מיט א טיפערן בליק פרשת יתרו - כל אשר דבר ה' נעשה ונשמע..!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

מיט א טיפערן בליק פרשת יתרו - כל אשר דבר ה' נעשה ונשמע..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

מיט א טיפערן בליק
פרשת יתרו תשע"ה
כל אשר דבר ה' נעשה ונשמע..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

נאכן אדורך גיין די שווערע גלות יארן זענען די אידישע קינדער ב"ה באפרייט, אבער נישט סתם נאר מיט כבוד און פאראד, וואס איז געקומען באגלייט מיט וואונדערליכע מכות און דער שפאלטונג פונעם ים, שירה האבן זיי געזינגען אלע האבן געזעהן און געשפירט דעם זה אלי ואנוהו... און יעצט זענען די אידישע קינדער אויפן וועג צו קבלת התורה, די תוה"ק אין אונזער פרשה דערציילט אונז ווי אזוי כלל ישראל גרייט זיך צו באקומען די הייליגע תורה, אלע זענען זיך מאחד "כאיש אחד בלב אחד" מיט איין הארץ גייען זיי מקבל זיין דאס טייערסטע און הייליגסטע, און דערנאך ווי אזוי עם ישראל ווערט געקרוינט אלץ דער אויסגעוועלטע פאלק וִהְיִיתֶם לִי סְגֻלָּה מִכָּל הָעַמִּים כִּי לִי כָּל הָאָרֶץ... מַמְלֶכֶת כֹּהֲנִים וְגוֹי קָדוֹשׁ, די אידישע קינדער הערנדיג דעם דבר ה' קענען זיי נישט ווארטן נאר שרייען גלייך אויס כֹּל אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' נַעֲשֶׂה... דער גרויסע טאג איז אנגעקומען, דער גרויסע מעמד ווי מיליאנע אידן זענען געשטאנען האנט ביי האנט, געהערט און געזעהן ווי בורא עולם אליין געבט איבער די תורה הקדושה פאר זיינע באליבטע קינדערלעך... ווען די אידישע קינדער האבן געהערט אלעס וואס ס'שטייט אין די הייליגע תורה האבן זיי מיט א שמחה אויסגערופן און מקבל געווען אויף זיך "נַעֲשֶׂה וְנִשְׁמָע"...

ס'איז ידוע דער כלל פון "קריאה מעורר את הזמן", וואס דאס מיינט אז יעצט ווען מיר ליינען און לערנען פרשת יתרו ווי די תוה"ק דערציילט אונז אלעס ארום דעם גרויסן מעמד הנבחר, טוען מיר פון פריש איבער לעבן דעם גרויסן מעמד, דער איד איז פון פריש זוכה צו ווערן א חלק פון דעם ממלכת כהנים וגוי קדוש... איז דאך כדי זיך אביסל אפצושטעלן און אריין טראכטן וואס איז אונזער ארבעט אין די יעצטיגע טעג, ווי אזוי לעבט א איד איבער אויף א פערזענליכע פארנעם דעם גרויסן מעמד?! און פארשטייט זיך אז ווען א איד איז זוכה איבער צו לעבן מעמד הנבחר ברענגט עס אים אלע ברכות אויף די וועלט, ער איז זוכה בסייעתא דשמיא צו לעבן א עולם הבא'דיגע לעבן טאג טעגליך.

חנני' האט שוין ב"ה געענדיגט דאווענען שחרית, רוב עולם האט שוין פארלאזט דעם שטיבל, אבער ער דארף נאך צוענדיגן זיין טעגליכן סדר אין ספר תהלים, דערפאר זיצט ער דארט אינעם ווינקל אנגעטוען מיט טלית ותפילין און זאגט קאפיטל נאך קאפיטל, אזוי זיצנדיג הערט ער ווי חיים הערש און זעליג שמועסן צווישן זיך ..האסט געהערט אז לעצטענס האט שמעי זייער שיין מצליח געווען? ס'איז שוין יעצט א גוטע פאר חדשים וואס ס'גייט אים גאר גוט, יא זאגט זעליג כ'הער עפעס אז זיין טאטע האט אים צוגעהאלפן און ב"ה ער איז זייער סוקסעספול, די מיינסט עס ערענסט די האסט געהערט אז ס'איז זיין טאטע וואס האט אים צוגעשטיפט דערצו?! ווייל גראדע האב איך געהערט אז ער האט געהאט עפעס א גאנצע עובדא, כ'ווייס נישט פונקטליך אבער כ'מיין אז ער איז געפארן קיין ארץ ישראל און געמאכט א קשר מיט עפעס א חשובע איד און זייט דעמאלטס האט זיך די רעדל א דריי געגעבן די מצב זיינע האט זיך שטארק געטוישט, ס'איז נישט צוגלייבן אז ער איז געווארן א מוצלח ער פלעגט זיך אזוי מוטשענען ס'איז 'אונבעליוועבל', ער האט אריין געלייגט אזעלכע שווערע כוחות אבער פון דעם זעט מען אז מ'טאר קיינמאל נישט אויפגעבן ווען די מינוט קומט... און בכלל זייט זיין טויש איז ער ממש נישט צו דערקענען כסדר מיט א שמייכל און גוט אויפגעלייגט די געדענקסט ווי ער פלעגט זיין צובראכן און צוקלאפט, היינט איז ער שוין אפילו פון די גאר אנגעזעהנע צווישן די חברים, אמת ס'איז נישט צוגלייבן... און זאג זעליג ווי אזוי גייט עס ביי דיר, די מצב איז אביסל בעסער אדער זאכן האבן זיך נאכנישט געטוישט?!?!

חנני' טראכט צו זיך פששווההאא כ'האב גארנישט געוואוסט אז שמעי האט געלט? דא זעה איך אים ארום גיין גאנץ אפגעשליסן מיטן זעלבן רעקל פאר די לעצטע פינף יאר, זיין קאר איז נאך אלץ דעם צוקראכטן ווענטשור ממש אַן אנטיק, וואס קויפט ער זיך נישט כאטש א לייטישן שטריימל? אז ער האט שוין יא וואס שטעלט ער זיך נישט עפעס אהער אלץ א ריכטיגן בעל הבית? איין מינוט דערמאנט ער זיך, כ'בין דאך נישט לאנג צוריק ארומגעגאנגן ביים עולם פאר אונזער נויטיגער צוועק, דעמאלטס האט ער מיך קאטעגאעריש אפגעזאגט מיטן אויסרייד אז ער האט נישט??!

חנני' האט זיך נישט געקענט באהערשן און האט איבערן טאג פארציילט זיין פרישע נייעס פאר ווער ס'האט נאר געהאט צוויי אויערן צו הערן, ביינאכט ביים שכן'ס וואכנאכט טרעפט זיך חנני' מיט חיים הערש און ווילנדיג שמעקן מער איבער שמעי'ס עשירות ווארפט ער אריין בתוך הדברים, זאגט חנני' כ'הער לעצטענס אז שמעי האט זייער מצליח געווען אין געמאכט גוטע געשעפטן, האסט אויך געהערט דערפון? חיים הערש פרעגט אים צוריק, וואס שמעון? געלט? געשעפטן? כ'מיין אז די האסט א שטיקל טעות, ...וואס הייסט טעות? די עולם שמועסט אז ער איז שטארק סוקסעספול, ר' חנני' זיי מיר מוחל אבער די חלומסט הויעך... באין ברירה זאגט חנני' פאר חיים הערש הער אויף שפילן מיט מיר, היינט אינדערפרי ווען כ'בין געזיצן אין שטיבל האב איך אליינס געהערט ווי די פארציילסט זיינע לעצטיגע הצלחות און ביזנעס סוקסעסן, אוי רבש"ע טייערע חנני' איך האב בכלל נישט גערעדט פון געלט און ביזנעס די גאנצע שמועס איז געווען אין רוחניות, ב"ה אז לעצטנס האט שמעי שיין מצליח געווען, ער האט זיך קובע געווען א גוטע שיעור צופרי און ביינאכט, זיין דאווענען איז אנדערש, ער האט זיך פארבינדן מיט עפעס א חשובע משפיע אין ארץ ישראל וואס האט אים איבער געדרייט דאס לעבן, ער איז געווארן ממש א נייע מענטש ער איז געווארן א דערהויבענע אינגערמאן...

טייערע ברידער, ס'איז צייט זיך צו פרעגן דעם אמתע פראגע ווען מיר וואלטן געזיצן אין חנני'ס פלאץ און געהערט דעם שמועס, וואס וואלטן מיר געטראכט? וואס וואלט אונזער מחשבה געזאגט? די אלע ווערטער ווי 'שיין מצליח', 'סוקסעספול', 'די רעדל האט זיך א דריי געגעבן' מיינט מען רוחניות אדער דער מח וואלט אונז אויך געזאגט אז ס'האנדעלט זיך פון געלט און ביזנעס גשמיות'דיגע סוקסעס??!! ברידער טייערע נעם אפאר סעקונדעס און מיש צוריק צום משל און ליין איבער דעם שמועס צווישן חיים הערש און זעליג און זעה וואס פאר א הערליכע שמועס זיי האבן איבער זייער חבר'ס עבודת ה', ווי זיי שטוינען אז נאכן אריין לייגן שווערע כוחות האט ער ב"ה זוכה געווען מצליח צו זיין, און צום סוף ווי חיים הערש פרעגט זלמן ווי א אמתע חבר ווי אזוי ס'גייט ביי אים דאס טעגליכע עבודת ה', אבער אויב ווען מיר האבן געליינט דעם שמועס האבן מיר געזעהן און געהערט געלט געלט און נאכאמאל געלט, איז צייט אויפצומאכן די אויגן און זיך דערמאנען ווער מיר זענען און פארוואס מיר זענען דא?!

ס'איז צייט צו כאפן א אפענע שמועס מיט זיך אליין און זיך פרעגן, ווי אזוי קוקט אויס די קבלה וואס מיר האבן געמאכט מיט די גרעסטע מאס שמחה פון כֹּל אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' נַעֲשֶׂה וְנִשְׁמָע, איז אונזער גאנצע ציל און שאיפה צו זיין אמתע געטרייע עובדי ה'? טוען מיר לעבן און אטעמען דעם רצון ה'? אדער איז עבודת ה' גאר א חשובע און וויכטיגע זאך אבער וואס שמעקט באמת איז געלט און כבוד, ברידער מ'דארף זיין אמת'דיג מיט זיך אליין, איז דער פשוטע ארבעטס אינגערמאן וואס מוטשעט זיך אויף פרנסה און איז קובע עיתים לתורה מיט א קביעות אין דיינע אויגן א איש מוצלח, אדער דער אינגערמאן די אנדערע זייט גאס וואס האט געמאכט א גוטן דיעל און ס'איז אים געלונגען צו בויען א פאלאץ דער איש מוצלח? איז דער אפגעהיטענע מלמד תשב"ר וואס טוט זיין ארבעט געטריי און ערליך אדער דער כולל אינגערמאן וואס האט טאקע נאכנישט דעם הוראה אויך ביי דיר א סוקסעספול אינגערמאן אדער ער נישט? ווען די הערסט אז בערל נעמט בחינות אויף זיין טעגליכע נאכט שיעור איז דאס אויך הצלחה אדער ס'איז נאר א שיינע זאך? און אזוי ווייטער דארף מען זיך פרעגן ווי אזוי שאצן מיר הצלחה און סוקסעס, וואס און וועם קוקן מיר באמת ארויף? ווי אהין צילט דער אויג? און ווען מיר מאכן דעם חשבון ערליכערהייט שטעלט זיך עס גאנץ שנעל ארויס אז מיר זענען אביסל פארקראכן, מיר האבן אביסל פארגעסן אונזער תכלית החיים און וואס אונזער ציל איז באמת?!

הקב"ה אונזער געטרייע פאטער וואס ווייסט און האלט פונקטליך מיט אין וואס פאר א שווערע צייט מיר לעבן, וויפיל שווערע נסיונות דער איד גייט טאג טעגליך אריבער, און ווי שטארק דער יצר טוט פארדרייען און צומישן דעם קאפ און מח ביז דער איד פארגעסט זיך זיין תכלית, דערפאר געבט אונז הקב"ה ברוב רחמיו איעדע יאר א פרשת יתרו א קבלת התורה, א צייט וואס דער מעמד הנבחר שפילט זיך אפ פון פריש, די קבלת זענען נייע און פרישע, מיר ווערן נאכאמאל געקרוינט אלץ דער עם הנבחר, און דער טיטול ממלכת כהנים וגוי קדוש ווערט נאכאמאל ארויפגעלייגט אויף א איעדע אידיש קינד...

ווען מיר לעבן איבער דעם מעמד הנבחר טוט זיך דער איד אפשטעלן און אריין טראכטן ווער מיר זענען? און וואס אונזער ציל איז? און פלוצלינג דערמאנט ער זיך מיט א קלארקייט דעם וִהְיִיתֶם לִי סְגֻלָּה מִכָּל הָעַמִּים, מיר זענען די אויסגעוועלטע קינדערלעך פון בורא עולם, מיר זענען די וואס האבן באקומען די תוה"ק, און מיר זענען די וואס האבן אויסגעשריגן "נעשה ונשמע", יעצט איז די צייט וואס מיר דארפן אנערקענען די געוואלדיגע מתנה וואס מיר פארמאגן, און מיט די גרעסטע שמחה דארפן מיר לעבן און אטעמען דעם רצון און דביקות ה', ווייל דאס איז אונזער איינציגסטע אויפגאבע, ווען דער איד טוט דעם רצון ה' איז ער די גרעסטע מוצלח וואס נאר פארהאן, איעדע קליינע איבערקום אקעגן דעם יצר איז די גרעסטע סוקסעס וואס מיר קענען ניטאמאל שאצן... געדענק אז מקיים זיין די תרי"ג מצות וואס בורא עולם האט אונז געגעבן דאס איז אונזער חוב, נישט מסיח דעת זיין פון די שש מצות תמידיות דאס איז א איד'ס געשמאקסטע זאך, ווייל דאס איז אלעס וואס מיר האבן, און דאס איז אלעס וואס מיר זענען, "קודשא בריך הוא ואורייתא וישראל חד הוא".

לסיכום געדענק:
• ווען די הערסט די ווארט איש מוצלח, סוקסעס, געלונגען, פון וועם טראכסטו?! מען רעדט פונעם עובד ה'.
• ניץ אויס דעם געלעגנהייט... יעצט ווען מיר לעבן איבער קבלת התורה טו אויסקלארן דעם מח, און שעפ פרישע כוחות.
• דער איינציגסטער ציל און שאיפה פון א איד איז צו לעבן און אטעמען דעם רצון ה', זיין דבוק בה' ובתורתו!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

ארויף
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”