מיינע געדאנקן אין וועיטינג-רום: ערב שבועות

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:50 am

מיינע געדאנקן אין וועיטינג-רום: ערב שבועות

תגובהדורך בתוךשארישראל » מאנטאג יוני 06, 2016 9:06 pm

בס"ד

אולא שקילנא הרמן ורשותא, לחזק ולאמץ המצפים לישועה, ה' הטוב יחזקם ויאמצם בבריות גופא

אקדמות מילין, אחי ורעי האהובים, נאכ'ן צוריקהערן בע"ה פון פילע וואס אונזערע פריערדיגע בריוון און מאמרים זענען אנגעקומען צו זיי, אז די דברים היוצאים מן לבבינו הנשבר האבן בארירט גאר טיפע סטרונעס אין הארץ, צו מיטשפירן בצערן של חולי ישראל ומשפחתם, און דאס האט זיי ערוועקט צו לאזן אפאר טרערן און מתפלל זיין לרפואתם השלימה והקרובה מיט מער געפיל און כוונה.

באזונדער האבן זיך געוואנדן צו אונז – מפיהם ופי כתבם - אזעלכע וועמען אונזערע ווערטער זענען ליידער נוגע פאר זיי להלכה ולמעשה, ה' יחזקם ויאמצם בתוך שאר ישראל, און אין זייער ווענדונג צו אונז פערזענליך מיט חיזוק ועידוד צו שרייבן ווייטער, האבן מיר זיך אנגעהערט מיט א פרישן דאזע פון אחינו בני ישראל וועלכע קוקן ארויס אויף רפואות וישועות מן השמים.

וואס ליידער איז אין לך יום וגו' מיר הערן כסדר פון פרישע פעלער ה' ירחם, אין די דאקטוירישע פארצימערן און די ביקור חולים צימערן טרעפן זיך צונויף אחים לצרה, פון אלע שיכטן און קרייזן און פון פארשידענארטיגע יאהרגענג ל"ע, וואס זענען אלע פאראייניגט מיט איין געמיינזאמען ציהל און בקשה, א תפילה חרישית וואס איז בוקע רקיעים; "רבונו של עולם שענק אונז א רפואה שלימה, מיר זאלן זוכה זיין צו לאנגע געזונטע יאהרן".

עס זענען נישטא די ווערטער וואס קענען שילדערן די פיזישע און גייסטישע שוועריגקייטן וואס די חולי ישראל ומשפחתם גייען אריבער, די וואס זענען ב"ה נישט אין דעם מצב קענען ניטאמאל באגרייפען די יסורי הגוף והנפש, זייער טאג איז נישט קיין טאג, זייער נאכט איז נישט קיין נאכט, באותו מקום ובאותו זמן וואס עס איז עולם כמנהגו נוהג, אדם חורש בשעת חרישה, וזורע בשעת זריעה, מען איז עוסק בישובו של עולם, און מען קוקט פאראויס צו פרייליכע געלעגנהייט, יום טוב, זומער, וואקאציע א.א.וו.. איז מען ביי די חולי ישראל פארנומען צו פארמעסטן מיט'ן שעה אדער טאג, און צומאל קוקן זיי און וואונדערן זיך אויף די זוהן וואס שיינט, און די וועלט וואס גייט אהן, ווען ביי זיי איז א בחינה פון עולם חשוך בעדם ה"י.

ווער קען ציילן די הייסע טרערן וואס ווערן פארגאסן ווען עס קומט צו א ברכת "שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה".. אדער ביים זאגן "כן ה' אלקינו.. יגיענו למועדים ולרגלים אחרים הבאים לקראתינו לשלום".. א.ד.ג. ביי תפלות ובקשות און ברכות והודאות וועלכע ברענגן ארויס די אינערליכסטע געפילן פון הארץ, געמישט אימה ופחד מיט האפענונג און התחזקות..

בכל צער וצער, ווען מען דראפעט זיך מיט'ן "ואמונתך בלילות".. בצר להם קוקט מען ארויס אויף מעט מן האור א גוט ווארט, וואס זאל דוחה זיין דעם הרבה חושך; דער גרויסער נסיון פונעם שווערן דורכגאנג וואס איז באפאלט פלוצלינג א מתנה מן השמים.

מען לעכצט צו הערן און ליינען א גוט ווארט פון חיזוק און אמונה, וועלכע זאל דינען ווי באלזאם צו די וואונדן, און העלפן שטארקן דעם מוהט אז מען וועט בע"ה זוכה זיין דאס אריבערצוגיין, "לכתחילה אריבער", מען זאל שוין זוכה זיין בקרוב "להגיד בבוקר חסדיך!" דאס אי"ה צו דערציילן אין פריידן, געזונטערהייט מתוך שמחה ונחת.

דאס הויבן דעם מוהט מאכט נישט בלויז לייכטער דעם מצב באשר הוא שם, נאר דאס העלפט גאר ברענגן בע"ה די רפואה.
ווי שלמה המלך זאגט אין משלי (משלי יח יד") "רוח איש יכלכל מחלהו", ווען דער מענטש איז פריילאך און גוטמוטיג, דאן אפילו אויב עס קומט אויף איהם א מחלה ל"ע, וועט ער דאס אויסהיילן מיט זיין שמחה, אפילו א חולה מסוכן וועט ווערן געזונט און ניצול ווערן פון זיין קרענק דורכ'ן זיין בשמחה.

אלזא אנוס על פי הדיבור, טראץ וואס עס קומט נישט אן לייכט, נעמען מיר ווידער דעם פעדער אין די האנט, צו שמועסן און חזר'ן פאר זיך און פאר אנשים כערכינו עטוואס פון דעם הייליגן קוואל פון אמרות ועובדות הצדיקים הקדושים, וואס מפיהם אנו חיים, ובזכותם אנו קיימים, און דאס עצם דערמאנען זיי און בפרט זייערע מאמרים ונפלאות, וועט מעורר זיין זכותם הגדול והקדוש עלינו, צו ממשיך זיין רפואות וישועות עלינו ועל כל ישראל.

"כי קל מלך רופא נאמן ורחמן אתה"
דער "מצמיח ישועות ובורא רפואות" זאל שוין שיקן די גאנצע רפואה, און א טרינק ברוינפען אויך ביז צו די קרעטשמע, דער דורכגאנג זאל זיין קורץ גרינג און שנעל, פאר'ן חולה און פאר די משפחה און ארומיגע.
וואו מ'זאגט אין ברכת רפאינו "כי קל מלך רופא נאמן ורחמן אתה", זאגט דער בוטשאטש'ער רב פשט אינעם כפל הלשון "נאמן ורחמן", אז "נאמן" גייט ארויף אויף די צייט וואס דער אויבערשטער האט באשטימט פאר די קרענק ל"ע ביז ווען דאס קען קומען אויפ'ן מענטש, ווי חז"ל זאגט אז די חולאים זענען נאמנים בשליחותם, ס'איז אנגעשריבן ווילאנג דער מענטש זאל ליידן, אבער דער באשעפער מיט זיין גרויס רחמנות, מיט'ן כח פון תפלה פעדערט ער די רפואה זאל קומען פריער, און מ'איז עס מקדים די רפואה פאר די באשטימטע צייט, דאס מיינט "רחמן", ער האט רחמנות, ער איז מקדים די צייט, די קרענק זאל אוועקגיין פריער.

און הרה"ק רבי הערשל'ע מספינקא זי"ע זאגט, אז רופא "נאמן" גייט ארויף אויפ'ן חולה ל"ע וואס דארף א רפואה, איהם היילט דער רבוש"ע דער רופא נאמן מיט א גאנצע רפואה, אבער "ורחמן" דאס מיינט אז דער רבוש"ע האט באזונדער אויך רחמנות אויף די משפחה, וועלכע מאכן מיט דעם צער צו זעהן זייער קרוב זיך מוטשען מיט יסורים, זיי זאלן האבן דעם כח זיך אפצוגעבן מיט'ן חולה, זיך קענען האלטן שטארק, ביז די רפואה שלימה קרובה בע"ה.

שכינה מראשותיו של חולה
בפרט האבן דאך חולי ישראל ומשמשיהון א געוואלדיגע מתנה פון קרבת אלקים, ווי די גמרא זאגט (שבת יב:) אז "שכינה למעלה מראשותיו של חולה".
לאמיר זיך מתבונן זיין א מינוט, אידן שפענדן טויזנטער דאלארן פאר עניני סגולה, פארן אויף מקומות הקדושים, א.א.וו. מיט די גוטע כוונה אז ביי א מקום קדוש און דורך די סגולה וואס מען טוהט וכדומה איז מסוגל די תפלות זאלן אנגענומען ווערן און די בקשות זאלן נתמלא ווערן.
מה לנו גדול פון א מקום וואו די שכינה הק' רועט, דער אויבערשטער אליין איז כסדר דא, די תפלות דארפן נישט ארויפגיין נישט על ידי מלאך און נישט על ידי שליח, דער שומע תפלות כל פה אליין געפונט זיך כסדר למעלה מראשותיו של חולה, וואס איז שייך א גרעסערע עת רצון ומקום מוכשר פאר קיבול תפלות.
און אז מען איז אזוי נאנט צו די שכינה, וועט מען בע"ה זיכער פועל'ן, עס וועט מקוים ווערן כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאיך, וימלא ה' כל משאלות לבינו לטובה ולברכה, בכל טוב סלה.

*

וואס טוהט מען ווען - מ'זאל אפגעהיטן ווערן - די דאקטוירים פארגעסן אז ס'איז בלויז ניתן רשות לרופא לרפאות, ווענדט מען זיך צום גרויסן בארימטן פראפעסאר פון האניפולי, איר האט נאכנישט געהערט פון איהם, אט הערט א מעשה.

דער פראפעסאר פון האניפולי
צום הייליגן רבי מרדכי מנעשכיז זי"ע איז אמאל געקומען א איד מיט א געוויין: רבי העלפט מיר! איך דארף א גרויסע רפואה! איך בין שין ארומגעלאפן צו די בעסטע דאקטוירים קיינער פון זיי טרעפן נישט די רפואה פאר די שווערע מחלה, און די דאקטורים האבן שוין אנגענומען איינשטימיג אז מיין קרענק האט ח"ו נישט קיין היילונג, זיי האבן אויפגעגעבן אויף מיין לעבן.

- "איך בעט אייך רבי! העלפט מיר, וואס זאל איך נאך פרובירן צו טוהן צו אויסגעהיילט וווערן פון מיין שווערע קרענק ל"ע"...
דער רבי הערט איהם אויס מיט מיטלייד, און פרעגט איהם: - זאגט נאר, און ביים פראפעפסאר פון האניפאלי זענט איר שוין געווען?
- איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון דעם האניפאליער פראפעסער. ענטפערט דער חסיד
- פארט אראפ צום פראפעסאר פון אניפאלי..! זאגט דער רבי מיט א קלארן באפעל, וואס לאזט הערן אז אין דעם ווענדט זיך די ישועה.

דער חסיד קומט ארויס פון רבינ'ס צימער מיט א צופרידענעם שמייכל, ער ווייסט שוין וואס צו טוהן, ער דינגט זאפארט א וועגעלע און האנדעלט אויס א פרייז מיט'ן בעל עגלה, און לאזט זיך באלד ארויס קיין אניפאלי.
דער וועג איז געווען לאנג שווער און אויסמאטערענד, אבער דער חסיד שפירט נישט די שוועריגקייטן פונעם טלטול הדרך, ער איז איבערגענומען און צופרידן אז אט אט קומט ער אן צו גרויסן דאקטער, דער ספעציעליעסט, דער פראפעסער פון אניפאלי, וואס דער רבי אליין האט איהם רעקאמאנדירט, דער וועט זיכער זיין דער גוטער שליח בע"ה פאר זיין רפואה.
ענדליך שפאנט דעם חסיד'ס וועגעלע אריין אין שטעטל אניפאלי, דער חסיד טראץ וואס ער איז ל"ע שטארק נישט געזונט און גוט אפגעשוואכט פונעם לאנגן שווערן וועג, שפרינגט ער אראפ פונעם וואגן, און שטעלט אפ דעם ערשטן מענטש וואס ער טרעפט אין שטעטל'ס געסעלאך.

