מצות מכונה או עבודת יד?

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
Belz123
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

תגובהדורך Belz123 » זונטאג אפריל 07, 2019 4:59 pm

הצעיר באלפי האט געשריבן:סתם א שאלה :
פארוואס איז דער עולם מקיל בייי ציצית אין תפילין אז מען קיופט בתים מיט ציצית וואס זענען געמאכט מיט מאשינען ??


By מצות there is more issues then it’s not by hend

אמונה פשוטה
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 2:13 am

תגובהדורך אמונה פשוטה » זונטאג אפריל 07, 2019 5:40 pm

Belz123 האט געשריבן:
הצעיר באלפי האט געשריבן:סתם א שאלה :
פארוואס איז דער עולם מקיל בייי ציצית אין תפילין אז מען קיופט בתים מיט ציצית וואס זענען געמאכט מיט מאשינען ??


By מצות there is more issues then it’s not by hend

איר קענט אפשר מער מסביר זיין?

אמונה פשוטה
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 2:13 am

תגובהדורך אמונה פשוטה » זונטאג אפריל 07, 2019 6:51 pm

נאך א שאלה האב איך, אוייב די וועלגער'ס הנ"ל, הייסט "מאשין", פאר וואס די "רעדלער" הייסט נישט "מאשין", דאס איז דאך טאקע א נייע המצאה, און דאס איז זיכער נישט געווען אין דער היים, און די מענטש מאכט נישט "בידיים ממש" די מלאכה, נאר עס איז "מאשין" פון "צבת בצבת עשויה", און מנוצט דאס אין האנד מצות ואין פוצה פה ומצפצף?
אמת, אז אין בריסק און צאנז, למשל, נוצט מען נישט מיט דעם, אבער אלע מאפיות נוצט מען עס יא, בהכשר חשובע רבנים מיט הכשרים?!
רעדלער.jpg
רעדלער.jpg (43.44 KiB) געזעהן 982 מאל

אמונה פשוטה
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 2:13 am

דעת הרה"ק מהר"ש הראשון מ'באבוב להתיר, "לא זה הייתה כוונת הד"ח לאסור"

תגובהדורך אמונה פשוטה » זונטאג אפריל 07, 2019 7:34 pm

יעצט כ'האב געפונען די בשרייבונג פון באבובער ספרא רבא, ר' חיים דוד באקאן, מח"ס שיר המעלות לשלמה ועוד רבים, וועגן די היתר פון כ"ק מהר"ש מ'באבוב, וויל "נישט דאס מיין זיידע האט געמיינט", און על פי התירו הם נאספים, אזוי האט מען געפירט אין א'סאך שטעטלעך אין גאליצי', ממש אזוי ווי אין "ברכת הפסח" (און לענ"ד נאך א סאך "ערגער", און כביכול "מאשין", ואכמ"ל)
(ער צייכנט אבער, אז אין באבוב אליין, דער מהר"ש מיט די חסידים האבן געבאקט אויפן די אלטע שטייגער, כדי מער "שוויצן" אויף די מצות וואס דאס איז גרויסע תיקון כידוע)

http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=109

"בשנת תר"נ נועצו לב יחדיו אנשים יראים לעשות ולהבטיח שדקות עיסת המצה תהיה בשוה בבל הצדדים, למען לא תתפח ולא תשרף במקומות מסויימים, ולפיכך אחר שגלגל כל אחד את בציקו מעט בעץ ועשאו עגול ושטוח, לקח אותו והטילו בין גלגלי מתכת שהיו סובבין כמכונה הנ"ל בזעיר אנפין, ונטלו בצד השני מרוקע ודק, ונתנו להמנקר ותיכך הוכנס לתנור. כ"ק אדמו"ר הקדוש [- מהר"ש מ'באבוב זיע"א] התיר להם לעשות כן, באמרו שהוא יודע ועד שלא על זה הייתה כוונת מאורו זקינו הדברי חיים באיסורו, וכיוון שאין בזה יותר שהיות מגלגלי יד, [ו]שאין כאן חיתוך העיסה והחזרה שניה, וכן אין דחיקת גלגלים על העיסה יותר מבידיים, כי העיסה קטנה וגם אינה מתרככת הרבה מכרגיל, הלכך אין לאוסרה ומותר אף לצאת ידי חובת מצות מצווה. אולם מובן מאליו שהוא בעצמו ועדתו לא השתמשו במכונה זו, רק עשו הכל בידים כקדם כדי שלא להפסיד יגיעות וזיעה ועמל יותר שהוא תיקון גדול, אבל אם לדין מותר הוא. וכן עשו על פיו בעיירות רבות, ומהן: קראקא, טרנא, אושפצין, וואדאוויץ, דאברא, טשחויב, ועוד


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט