מיט א טיפערן בליק - פרשת וירא תשע"ה - וירא וירץ לקראתם..!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

מיט א טיפערן בליק - פרשת וירא תשע"ה - וירא וירץ לקראתם..!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

מיט א טיפערן בליק
פרשת וירא תשע"ה
וירא וירץ לקראתם..!


בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אַה! די וואכעדיגע פרשה איז אזוי לעכטיג און געשמאק, די הערליכע קלארע בילד ווי אין די גרעסטע היצן לויפט אונזער טאטע אברהם נאך די דריי אראבער, ברענגט זיי צו זיך אין שטוב אריין, ווי ס'שטעלט זיך ארויס זענען זיי גאר הייליגע מלאכים וואס ברענגן די גוטע בשורה, דערנאך די גאנצע מעשה מיט סדום ווי אברהם בעט זיך ביי השי"ת, ווי ס'האט זיך איבערגעדרייט, לוט'ס ווייב ווערט א בארג זאלץ, די מעשה מיט שרה און אבימלך, עקידת יצחק וכו' וכו', אלעס ליגט ביי אונז אין מח מיט א געוואלדיגע קלארקייט, ס'איז שיין פשוט און געשמאק!

אבער אז מען געבט נאר א קוק אביסל טיפער, באמערקט זיך פשוטע נקודות וואס מיר דארפן פארשטיין און ריכטיג אפלערנען: גלייך ביים אנפאנג פרשה ווען די תוה"ק פארציילט אונז איבער דעם באזוך פון די מלאכים אין די שטוב פון אברהם, געפינען מיר עפעס א אויסטערלישע אריכות, די פסוק גייט אריין אין א לענגערע שמועס איבער אלעס וואס האט זיך דארט אפגעשפילט ..וַיָּרָץ לִקְרָאתָם ..וַיְמַהֵר אַבְרָהָם ..וְאֶל הַבָּקָר רָץ אַבְרָהָם ..וַיִּקַּח בֶּן בָּקָר רַךְ וָטוֹב ..וַיְמַהֵר לַעֲשׂוֹת אֹתוֹ וכו'. - שפעטער ביי די מעשה מיט סדום, באמערקט זיך נאכאמאל די זעלבע נקודה אברהם אבינו בעט זיך ביי השי"ת ..הַאַף תִּסְפֶּה צַדִּיק עִם רָשָׁע ..אוּלַי יֵשׁ חֲמִשִּׁים צַדִּיקִם ..אוּלַי יִמָּצְאוּן שָׁם שְׁלשִׁים וכו', די פסוק ברענגט א גאנצע אריכות בפרטי פרטיות ווי אזוי אברהם דאווענט אָן אויפהער, לאמיר פארשטיין אונזער טאטע אברהם האט געלעבט און געטוען חסד, געדאווענט און איינגעריסן פאר די וועלט זיין גאנץ לעבן ביז אהער, פארוואס עפעס דוקא דא אין אונזער פרשה פארציילט עס אונז די תוה"ק מיט אלע פונקטליכע דיטאלן? און בכלל וואס לערנען מיר זיך פון די אלע פרטים?

אונזער פרשה באציעט זיך אויף פיר עיקר געשעהענישן, א - די באזוך פון די מלאכים ביי אברהם, ב - די מעשה מיט סדום, ג - שרה אין די שטוב פון אבימלך, ד - די עקידת יצחק, פרעגט זיך, איז פארהאן א שייכות צווישן די פיר, און אויב יא וואס איז עס?

לאמיר זיך פארטיפן און ריכטיג אפלערנען די פרשה, פארשטייט זיך אז איעדע אות און נקודה אין די פרשה האט א אומגעהויערע טיפקייט וואס מיר קענען נישט קומען נאנט צו איר עומק און פארשטאנד, לאמיר אבער פרובירן אויף אונזער מדריגה ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פאר אונזער טאג טעגליכן לעבן.

עפיזאד 1) ברוך האסט געהערט די נייעס געלויבט השי"ת מען האט אנגענומען מיין יחיאל אין די וועלטסט בעסטע ישיבה "אהבת תורה", כ'בין אויסטערליש צופרידן... מיינסט עס ערנסט וואלווי, דיין קליינע יחיאל גייט זיין ביי רב שטערנליכט'ס שיעור, יא ב"ה כ'וועל דיר זאגן די אמת ער איז א טשאטשקע פון א בחור, גלייב מיר ס'איז נישט פון היינט ער איז געבוירן א מציון, ער האט כוחות און טאלאנטן וואס זענען ממש נישט צו געפינען, וואלווי כ'פריי זיך אמת'דיג פאר דיר, האסט נישט קיין השגה ווי דאנקבאר די דארפסט זיין, ווייל מיינער האט נאך נישט, מיין שמואל ליגט שוין אין בעט א דריי טעג, ער איז ממש חרוב ונחרב, כ'האב געשיקט אפליקאציעס אין זעקס ישיבות און דערווייל האבן אלע אפגעזאגט ... וואלווי איז געכאפט אין שאק אבער נאך עטליכע מינוט נעמט ער קאנטראל אויפן סיטואציע, און מורמלט זיך אונטער, כ'גלייב נישט, דיין שמואל האט נישט קיין ישיבה, מ'מיז עפעס טוען דערצו, ברוך כ'מיז לויפן איך האב א מיטינג אין צען מינוט און איך דארף נאך טרעפן פארקינג מ'העט נאך שמועסן.

עטליכע מינוט שפעטער טרעפט זיך אונזער וואלווי מיט זיין חבר הערשל – זאג וואלווי האסט געהערט אז ברוך'ס זוהן שמואלי האט נישט קיין ישיבה אויפן קומעדיגן זמן, יא פונקט פריער האט ער זיך צו מיר אויסגעגאסן דאס הארץ, ער האט מיר פארציילט די מצב מיט אלע דיטאלן, כ'בין גוט באקאנט אין די קעיס, נו וואלווי וואס קען מען טוען דערצו? כ'וועל דיר זאגן די אמת הערשל, איך טו דאך אסאך מיט אזעלכע פראבלעמען, איעדע מעשה האט א צווייטע צד, כ'מיז דיר זאגן אז די ישיבות זענען גערעכט, זיי האבן א גרויסע פראבלעם מיט די "אלע מיני בחורים", די חברה האלטן ביי גארנישט, ווי קען מען זיי נעמען, אז מען נעמט זיי אריין הרג'ט עס די גאנצע נאמען פון די ישיבה, און נאכדעם ווערט א חורבן?! וואלווי ביי דעם פאל איז עס אנדערש שמואלי איז גאנץ א גוט קינד ..וואס רעדסטו אויכמער א גוט קינד, זיין טאטע האט מיר אליין געזאגט אז ער איז שוין עטליכע טעג אין בעט חרוב ונחרב... אבער דאך וואלווי די ביסט דאך א מענטש מיט קאנעקשאנס, כ'ווייס אז די קענסט, די מיסט עפעס העלפן, גלייב מיר הערשל כ'טו וואס איך קען, "ביי די וועי" הערשל האסט געהערט אז מיין יחיאל שיק איך צום באקאנטע רב שטערליכט'ס ישיבה, ס'איז היינט איינע פון די בעסטע ישיבות, ס'האט א נאמען איינס אין די וועלט, כ'האב נישט געקענט טרעפן א בעסערן פלאץ פאר אים, ברחניות ובגשמיות איז עס ממש פאר אים געשניטן...

עפיזאד 2) ראש חודש חשון תשע"ה – אין פאליש אין א ווינקל שטייט ר' ברוך און טרינט זיך זיין הייסע קאווע, ווען פלוצלינג שפירט ער א האנט אויפן פלייצע, ער דרייט זיך ארום שטייט דארט א אינגערמאנטשיק, און מיט א געשמאקע שמייכל פרעגט ער ר' ברוך וואס מאכט איר? ב"ה פיין און די ביסט?? איך הייס זלמן שטראוס, זאג זלמן די קענסט מיך? אביסל, מיר זיצן איעדן טאג ביים דאווענען אויף איין טיש, איך דאווען אויך טעגליך אין די אכט דרייסיג מנין, אינטערעסאנט כ'האב דיך קיינמאל נישט באמערקט, נו זאג זלמן וואס קען איך דיר העלפן? כ'וועל אייך זאגן די אמת, איך טראכט שוין עטליכע טעג צו איך זאל צו אייך צוקומען צו נישט, אבער כ'האב זיך שוין מער נישט געקענט צוריק האלטן, כ'באמערק די לעצטע שטיק צייט אז עפעס איז נישט די זעלבע, עפעס טויג נישט, איר פלעגט זיין מלא חיות און עפעס זענט איר אזוי צוגעלייגט, ר' ברוך כ'בין טאקע אינג און קליין אבער אויב איז פארהאן עפעס וואס איך קען אייך העלפן וואלט עס מיר געווען א כבוד און געשמאק...

ס'נעמט נישט קיין מינוט צוויי און פון ר' ברוך'ס אויגן רינען הייסע טרערן ווען ער גיסט זיך אויס דאס הארץ צו זלמן איבער די שווערע מצב וואס ער גייט אדורך, די זמן האט זיך שוין היינט אנגעפאנגען און מיין שמואל וואס איז א וואוילע זיסע בחור זיצט אינדערהיים, ס'איז א הימל געשריי, כ'בין א טאטע און איך זאג דיר די אמת כ'האלט עס ממש נישט איבער... זלמן הערט זיך צו רואיגערהייט און זאגט: ר' ברוך כ'וועל זיין אמת'דיג מיט אייך, איך האב נישט קיין שום ערפארונג אין די נושא פון בחורים אדער ישיבות, איך קען זיך נישט מיט קיין מנהלים אדער מגידי שיעור, אבער כ'וועל פרובירן טוען וואס איך קען.
זלמן'ס הארץ ברענט, ער קען נישט צוקוקן ווי א צווייטע איד איז בצער, מען קען קיין מינוט נישט ווארטן עפעס דארף זאפארט געטוען ווערן... ער נעמט זיך צו די ארבעט, פאנגט אָן קאלען איין חבר נאכן צווייטן, פרעגט דעם און יענעם ..ס'איז שוין יעצט ראש חודש די ישיבות האבן שוין אנגעפאנגען, ווי ביסטו געווען ביז יעצט ..די קענסט ניטאמאל דעם בחור ..ביסט בכלל נישט באקאנט אין דעם פעלד לאז אפ, לאז עס פאר די עסקנים.. בקיצור ער טאפט א וואנט, אבער זלמן ווערט בכלל נישט נתפעל ווען א איד איז אין א צרה געבט מען נישט אויף, ער ווייסט יעבר עלי מה מיז איך דעם ר' ברוך מיט זיין משפחה העלפן, ס'איז שוין באלד א שעה וואס ער דרייט איבער די שטאט און איז פארנומען פלאנירן כל מיני עצות און מהלכים ווי מ'קען די זאך מסדר זיין, ווען פלוצלינג צוקלינגט זיך זיין טעלעפאון ער באמערקט אז ס'איז אַן "אלארם רימיינדער" אז ער האט א מיטינג אין צען מינוט, ער רופט גלייך אריין צו זיך אין אפיס און איז מודיע פארן סעקריטערי אפצורופן אלע מיטינגען וואס זענען געסקעדזולט אויף פארמיטאג, ער איז פארנומען מיט אַן עמערדזענסי...

נאך א פיר שעה פון שווערע ארבעט, זיצט ער אין דעם אפיס פון "ישיבת אהבת תורה" ער האפט אז ער וועט מצליח זיין צו פועלן ביי הרב שטערנליכט אז שמואלי זאל אנגענומען ווערן - שלום עליכם כבוד הרב, נאך א קורצע אויפנאם גייען זיי גלייך צום נקודה איבער דעם בחור שמואל, די ראש ישיבה איז מסביר מיט ווארעמקייט אז בעצם קען ער קומען בכבוד גדול, נאר ס'איז פארהאן א חשש אז ער וועט נישט קענען מיטהאלטן די הויכע שארפע שיעורים, דערפאר זענען מיר מסופק צו דאס איז טאקע די ריכטיגע פלאץ פאר אים?! זלמן זאגט פארן ראש ישיבה אז ער האט אַן עצה ער לויפט ארויס פון אפיס פארבינד זיך מיט זיין חבר חיים, זאג חיים קענסט מיר בארגן א צען אלפים... און ביז עטליכע סעקונדעס איז זלמן צוריק מיט צען טויזענט דאללער, געבט עס פארן ר"י און בעט מען זאל דינגען די חשובסטע אינגעלייט אז זיי זאלן מיט אים לערנען, די בחור מיז זיין אין א ישיבה ער מיז שטייגן און ער מיז אויסוואקסן... מיט א שמייכל רופט זלמן ר' ברוך מיט די פרייליכע נייעס אז זיין שמואלי איז בסייעתא דשמיא אנגענומען געווארן אין "ישיבת אהבת תורה", ..ר' ברוך דעם זמן לערנט מען מסכת בבא קמא מארגן צופרי זיבן דרייסיג זאל ער דא זיין!

טייערע ברידער! לאמיר אויפמאכן דאס הארץ און ריכטיג דערהערן וואס דא גייט פאָר, צוויי חשובע אידן א וואלווי און א זלמן... איינער האט זוכה געווען אז השי"ת האט אים צוגעשטעלט א געבענטשטע זוהן, קיינמאל זיך מיט אים געמיטשעט נאר אייביג געטוען נחת שעפן, ווען ער האט געזיכט א מוסד אדער ישיבה פאר זיין צדיק'ל האט מען אים אלץ אויפגענומען בסבר פנים יפות, דעם ביטערן טעם וואס אנדערע גייען אדורך האט ער נאך קיינמאל ב"ה נישט געשפירט, ער ווייסט נישט וואס דאס מיינט אז מען ווארט א צוויי דריי חדשים און דערנאך באקומט מען א לא נתקבל, און טאקע צוליב דעם ווייל ער ווייסט נישט דעם טעם, ווייל השי"ת איז אזוי גוט צו אים שפירט ער נישט אז ס'איז עפעס אזוי וויכטיג, עפעס אזוי שרעקליך, און אפילו ווען ער ווערט געבעטן הילף וועט זיין מח אויפקומען מיט כל מיני סיבות פארוואס ס'האט נישט ממש מיט אים, און פארוואס מען דארף נישט טוען, ער וועט מסביר זיין דעם צד און יענעם צד, און אזוי דרייט מען זיך אוועק...

אנדערש איז אבער דער זלמן וואס כאטש דאס לעבן פארט אים אויך רואיג און געשמאק, מיט דעם ר' ברוך האט ער קיין שייכות נישט, פון ישיבות און מנהלים ווייסט ער ניטאמאל צו זאגן, אבער אעפ"כ פארמאכט ער נישט קיין אויג, ער דרייט זיך נישט אוועק, נאר ער לויפט עס נאך, ער פארשטייט דעם ריכטיגן אפטייטש פון א איד, ער ווייסט ווער און וואס מיר זענען, ווי חז"ל זאגן אונז שלשה סימנים יש באומה זו: הרחמנים, והביישנין, וגומלי חסדים.. "ער ווארט נישט אז יענער זאל זיך בעטן פאר הילף - נאר איז פארנומען זיכן דעם יענער וואס דארף הילף", ער קוקט ארויס אפשר קען מען דערפרייען א הארץ, אפשר קען מען זאגן א גוט ווארט, אפשר קען מען מחזק זיין א איד, ווי קען מען העלפן איינעם, "ווייל חסד איז נישט עפעס וואס מען טוט, חסד איז עפעס וואס מען לעבט".

ביקור המלאכים - אברהם מלמד זכות
ביז איצט האבן מיר שוין טאקע געלערנט און זיך באקענט מיט די חסדים פון אונזער פאטער אברהם, אבער אין אונזער פרשה טוט אונז די תוה"ק פארציילן אז אברהם האט נישט נאר געטוען חסד ער איז געווען חסד, ער האט געלעבט און געאטעמט חסד, ער איז געווען די מידה פון חסד אליין! און דאס געפינען מיר גלייך ביים אנפאנג פרשה ווען די תוה"ק שילדערט אונז אין פונקטליכע דיטאלן ווי אברהם זיצט שוואכערהייט אין די גרעסטע היצן און ווארט פאר אורחים, לויפט נאך דריי ביליגע אראבער און בעט זיך ביי זיי אִם נָא מָצָאתִי חֵן בְּעֵינֶיךָ אַל נָא תַעֲבֹר מֵעַל עַבְדֶּךָ, אונזער פאטער אברהם זאגט פאר דריי אראבער 'מעל עבדך - פון נעבן דיין קנעכט' ער נידערט זיך צום נידריגסטן שטאפל ווייל דאס איז זיין לעבן, געבן צו עסן פאר א מענטש, דערקוויקן דאס הארץ פון א צווייטן, מחי' זיין א נשמה איז זיין לעבן, און דאס טוט מען נישט דורך שלוחים און נישט דורך איינגעשטעלטע נאר ער אליין לויפט ברענגט מאכט און טוט, וַיָּרָץ לִקְרָאתָם ..וַיְמַהֵר אַבְרָהָם ..וְאֶל הַבָּקָר רָץ אַבְרָהָם ..וַיִּקַּח בֶּן בָּקָר רַךְ וָטוֹב ..וַיְמַהֵר לַעֲשׂוֹת אֹתוֹ וכו', און דאס זעלבע שפילט זיך אויס ווען ער הערט די בשורה אז השי"ת גייט איבערדרייען סדום פאנגט ער אָן בעטן, אבער נישט סתם בעטן ער בעט ווי ס'וואלט געווען זיין אייגן, ער האט מיט געפיל מיט אנדערע, און כאטש זיי זענען פארזינדיגטע מענטשן אעפ"כ שפירט ער מיט, ס'טוט אים וויי און ער רייסט איין, ווייל ס'איז די מידה פון חסד אליין!

הפיכת סדום - והצלת לוט
פונקט פארקערט איז דאס לעבן פון די אנשי סדום, ווי די גמרא זאגט אונז אין מסכת סנהדרין (קט א) ת"ר אנשי סדום לא נתגאו אלא בשביל טובה שהשפיע להם הקב"ה, זיי זענען א גרופע פון רייכע חברה וואס השי"ת האט פאר זיי משפיע געווען אלעס וואס דער מענטש וואונטש זיך, ס'האט זיך ביי זיי געגאסן הייזער געלט און פארמעגנס לרוב, אבער אנשטאטס צו דאנקן השי"ת און פארשטיין אז אלעס וואס דער איד באקומט און פארמאגט איז נאר צו קענען באשיינען די וועלט, וואס דאס מיינט אז אלעס וואס מיר האבן איז נישט נאר פאר זיך, זיי זענען כלים וואס מיר דארפן ניצן צו קענען געבן דערפרייען משפיע זיין און אויפלייכטן די וועלט... האבן די חברה אנגעפאנגען טראכטן אז ס'איז אונזערס, ס'איז אונזער שווערע אויסגעהארעוועטע פארמעגן, און עפעס וואס געהערט מיר איז מיין ..ביסט אינגאנצן אראפ פון זינען 'מיינע' אויסגעביגעלטע הינדערטערס זאל איך אוועקגעבן פארוואס און פארווען? דערמיט האבן זיי צוביסלעך פארקלאפט די געפילן פון רחמנות, די געפילן פון מיטלייד, און איין זאך האט געפירט צום צווייטן ביז א גאנצע אידילוגיא איז געבוירן געווארן, די טרויעריג באקאנטע מידות סדום. אבער אין א וועלט וואס השי"ת האט אוועק געשטעלט אויף גמילות חסדים, ווי חז"ל זאגן אונז אין אבות, על שלושה דברים העולם עומד - על התורה ועל העבודה ועל גמילות חסדים, פארמאגט אזא סארט לעבנסשטייגער נישט קיין פלאץ, און אז מען נעמט ארויס א פיסל דרייט זיך די פלאץ איבער...
איינער אליין איז געווען לוט, זייענדיג א ברידער פון אברהם האט די השפעה אויף אים עושה רושם געווען און ער נעמט יא אריין די אורחים, ער איז מקיים די מצוה מיט מסירת נפש און טאקע בזכות זה איז ער זוכה געראטעוועט צו ווערן, "ווייל חסד איז לעבן, און לעבן איז חסד"!

שרה בבית אבימלך
דעם זעלבן יסוד לערנט אונז די תוה"ק שפעטער אין די פרשה, שרה געפינט זיך אין די שטוב פון אבימלך, השי"ת ווארענט אבימלך וכו', אבימלך רופט אברהם און זאגט מֶה עָשִׂיתָ לָּנוּ וּמֶה חָטָאתִי לָךְ פארוואס האסטו מיר געזאגט אז זו איז דיין שוועסטער און דערמיט געברענגט אויף אונז די גרויסע זינד?! בהשקפה ראשונה זעט דאך אויס אז די טענה פון אבימלך איז א ריכטיגע, אברהם איז דער וואס האט געזאגט אז שרה איז זיין שוועסטער? נאר אין מדרש שטייט אז השי"ת האט טאקע נישט געווארענט אבימלך פארן נעמען שרה, די ווארענונג איז געווען אויפן עצם נידריגן געדאנק אז ווען א גאסט קומט אין שטאט ווערט ער צום אלעם ערשט געפרעגט דעם גרויסע פראגע: ביסט חתונה געהאט אדער נישט? אין אנדערע ווערטער "ביסט עפעס ווערט פאר אונז", קענען מיר עפעס נהנה זיין פון דיר?, וואס דאס שטימט גאנץ גוט מיט די סדום'ישע אידילוגיא... ווען א גאסט קומט אין א שטאט טוט מען אים מיט ווארעמקייט אויפנעמען, באקוועם מאכן, מאכן שפירן אינדערהיים, און ערשט דערנאך ווען יענער איז שוין פיין מסודר קען מען שמועסן, די שטוב מענטשן פון אבימלך האבן געלעבט דעם 'זיך', אלעס וואס עקזעסטירט איז פאר מיר, און אזא לעבן הייסט פשוט נישט געלעבט, און דאס זאגט די פסוק הִנְּךָ מֵת אט וועסטו שטארבן, ווייל אזוי לעבט מען נישט.

עקידת יצחק
און אויב מיינען מיר, אז יעצט זענען מיר שוין באקאנט מיט די מידות החסד פון אונזער טאטע אברהם, אוי איז עס א טעות! אט קומען מיר צום הויעך פונקט, דעם אחרון חביב וואס ווייזט אונז ווי ווייט די מידה פון חסד גייט, אונזער טאטע וויסענדיג וואס פאר א לאנגע גלות זיינע באליבטע קינדער וועלן נאך דארפן אדורך גיין און ווי וויכטיג זיי וועלן במשך הדורות דארפן צוקומען צו דעם זכות, געבט ער זיך אינגאנצן פאר אונז אוועק אויף א אופן וואס די מענטשליכע השגה קען בכלל נישט פארשטיין, "א אייגענע טייערע אויסגעבעטן קינד פאר א קרבן", און נישט סתם געברענגט, נאר מיט די גרעסטע מאס שמחה און ברען, אזוי גרייט זיך אברהם צו די עקידה... ווען ס'קומט צו אנדערע מענטשן ווערן אלע אייגענע נגיעות בטול ומבוטל, אלעס פאר א צווייטן, ער געבט אוועק זיין אייגענע מציאות ווייל דאס איז אברהם די מידה פון חסד אליין!

טייערע ברידער, די מעסעדזש פון אונזער פרשה איז הויעך און קלאר, "חסד איז נישט עפעס א שיינע מידה, חסד איז אלעס וואס מיר זענען, חסד איז אונזער מציאות, ס'ליגט אונז אין די בלוט", לאמיר זיך חלילה נישט פארמאכן די אויגן אין זיך איינרעדן אז סדום עקזעסטירט מער נישט, ס'איז א פארגאנגענהייט וואס איז אמאל געווען, ס'איז צייט זיך צו פרעגן: ווי געפינט זיך מיין מידות סדום, ווי דריי איך זיך אוועק? צו וועלכע רוף מאך איך זיך נישט וויסענדיג? ווי זאג איך זיך אז ס'האט נישט מיט מיר? ..דא דארף איך נישט צולייגן א האנט, אדער אים דארף איך נישט מחזק זיין, מ'מיינט נישט מיר?! געדענק אז חסד איז ווער די ביסט, ווארט נישט ביז יענער קומט בעטן אדער וויינען, לאז דיך ארויס אין א ווילדן געיעג זיכן חסדים, ווי פארשטענדליך די ערשטע פלאץ אנצופאנגען זיכן איז אין די אייגענע שטוב, מיט די אייגענע טייערע בני בית און קינדערלעך, געב א טראכט וויפיל טויזענטע מצוות פון גמילות חסדים מען קען זיך איינקויפן אין די אייגענע ד' אמות, און דערנאך לאז זיך ארויס אויף די גאסן, זיך צו טוען פאר א צווייטן, דערפרייען א צווייטן, ארויף ברענגען א שמייכל אויף זיין געזיכט, טו איינליידן א חבר צו דיר אין שטוב, מאך אים שפירן אינדערהיים, געב אים א שיינע אויפנאם, טו עפעס... גלייב מיר אז די וועסט זיכן חסדים וועסטו עס געפינען השי"ת וועט דיר שיקן מלאכים, זיך עס נאר, פארגעס נישט: אז ס'קען אמאל אויסזעהן ווי ביליגע אראבער אבער אין אמתן ברענגן זיי געוואלדיגע בשורות טובות!

לסיכום געדענק:
• חסד איז נישט עפעס וואס מען טוט, חסד איז עפעס וואס מען לעבט און אטעמט.
• פרעג זיך כסדר, ווי געפינט זיך מיין מידות סדום, ווי דריי איך זיך אוועק? ווי מאך איך זיך נישט וויסענדיג?!
• זיך חסד, לויף נאך חסד, געדענק אלו דברים שאין להם שעור.. שאדם אוכל פרותיהם בעולם הזה והקרן קימת לו לעולם הבא.. וגמילות חסדים!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק"
דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

לכבוד שב"ק
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”