עניני שובבי"ם ת"ת

ליקוטים וטעמים על ענינים שונים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

יאסל האט געשריבן:לגבי ווען די רבי האט אנגהויבן צי זאגן
אנגהויבן האט ער אין קראלע די תולדות אהרן'ע נעמען די קרעדיט פאר זיך אז הגה"צ ר' אברהם יצחק איז געגאנגן בעטן דעם רבי'ן ער זאל רעדן פון דעם
די סאטמערע היסטארעקער ווערן זייער אין כעס ווען זיי הערן דאס זיי שרייען להד"ם


לפי זכרוני האט דער רבי ז"ל אנגעהויבן שנת תרצ"ז כך ראיתי באיזה ספר מתולדות רבינו
קרעדיט קען זיין איז טאקע תולדות אהרן (דוכט זיך אז תו"א האט נישט געלערנט ביים רבין אין קראלי נאר אין סאטמאר)
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

שובבי"ם

דער מקור הדברים איז אין אריה"ק שער רוח הקודש תיקון כ"ז (גלייבט מיר ניטאמאל נאכגעקוקט, א מ"מ פון ברך משה)
אינעם היינטיגן חק האבן מיר עס אויך באגעגנט אז די וואכן זענען מסוגל לתיקון חטא זה.
====

מיר וועלן פרובירן דא אויסרעכענען עטליכע תיקונים אשר שמענו ונדעם ורבותינו ספרו לנו.


לימוד התורה
כ"ז בהשתדלו באורייתא, להיות על ידי השתדלות בתורה דיוקניה רשים בעמודא דאמצעיתא, יזכהו הש"י על ידי התורה לשוב בתשובה שלמה וישמור רגליו עוד מלכד.
(אגרא דפרקא אות רנ"ה)
*
ועיקר התשובה הוא ע"י תורה ותפלה וצדקה כל אחד ואחד לפי יכולתו ובפרט בלימוד תורה שבע"פ ולברר הלכה בליבון ובירור יפה בזה הוא מקבץ חלקי הטוב והניצוצין קדישין ומברר אותן מתוך הקליפות להוציא בולעם מפיהם.
(אוהב ישראל פ' ויחי)
*
עיקר התשובה הוא התורה וכמו שאמרו חז"ל אם היה רגיל ללמוד דף אחד ילמוד שני דפים, ועיקר החסידות הוא לימוד התוה"ק בהתמדה.
(זרע קודש תרומה)
*
נחלקו בו חכמי ישראל בבב"א בתר"א, היינו בזמן האחרון בדרא בתראה נחלקו למצוא דרך תשובה ותיקון לפגם הברית, יש מהם אומרים ד"ף היה בולט, היינו פ"ד תעניות צריך להתענות, וי"א דבבבא בתרא התיקון הוא מצד הלוחות שהיה מונח בתוך הארון שאפשר לתקן על ידי התורה.
(מהרי"ד מבעלזא וילך)
*
ודברת בם ולא בדברים בטלים, כי ב"ם רמז על מ"ב ימי השובבי"ם, שצריכין להזדרז שיהא עיקר דיבורו בימים אלו בתורה ובתפלה וחשבון הנפש ולא לבטלם בריקניא בדברים בטלים.
(דברי יואל שמות י"ט)
*
על ידי לימוד תורה בלילה שהקב"ה מושך עליו חוט של חסד, ממילא נמתקים הדינין מעליו.
(דברי יואל בשלח ש"ל)
*
בימינו אלה אין לנו עצה אחרת רק לעסוק בתורה ולנדד שינה שזה נחשב כמסי"נ ומתקן החטא.
(ברך משה ויחי ש"א)
*
על חטא הידוע מהני רק תיובתא שלימת"א היינו להשלים עצמו בתורה עבודה וגמ"ח
(ברך משה וארא ל"א)
***********
קיום המצות
שוויצן פאר א מצוה
(אריז"ל משנת חסידים מס' ניסן פ"ג מ"ג, שערי תשובה או"ח סימן ר"נ סק"ב)
**********
צדקה
תיקון לחטא זה הוא על ידי מצות צדקה, כדכתיב וחטאך בצדקה פרוק, ונגד מה שפיזר ללא צורך, פיזר יתן לאביונים.
(ייט"פ תוכחת מוסר אות ב)
*
תשובה מאהבה
יש ב' אופני תשובה, וכמבואר בגמרא (יומא דף פ"ו:) דתשובה מאהבה זדונות נעשות כזכיות ותשובה מיראה זדונות נעשות כשגגות, והנה סתם תשובה הוא מיראה, ואפשר שעל זה אמרו בזוה"ק שאינו מועיל לחטא זה, מה שאין כן בתשובה מאהבה אפשר דמהני גם על חטא זה.
(דברי יואל ויחי תק"ע)
**********
תהלים
סגולה לתיקון חטא הידוע לומר תהלים.
(דברי יחזקאל שמות, אגרא דכלה שמות, מדבר קדימות ערך תשובה)
**********
לפנים משורת הדין
אף דמבואר בזוה"ק שאינו מועיל תשובה על חטא זה, מכל מקום על ידי שהאדם מתנהג עצמו לפנים משוה"ד, גם הקב"ה ברוב רחמיו וחסדיו עושה לפנים משורת הדין ומקבל תשובתו,
(דברי יואל ויחי תר"ג)
***********
שבת קודש
אות שבת ואות ברית כחדא אזלי, ועל ידי שמירת שבת זוכה לשמירת אות ברית ותיקונו.
(ראשית חכמה שער הקדושה פי"ז)


