון צייט צו צייט צוברעכט זיך א שטיקל דא און א שטיקל דארט, נו דארף מען עס פאררעכטן, אבער דער מענטש איז בכלל נישט גרייט ער איז בכלל נישט אין א מצב פון ארבעטן און זיך אריין לייגן אין דער ענין, יא אמת אז מ׳וויל, מ׳טוט אפילו השתדלות מ׳רופט דעם און יענעם, מ׳הערט א שיעור דא און א דרשה דארט אבער זיך שמוציג מאכן די הענט דאס נישט, זיך אנטוען ארבעטס קליידער, זיך אריין לייגן יושב ורובו דאס זענען מיר נישט גרייט, מיר מיינען אז מיט א דריי דא און א דריי דארט וועט עס שוין זיין גוט, און אמאל אפילו דערנאך וואס דער אידעלע איז שוין יא גרייט זיך אנצוטוען די ארבעטס קליידער, ער איז שוין יא מסכים אז מען דארף זיך אריין לייגן ווייסן מיר נישט וואס צו טוען, און דערפאר איז דער אידעלע מחליט אז מ'וועט טוען דאס זעלבע ווי נעכטן, מ'וועט גיין אויפן זעלבן מהלך און מ'האפט אז עפעס וועט זיך טוישן און אודך כי עניתני, דאס זעלבע שפילט זיך איבער איינמאל און נאכאמאל. כדי אז עפעס זאל זיך באמת טוישן דארף דער איד זיך אפשטעלן און אפוואשן פון אלע פריעדיגע שטערונגען און מאכן אַן אמתע הכנה-צוגרייטונג און דערנאך זיך ארויסלאזן אין וועג אריין.

ווען דער כהן האט זיך מטהר געווען אינדערפרי האט ער דערמיט אויפגעהאנגען דעם צעטל אז ער איז גרייט פאר די ארבעט, ווייל אָן א מקוה איז בכלל נישט דא פון וואס צו רעדן, אבער אפילו ווען דער כהן האט שוין געהאלטן נאכן טבילה איז שייך אז די הייליגע עבודת המקדש זאל ווערן געטוען אויף א אופן פון מצוות אנשים מלומדה, מען טוט עס ווייל נעכטן האט מען אזוי געטוען, און ווייל מארגן גייט מען עס טוען, צוביסלעך פארלירט זיך די ארגענעלע הייליגקייט וואס איעדע שטיקל עבודה האט געברענט אויף די וועלט, די פרעזענדליכע מחשבות וואס דארף אריין גיין אין איעדע קליינע עבודה באזונדער ווערט נעלם ה"י. זאגט אונז די תוה"ק אין די וואכעדיגע פרשה איידער מיר האלטן שוין אט ביים סוף ממש פארן בויען דעם משכן ה', געדענק די וויכטיגסטע - דער הייליגע כיור – וואסער קעסל וואס דארט וועט די כהן אָפוואַשן די ידיהם און רגליהם – הענט און פיס, ווי באקאנט די לשון פון רגל איז די זעלבע ווי דאס ווארט רגילות - געוואוינהייטן, מען דארף זיך אפשטעלן פאר די עבודה און זיך אפוואשן פון טוען די עבודה אין א מצב פון רגילות – געוואוינהייטן, ברידער! מ'דערמאנט זיך אז ניין, אינעם בית המקדש טוען מיר נישט די עבודה ווייל נעכטן האט מען עס געטוען, אויך טוען מיר נישט די עבודה ווייל מארגן גייט מען עס טוען, מיר טוען עס ווייל מיר זענען געטריי צום מלך העולם און מיר טוען אלעס וואס איז זיין רצון, מיט שמחה און התחדשות, מען וואשט זיך איין מאל און נאכאמאל!

דערנאך וואס מיר דערהערן די טיפקייט וואס ליגט באהאלטן אינעם הייליגן כיור, ווען מיר פארשטייען אז ס'איז דער סימבאל וואס שטייט אנטקעגן רגילות און אפגעשוואכטקייט, ס׳איז דער ליכטיגקייט וואס וואשט אפ און דערפרישט א איד, איז שוין גאר געשמאק פארוואס דער ענין פון שבת קודש ווערט דערמאנט דא אין אונזער פרשה, שבת קודש איז אט די איינציגסטע טאג וואס מיר זענען זוכה טאקע נאר מיט א ריכטיגע הכנה - מיט זיך גרייטן ווי חז"ל זאגן אונז מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת, ס'איז דער טאג וואס איידער מיר גייען אריין דערין איז פארהאן א ענין פון זיך "וואשן" לכבוד שבת, ווייל צו שבת פארלאנגט זיך אט די זעלבע - זיך ריכטיג גרייטן, געדענק אז דאס עצם טאג פון שבת איז אַן הכנה פארן קומעדיגן וואך, און די קומעדיגע וואך איז אַן הכנה פאר שבת קודש.

די גמרא אין מסכת ביצה (ט"ז.) זאגט: אויף דעם פסוק "לדעת כי אני ה' מקדשכם - אמר לו הקב"ה למשה, משה, מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושבת שמה ואני מבקש ליתנה לישראל, לך והודיע אותם" - דער אייבישטער האט געזאגט פאר משה רבינו אז ער האט א גוטע מתנה פאר די אידן אין זיינע אוצרות, און די מתנה איז דער שבת, גיי און זיי זיי מוֹדִיעַ דערוועגן.

ביים ר"ר שמעלקא פון ניקלשבורג זי"ע, איז אמאל געקומען אַ צובראכענע אָרימאן און זיך געבעטן פאר אפאר פרוטות, אבער רבי שמעלקא האט ליידער גארנישט געהאַט איהם צו געבן, נאך עטליכע מינוט זיכן האט די רבי בלית ברירה איהם אוועק געגעבן די רעביצין'ס טייערע רינגל ..פארקויפט עס אזוי וועט איר האבן עפעס לכבוד שבת. ווען די רעביצין איז אהיימגעקומען און דערזען אז איר רינגל איז נישט צו געפינען, האט זי גלייך פארשטאנען אז איר הייליגע מאן האט עס זיכער אוועקגעגעבן פאר'ן ארימאן וואס איז נאר וואס דא געווען, מיט א יראת הכבוד איז זי אריין געלאפן צו איר מאן אין שטוב און געפרעגט "וואס האסטו געטוהן, ס'איז דאָך אזא טייערע רינגל"... ווי נאר ר"ר שמעלקא האט דאס געהערט איז ער ארויסגעלאפן און אנגעהויבן נאכצולויפן דעם ארימאן, און דער ארימאן האט געזען אז די רבי לויפט איהם נאך האט ער געכאפט א פחד אז אפשר האט ר"ר שמעלקא חרטה געהאט אויף די טייערע מתנה און ער וויל צוריקבעטן דעם רינגל, דעריבער האט דער ארימאן זיך גענומען אנטלויפן נאך שנעלער אז רבי שמעלקא זאל איהם נישט קענען כאפן און צוריקבעטן דעם רינגל. די צדיק זעהנדיג אז ער וועט דעם ארימאן נישט כאפן האט ער מיט די לעצטע כוחות געשריגן "ר' איד איך וויל דיר נאר מודיע זיין אז כ'האב געהערט אז עס איז גאר א טייערע רינגל דעריבער וויל איך דיר זאגן אז דו זאלסט עס נישט פארקויפן פאר קליין געלט, נאר זעה צו בעטן א גוטן פרייז"... דער צדיק האט נישט חרטה געהאט פון זיין נתינה, ער האט פשוט געוואלט אז דער ארימאן זאל וויסן און שעצן די ריכטיגע ווערד פונעם רינגל.

דערנאך האט דער ר"ר שמעלקא געטייטשט השי"ת זאגט פאר משה רבינו "איך האב א גוטע מתנה אין מיינע אוצרות", שבת איז גאר א הייליגע און חשוב'ע טאג, אויף אונז די אידישע קינדער ליגט דער אחריות עס ריכטיג אויסצוניצן, השי"ת האט געבעטן פון משה "לֵך והודיע אותם - זאלסט זיי מוֹדִיעַ זיין" די ריכטיגע חשיבות און ווערד פונעם שבת אז זיי זאלן עס נישט האלטן ביליג ח"ו נאר ריכטיג מחשיב זיין, מאכן די ריכטיגע הכנה-גרייטונגען צו דעם גרויסן טאג אזוי ארום זאלן מיר קענען ארויסנעמען דאס מערסטע פון דעם גרויסן טאג, און ווי פריער געזאגט "מיר גרייטן זיך פאר שבת – און שבת גרייט צו פאר אונז א וואָך פיל מיט הצלחה און ישועות", מ'דארף זיך אבער גרייטן מיר דארפן זיך כסדר אפוואשן פון אלע רגילות- געוואוינהייטן וואס נעמט ארום אונזער עבודת ה', זיך דערהייבן מיט פרישקייט און התחזקות!!

די שרעקליכע חטא העגל איז געווען ממש דאס פארקערטע, ס'איז געווען א מצב וואס די אידשע קינדער האבן באמערקט אז משה רבינו איז נישט אראפ געקומען און אָן קיין שום הכנה און טראכטן האבן זיי ווילדערהייט געמאכט החלטות וואס האט ליידער געקאסט זייער א טייערע פרייז, ווען דער אידעלע שטעלט זיך נישט אָפ אויף אביסל חשבון הנפש נאר לאזט זאכן פאָרן אויף קרוז קאנטראל, ווען דער אידעלע טראכט נישט וואס ער טוט פאַלט מען ה"י אריין אין א חורבן, אונזער עבודת ה' פארלאנגט הכנה-גרייטונגען, פרישקייט, התחדשות און מחשבה איין מאל און נאכאמאל, וואַשן די הענט און פיס פון אלע געוואוינהייטן וואס איז אין אונז אריין געוואקסן און מיט א אמתע רואיגקייט כסדר דינען הקב"ה מיט געטריישאפט, ברידער טייערע! הקב"ה האט אונז דעם יאר מזכה געווען מיט א איבריגע חודש זיך צו גרייטן צום גרויסן יו"ט הבעל"ט, לאמיר זיך אָפוואַשן און צוגרייטן אז ווען דער גרויסע טאג פון פורים וועט אנקומען, זאלן מיר ארויסנעמען שמחה וואס וועט מיט אונז פארבלייבן ביז מיר וועלן זוכה זיין צו דעם גרויסן שמחה וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:
• כיור – מ'דארף זיך כסדר וואַשן פון רגילות – געוואוינהייטן, און אריין ברענגן פרישקייט און התחדשות.
• שבת קודש - מיר גרייטן זיך פאר שבת – און שבת גרייט צו פאַר אונז א וואָך פיל מיט הצלחה און ישועות.
• חטא העגל – געב אכט, ווייל אָן ישוב הדעת קען מען פארפארן ה"י.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוכר ספרים »

שלום ואחדות האט געשריבן:ביים ר"ר שמעלקא פון ניקלשבורג זי"ע, איז אמאל געקומען אַ צובראכענע אָרימאן און זיך געבעטן פאר אפאר פרוטות, אבער רבי שמעלקא האט ליידער גארנישט געהאַט איהם צו געבן, נאך עטליכע מינוט זיכן האט די רבי בלית ברירה איהם אוועק געגעבן די רעביצין'ס טייערע רינגל ..פארקויפט עס אזוי וועט איר האבן עפעס לכבוד שבת. ווען די רעביצין איז אהיימגעקומען און דערזען אז איר רינגל איז נישט צו געפינען, האט זי גלייך פארשטאנען אז איר הייליגע מאן האט עס זיכער אוועקגעגעבן פאר'ן ארימאן וואס איז נאר וואס דא געווען, מיט א יראת הכבוד איז זי אריין געלאפן צו איר מאן אין שטוב און געפרעגט "וואס האסטו געטוהן, ס'איז דאָך אזא טייערע רינגל"... ווי נאר ר"ר שמעלקא האט דאס געהערט איז ער ארויסגעלאפן און אנגעהויבן נאכצולויפן דעם ארימאן, און דער ארימאן האט געזען אז די רבי לויפט איהם נאך האט ער געכאפט א פחד אז אפשר האט ר"ר שמעלקא חרטה געהאט אויף די טייערע מתנה און ער וויל צוריקבעטן דעם רינגל, דעריבער האט דער ארימאן זיך גענומען אנטלויפן נאך שנעלער אז רבי שמעלקא זאל איהם נישט קענען כאפן און צוריקבעטן דעם רינגל. די צדיק זעהנדיג אז ער וועט דעם ארימאן נישט כאפן האט ער מיט די לעצטע כוחות געשריגן "ר' איד איך וויל דיר נאר מודיע זיין אז כ'האב געהערט אז עס איז גאר א טייערע רינגל דעריבער וויל איך דיר זאגן אז דו זאלסט עס נישט פארקויפן פאר קליין געלט, נאר זעה צו בעטן א גוטן פרייז"... דער צדיק האט נישט חרטה געהאט פון זיין נתינה, ער האט פשוט געוואלט אז דער ארימאן זאל וויסן און שעצן די ריכטיגע ווערד פונעם רינגל.

דערנאך האט דער ר"ר שמעלקא געטייטשט השי"ת זאגט פאר משה רבינו "איך האב א גוטע מתנה אין מיינע אוצרות", שבת איז גאר א הייליגע און חשוב'ע טאג, אויף אונז די אידישע קינדער ליגט דער אחריות עס ריכטיג אויסצוניצן, השי"ת האט געבעטן פון משה "לֵך והודיע אותם - זאלסט זיי מוֹדִיעַ זיין" די ריכטיגע חשיבות און ווערד פונעם שבת אז זיי זאלן עס נישט האלטן ביליג ח"ו נאר ריכטיג מחשיב זיין, מאכן די ריכטיגע הכנה-גרייטונגען צו דעם גרויסן טאג אזוי ארום זאלן מיר קענען ארויסנעמען דאס מערסטע פון דעם גרויסן טאג, און ווי פריער געזאגט "מיר גרייטן זיך פאר שבת – און שבת גרייט צו פאר אונז א וואָך פיל מיט הצלחה און ישועות", מ'דארף זיך אבער גרייטן מיר דארפן זיך כסדר אפוואשן פון אלע רגילות- געוואוינהייטן וואס נעמט ארום אונזער עבודת ה', זיך דערהייבן מיט פרישקייט און התחזקות!!


איינער מיט א מקור אויף דעם באקאנטן סיפור?
יישר כח
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”