מראה מקומות לתורות ועניני פורים קטן

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 12, 2016 3:27 pm

מראה מקומות לתורות ועניני פורים קטן

תגובהדורך חיים של שמחה » דינסטאג פאברואר 23, 2016 4:38 pm

הגם די גרויסקייט און ענין פון פורים קטן שטייט שוין און משנה און מסכת מגילה דף ו' ע"ב בזה"ל אין בין אדר הראשון לאדר השני אלא מקרא מגילה ומתנות לאביונים בלבד.
איז עס זייער אינטערסאנט אז עכ"ז איז נישט דא צופיל געשריבן און ספרים הקדושים וועגן דעהם אפילו און ספרי חסידות וואס געווענליך קען מען דארט יא טרעפן אויף תורות טעמים און ענינים פון שפעטרע מנהגים וכדומה,
פון די סיבות איז לכאורה ווייל למעשה ווערט געפסקנט און שלחן ערוך סוף אורח חיים אז עס איז נישט קיין מצוה (עכ"ז צ"ע בדבר) און עס איז באקאנט די רמ"א אז עס איז א גוטע מנהג און ווי ער ענדיגט צו בזה"ל וטוב לב משתה תמיד.
און מיט דעהם ענדיגט זיך שולחן ערוך אורח חיים, פארשטייט זיך ווי באקאנט איז דא אסאך ווערטער און טייטש'ן אויף דעהם רמ"א אבער בכלליות אויף דעהם ענין פון פורים קטן האב איך זייער ווייניג געזעהן,
און א ספר מיוחד האב איך אויך נישט געזעהן, א חוץ פון די ביסל פסקי הלכות וואס ווערט אראפגעברענגט און די סימן בספרי המלקטים, און אויך א משהו איז דא און אזעלכע ספרים ווי נחלי בינה, נטעי גבריאל ועוד,

איז יעצט ווער עס האט א מראה מקום סיי פון מפרשי הש"ס והשו"ע און סיי עניני מועדים וכדומה, וואס רעדן פון עניני פורים קטן בהלכה אגדה דרוש וחסידות און אין אלע אופני הלימוד זאל ביטע מוסיף זיין צום רשימה, יישר כח.

וזה החלי בע"ה קודם די יסודות'דיגע ספרים: קודם דארף מען וויסן די משנה און גמרא און מגילה דף ו' מיט אלע מפרשים וואס רעדן פון דעהם נושא,
טור ושלחן ערוך ומפרשים די ספרים וואס זענען לויט די סדר הטור איז עס די לעצטע סעיף און די לעצטע סימן פון אורח חיים דאס איז סימן תרצ"ז, אבער להשים לב אז סדא אסאך ראשונים וואס ברעגנן הערות אויף'ן טור שלא במקומם,
מפרשים אויף מגילת אסתר וואס גייען אריין און די ענינים,
תורות אויף פורים פון אן איבער יאר אז מרעדט פון אדר ראשון - אדר שני, מענין לענין קען אויסקומען צו רעדן פון פורים קטן, און אלע ערליי סארט הייליגע ספרים,
יעצט בפרטיות וועל איך אויסרעכנען וואס איך געדענק:
חתם סופר - האט א שמועס אז אדר ראשון איז א דאורייתא צוליב די מצוה פון הודאה, און מען טאר עס נישט מדחה זין, אויך געדענק איך צוזען א דרוש און דרשת חת"ס אויף פורים קטן,
פרי צדיק - א לענגרע תורה אויף פורים קטן און די חלק פון ספר שמות, צווישן די תורות אויף ר"ח אדר א' און ר"ח אדר ב',
מעגלי צדק - געזעהן אמאל עפעס כ'דענק נישט,
נימוקי אורח חיים - פון מונקאטש'ר רב זי"ע איז ער מאריך סוף או"ח ביי דעהם סימן - איבער עניני פורים קטן, און וואונדערט זיך טאקע וואס איז די טעם אז מהאט ביי פריעדיגע צדיקים נישט געמאכט אן עסק דערפון,
ועוד ועוד........ נאך דא וואס מוסיף צו זיין ...

קען צונוצקומען > שוין דא אן אשכול וואס מ'רעדט איבער פורים קטן > viewtopic.php?t=13206, אבער די דאזיגע איז מיועד בעיקר פאר מראה מקומות פון ספרים הקדושים.
און דא א גליון בענין פורים קטן אויף אוצר החכמה > http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 17&t=26008

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג פאברואר 23, 2016 6:00 pm

מאת הגר"י טרגר שליט"א (נכד הגרש"ז אוירבך זצ"ל) - דברים נפלאים!
להורדה
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג פאברואר 19, 2019 7:00 pm

ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
טימבל
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2018 4:11 pm

תגובהדורך טימבל » דינסטאג פאברואר 19, 2019 7:24 pm

יישר כח נודה לך.


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט