דיונים ועיונים בעניני והלכות חנוכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

תהוובהו
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 2:30 pm

דיונים ועיונים בעניני והלכות חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תהוובהו »

עטליכע שאלות פאר די וואס ווילן נאכקוקן

אויב עס האט זיך אויסגעלאשן אין ליכט, האט מען יוצא געווען? צי ווענדט זיך דאס ווי שנעל עס האט זיך אויסגעלאשן? צי דארף מען דאס צוריק אנצינדן?


ווי לאנג דארפן די ליכט ברענען? לכתחילה און בדיעבד?

צי מעג מען אויסלעשן די ליכט נאך דעם שיעור וויפיל עס דארף ברענען? (למשל ער האט מורא זיי צו לאזן ברענען ווייל ער גייט אוועק פון שטוב)

אויב האט מען , למשל, נאר צויי ליכט אינעם דריטן טאג, זאל מען בכלל צינדן די צוויי ליכט אדער ענדערש גארנישט?

וואו איז גלייכער צו צינדן, ביים פענסטער אדער ביים טיר?

אויב וויל איינער צינדן אין רה"ר , צי איז דאס בעסער? צי מעג מען בכלל?

פארוואס צינדן נישט פרויען , לכאורה איז דאך מדליקין לכל אחד ? צי מעגן זיי בכלל צינדן אויב זיי ווילן יא?

א בחור וואס שלאפט אינדערהיים אבער עסט אין ישיבה, וואו זאל ער צינדן?


צי איז א פראבלעם אין די פראדזשעקטס אז עס איז למעלה מעשרים אמה? אדער רעכנט מען פון דער ערד פונעם חדר וואו מ'געפונט זיך.

צי איז ענדערש א הויכע אדער זילבערנע מנורה, אדער איז קיין חילוק , אבי מ'צינדט די ליכט?

צי דארפן קינדער צינדן?

צי גייט היינט אן עד שתכלה רגל מן השוק?

צי קען מען משלים זין בייטאג בדיעבד? ביז ווען איז די שפעטסטע וואס מ'קען צינדן בדיעבד?

איז מען יוצא מיט סיי וועלכע ליכט (למשל די וואקסענע ליכט) בדיעבד, אדער עס מוז זיין אויל?



אה שיער פארגעסן צו פרעגן. פארוואס מאכט מען אכט טעג חנוכה, עס איז דאך לכאורה נישט געווען קיין נס די ערשטע טאג?...
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אויב האט מען , למשל, נאר צויי ליכט אינעם דריטן טאג, זאל מען בכלל צינדן די צוויי ליכט אדער ענדערש גארנישט? נאר איינס אזוי ווי די הלכה נישט ווי למנהדרין

א בחור וואס שלאפט אינדערהיים אבער עסט אין ישיבה, וואו זאל ער צינדן? בעסער אינדערהיים

פארוואס צינדן נישט פרויען , לכאורה איז דאך מדליקין לכל אחד ? צי מעגן זיי בכלל צינדן אויב זיי ווילן יא? יא,פרויען מעגן צינדען

צי איז א פראבלעם אין די פראדזשעקטס אז עס איז למעלה מעשרה טפחים? אדער רעכנט מען פון דער ערד פונעם חדר וואו מ'געפונט זיך. ? למעלה מעשרה טפחים איז נישט קיין פראבלעם נאר למעלה מעשרים אמה ,אין ביי די פראדזשעקטס רעכנט מען פון דער ערד פונעם חדר

צי דארפן קינדער צינדן? משום חינך

אה שיער פארגעסן צו פרעגן. פארוואס מאכט מען אכט טעג חנוכה, עס איז דאך לכאורה נישט געווען קיין נס די ערשטע טאג?
1) ווייל אן בו להדליק אפילו יום אחד
2) מען האט ציטיילט די אויל אויך 8 חלקים ,איז שווער עס שטייט תן לו מידתו מען טאר נישט לייגען ווייניגער
3) עס איז געווארן פיל גראד נאכן אנפילן די מנורה , איז שווער אז די אכטע טאג איז נישט געווען א נס
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

דארפן די ליכט ברענען? לכתחילה און בדיעבד? לכתחילה א האלבע שעה
צי איז ענדערש א הויכע אדער זילבערנע מנורה, אדער איז קיין חילוק , אבי מ'צינדט די ליכט? עס ווענט זיך אין מנהגים

איז מען יוצא מיט סיי וועלכע ליכט (למשל די וואקסענע ליכט) בדיעבד, אדער עס מוז זיין אויל? לכתחילה דארף זיין שמן זית

אה שיער פארגעסן צו פרעגן. פארוואס מאכט מען אכט טעג חנוכה, עס איז דאך לכאורה נישט געווען קיין נס די ערשטע טאג?
1) די ערשטע טאג איז א יו"ט פארן נס המלחמה
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

לויט דעם אז מען האט ציטיילט די אויל אויך 8 חלקים ,איז שווער די קאשיא פינעם פרי חדש מען טאר זיך נישט פארלאזען אויף קיין ניסים ?
קען מען פארענטפערן מיט א צווייטע קאשיא , אז טמא היתרה בציבר פארוואס האט מען געדארפט זיכען טהור'דיגע אויל ?
נאר די חשמונאים האבען געזען אז עס איז געשען א נס אז מען האט געטראפען טהור'דיגע אויל האבען זיי פארשטאנען אז דער אייבישטער וועט מאכן א נס .האבן זיי ציטיילט די אויל אויף אכט חלקים
וועגן דעם שטייט בני בינה ,בינה מיינט מבין דבר מתוך דבר אז זיי אבען געזען אז אז עס איז געשען א נס האבן זיי פארשטאנען אז עס וועט געשען נאך א נס לוט דע תריץ פון ב"י קען מען אויך זאגען ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים ,ומנותר קנקנים פון די איבער געבליבענע אויל וואס מען האט ציטיילט נעשה נס לשושנים איז געשען די נס פאר אכט טעג

(קדושת ציון)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

דיונים ועיונים בעניני חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

א וואו צינדט איר אן די חנוכה ליכט?

ביי אונז אין חב"ד דער מנהג איז אז מ'צינד אן די חנוכיות גלייך אין שטוב אין דעם פתח פון איינע פון די צענטראלע צימערן אנטקעגן די מזוזה פון דער טיר. דאכט זיך מיר אז אזוי איז דער מנהג דא ביי די מערסטע חסידים. ס'רוב ליטוואקעס צינדן אן אויפן פענסטער. און 'מנהג ירושלים' איז אנצוצינדן די חנוכה ליכט גאר אינדרויסן אינעם פתח פונעם בניין (דאכט זיך מיר אז רוב ספרדים אויכעט צינדן אן אין אזא אופן).

און וויאזוי גייט עס ביי אייך?
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
מענדעלע
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2007 5:41 am

Re: דעריבער צינד, קינדער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדעלע »

ערנסטער האט געשריבן:א וואו צינדט איר אן די חנוכה ליכט?

ביי אונז אין חב"ד דער מנהג איז אז מ'צינד אן די חנוכיות גלייך אין שטוב אין דעם פתח פון איינע פון די צענטראלע צימערן אנטקעגן די מזוזה פון דער טיר. דאכט זיך מיר אז אזוי איז דער מנהג דא ביי די מערסטע חסידים. ס'רוב ליטוואקעס צינדן אן אויפן פענסטער. און 'מנהג ירושלים' איז אנצוצינדן די חנוכה ליכט גאר אינדרויסן אינעם פתח פונעם בניין (דאכט זיך מיר אז רוב ספרדים אויכעט צינדן אן אין אזא אופן).

און וויאזוי גייט עס ביי אייך?

דאכט זיך מיר אז " חנוכיה" איז א ווארט פון די ציונישע טמאנע שפראך.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

איך צינד אויך ביי א דלת קעגן די מזוזה.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך צינד אויך אזוי, ווייל אזוי האט די טאטע וואוילע ברכה געטון און אזוי האט אויך די פעטער זיסע ליינער געטון.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

Re: דעריבער צינד, קינדער...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

מענדעלע האט געשריבן: דאכט זיך מיר אז " חנוכיה" איז א ווארט פון די ציונישע טמאנע שפראך.

מסתמא.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

נישט אלע חסידות'ער וואס צינדען ביי א טיר אין די הויז זענען מקפיד אויף רעדען עיברית.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

יאנאש, אנדי פעטיט, אין שטוב אינעווייניק אין איינער פון די אינערלעכע צימערן אדער אינעם פתח פון דער דירה עפענענדיק די טיר אינדרויסן?
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

אינערליכע צימערען.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

מיר צינדן אין איינער פון די צוויי טירן אינעווייניג אין שטוב.... (אין ווילי איז דאס א געוואונס)
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיר פלעגן צינדן ביים טיר פון די קינדער שלאף צימער, ווייל די טיר צום דיינונג רום האט נישט געהאט קיין טיהר אין די אלטע דירה. יעצט אז מיר האבן שוין ב"ה א נייע דירה מיט פרעכטיגע צימערן, האפן מיר אי"ה צו צינדן ביים טיר פונעם ספרים שטוב (ליין: ארבעטס אפיס וואו עס ליגן אויך די ספרים).

פרייטאג צונאכטס וועל איך אי"ה צינדן ביים פענסטער (נישט כאפן בילדער!)
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אמאל אין מיין אלטע דירה, האבעך געצינדן ביים טיר פון הויז, צום האלוועי, ווייל קיין אנדערע טירן האבעך נישט געהאט, חוץ פון מיין בעדרום.

היינט צינד איך ביים אריינגאנג צום דיינינג רום, (ערענסטער, ביינענק ווערט דאס אנגערופן סאלאן.) קעגן איבער די מזוזה.
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

קרעמער האט געשריבן:פרייטאג צונאכטס וועל איך אי"ה צינדן ביים פענסטער (נישט כאפן בילדער!)

איך אויכעט און מסתמא וועגן דער זעלבער סיבה - אז די קליינע קינדער זאלן נישט איבערקערן דעם בענקל מיט די ליכט אינמיטן שבת.
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
ערנסטער
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 30, 2007 11:23 am
לאקאציע: פון יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסטער »

איך_הער האט געשריבן:(ערענסטער, ביינענק ווערט דאס אנגערופן סאלאן.)

א יא. :wink:
די וואָר הענגט אויף א האָר
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך_הער האט געשריבן:אמאל אין מיין אלטע דירה, האבעך געצינדן ביים טיר פון הויז, צום האלוועי, ווייל קיין אנדערע טירן האבעך נישט געהאט, חוץ פון מיין בעדרום.

היינט צינד איך ביים אריינגאנג צום דיינינג רום, (ערענסטער, ביינענק ווערט דאס אנגערופן סאלאן.) קעגן איבער די מזוזה.


די אויבערשטע היינט, איז ארויף געגאנגען אויף די יארן ביז היינט, 'היינט' בינעך געוואר געווארן, אז דאס וואס ס'שטייט אז מ'זאל צינדן א קעגן די מזוזה, איז נאר ווען ס'איז דא א טיר, און אויב ס'איז נישט דא קיין טיר, איז ענדערש ביי די פענסטער, וועלעך פראבירן דאס מאל צו צינדן ביי אן עכטע טיר, איין טיר נאך די גאס טיר, עמער זעהן ווי אזוי ס'וועט זיך אויסארבעטן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די קפידא פון א מזוזה וואס פארמאגט א טיהר, איז באזירט אויפן שיטת הרמב"ם אז א צורת הפתח אן קיין דלת איז נישט מחויב במזוזה מן התורה, איך האב אבער געהערט פון א מורה הוראה ביים שיעור כללי מאנטאג נאכט אז ביז לעצטנס האט מען נישט געהערט פון אזעלכע קפידות, עס איז אויפגעקומען אינעם לעצטן יאר-צען דורך היינטיגע מחברים און מען דארף נישט צופיל חושש זיין דערויף.

ואגב, אויב ווילסטו טאקע מקפיד זיין אויף א מזוזה וואס איז מחויב מדאורייתא לכל הדיעות, דארפסטו מדקדק זיין אז דער צימער זאל פארמאגן ד' אמות על ד' אמות.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך ווייס נישט וועם דו רופסט מורה הוראה, און וועם ער רופט היינטיגע מחברים, אבער איך האב עס געזען און הרב ר' ישראל דוד הארפענעס'ס ספר אויף חנוכה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הוא הדבר אשר דברתי, עס ווערט נישט געברענגט אין קיין שום פריערדיגע ספר, פינטל.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

קרעמער,
די חומרא שטאמט פונעם סאטמאר רב, און ווערט מוזכר אין ספר דרך החיים. ווען מ'האט געוואלט אז דער סאטמאר רב זאל אנהויבן צינדן די חנוכה ליכטליך אין גרויסן סאטמארער שוהל, הנקרא בפי זקני החסידים "נעפ מענשאן", האט ער אין תחילת נישט געוואלט. נאך די הפצרות האט ער מסכים געווען, אבער בתנאי אז מ'וועט צולייגן א טיהר ביים אריינגאנג פון ביהמ"ד צום פאליש, אדער ווי די אלטע רופן דאס אים "בית שני"..., זייענדיג חושש לשי' הרמב"ם הנ"ל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח ערעב זארעך, איך וועל דאס בל"נ איבערזאגן פארן מורה הוראה הנ"ל.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קרעמער האט געשריבן:הוא הדבר אשר דברתי, עס ווערט נישט געברענגט אין קיין שום פריערדיגע ספר, פינטל.


זאג נאר, אין ב"ב קוקסטו אויך נישט אריין, ווייל ס'איז נישט דא קיין ספרים פון פריערדיגע דערויף?
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

איך הער.
לאמיר דיר מסביר זיין א שטיקל קרעמער.
ער מיינט נישט מיט "ספר" א ליקוט אויף חנוכה, נאר וואסערע ספר עס איז נאר אימער ארויסגעקומען, וואס שרייבן הלכות ועניני חנוכה, אבער נישט דאס.
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”