ספעציעלע חנוכה פראיעקט: אין די מנורה'ס פיסטריט

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

בערל קראקאווער האט געשריבן:יא איך האב באמערקט הערשט נאכדעם, און טאקע מער הנאה געהאט דא.
און אגב דארט האב איך אויך געזעהן דיינע סחורה פון דעם 'הונגער שטיין' און זייער הנאה געהאט.

חילך לאורייתא. און זיי אונז ווייטער מהנה, מיר האבן נישט געוויסט אז איר האט תוכן צו זיך אויך.

דא
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

זיך דערמאנט פון א אלטע תגובה איבער די נושא פון די צורת המנורה להרמב"ם פון דעם בילד וואס געפונט זיך אין א כתב יד על משנה תורה להרמב"ם משנת ה' אלפים מ"ב איז משמע אז אז דער רמב"ם האט מצייר געווען אין זיין ספר משנה תורה רינדעכיגע קנים, אזוי ווי ס'שטייט אין דעם כתב יד "וזו היא צורת המנורה". שפעטער ווען מ'האט געדרוקט דעם רמב"ם האבן די מדפיסים משמיט געווען די ווערטער און די בילד.

בילד

צורת-המנורה-רמבם.jpg



דאס איז זיכער אז ס'כדאי נאכצוגיין ווער דער מצייר איז געווען און צו האט ער נאכגעמאלן א כת"י פון רמב"ם אלייינס.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
מחבר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחבר ספרים »

יישר כח ר' שמעלקא זייער הנאה געהאט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ארויף לכבוד חנוכה
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

מחבר ספרים האט געשריבן:יישר כח ר' שמעלקא זייער הנאה געהאט
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4197
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: ספעציעלע חנוכה פראיעקט: אין די מנורה'ס פיסטריט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

ארויף לכבוד חנוכה.

זייער שיינע אינפארמארטיווע אשכול דאס.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: ספעציעלע חנוכה פראיעקט: אין די מנורה'ס פיסטריט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ש'כח @יש הנאה פאר'ן צוצייכענען דעם אשכול.

איך זע אז אלע בילדער פארמאגן רינדיגע רערן פאר דער מנורה, חוץ איין שטיקל שארבן מיט א צעקאליעשט בילד וואס איך וואלט נישט צופיל געבויט אויף דעם. יוסיפון שרייבט אויך אזוי, און ס'איז שווער צו טראכטן פון עפעס א נגיעה וואס ער וואלט געקענט האבן צו פארטוישן די צורת המנורה. און ס'איז אפילו נישט זיכער אז דאס בילד פונעם רמב"ם האט ער טאקע געמאלן.

אלנפאלס, ס'איז גאנץ זיכער אז די מנורה אין בית המקדש האט געהאט רינדיגע רערן.

בנוגע די טמא'נע חיות, איז טאקע אינטערערסאנט. אבער אויב איך מעג פרעגן, מהיכי תיתי אז די מנורה האט נישט געמעגט האבן די בילדער? זענען נישט געווען קיין לייבן און אדלערס אויסגעמאלן אויפ'ן פרוכת?
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: פד"ף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 0#p1366370
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:
ליינט און האט הנאה!
קען אפשר איינער לייגן דעם PDF מיט די בילדער, לכבוד פר' תצוה הבעל"ט?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: ספעציעלע חנוכה פראיעקט: אין די מנורה'ס פיסטריט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

בנוגע די טמאנע חיות, איך קען נישט די הלכות צו מען מעג לייגן צו נישט, אנדערע האבן שוין געברענגט ראיות פון די אדלער און לייבן וואס זענען געווען אין בית המקדש, אבער ביי די מנורה איז זיכער נישט געווען אזא זאך, ווי מיר זעהן אין כמה מפרשים ראה רמב״ם, ווי מען שמועסט פינקטליך אויס וויאזוי די מנורה האט אויסגעזען, רעדט מען אויך פון די דיזיין וואס די מנורה האט געהאט, איך געדענק נישט ווי איך האב געזען שטיין, אין איינע פון די ראשונים, אז אויף די בעכערס פון די מנורה איז געווען אויסגעקריצט ׳ניסלעך׳ ווי עס שטייט אין פסוק משוקדים, חיות שטייט נישט אין ערגעץ.

און לגבי די מנורה פון די אמסשטרדם ספרייה האט מען שוין גערעדט אין א אנדערע אשכול אז ר משה בן הרמב״ם איז מעיד אויף די באקאנטע ציור פון רמב״ם אז דאס האט זיין טאטע געשריבן.

די מנורה וואס איז פריער געברענגט געווארן פון ספר בנין אריאל, מאכט נישט קיין סענס אז זאל זיין לפי שיטת הרמב״ם, ראשית כל ער האט נישט איבער געלאזט קיין איין מקום פנוי, די גאנצע מנורה איז פול מוט כפתור ופרח׳ס, אין דער צייט וואס דער רמב״ם שרייבט אויף כמה פלעצער אז סאיז געווען ליידיג, די בעכערס זענען נישט ווי שיטת הרמב״ם אז סאיז געווען ווי כוסות אלכסנדריה שמאל פון אינטען ברייט פון אויבן, און איז געליגן מיטן עפענונג אויף אראפ, ווי מען זעט אויפן כתב יד, און די ירך המנורה וואס האט געהאט דריי פיסלעך. די אמסטרדמ׳ע בילד איז גראדע יא שטארק מדיוק לויטן רמב״ם נאר סאיז געדרייט. איך פארשטיי נישט מיט וואס דער בנין אריאל איז אזוי פינקטליך מיט זיין בילד
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re: ספעציעלע חנוכה פראיעקט: אין די מנורה'ס פיסטריט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

עס איז בכלל נישט מוכרח אז ס'האט געמוזט זיין איין וועג לאפוקי די אנדערע.
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

לחובבי קני המנורה...

קעפל: דער "עץ חיים" ביבליאטעק אין אמסטרדאם, האלאנד
נא_שכל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 1:25 am
אויף פראנט פעידזש דארטען איז דא א בילד מענינא דיומא: צורת המנורה להרמב"ם. ווי באקאנט איז אנגענומען היינט א דער רמב"ם האט געהאלטען אז די קני המנורה זענען געווען שיף נישט רינדעכיג, דאס נעמט זיך בעיקר פון די ציור בכתי"ק אין פירוש המשניות מס' מנחות פ"ג מ"ז (זעה מהדו' קאפאח דארט). ווי אויך איז דא נאך ראיות אויף דעים, אויך אין ס' היד הל' בית הבחירה פ"ג ה"י ברענגט דער רמב"ם א ציור, און די נייע פרנקל רמב"ם האבען זיי אריינגעלייגט די בילד פון פיהמ"ש בכת"י דהיינו מיט די שיפע קנים, אבער אין כת"י של הרמב"ם ס' היד וואס געפונט זיך אין עץ חיים זעט מען יא רינדעכיגע קנים, לויט ווי זיי שרייבען האט מען געמאכט יענע העתקה בשנת ה' אלפים מ"ב בעיר נרבונה
בילד
מנורה_1.jpg
מנורה_1.jpg (929 Bytes) געזען 258 מאל
אוועטאר
המברך יתברך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע: מאנסי נוא יארק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יש הנאה האט געשריבן: זונטאג מארטש 19, 2023 8:09 pm
לחובבי קני המנורה...

קעפל: דער "עץ חיים" ביבליאטעק אין אמסטרדאם, האלאנד
נא_שכל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 04, 2013 1:25 am
אויף פראנט פעידזש דארטען איז דא א בילד מענינא דיומא: צורת המנורה להרמב"ם. ווי באקאנט איז אנגענומען היינט א דער רמב"ם האט געהאלטען אז די קני המנורה זענען געווען שיף נישט רינדעכיג, דאס נעמט זיך בעיקר פון די ציור בכתי"ק אין פירוש המשניות מס' מנחות פ"ג מ"ז (זעה מהדו' קאפאח דארט). ווי אויך איז דא נאך ראיות אויף דעים, אויך אין ס' היד הל' בית הבחירה פ"ג ה"י ברענגט דער רמב"ם א ציור, און די נייע פרנקל רמב"ם האבען זיי אריינגעלייגט די בילד פון פיהמ"ש בכת"י דהיינו מיט די שיפע קנים, אבער אין כת"י של הרמב"ם ס' היד וואס געפונט זיך אין עץ חיים זעט מען יא רינדעכיגע קנים, לויט ווי זיי שרייבען האט מען געמאכט יענע העתקה בשנת ה' אלפים מ"ב בעיר נרבונה
בילד
מנורה_1.jpg
עס איז בכלל נישט מוכרח אז ס'האט געמוזט זיין איין וועג לאפוקי די אנדערע.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”