- אנטשולדיגט, זאגט מיר נאר, ווי וואוינט דער פראפעסאר?
- פראפעסאר? קוקט איהם יענער אן פארוואונדערט.
- יא, איך זוך דעם בארימטן פראפעסאר פון האניפאלי, איך בין געקומען ספעציעל צו פארן א לאנגן שווערן וועג, ער זאל מיר אויסהיילן פון מיין שווערע קרענק ל"ע, זאג מיר שוין ביטע, וואס איז זיין אדרעס?
- פראפעסאר? דא אין האניפאלי? ביי אונז אין שטעטל איז ניטאמאל קיין פשוט'ער דאקטאר פארהאן, ביי אונז זיכט איר א בארימטער פראפעסאר...?
אינגאנצן צומישט, דרייט זיך דער איד אויס, און קען נישט גלויבן וואס ער הערט, דער רבי האט דאך איהם קלאר באפוילן אזוי, עס קלינגט איהם דעם רבי'נס הייליגע שטימע אין די אויערן: "פארט אראפ צום פראפעסאר פון אניפאלי"..!
אט זעהט ער נאך א מענטש, פרובירט ער ביי דעם אנדערן, און פרעגט יענעם שוין אביסל קווענקעלדיג:
- זאגט מיר ביטע, וואוינט דא אין האניפאלי א געוויסער גרויסער פראפעסאר?
- איך וואוין דא אין שטעטל שוין לאנגע יארן, זייט איך געדענק איז דא אפילו קיין דאקטאר נישט געווען בנמצא, און אודאי נישט קיין פראפעסארן.. ענטפערט איהם יענער פארוואונדערט.
יעצט זעהט שוין דער חסיד איין אז מען ענטפערט איהם דעם אמת.

פארפאלן, ער האט נישט וואס צו זיכן מער דא, מיט א צוקלאפטן געמוהט און אראפגעלאזטע נאז, האט ער זיך געטראפען צוריק אויפ'ן לאנגן וועג קיין נעשכיז, צום רבי'ן דער הייליגער רבי ר' מרדכי פון נעשכיז, אנטוישט אז ער האט זיך אראפגעשלעפט קיין האניפאלי אומזיסט, און ער זעהט נאכנישט קיין אויסזיכט פאר זיין רפואה.

אנקומענדיג קיין נעשכיז איז ער אריינגעלאפן צום רבי'ן מיט אן אימפעט:
- רבי, אין האנפאלי געפונט זיך נישטאמאל קיין פשוט'ער דאקטאר, און אוודאי נישט קיין פראפעסאר, איך האב מיך אויסגעמאטערט און אראפגעפארן ביז אהין און צוריקגעקומען מיט ליידיגע הענט.
- אזוי? זאגט דער רבי, און וואס טוען האניפולי'ער אידן ווען איינער איז ח"ו נישט געזונט און מען דארף א דאקטער?
טראכט דער חסיד א מינוט, און ענטפערט דעם רבי'ן.
- זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה, נאר צו מתפלל זיין און זיך פארלאזן גענצליך אויפ'ן אויבערשטן, דער רופא חולי עמו ישראל, ער אליין זאל זיי שיקן די רפואה שלימה.
- אה! אט צו דעם דאקטאר פון האניפולי האב איך דיר טאקע געשיקט..!!

איבעריג צו זאגן אז נאכ'ן לערנען דעם חסיד זיך צו פארלאזן גענצליך אויפ'ן באשעפער אליין, האט ער געהאט א רפואה שלימה.

אלזא דער האניפוליער דאקטער קען אונז אלע העלפן און אויסהיילן גענצליך און שיקן א גאנצע רפואה אפילו ווען ס'איז חרב חדה מונחת על צוארו, אפילו ווען די 'טוב שברופאים' וכו' דערשרעקן מיט זייערע שווארצע נבואות ח"ו היל"ת, ס'וועט אי"ה מקוים ווערן תתחדש כנשר נעוריך, ועוד ינובין בשיבה דשנים ורעננים.

*

א איד'ס 'אמונה' איז שטארקער פון דאקטוירים
צום חזון איש זצ"ל איז אמאל אריינגעקומען א איד מיט א ביטער געוויין, ער קומט יעצט פון דאקטאר, און דער דאקטאר האט באשטעטיגט אז ער ליידט פון א געפערליכע מחלה ל"ע, און זיינע טעג זענען ממש געציילטע ל"ע, ער האט בלויז 4 טעג פארבליבן ה"י, אזוי האט ער זייער געוויינט, ער איז זייער דערשראקן, ער וויל נאך לעבן.
האט דער חזון איש גענומען א חומש בראשית, און אויפגעמאכט אנפאנג חומש, און אנגעהויבן פארליינען פון אנהויב פרשת בראשית, די פסוקים פון בראשית ברא אלקים וגו' ביז ויהי ערב ויהי בוקר יום רביעי.

און דאן האט זיך דער חזון איש געוואנדן צו איהם און געזאגט:
- איר זעהט דאך, וואס דער בורא כל עולמים האט געטוהן אין בלויז פיר טעג, ער האט באשאפן די גאנצע וועלט הימל און ערד, די ימ'ן און די יבשה איבער די גארער וועלט, ביימער און גראזן, די זוהן די לבנה און די שטערן, א.א.וו.
- דו ווערסט נתפעל פון א דאקטאר וואס זאגט אז דו האסט בלויז פיר טעג פארבליבן?
- מיר האבן דאך אמונה אין הקב"ה, וואס ער איז דער געטרייער רופא נאמן און אמת'דיגער רחמנות'דיגער טאטע, ער וועט דיר זיכער העלפן, וויין זיך אויס פאר'ן רבוש"ע, וועסט זיכער פועל'ן א ישועה, און וועסט אי"ה האבן אריכות ימים.

דער איד האט אזוי געטוהן, ער איז אריין אין א ליידיג ביהמ"ד, וואו ער האט זיך גוט אויסגעוויינט, און אויסגעגאסן דאס הארץ בדמעות שליש, און גע'פועל'ט א ישועה, ער האט נאך געלעבט לאנגע געזונטע יארן.

ווייל אלעס ווענדט זיך אין אונזער אמונה, און וואויל פאר דעם וואס איז זוכה זיך צו שטארקן מיט אמונה אין יעדן מצב, ער וועט זוכה זיין צו זעהן אפענע נסים און ישועות מאת ה'.

*

אז מ'גלויבט "מאת ה' היתה זאת", היא נפלאת..!
חסיד'ישע אידן האבן זיך געקאכט אין דעם ווארט פון בית אהרן.
דער בית אהרן טייטשט, מאת ה' היתה "זאת", אז א איד זאגט שטענדיג אויף אלעס וואס פאסירט אז דאס איז מאת ה', (זאת איז מרמז אויפ'ן עולם הזה, ער זאגט אלעס וואס פאסירט דא אין עוה"ז, ס'איז נישט קיין דרך הטבע, אלעס איז מאת ה') היא נפלאת בעינינו איז ער זוכה צו זעהן פלאות וואונדער מיט די אויגן.
א יעדער איד קען באווייזן אותות ומופתים, מיט אביסעלע אמונה.

*

אמונה אז ס'איז נישטא קיין דרך הטבע איז ממתיק אלעס
און אזוי איז מבואר אין הייליגן ספר "זרע קודש" פרשת חקת על הפסוק באר חפרוה שרים, ער זאגט אונז אויס א סוד גדול וויאזוי מיר קליינע מענטשאלעך קענען מאכן המתקת הדינים, מבטל זיין אלע שלעכטע גזירות, און ברענגן ישועות און רפואות, וזה לשון קדשו:
"פעולת המתקת הדינים הוא על ידי שלא יאמין בדרך הטבע כלל, כי אלהי"ם גימטריא הטב"ע, וצריך להאמין בלמעלה מהטבע בחינת ה' ניסי, להאמין בהשגחתו הנפלאה שלא על פי הטבע... אבל כשח"ו אינו מאמין כך ונופל בדרך הטבע אל השכל, אדם שמשיג רק הטבע אז ח"ו דינים מתגברים עליו משם אלהי"ם שגימטריא הטב"ע".
אלהי"ם איז בגימטריא הטב"ע, דאס מיינט אז עס איז עקזיסטירט בכלל נישט קיין דרך טבע, אלעס איז דער אויבערשטער, אין די דרך הטבע ליגט די השגחה פרטית פון אויבערשטן אויף טריט און שריט, און ווען מען גלויבט דאס, ווערן בטל אלע דינים... און מ'קען פועל'ן ישועות למעלה מדרך הטבע.

*

ווען ס'איז כלו כל הקיצין איז ישועה קרובה לבוא
און דעמאלטס ווען עס זעהט אויס כלו כל הקיצין, קומט די ישועה. וואו ס'איז מבואר אין די ראשונים, אין (רבינו בחיי, רמב"ן) אז דייקא דעמאלטס ווען מ'האט נישט קיינעם צו וועמען זיך צו ווענדן, בלויז צו השי"ת, דעמאלטס איז מען גאראנטירט אז השי"ת הערט צו דאס געשריי!

און רבי נח לעכאוויטשער האט געזאגט: , ווען די דאקטוירים געבן אויף האפענונג אויפ'ן מענטש מיט זיין מחלה ל"ע, אבער ער שטארקט זיך מיט אמונה ובטחון, און לייגט אן זיין גאנצע פארזיכערונג אין אויבערשטען, עפענען זיך אויף פאר איהם די טויערן פון רפואה און א ישועה.

ווען ס'איז נישטא קיין אויסוועג בדרך הטבע קומט די ישועה למעלה מדרך הטבע
ווייל ווען עס איז באמת נישטא קיין אויסוועג געהאלפן צו ווערן בדרך הטבע, דעמאלטס קומט די ישועה למעלה מדרך הטבע.

ווי מיר טרעפן אין חז"ל, (ב"ר יב טו), בתחילה עלה במחשבה לברוא את העולם 'במדת הדין' ראה שאין העולם מתקיים 'שיתף' עמו 'מדת הרחמים'.
זאגט דער הייליגער רבי ר' משה לייב מסאסוב זי"ע:
דער בוכ"ע האט באשאפן די וועלט מיט'ן שם אלהי"ם וואס איז בגימטריא הטב"ע, דאס מיינט אז דער בורא ברוך הוא האט מטביע געווען אין זיין וועלט א כח פון דרך הטבע, אז די וועלט פירט זיך געווענליך על פי הטבע, אבער ווען עס – זאל זיך נישט מאכן – עס קומט אויפ'ן מענטש א צרה וואס ער דארף א ישועה שלא כדרך הטבע.. דארף ער זיך פארזיכערן אינעם שם הוי"ה ברוך הוא, וואס דער שם ווייזט אז השי"ת איז משדד כל המערכות און פירט די גאנצע וועלט למעלה מדרך הטבע, און פון דארט וועט ער געהאלפן ווערן למעלה מדרך הטבע.
אבער – לייגט דער רבי ר' משה לייב צו - די ישועה פונעם שם הוי"ה למעלה מדרך הטבע, וועט קומען דוקא דעמאלטס, וועט עס האט זיך שוין אפגעשטעלט דער כח הטבע, און ער זעהט אז בדרך הטבע האט ער נישט קיין אויסוועג געהאלפן צו ווערן, טאקע דעמאלטס עפענט זיך דער מקור פון ישועות למעלה מדרך הטבע.

