מצות מכונה או עבודת יד?

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

איך האב געזען דעם קליפ, לויט ר' משה איז די גאנצע פראבלעם פון מאשין מצות, אז סדרייט זיך דורך לעקטער, אדער כח כחו, דא איז קיין איינס נישטא,
אבער איך וואלט עס נישט געגעסן, ווייל פון דעם ביז מאשין מצות איז א האר,
אויך זעה איך אז דער אויבען פארט ( ד''ה די מצות פאלען אליינס ארויס) מדארף נישט קיין שיבער נאר אויף אריינצולייגען,
סאיז אפשר גאר א הידור וועגן נגיעה ווייל סאיז איין שטעקן אויף אמאל, און אויך מנעמט עס נישט ארויס פאר ס'איז אינגאנצען אפגעבאקען אבער איך בין זייער נייגעריג ווער סדרייט דעם אויבען אויך א מענטש ? (דאס ווייזען זיי שוין נישט)
אפשר ווען סאיז שוין אפגעבאקען מעג עס זיין עלעקטעריק
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

סארקאזי האט געשריבן: ,,,,,,,,,, אבער איך בין זייער נייגעריג ווער סדרייט דעם אויבען אויך א מענטש ? (דאס ווייזען זיי שוין נישט)
אפשר ווען סאיז שוין אפגעבאקען מעג עס זיין עלעקטעריק

און אין די היימישע באק הייזער ווער האלט די מצות בשעת דעם באקען???
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

קיקיון האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן: ,,,,,,,,,, אבער איך בין זייער נייגעריג ווער סדרייט דעם אויבען אויך א מענטש ? (דאס ווייזען זיי שוין נישט)
אפשר ווען סאיז שוין אפגעבאקען מעג עס זיין עלעקטעריק

און אין די היימישע באק הייזער ווער האלט די מצות בשעת דעם באקען???

א מענטש האלט אן אויג דערויף ביז עס איז אפגעבאקען און נעמט עס ארויס
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

נכד האט געשריבן:״רבי משה איר שרייבט נאך איינעם אדער איר זענט געשטאנען מיט א טיימער?״

איר שטעלט אראפ אזעלעכע יסודות עס קען זיך דאכטן ווי אייערע חשבונות ווי תורת משה?!?...

שמעתי פון ר׳ דוד ראזענבערג אז די חתם סופר שרייבט אז מצות זאל נישט נעמן מער ווי צוויי מינוט וכהיום דארט אזוי לאנג טאקע און מהאט זיך אייביג געוואונדערט אויפן חתם סופר אבער רוח הקודש הופיע

איבערן הייליגן חת״ם סופר זי״ע איז כדאי צו נאטירן. עס איז געווען א שטיקל שערוריה אין די פוסקים איבער די ווערטער וואס דער חת״ם סופר שרייבט אין א תשובה צי ער מיינט נאר בערך 2-3 מינוט אדער דווקא.


ווי איז דער חתם סופר? ניתי ספר ונחזי
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ס'איז היבש אינטערסאנט אז ס'זאל גאהר נתעורר ווערן א ספק צו "דער מאשין" איז טאקע די מאשין וואס די גאונים בימים ההם האבן גע'אסרט.
והדבר יפלא, אויב ס'איז "א מאשין" (בכל צורה שיהי') זענען דאך די מצות נישט ראוי לקיום המצוה, און לדידן איז עס אסור באכילה. און דאס איז אמאל זיכער אז קיינער רופט עס נישט "א וועלגער האלץ". איז אלזא אויב איז עס נישט א וועלגער האלץ, איז עס א מאשין, און א מאשין איז אסור. אבער בכל אופן שיהי' איז די הכרעה תלוי בדעת גדולי הדור, והרשות נתונה לישא וליתן כדת של תורה.

למעשה איז די גאנצע היתר דא געבויט אויפן תשובה פון הגר"מ בראנדסדארפער שליט"א (אראפ געברענגט אויבן), וואס ער איז מחלק אז דער 'נייעם פאטענט' איז נישט די מאשין מצה וואס איז גע'אסרט געווארן דורך די גדולי הפוסקים פון יענעם דור, ווי באלד דאס איז ממש ווי א וועלגער העלצל. און בתוך הדברים שרייבט ער בזה"ל : והמרדד מכניס את העיסה ביניהם ועל ידי סיבוב ידית מסתובבים שני המערוכים כאחת, וכל תזוזה של הרמדד משפיעה על שני המערוכים כאחת, והרי זה כוחו ממש לכל הדעות. עכ"ד.

ס'איז לכאורה א שטיקל תמי' על דברי הגאון הנ"ל, ווייל אין שו"ת האלף לך שלמה (השמטות לשו"ת על או"ח סי' ל"ה) פון הגאון ר' שלמה קלוגער (מראשי האוסרים מצות מכונה) האט ער טאקע א שטיקל שקו"ט פאר וואס די וועלגער העלצער איז יא אויסגעהאלטן צו נוצן לאפיית מצות מצוה, וזה תמצית לשון קדשו : "אף דהמאשין נעשה ע"י אדם נראה דלא נחשב מעשה אדם, דהנה נ"ל דאף האדם המגלגל העיסה בגלגל, לא נחשב רק כחו ולא מעשיו ממש, [וכו'], אבל עכ"פ מעשה אדם ממש לא הוי. וא"כ לפ"ז תינח אדם, האדם מגלגל העיסה בידיו הוי רק חד כח, אבל אם הוא מגלגל רק המאשין ועל ידי כן מסבבין הגלגלים ממילא, "ואין הגלגלים בידיו" הוי רק כבר כחו, [וכו']. ואם כן נראה דה"ה להיות נחשב מעשה אדם, כח כחו לא נחשב מעשיו והוי רק כנעשה ממילא. עכ"ל האלף לך שלמה.

איז לכאורה קלאר אז דוקא ווען ס'איז "גלגלים בידיו", האט עס נאך א דין פון כוחו, אבער דא איז דאך "אין הגלגלים בידיו", אזוי ווי מען זעהט קלאר אויף די בילדער, איז אעפ"י אז ס'קען זיין אז צווישן די אנדערע שיטות פון די דעת האוסרים, זענען דא וואס זענען מסכים אז דאס הייסט כוחו, איז אבער עכ"פ לויט הגרש"ק הייסט עס זיכער נישט כוחו, און ממילא איז לכאורה נישט מדוקדק די לשון פון די תשובה הנ"ל: הרי זה כוחו ממש "לכל הדעות".
והיוצא לנו אז לדעת גאון ישראל ר' שלמה קלוגער זי"ע איז עס "געהעריגע מאשין מצות".
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

און די זעלבע שמועס קען געטרענספערט ווערן אויך לגבי 'מאשין ציצית', ווי אזוי די היינטיגע ציצית ווערן געמאכט [בפרט די ביליגע ציצית] צי אפשר איז עס גאר 'מאשין' ציצית, ווייל היות מען דרייט נישט דירעקט דעם רעדל, 'ואין הגלגלים בידיו', אולי איז עס טאקע נאר 'כח כחו' נישט כחו ממש, פאר ווער ס'ווייסט.....
כ'וויל נישט נערוועז מאכן, אבער להוי ידוע אז אויב איז פארהאן צו באקומען ציצית עבודת יד ממש, פאר א הונדערטער א פעקל, זאל מען וויסן פארוואס.....
מאך א ברכה
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך א ברכה »

אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

יהיה כן האט געשריבן:און די זעלבע שמועס קען געטרענספערט ווערן אויך לגבי 'מאשין ציצית', ווי אזוי די היינטיגע ציצית ווערן געמאכט [בפרט די ביליגע ציצית] צי אפשר איז עס גאר 'מאשין' ציצית, ווייל היות מען דרייט נישט דירעקט דעם רעדל, 'ואין הגלגלים בידיו', אולי איז עס טאקע נאר 'כח כחו' נישט כחו ממש, פאר ווער ס'ווייסט.....
כ'וויל נישט נערוועז מאכן, אבער להוי ידוע אז אויב איז פארהאן צו באקומען ציצית עבודת יד ממש, פאר א הונדערטער א פעקל, זאל מען וויסן פארוואס.....


לאו דוקא ווייל ביי מצות אויסער די לשמה חלק קומט צו אויך די חמץ חלק
און ס'איז דא א שטארקע מקום להנוהגים עפ"י הד"ח נישט צו ניצן מצות פון קיין שום מעכאניזם אפילו ס'איז נישט קיין פראבלעם פון לשמה און אפילו ס'איז ניש קיין פראבלעם פון חמץ
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

מאשין מצות האט נאך אסאך צרות חוץ די פראבלעים פון כוחו, ממילא פארשטיי איך נישט פארוואס מען באציעט זיך נאר אויף איין נקודה באיסור מאשין מצות.

למשל איין נקודה פון מאשין מצות פארוואס דאס איז חמץ, איז וואס דער חידושי הרי"ם שרייבט ווען די מצות דרייט זיך מיט אן אייזן איז יתכן אז די שיעור חימוץ איז סאך שנעלער ווי ווען עס דרייט זיך דורך א מענטש וכנימוקו המבואר בתשובתו.

עס איז דא נאך א בארג מיט פראבלעימען מיט מאשין מצות, נישט אומזינסט האט דער גאון ישראל וקדושו דער הייליגער רב געשריבן אז דאס איז חמץ גמור.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
מדי דברי
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מדי דברי »

יוד אלף האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:און די זעלבע שמועס קען געטרענספערט ווערן אויך לגבי 'מאשין ציצית', ווי אזוי די היינטיגע ציצית ווערן געמאכט [בפרט די ביליגע ציצית] צי אפשר איז עס גאר 'מאשין' ציצית, ווייל היות מען דרייט נישט דירעקט דעם רעדל, 'ואין הגלגלים בידיו', אולי איז עס טאקע נאר 'כח כחו' נישט כחו ממש, פאר ווער ס'ווייסט.....
כ'וויל נישט נערוועז מאכן, אבער להוי ידוע אז אויב איז פארהאן צו באקומען ציצית עבודת יד ממש, פאר א הונדערטער א פעקל, זאל מען וויסן פארוואס.....


לאו דוקא ווייל ביי מצות אויסער די לשמה חלק קומט צו אויך די חמץ חלק
און ס'איז דא א שטארקע מקום להנוהגים עפ"י הד"ח נישט צו ניצן מצות פון קיין שום מעכאניזם אפילו ס'איז נישט קיין פראבלעם פון לשמה און אפילו ס'איז ניש קיין פראבלעם פון חמץ

איז עס נישט די זעלבע, איז עס נאך אלץ א שאלה פון א ד' כנפות בלי ציצית. און דער עולם איז נישט אזוי באקאנט דערויף, מ'איז מחמיר אויף חומרות ווי ניפוץ לשמה אבער פון טוי' און ווייטער עבודת יד איז א שטארקע זאך לויטן דברי חיים און א דאורייתא'דיגע שאלה פון לשמה און ציצית פסולין אף בדיעבד, עכ"פ ביי טוי' [ביי שזירה איז שוין דא דעות בדיעבד]. ווען מענטשן וואלטן געוואוסט וואלט מען זיכער געספענדט מער אויף עבודת יד ווי אויף אנדערע חומרות.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

געהערט אז ציצית פון וואלעס המקורי ("וואלעס המקורי" נישט די געווענליכע וואלעס) האט ספעציעלע ציצית עבודת יד ממש אויסגעהאלטן לויט א יעדע איינציגסטע שיטה, עס איז נישט כח כחו, נאר פשוט געדרייט דאס בענדל מיט די האנד.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
מדי דברי
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מדי דברי »

סידיראם האט געשריבן:געהערט אז ציצית פון וואלעס המקורי ("וואלעס המקורי" נישט די געווענליכע וואלעס) האט ספעציעלע ציצית עבודת יד ממש אויסגעהאלטן לויט א יעדע איינציגסטע שיטה, עס איז נישט כח כחו, נאר פשוט געדרייט דאס בענדל מיט די האנד.

יא אזוי שרייבן זיי, דורן פארקויפט עס
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

סידיראם האט געשריבן:מאשין מצות האט נאך אסאך צרות חוץ די פראבלעים פון כוחו, ממילא פארשטיי איך נישט פארוואס מען באציעט זיך נאר אויף איין נקודה באיסור מאשין מצות.

למשל איין נקודה פון מאשין מצות פארוואס דאס איז חמץ, איז וואס דער חידושי הרי"ם שרייבט ווען די מצות דרייט זיך מיט אן אייזן איז יתכן אז די שיעור חימוץ איז סאך שנעלער ווי ווען עס דרייט זיך דורך א מענטש וכנימוקו המבואר בתשובתו.

עס איז דא נאך א בארג מיט פראבלעימען מיט מאשין מצות, נישט אומזינסט האט דער גאון ישראל וקדושו דער הייליגער רב געשריבן אז דאס איז חמץ גמור.

די מדובר דא איז אויב די נייע עבודת יד מצות הייסט מאשין מצות, און אויף דעם האט דער עולם געוואלט זאגן אז דא איז די שאלה בעיקר כח כחו.
אייזן צו וועלגערען נוצט מען אין אסאך פלעצער (נישט פון ביידע זייטן, ויש לחלק), און דא ווילן זיי זאגן אז עס נעמט אסאך שנעלער ווי געווענליך.
למעשה איז פשוט אז כל המשנה ידו על התחתונה און חדש אסור מן התורה.

ואגב האב איך שוין פריער אנגעמערקט אז עס רירט אן זייער אסאך פאר הענט, וואס פארשנעלערט לכאורה די שיעור חימוץ.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ווי אויך די ציצית וואס איז דא ציבאקומען אין מאנסי, ביי ר' כהן, און ר' א"מ ראלניצקי, ווערט אזוי געמאכט מיט א חומרא ס'זאל זיין אויסגעהאלטן לויטן דברי חיים
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

יהיה כן האט געשריבן:ווי אויך די ציצית וואס איז דא ציבאקומען אין מאנסי, ביי ר' כהן, און ר' א"מ ראלניצקי, ווערט אזוי געמאכט מיט א חומרא ס'זאל זיין אויסגעהאלטן לויטן דברי חיים


יעדער שרייבט אז זייערע ציצית איז אויסגעהאלטן לויט'ן דברי חיים, די שאלה איז אויב א מאשין וואס דרייט זיך מיט כח כוחו איז אויך נכלל אין ציצית עבודת יד, אדער דאס איז שוין נישט אויסגעהאלטן לויטן דברי חיים.

כמעט אלע קאמפעני'ס וואס שרייען "דברי חיים", מאכן ציצית מיט גלגלים וואס דאס איז כח כוחו, וואס לויט כמה שיטות הייסט דאס נישט עבודת יד, און דאס איז פסול לויט'ן דברי חיים, לויט אנדערע שיטות איז דאס יא נכלל אין כוחו, און דאס איז אויסגעהאלטן לויט'ן דברי חיים.

איינער וואס וויל אויסהאלטן לויט אלע שיטות אז דאס זאל שטימען מיט'ן דברי חיים, זאל זיכן צו קויפן די טייערע סארט ציצית וואס ווערט געמאכט אן קיין גלגלים, נאר ווי די וואלעס המקורי ציצית, קען זיין אז כהן האט דאס אויך, איך ווייס נישט. וואלעס המקורי האב איך געהערט אויף זיכער אז זייערע ציצית איז די סארט בעסטע און שענסטע ציצית, און טאקע דערפאר קאסט דאס אן אפותיקי.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

איך האב געזעהן די ציצית רעדלעך פון איינע פון די צוויי וואס יהי' האט דערמאנט, עס איז נישט קיין כח כוחו לויטן דברי חיים, דער ערשטער רעדל דאס דרייט די ציצית, [עס איז נאכגעמאכט די ציצית רעדל פון וואלעס וואס מען זעהט אויף זייערע בילדער]

און אגב, זיי זענען נישט קיין 'קאמפאני' עס זענען פריוואטע מענטשן וואס מאכן לימיטעד קוואנטיטי לויטן פארלאנג, און ס'קאסט אן אפותיקי אזוי ווי וואלעס....
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אגב, כמה גדולי ישראל הקפידו ליקח הציצית מוואלעס המקורי, וביניהם כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל, רבני העדה ועוד ועוד. אויב כהן האט די זעלבע איז דאס דערפרייענדע נייעס.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

עס איז נישט קיין נייעס, עס איז שוין צענדליגער יארן צו באקומען, ביי ר' משה ישראל כהן עליו השלום, איז איצטער ביי זיינע קינדער און קרובים [ראלניצקי הנ"ל],

'וואלעס' האט לעצטענס געמאכט א גוטע מארקעטינג אין חו"ל, ביזטו יעצט געוואויר געווארן.....
מדי דברי
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מדי דברי »

זבחי צדק האט געשריבן:עס איז נישט קיין נייעס, עס איז שוין צענדליגער יארן צו באקומען, ביי ר' משה ישראל כהן עליו השלום, איז איצטער ביי זיינע קינדער און קרובים [ראלניצקי הנ"ל],

'וואלעס' האט לעצטענס געמאכט א גוטע מארקעטינג אין חו"ל, ביזטו יעצט געוואויר געווארן.....

דורן האט דערמיט, כ'ווייס נאר נישט אויב וואלעס המקורי אדער וואלעס הלא מקורי..
ר' משה ישראל כהן ציצית איז גאר באקאנט. היינט מיין איך איז ממשיך דערמיט נכדו ר' עקיבא חיים.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

מדי דברי האט געשריבן:דורן האט דערמיט, כ'ווייס נאר נישט אויב וואלעס המקורי אדער וואלעס הלא מקורי..


ווענדט זיך, אויב קאסט די ציצית 10 טאלער איז עס וואלעס סתם, אויב קאסט די ציצית 150 טאלער (צו מער) איז דאס וואלעס המקורי....
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:מאשין מצות האט נאך אסאך צרות חוץ די פראבלעים פון כוחו, ממילא פארשטיי איך נישט פארוואס מען באציעט זיך נאר אויף איין נקודה באיסור מאשין מצות.

למשל איין נקודה פון מאשין מצות פארוואס דאס איז חמץ, איז וואס דער חידושי הרי"ם שרייבט ווען די מצות דרייט זיך מיט אן אייזן איז יתכן אז די שיעור חימוץ איז סאך שנעלער ווי ווען עס דרייט זיך דורך א מענטש וכנימוקו המבואר בתשובתו.

עס איז דא נאך א בארג מיט פראבלעימען מיט מאשין מצות, נישט אומזינסט האט דער גאון ישראל וקדושו דער הייליגער רב געשריבן אז דאס איז חמץ גמור.

די מדובר דא איז אויב די נייע עבודת יד מצות הייסט מאשין מצות, און אויף דעם האט דער עולם געוואלט זאגן אז דא איז די שאלה בעיקר כח כחו.
אייזן צו וועלגערען נוצט מען אין אסאך פלעצער (נישט פון ביידע זייטן, ויש לחלק), און דא ווילן זיי זאגן אז עס נעמט אסאך שנעלער ווי געווענליך.
למעשה איז פשוט אז כל המשנה ידו על התחתונה און חדש אסור מן התורה.

ואגב האב איך שוין פריער אנגעמערקט אז עס רירט אן זייער אסאך פאר הענט, וואס פארשנעלערט לכאורה די שיעור חימוץ.


מען איז אנגעקומען צו די נידון פון כוחו, געבויט אויף די ווערטער פון הגר"מ בראדסדארפער שליט"א, וואס ער האלט אז די מצות זענען בכלל נישט קיין מאשין מצות. איי ס'איז דאך א מעכאנישע פאטענט - מ'דרייט א הענטל און די אייזענעס דרייען זיך - טוהט ער אויף אז דאס איז גאהר בכלל נישט אנדערש ווי אונזערע וועלגער העלצלעך, און אויב אזוי איז עס געהעריגע מהודר'דיגע מצות "עבודת יד" כלשונו.
האב איך געברענגט דעם תשובה פון האלף לך שלמה, ווי ער מאכט א חילוק פארוואס טאקע זענען אונזער וועלגער העלצער נישט אין דעם כלל פון "מאשין מצות". און ער זאגט אז דאס איז ווי באלד די "גלגלים" איז נאך "בידיו". און ווי לאנג ס'איז בידיו, איז דאס א פשוט'ן 'גלגל' (וועלגער האלץ) און ס'באקומט נישט דעם נאמען 'מאשין מצות'.

איז אויב מען וויל וויסן די פונקטליכע גדר וואס הייסט 'עבודת יד', און וואס הייסט 'מאשין מצות', איז לויט הגרש"ק די חילוק זיייער קלאר : אויב ליגט די שטעקן אין די הענט, איז עס 'עבודת יד', אויב ליגט עס נישט אין די הענט, איז עס 'מאשין מצות'. און ביי דעם נייעם פאטענט דרייט מען א הענטל.
מדי דברי
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מדי דברי »

ר' איד ס'איז אויך דא א דברי חיים
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

מדי דברי האט געשריבן:ר' איד ס'איז אויך דא א דברי חיים


אבער "זיי האלטן" אז דעס איז "נישט קיין מאשין מצות", און דער דברי חיים האט גע'אסר'ט "מאשין מצות", און נישט 'עבודת יד' (לדעתם) מצות.

איז ווי לאנג דו ווייזט נישט אויף אז די נייע סארט מצות איז "יא מאשין מצות" קומט נישט דא אריין די דברי חיים.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

האב איך ערהאלטן לכבוד שבת א שיעור אויף דעם נושא פון הגאון ר' אשר ווייס שליט"א בעמח"ס מנחת אשר
https://drive.google.com/file/d/0BxRYFh ... sp=sharing
מדי דברי
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מדי דברי »

זייער קלארע דיבורים.
די עברית'ישע ווארט מכונה צומישט זיי נעבעך.. אזוי ווי נאך אסאך דברי תורה שאינם מוצאים ידיהם ורגליהם פון זייער פארקרומטע לשון.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”