שלאפן ערב שבת קודש נאכן מקוה

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

שלאפן ערב שבת קודש נאכן מקוה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

איך האב אביל ארומגעזוכט אויפן געוועב, אויבנאויף האב איך נישט געטראפן אז מען זאל האבן דא גערעדט דערוועגן

פון מיינע חברים האב איך געהערט פארשידענעמיינונגען, איין מיינונג, אז שלאפן נאכן מקוה איז כאלו א הפסקה צווישן די מקוה און דער שבת קודש, אז די קדושה פון די מקוה ווערט אזוי ווי אפגעהאקט, ענליך צו דעם אז געוויסע ערליכע אידן האבןזיך געפירט צו גיין אין מקוה אפילו אויבזיי האבן געדרימלט אינמיטן טאג.

פון צווייטן זייט זענע פארהאן פיל אידן וואס עס איז פאר זיי זייער שווער זיך אויסצושטעלן צו גיין אין מקוה נאכן שלאף, און בפרט, אז וואס שפעטער זענען די מקוואות מער אנגעפילט ודי, און אנדערע טענה'ן אז די קדושה פליט נישט אוועק פון א שלאף.

איך וויל וויסן אויב עס ווערט ערגעץ געברענגט איבער דעם, אדער וואס עס דארף זיין די תורה'דיגע בליק איבער דעם ענין.

ביטע נישט שרייבן הוילע בויך ווייטאג, איך וועל זיין זייער דאנקבארפאר ווער עס קען באשטייערן דא ידיעות.

מיט דאנק פאראויס
אם לא עכשיו אימתי
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

ניט ממש קשור צו דעם. אבער עס איז ידוע אין חב"ד אז דער בעל התניא פלעגט איין שלאפן הארט פאר שבת. און החסיד ר' הלל פאריטשער פלעגט זיך דאן לייגען שלאפן. ווייל הארט פאר שבת איז דער זמן פון דרמיטא דז"א און עס איז א זמן שינה למעלה.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

עס איז מיר א חידוש אז קיינער האט נישט וואס צו שרייבן דערוועגן, נישט פון ספרים און נישט פון רבנים.
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שלאפן איז א חלק פון די הכנה לשבת, צדיקים האבן געזאגט ס'וואלט געדארפט שטיין אין די עשרת הדברות, פארוואס זאל דאס הייסן א הפסק?
רעוא דרעוין איז די געהויבנסטע צייט פון שבת, אז מ'שלאפט שבת נאכמיטאג דארף מען גיין נאכאמאל אין מקוה?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

וויל זיין גוט האט געשריבן:עס איז מיר א חידוש אז קיינער האט נישט וואס צו שרייבן דערוועגן, נישט פון ספרים און נישט פון רבנים.

וואס די חידוש? מען האט קיינמאל געמאכט אן עסק אין עניני מקווה, בלויז בכלליות צו גיין יעדע טאג און ערב שבת ויו''ט לתוספת טהרה.

א וודאי ביי צדיקים איז געווען אזעלעכע וואס פאר זיך האבן זיי געהאט ענינים אבער קיינמאל גערעדט דערפון פאר די חסידים.

רבינו מסאטמר זצ''ל האט כידוע בכלל קיין עסק געמאכט פון מקווה און ער אליינס האט פרייטאג געקענט גיין הערשט נאכן דאווענען לכבוד שבת.

און אפילו טבילת עזרה האט מען זיך נישט אזוי געקאכט הגם אין מאור ושמש די וואך מאכט א גרויס עסק.

און בדיעבד קאן מען יוצא זיין מיט די רמב''ם'ס מקווה 'מי הדעת' קוק אריין די לעצטע הלכה אין הל' מקוואות.

--------

מי יודע האקט... פון וועלכע צדיקים זאגט מען נאך דאס אז שלאפן ער''ש דארף שטיין אין עש''ה?? איך מיין אז איז נישט געמאכט פאר אונס נאכצוזאגען עס איז זיכער נישט כפשוטו... דו האלסט אז יא??
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אז מען רעדט שוין וועל איך אויסדרוקן מיין פארדריס איבער דעם ענין,
כוואוין נישט ווייט פון איינס פון די שבת פייפערס , און ווען אימער כלייג זיך אראפ כאפען א דרימל לכבוד ש'ק ווער איך ערוועקט פון די קולות אבער כוויל נאך דרימלען ווייל אין מיין שול דאוונט מען א שעה נאכען זמן , עס איז גזל שינה
כווייס אז די זאך האט א מקור פון שו'ע ווען סאיז נאך נישט געווען אזוי קיין זייגערס און רעמיינדערס ווי היינט , איך וויל נאר וויסן צו היינטיגע צייטען ברויך מען דאס טאקע האבען ? איז דא מענטשען וואס פארלאזען זיך אויף דעם פייפער ? הלוןואי איך קען דאס מבטל זיין !!!!!
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

Amazing האט געשריבן:מי יודע האקט... פון וועלכע צדיקים זאגט מען נאך דאס אז שלאפן ער''ש דארף שטיין אין עש''ה?? איך מיין אז איז נישט געמאכט פאר אונס נאכצוזאגען עס איז זיכער נישט כפשוטו... דו האלסט אז יא??

דאכט זיך אז מען זאגט עס נאך פון גרויסן מגיד פון מעזריטש
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

Amazing האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:עס איז מיר א חידוש אז קיינער האט נישט וואס צו שרייבן דערוועגן, נישט פון ספרים און נישט פון רבנים.

וואס די חידוש? מען האט קיינמאל געמאכט אן עסק אין עניני מקווה, בלויז בכלליות צו גיין יעדע טאג און ערב שבת ויו''ט לתוספת טהרה.

א וודאי ביי צדיקים איז געווען אזעלעכע וואס פאר זיך האבן זיי געהאט ענינים אבער קיינמאל גערעדט דערפון פאר די חסידים.

רבינו מסאטמר זצ''ל האט כידוע בכלל קיין עסק געמאכט פון מקווה און ער אליינס האט פרייטאג געקענט גיין הערשט נאכן דאווענען לכבוד שבת.

און אפילו טבילת עזרה האט מען זיך נישט אזוי געקאכט הגם אין מאור ושמש די וואך מאכט א גרויס עסק.

און בדיעבד קאן מען יוצא זיין מיט די רמב''ם'ס מקווה 'מי הדעת' קוק אריין די לעצטע הלכה אין הל' מקוואות.

--------

מי יודע האקט... פון וועלכע צדיקים זאגט מען נאך דאס אז שלאפן ער''ש דארף שטיין אין עש''ה?? איך מיין אז איז נישט געמאכט פאר אונס נאכצוזאגען עס איז זיכער נישט כפשוטו... דו האלסט אז יא??

א באקאנטע זאך, דאכט זיך מיר מונקאטשער רב ברענגט עס אין דברי תורה און ס'שטייט נאך פלעצער, קען זיין ס'האט העכערע זיין, אבער בפשטות איז עס א חלק פון די הכנה לשבת
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:אז מען רעדט שוין וועל איך אויסדרוקן מיין פארדריס איבער דעם ענין,
כוואוין נישט ווייט פון איינס פון די שבת פייפערס , און ווען אימער כלייג זיך אראפ כאפען א דרימל לכבוד ש'ק ווער איך ערוועקט פון די קולות אבער כוויל נאך דרימלען ווייל אין מיין שול דאוונט מען א שעה נאכען זמן , עס איז גזל שינה
כווייס אז די זאך האט א מקור פון שו'ע ווען סאיז נאך נישט געווען אזוי קיין זייגערס און רעמיינדערס ווי היינט , איך וויל נאר וויסן צו היינטיגע צייטען ברויך מען דאס טאקע האבען ? איז דא מענטשען וואס פארלאזען זיך אויף דעם פייפער ? הלוןואי איך קען דאס מבטל זיין !!!!!

היינטייגע צייטן ווען ס'איז דא רימיינדערס מיט זייגערס וכו' איז אויך דא אזא זאך ווי א נויז מאשין, טעמו וראו כי טוב
אבער אין א זייטיגע נאטיץ, ווער בין איך צו זאגן, אבער קבל את האמת ממי שאמרו, נישט אזא גוטע זאך פאר די שלום בית און די חינוך אז די רעבעצין צינדט לעכט און דער מאן/טאטע שלאפט נאך אין גרויסן, מעגסט מחולק זיין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

א דאנק אבער די אימשטענדן האט אזוי גורם געווען ואכמ'ל און ב"ה די ב"ב פארשטייט , אנדערש שלאף איך איין ביי די זופ :wink:
איך האב גראדע א נויז מאשין אבער דער פייפער פייפט אים איבער און איז 20 מאל העכער :evil: אפילו מיט אוירן שטאפערס קען מיך עס אסך מאל ערוועקען
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

Amazing האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:עס איז מיר א חידוש אז קיינער האט נישט וואס צו שרייבן דערוועגן, נישט פון ספרים און נישט פון רבנים.

וואס די חידוש? מען האט קיינמאל געמאכט אן עסק אין עניני מקווה, בלויז בכלליות צו גיין יעדע טאג און ערב שבת ויו''ט לתוספת טהרה.

א וודאי ביי צדיקים איז געווען אזעלעכע וואס פאר זיך האבן זיי געהאט ענינים אבער קיינמאל גערעדט דערפון פאר די חסידים.

רבינו מסאטמר זצ''ל האט כידוע בכלל קיין עסק געמאכט פון מקווה און ער אליינס האט פרייטאג געקענט גיין הערשט נאכן דאווענען לכבוד שבת.

און אפילו טבילת עזרה האט מען זיך נישט אזוי געקאכט הגם אין מאור ושמש די וואך מאכט א גרויס עסק.

און בדיעבד קאן מען יוצא זיין מיט די רמב''ם'ס מקווה 'מי הדעת' קוק אריין די לעצטע הלכה אין הל' מקוואות.

--------

מי יודע האקט... פון וועלכע צדיקים זאגט מען נאך דאס אז שלאפן ער''ש דארף שטיין אין עש''ה?? איך מיין אז איז נישט געמאכט פאר אונס נאכצוזאגען עס איז זיכער נישט כפשוטו... דו האלסט אז יא??

רבונו של עולם וויפיל דאס פאפיר קען היינט צו טאגס סובל זיין....

אין טבילת עזרא האט מען זיך נישט געקאכט? אין מקוה גיין האט מען זיך נישט געקאכט? מען קען יוצא זיין מיטן רמב"ם? רבונו של עולם....

די מיינסט צו זאגן אז מען האט דאס נישט איבערגעחזרט יעדן טאג? אוודאי נישט, עס איז געווען דברים פשוטים און א חלק פונעם הייליגן לעבנסשטייגער.

און אז א דעת קטן פארשטייט נישט א ווארט פון אן אדם גדול מיינט נישט אז עס איז נישט געמאכט נאכצוזאגן, העכטסטנס זאג אריין דערין שיינע פשטים, אזוי ווי דער מנחת אלעזר זאגט טאקע עטליכע ביאורים פארוואס די הכנת המוח פאר שבת איז אזוי וויכטיג.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

Amazing האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:--------

מי יודע האקט... פון וועלכע צדיקים זאגט מען נאך דאס אז שלאפן ער''ש דארף שטיין אין עש''ה?? איך מיין אז איז נישט געמאכט פאר אונס נאכצוזאגען עס איז זיכער נישט כפשוטו... דו האלסט אז יא??

די קשיא שטאמט פון די תורת חיים מקאסוב והמנח"א בד"ת מתרץ.
עכ"פ א שאלה איז עס זיכער
ובכמה ספה"ק מובאים חשיבות הענין, פשטות הטעם משום הכנה לשב"ק כדאי שיכנס כשהוא רגוע ובמצב רוח טוב, אבל בספרי קבלה יש הרבה טעמים בפנימיות הענין עפעס וועגן חילופי נשמות וכו'
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

סידיראם האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:עס איז מיר א חידוש אז קיינער האט נישט וואס צו שרייבן דערוועגן, נישט פון ספרים און נישט פון רבנים.

וואס די חידוש? מען האט קיינמאל געמאכט אן עסק אין עניני מקווה, בלויז בכלליות צו גיין יעדע טאג און ערב שבת ויו''ט לתוספת טהרה.

א וודאי ביי צדיקים איז געווען אזעלעכע וואס פאר זיך האבן זיי געהאט ענינים אבער קיינמאל גערעדט דערפון פאר די חסידים.

רבינו מסאטמר זצ''ל האט כידוע בכלל קיין עסק געמאכט פון מקווה און ער אליינס האט פרייטאג געקענט גיין הערשט נאכן דאווענען לכבוד שבת.

און אפילו טבילת עזרה האט מען זיך נישט אזוי געקאכט הגם אין מאור ושמש די וואך מאכט א גרויס עסק.

און בדיעבד קאן מען יוצא זיין מיט די רמב''ם'ס מקווה 'מי הדעת' קוק אריין די לעצטע הלכה אין הל' מקוואות.

--------

מי יודע האקט... פון וועלכע צדיקים זאגט מען נאך דאס אז שלאפן ער''ש דארף שטיין אין עש''ה?? איך מיין אז איז נישט געמאכט פאר אונס נאכצוזאגען עס איז זיכער נישט כפשוטו... דו האלסט אז יא??

רבונו של עולם וויפיל דאס פאפיר קען היינט צו טאגס סובל זיין....

אין טבילת עזרא האט מען זיך נישט געקאכט? אין מקוה גיין האט מען זיך נישט געקאכט? מען קען יוצא זיין מיטן רמב"ם? רבונו של עולם....

די מיינסט צו זאגן אז מען האט דאס נישט איבערגעחזרט יעדן טאג? אוודאי נישט, עס איז געווען דברים פשוטים און א חלק פונעם הייליגן לעבנסשטייגער.

יא, ביי אונזערע קרייזן האט מען נישט געמאכט אזא עסק פון מקוה( שלא בעת הצורך). ערב שבת איז מען געגאנגן אבער ס'איז נישט געווען א מדובר פון פאר'ן שלאפן אדער נאכ'ן שלאפן, מ'איז געגאנגן לכבוד שבת עני טיים נאך חצות. קען זיין אז בני עלי' פאר זיך האבן געהאט זייערע ענינים ווען צו גיין אבער פאר עמך אידן איז נישט געווען קיין ספעציפישע מנהג. די רוסישע רבי'ס האבן יא געהאט קפידא'ס איבער מקוה אבער ס'האט גארנישט מיט אונז.

היינט איז דא א גרויסע ערבוביא אין מנהגים און מ'מיינט אז ווייל ס'איז געווען אן ערליכע איד וואס האט געהאט א חומרא צו א קפידא דארף מען עס נאכטון. הביטו אל צור חצבתם - קוקטס פון ווי עטץ שטאמטס, האלטס אן די מנהג פון די עלטערן און קריכטס נישט ארום אפירקראצן נייע חומרות.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

Amazing האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:עס איז מיר א חידוש אז קיינער האט נישט וואס צו שרייבן דערוועגן, נישט פון ספרים און נישט פון רבנים.

וואס די חידוש? מען האט קיינמאל געמאכט אן עסק אין עניני מקווה, בלויז בכלליות צו גיין יעדע טאג און ערב שבת ויו''ט לתוספת טהרה.

א וודאי ביי צדיקים איז געווען אזעלעכע וואס פאר זיך האבן זיי געהאט ענינים אבער קיינמאל גערעדט דערפון פאר די חסידים.

רבינו מסאטמר זצ''ל האט כידוע בכלל קיין עסק געמאכט פון מקווה און ער אליינס האט פרייטאג געקענט גיין הערשט נאכן דאווענען לכבוד שבת.

און אפילו טבילת עזרה האט מען זיך נישט אזוי געקאכט הגם אין מאור ושמש די וואך מאכט א גרויס עסק.

און בדיעבד קאן מען יוצא זיין מיט די רמב''ם'ס מקווה 'מי הדעת' קוק אריין די לעצטע הלכה אין הל' מקוואות.

--------

מי יודע האקט... פון וועלכע צדיקים זאגט מען נאך דאס אז שלאפן ער''ש דארף שטיין אין עש''ה?? איך מיין אז איז נישט געמאכט פאר אונס נאכצוזאגען עס איז זיכער נישט כפשוטו... דו האלסט אז יא??

פון הרה"ק רבי ר' מענדל מרימנוב זי"ע
אטעטשמענטס
Binder3.pdf
(65.64 KiB) געווארן דאונלאודעד 157 מאל
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

שמן האט געשריבן:

שיינע דרוש משנת תשס''ב... אלס אין משיבין על הדרוש וועל איך נישט מגיב זיין....

עס איז ברור אז די רבי ביים שרייבן אין ספר ויואל משה אז נשתכח דרך בעל שם טוב ותלמידיו האט ער אויך געמיינט די מיוחד'דיגע מימרות, אונז האבן קיין אנונג וואס די טיפע באדייט עס פארמאגט אין זיך, אס איז נאריש איבערצוזאגן די סארט מימרות מיט א קעלבערנע תמימות...

די רבי זצ''ל האט קיינמאל געזאגט אזעלעכע סארט מימרות און ער האט נישט געהאלטן דערפון, די איינציגסטע קשר וואס אונז האבן מיט תלמידי בעש''ט איז זיך ווארעמען אין די חסידישע ספרים אויפצוקאכן דאס הארץ צו טון די רצון הבורא.
ניטאמאל אין ספרי השכלה ווי חב''ד וספרי ר' צדוק הכהן האט נישט די עולם געלערנט ביז פאר א 20 יאר צוריק ווען די היינטיגע ערבוביה האט זיך אנגעפאנגן.
די רבי זצ''ל גייענדיג בדרכו של רבו מרן הרה''ק מצאנז וואס האט צוריק געדרייט צו די ארגינאלע אידישקייט האט זיך קיינמאל קיין עסק געמאכט מיט חסידישע ענינים.
ניטאמאל סיפורי צדיקים האט די רבי נישט אזוי געהאלטן כידוע.

צום שלוס די רבי זצ''ל איז ''נישט'' געשלאפן ער''ש איך גלייב נישט אז ער האט עובר געווען אויף א ענין וואס וואלט ווען בעצם געדארפט שטיין אין די לוחות...
א'מונה ב'טחון ג'עלט
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

די רבי זצ"ל האט געהייסן אנדרע קרייזן שפרייזן אין זיין שפאן?

וואס גייט אייך אהן אז א צווייטער וואס איז נישט קיין סאטמארע זאל זיין פארנומען מיט מיוחד'יגע מימרות ווי איר רופט עס?

די זעלבע צאי לך בעקבי הצאן וואס איר האט לגבי אייערע עלטערן און רביים האבן אנדרע צו זייערס...
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיבער מעסטער »

נחום וואהלינער האט געשריבן:די רבי זצ"ל האט געהייסן אנדרע קרייזן שפרייזן אין זיין שפאן?

וואס גייט אייך אהן אז א צווייטער וואס איז נישט קיין סאטמארע זאל זיין פארנומען מיט מיוחד'יגע מימרות ווי איר רופט עס?

די זעלבע צאי לך בעקבי הצאן וואס איר האט לגבי אייערע עלטערן און רביים האבן אנדרע צו זייערס...

גיט געזאגט. אין פארשידענע חצירות האבן די רבי'ס צומאל גערעדט איבער די ענין צו שלאפן ערב שבת כאטשיג אביסל.

פון קאמארנער שטייט בשם רבי משה לייב סאסובער אז מי שיש לו נשמה כשירה שלאפט אביסל ערב שבת
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

פון בני יששכר שטייט אז מען זאל זיך נישט לייגן קיימאל בייטאג.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיבער מעסטער »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:פון בני יששכר שטייט אז מען זאל זיך נישט לייגן קיימאל בייטאג.

ווי שטייט דאס און אפילו אויב יא מיינט דאס נישט ערב שבת
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

פיבער מעסטער האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:פון בני יששכר שטייט אז מען זאל זיך נישט לייגן קיימאל בייטאג.

ווי שטייט דאס און אפילו אויב יא מיינט דאס נישט ערב שבת

ניין ער שרייבט בפירש אפילו ערב שבת ווי עס שטייט געדענק איך נישט, איך האב עס אמאל געזען אלץ בחור איך געדענק נישט ווי, מסתבר אין אגרא דפרקא.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

ווילאנג די ברענגסט נישט קיין מקור, מעג איך האלטן אז דיין זכרון איז נישט מדויק, און דער בני יששכר שרייבט נישט אזא זאך.

נאכדערצו אז זיין אייניקל דער מנחת אלעזר רעדט זייער שטארק איבער די ענין פון שלאפן ערב שבת און ער דערמאנט נישט קיין ווארט איבער אן ענין נישט צו שלאפן בייטאג
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

Amazing האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:עס איז מיר א חידוש אז קיינער האט נישט וואס צו שרייבן דערוועגן, נישט פון ספרים און נישט פון רבנים.

וואס די חידוש? מען האט קיינמאל געמאכט אן עסק אין עניני מקווה, בלויז בכלליות צו גיין יעדע טאג און ערב שבת ויו''ט לתוספת טהרה.

א וודאי ביי צדיקים איז געווען אזעלעכע וואס פאר זיך האבן זיי געהאט ענינים אבער קיינמאל גערעדט דערפון פאר די חסידים.

רבינו מסאטמר זצ''ל האט כידוע בכלל קיין עסק געמאכט פון מקווה און ער אליינס האט פרייטאג געקענט גיין הערשט נאכן דאווענען לכבוד שבת.

און אפילו טבילת עזרה האט מען זיך נישט אזוי געקאכט הגם אין מאור ושמש די וואך מאכט א גרויס עסק.

און בדיעבד קאן מען יוצא זיין מיט די רמב''ם'ס מקווה 'מי הדעת' קוק אריין די לעצטע הלכה אין הל' מקוואות.

--------

מי יודע האקט... פון וועלכע צדיקים זאגט מען נאך דאס אז שלאפן ער''ש דארף שטיין אין עש''ה?? איך מיין אז איז נישט געמאכט פאר אונס נאכצוזאגען עס איז זיכער נישט כפשוטו... דו האלסט אז יא??

פון הרה"ק רבי ר' מענדל מרימנוב זי"ע

שיינע דרוש משנת תשס''ב... אלס אין משיבין על הדרוש וועל איך נישט מגיב זיין....

עס איז ברור אז די רבי ביים שרייבן אין ספר ויואל משה אז נשתכח דרך בעל שם טוב ותלמידיו האט ער אויך געמיינט די מיוחד'דיגע מימרות, אונז האבן קיין אנונג וואס די טיפע באדייט עס פארמאגט אין זיך, אס איז נאריש איבערצוזאגן די סארט מימרות מיט א קעלבערנע תמימות...

די רבי זצ''ל האט קיינמאל געזאגט אזעלעכע סארט מימרות און ער האט נישט געהאלטן דערפון, די איינציגסטע קשר וואס אונז האבן מיט תלמידי בעש''ט איז זיך ווארעמען אין די חסידישע ספרים אויפצוקאכן דאס הארץ צו טון די רצון הבורא.
ניטאמאל אין ספרי השכלה ווי חב''ד וספרי ר' צדוק הכהן האט נישט די עולם געלערנט ביז פאר א 20 יאר צוריק ווען די היינטיגע ערבוביה האט זיך אנגעפאנגן.
די רבי זצ''ל גייענדיג בדרכו של רבו מרן הרה''ק מצאנז וואס האט צוריק געדרייט צו די ארגינאלע אידישקייט האט זיך קיינמאל קיין עסק געמאכט מיט חסידישע ענינים.
ניטאמאל סיפורי צדיקים האט די רבי נישט אזוי געהאלטן כידוע.

צום שלוס די רבי זצ''ל איז ''נישט'' געשלאפן ער''ש איך גלייב נישט אז ער האט עובר געווען אויף א ענין וואס וואלט ווען בעצם געדארפט שטיין אין די לוחות...

אזוי פיל הבלים והעולה על כולנה די אומוויסנהייט אין דעם באקאנטן קפידא פון רבין זיך אראפ צו לייגן
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:פון בני יששכר שטייט אז מען זאל זיך נישט לייגן קיימאל בייטאג.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 17&hilite=

------------

זמירות עיר התמרים.JPG
זמירות עיר התמרים.JPG (52.37 KiB) געזען 3178 מאל
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

בראשית ברא האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:עס איז מיר א חידוש אז קיינער האט נישט וואס צו שרייבן דערוועגן, נישט פון ספרים און נישט פון רבנים.

וואס די חידוש? מען האט קיינמאל געמאכט אן עסק אין עניני מקווה, בלויז בכלליות צו גיין יעדע טאג און ערב שבת ויו''ט לתוספת טהרה.

א וודאי ביי צדיקים איז געווען אזעלעכע וואס פאר זיך האבן זיי געהאט ענינים אבער קיינמאל גערעדט דערפון פאר די חסידים.

רבינו מסאטמר זצ''ל האט כידוע בכלל קיין עסק געמאכט פון מקווה און ער אליינס האט פרייטאג געקענט גיין הערשט נאכן דאווענען לכבוד שבת.

און אפילו טבילת עזרה האט מען זיך נישט אזוי געקאכט הגם אין מאור ושמש די וואך מאכט א גרויס עסק.

און בדיעבד קאן מען יוצא זיין מיט די רמב''ם'ס מקווה 'מי הדעת' קוק אריין די לעצטע הלכה אין הל' מקוואות.

--------

מי יודע האקט... פון וועלכע צדיקים זאגט מען נאך דאס אז שלאפן ער''ש דארף שטיין אין עש''ה?? איך מיין אז איז נישט געמאכט פאר אונס נאכצוזאגען עס איז זיכער נישט כפשוטו... דו האלסט אז יא??

פון הרה"ק רבי ר' מענדל מרימנוב זי"ע

שיינע דרוש משנת תשס''ב... אלס אין משיבין על הדרוש וועל איך נישט מגיב זיין....

עס איז ברור אז די רבי ביים שרייבן אין ספר ויואל משה אז נשתכח דרך בעל שם טוב ותלמידיו האט ער אויך געמיינט די מיוחד'דיגע מימרות, אונז האבן קיין אנונג וואס די טיפע באדייט עס פארמאגט אין זיך, אס איז נאריש איבערצוזאגן די סארט מימרות מיט א קעלבערנע תמימות...

די רבי זצ''ל האט קיינמאל געזאגט אזעלעכע סארט מימרות און ער האט נישט געהאלטן דערפון, די איינציגסטע קשר וואס אונז האבן מיט תלמידי בעש''ט איז זיך ווארעמען אין די חסידישע ספרים אויפצוקאכן דאס הארץ צו טון די רצון הבורא.
ניטאמאל אין ספרי השכלה ווי חב''ד וספרי ר' צדוק הכהן האט נישט די עולם געלערנט ביז פאר א 20 יאר צוריק ווען די היינטיגע ערבוביה האט זיך אנגעפאנגן.
די רבי זצ''ל גייענדיג בדרכו של רבו מרן הרה''ק מצאנז וואס האט צוריק געדרייט צו די ארגינאלע אידישקייט האט זיך קיינמאל קיין עסק געמאכט מיט חסידישע ענינים.
ניטאמאל סיפורי צדיקים האט די רבי נישט אזוי געהאלטן כידוע.

צום שלוס די רבי זצ''ל איז ''נישט'' געשלאפן ער''ש איך גלייב נישט אז ער האט עובר געווען אויף א ענין וואס וואלט ווען בעצם געדארפט שטיין אין די לוחות...

אזוי פיל הבלים והעולה על כולנה די אומוויסנהייט אין דעם באקאנטן קפידא פון רבין זיך אראפ צו לייגן

פארוואס אטאקירסטו מיר היינט שוין צום צווייטען מאל אין צייט וואס דו ווייסט אז דו ביסט נישט גערעכט?
די רבי האט זיך קלאר 'נישט' אראפגעלייגט ער''ש!!

לאמיר זיך האלטן צום אמת! בשיטה בין איך מיט דיר תחת דגלו מרן הרה''ק מסאטמר זצ''ל. וואס איז אמת איז פארט אמת!
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

Amazing האט געשריבן:
און אפילו טבילת עזרה האט מען זיך נישט אזוי געקאכט הגם אין מאור ושמש די וואך מאכט א גרויס עסק.

ווי פונקטליך האט מען זיך געדארפט קאכן? ביי שלש סעודות תורות?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”