און ער ערקלערט דאס על דרך רמז;
אזוי ווי צוויי ביזנעס-שותפים, וואס איינער זיצט אויף די קאסע און פירט די חשבונות, דער צווייטער פארט ארויס האנדלן, גיט דער קאסע-שותף פאר'ן חבר – דער צווייטער שותף – א סומע געלט ארויסצוגיין האנדלן דערמיט, און שפעטער וועלן זיי זיך טיילן מיט'ן פארדינסט פונעם שותפות.
דער ערשטער שותף פארמאגט צוויי בייטלעך אין געשעפט, איין גרויסער בייטל – די געשעפט קאסע - וואס איז איבערגעפילט מיט געלט, דארט ליגט דאס ריזיגער פארמעגן וואס זיי פארמאגן, און דערצו האבן זיי א קליינעם בייטל, וואו מען לייגט אלץ אריין א קליינע סומע געלט, בלויז וויפיל מען נויטיגט זיך אויף דער מינוט, און דעם קליינעם בייטל גיט ער איבער פאר'ן שותף וואס גייט ארויס אין מארק האנדלן דערמיט, זאגענדיג דערביי:

- "זארג נישט אז דו וועסט אויסנוצן דאס ביסל געלט פונעם קליינעם בייטל, איך האב גענוג געלט אינעם גרויסן בייטל, וואס ווען דיין קליינע בייטל וועט זיך אויסנוצן, קומט צוריק צו מיר איך וועל דיר ארויסהעלפן און געבן וויפיל דו דארספט נאר פונעם גרויסן בייטל".
אזוי כביכול האט דער באשעפער משתף געווען מדת הדין עם מדת הרחמים, געמאכט א שותפות צווישן זיי, אז די וועלט פירט זיך מיט מדת הדין וואס איז מרומז אין אלהי"ם גימטריא הטב"ע, אבער ווען עס נוצט זיך אויס דער כח הטבע, דערמאלטס קומט די הילף למעלה מדרך הטבע, וואס דאס איז פון צווייטן שותף די מדת הרחמים וואס איז מרומז אין שם הוי"ה ב"ה.

*

בפרט אז מען געדענקט אז 'עמו אנכי בצרה'.. ובכל צרותם לו צר.

וואס איז דער חילוק פון א דאקטער ביז א פילאט
וואו דער גרויסער מגיד המפורסם הרב ר' יעקב'לע גאלינסקי האט אמאל אין א דרשה געוואלט ממחיש זיין בדרך משל – כביכול – מ'זאל דערהערן וואס דאס מיינט די רואיגקייט אז דער אויבערשטער איז מיט'ן מענטש, אין אלע זיינע שווערע מצבים, האט ער געשטעלט א מאדנע פראגע צום עולם.

- פארוואס איז דער סדר העולם, אז ווען מען דארף – מען זאל נישט דארפן אנקומען – א דאקטער פאר א הייקעלע אפעראציע חלילה, וועט מען זיך נאכפרעגן און פארשן, ביז מען וועט אנקומען צום גרעסטן דאקטער, אנדערש וועט מען נישט וועלן געטרויען, פארוואס? וואס הייסט מען גיט עפעס זיך איבער דאס לעבן אין זיינע הענט... אויב אזוי פארוואס ווען למשל מען דארף פארן מיט א פליגער, וואו מען גיט נישט ווייניגער איבער דאס לעבן אינעם הענט פונעם פילאט וואס פירט דעם פליגער, פארוואס דארט וועט מען נישט פארשן און נאכגיין ווער איז דער יעניגער וואס וועט פירן מיין פליגער, אין וועמענס הענט מען לייגט זיך דא אריין....

דער עולם צוהערער האבן געקוקט מיט וואונדער, אן אינטערסאנטע שאלה, זיי ווייסן טאקע נישט קיין תירוץ.

כ'וועל אייך ענטפערן, ס'איז זייער א פשוט האט ער זיי געזאגט, דער דאקטער ענדיגט די אפעראציע, צו ס'איז יא געלונגען אדער חלילה נישט, הייבט ער זיך אויף און גייט זיך אהיים עסן זיין נאכטמאל.... דער פילאט אויב ח"ו עס איז נישט געלונגען איז ער אין זעלבן שיף מיט מיר.... פארדעם געטרוי איך איהם בלינדערהייט...

דער נמשל איז – כאטש נאר טאקע לשבר את האוזן – איז כביכול, אז א איד שפירט און ווייסט אז דער אויבערשטער איז שטענדיג מיט איהם אינאיינעם, עמו אנכי בצרה אחלצהו ואכבדהו, האט ער זיך גארנישט וואס צו זארגן.... בפרט ווי דערמאנט אז די שכינה רועט מראשותיו של חולה, וועט מען זוכה זיין בע"ה צו א גאנצע רפואה וישועה.

*

וועלכע רעצעפטן און באהאנדלונגען היילן
מיר וועלן מסיים זיין מיט א מעשה פון מופת הדור דער טשענגערער צדיק.

דער הייליגער מנוחת אשר פון טשענגער זי"ע איז געווען באוואוסט אלץ גרויסער פועל ישועות, פאר די וועלכע זענען געקומען צו איהם פון גאנצן לאנד, באזונדער איז געווען בארימט זיין געוואלדיגע הייליגע כח און חכמה צו משפיע זיין א רפואה, גרויסע פראפעסארן פון וויען פלעגן שיקן צו איהם שווערע קראנקע וואס די דאקטוירים האבן שוין נישט געטראפן קיין רפואה פאר זיי ל"ע, און ביים מנוחת אשר האבן זיי געהאט א רפואה, וואס האט ארויסגעברענגט א געוואלדיגע קידוש שם שמים.
דער מנוחת אשר פלעגט זיך פירן צו געבן רעצעפטן (פרעסקריפשאנס) פאר די חולים וועלכע זענען געקומען צו איהם פאר א רפואה. אין טשענגער האט געוואוינט א גוי'אישער אפטייקער (דראג-סטאר פארמאסיסט), צו וועמען דער טשענגערער צדיק האט געשיקט מיט די רעצעפטן, וואס דער איז במשך די יאהרן זייער רייך געווארן דערפון פון די אלע אידישע קליענטן.
לימים, איז דער אפטייקער עלטער געווארן און פארקויפט זיין גוט גייענדיגער געשעפט - פאר א טייערן פרייז - צו א יונגערן אפטייקער.
ווען עס זענען ווייטער אריין געקומען די רעצעפטן פונעם טשענגערער צדיק, האט דער נייער אפטייקער איינגעזעהן אז ער האט כמעט נישט די סארט געווירצן און רעצעפטן וואס דער אידישער ראבינער שרייבט פאר, און דאס איינצוהאנדלן דארף מען ארויספארן ספעציעל צו די הויפשטאט פעסט, וואס איז נישט געווען קיין לייכטע נסיעה. האט ער באשלאסן צו ווארטן ביז עס וועלן זיך אנזאמלען מערערע רעצעפטן, און דאן וועט ער פארן דאס איינהאנדלן אויף איינמאל.
אבער ער האט גאנץ שנעל איינגעזעהן אז עס לוינט זיך פשוט נישט דאס געשעפט, און ער האט מער שאדן דערויף וויפיל ער פארדינט, און אויב גייט דאס ווייטער אזוי, וועט ער פארלירן דאס גאנצע פארמעגן. איז ער געלאפן אויפזוכן דעם אלטן אפטייקער וואס האט איהם פארקויפט דאס געשעפט, און איהם פארגעהאלטן מיט שטארקע טענות היתכן ער האט איהם אפגענארט, עס איז א מקח טעות.

פרעגט איהם דער אלטער אפטייקער:
- "וואס האט פאסירט? איז דער אידישער ראבינער מער נישט דארט? אדער טיילט ער מער נישט קיין רעצעפן פאר די חולים וועלכע קומען צו איהם?"

ענטפערט דער יונגער אפטייקער צוריק:
- "דער ראבינער איז נאך דא, און ער טיילט נאך רעצעפטן, אבער ליידער פארמאג איך זעלטן די געווירצן און מעדעצינען וואס ער שרייבט פאר, און איך מוז אראפקומען ביז אהער דאס איינצוקויפן, און עס איז יצא שכרי בהפסדי.. איך דערלייג אויפ'ן געשעפט".

האט איהם דער אלטער אפטייקער געענטפערט:
- "איי דו נאַר.. כ'האב דיר טאקע פארגעסן אנצוזאגן, איך האב אויך כמעט נישט פארמאגט די אלע געזוכטע רעצעפטן וואס דער רבי שרייבט פאר, אבער דאך האב איך קיינמאל נישט אוועקגעשיקט די אידישע קליענטן מיט ליידיגע הענט, כ'האב זיי געגעבן א דאזע 'לאקעריץ-וואסער' א.ד.ג. וואס קען נישט שאטן.."

- "ווייל איך האב דאך געוואוסט און פארשטאנען אז ס'איז נישט דער רעצעפט וואס היילט זיי, עס איז דעם הייליגן מאן'ס ברכה און תפלה, ער זיכט דאס בלויז מלבוש צו זיין אין א טבע'דיגע פעולה, שיקט ער דעם חולה צום אפטייק מיט א רעצעפט, אבער די לאקעריץ-וואסער (אזא פארצייטישע קאלעי-וואסער) וועט גענוי אזוי העלפן און ברענגן די רפואה און ישועה."

מיר ווייסן אז אלע מעדעצינען און באהאנדלונגן זענען בלויז אונזער ארעמע השתדלות וואס מ'איז מחויב צו טוהן, אבער מיר גלויבן אז די רפואה קומט פון רבוש"ע אליין, וואו די גמרא זאגט (ברכות ס' ע"א) און אזוי שטייט אין שו"ע (או"ח סי' ר"ל ס"ד), אז איידער מ'נעמט א באהאנדלונג פאר רפואה זאל מען זאגן "יהי רצון מלפניך ה' אלקי שיהא עסק זה לי לרפואה כי רופא חנם אתה." און דערנאך זאל מען זאגן "ברוך רופא חולים".

ווייל די באהאנדלונג און רעצעפט וואס מען נעמט ביים דאקטער זענען בלויז אזוי ווי דעם מנוחת אשר'ס רעצעפטן.. א לבוש פאר די רפואה, און אויב דער צדיק דער עבד ה' האט געקענט משפיע זיין די רפואה אפילו מיט לאקעריץ-וואסער, קען השי"ת אליין דער בורא רפואות זיכער משפיע זיין די רפואה, אפגעזעהן פון סיי וועלכע השתדלות מען טוהט, ווייל ער איז דאך דער מלך רופא נאמן ורחמן.

בפרט אצינד שטייענדיג הארט פאר'ן יו"ט שבועות, ווען אלע אידן זענען אויסגעהיילט געווארן, זאל נמשך ווערן בימים ההם בזמן הזה, רפואות וישועות לכל חולי ישראל, במהרה בקרוב ובניקל, אמן כן יהי רצון.
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » מאנטאג יוני 06, 2016 10:38 pm

יישר כח! געוואלדיג שיין און רירנד!

דערמאנט מיך פון א נאנטער ידיד מיינער וואס איז נעבעך דורך די שבעה מדורי מים הזדונים, און זיך ב"ה שיין ארויסגעדרייט, ווען ער מאכט די ברכה שהחיינו עפענען זיך זיינע אויגן ווי א טייך, אזוי אויך ביי הלל און ביי נשמת..

זאל השי"ת שיקן א גאנצע רפואת הנפש ורפואת הגוף פאר אלע חולי ישראל, אצינד ביי קבלת התורה איז דאך נתרפאו כל המומים, בימים ההם בזמן הזה, ווען אידן זענען פריש מקבל די תורה זאל אראפקומען די אלע הייליגע און לעכטיגע סגולות פון ישועות און רפואות.
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג יוני 07, 2016 2:17 am

פרינטער פרינט...

אוועטאר
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:50 am

תגובהדורך בתוךשארישראל » דינסטאג יוני 07, 2016 10:56 am

ראש העיר האט געשריבן:יישר כח! געוואלדיג שיין און רירנד!

דערמאנט מיך פון א נאנטער ידיד מיינער וואס איז נעבעך דורך די שבעה מדורי מים הזדונים, און זיך ב"ה שיין ארויסגעדרייט, ווען ער מאכט די ברכה שהחיינו עפענען זיך זיינע אויגן ווי א טייך, אזוי אויך ביי הלל און ביי נשמת..

זאל השי"ת שיקן א גאנצע רפואת הנפש ורפואת הגוף פאר אלע חולי ישראל, אצינד ביי קבלת התורה איז דאך נתרפאו כל המומים, בימים ההם בזמן הזה, ווען אידן זענען פריש מקבל די תורה זאל אראפקומען די אלע הייליגע און לעכטיגע סגולות פון ישועות און רפואות.


עס איז באקאנט דער טייטש אין תהלים ק"ז, נאך וואס מען רעכענט אויס די ד' צריכים להודות, ענדיגט מען "מי חכם וישמר אלה ויתבוננו חסדי ה'".
ווער עס איז א חכם, דער ווארט נישט צו לויבן און דאנקן אויף נאכדעם וואס ער איז געווען אין א סכנה און ער איז געראטעוועט געווארן, נאר ער איז זיך באלד פון אנפאנג מתבונן אין די חסדי ה', און לויבט שטענדיג, דאס וועט איהם בע"ה איינשפארן פון דאס דארפן אדורכגיין ח"ו.

אלזא מיט'ן זיך אביסל מתבונן זיין און צולייגן הארץ צו בעסער פארשטיין דעם מצב ארויסהעלפן און מתפלל צו זיין בכוונה מעומקא דליבא פאר די וואס דארפן א רפואה בתוך שאר חולי ישראל.

ממילא וועט מען אויך פארשטיין צו זיין מער דאנקבאר צו השי"ת פאר'ן אייגענעם געזונט און די געזונט פון די משפחה - דאס נישט נעמען פאר גרענטעד ווי מ'זאגט אין אמעריקע - און דערביי מתפלל זיין אויף ווייטער, על הבריאים שלא יחלו בתוך שאר ישראל..
דערמיט וועט מען זיך בע"ה איינשפארן דאס ח"ו צו דארפן דורכגיין אליין.

און דער אייגענער שהחיינו הלל און נשמת וועט אויך געזאגט ווערן גאר אנדערש.



נ.ב. אייער נאנטער ידיד איז ב"ה נישט קיין יחיד, מ'הערט היינט געלויבט השי"ת אסאך אזעלכע גוטע בשורות פון אידן וועלכע זענען זוכה דאס צו דערציילן אין פריידן, כן יעזור ה' ביי אלע חולי ישראל, דער קידוש ה' וועט זיכער זיין גרויס.

עשה למענך - טאטע - ולא למעננו!
קיין איין איד איז נאכנישט געלאפן חלילה אין די קירכע אריין צו ווייסעך וואו טאנצן ווען ער איז געהאלפן געווארן...
נאר צו דיר טאטע טאנצט מען און מען דאנקט חסדי ה' כי לא תמנו, עד הנה עזרונו רחמיך ואל תטשנו לנצח, ווען עס גיסט הייסע טרערן מעומק הלב, העלף דיינע קינדערלעך, למענך אם לא למעננו, ס'זאל נתגדל ונתקדש ווערן שמך בעולם, אידן זאלן זעהן דעם כח פון תפלה און אמונה ובטחון, טאטע: עס וועט דיר לוינען דאס געשעפט.



טריסקער האט געשריבן:פרינטער פרינט...

ליינער.. ליינט... (און וויינט...)

יישר כח פאר די מגיבים!

און יישר כח פאר אלע שטילע ליינער וואס אין די קורצע צייט זינט מיר האבן דאס ארויפגעלייגט נעכטן אווענט, האלט דאס שוין היינט אינדערפרי ביי קרוב צו 300 אין צאל.

הערות און תגובות זענען אפרישיעיטעד.
לעצט פאראכטן דורך בתוךשארישראל אום דינסטאג יוני 07, 2016 11:31 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא

אוועטאר
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:50 am

תגובהדורך בתוךשארישראל » דינסטאג יוני 07, 2016 11:04 am

לבקשת רבים א PDF פי.די.עף. פון אונזער ערב שבועות געדאנקן אין וועיטיג רום
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג יוני 07, 2016 12:47 pm

שכוח פארן pdf.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג יוני 07, 2016 1:14 pm

איז דאס פיינע נייעס
בלאזט אריין פרישה חיות
צובראכענע הערצער מאכען גאנץ
צוריק ברענגען אין די אויגען א גלאנץ
ריינע אמונה על נפש עייפה
געשמאק ווי פירות רייפע
א דאנק פאר די אלע דרשות
עס פארמאגט א געוואלדיגע ממשות.
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג יוני 07, 2016 1:52 pm

געוואלדיגע חיזוק און א הערליכע שריפט!
זאל דער בורא רפואות אויסהיילן אלע חולי ישראל בקרוב.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:50 am

תגובהדורך בתוךשארישראל » מיטוואך יוני 08, 2016 5:27 pm

טריסקער האט געשריבן:שכוח פארן pdf.

יישר כח פאר אויסהערן/ליינען.


א גראם מיט טעם האט געשריבן:איז דאס פיינע נייעס
בלאזט אריין פרישה חיות
צובראכענע הערצער מאכען גאנץ
צוריק ברענגען אין די אויגען א גלאנץ
ריינע אמונה על נפש עייפה
געשמאק ווי פירות רייפע
א דאנק פאר די אלע דרשות
עס פארמאגט א געוואלדיגע ממשות.

ברוכים תהיו כחכם יישר
פאר'ן מיינע שמועסן זיין מאשר
יהיו נא אמרינו לרצון לפני
ישועות ורפואות בתוך שאר חולי
שתשים דמעותינו בנאדך להיות
בפרט אצינד ביים יו"ט שבועות
אפווישען אידישע טרערן
בלויז גוטע בשורות הערן


נא_שכל האט געשריבן:געוואלדיגע חיזוק און א הערליכע שריפט!
זאל דער בורא רפואות אויסהיילן אלע חולי ישראל בקרוב.

אמן כן יהי רצון, אזוי זאל זיין, דער רופא חולי עמו ישראל זאל אויסהיילן גאנץ כלל ישראל, אזוי ווי ביי מתן תורה בימים ההם בזמן הזה.
א שיינעם דאנק!
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מיטוואך יוני 08, 2016 5:30 pm

זייער שיין געשריבען
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:50 am

תגובהדורך בתוךשארישראל » מיטוואך יוני 08, 2016 5:49 pm

געשמאקער האט געשריבן:זייער שיין געשריבען

יישר כח! זאלן מיר שוין אלע זוכה זיין צו רחמים וחסדים גלויים, ללמוד וללמד לשמור ולעשות מתוך שמחה ונחת בריאות השלימות, בתוך שאר ישראל.
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא

קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 12, 2011 12:31 pm

תגובהדורך קמח » מיטוואך יוני 08, 2016 5:52 pm

געליינט און געווארן זייער איבערגענומען

זייער רירנד, און ריכטיגע פוינט'ס, זייער גוט ארויסגעברענגט

אוועטאר
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:50 am

תגובהדורך בתוךשארישראל » מיטוואך יוני 08, 2016 6:06 pm

קמח האט געשריבן:געליינט און געווארן זייער איבערגענומען

זייער רירנד, און ריכטיגע פוינט'ס, זייער גוט ארויסגעברענגט


אויב מעגליך ביטע נוצן דעם התעוררות צו בעטן שטארקער און משתדל זיין בתפלה ובמעשים ובכל מה דאפשר פאר חולי ישראל מיט הארץ און געפיל, ועל הבריאים שלא יחלו ח"ו, וקרוב ה' לכל אשר יקראוהו באמת.

יישר כח!
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא

אוועטאר
בעילוםשם
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 8:49 pm

תגובהדורך בעילוםשם » מיטוואך יוני 08, 2016 11:02 pm

- הארציג,
- רירענד ביז טרערן,
- פערל-ווערטער און מורא'דיגע מעשיות,
- הערליך שיין אראפגעשריבן,
- און פיינע סחורה וואס צו פארציילן במשך די דריי טעג שבועות ביים טיש פאר די קינדערלעך שיחיו,

שרייבט אפטער, ר'עולם אפרישיעט אינהאלטספולע חומר פון א גוטן שרייבער, און גלייבט מיר, א גוט ווארט פון חיזוק קען יעדער נוצן.

דער אויבערשטער זאל דיר העלפן חשוב'ער כותב/בעל-דרשן, זאלסט זוכה זיין צו מחזק זיין און מעורר זיין אידישע קינדער געזונטערהייט אויף פרייליכע געלעגנהייטן, מתוך רוב שמחה הרחבת הדעת ונחת דק', בבריות גופא,
לאורך ימים ושנים טובים דשנים ורעננים, "בתוך שאר ישראל".

נ.ב. נישט געוואוסט קענסט פאעזיע/גראמען אויך.

אוועטאר
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:50 am

תגובהדורך בתוךשארישראל » דאנארשטאג יוני 09, 2016 4:47 pm

בעילוםשם האט געשריבן:- הארציג,
- רירענד ביז טרערן,
- פערל-ווערטער און מורא'דיגע מעשיות,
- הערליך שיין אראפגעשריבן,
- און פיינע סחורה וואס צו פארציילן במשך די דריי טעג שבועות ביים טיש פאר די קינדערלעך שיחיו,

שרייבט אפטער, ר'עולם אפרישיעט אינהאלטספולע חומר פון א גוטן שרייבער, און גלייבט מיר, א גוט ווארט פון חיזוק קען יעדער נוצן.

דער אויבערשטער זאל דיר העלפן חשוב'ער כותב/בעל-דרשן, זאלסט זוכה זיין צו מחזק זיין און מעורר זיין אידישע קינדער געזונטערהייט אויף פרייליכע געלעגנהייטן, מתוך רוב שמחה הרחבת הדעת ונחת דק', בבריות גופא,
לאורך ימים ושנים טובים דשנים ורעננים, "בתוך שאר ישראל".

נ.ב. נישט געוואוסט קענסט פאעזיע/גראמען אויך.


חז"ל זאגן: והתעלמת, פעמים שאתה "מתעלם"... בדרך צחות, אמאל לוינט זיך צו האבן דעם "בעילום שם" מיט אונז.
אזא שיינע מסודר'דיגע תגובה און הארציגער קאמפלימענט, יישר כח "בעילום שם"!

אמן! אויף דיינע ווארעמע ברכות, פון דיין מויל, אין השי"ת'ס אויערן כביכול.

נ.ב. ב"ה, ווער ווייסט וואך נאך איך קען אלץ, און איך אליין ווייס נאך אויך נישט דערפון. :smile:
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא

אוועטאר
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:50 am

תגובהדורך בתוךשארישראל » מיטוואך יולי 13, 2016 2:43 am

זעהט אונזער פרישער מאמר בע"ה:
זייט מיר אלע געזונט און שטארק!
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=31&t=30840
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא

שאראש-פאטאק
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: מיינע געדאנקן אין וועיטינג-רום: ערב שבועות

תגובהדורך שאראש-פאטאק » דינסטאג מאי 12, 2020 7:29 pm

ארויף געברענגט לכבוד די יעצטיגע זמנים בעולם


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: זעמל מעל און 3 געסט