עניני שובבי"ם ת"ת
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
עניני שובבי"ם ת"ת
מיר האבן בעזהשי"ת שוין ארייגעטרעטן אין די ימי השובבי"ם, פאר סאטמארע חסידים ליגט אריינגעבאקן אין די ביינער די פייערדיגע דברי כיבושין והתעוררות פון רביהקוה"ט זיעועכ"יא אין די וואכן, אפי' איך/מיר האבן נישט געהאט די זכיה אליינס מיטצולעבן דעם התרוממות דקדושה בצלא דמהימנותא ווען דער רבי האט געוואשן אידישע נשמות במשך שעות ארוכות בעת רעווא דרעווין, איז אבער פארבליבן די טעיפס לעד ולעלם לנו ולבנינו ולבני בנינו עד סוף כל הדורות מיט וועלכע מיר קענען האבן א שטיקל באגריף אפס קצהו וויאזוי דארט האט אויסגעקוקט, דער התעוררות לתשובה, דער תשוקה צו זיין ערליך, דער רצון צו טוהן דעם רצון השם.
א סקרוך לויפט מיר אדורך אין די ביינער ווען איך לערן דעם ערשטן רש"י אין פר' ויחי נסתמו עיניהם ולבם של ישראל, דער פסוק אין שמות ויאנחו בני ישראל מן העבודה, ושמי השם לא נודעתי להם פון פר' וארא, אא"וו, עס קלונגט מיר אין די אויערן די ווערטער "מ'זאל מיר די זכיה האבן" "מ'זאל מיר חלילה נישט נדחה ווערן" "מתקן זיין וואס מ'קאן" דער זיסער ניגון ווי דער רבי זינגט זיך אונטער בשעת ווען זיינע מחשבות זענען פיל מיט העכערע ענינים, בשעת ווען אידישע קינדער אינג און אלט פארגיסן טייכן טרערן מאין הפוגות, בזמן וואס מענטשן פון אלע שיכטן און קרייזן שטייען צפופום שעות ארוכות צו הערן די דברות קודש מפום ממלל רברבין, דער ניגון גייט מיר נישט ארויס פון קאפ אפי' איך האב נישט זוכה געווען דאס צו הערן בחוש.
ובכן מה נהדר היה המראה!
יעצט אביסל ארום דעם שובבי"ם-ת"ת:
1) ווי איז דער מקור הדברים
2) איז דאס געווען או אנגענומענער מנהג ביי רביים, מאריך צו זיין זי של"ס איבער די ענינים די וואכן
3) האבן אלע אדמור"י בית סיגוט אריינגעלייגט אזעלכע כוחות דערביי
4) האט דער רבי זעלבסט אזוי זיך געפירט אינדערהיים
5) איז דער ת"ת בשנת העיבור אן אנגענומענער חלק פון די ימי השובבי"ם

לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מאנטאג פעברואר 18, 2008 3:06 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מ'האלט מיר שוין אידן אין די דריטע וואך פון שובבי"ם, לאמיר נישט פארקריכען צו אזעלכע נער'ישע ענינים ווי ווער עס איז ראוי מוסר צו זאגן פאר אידישע קינדער, כי ממנו נקח לעבוד את ה', מברויך מיר זיך נעמען אין די האנט אריין, בנערינו ובזקינינו נלך, ווילאנג מ'האמיר נאך אביסל זקינים שכל זמן שמזקינין דעתן מתישבת, לאמיר הערן אביסל וויאזוי עס האט אמאל אויסגעזעהן אזעלכע זמנים.
מיין זיידע ז"ל איך האב אים נאך גוט געקאנט, האט אריבער זעכציג יאר געפאסט יעדן דאנערשטאג בימי השובבי"ם, נישט ווייל ער האט פארברענגט די צייט אויף די אינטערנעט, אדער ווייל ער האט געלייענט צופיל דעם דבר יום ביומו, אפגערעדט אז ער האט נישט געהערט קול מבשר טעגליך, די אלע זאכן זענען נאך דאן געווען דברים שלא באו לעולם, די אידן זענען אריבער א אוישוויץ, פארלוירן עלטערן, ווייבער, קינדער און וואס נישט, מיט דעם אלעם האבן זיי געוואוסט אז ווען ס'קומט שובבי"ם איז עת לחשוב, וחשב עם קונהו, על כן יאמרו המושלים באו חשבון אלו המושלים ביצרם, באו ונחשוב חשבונו של עולם.
לאמיר נישט ארויסגיין בידים ריקניות, בא אל פרעה והתרה בו, דער יצר הרע דער פרעה, לאמיר אים אנווארענען כי אם מאן אתה לשלח, אז דו לאזט אונז נישט אפ באצייטנס, מי ומי ההולכים, וואס וועט פון אוז בלייבן.
[פורים תורות לאז איבער פאר א צווייט מאל, מיללער, זיי אזוי גוט, ייש"כ]
למעשה, אפשר מאך מיר דא א שטיקל תשובה-דרייוו?

Re: שובבי"ם (ת"ת)
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2176
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm
לגבי ווען די רבי האט אנגהויבן צי זאגן
אנגהויבן האט ער אין קראלע די תולדות אהרן'ע נעמען די קרעדיט פאר זיך אז הגה"צ ר' אברהם יצחק איז געגאנגן בעטן דעם רבי'ן ער זאל רעדן פון דעם
די סאטמערע היסטארעקער ווערן זייער אין כעס ווען זיי הערן דאס זיי שרייען להד"ם
לגביי שובבי"ם ת"ת איז נאך היינט אזוי אין די פלעצר ווי מזאגט סליחות דארנשטאג איז עס נאר שובבי"ם ת"ת

Re: שלוש סעודה תורות
מיללער האט געשריבן:דער רבי האט געוואשן אידישע נשמות במשך שעות ארוכות בעת רעווא דרעווין
רב מיללער; קודם וויל איך מיך אנטשולדיגען פארן אריינברענגען די עצם נושא פון שלוש סעודה תורות, ווען מען שמוסט נאר פון שובבי"ם. אין איך האף אז דעס הייסט נישט "שאר ענינים יש מקום בפורמים אחרים"
און די הקדמה פון ספר תורת א' (שאפראן) שטייט א רמז אויף דעם ענין פון וואשען די הערצער בעת רעווא דרעווין דווקא אין די טונקעל, פונעם פסוק אין תהילים 'זרח בחושך אור לישרים' (ע"ש)
אז עס גייט נישט וויאזוי מ'וויל, דארף מען ווילן וויאזוי עס גייט.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6805
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
מיין טאטע ע"ה האט גילערנט ביים מנחת אלעזר צוויי יאהר. ער פלעגט מיר אסאך זאכען זאגען פין זיין הייליגער רבי. ער האט מיר קיינמאל נישט ערווענט וועגען שובבי"ם תורה. אבער עס איז נישט קיי] ראיה
אין דרך אגב
מיין טאטע ע"ה האט אויך גיפאסט א יעדען דאנערשטיק אין די שובבי"ם.
ער פלעגט צי גיין דאוענען מנחה אין סאטמער באראפארק אויף 53 וויא מען האט גיליינט ויחל.
ער פלעגט מיר כסדר זאגען זיין התפעלות זעהן יונגעלייט פאסטען שובבי"ם.

the SCY is the limit
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6805
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
Re: שובבי"ם (ת"ת)
מיללער האט געשריבן:מיר האבן בעזהשי"ת שוין ארייגעטרעטן אין די ימי השובבי"ם, פאר סאטמארע חסידים ליגט אריינגעבאקן אין די ביינער די פייערדיגע דברי כיבושין והתעוררות פון רביהקוה"ט זיעועכ"יא אין די וואכן, אפי' איך/מיר האבן נישט געהאט די זכיה אליינס מיטצולעבן דעם התרוממות דקדושה בצלא דמהימנותא ווען דער רבי האט געוואשן אידישע נשמות במשך שעות ארוכות בעת רעווא דרעווין,......עס קלונגט מיר אין די אויערן די ווערטער "מ'זאל מיר די זכיה האבן" "מ'זאל מיר חלילה נישט נדחה ווערן" "מתקן זיין וואס מ'קאן" דער זיסער ניגון ווי דער רבי זינגט זיך אונטער בשעת ווען זיינע מחשבות זענען פיל מיט העכערע ענינים, בשעת ווען אידישע קינדער אינג און אלט פארגיסן טייכן טרערן מאין הפוגות, בזמן וואס מענטשן פון אלע שיכטן און קרייזן שטייען צפופום שעות ארוכות צו הערן די דברות קודש מפום ממלל רברבין, דער ניגון גייט מיר נישט ארויס פון קאפ אפי' איך האב נישט זוכה געווען דאס צו הערן בחוש.
ובכן מה נהדר היה המראה!
אך!
ס'נעמט מיך אדארך א ציטער ליינען די ווערטר אין קומט אויף אין זכרון די הייליגע מעמדות ואס איך בין אליינס גיווען דערביי.
אך!
the SCY is the limit
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 3:33 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זיידעניו האט געשריבן:די סאטמארע רבי זל פלעגט נאכן שובבים תורה צומאל מאכן א ווערטל פאר זיינע ארומיגע צומאל פלעגט עס זיין ידיד נפשי להבדיל בין חיים לחיים ר' חיים הערש יקאבאווישט און אמאל אנדערע
איינער האט מיר געפערעגט פארוואס דאס יאר איז דא שובבים תת וואס איז דאס די ציגעקומענע צוויי "ת"ת"
האבעך אים גענטפערט אז ת"ת איז די ראשי תיבות תאטפער תלאסדעי
כך נראה לע"נד בדרך הצלה
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 689
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm
איך האב אמאהל געהערט פון א בדחן אז ער פלעגט יעדע מוצאי שבת שפילן קארטן מיט יענקל, איינמאהל און פרשת וארא האבן זיי זיך אפגעשמוסט צו שפילן לעבן דו סאטמערע ביהמ"ד אבער ער קומט אהין אן, און טרעפט נישט יענקל גייט ער אריין דערוויל און ביהמ"ד און ער זעהט דארטן זיין יענקל, פרעגט ער אים וואס טוט זיך היינט מיט דיר? פארוואס ביזטו דא? (כמנהגנו פלעגט מען מיטוויינען מיטן רעבי'ן) און ער ענטפערט אים מיט א וויינעדיגע שטימע "איך קום און 5 מנוט".
שלום האט געשריבן:איך האב אמאהל געהערט פון א בדחן אז ער פלעגט יעדע מוצאי שבת שפילן קארטן מיט יענקל, איינמאהל און פרשת וארא האבן זיי זיך אפגעשמוסט צו שפילן לעבן דו סאטמערע ביהמ"ד אבער ער קומט אהין אן, און טרעפט נישט יענקל גייט ער אריין דערוויל און ביהמ"ד און ער זעהט דארטן זיין יענקל, פרעגט ער אים וואס טוט זיך היינט מיט דיר? פארוואס ביזטו דא? (כמנהגנו פלעגט מען מיטוויינען מיטן רעבי'ן) און ער ענטפערט אים מיט א וויינעדיגע שטימע "איך קום און 5 מנוט".
וואס האקסטו דא אריין מיט די מעשה, ווי קומט דאס בכלל צו שובבי"ם? אהה פשוט עס איז געשעהן וארא?