אתרוגי מאראקא יאנעווע-קלבריה וכו'
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 930
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am
אתרוגי מאראקא יאנעווע-קלבריה וכו'
פול ערליכע אידן מדקדקים במצוות האבן אלע מאל מדקדק געווען צי נעמען אתרוגים פון מאראקא, (עס ווערט שוין געברענגט אין בכור"י), צוליב דאס וואס עס וואקסט נישט אין קיין קאנטראלירטער פעלדער, נאר אין וועלדער, איז נישטא קיין חשש הרכבה.
היינטיגע צייטען אבער, קומען שוין רוב מאראקענער אתרוגים פון שיינע פעלדער, (נאך דא אזוינע וואס פארקויפן אזעלכע אתרוגים וואס וואקסן ווילד, אבער רוב נישט) איז נאך אלס דא די מעלה?

לעצט פארראכטן דורך גולם פון וואשינגטאן אום מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 7:30 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 499
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm
- חזון-איש'ניק
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 324
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am
וכבר דשו בה רבים, עי' בשו"ת מנחת יצחק אז אתרוגים מוזען נישט האבן קיין קערנדלעך, און ס'ווערט קיין ערגעץ נישט מבואר אז דאס איז איינער פון די סימני אתרוג, ובר מן דין האט מען בודק געווען און די גרעסערע אתרוגים האבן קערנדלעך, וכבר העיד עליו גברא רבה והוא הבכורי יעקב אז מאראקאנע אתרוגים זענען כשר'ע אתרוגים ויש עליהם מסורה עתיק יומין מקהילות קדושות במורוקו.
וגם אני הק' מצאתי כבר כמ"פ גרעינים יפים באתרוגי מאראקא
וגם אני הק' מצאתי כבר כמ"פ גרעינים יפים באתרוגי מאראקא
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 747
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm
חוץ מזה ווייזן זיי אויף אז די זעלבע מאראקאנע אתרוגים ווען מען פלאנצט דאס איין ערגעץ אנדערש האט דאס יא קערלעך, נאר דארט צוליב די שטארקע זוהן וואס שיינט דארט טריקנט דאס אויס די קערלעך פון די אתרוגים. קלויזנבורגער רב איז געווען א צדיק וקדוש, אבער ממש יעדער האט זיך געקריגט מיט זיין פסק אין דעם ענין, ולכאורה קען מען זאגן אז ווען ער וואלט געזעהן נאך דעם די אלע בירורים און הוכחות להיתר וואלט ער אויך אזוי געהאלטן.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 747
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm
און סאטמאר רב פלעגט אריינקומען אין בית מדרש מיט א מאראקאנער אתרוג, דאס האט יעדער געזעהן.
אויף וואס ער האט געמאכט א ברכה ווייסט מען נישט, ער האט נישט געלאזט קיינעם געוואר ווערן, ויש אומרים אז דאס איז געווען וויבאלד ער האט נישט געוואלט שאדן מאכן פאר די סוחרים, וויבאלד איינמאל מען וואלט געוויסט קלאר אויף וועלכע אתרוג דער רבי מאכט א ברכה וואלט יעדער געלאפן בלויז קויפן יענער אתרוג, און די יאנעווער מארקעט וואלט אינטערגעגאנגען אין סאטמאר, אבער על כל פנים אין בית מדרש צו הלל האט ער געהאט א מאראקאנער אתרוג.
מען דארף טאקע אויך מאכן אן אשכול איבער יאנעווער אתרוגים (אפשר טאקע טוישן די אשכול צו די נאמען "מאראקאנער-יאנעווער אתרוגים" און דעבאטירן דא ביידע סארט). אני הקטן פארשטיי בכלל וויאזוי מען קען ניצן יאנעווער אתרוגים היינט צוטאג'ס, למעשה בשנת תש"ט אדער תש"י (בערך) איז א משך פון צוויי יאר נישט געווען דארט בכלל קיין איד!!! עס איז נישט געווען א איד וואס האט גענומען דאן פון דארט אתרוגים, איז אויב אזוי מיינט דאך דאס אז דאס האט לגמרי פארלוירן די מסורה, נישט אזוי?
די וועג פון מכשיר זיין אן אתרוג איז בלויז אויב עס האט א מסורה, און אן א מסורה איז דאס גיט פאר א קאמפויט (כידוע מהחתם סופר), נו אויב אזוי מהיכי תיתי אז אין יאנעווע איז געבליבן די מסורה? בפשטות איז די מסורה דוקא נישט געבליבן דארט, היות די פעלדער זענען כסדר שוין לאנגע יארן אינטער גויאישע הערשאפט, און די גוים זיכן דוקא צו מרכיב זיין כדי עס זאל וואקסן שענער און שטערקער (פון אתרוגים מאכט מען אסאך ביזנעס אין די גויאישע וועלט אויך, מען ניצט דאס פאר פערפיומ'ס און נאך), נו אויב אזוי פארוואס זאל נאך בלייבן אויף די אתרוג די מסורה??? אתמהה

עפל קאמפאוט האט געשריבן:

מסורה מיט הרכבה איז צוויי באזינדערע זאכען.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 930
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am
דממה דקה האט געשריבן:עפל קאמפאוט האט געשריבן:
די וועג פון מכשיר זיין אן אתרוג איז בלויז אויב עס האט א מסורה, און אן א מסורה איז דאס גיט פאר א קאמפויט (כידוע מהחתם סופר), נו אויב אזוי מהיכי תיתי אז אין יאנעווע איז געבליבן די מסורה? בפשטות איז די מסורה דוקא נישט געבליבן דארט, היות די פעלדער זענען כסדר שוין לאנגע יארן אינטער גויאישע הערשאפט, און די גוים זיכן דוקא צו מרכיב זיין כדי עס זאל וואקסן שענער און שטערקער (פון אתרוגים מאכט מען אסאך ביזנעס אין די גויאישע וועלט אויך, מען ניצט דאס פאר פערפיומ'ס און נאך), נו אויב אזוי פארוואס זאל נאך בלייבן אויף די אתרוג די מסורה??? אתמהה
מסורה מיט הרכבה איז צוויי באזינדערע זאכען.
אויס עס האט א חשש הרכבה, איז די מסורה גארנישט און נישט, די מסורה העלפט נאר אויב עס האט נישט קיין סימני הרכבה, עי' חת"ס.
לויט וויפיל איך ווייס איז מסורה מיט הרכבה דוקא נישט צוויי באזונדערע זאכן, די סיבה פארוואס מען דארף א מסורה איז כדי להסיר חשש ההרכבה, מען דארף האבן א מסורה אז מען האט פון דארט גענומען ממילא ווייס איך אז מען האט דאס נישט מרכיב געווען.
קוקט'ס נאך די לשון החתם סופר, http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=155
מען זעהט קלאר אז די סיבה פארוואס מען דארף א מסורה איז ווייל אויב נישט איז דא א חשש מורכב, און ווי ער שרייבט "אבל הבאים בוודאי מאיים אחרים וכו' אין ראי' שאינם מורכבים"

EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
סידיראם
איך וויל נאר צילייגען הא בהא תליא אז אויב מען ווייסט עס איז מורכב איז דער מסורה גארנישט ווערד , אין אפילו מען קען מוכיח זיין אז עס איז נישט מורכב אויב עס האט נישט קיין מסורה איז גארנישט ווערד, נאר עס דארף א מסורה אין עס איז נישט דא סימוני מורכב, קען מען זיך פארלאזען אויף דער מסורה, אבער אויב איז געווען יארען וואס מען האט נישט געקענט ציגיין דארט איז דער מסורה נישט דא וממילא יש חשש הרכבה

- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8808
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
וועגן אתרוגי מאראקא האב איך פארצייכנט ביי מיר (פון 10 יאר צוריק אדער מער) מפי הג"ר בן-ציון פעלדמאן שליט"א:
בתקופה שהרעיש הרה"ק מקלויזנבורג זצ"ל נגד אתרוגי מאראקא, להיות שאין באתרוגים ההם זרע וכו', התנגד הג"ר יעקב קמינצקי זצ"ל לדבריו בתקיפות, ביודעו שזה שנים רבות שמשתמשים באתרוגים ההם, והינם מיוחסים.
גם אני באתי בפרק ההוא לרבי מאיר אבוחצירא זצ"ל בנו של הבבא סאלי זצ"ל, ודיברתי עמו אודות אתרוגי מאראקא. הביע אלי את תרעומתו נגד המוציאים לעז על אתרוגים אלו, שזה מאות בשנים משתמשים בהם, והם מופלגים בכשרות ובהידור. ואמר: אנו, בני מאראקא, ידענו שלהרבה מאתרוגינו אין זרע, מכל מקום ידענו גם שהם כשרים למהדרין, ולא היה אדם פוצה פה מעולם בענין זה.
גם הייתי בסוכתו של הג"ר שמואל שמעלקא טויבנפעלד זצ"ל, והיה אז שם גיסו רבי יאשע בעלזער ז"ל, ולפי שהיה הדבר נוגע לפאליטיק נגד סאטמאר, התחיל רבי יאשע לשפוך קיתון של רותחין נגד אתרוגי מאראקא. כשגמר לדבר, אמר לו גיסו רבי שמעלקא דברים כדרבנות – אם כי בכבוד מה, להיות רבי יאשע מבוגר ממנו – עד שנשאר רבי יאשע בלי מענה להשיב.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
חמרא טבא האט געשריבן:רבי ב"צ פעלדמאן איז געווען ביי דער באבא מאיר?
כך רשמתי מפיו. רצונך לדעת במאה אחוז? אברר אצלו שוב פעם בל"נ. [אגב, הוא היה גם אצל חכמים מזרחיים ומערביים אחרים, דוגמת רבי יעקב מוצאפי, ועוד.]
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
- גולם פון פראג
- שר חמש מאות
- תגובות: 601
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:פול ערליכע אידן מדקדקים במצוות האבן אלע מאל מדקדק געווען צי נעמען אתרוגים פון מאראקא, (עס ווערט שוין געברענגט אין בכור"י), צוליב דאס וואס עס וואקסט נישט אין קיין קאנטראלירטער פעלדער, נאר אין וועלדער, איז נישטא קיין חשש הרכבה.
היינטיגע צייטען אבער, קומען שוין רוב מאראקענער אתרוגים פון שיינע פעלדער, (נאך דא אזוינע וואס פארקויפן אזעלכע אתרוגים וואס וואקסן ווילד, אבער רוב נישט) איז נאך אלס דא די מעלה?
שלום עליכם, מיין חשובע וואשינגטאן קאלעגע
היינט אידאך דא א הכשר
די שאלה איז צי די יעצטיגע אתרוגים זענען נישט איר אייניקלעך פון די אמאליגע מורכבים, אין אויף דעם העלפט די מסורה אז מאראקאער אתרוגים זענען נקי מחשש מורכבים
אתרוגים פון מאראקא
זענט איהר לעצטנס געווען אין מאראקא צו זען ווי די אתרוגים וואקסן דארט?
איך האב געהערט אז אין מאראקא איז טאקע נישט דא קיין שום חשש הרכבה!
ווער קען ביטע ברענגען ארטיקלעך פון א מענטש/סוחר/בעל בית, אדער פון התאחדות הרבנים, וואס איז געווען אין די לעצטע יאהר'ן אין מאראקא, און געזען די אתרוגים ביימער?
יישר כח

- א גוטע ניק
- שר חמש מאות
- תגובות: 516
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
- לאקאציע: ביי די אייער וועלט
יעקב99 האט געשריבן:איך האב געהערט אז אין מאראקא איז טאקע נישט דא קיין שום חשש הרכבה!
וואס הייסט? וואס האסטו געזעהן
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
- ישוב הדעת
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
- לאקאציע: רעקליינער
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ס'איז נישט שייך קיין הרכבה ווייל ס'האט נישט קיין קערנדליך. דאס מאכט עס לויט אנדערע פאר א באנאנא, כידוע שיטת האדמו"ר מקלויזנבורג.
הרכבה איז לאו דווקא דורך קערלעך.. די סבה פארוואס מאנכע האבן געהאלטן אז עס האט נישט קיין חשש פון הרכבה איז וויבאלד עס איז נישט געווען קיין מארקעט דארט וואס איז היינט שוין נישט שייך, ועוד מען האט געפלאנצט דארט יאנעווע קערלעך..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP