דיונים ועיונים בעניני חנוכה

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך נובעמבער 27, 2013 12:37 pm

דער סמ"ג לערענט אז היינטיגע צייטען אז מען צינד בפנים דארף מען נישט אריינלייגען א שיעור שמן.פשט ער האט געלערנט אז די שיעור שמן האט שייכות מיט פרסומי ניסא

פון תוס' איז נישט אזוי משמע נאר אפי מען צינד אינמיטען נאכט דארף מען א שיעור וואסי פשט פון דעם שיעור
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4951
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך נובעמבער 27, 2013 4:43 pm

איך האב אמאל געזען אן אריכות איבער דעם ענין פון הרה"ג ר' שמעי' גרינבוים אין פרי תמרים קובץ א', ער שמועס דארט ארום באריכות איבער די נושא, און אז אין 'פסקי תוס' און אויך אין מרדכי שטייט אזוי ווי דער סמ"ג. [ער שרייבט דארט א חידוש אז פסקי תוס' באציט זיך אויף תוס' שאנ"ץ]
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

חנוכה אין די פסוקים

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך נובעמבער 27, 2013 8:10 pm

איך האב נאך נישט געזעהן דא א דיון דערוועגען, ואם שגיתי יבואו המלנקקים וילנקקו,
איך וואונדער מיך זייט אלס קינד,
חנוכה שטייט טאקע נישט בפירוש אין די פסוקים, ווייל חנוכה איז שוין געווען בזמן בית שני, ווען עס איז געווען פסקה נבואה, עם כל זה, ווערט חנוכה דערמאנט אין די פסוקים עטליכע מאהל עכ"פ לפי פירוש רש"י,
כתוב בתורה, רש"י אין וזאת הברכה אויף ברך ה' חילו ופועל ידיו תרצה מחץ מתנים קמיו ומשנאיו מן יקומין, זאגט אז עס גייט ארויף אויף חשמונאי וכו'
ושנוי בנביאים, אין זכרי' ט' י"ג-י"ז (ולשון הפסוק שם הוא על בניך יון), איז רש"י מפרש אז עס גייט ארויף אויף יון בימי חשמונאים (ועיי"ש שמביא רש"י בספר יוסיפין מצינו בעת ההוא נראה מופת לאנשי ירושלים)
אין חגי ג' ו'-ז' זאגט רש"י אויף אני מרעיש את השמים, בניסים הנעשים לבני חשמונאי, ועיי"ש פסוק י' הנבואה שנאמרה בערב חנוכה (כבר כתבו כאן אודות הבן איש חי שסגולה לאומרו בערב חנוכה)
ומשולש בכתובים, (רש"י דערמאנט עס ערגיץ אין תהלים איך געדענק יעצט נישט ווי), אבער אין דניאל געדענק איך צוויי מאל, (וועגען מלכות יון איז דארט דא עטליכע מאל), איינס איז י"א פסוק י"ז ובת הנשים יתן לו להשחיתה זאגט רש"י, ואומר אני שהוא שהוא אנטיוכס מלך יון, ועיי"ש בסוף הפסוק שיעמוד מתתיהו בן יוחנן ויפרק עולו מעל ישראל, ועיי"ש עד פסוק כ'
רש"י ז' ו' זאגט אז נמר מיינט יון שגזר גזירות משונות על ישראל מנומרות
און עס פלעגט מיר אלעמאל וואונדערען פ"וו טרעפט מען כמעט נישט אין די ספרי קודש על חנוכה, ובספרי המגידים תורות על אלו הפסוקים, אזויפיל ווי אויף די מדרשים ווי למשל חשך זו מלכות יוון
למה זה תשאל לשמי...

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 8:40 am

אויף והדודאים זעט מען יא אסאך

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 8:57 am

דער רמב"ן אויף בהעלתך את הנרות, שלך לעולם קיימת אז דאס גייט ארויף אויף חנוכה, ברענגט מען אויך.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 9:10 am

הוא אשר שאלתי, [ו]הדודאים, וואס איז א מדרש (וואס קיינער ווייסט נישט מקורו), בכל אופן נישט פשוטו של מקרא, נבואות אויף נס חנוכה, ברענגט יעדער, און פשוטו של מקרא נבואות על הנס, וואס הרבה יש לדרוש באלו הפסוקים ברענגט מען כמעט נישט
ואפילו דעם רמב"ן, איז א פשט בדברי חז"ל, ווערט געברענגט, והפסוקים שהבאתי, ווערען כמעט נישט געברענגט
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 9:26 am

נא_שכל האט געשריבן:איך האב אמאל געזען אן אריכות איבער דעם ענין פון הרה"ג ר' שמעי' גרינבוים אין פרי תמרים קובץ א', ער שמועס דארט ארום באריכות איבער די נושא, און אז אין 'פסקי תוס' און אויך אין מרדכי שטייט אזוי ווי דער סמ"ג. [ער שרייבט דארט א חידוש אז פסקי תוס' באציט זיך אויף תוס' שאנ"ץ]

אה געוואלדיג כ'האב זיך געמיטשעט פון ווי אי א ראיה פון תוס' וויילל דער ש"ג ברענגט אזוי בשם תוס'
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 9:48 am

והוא פלאי האט געשריבן:הוא אשר שאלתי, [ו]הדודאים, וואס איז א מדרש (וואס קיינער ווייסט נישט מקורו), בכל אופן נישט פשוטו של מקרא, נבואות אויף נס חנוכה, ברענגט יעדער, און פשוטו של מקרא נבואות על הנס, וואס הרבה יש לדרוש באלו הפסוקים ברענגט מען כמעט נישט
ואפילו דעם רמב"ן, איז א פשט בדברי חז"ל, ווערט געברענגט, והפסוקים שהבאתי, ווערען כמעט נישט געברענגט

אולי ווייל חנוכה האט מען מער געזאגט לומדות און פלפולים ווי טייטשן אויף פסוקים.
ווען מ'לייענט עס ווען אלס ענינא דיומא, אדער מ'באגעגנט עס ערגעץ אין חנוכה וואלט ווען מער גערעדט דערפון, למעשה, איז עס פארשטופטע פסוקים אין חגי זכרי' אדער שלא במקומו.

והא ראי' קוק ביי וטבוח טבח והכן, זעט מען יא אסאך טייטשן.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:45 am

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:

עס איז א שווערע תירוץ, נישט אין אלע ספרים איז נאר לומדות אין פלפולים
והתי' השני, ווייל עס איז פארשטופטע פסוקים, ביי אנשים כערכינו איז שייך אזעלכע לשונות, נישט ביי אנשים גדולים שכל התורה היתה פתוחה לפניהם
עס מוז זיין טיפערס אין דעם, איך ווייס נאר נישט וואס
למה זה תשאל לשמי...

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:54 am

והוא פלאי האט געשריבן:
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:הוא אשר שאלתי, [ו]הדודאים, וואס איז א מדרש (וואס קיינער ווייסט נישט מקורו), בכל אופן נישט פשוטו של מקרא, נבואות אויף נס חנוכה, ברענגט יעדער, און פשוטו של מקרא נבואות על הנס, וואס הרבה יש לדרוש באלו הפסוקים ברענגט מען כמעט נישט
ואפילו דעם רמב"ן, איז א פשט בדברי חז"ל, ווערט געברענגט, והפסוקים שהבאתי, ווערען כמעט נישט געברענגט

אולי ווייל חנוכה האט מען מער געזאגט לומדות און פלפולים ווי טייטשן אויף פסוקים.
ווען מ'לייענט עס ווען אלס ענינא דיומא, אדער מ'באגעגנט עס ערגעץ אין חנוכה וואלט ווען מער גערעדט דערפון, למעשה, איז עס פארשטופטע פסוקים אין חגי זכרי' אדער שלא במקומו.

והא ראי' קוק ביי וטבוח טבח והכן, זעט מען יא אסאך טייטשן.

עס איז א שווערע תירוץ, נישט אין אלע ספרים איז נאר לומדות אין פלפולים
והתי' השני, ווייל עס איז פארשטופטע פסוקים, ביי אנשים כערכינו איז שייך אזעלכע לשונות, נישט ביי אנשים גדולים שכל התורה היתה פתוחה לפניהם
עס מוז זיין טיפערס אין דעם, איך ווייס נאר נישט וואס

איך האב אוודאי נישט געמיינט צו זאגן אז ס'איז געווען פארשטופט און זיי האבן נישט געוויסט דערפון, חלילה לן מהאי דעתא.
נאר אז ווען מ'זאגט תורה פאר אידן, זאגט מען ענדערש באקאנטע זאכן וואס מ'באגעגנט, ווי פרשיות השבוע, הלכות החג, די סוגי' אין מס' שבת.

איך גלייב אז מ'קען טרעפן פארשידענע פסוקים צושפרייט אין תנך וואס איז מרמז און מנבא אויף אנדערע ימים טובים און מועדים, ווי אויך נבואות אויף מרדכי ואסתר און אחשורוש, דאך דרש'נט מען נישט יענע פסוקים נאר די מגילה. כ"נ בד"א.

אויך קען זיין א חילוק, אז הדודאים זאגט דער מדרש אז דער פסוק מיינט חנוכה, אבער די אנדערע [חוץ זכרי' וואס שטייט בגמ' מגלה בהפטורות] איז בעיקר רש"י'ס. [איך מיין אבער אז ס'איז אויך מדרשים, אדרבה תודיעני נא, ייש"כ].

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:56 am

פאר ווער ס'וויל וויסן, חנוכה זאגט מען יא בית יעקב ביים שיר של יום.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2013 11:28 pm

ניק ניק האט געשריבן:פאר ווער ס'וויל וויסן, חנוכה זאגט מען יא בית יעקב ביים שיר של יום.

פון וואנעט נעמסטו דאס?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:51 am

מען זאגט דאך אפילו נישט למנצח מזמור לדוד יענך?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג דעצמבער 01, 2013 12:55 pm

איך האב עס נישט יעצט נאכגעקוקט, אבער זכרנו אז אזוי שטייט אין אבודרהם, לקוטי מהריח ועוד
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג דעצמבער 01, 2013 1:18 pm

ניק ניק האט געשריבן:איך האב עס נישט יעצט נאכגעקוקט, אבער זכרנו אז אזוי שטייט אין אבודרהם, לקוטי מהריח ועוד

קומענדיגע מאל זיי ביטע יא מברר איידער דו שרייבסט עפעס מיט א זיכערקייט. אין מיין סידור שטייט קלאר אז מען זאגט עס נישט אום חנוכה.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג דעצמבער 01, 2013 1:20 pm

לכאורה האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:איך האב עס נישט יעצט נאכגעקוקט, אבער זכרנו אז אזוי שטייט אין אבודרהם, לקוטי מהריח ועוד

קומענדיגע מאל זיי ביטע יא מברר איידער דו שרייבסט עפעס מיט א זיכערקייט. אין מיין סידור שטייט קלאר אז מען זאגט עס נישט אום חנוכה.

ווער איז דיין סידור? איך געדענק אז אין אבודרהם, לקוטי מהריח ועוד שטייט קלאר אז מ'זאגט יא
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג דעצמבער 01, 2013 1:23 pm

ניק ניק האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:איך האב עס נישט יעצט נאכגעקוקט, אבער זכרנו אז אזוי שטייט אין אבודרהם, לקוטי מהריח ועוד

קומענדיגע מאל זיי ביטע יא מברר איידער דו שרייבסט עפעס מיט א זיכערקייט. אין מיין סידור שטייט קלאר אז מען זאגט עס נישט אום חנוכה.

ווער איז דיין סידור? איך געדענק אז אין אבודרהם, לקוטי מהריח ועוד שטייט קלאר אז מ'זאגט יא

דער לקוטי מהרי"ח ברענגט טאקע אזוי פון סידור התניא, אבער כמדומה שאין נוהגין כן.

מיין סידור (א פשוט'ע סידור אין שוהל) זאגט אז דאס גייט סינאנים מיט א-ל ארך אפים, און ביי אא"א שרייבט ער אז מען זאגט דאס נישט חנוכה.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג דעצמבער 01, 2013 3:55 pm

א פשוט'ע סידור אין שוהל האט נישט קיין מיינונגס רעכט, חוץ אז מ'ווייסט ווער ס'איז דער שרייבער פון די הלכות אדער לכה"פ אז ער שרייבט צו א מקור.
מנהג מחסרון ידיעה אינו מנהג, ואדרבה הסתכלתי בהרבה מדקדקין וראיתי שאכן אומרים.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:01 pm

אם היית מדקדק, היית שומע שאומרים בית יעקב... (אולי הסתכלת בשפתותיהם נעות... עי' ערך עלי ואם שמואל).

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

זמני הדלקות בבית הרביים

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:03 pm

איז דא א ליסטע פון זמנים פון הדלקות צו באקומען ערגעץ ?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:28 pm

ניק ניק האט געשריבן:א פשוט'ע סידור אין שוהל האט נישט קיין מיינונגס רעכט, חוץ אז מ'ווייסט ווער ס'איז דער שרייבער פון די הלכות אדער לכה"פ אז ער שרייבט צו א מקור.
מנהג מחסרון ידיעה אינו מנהג, ואדרבה הסתכלתי בהרבה מדקדקין וראיתי שאכן אומרים.

דער אנאנימער ניק האט מיר געשיקט אין אישי אז אין דרכי חיים ושלום שטייט אז בימים שאין אומרים למנצח אין אומרים בית יעקב אלא מתחילין שיר של יום.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:29 pm

ווינקל האט געשריבן:אם היית מדקדק, היית שומע שאומרים בית יעקב... (אולי הסתכלת בשפתותיהם נעות... עי' ערך עלי ואם שמואל).

אתה מוסיב או מפרק?

---------------------

לכאורה, אקעי העמער אפיער זיכען דעם רבי'נס ספר
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:36 pm

גערעכט (דף צ'), נו האמיר שוין א מקור פאר ביידע מנהגים.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » פרייטאג דעצמבער 20, 2013 11:40 am

והוא פלאי האט געשריבן:איך האב נאך נישט געזעהן דא א דיון דערוועגען, ואם שגיתי יבואו המלנקקים וילנקקו,
איך וואונדער מיך זייט אלס קינד,
חנוכה שטייט טאקע נישט בפירוש אין די פסוקים, ווייל חנוכה איז שוין געווען בזמן בית שני, ווען עס איז געווען פסקה נבואה, עם כל זה, ווערט חנוכה דערמאנט אין די פסוקים עטליכע מאהל עכ"פ לפי פירוש רש"י,
כתוב בתורה, רש"י אין וזאת הברכה אויף ברך ה' חילו ופועל ידיו תרצה מחץ מתנים קמיו ומשנאיו מן יקומין, זאגט אז עס גייט ארויף אויף חשמונאי וכו'
ושנוי בנביאים, אין זכרי' ט' י"ג-י"ז (ולשון הפסוק שם הוא על בניך יון), איז רש"י מפרש אז עס גייט ארויף אויף יון בימי חשמונאים (ועיי"ש שמביא רש"י בספר יוסיפין מצינו בעת ההוא נראה מופת לאנשי ירושלים)
אין חגי ג' ו'-ז' זאגט רש"י אויף אני מרעיש את השמים, בניסים הנעשים לבני חשמונאי, ועיי"ש פסוק י' הנבואה שנאמרה בערב חנוכה (כבר כתבו כאן אודות הבן איש חי שסגולה לאומרו בערב חנוכה)
ומשולש בכתובים, (רש"י דערמאנט עס ערגיץ אין תהלים איך געדענק יעצט נישט ווי), אבער אין דניאל געדענק איך צוויי מאל, (וועגען מלכות יון איז דארט דא עטליכע מאל), איינס איז י"א פסוק י"ז ובת הנשים יתן לו להשחיתה זאגט רש"י, ואומר אני שהוא שהוא אנטיוכס מלך יון, ועיי"ש בסוף הפסוק שיעמוד מתתיהו בן יוחנן ויפרק עולו מעל ישראל, ועיי"ש עד פסוק כ'
רש"י ז' ו' זאגט אז נמר מיינט יון שגזר גזירות משונות על ישראל מנומרות
און עס פלעגט מיר אלעמאל וואונדערען פ"וו טרעפט מען כמעט נישט אין די ספרי קודש על חנוכה, ובספרי המגידים תורות על אלו הפסוקים, אזויפיל ווי אויף די מדרשים ווי למשל חשך זו מלכות יוון

כבוד הרב והוא פלאי, על ההערה הנפלאה

מרן הבני יששכר, אבי הספרים על חנוכה, מאריך באלו הפסוקים

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך דעצמבער 17, 2014 12:16 pm

עניינא דיומא,
למה זה תשאל לשמי...

צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט