יידישע קהילות האט געשריבן:שוין, כדי דער עולם זאל האבן וואס צו רעדן ביי די חנוכה מסיבות היינט נאכט, וועל איך געבן דעם ענטפער.
אויב מען איז מפסיק אינמיטן בענטשן מער ווי שהה כדי לגמור את כולה דארף מען איבערבענטשן. (עיין בשו"ע ונו"כ מה הגדר של הפסק.)
ווי לאנג איז "שהה כדי לגמור את כולה"?
ווענדט זיך אויף יעדע מענטש באזונדער. דיין בענטשן נעמט 10 מינוט איז א הפסק פון 10 מינוט שהה כדי לגמור את כולה.
אצינד, אויב האט ער געהאט א הפסק פון 10 מינוט אינמיטן בענטשן, אבער ער האט געזאגט על הניסים, האט דאך זיין יעצטיגע בענטשן געדויערט 12 מינוט איז נאך נישט געווען שהה כדי לגמור את כולה. דארף ער נישט איבערבענטשן. אבער אויב האט ער פארגעסן על הנסים, איז דאך זיין בענטשן נאר 10 מינוט לאנג, דארף ער יא איבערבענטשן.
הוי איינער וואס פארגעסט על הניסים און דארף איבערבענטשן!
(בשם הגאון ר' אברהם גנחובסקי זצ"ל)
אייזן!