פרשת תרומה - צוזאם ברענגן די הארץ מיטן נשמה!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

פרשת תרומה - צוזאם ברענגן די הארץ מיטן נשמה!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

די הייליגע תורה הקדושה האבן מיר די אידישע קינדער שוין זוכה געווען צו באקומען, און צו א תורה'דיגע לעבן פיל מיט געשמאק און זיסקייט טוען מיר זיך שוין גוט איינגעוואוינען, אבער עם ישראל איז נאך נישט פערטיג, אט זענען מיר זוכה צו דאס גרעסטע... דאס ליבשאפט וואס השי"ת האט צו אונז זיינע געטרייע קינדער איז אויפן העכסטן שטאפל, און הקב"ה זאגט פאר משה רבינו זאל זאגן פאר כלל ישראל: דַּבֵּר אֶל בְּנֵי יִשְׂרָאֵל וְיִקְחוּ לִי תְּרוּמָה מֵאֵת כָּל אִישׁ אֲשֶׁר יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ תִּקְחוּ אֶת תְּרוּמָתִי וכו' וְעָשׂוּ לִי מִקְדָּשׁ וְשָׁכַנְתִּי בְּתוֹכָם - רעד צו די אידישע קינדער, און זיי זאלן נעמען פאר מיר א אפשיידונג, פון איעדע מענטש וואס זיין הארץ באגערט אים צו געבן, זאלסטו נעמען וכו', און זיי זאלן מאכן פאר מיר א הייליגקייט אז איך זאל וואוינען צווישן ענק, די תוה"ק איז ממשיך און רעכנט אונז פונקטליך אויס וואס און ווי אזוי דער משכן זאל געבויעט ווערן.

לי הכסף ולי הזהב זאגט די פסוק - הקב"ה האט און פארמאגט אלעס, נו אויב אזוי פרעגט זיך, וואס פעלט אויס אז די אידישע קינדער זאלן זיך משתתף זיין אין די הוצאת המשכן? אויך דארף מען פארשטיין פארוואס דארף מען געלט פון איעדע מענטש, ס'איז דאך פשוט אסאך מער גרינגער און פראַקטיש צו גיין נאר צו די גרויסע תומכים און נגידים? מיר זענען געוואוינט אז ווען ס'בויעט זיך א נייע בית המדרש וכדומה וועלן די ראשי הקהילה צום אלעם ערשט פרעזענטירן גרויסע הערליכע בילדער און פלוקאטן מיט אלע דיטאלן פונעם נייעם פראַכטפולע בנין המפואר, דערנאך פון אינעווייניג די אלע שטיבלעך טישן בענק און פארשטייט זיך דער קאווע ציממער וכדומה, צוביסלעך טוט זיך די חשובע עולם אנווארעמען און ווען די טעמפעטור איז שוין גענוג הייס פאנגן זיך אָן די געלט אקציעס און מסיבות שונות פארן הייליגן צוועק, אנדערש איז אין די וואכעדיגע פרשה וואס די תוה"ק טוט אונז קודם כל רופן צו געבן געלט נאך איידער מיר ווייסן אפילו פון וואס ס'רעדט זיך, און אפילו דערנאך רעדט מען קודם פון די כלי המשכן און ערשט דערנאך פונעם בנין. ווי פארשטענדליך דארפן מיר דאס פארשטיין און ריכטיג אפלערנען.

טייערע ברידער, אין די פרשיות ליגט אַן אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען נישט קומען נאָנט צו איר עומק און פארשטאַנד, ווי דער מדרש, זוהר אין די ספה"ק שמועסן ארום באריכות אז די גאנצע בריאה, דער גוף פונעם מענטש, ווי אויך אונזער עבודה אויף די וועלט איז אלעס פארגליכן צום משכן מיט אירע כלים, מיר וועלן זיך בסייעתא דשמיא אפשטעלן אויף איין נקודה און פרובירן אויף אונזער קליינע מדריגה ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טעגליכן לעבן.

אויף איינע פון די קארביענע וואסערן געפינט זיך א קליין אינזל וואס דארט וואוינען אונזערע באקאנטע ידידים ר' עושר, ר' ארימאן, ר' חכם, ר' עצל/פוילער, ר' שמחה, און נאך פילע אנדערע באקאנטע גוטע פריינד ואחרון חביב אונזער באקאנטע ר' נשמה, אזוי האבן זיי דארט געלעבט מיט די גרעסטע רואיגקייט און געשמאק. ויהי היום, ס'קומט א סיגנאַל אז נישט ווייט פונעם אינזל טוט זיך פארמירן אַן אויסטערלישע ווילדע שטורעם וואס לייגט די גאנצע אינזל אין א שרעקליכע געפאר פון פארשוועמט ווערן, אלע האבן זיך גענומען פאַקן פעק און זעק, מ'לויפט פארן לעבן, די רעטונס שיפלעך פאנגט מען אָן גרייטן, מ'דארף הייבן פיס פאר ס'איז שפעט.

אינגאנצן א פארלוירענער דרייט זיך ר' נשמה ארום ער פארמאגט נישט קיין רעטונג'ס שיפל, וואס טוט מען רבש"ע?! ער לויפט צו די שטעטל'ס באָרטן און טרעפט דארט ר' עושר מיט זיין הערליכן יאַכט שיף, מיין פריינד אפשר האסטו עפעס פלאץ פאר מיר, (ווי נישט זענען מיר שוין יארן גוטע פריינד - ברומט ער זיך אונטער)? ביסט אינגאנצן אראָפ פון זינען, פלאץ?! אלעס איז אנגעפולט מיט געלט גאלד און זילבער ס'נישט דא פון וואס צו רעדן. נו אויב דער עושר האט נישט קיין פלאץ וועגן גאלד און זילבער דארף מען גיין צו ר' ארימאן ער וועט זיכער האבן עפעס א פלאץ ..אנטשולדיגט ר' נשמה גלייבט מיר כ'נעם אייך גערן, די פראבלעם איז אז מיין קליינעם צובראכן שיפל קען נאך א מענטש נישט דערהייבן, ס'וועט זיך איבערדרייען בדוק ומנוסה. אקעגן איבער זיצט ר' שמחה אבער כאטש ר' נשמה פרובירט אים פרעגן און מסביר זיין אז ער זיכט א וועג ארויס איז ער פארנומען טאַנצן און זינגן, ניטאמאל כאפט ער אז ר' נשמה רעדט צו אים, די מוזיק איז פשוט אסאך צו הויעך.

וואס טוט מען ווייטער?! בלית ברירה וועט מען פרובירן מיט ר' עצל/פוילער, כבוד הרב איר האט אפשר עפעס פלאץ אויף אייער שיפל, יא כ'האב, אבער כ'האב נישט קיין כח צו פאַקן און ארויספארן, וואס ס'וועט זיין וועט זיין... וואס הייסט ס'איז פיקוח נפש?! לאז מיך אפ כ'האב פשוט נישט קיין כח... אונגאנצן צובראכן און פארלוירן שטייט דארט ר' נשמה ווען פלוצלינג באמערקט ער א קליין שיפל ביים עק באָרטן אבער ווי ערשטוינט ווערט ער באַמערקנדיג אז יענער ווייזט אים מיט די הענט אז ער זאל קומען, מיט די לעצטע אטעם לויפט ער אהין, שפירנגט ארויף און ויסעו, מ'לאזט זיך אין וועג אריין, אנקומענדיג אויפן נייעם אינזל פאלט ר' נשמה ארויף אויפן שיף קאַפיטאן און מיט טרערן באדאנקט ער זיך, איין מינוט איך כאפ זיך יעצט אז כ'ווייס ניטאמאל ווי אזוי איר הייסט, ווער זענט איר? מיט טרערן פון פרייד זאגט ער קודם כל א ישר כח צוזאמען זענען מיר בחסדי ה' אדורך די שווערע וואסערן, יא אמת ב"ה אבער זאגט שוין ווי רופט מען אייך? מיין נאמען איז לב, אבער די עולם קען מיך אלץ הארץ, ..כ'גלייב נישט די ביסט עס, כ'האב טאקע אלעמאל געהערט אז ווען ס'איז דא פלאץ אין הארץ – איז פלאץ פארהאן, ..יא מיין פריינד ס'איז טאקע אמת,דערפאר האב איך געהאט פלאץ, אבער פאָרן האב איך געקענט נאר מיט אייך ווייל דאס הארץ אָן נשמה ווייסט נישט ווי צו גיין, דאס הארץ אָן נשמה קען גאר שנעל פארבלאנזשעט ווערן, אבער צוזאמען זענען מיר בסייעתא דשמיא אנגעקומען.

טייערע ברידער! לאמיר צוריק קומען פון די ווייטע אינזלן און האבן א אמתע שמועס מיט ר' נשמה, בדרך כלל האבן מיר מענטשלעך גאר א שטארקע פחד פון אריין גיין אין אונזערע הערצער, פון אויפמאכן דאס הארץ און מיט אַן אמת זיך פרעגן ווי האלט איך אין מיין עבודת ה', וואס איז מיין ציל אין לעבן? וואס איז ביי מיר וויכטיג און וואס נישט? אפשר איז צייט צו טוישן געוויסע איינגעווארצלטע געוואוינהייטן? ס'איז פשוט נישט באקוועם און אפשר גאר שווער, דערפאר גייען מיר בכלל נישט דארט אהין, אדער צומאל אפילו ווען מיר ווייסן שוין יא פון א פאקטישע פראבלעם לויפן מחשבות אז ס'וועט שוין ווערן מסודר, ווי-אזוי און ווען ווייס איך נישט, אבער ס'וועט שוין, איינער וועט עס שוין מסדר זיין...

פארן מענטש אריין צוגיין אינעם חלק הפנימי אין זיך פרעגן "פארוואס, פארווען, פארוועם, ווי לאנג" קען זיין יסורים?! מאכט זיך א מצב און מיר ווערן אָנגעווארעמט, און מיט שטארקע כוחות טוען מיר יא אויפמאכן דאס הארץ אבער ס'גייט נישט, מיר ווערן אינגאנצן צומישט און צוחושט, מיר פאנגן אָן האבן פילע הרגישים און מיר ווייסן נישט ווי אזוי מען געבט זיך אַן עצה דערמיט, די געפילן גיסן זיך אָן קיין שום מהלך ס'ווערט עפעס א מצב פון הארץ אָן דער נשמה, די הארץ ברענט, אמאל גייט עס א טריט ווייטער און ווען די הארץ מאכט זיך אויף ברענגט עס געפילן וואס זענען פיל מיט ווייטאג און עגמת נפש, פילע אלטע אנגעלייגטע שוועריגקייטן וואס ליגן שוין יארן גיסן זיך פלוצלינג ארויס און דער אידעלע פרעגט ..ווי גייט מען פון דא?! וואס טוט מען?! ווי אזוי געבט מען זיך אַן עצה?!

קומט די תוה"ק אין אונזער פרשה און לערנט אונז, אז מיר דארפן צוזאם ברענגן די נשמה מיטן הארץ, די הארץ דארף ווערן אנגעפילט מיט נאנטשאפט און בענקעניש צו אבינו שבשמים, ווען א איד'ס הארץ איז פיל מיט רוחניות און קרבת אלקים ווערט אויפמאכן דאס הארץ אזוי פיל גרינגער, זיין אמת'דיג מיט זיך - איז א פשוטע חלק פון עבודת ה', דער אידעלע פארשטייט אז כ'בין נאר א בשר ודם, כ'בין נאר אויפן וועג, די וועג קען זיין א שווערע - איך גיי אבער טריט נאך טריט צוזאמען מיט מיין גרויסע פאטער אבינו שבשמים און צוביסלעך ווער איך נענטער און נענטער צום אמת, צום תכלית החיים, די אלע יסורים פון שפירן צומישט און אליין ווערן פלוצלינג בארואיגט מיטן מחשבה אז כ'בין א קליין מענטשעלע וואס איז נישט קיין מושלם – כ'פרוביר און טו אלעס וואס איך קען, און מיין גרויסע טאטע העלפט און וועט העלפן אז צוביסלעך זאל זיך מיין קליינע מקדש מעט געבויעט ווערן.

וְיִקְחוּ לִי תְּרוּמָה מֵאֵת כָּל אִישׁ אֲשֶׁר יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ איידער מ'גייט בויען דאס פלאץ וואס איז די מקור פון אמת, די מקום פון השראת השכינה אויף די וועלט, דארף דער איד זיין אמת'דיג, דארף דער איד זיין גרייט אריינצוגיין אין די טיפסטע פלעצער פון זיין הארץ און אויפמאכן זיין הארץ לאבינו שבשמים, געבן געלט נאך איידער מיר ווייסן פארוואס און פארווען אלעס ארויסצוברענגן די שלימות הרצון, ס'איז די הארץ, דאס זיין גרייט אריין צוברענגן נשמה אינעם הארץ, נדבת לבו איז דער יסוד וואס בויעט דעם הייליגן משכן, מיר ברענגן גאלד און זילבער, מיר געבן דעם נדבת הלב מיר מאכן אויף דאס הארץ, מיר קריכן אריין אין די טיפעניש פונעם הארץ און טוען עס אָנפילן מיט נשמה און ליכטיגקייט, מיר געבן עס פאר הקב"ה.

די לשון פון תרומה איז אויך א לשון פון אויפהייבן, מיר געבן א נדבת הלב און דערמיט טוען מיר זיך אויפהייבן, מיר טוען אנפילן דאס הארץ מיט רצון ה', און טאקע דערפאר האט הקב"ה געדארפט אונזערע נדבות און ס'האט זיך פארלאנגט אז איעדע איד זאל זיין א חלק, איעדע איד זאל זיך משתתף זיין, ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם – יא איעדע פון אונז, איעדע יחיד דארף בויען א משכן א פלאץ פון הייליגקייט אויף די וועלט פארן טאטן אין הימל, יא ביי אונז אין הארץ, ביי אונז אין מחשבה, ביי אונז אין די רמ"ח אברים ושס"ה גידים, ווי חז"ל זאגן אונז בתוכו לא נאמר אלא בתוכם בתוך כל אחד ואחד, ס'שטייט נישט איך וועל רוען 'צווישן' זיי, נאר 'אין' זיי, דאס הייסט אינעווייניג ביי איעדן איינציגן איד, איעדע איד וואס עפענט זיך אויף, וואס בויעט א משכן ברענגט אראפ און אנטפלעקט די שכינה אויף די וועלט, און ברענגט נענטער די וועלט צו איר תיקון, ווי דער חרדים שרייבט "בתוך לבי משכן אבנה לזיוו" אין מיין הארץ וועל איך בויען א משכן פאר זיין שיינקייט, און דאס ערשטע טריט איז טאקע אויפצומאכן דאס הארץ, זיין גרייט אריין צוגיין אין די טיפענישן און דארט אויך באלייכטן און באשיינען, דארט אויך אויסארבעטן.

ברידער טייערע, מיר שטייען דאך שוין אין די לעכטיגע טעג פון חודש "אדר", וואס האט אין זיך די לשון פון א-ד-ר וואס דאס איז א'חד דער אחד יחיד ומיוחד דר קומט וואוינען צווישן אונז, די חודש פון שמחה, די טעג וואס מען באקעמפט דעם עמלק, דער וואס איז געווען די ערשטע אריין צוברענגן אין עם ישראל ספיקות, (ווי באוואוסט פון די ספה"ק אז עמלק איז בגימטריא ספק) דער וואס מאכט דעם אידעלע שפירן אומזיכער, ..ס'איז גוט לאז אפ, רעד נישט דערוועגן? ווער זאגט אז איך האב נאך א מעגליכקייט? ס'איז שוין אזוי פאר יארן, ס'וועט שוין גוט זיין, יעצט איז די צייט אויסצורייסן די אלע ספיקות "אין שמחה כהתרת הספקות" ס'איז נישט פארהאן א גרעסערע שמחה ווי קלאר ווערן, ווי אויפמאכן דאס הארץ און זיך אמתדיג אויסקלארן, איינמאל פאר אלעמאל וויסן מיט א אמת ווי מען האלט, ווי מען שטייט אויף די וועלט, יא אמת אז ס'איז זייער שווער און צומאל ווייטאגליך ס'איז אבער די אמת, ס'איז איין טריט נענטער צו דעם מענט'ס תיקון, ס'איז איין טריט נענטער צו העכערקייט און דערהויבנקייט, ס'איז איין טריט נענטער אין אונזער עבודה פון צוזאם ברענגן די הארץ מיטן נשמה – די חלק אלוקי ממעל, און נאר אזוי בויעט זיך א משכן, נאר אזוי בויעט זיך א בית המקדש, און נאר אזוי וועלן מיר זיך צוזאמען קענען גרייטן אויף דאס וואס מיר ווארטן שוין אזוי לאנג אויף דעם בנין בית המקדש השלישי בביאת מלך המשיח בב"א.

לסיכום געדענק:

• נדבת הלב – מיינט איבער געבן דאס הארץ פאר השי"ת, אָנפילן דאס הארץ מיט קרבת הלב.
• מאַך אויף דאס הארף און טו אריינקריכן אין די טיפענישן, קיינער וועט עס טוען פאר דיר.
• דאס הארץ אָן נשמה ווייסט נישט ווי צו גיין, דאס הארץ אָן נשמה קען גאר שנעל פארבלאָנזשעט ווערן.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
לעצט פארראכטן דורך שלום ואחדות אום דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 10:39 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

שלום ואחדות האט געשריבן:פי די עף

http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 09&gil=172

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”