תפארת שלמה ויחי

פרשת השבוע וענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3958
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תפארת שלמה ויחי

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2012 11:13 am

וימאן אביו ויאמר ידעתי בני ידעתי גם הוא יהיה לעם וגם הוא יגדל ואולם אחיו הקטן יגדל ממנו וזרעו יהיה מְלֹא גוים – יעקב אבינו האט בארואיגט יוסף ווען ער האט זיך אנגענומען פאר מנשה און ער זאגט איהם, "איך ווייס אז איך האב געלייגט מיין רעכטע האנט אויף דער קלענערע זוהן. אין הכי נמי אז מנשה וועט ווערן גרויס אבער אפרים וועט זיין נאך גרעסער פון איהם."
דער תפארת שלמה זאגט א רמז אין די ווערטער, וואס הגם עס ליגט נישט אינעם פשט פון פסוק, איז דאס א וויכטיגע הדרכה. דער עיקר עבודה פון א יוד דארף זיין אינזין צו האבען זיין חבר און זעהן וויאזוי ער קען איהם ארויסהעלפען. דער הויפט גרויסקייט פון אלע הייליגע צדיקים איז געלעגן אין דעם וואס זיי האבען נאר געזוכט וויאזוי גוטס צו טוהן פאר אן אנדערע יוד.
ביים כהן גדול שטייט דער לשון והכהן הגדול מאחיו. דער תפא"ש זאגט פשט אין די ווערטער והכהן הגדול – וויאזוי איז ער געווארען גרויס? אין וועלכע זאך שטעקט זיין גדלות? מאחיו – דארך דעם וואס ער איז משפיע גוטס אויף זיינע ברידער. אויך ביי משה רבינו ע"ה שטייט אין פסוק ויגדל משה ויצא אל אחיו. משרע"ה איז גרויס געווארען דארך דעם וואס ער איז ארויסגעגאנגען דאגה'ן פאר זיינע ברידער, און זיך משתתף זיין אין זייער צער. נאר צוליב דעם וואס גאנץ כלל ישראל זענען אלע געוועהן ווי זיינע ברידער האט ער זוכה געוועהן צו זיין דער מנהיג הדור.
דער תפא"ש ניצט דעם לשון כי כן עיקר העבדות של בני ישראל להיות בבחינת הערבות – דער עיקר עבודה פון יודישע קינדער איז צו זיין אין דער בחינה פון ערבים איינער פארן אנדערע. ווען איינער איז אן ערב פאר א צווייטען'ס חוב, אויב האט יענער נישט צו באצאלען, דארף דער ערב באצעלן. צו זיין אן ערב איז פשט אז מען איז משועבד פאר א צווייטע יוד. טאמער יענער האט נישט דארף מען אליין פילען אז עס פעלט ביי זיך זעלבסט.
באמת זענען מיר ערבים איינער פארן אנדערע על פי הלכה. דאס איז דער סבה פארוואס א יוד וואס האט שוין אליין יוצא געוועהן קידוש קען איבערמאכען די ברכה כדי מוצא צו זיין זיין'ס א חבר. דאס איז ווייל יעדער יוד איז אן ערב פאר גאנץ כלל ישראל און ווילאנג עס זענען נאך פארהאנען יודען אויף די וועלט וואס האבען נישט מקיים געוועהן דעם מצוה, פעלט פון אלעמען'ס קיום המצוה. דער תפא"ש לערנט אונז אז אויך אין עבודת ה' דארף מען געדענקען דעם כלל – ווילאנג עס פעלט עפעס פון מיין חבר קען איך אויך נישט זיין בשלימות.
בפרט ווען עס קומט צו דאווענען דארף מען אינזין האבען אנדערע יודען. אין פסוק (שיר השירים ב' י"ד) שטייט הַרְאִינִי את מַרְאַיִךְ הַשְׁמִיעִנִי את קוֹלֵך כי קולך עָרֵב וּמַרְאֵיךְ נָאוֶה – דער באשעפער זאגט פארן כלל ישראל, "לאזט מיר הערן אייער קול און ווייזט מיר אייער אויסזעהן. ווייל ענקער קול איז זיס און ענקער אויסזעהן איז שיין." טייטשט דער תפא"ש קולך ערב מלשון ערב ביי א חוב. דער באשעפער זאגט פאר די יודען ענקער אויסזעהן איז שיין פאר מיר ווען עס איז קולך ערב – ווען מיט אייערע שטימעס זענט איר ערבים (האפטער) איינער פארן אנדערע. טאמער קומט מען בעטען פאר א צווייטען יוד דאן ווערט די תפילה דאס מערסטע אנגענומען. דאן האבען מיר א שיין פנים צו ווייזען פארן קוב"ה.
אין פרשת ויגש (ערשטען שטיקעל) ערקלערט דער תפא"ש נאך טיפער. ער שרייבט דאס אין אמת'ן אריין דארף מען דאך דאווענען מיט א צובראכענעם גייסט, וואס דאס באקומט מען ווען מען קלערט אריין אין וואספארא נידעריגע מדריגה מען געפינט זיך. אבער ווען איינער איז זיך אזוי מתבונן האט ער א פראבלעם, פון וואו נעמט מען טאקע די דרייסטקייט זיך צו שטעלן דאווענען פארן מלך מלכי המלכים. אויף דעם געבט דער תפא"ש די עצה אז מען זאל דאווענען פאר יענעם, ווייל ווען מען בעטען אויף א צווייטען יוד מעג מען אפילו זיין אין א שוואכען צושטאנד.
ער ברענגט דערויף א משל פון אן ארימאן וואס גייט שנארען פאר זיינעטוועגן. אזא סארט ארימאן פילט זיך זייער דערשלאגען און שעמט זיך צו קוקען דעם גביר אין פנים. אנדערש זעט אבער אויס ווען מען גייט נאך געלט פאר אן אנדערע. דאן גייט מען מיט א שטאלץ און מיט דער קאפ ארויף. דערפאר דארפען מיר מתפלל זיין פאר יענעם ביי יעדער תפילה און אזוי קען מען בעטען מיט רעכט.
דער תפא"ש שרייבט בזה"ל: שאם אין האדם מתפלל עבור בני ישראל אפילו יום אחד אין לו שלימות לעולם הבא – דער וואס פארפאסט אפילו איין טאג צו דאווענען אויף כלל ישראל וועט נישט האבען קיין שלימות לעולם הבא. ה"י. דאס איז פשט פון די ווערטער וואס מיר זאגען ביים דאווענען משרתיו – וויאזוי קען מען זיין פון דער אויבעשטער'ס באדינער? ווען שואלים זה לזה – מען בעט פאר א צווייטען יוד.
און דאס האט יעקב אבינו מרמז געוועהן: גם הוא יהיה לעם – אויב ער וועט טוהן פארן עם ישראל, וגם הוא יגדל – וועט ער מיט דעם ווערן גרויס. און אזוי וועט ער דערהייבען דער באשעפער'ס חסדים וואס זענען מרומז אינעם ווארט הוא (ווי עס שטייט ממקומו הו"א יפן ברחמיו – דער באהאלטענע עולם החסד). און מיט דעם דאגה'ן פארן אחיו הקטן – דער ברודער וואס האט ווייניגער פון איהם, וועט ער זוכה זיין צום וזרעו יהיה מלא הגוים – ער וועט קענען ארויסנעמען אלע ניצוצות הקדושים פון צווישען די גוים. און מיט דעם וועלען מיר זוכה זיין צום גאולה שלימה בב"א.