המשך יבא אי"ה בל"נ
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

ווארד2007 האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:לגבי ווען די רבי האט אנגהויבן צי זאגן
אנגהויבן האט ער אין קראלע די תולדות אהרן'ע נעמען די קרעדיט פאר זיך אז הגה"צ ר' אברהם יצחק איז געגאנגן בעטן דעם רבי'ן ער זאל רעדן פון דעם
די סאטמערע היסטארעקער ווערן זייער אין כעס ווען זיי הערן דאס זיי שרייען להד"ם


לפי זכרוני האט דער רבי ז"ל אנגעהויבן שנת תרצ"ז כך ראיתי באיזה ספר מתולדות רבינו
קרעדיט קען זיין איז טאקע תולדות אהרן (דוכט זיך אז תו"א האט נישט געלערנט ביים רבין אין קראלי נאר אין סאטמאר)

איך האב שוין לאנג געהערט אז דער רבי ז"ל האט אנגעהויבן צו זאגן שובבי"ם תורה עפ"י בקשת הרה"ק מתו"א. און סאיז שטארק מסתבר.
מדארף אבער אינאכט נעמען אז דער ייט"ל האט אויך אסאך גערעדט פון שובבי"ם, אין ייטב פנים איז דא גאנצעטער מאמרים בעניני שובבי"ם.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

יא יא
אין קדושת יו"ט איז אויך דא עטליכע שיינע מאמרים אויף שובבי"ם, א שטייגער ווי פאריגע ואך די תורה אויף פחז כמים
די פראגע דא איז צו זיי האבן געזאגט אויף אזא וועג מיט אזעלכע בכיות ווי דער רבי ז"ל
מסתבר איז אז יא
ובפרט מה ששמענו ונדעם וואס הגה"ק ר' שאול בראך שרייבט לגבי די י"ג מדות דרשה וואס אגב האט ער דארט אויך מוראדיג מעורר געווען אויף דעם ענין
די סיבה פארוואס ס'איז כמעט נישט געדרוקט, ווייל זיי האבן געלייגט א דגוש צו שרייבן נאר דעם טייטש און נישט דאס אריכות פון מוסר, וואס אין דעם איז א אויסנאם דברי יואל וואס מען האט געלייגט אזא אריכות
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

איך האב נעכטן אויסגעהערט די שלש סעודות תורה פון ברך משה פרשת בא תשנ''ג אויף קול סאטמאר, ער זאגט בכלל נישט קיין שובבי''ם נאר סוף תורה דערמאנט ער בערך א האלבע מינוט אז עס איז שובבי''ם, פלעגט ער טאקע נישט זאגן קיין שובבי''ם תורות, אדער די וואך איז אזוי געווען?
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

אוודאי פלעגט ער זאגן
כאפ נאר א בליק אין ברך משה
בא תשנ"ג?
שטארק מסתבר ער האט דאן נישט מאריך געווען זייענדיג שקוע בצערו, ס'איז געווען א וואך איידער די טאכטער ע"ה איז נפטר געווארן
איך זאג עס נאר מסברא,
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

ישר כח ווארד, איך האב אויך געטראכט די זעלבע
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

שובו בנים שובבים!
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

עניני שובבים - פון דף י"א און ווייטער, און פון דף י"ד און ווייטער.
http://bit.ly/fVmqZZ
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8744
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איי איי, ס'קומט שוין שובבי"ם

יעלה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אלף בית האט געשריבן:
ווארד2007 האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:לגבי ווען די רבי האט אנגהויבן צי זאגן
אנגהויבן האט ער אין קראלע די תולדות אהרן'ע נעמען די קרעדיט פאר זיך אז הגה"צ ר' אברהם יצחק איז געגאנגן בעטן דעם רבי'ן ער זאל רעדן פון דעם
די סאטמערע היסטארעקער ווערן זייער אין כעס ווען זיי הערן דאס זיי שרייען להד"ם


לפי זכרוני האט דער רבי ז"ל אנגעהויבן שנת תרצ"ז כך ראיתי באיזה ספר מתולדות רבינו
קרעדיט קען זיין איז טאקע תולדות אהרן (דוכט זיך אז תו"א האט נישט געלערנט ביים רבין אין קראלי נאר אין סאטמאר)

איך האב שוין לאנג געהערט אז דער רבי ז"ל האט אנגעהויבן צו זאגן שובבי"ם תורה עפ"י בקשת הרה"ק מתו"א. און סאיז שטארק מסתבר.
מדארף אבער אינאכט נעמען אז דער ייט"ל האט אויך אסאך גערעדט פון שובבי"ם, אין ייטב פנים איז דא גאנצעטער מאמרים בעניני שובבי"ם.



און ישמח משה אויך

עס איז נישט מסתבר אז עס קומט די גאנצע תורות מיט אלעם וועגן א הערה פון א תלמיד, אלעס קען זיין אבער נישט מסתבר

אינטערעסאנט אז און פלארידע האט ער נישט געזאגט קיין שובבים תורה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3143
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

בעיקר האט דער רבי דער ברך משה זי"ע גערעט איבער די ימי השובבי"ם המשמשים ובאים בעת סעודת רעוה דרעוין פרשת ויחי, אין צו מאהל אויך פרשת שמות זאגענדיק אז מ'געפינט זיך שוין אין די ימי השובבי"ם, די אנדערע וואכען האט עס דער רבי געקענט דערמאנען סוף דבריו הקדושים, יא ציווישען די יארען איז געוועהן א וואך וואס דער רבי האט זיך לכתחילה געשטעלט אבער עפ"י רוב נישט.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

און ספר דרך אר"ץ מנהגי אר"ם צובא
(ב) מנהגנו בארם צובה עיר ואם בישראל של חכמים וסופרים, ובראשם מורנו הרב [שמואל לניאדו זצ"ל, היינו מתענים בכל שנה (בימי השובבי"ם ממוצאי שבת עד ליל שבת:
ביי ביי.
אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומי אמוני ישראל »

ווארד2007 האט געשריבן:יא יא
אין קדושת יו"ט איז אויך דא עטליכע שיינע מאמרים אויף שובבי"ם, א שטייגער ווי פאריגע ואך די תורה אויף פחז כמים
די פראגע דא איז צו זיי האבן געזאגט אויף אזא וועג מיט אזעלכע בכיות ווי דער רבי ז"ל
מסתבר איז אז יא
ובפרט מה ששמענו ונדעם וואס הגה"ק ר' שאול בראך שרייבט לגבי די י"ג מדות דרשה וואס אגב האט ער דארט אויך מוראדיג מעורר געווען אויף דעם ענין
די סיבה פארוואס ס'איז כמעט נישט געדרוקט, ווייל זיי האבן געלייגט א דגוש צו שרייבן נאר דעם טייטש און נישט דאס אריכות פון מוסר, וואס אין דעם איז א אויסנאם דברי יואל וואס מען האט געלייגט אזא אריכות


ישמח משה פלעגט אסאך מרעיש עולמות זיין בעניני שובבים
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

איינער האט אפשר א שטיקל פון די שובבים תורות דא ארויף צו ברענגען?
שויתי השם לנגדי תמיד
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

ווי איז די מקור אז פרשת בא איז עיקר של שובבי"ם?
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

מקור וויס איך ניט, ס'שטומט מיט סברא, שבוע של יציאת מצרים.
written using the Meshimer web filter
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

שמן זית האט געשריבן:ווי איז די מקור אז פרשת בא איז עיקר של שובבי"ם?

אינטערעסאנט אז איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון בכלל, און דו זוכסט שוין א מקור ווי דאס וואלט געווען א פארשטענדליכע און פשוט'ע אנגענומענע זאך.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

אלץ בחור פלעג איך יעדע דאנערטאג שובבי"ם לערנען סאך שעות רצופות און מאכן א תענית הדיבור במקום "ונהגו להתענות בכל יום ה' בימי השובבי"ם",
איךך האב דעמאלט געוויסט אלע ענינים און מקורות, עס פלעגט הענגן צעטליך אין ישיבה אלע מיינע בחורישע יארן,
ווי אויך פלעגט שטיין אויף די צעטליך און די מנהלים פלעגן זאגן ביי זייערע דרשות אז פרשת בא איז עיקרן של שובבי"ם כ'האב נאר פארגעסן די מקור
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

מיללער האט געשריבן:...
5) איז דער ת"ת בשנת העיבור אן אנגענומענער חלק פון די ימי השובבי"ם

במקור הדבר איז עיקר שובבים בשנה מעוברת דוכט זיך
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

היפאקריט האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:...
5) איז דער ת"ת בשנת העיבור אן אנגענומענער חלק פון די ימי השובבי"ם

במקור הדבר איז עיקר שובבים בשנה מעוברת דוכט זיך

אין נייטרא איז דא קינות וואס מען זאגט שובבים, אבער נאר אין א עיבור יאר.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

היפאקריט האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:...
5) איז דער ת"ת בשנת העיבור אן אנגענומענער חלק פון די ימי השובבי"ם

במקור הדבר איז עיקר שובבים בשנה מעוברת דוכט זיך

רבנו האר"י הקדוש זאגט אז די מ' יום פון די 6 וואכן פון שובבים איז כנגד מ' סאה של מי התבילה שמטהרים, און א צווייט פלאץ זאגט ער עד פרשת תרומה וקצת מן תצוה, אבער רעכענען רעכענט ער אויס נאר די זעקס וואכן.

שרייבט ער דאך אבער וקצת מן תצוה, הסבירו המפרשים אז דאס גייט ארויף אויף שנה מעוברת, אדער אויב האט זיך געמאכט אן אונס און האט פארפעלט א טאג איז מען דאך משלים עד קצת מן תצוה.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
נישט גוט
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 28, 2012 10:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט גוט »

זכרני ימים מקדם, אנפאנג פון מיינע לאנלי יארן, (יעצט האלט מען שוין ביי די לעצטע טעג ב"ה - אזוי האף איך)
האב איך געזעהן אין איינע פון די מפרשים אויפן חק אז "א שרוי בלא אשה וואס פאסט שובבי"ם איז כטובל ושרץ בידו"

איך קען עס נישט טרעפן,

וווייסט איינער ווי איך קען עס טרעפן?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

נישט גוט האט געשריבן:זכרני ימים מקדם, אנפאנג פון מיינע לאנלי יארן, (יעצט האלט מען שוין ביי די לעצטע טעג ב"ה - אזוי האף איך)
האב איך געזעהן אין איינע פון די מפרשים אויפן חק אז "א שרוי בלא אשה וואס פאסט שובבי"ם איז כטובל ושרץ בידו"

איך קען עס נישט טרעפן,

וווייסט איינער ווי איך קען עס טרעפן?

עס איז נישט איינע פון די מפרשים אויפן חק, נאר א שטיקל מוסר אין איינע פון די שובבי"ם וואכן. שמות וארא בא איז עס נישט געווען, מעגליך בשלח יתרו משפטים.
שרייב תגובה

צוריק צו “ליקוטים וענינים”