סידיראם האט געשריבן:מאשין מצות האט נאך אסאך צרות חוץ די פראבלעים פון כוחו, ממילא פארשטיי איך נישט פארוואס מען באציעט זיך נאר אויף איין נקודה באיסור מאשין מצות.
למשל איין נקודה פון מאשין מצות פארוואס דאס איז חמץ, איז וואס דער חידושי הרי"ם שרייבט ווען די מצות דרייט זיך מיט אן אייזן איז יתכן אז די שיעור חימוץ איז סאך שנעלער ווי ווען עס דרייט זיך דורך א מענטש וכנימוקו המבואר בתשובתו.
עס איז דא נאך א בארג מיט פראבלעימען מיט מאשין מצות, נישט אומזינסט האט דער גאון ישראל וקדושו דער הייליגער רב געשריבן אז דאס איז חמץ גמור.
די מדובר דא איז אויב די נייע עבודת יד מצות הייסט מאשין מצות, און אויף דעם האט דער עולם געוואלט זאגן אז דא איז די שאלה בעיקר כח כחו. אייזן צו וועלגערען נוצט מען אין אסאך פלעצער (נישט פון ביידע זייטן, ויש לחלק), און דא ווילן זיי זאגן אז עס נעמט אסאך שנעלער ווי געווענליך. למעשה איז פשוט אז כל המשנה ידו על התחתונה און חדש אסור מן התורה.
ואגב האב איך שוין פריער אנגעמערקט אז עס רירט אן זייער אסאך פאר הענט, וואס פארשנעלערט לכאורה די שיעור חימוץ.
מען איז אנגעקומען צו די נידון פון כוחו, געבויט אויף די ווערטער פון הגר"מ בראדסדארפער שליט"א, וואס ער האלט אז די מצות זענען בכלל נישט קיין מאשין מצות. איי ס'איז דאך א מעכאנישע פאטענט - מ'דרייט א הענטל און די אייזענעס דרייען זיך - טוהט ער אויף אז דאס איז גאהר בכלל נישט אנדערש ווי אונזערע וועלגער העלצלעך, און אויב אזוי איז עס געהעריגע מהודר'דיגע מצות "עבודת יד" כלשונו. האב איך געברענגט דעם תשובה פון האלף לך שלמה, ווי ער מאכט א חילוק פארוואס טאקע זענען אונזער וועלגער העלצער נישט אין דעם כלל פון "מאשין מצות". און ער זאגט אז דאס איז ווי באלד די "גלגלים" איז נאך "בידיו". און ווי לאנג ס'איז בידיו, איז דאס א פשוט'ן 'גלגל' (וועלגער האלץ) און ס'באקומט נישט דעם נאמען 'מאשין מצות'.
איז אויב מען וויל וויסן די פונקטליכע גדר וואס הייסט 'עבודת יד', און וואס הייסט 'מאשין מצות', איז לויט הגרש"ק די חילוק זיייער קלאר : אויב ליגט די שטעקן אין די הענט, איז עס 'עבודת יד', אויב ליגט עס נישט אין די הענט, איז עס 'מאשין מצות'. און ביי דעם נייעם פאטענט דרייט מען א הענטל.
איך בין נישט זיכער צו ר שלמה קלוגער רעדט פון דעם אדער ווען איין גלגל דרייט דעם צווייטען וכו׳ דא איז עס לכאורה איין כח
מדי דברי האט געשריבן:ר' איד ס'איז אויך דא א דברי חיים
אבער "זיי האלטן" אז דעס איז "נישט קיין מאשין מצות", און דער דברי חיים האט גע'אסר'ט "מאשין מצות", און נישט 'עבודת יד' (לדעתם) מצות.
איז ווי לאנג דו ווייזט נישט אויף אז די נייע סארט מצות איז "יא מאשין מצות" קומט נישט דא אריין די דברי חיים.
עצם הנידון אם זה הוא המציאות של מאשין מצות, ג"כ נידונים בדברי הקודמים (ויכולים לראות זה אף בדברי שו"ת המתירים הקודמים) וע"כ אומרים כאן ש'מה "שהם" קוראים מצות יד יתכן שזה מה שקראו מאשין מצות איז ווי לאנג דו ווייזט נישט אויף אז די נייע סארט מצות איז "נישט מאשין מצות" אל תבהל להשיב בדבר שכמעט ברור שיכולין לבאר נגד זה
רוח נכאה האט געשריבן:היינטיגע צייטן וואלט די דברי חיים געזאגט אויף אלע מצות חמוץ גמור. געהערט פין כ"ק אדמו"ר מזמיגראד זצ"ל
חס ושלום אזעלכע נארישע דיבורים, אונזערע מצות זענען הייליג און אפגעהיטן מיט הונדערטער חומרות, און עס איז חלילה נישט קיין חמץ פונקט ווי די אמאליגע מצות וואס משה רבינו האט געגעסן, און וואס רבי שמעון בר יוחאי האט געגעסן. זאת התורה לא נשתנה ולא ישתנה. און ווי עס שטייט אין אור לשמים אז עס קומען מלאכים און היטן אפ די מצות פון חמץ, ווי סאטמאר רב זצ"ל האט געזאגט אז די מלאכים ווערן באשאפן פון די אלע חומרות וואס מען לייגט צו.
די פראבלעם איז אז היינטיגע צייטן זענען די מלאכים פין שמירה אויך געמאכט פין פאפיר אין פלעסטיק. כיי ההשכחה פרטית היא כפי דעת הממשיך אזויפיל דביקות אזויפיל השגחה כן כתוב בכל הספה"ק
רוח נכאה האט געשריבן:היינטיגע צייטן וואלט די דברי חיים געזאגט אויף אלע מצות חמוץ גמור. געהערט פין כ"ק אדמו"ר מזמיגראד זצ"ל
חס ושלום אזעלכע נארישע דיבורים, אונזערע מצות זענען הייליג און אפגעהיטן מיט הונדערטער חומרות, און עס איז חלילה נישט קיין חמץ פונקט ווי די אמאליגע מצות וואס משה רבינו האט געגעסן, און וואס רבי שמעון בר יוחאי האט געגעסן. זאת התורה לא נשתנה ולא ישתנה. און ווי עס שטייט אין אור לשמים אז עס קומען מלאכים און היטן אפ די מצות פון חמץ, ווי סאטמאר רב זצ"ל האט געזאגט אז די מלאכים ווערן באשאפן פון די אלע חומרות וואס מען לייגט צו.
לאזט מיר אייך דערציילן א אפאר דוגמאות פינ'ם הייליגן זמיגראדער רבי. 1 דודי קאליש דער באקאנטער זינגער דערציילט אז ער איז געווען א פויער א bum אין ער איז געגאנגען וואינען אין בני ברק אין ער האט נישט געדאוונט, אבער איינמאל איז ער בטעות אריינגעפאלן ביים שכן כ"ק אדמו"ר מזמיגראד זי"ע אין ער האט איהם אנגעקיקט אין סאיז איהם געפאלן א פחד פין די צורה, אין ער איז געווארן א בעל תשובה אין דבוק אין דעם רבי'ן ביז פטירתו אין נאכדעם איז ער ציריק צי זיין שורש בעלזא אין ער איז היינט פין די חשובע בעלזער חסידים. 2. די רבי האט מיר געזאגט נאך וואס די אלע עשירים האבן אנגעבויבן איהם צי שטיצן אין די לעצטע יארן. האסט געזען א מקק [water bug] אריבערגיין רחוב זבוטינסקי ענדליך האט ער איז דורכגעמאכט מיט נסי ניסים ער וויל שוין ארויף אויף די sidewalk קימט א מענטש אין טרעט איהם אפ, אזוי בין איך דורך מיין לעבן געשטאנען ביי אלע נסיונות ויסורים יעצט קימען מענטשען אין טרעטן מיר אפ. עבודתו ביי די מצות איז געווען נורא ואיום באימה ויראה ותפלה ביי הרב לאנדא כידוע די לעצטע הכשר אויף די וועלט. מיט אלע חומרות והידורים אין מיט הייסע טרערן.