האספו ואגידה לכם את אשר יקרא אתכם באחרית הימים. פירש"י ביקש לגלות את הקץ ונסתלקה ממנו שכינה. יעקב אבינו האט צוזאמען גערופען זיינע הייליגע שבטים און ער האט אנגעהויבען רעדן איבער די פאסירונגען פונעם לעצטע צייט איידער משיח צדקנו וועט קומען. ברענגט רש"י פון חז"ל דאס ער האט געוואלט אנטפלעקען ווען עס וועט שוין זיין דעם קץ הימין אויף וועלכע מיר קוקען אזוי לאנג ארויס, איז די שכינה הקדושה אוועק פון איהם.
אין חז"ל טרעפען מיר נאך א פרט אז די הייליגע שבטים האבען אלע אויסגערופען שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד, און יעקב אבינו האט דערויף געענטפערט ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד.
ערקלערט דער תפארת שלמה דעם ענין אז יעקב אבינו האט געקוקט עד סוף כל הדורות ביז ביאת משיח און ער האט געזעהן וואספארא ביטערע צרות און אפקומענישען יודישע קינדער וועלן נעבעך מוזען מיטמאכען. ווען ער האט דאס אלעס געזעהן איז ארויפגעפאלען אויף איהם א ווייטאג און אן עצבות. כידוע טוט די שכינה נאר רוהן מתוך שמחה, ועל כן איז די שכינה הקדושה נסתלק געווארען פון איהם.
האבען די שבטי י-ה דאס געזעהן און זיי האבען זיך אנגערופען שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד – טאטע, עס וועט סוף כל סוף קומען א לעכטיגע צייט ווען עס וועט זיין ה' אחד ושמו אחד. ווי רש"י לערנט פשט אין פסוק אז ה' וואס ער איז אצינד נאר אלקינו – אנערקענט ביי כלל ישראל, וועט אבער זיין אמאהל ה' אחד – אנגענומען אויף אלע אומות העולם. האבען זיי גע'טענה'ט, "טאטע, דו דארפסט זיך פרייען אז עס וועט נאך אמאל ארויס א קידוש ה' און דער זון וועט צוריק אויפשיינען. עס וועט זיי א תיקון השלם און אלע פעלקער וועלן מעיד זיין און מסכים זיין אז כביכול איז איינער אליין בעליונים ובתחתונים."
יעקב אבינו האט צו דעם מסכים געוועהן און ער האט מיטגעבעטען, "ברוך שם כבוד מלכותו לעולם ועד – זאלען מיר שוין זוכה זיין צום כבוד מלכותו וואס וועט לייכטען אויף אייביג בקרוב במהרה בימינו." אכי"ר.


הֵאָסְפוּ ואגידה לכם את אשר יקרא אתכם באחרית הימים. דער תפארת שלמה טייטשט אין דעם פסוק א מאכטפולע תפילה בהקדם דעם פסוק אין שיר השירים (א' ד') מָשְׁכֵנִי אַחֲרֶיךָ נָרוּצָה – הקב"ה, מיר האבען געהערט אז דו ווילסט אונז ציהן צו דיר, זענען מיר מודיע אז אונז וועלן נאכלויפען נאך דיר. איז דער תפא"ש מסביר דאס אין דעם ליגט א געבעט אויף דעם אופן וויאזוי כביכול זאל אונז ציהן צו זיך.
ערקלערט ער אז ביי קנין משיכה (פון א בהמה) זענען פארהאנען צוויי וועגן וויאזוי א מענטש קען דאס אויספירען, די בהמה זאל זיין זיינס:
א. הכישה במקל – ער געבט א קלאפ פארן בהמה און זי גייט פיהר אמות מכח דעם קלאפ,
ב. קורא לה והיא באה – ער רופט די בהמה און זי קומט נאך זיין רוף.
והנה, שרייבט ווייטער דער תפא"ש, דעם דרך פון 'הכישה במקל' האבען מיר שוין ליידער געזעהן איבער גענוג. דער באשעפער האט אונז שוין נעבעך אזויפיהל געקלאפט בימי גלותינו אז עס שוין פון לאנג נישט געבליבען קיין גאנץ אבר. אצינד ווארטען מיר אבער אויף דעם צווייטען אופן פון משיכה, עס זאל זיין קורא לה והיא באה פון זיך אליין. כביכול ברוב רחמיו זאל אונז רופען און ער זאל אונז אריינגעבן דעם ריכטיגען שכל צו הערן זיין הייליג רוף.
מיר בעטען עס זאל זיין משכני – זיי אונז קונה במשיכה, אבער וויאזוי? אחריך נרוצה – מיר זאלען דיר נאכלויפען און נאכקומען בדרכי נועם ווען מיר וועלן הערן דיין רוף. (ליתר ביאור קען מען מדייק זיין דאס ווען עס איז הכישה במקל לויפט די בהמה פאראויס פונעם בעה"ב, משא"כ ווען ער איז קורא לה און זי קומט צו איהם, גייט זי נאך איהם. אחריך נרוצה קען בלויז מיינען דעם אופן פון קורא לה והיא באה.)
אצינד ווען יעקב אבינו ע"ה האט געוואלט זאגען נביאות איבער די טעג פון אחרית ימים איידער משיח צדקנו וועט קומען, און ער האט געזעהן וואספארא שרעקליכע צרות כלל ישראל וועט מוזען אדורך גיין ביז צו דעם לאנג-ערווארטעטן טאג, האט איהם אנגעכאפט א ציטער און ער איז געווארען אינגאנצען צובראכען. אזוי ווייט אז די שכינה הקדושה האט זיך אפגעטוהן פון איהם ווייל זי איז נאר שורה ווען דער מענטש איז בשמחה. האט יעקב אויסגעשריגען צום רבש"ע מיט א תפלה את אשר יקר"א אתכם באחרית הימים – טוה רופען די יודישע קינדער צו דיר און זיי זאלען דיר נאכקומען מיט א ישוב הדעת און א קלארקייט, און נישט חלילה מתוך יסורים.
השיבנו ה' אליך ונשובה בתשובה שלימה חדש ימינו כקדם.

©כל הזכיות שמורות לאנ"ז – א"וו. נישט ערלויבט צו נוצען פאר קיין שום קאמערציעלען צוועק.
צוגעלייגטע
Tiferes Shloime Vayechi.pdf
(183.07 KiB) דאונלאודעד 155 מאל
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2012 4:20 pm

שכח
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

קנעפעל
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:53 pm

תגובהדורך קנעפעל » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2012 4:46 pm

א שיינעם דאנק מיר האבן הנאה פון אייער ארבעט. ם 

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2012 8:18 pm

זייער שיין, אנעים, הערליך.
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10747
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2012 8:51 pm

אנעים הערליך, א ריזן דאנק.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3958
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דינסטאג דעצמבער 10, 2013 4:18 pm

הייליגע ווערטער.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3958
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מיטוואך דעצמבער 31, 2014 5:50 pm

שא נא לפשע עבדי אלקי אביך. טייטשט דער תפארת שלמה א רמז לויטען חז"ל בזוה"ק אויפען פסוק כי האדם אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, אז טאמער מאכט זיך עפעס א קליינע פניה (זייטיגע כונה) בשעת מען טוט א מצוה, אדער טאמער פעלט עפעס פונעם כונה לשמה, אדער טאמער עס ווערט נישט געטוהן מיט גענוג דחילו ורחימא (יראה ואהבה) ווי עס דארף צו זיין, פליהט די מצוה אדער תפלה נישט ארויף אין הימעל, ווייל עס איז נישט בשלימות.
די עצה דערצו איז עס זאל שפעטער קומען דער צדיק און מיט זיין קדושה מעלה זיין אויך די פעלערהאפטיגע מצוות ומעש"ט זיי זאלען זיין פרחית לעילא (ארויפפליהען אין דער הייעך).
דאס האבען די הייליגע שבטים געבעטען פון יוסף הצדיק וואס ער איז געוועהן דער צדיק יסוד העולם, שא נא – דערהייב און זיי מעלה צום הימעל, לפשע – טאמער עס האט אמאל עפעס געפעלט און איז נישט געוועהן גענוי ווי עס געהער, עבדי אלקי אביך – די עבודת הבורא ית"ש. טאמער די מצוות ומעש"ט און עבודת ה' זענען נישט געוועהן כהוגן זאלסטו זיי אלע מעלה און מתקן זיין מיט דיין קדושה.

Tiferes Shloime Vayechi.pdf
(66.41 KiB) דאונלאודעד 137 מאל
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » מיטוואך ינואר 08, 2020 11:10 pm

ארויף
דער באשעפער איז נישט דיין זיידע... ער איז דיין טאטע!


צוריק צו “מדי שבת בשבתו ומועד במועדו”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט