תורות און ווערטלעך לכבוד פורים

הילף אין ספעציעלע זמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

יישר כח! קיפ איט קאמינג....

די גמרא זאגט אין מסכת מגילה דף ד' עמוד א', "א"ר יהושע בן לוי" רבי יהושע בן לוי האט געזאגט, "נשים חייבות במקרא מגילה" פרויען זענען מחויב מיט מגילה ליינען, "שאף הן היו באותו הנס" ווייל אויך זיי זענען געווען אין דעם נס. זאגט אויף דעם תוספות אז דער רשב"ם לערנט פשט "שאף הן היו באותו הנס" אז זיי זענען געווען דער עיקר פונעם נס, ווייל דער נס איז געשען דורך אסתר וואס זי איז געווען א פרוי, אבער תוספות פרעגט אויף דעם פשט, אז לויט דעם וואלט דאך די גמרא געדארפט זאגן סתם "שהן היו באותו הנס" וואס עפעס זאגט די גמרא "שאף הן" אז "אויך זיי" זענען געווען א חלק פון דעם נס, וואס פון דעם לשון זעהט אויס אז זיי זענען נישט געווען דער עיקר נאר א טפל.
זאגט תוספות "לכך נראה לי שאף הן היו בספק דלהשמיד ולהרוג", וועגן דעם זעהט מיר אויס פשט אז אויך די פרויען זענען געווען אין א ספק פון להשמיד ולהרוג, און דאס מיינט אז זיי זענען אויך געווען אין דעם נס, ווייל זיי זענען אויך געראטעוועט געווארן פון די גזירה פון המן. און אזוי שטייט אויך אין ירושלמי אז אויך די פרויען זענען געווען אין א ספק סכנה.
פרעגן אבער די מפרשים אויף דעם, פארוואס זאגן תוספות און דער ירושלמי אז די פרויען זענען נאר געווען אין א "ספק סכנה"? עס שטייט דאך קלאר ארויס אין פסוק אז המן האט געמאכט די גזירה אויך אויף די פרויען, "להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים מנער ועד זקן טף ונשים ביום אחד"? זענען דאך אויב אזוי די פרויען זיכער אויך געווען אין די סכנה פון להשמיד להרוג ולאבד.
נאר אין ספר בן יהוידע וויל ער דאס פארענטפערן מיט א מדרש, אויפן פסוק "אם על המלך טוב יכתב לאבדם" זאגט דער מדרש, אז המן האט געזאגט פאר אחשוירוש "יעצט ווייס איך נישט וויפיל זיי זענען, אבער ווען זיי זענען ארויס פון מצרים זענען זיי געווען זעקס הונדערט טויזנט מענער. איך וועל דיר געבן פאר יעדן פון זיי הונדערט דנרים אז דו זאלסט מיר לאזן זיי הרג'נען". זעהט מען פון דעם מדרש אז ער האט נאר אפגעקויפט פון אחשוירוש די ערוואקסענע מענער, ווייל ער האט נאר באצאלט פאר די וואס מען האט געציילט אין מדבר, און פרויען און קינדער האט מען דאך נישט געציילט, האט ער דאך נישט באצאלט פאר זיי. אבער ווען המן הרשע איז געקומען צו די שרייבער פון קעניג אז זיי זאלן אויסשטעלן די בריוו האט ער זיי געהייסן אריינשרייבן אז מען זאל הרג'נען אויך די פרויען און קינדער, אפילו ער האט נישט געהאט קיין רשות אויף דעם פון אחשוירוש. ווייל ער האט געטראכט אז אויב ווען דער קעניג וועט געוואר ווערן וועט אים דער קעניג נישט לאזן הרג'נען אויך די פרויען און קינדער וועט ער דעמאלטס צוריקציען, און אויב נישט וועט מען הרג'נען די פרויען און קינדער אויך.
לויט דעם קומט אויס אז עס איז נאך בכלל נישט געווען זיכער אז די גזירה איז אויך אויף די פרויען און קינדער, און מיט דעם פארענטפערט דער בן יהוידע זייער גוט דעם לשון התוספות און די ירושלמי, אז די פרויען זענען נאר געווען אין א "ספק" סכנה.
מיט דעם קען מען שוין פארשטיין וואס אסתר האט גע'טענה'ט, ווייל עס שטייט אין פסוק אז מרדכי האט אלעס פארציילט פאר התך, "ויגד לו מרדכי את כל אשר קרהו, ואת פרשת הכסף אשר אמר המן לשקול על גנזי המלך", מרדכי האט אים פארציילט אז המן האט אפגעקויפט פון אחשוירוש אלע אידישע מענער, און אסתר האט פארשטאנען אז אויף די פרויען האט אחשוירוש נישט געגעבן קיין רשות צו הרג'נען, און וועגן דעם האט אסתר נישט געוואלט גיין
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
שינאווע חסיד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 11:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שינאווע חסיד »

רוב זאכען איז פון אונזער תלמיד חכם און באקאנטער תורה שרייבער שר ארבעת האלפים "זיידעניו" עס איז נאר צוזאם גענומען ייש"כ זיידעניו
די הייליגע חתם סופר (דרשות לז' אדר תקצ"ו) פרעגט, וואס איז די טעם אז עס איז זיך געקומען אז מען זאל אזוי שטארק מעניש זיין המן מיט אזא הארבע עונש? די יודן האבן דאך געזינדיגט און עס איז געווען א גזירה אז מען זאל אויס'הרג'נען כלל ישראל, המן איז דאך נאר געווען די שליח, האט ער דאך געטוהן זיין שליחות, וואלט דאך געווען גענוג אז מען זאל נאר מציל זיין כלל ישראל, און נישט אויס'הרג'ענען המן צוזאמען מיט די גאנצע משפחה?
ענטפערט די חתם סופר אזוי: מיר האבן א קבלה אז אויב מען דערציילט לשון הרע אויף א צווייטע דעמאלס אלע מצוות פונעם "רעדער" גייען ארויף אויף וועמען ער האט גערעדט, און די עבירות פון וועמען מ'האט אויף איהם גערעדט גייען אריבער אויף'ן "רעדער" (און אזוי שטייט אין חובת הלבבות שער הכניעה פ"ז)
די גמרא זאגט אין מגילה דף י"ג עמוד ב', אז המן איז געווען א גרויסע בעל לשון הרע, ווי מיר טרעפן אז ער האט גערעדט צו אחשורוש און געזאגט "ישנו עם אחד וגו'," קומט דאך אויס אז אלע עבירות פון כלל ישראל איז ארויף אויף איהם, ממילא נאכדעם וואס די יודן האבן תשובה געטוהן, און עס איז פארגעבן געווארן זייער עבירות, איז אלעס וואס עס וואלט געדארפט געשעהן צו יעדע איינציג יוד איז ארויף אויף איהם, דערפאר איז איהם געקומען אזא הארבע עונש, ווייל אין זיין עונש איז געלעגן די עונשים פון אלע עבירות פון אלע יודן ביז היצט.
מיט דעם קען מען אויך פארשטיין נאך א זאך.
עס איז דא א מחלוקת רש"י און די רמב"ן, ווי אזוי עס האט אויסגעזען די פעמונים און די רמונים פון די מעיל, רש"י האלט אז עס איז געווען עקסטער די פעמונים און עקסטער די רמונים, און די רמב"ן האלט אז די פעמונים זענען געווען אין די ליידיגקייט פון די רמונים.
די הפלא"ה זאגט אז פון די לשון פעמון ורמון פעמון ורמון איז משמע ווי רש"י זאגט, אז זיי זענען געווען עקסטער, אבער פון די לשון הפסוק ופעמוני זהב בתוכם איז משמע ווי די רמב"ן זאגט, אז עס איז געווען אינערווייניג.
חז"ל זאגן אז די מעיל איז מכפר אויף לשון הרע. עס זאל קומען א זאך וואס האט א קול, (ווייל די גלעקלעך מאכן דאך א קול) און עס זאל מכפר זיין אויף לשון הרע וואס איז אויך מיט א קול (רעדן מיטן קול) . רמונים איז מרמז אויף מצוות "מלאים מצוות כרימון".
לויט דעם חתם סופר וואס מיר האבן פריער געזאגט, קען מען זאגן אז ביידע פשטים סיי פון רש"י און סיי פון רמב"ן קענען שטימען אין איינעם, בשעת ווען מען רעדט לשון הרע, דעמאלס איז דער גלעקל וואס איז מרמז אויף לשון הרע אין דעם רמון, ווייל די רמון איז שוין נישט פיל מיט מצוות, נאר עס איז איז פיל מיט די גלעקל וואס איז מרמז אויף לשון הרע, אזוי ווי די רמב"ן זאגט. אבער וויבאלד "ונשמע קולו בבאו אל הקודש", די כהן איז געגאנגען מיט די מעיל, און די מענטש האט ריכטיג תשובה געטוהן, האט עס דאך שוין מכפר געווען אויף די לשון הרע וואס ער האט גערעדט, דעמלאס איז די גלעקל שוין נישט אינערווייניג נאר עס שטעלט זיך ארויס פון די רמון אזוי ווי רש"י לערנט, און די רמון איז נאכאמאל אנגעפילט געווארן מיט מצוות.
עס פלעגט זיין די מנהג אז די זקנים זענען אריינגעקומען פורים צו ר' ישכר דוב מבעלזא זי"ע און האבן געזאגט שיינע ווערטליך. איין יאר האבן די זקנים געבעטן אז די רב זאל זאגן א ווערטל, האט ער איינגעטייטשט אזוי: עס שטייט אין די מגילה, "ויאמר המלך להמן הכסף נתון לך והעם לעשות בו כטוב בעיניך" האט ער געטייטשט אזוי: "ויאמר המלך" דער אייבערשטער זאגט "להמן הכסף?" צו המן זאל מען דען געבן די געלט? וואס דארף דען א גוי געלט? אוודאי נישט, נאר "נתון לך" די געלט זאל מען געבן צו די יודן, "והעם" זאגן כלל ישראל צו דעם "לעשות בו כטוב בעיניך" מיט די געלט גייען מיר נאר טוהן מצוות ומעשים טובים אזוי ווי עס איז גוט אין די אויגן פון די אייבערשטער.
עס שטייט אין גמרא מגילה (דף ד' עמוד א') "ואמר ריב"ל" און ר' יהושע בן לוי האט געזאגט "חייב אדם לקרות את המגילה בלילה" און א מענטש איז מחוייב צו לייענען די מגילה ביינאכט, "ולשנותה ביום" און עס איבער'חזר'ן בייטאג. פרעגט די שם משמואל פארוואס דארף מען דאס איבער'חזר'ן בייטאג?
עס איז באקאנט אז עמלק איז אנדערש ווי די אנדערע זיבן פעלקער, ווייל די זיבן פעלקער, אויב זיי ווילן זיך מגייר זיין מעג מען זיי אננעמען, אבער עמלק האט דער אייבערשטער געשוואירן אין זיין כסא הכבוד אז ער וועט זיי קיינמאל נישט אננעמען פאר גרים. לכאורה איז שווער פארוואס טאקע איז דא א חילוק לגבי גירות צווישן די זיבן פעלקער, און עמלק?
עס שטייט אין מסכת חולין (דף צ"א ע"א) אז עס שטייט אין פסוק ווען די שטן האט זיך געראנגלט מיט יעקב "ויאבק איש עמו" "חד אמר" איינער האלט, "כתלמוד חכם נדמה לו" אזוי ווי א תלמוד חכם האט ער זיך צו איהם באוויזן, "וחד אמר" און איינער האלט, "כגוי נדמה לו" אזוי ווי א גוי האט ער זיך צו איהם באוויזן. זאגט אויף דעם די אבני נזר (די טאטע פון די שם משמואל) אז עס איז דא צוויי מיני יצר הרע'ס, איין יצר הרע רעדט איבער דעם מענטש אז ער זאל עובר זיין אן עבירה, כאטש ער ווייסט גאנץ גוט אז עס איז אן עבירה, און דעמאלס הייסט די יצר הרע א גוי, און אמהל פארבלענדעט ער די אויגן פון דעם מענטש און ער רעדט איהם איין אז עס איז גאר א מצוה, און דעמאלס הייסט די יצר הרע א "תלמיד חכם", ווייל ער מאכט זיך ווי א תלמיד חכם און ער זאגט איהם אז דאס איז א גרויסע מצוה אויב מען טוט יענע עבירה.
וואס איז די נפקא מינא פון די צוויי יצר הרע'ס, דער ערשטע יצר הרע טוט פארדרייען די "הארץ" פון די מענטש אז ער זאל זינדיגן, און דער צווייטער יצר הרע טוט פארדרייען זיין "שכל" איהם איינצורעדן אז ער טוט א מצוה.
אין פרשת שלח (קאפיטל יג פסוק לב) אויף די ווערטער וואס די מרגלים האבן געזאגט "וכל העם אשר ראינו בתוכה אנשי מדות" זאגט די תרגום יונתן אויף די ווערטער "מדות" "מטרוי מהיכאלטן בלהישסהין, זעהן מיר פון דעם אז די זיבן פעלקער זענען פעלקער וואס זענען פארדארבן מיט א שלעכטע טבע און שלעכטע מדות פון די "הארץ" אבער עמלק איז פארדארבן נישט נאר מיט דעם נאר זיי זענען אויך פארדארבן מיט זייער "שכל".
מיט דעם קענען מיר פארשטיין די חילוק צווישן די זיבן פעלקער און עמלק לגבי זיי מקבל זיין לגירות, ווייל די זיבן פעלקער וואס זענען באקאנט אלץ זייער שלעכטע טבע פון די "הארץ" איז אויב זיי זענען מחליט אז זיי גייען שוין טוהן די פארקערטע פון זייער טבע, מעג מען זיי מקבל זיין, ווייל א מענטש האט דאך א בחירה, ער קען בוחר זיין בטוב, און ער קען בוחר זיין ברע, קען ער דאך אויך יעצט בוחר זיין בטוב. אבער עמלק וואס זיין מדה איז מיט דעם וואס ער האט א פארדרייטע שלעכטע שכל, וועט טוישט ער דאך נישט זיינע וועגן, נאר ער זאגט אויף גוט'ס אז עס איז שלעכט, און אויף שלעכט אז עס איז גוט, האט ער דאך בכלל נישט פארשטוישט זיינע וועגן נאר ער איז מסביר ווי ווייט "גוט" עס איז די "שלעכטע זאכן" וואס ער טוט.
אגב קען מען אויך פארשטיין פארוואס עס שטייט אויף עמלק א דאפלטע לשון "מחה תמחה" ווייל מען דארף אויסמעקן סיי די שלעכטס וואס ער האט אין הארץ אזוי ווי אלע גוים, און אויך די ספיציעלע זאך וואס ער איז מער ווי אלע גוים דאס איז אז ער טוט פארדרייען די מחשבה און זאגט אויף "שלעכטס" אז עס איז "גוט".
יעצט וועלן מיר צוריקקומען צו אונזער ערשטע פראגע פארוואס מען דארף איבער'חזר'ן די מגילה בייטאג.
די תירוץ איז אזוי: נאכט איז מרמז אויף די טבע פון די הארץ, ווייל ווען א מענטש שלאפט גייט דאך פון איהם אוועק די שכל בלייבט נאר איבער די הארץ. טאג איז אבער מרמז אויף די שכל, וואס דעמאלס נוצט א מענטש גוט זיין שכל. דערפאר ווען מיר לייענען די מגילה ביינאכט מעקן מיר אויס די חלק פון עמלק וואס זיי זענען ווי אלע גוים מיט די שלעכטע הארץ, דערנאך ווען מיר לייענען איבער די מגילה בייטאג מעקן מיר אויס די חלק פון עמלק וואס זיי זענען ספיציעל געאייגנט מיט א פארדארבענע שכל.
מיט דעם קענען מיר אויך פארשטיין וואס עס שטייט גע'פסק'ענט אין שולחן ערוך אורח חיים סימן תרצ"ה סעיף א' "סעודת פורים שעשאה בלילה לא יצא ידי חובתו" אויב מען האט געמאכט די סעודת פורים ביינאכט האט מען נישט יוצא געווען די חוב. פון די ווערטער פון די מחבר "לא יצא די חובתו" איז משמע אז א מצוה איז דא, נאר ער האט נאכנישט יוצא געווען די גאנצע חוב. מיט דעם וואס מיר האבן פריער גערעדט פארשטייען מיר דאס זייער גוט, ווייל די סעודת פורים איז דאך מרמז אויף די שמחה פון מחיית עמלק וואס מיר האבן געטוהן ביים לייענען די מגילה. וועגן דעם ביינאכט איז טאקע דא א מצוה, ווייל ביינאכט האבן מיר טאקע אויסגעמעקט עמלק, אבער דערווייל נאר די חלק פון עמלק וואס אלע גוים האבן אין זיך דאס איז די "שלעכטע הארץ" אבער וועגן דעם זאגט די מחבר אז מען איז אבער נאך נישט יוצא סעודת פורים, ווייל מען האט דאך נאכנישט אויסגעמעקט די עיקר חלק פון עמלק, אבער בייטאג ווען מיר לייענען איבער די מגילה און מיר מעקן אויס די חלק פון עמלק וואס ער איז ספיציעל געאייגנט דאס איז זיין פארדארבענע שכל, און דערנאך עסן מיר די סעודת פורים, איז דאס טאקע א סעודה ווי עס דארף צו זיין און דעמאלס איז מען ערשט "יוצא ידי חובתו".
לאמיר טאקע געדענקען וואס עמלק האט געוואלט טוהן, און לאמיר זיך נישט לאזן פארדרייען פון דעם "יצר הרע" וואס פארשטעלט זיך ווי א "תלמיד חכם" און זאגט אויף "עבירות" אז זיי זענען "מצוות" און אזוי וועלן מיר זיך שוין בקרוב פרייען די ריכטיגע שמחה בביאת המשיח במהרה בימינו אמן.
איש ימיני
עס שטייט אין פסוק (ט' א') "בלחיוים אגשסזר שעהבלארול אייבוי החילאהולדהים להשסאלויט בלטהזם" דעם טאג וואס די פיינט פון די אידען האבען געהאפט צו געוועלטיגען אויף די אידען, "ואנחהגפויךא הולא" עס איז געווארען פארקערט - אז די אידען האבען געוועלטיגט אויף די גוים. ווען עס שטייט שעהבלארול (שי"ן שמאלית) דעם פינטעל אויף די לינקע זייט איז שעהבלארול טייטש וואס די גוים האבען געהאפט צו געוועלטיגען אויף די אידען. אבער ווען עס שטייט שסהבלארול (שי"ן ימנית) דעם פינטעל אויף די רעכטע זייט איז שסהבלארול טייטש צוברעכען. דאס קען זיין פשט אין פסוק, "בלחיוים אגשסזר שעהבלארול" עס איז געווען דעם טאג וואס די גוים האבען געהאפט צו געוועלטיגען אויף די אידען, אבער "ואנחהגפויך הולא" עס איז איבער געקערט געווארען פון א שע צו שס - "בלחיוים אגשסזר שסהבלארול אייבוי החיאהולדהים" דעם טאג וואס די גוים זענען צובראכען געווארען.
וואס דאס אלעס איז געשעהן אין דעם זכות פון מרדכי הצדיק, וואס ווערט אנגערופען "איש ימיני" וואס ער האט געהאט דעם כח צו מאכען פון א שע א שס אז די פינטעל זאל זיין אויף די רעכטע זייט, אז עס זאל זיין "בלאיוים אגשסזר שסהבלארול אייבוי החילאהולדהים" אז עס זענען צובראכען געווארען די שונאים.
מרדכי הצדיק האט געהאט דעם כח, ווייל ער האט שטענדיג געקלאגט און מתאבל געווען אויף דעם חורבן בית המקדש, אזוי ווי דער פסוק זאגט "אשר הגלה מירושלים עם הגולה" וואס לכאורה איז שווער, וואס דארף מיר דער פסוק דערציילען אז מרדכי איז געווען פון די אידען וואס זענען פארטריבען געווארען אין גלות, אלע אידען וואס זענען געווען אין בבל זענען דאך געווען פארטריבען אין גלות, נישט נאר מרדכי ? נאר דער פסוק וויל אונז זאגען אז מרדכי האט נישט מסיח דעת געווען פון דעם גלות, נאר ער איז שטענדיג געווען "עם הגולה", אזוי ווי מען וואלט איהם היינט ארויס געשיקט אין גלות.
דאס קען זיין די המשך הפסוקים, "איש ימיני" ער האט געהאט דעם כח צו מאכען פון שעברו אויף שסברו, ווייסטו פארוואס, ווייל אשר הגלה וכו', ווייל מרדכי איז נישט געווען אזוי ווי די אידען וואס האבען נהנה געווען פון סעודת אחשורוש, ווייל מרדכי האט נישט געקענט הנאה האבען, ווייל ער האט מתאבל געווען אויף דעם חורבן.
מיט דעם קען מען טייטשען די פסוק (תהלים קל"ז) "אם אשכחך ירושלים" אויב מען פארגעסט צו קלאגען אויף דעם חורבן פון ירושלים, "תשכח" קענען מיר פארגעסען פון צו האבען דעם כח פון "ימיני" צו מאכען פון שעהבלארול שסהבלארול.
שמן ראש
להיות כל איש שורר בביתו
מיר וואוסען אז די אנהייב פון די מגילה איז א חלק פון די נס פורים, אזוי ווי די גמרא זאגט, אז השי"ת האט אנגעגרייט די רפואה פאר די מכה. דאס מיינט אז אחשורוש האט געהארגעט ושתי, כדי אסתר זאל ווערען די מלכה, נאך פאר עס איז געווען די גזירה פון המן. דארף מען פארשטיין, וואס פאר א נוצען איז געווען די נייע גזירה פון אחשורוש אז להיות כל איש שורר בביתו ?
מען קען דאס פארענטפערן, ווייל כדי די נס פון פורים זאל געשעהן האט אויסגעפעלט די נייע גזירה פון אחשורוש אז א יעדע מאן זאל זיין דער בעל הבית פון שטוב. ווייל אויב ווען נישט, ווען מען איז געקומען זיכען אסתר וואלט ווען מרדכי געקענט באהאלטען אסתר און זאגען איך ווייס נישט ווי זי איז, זי איז נישט אין דערהיים - און מרדכי וועט זאגען זי וויל נישט פאלגען און זיצען אין שטוב א גאנצע טאג - יעצט אבער אז מען מוז פאלגען האט יעדער איינער געמוזט באפעלען זיינע טעכטער צו בלייבען אין שטוב, אזוי ארום ווען מען איז געקומען זיכען א קעניגען פאר אחשורוש האט מען געטראפען אסתר, וואס דורך איר איז געשעהן די נס פון פורים.
ח"ס בשם הפלא"ה
והיום הזה תאמרנה
דאס גאנצע נס פון פורים האט זיך אנגעהויבען מיט דעם וואס אחשורוש האט געהרג'ט ושתי, וואס דורך דעם איז אסתר געווארען די מלכה, וואס די ישועה פאר כלל ישראל איז געשען דורך איר. המן איז געווען דער וואס האט געגעבען די עצה צו הרג'ענען ושתי אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "והיום הזה תאמרנה וכו' אם על המלך טוב יצא דבר מלכות" זאגט דער מדרש "היום גורם אילו הי' שאר ימים לא דיבר כן" - אויב עס וואלט געווען א אנדערע טאג וואלט ווען המן נישט אזוי גערעדט.
דארף מען פארשטיין וואס איז דער טאג אנדרעש ווי אלע אנדערע טעג ?
נאר עס איז באוואוסט אז די סעודה פון די 180 טעג האט זיך אנגעהויבען חודש ניסן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "ימים רבים" שמונים ומאת יום - וואס די ווארט "ימים רבים" איז לכאורה איבריג, אז עס שטייט שוין וויפיל טעג עס איז געווען די סעודה וואס דארף שטיין אז עס איז געווען אסאך טעג ? קען מען ענטפערן, אז ימים רבים איז נישט טייטש אסאך טעג נאר "גרויסע טעג", וואס די טעג פאנגען אהן גרויס צו ווערען זימער צייט, וואס דאס איז פון חודש ניסן ביז תשרי, קומט אויס אז אין די 6 חדשים פון ניסן ביז תשרי איז נאר דא 177 טעג ווייל דריי חדשים האבען 29 טעג און דריי חדשים האבען 30 טעג, און נאך דריי טעג פון תשרי, האט זיך די סעודה פון 180 טעג געענדיגט ג' תשרי.
און דערנאך האט אחשורוש געמאכט א סעודה פאר נאך 7 טעג - אנגעהויבען פון ד' תשרי, איז די 7'טע טאג פון דער סעודה אויס געקומען אויף י' תשרי וואס דאס איז "יום כיפורים". וואס אין דעם טאג האט מען געהארגעט ושתי.
ממילא איז שוין זייער גוט פארוואס די מדרש זאגט "היום הזה" - ווייל נאר אין יום כיפור האט מען געקענט אנגרייטען די ישועה פאר כלל ישראל ווייל דעמאלס איז די שטן נישט מקטרג.
און דאס איז זיכער אז די אידען אין שושן האבען נישט געגעסען ח"ו אין יום כיפור, ביי די סעודה פון אחשורוש, ממילא האבען זיי נאר געגעסען 6 סעודות. איז שוין זייער פארשטענדיג פארוואס עס שטייט אז די אידען האבען געטוהן 6 זאכען ווען זיי האבען תשובה געטוהן - "אבל" - "צום" - "ובכי" "מספד" - "שק" - "ואפר" אנטקעגען די 6 סעודות וואס זיי האבען געגעסען, ווייל אויף די 7'טע טאג האבען זיי נישט געדארפט תשובה טוהן ווייל זיי האבען נישט געגעסען ווייל עס איז געווען יום כיפור.
מנות הלוי
ויאמר חרבונה
די גמרא זאגט אין מסכת מגילה (ט"ו) "אף חרבונה באותה עצה היה" חרבונה האט באמת צוגעשטימט און געגעבען די עצה אז מען זאל אויף הענגען מרדכי. לכאורה דארף מען פארשטיין פון ווי האבען דאס חז"ל גענומען, עס זעט דאך אויס צו זיין פונקט פארקערט, ווייל ער איז דאך געווען דער וואס האט אויס געזאגט פאר אחשורוש אז המן האט אנגעגרייט א בוים צו הענגען מרדכי, וואס איז גרויס פופציג אמה ?
מען קען דאס מסביר זיין מיט א משל, עס איז געווען א בלינדע ארימאן, וואס פלעגט ארום גיין פון שטאט צו שטאט בעטען פאר נדבות. אבער וויבאלד ער איז געווען בלינד, האט ער מיט גענומען מיט זיך א באגלייטער וואס האט איהם ארום געפירט און געוויזען דעם וועג. איין טאג ווען ער האט שוין אנגעזאמעלט פופציג דאלער, און דער ארימאן האט עס אריינגעלייגט אין זיין טאש, האט זיין באגלייטער דאס ארויס גענומען פון דעם טאש פון דער אירמאן. דער ארימאן האט אבער גארנישט געוואוסט אז עס פעלט איהם דאס געלט.
נאך א שטיק צייט, ווען דער אירמאן האט געטאפט זיינע טאשען און ער האט געשפירט אז עס פעלט איהם דאס געלט, האט דער ארימאן זיך גענומען ביטערלעך צו וויינען און קלאגען. "וויי אויף מיר" - האט ער אויסגעשריגען, "איך האב זיך אזוי געמוטשעט דאס צו באקומען, און יעצט האט עס א גנב פון מיר צוגענומען". ווען זיין באגלייטער האט געזעהן די צרות וואס דער ארימאן האט יעצט, ווייל ער האט אוועק גענומען זיין געלט, האט ער באקומען רחמנות אויף איהם, און ער רופט זיך אהן "איך האב געטראפען דיין געלט" - דא האסטו דיין פופציג דאלער וואס דו האסט פארלוירען....
אזוי ווי דער אירמאן האט צוריק באקומען זיין געלט, האט ער זיך גענומען שרייען און שלאגען זיין באגלייטער. האט דער באגלייטער איהם געפרעגט "פארוואס שלאגסטו מיר, איך האב דאך דיר א טובה געטוהן, וואס איך האב געטראפען דיין געלט און צוריק געגעבען, און דו באצאלסט צוריק א טובה מיט מיר שלאגען". האט דער ארימאן גענטפערט - "דו ביסט א גנב און א ליגענער - דו האסט געגנב'ט מיין געלט, ווייל אויב נישט - פון ווי האסטו געוואוסט אז עס פונקט פופציג דאלער".
דאס זעלבע קען מען זאגען, האבען די חז"ל פארשטאנען אז חרבונה האט באמת צוגעשטימט און געגעבען די עצה אז מען זאל אויף הענגען מרדכי, ווייל אויב נישט, פון ווי האט חרבונה געוויסט אז דאס האלץ איז הויך פונקט פופציג אמה. אלא מאי מוז זיין אז חרבונה איז געווען ביי די עצה מען זאל הענגען מרדכי.
**
גם הנה העץ
חרבונה האט געזאגט פאר אחשורוש, אז המן האט אנגעגרייט א האלץ אויף צו הענגען מרדכי "אשר דבר טוב על המלך". און אחשורוש האט גלייך געזאגט מען זאל אויף הענגען המן. דארף מען פארשטיין, פארוואס האט זיך אחשורוש אזוי שנעל אויף גערעגט, און ער האט גלייך באפוילען אז מען זאל אויף הענגען המן, וואס איז דען אז המן האט געוואלט אויף הענגען מרדכי, אבער למעשה האט ער נישט, ער האט נאר געוואלט. און פאר וועלען אויף הענגען מרדכי קומט פאר המן מען זאל איהם הארגענען ? אז איין שר וויל הארגענען איין איד, דארף מען איהם הארגענען ?
מען קען זאגען פשט אין פסוק, אז חרבונה האט אזוי געזאגט פאר אחשורוש, "גם הנה העץ אשר הכין למרדכי", אז המן האט אנגעגרייט די האלץ פאר מרדכי, און אויך "אשר דבר" וואס המן האט גערעדט "טוב על המלך" אז די האלץ איז אויך גוט צו הענגען דעם קעניג אחשורוש. וועגען דעם האט זיך אחשורוש אויף גערעגט, און האט באפוילען מען זאל הענגען המן, ווייל ער האט געוואלט הענגען אחשורוש. (קהלת משה)
**
וימי הפורים האלה לא יעברו
דער רמב"ם פסק'נט (הלכות מגילה פרק ב' הלכה י"ח) אז אלע ימים טובים וועלען בטל ווערען, אבער דער יום טוב פורים וועט קיינמאל נישט בטל ווערען. לכאורה דארף מען פארשטיין, מיט וואס איז פורים אנדערשט פון אלע אנדערע ימים טובים ?
מען קען דאס פארענטפערן, מיט דעם וואס דער רמב"ן שרייבט אין פרשת בא, עס זענען דא צוויי ערליי ניסים פון השי"ת. א "נס נגלה", דאס מיינט א נס וואס יעדער באמערקט און זעהט אז דאס איז א נס, ווי למשל; יציאת מצרים, קריעת ים סוף, מטן און באר. אויך איז דא א "נס נסתר", באהאלטענע נסים וואס זענען נישט אויפפאלנד, און מען באמערקט נישט אז השי"ת האט דא געטוהן א נס, נאר עס זעהט אויס אז עס האט זיך אזוי פערצופאל געפירט. ווי למשל ביי דעם נס פון פורים האט מען נישט באמערקט אז דאס איז א נס פון השי"ת, מען וואלט געקענט זאגען אז ווייל אסתר איז געווען דעם קעניג'ס ווייב האט זי געקענט פועל'ן ביי אחשורוש צו הרג'נן המן, און צעשטערען זיין גזירה פון הרג'נן אלע אידען. אבער דער אמת איז, אז גארנישט טוט זיך נישט פון זיך אליין, נאר אלעס ווערט געפירט דורך דער אויבערשטער. ווי דער רמב"ן שרייבט, אז דער וואס גלייבט נישט אין א "נס נסתר" דער האט נישט קיין חלק בתורת משה רבינו עליו השלום.
דאס מיינט דער פסוק מיט "וימי הפורים לא יעברו", די אלע ימים טובים וואס זיי זענען צוליב ניסים גלויים, די ניסים גלויים וועלען בטל ווערען, אבער פורים וועט נישט בטל ווערען, דאס מיינט אז דער אויבערשטער וועט פאר אונז אלע מאהל מאכען ניסים באהאלטענער הייט.
**
מס' מגילה י"ג עמוד ב' תוס' ד"ה הכסף נתון לך. גימטריא דהכסף עולה הע"ץ רמז לו שיתלה עליו.
**
איתא בגמרא (מס' מגילה יג:) גלוי וידוע לפני מי שאמר והיה העולם שעתיד המן לשקול שקלים על ישראל לפיכך הקדים שקליהן לשקליו והיינו דתנן באחד באדר משמיעין על השקלים.
ויש להבין השייכות בין שקלי המשכן להשקלים שנתן אותו רשע. גם צ"ב דוכי בלאו הכי לא היה ח"ו לשונאיהם של ישראל תקומה עד שהוצרכו לתת שקלים במשכן כדי להנצל מהשקלים שנתן המן.
עוד צריך ביאור הלשון לפיכך הקדים דהא השקלים של המשכן היו הרבה זמן לפני השקלים של המן ומהו ההו"א שלא היה בהקדמה, וגם הלשון אינו מדוקדק דנראה כעין ערמה במה שהקדים שקלי המשכן.
אך נקדים מה דאיתא בראש דוד מהגאון החיד"א בפרשת במדבר (דף שפ"ו) מה שאמר המן ישנו עם אחד מפוזר ומפורד בין העמים כי בהיותו צורר היהודים רצה להראות למלך שהם חייבים על פי תורתם ובקש להפיץ ולהדיח כל צד זכות ויאמר המן ישנו עם אחד יחיד ובטל לגבי רוב האומות ועושים נגד התורה והסברא דאחרי רבים להטות וזאת לפנים בישראל אשר היו בארץ כנען היה להם מקום פטור דכל קבוע כמחצה על מחצה דמי (עי' בענין זה בישמח משה פר' שמות), אך עתה הוא מפוזר נע ונד וימעטו וישוחו נגד רוב האומות, ואי תימא שהם חכמים והיכא דמחדד טפי לא אזלינן אחר רוב בני אדם, לז"א ומפורד ואמרו חז"ל כפרדה זו שאינה עושה פירות, כלומר אין בהם תבונה כסוס כפרד אין הבין, וכבר ראו עיניך בדין ושתי הם עצמם העידו על עצמם שניטלה מהם חכמתם, וא"כ הם מיעוטא דמיעוטא בכל מדינות מלכותיך, ואי תימא שהם הרוב לגבי כל כת מעובדי ע"ז ודתיהם שונות מכל עם רצה לומר כי גם ישראל יש להם דתות ונימוסים הרבה, וז"ש ודתיהם שונות לשון רבים כיחש לו בכל עלילותיו, ועל כל פנים ואת דתי המלך שכל העולם שוים אינם עושים ועל כן למלך אין שוה להניחם, עכ"ל.
ומבואר בדבריו דכל עיקר כוונת המן היתה להראות לאחשוורוש שבני ישראל צריכים לילך אחר רוב לעבוד עבודה זרה דהא הם המיעוט שבעולם.
אולם מכל הני שהוכיח המן מכל צד וצד נראה דתני ושייר, דהנה איכא דרכא אחרינא לבטל טענת העמים שנלכו בתר רוב שלהם,
והוא עפ"י מש"כ בספר דרש משה (פר' כי תשא, דף קס"ה) בשם הגאון מוה"ר העשיל מקראקא זצ"ל דהטעם על מה שציוה הקב"ה למנות את ישראל בשקלים הוא דאיתא במדרש (ויק"ר ד, ו) דאמרו או"ה לישראל שיעבדו ח"ו עבודה זרה משום דכתיב אחרי רבים להטות והמה הרוב בעולם, ומשום האי חששא שלא יבוטל ח"ו עם ישראל בין הנכרים ציוה הקב"ה למנותן וקיי"ל דדבר שבמנין אפילו באלף לא בטיל עכ"ל. ולפי"ז שפיר נתבטל טענת המן אפילו שבני ישראל מפוזרים מבין העמים, והוא משום דנתנו מחצית השקל והמה מן המנוי דלא בטיל.
ולפי"ז יש להבין מה שאמר ריש לקיש גלוי וידוע לפני מי שאמר והיה העולם דעתיד המן לשקול עשרת אלפים ככר כסף כדי לעורר דבני ישראל צריכים להתבטל ברוב הגוים, נתן עצה אחרת והקדים שקליהם לשקליו כדי שיהיו דבר שבמנין ודבר שבמנין אפילו באלף לא בטיל והבן.
**
א הערליך ווארט און ספר ברית כהונת עולם (דער בני יששכר ברענגט איהם א פאר מאל)
די ערשטע משנה און מגילה, מגילה נקראת בי"א, י"ב, י"ג, י"ד, ט"ו, לא פחות ולא יותר. רשי טייטשט לא פחות, י' לא יותר, ט"ז אין פע"ח פון ר' חיים ויטאל שטייט אז מגילה איז פון לשון התגלות אז די מגילה ווייזט אויף התגלות השם.
אויפען פסוק זה שמי לעלם וזה זכרי לדר דר איז דא דער דרשות חז"ל אין רש"י איז עס מרמז אז נישט וויא מען שרייבט דעם שם זאגט מען עס ארויס. דער כתיב איז הוי' און ליינען ליינט מען עס אד'. דער כתיב איז בגימטריא 26. דער קרי איז בגימטריא 65. זאגט דער ברית כהונת עולם אז דאס איז מרומז און די משנה.
'מגילה' וואס דאס ווייזט אויפען שם 'נקראת' גיליינט ווערט דער שם 'י"א י"ב י"ג י"ד ט"ו' וואס אויב מען רעכענט זיי ציזאמען איז עס 65 אזוי וויא דער שם אד',
זאגט די משנה ווייטער, 'לא פחות ולא יותר' דער פחות זאגט רש"י איז י' און דער יותר איז ט"ז וואס דאס איז ציזאמען 26 דער מספר פון הוי' וואס אזוי ליינט מען נישט דעם שם.
**
אויפען פסוק זה שמי לעלם וזה זכרי לדר דר איז דא דער דרשות חז"ל אין רש"י איז עס מרמז אז נישט וויא מען שרייבט דעם שם זאגט מען עס ארויס.דער כתיב איז הוי' און ליינען ליינט מען עס אד'. דער כתיב איז בגימטריא 26. דער קרי איז בגימטריא 65. ליינענדיג דאס ווארט פון די זה שמי לעלם וכו' האב איך מיך דערמאנט דאס באקאנט ווארט, וואס שטייט אין זוה"ק (רעיא מהימנא ויקרא קי:) אויף דעם דאזיגען פסוק זה שמי לעלם וזה זכרי לדור דור, אז ווי באקאנט, מיט א יעדעס איינציגע מצוה וואס א מענטש טוט, טוט ער זיך מקשר און מדבק זיין כביכול מיט השי"ת, און דאס איז מרומז דא ווייל דאס ווארט שמ"י מיט י"ה באטרעפט שס"ה, אזוי ווי די מספר פון מצות לא תעשה שבתורה, און אזוי אויך דאס ווארט זכר"י מיט ו"ה באטרעפט רמ"ח כמספר מצות עשה שבתורה, און דאס איז מרמז אד דורך די תרי"ג מצות התורה מצות עשה און לא תעשה איז מען זיך מדבק כביכול בשמו ית', עיי"ש.
**
מהודו ועד כוש (א.א.)
חד אמר הודו בסוף העולם וכוש בסוף העולם וחד אמר הודו וכוש סמוכות זו לזו (מגילה יא.) בעצם איז נישט קיין סתירה צווישען די צוויי, ווייל די ערד איז רינדעכיג אזוי ווי א כדור (באל), ממילא איז געווען הודו און כוש איינס נעבען דעם צווייטען אבער ווען מ'גייט ארום די וועלט פון די אנדערע זייט איז הודו געווען די ווייטסטע פון כוש.
מחיר יין-רמ"א
**
חור כרפס ותכלת אחוז בחבלי בוץ וארגמן (א.ו.)
דער פסוק קומט אונז לאזען הערן די גרויסע רשעות פון אחשורוש אז ער האט מכשיל געווען די אידען מיט שעטנז, און אויך זייערע אויגען זאלען קוקען אויף אלע שיינע קאלירען זיי זאלען פארגעסען פון טראכטען פון השי"ת. (מגילת סתרים)
**
וכלים מכלים שונים (א.ז.)
אין תרגום שני שטייט אז ווען די גוים האבען געטרונקען פון די כלים פון דער בית המקדש, "שונים" איז נשתנה געווארן זייער פנים, פון דא איז א רמז וואס פורים איז מען זיך משנה די פנים און מ'פארשטעלט זיך אלס זכר פון דעם משתה פון אחשורוש. (קרן ישועה)
**
והשתיה כדת אין אנס (א.ח.)
די חז"ל זאגעל כדת של תורה, דאס מיינט מען אז אחשורוש האט געוואלט די אידען זאלן עובר זייל אויף די תורה, "כדת" דאס מיינט אזוי ווי די הלכה איז אז מען איז נאר חייב ברצון און נישט באונס, וועגען דעם האט ער געגעבען כדת של תורה עסען מיט אלע הכשרים, און אויך זיי נישט געצווינגען צו טוהן עבירות זיי זאלען נישט טענה'ן אז זיי זענעל געווען באונס. (ישמח משה לרמבע"מ)
**
ביום השביעי (א.י.)
ושתי האט צוריק געהאלטען דאס בויען פון דעם בית המקדש וואס איר זיידע נבוכדנצר האט חרוב געמאכט דורך דעם וואס זי האט נישט געלאזט די אידען היטען שבת וואס דורך שבת ווערן די אידען אויסגעלייזט אזוי ווי עס שטייט אין חז"ל אלמלא שמרו בנ"י שתי שבתות מיד נגאלין, און מדה כנגד מדה איז זי געהארג'ט געווארן אין שבת, און אסתר וואס האט געהיט שבת איז געווארן די מלכה. (ליקוטי אנשי שם)
**
ביום השביעי כטוב לב המלך ביין (א.י.)
פאר וואס נאר אין די לעצטע טאג האט אחשורוש זיך אנגעטרונקען, נאר מ'קען זאגן אז די דרך העולם איז אז ווען איינער מאכט א גרויסע סעודה איז ער עומד ומשמש און ער עסט נישט, וועגען דעם האט אחשורוש ביז היינט נישט געגעסען און געטרונקען אסאך ווייל ער איז דאך געווען עומד ומשמש, אבער היינט די לעצטע טאג נאך דעם וואס יעדער האט זיך שוין אנגעגעסען און אנגעטרונקען, האט אחשורוש זיך גענומען טרונקען און עס איז ארויס געקומען די הריגת ושתי וואס דאס איז געווען איינע פון די רפואות פאר די מכה. (שער בת רבים)
**
שבעת הסריסים... להביא את ושתי המלכה... (א. י-יא)
אחשורוש האט געוואלט מבזה זיין ושתי מיט 5 זאכען 1) ער האט געשיקט סריסים און נישט שרים. (וואס סריסים זענען אסאך ווייניגער חשוב) 2) ער האט געשיקט זיינע סריסים און נישט אירע סריסים וואס דאס איז א גרויסע בזיון פאר א מלכה צו גיין מיט דעם קעניגס סריסים און נישט די אייגענע. 3) ער האט געהייסען מען זאל ברענגען ושתי המלכה און נישט המלכה ושתי צו ווייזען אז זי איז נאר א מלכה וועגען איהם. 4) ער האט געהייסען מען זאל איר ברענגען מיט געוואלד אזוי ווי מ'ברענגט א שפחה. 5) דער תכלית פון איר ברענגען איז געווען צו ווייזען איר שיינקייט און נישט איר יחוס. (מלבי"ם)
**
ותמאן המלכה ושתי לבוא... (א.יב.)
בא גבריאל ועשה לה זנב (מגילה יב:) מדה כנגד מדה האט דער אויבערשטער געטוהן, אזוי ווי אסתר וואס איז א אייניקעל פון שרה וואס האט געלעבט קכ"ז שנה האט געקעניגט אויף קכ"ז מדינות, אזוי אויך ושתי וואס איז א אייניקעל פון נבוכדנצר, וואס נבוכדנצר איז געווארען א חיה מיט א זנב, אזוי אויך האט ושתי געהאט א זנב. (אדמו"ר ר' פנחס מנחם מפילץ ז"ל)
**
ויאמר המלך לחכמים יודעי העתים (א.יג.)
עס שטייט אין חז"ל אז דאס איז געווען שבט יששכר, פארוואס האט דער קעניג געפרעגט די אידען און נישט אנדערע שרים, נאר אויב דער קעניג וועט פרעגען אנדערע שרים וועט יעדע איינער האבען א נגיעה, א שר פוןכשדי וועט האבען א נגיעה אז ושתי זאל נישט געהארג'ט ווערן, און א אנדערע שר וועט יא וועלן אז מ'זאל הארגענ'ן ושתי כדי דער קעניג זאל נעמען א מלכה פון זייער פאלק, אבער פון די אידען איז אחשורוש אפילו נישט איינגעפאלען אז זיי האבען א נגיעה ווייל ער האט קיינמאל נישט געהאט א הוא אמינא צו נעמען א מלכה פון די אידען, וועגען דעם האט ער געפרעגט די אידען וואס זיי האבען נישט קיין שום נגיעה צו דעם, וועלען זיי פסקנ'ן א משפט צדק, אבער דער אויבערשטער האט מפיר געווען עצת ערומים, און פון אסתר וואס זי איז א איד איז ארויס געקומען די ישועה.
(קרן ישועה-בן איש חי)
**
ויאמר מומכן (א.טז.)
כתיב מומכן וקרינן ממוכן, דער פסוק האט מקדים געווען דעם אות ו"יו, צו ווייזן אז דער ממוכן האט זיך מקדים געווען צו רעדען פאר די אנדערע זעקס שרים וואס זענען גרעסער פאר איהם.
**
איש יהודי היה בשושן הבירה (ב.ה.)
נאר איין איד איז געווען אין שושן הבירה? נאר ווייל עס איז געווען צוויי שושן'ס, איינס שושן הבירה דארט ווי עס איז געווען דער פאלאץ פון דעם קעניג, און נאר שרים האבן דארט געמעגט זיין, און אזוי אויך מרדכי וואס איז געווען א שר, און עס איז געווען די עיר שושן די שטאט שושן וואס דארט האבען שוין געוואוינט אסאך אידען.
**
ואת שבע הנערות הראויות לתת לה (ב.ט.)
עס שטייט אין חז"ל אז אסתר האט געציילט די טעג פון דער וואך דורך די זיבען משרתות און זי האט געגעבן יעדן א נאמען לויט די טעג, און אזוי האט אסתר געוואוסט ווען עס איז שבת, איז דאך שווער אסתר איז דאך געווען א נביאה, פארוואס זאל זי נישט וויסען ווען ס'איז שבת?
נאר אסתר האט נישט געוואלט מען זאל וויסען אז זי איז א איד דערפאר האט זי געהאט יעדן טאג א אנדערע משרתת, און א גאנצע וואך האט אסתר געטוהן מלאכות אבער נישט שבת, און אויב זי וואלט נאר געהאט איין משרתת וואלט די משרתת געזעהן, אז אסתר טוט נישט קיין מלאכה אין שבת, וואלט זי פארשטאנען אז אסתר איז א איד, דערפאר האט אסתר געטוישט יעדע טאג א אנדערע משרתת, ווייל די משרתת פון שבת האט געזעהן, אז אסתר טוט נישט קיין מלאכה האט זי געמיינט אז אסתר טוט נישט קיין מלאכה אויך אין מיטן דער וואך און איינע האט נישט דערציילט פאר די אנדערע. (יערות דבש)
**
לא הגידה אסתר את עמה ואת מולדתה (ב.י.)
ווייל אויב מ'זאל וויסען אז זי איז א איד וואלט מען איר געצווינגן צו מחלל זיין שבת, אבער אז זי האט נישט דערציילט וועט מען איר נישט נאך קוקען און מען וועט איר נישט געצווינגן זיין צו ארבעטן שבת און עסען נבילות און טריפות. (אבן עזרא)
**
ובהגיע תורת נערה ונערה (ב.יב.)
די טעמי הנגינה אויף "נערה ונערה" איז "קדמא ואזלא", דאס קומט צו זאגן אז די אלע נערות האבען זיך געאיילט און געלאפען "קדמא" זיך געפעדערט "ואזלא" און געגאנגען צום מלך, אבער אויף די ווערטער "ובהגיע תור אסתר" איז די נגינות פון "מונח מונח", צו ווייזען אז אסתר האט זיך נישט געאיילט נאר זי איז געגאנגן רואיג פאמעלעך אקעגען איר ווילן. (הגר"א ז"ל)
**
ותהי אסתר נושאת חן בעיני כל ראיה (ב.טו.)
חז"ל זאגן אז יעדע מענטש האט געמיינט, אז אסתר קומט פון דער זעלבע פאלק וואס ער קומט, אזוי אויך המן האט געמיינט, אז אסתר איז אן עמלקי, און זי וועט אויך מסכים זיין צו הארגענ'ן די אידען, דערפאר האט ער נישט מורא געהאט פון איר, און דאס איז אויך א חלק פון די נס פורים. חתם סופר
**
ותהי אסתר נשאת חן בבל ראיה (ב.טו.)
אין חז"ל שטייט, אז אסתר האט אויס געזען פאר יעדע פאלק אזוי ווי איינע פון זיי, מ'קען זאגן דאס איז א רמז וואס מ'איז פורים משנה די פנים און מ'פארשטעלט זיך אלץ זכר וואס אסתר'ס פנים איז פארענדערט געווארען פאר יעדעם איילעם.
(קרן ישועה)
**
וישם כתר מלכות בראשה וימליכה תחת ושתי (ב. יז.)
עס שטייט אין מדרש אז די כתר פון מלכות בית דוד האט נאר געקענט אנטוהן איינער וואס איז ראוי צו דעם, און טאמער איז עס נישט געווען צו געפאסט צו זיין קאפ, איז עס געווען א סימן, אז ער איז נישט ראוי צו זיין א קעניג, אזוי אויך אחשורוש האט געהאט א קרוין פאר די "מלכה" וואס האט געפאסט פאר ושתי, און נאך דעם האט עס נישט געפאסט פאר קיינעם נאר פאר אסתר, האט אחשורוש געוואוסט אז אסתר דארף זיין די מלכה. (קרן ישועה-בן איש חי)
**
ויעש המלך "משתה גדול" וכו' את משתה אסתר וגו' (ב.יח.)
לכאורה איז די גאנצע שמחה פון די חתונה געווען נאר פאר אסתר, לויט די דעה אז אסתר האט נאך קיינמאל נישט חתונה געהאט, און אחשורוש איז דאך געווען א אלמן, וואס האט שוין איינמאל חתונה געהאט, וואלט די עיקר סעודה געדארפט זיין "משתה אסתר" און נישט "ויעש המלך משתה גדול", נאר אחשורוש האט געוואלט ווייזען כאילו ער האט קיינמאל נישט חתונה געהאט מיט ושתי, און דער נאמען פון ושתי איז אינגאנצען פארגעסען, וועגן דעם האט ער אויך געהאט א גרויסע שמחה, כאילו ער האט נאך קיינמאל נישט חתונה געהאט, און וועגן דעם ויעש המלך משתה גדול. (קרן ישועה-בן איש חי)
**
אין אסתר מגדת מולדתה (ב.כ.)
ווי קען זיין אז עס זענען נישט געווען בעלי לשון הרע זאלען דערציילען פאר אחשורוש אז אסתר איז א אידישע פרוי, נאר עס שטייט: אז יעדער האט געמיינט אז אסתר קומט פון זיין פאלק, וועגען דעם האט אחשורוש נישט געקענט פעסט שטעלן, און וויסען זיכער פון וואו אסתר שטאמט. ווייל יעדער האט געזאגט אנדערש.
(שפתי חכמים)
**
ויגד לאסתר המלכה ותאמר אסתר למלך בשם מרדכי (ב.כב.)
מרדכי האט געזאגט פאר אסתר זו זאל דערציילען דעם מלך וועגן די מעשה פון בגתן ותרש נישט אין זיין נאמען, כדי אז אסתר זאל באקומען די שכר פון ראטעווען דעם מלך, און אסתר האט דערציילט דעם מלך אין נאמען פון מרדכי, כדי מרדכי זאל באקומען דעם שכר, יעדער האט געוואלט דער צווייטער זאל באקומען שכר, קיינער האט נישט זיך אין זין געהאט. (אלשיך)
**
גדל המלך אחשורוש... וינשאהו וישם את כסאו מעל כל השרים
וואס זענען די דריי לשונות? נאר המן איז געווען פון די קלענסטע שרים, און עס איז נישט שיין איהם אויף צו הויבן אויף איין מאל, דערפאר איז קודם גדל המלך, און נאך א צייט וינשאהו, און ערשט נאך דעם וישם את כסאו מעל כל השרים. (אלשיך)
**
כי הגיד להם אשר הוא יהודי (ג.ד.)
מרדכי האט געזאגט אז ער בוקט זיך נישט פאר המן, נישט ווייל ער האט א אלטע חשבון מיט המן, נאך פון די צייטען פון זיין זיידע שאול מיט, המן'ס זיידע אגג, וואס דאס קען מיינען אייגענע אינטרעסן, נאר ער בוקט זיך נישט ווייל ער איז א איד. (חתם סופר)
**
כי אין מרדכי כרע ומשתחוה לו (ג.ה.)
"לו" אינו משתחוה, פאר המן האט מרדכי זיך נישט געבוקט, אבער ביי שמונה עשרה האט ער זיך יא געבוקט, קען ער שוין נישט האבען א תירוץ אז עס טוט איהם וויי די ריקען, און די קניען אז ער קען זיך נישט בוקען אדער בייגן.
(קרן ישועה)
**
בחדש הראשון הוא חודש ניסן... ומחדש לחדש שנים עשר הוא חדש אדר (ג.ז.)
פון ניסן ווען המן האט געמאכט דעם גורל ביז אדר איז כמעט א גאנצע יאהר דאס האט דער אויבערשטער געטוהן צו געבען אסאך צייט פאר די אידען צו טוהן תשובה. (אבן עזרא)
**
ודתיהם שונות מכל עם ואת דתי המלך אינם עושים... אם על המלך טוב יכתב לאבדם... (ג.ח-ט)
בדרך צחות קען מען זאגן אז המן האט געזאגט פאר אחשורוש אז דתיהם שונות מכל עם, אז אלע ימים טובים וואס די אידען האבען, איז געקומען צו זיי - פון די גוים - "פסח" פון פרעה. "חנוכה" פון אנטיוכוס, ואת דתי המלך אינם עושים, און פון דער קעניג האבען זיי נאך נישט קיין יו"ט, וועגען דעם יכתב לאבדם, און דער אייבערשטער וועט זיי העלפען וועלען זיי האבען אויך א יו"ט פון דעם קעניג. (הגר"מ שפירא ז"ל)
**
ועשרת אלפים ככר כסף (ג.ט.)
די חשבון פון עשרת אלפים ככר כסף ווערט אין תוס' געברענגט איז א קעגן די ששים רבוא שקלים פון די אידען, אבער דער אבן עזרא זאגט אז עשרת "אלפים" איז בלשון רבים, אז המן האט געוואלט געבען צעהן מאהל טויזענט מאהל טויוענט ככר כסף, וואס איז די חשבון לפי דעם אבן עזרא גאר אסאך, מ'קען זאגן אז אזוי ווי משה רבינו האט געבענטשט די ששים רבוא אידען "יוסף ה' עליכם אלף פעמים", דערפאר האט ער געגעבען עשרת אלפים פעמים אלף ככר כסף. (חתם סופר)
**
ויסר המלך את טבעתו... צרר היהודים (ג.י.)
פארוואס האט דער קעניג נאר יעצט געגעבען פאר המן דעם טבעת און נישט פריער ווען ער האט איהם גרויס געמאכט, אויך פארוואס שטייט דא עפעס "צורר היהודים", נאר מ'קען זאגן, אז פריער האט דער קעניג נישט געוואוסט, אז המן איז א צורר היהודים, און טאמער ער וועט איהם געבען דעם טבעת, וועלען די אידען בעטען רשות פון המן צו בויען דעם בית המקדש, וואס דאס איז א שאדען פאר זיין מלכות, האט ער מורא געהאט צו געבען פאר המן דעם טבעת, אבער יעצט האט דער קעניג געזעהן אז המן איז א צורר היהודים דארף ער שוין נישט מורא האבען. וועגען דעם האט ער איהם יעצט געגעבען דעם טבעת. (חתם סופר)
**
להשמיד להרג ולאבד... לחודש שנים עשר הוא חדש אדר (ג.יג.)
וואס זענען די דריי לשונות להשמיד להרג ולאבר, נאר די גזירה איז געווען אז יעצט זאל מען די אידען מאכן עובר זיין אויף די מצוות, אבער הרגענ'ן נאר בחודש אדר, ווען די אידן וועלען שוין זיין אזוי ווי גוים, און וועלען אויך פארלירען דעם עולם הבא, און דאס איז דער פשט קודם להשמיד אויס שמד'ען די אידען, און נאך דעם להרג זיי צו הרגענן, און נאך דעם וועט שוין זיין ולאבד זיי וועלען פארלירען דעם עולם הבא. (חתם סופר)
**
והדת נתנה בשושן הבירה והמלך והמן ישבו לשתות והעיר שושן נבוכה (ג.טו.)
וואס א שייכות האט "והמלך והמן ישבו לשתות" צו דער גזירה פון והדת נתנה.. און "והעיר שושן נבוכה", נאר מ'קען זאגן אז אויב די גזירה וואלט געווען געווען בשעת שכרות וואלט מען געקענט טענה'ן, אז די גזירה איז נישט קיין גוטע. ווייל עס איז געמאכט געווארן בשעת שכרות, וועגן דעם זאגט דער פסוק, אז קודם איז געווען "והדת נתנה אה א שכרות, ערשט נאכדעם וואס די גזירה איז פערטיג געווארן "והמלך והמן ישבו לשתות" און וועגן דעם איז טאקע געווען והעיר שושן נבוכה. (קרן ישועה - בן איש חי)
**
ומרדכי ידע את כל אשר נעשה... זעקה גדולה ומרה (ד.א.)
נאר מרדכי האט געוואוסט פון די אידען די גזירה, אבער ער האט נישט געוואלט אויס זאגן פאר די אידען, ווייל דעמאלט וועלען די גוים וויסען, אז די אידען ווייסען וועלען זיי נישט ווארטען אויף דעם באשטימטן טאג, נאר זיי וועלען שוין הרגענ'ן די אידען, דערפאר האט מרדכי נאר געשריגען "ומרה" עס איז זייער ביטער, אבער פארוואס ס'איז ביטער האט ער נישט געזאגט. (אלשיך)
**
את כל אשר קרהו (ד.ז.)
מרדכי האט דערציילט פאר אסתר "את כל אשר קרהו" אלץ וואס האט זיך געטראפען מיט איהם, איינס אז אליהו האט איהם געזאגט: אז מ'קען נאך מבטל זיין די גזירה דורך תשובה טוהן, צוויי דאס וואס ער האט געטראפען די אידישע קינדער און זיי האבען איהם געזאגט גוטע פסוקים, און וועגען דעם איז נאך דא א האפענונג צו ווערען געראטעוועט. (לקוטי אנשי שם)
**
רוח והצלה יעמוד להיהודים ממקום אחר ואת ובית אביך תאבדו (ד. ד.)
מרדכי האט געזאגט פאר אסתר: אויב די גאולה וועט נישט זיין דורך דיר, וואס דו שטאמסט פון שאול המלך, און דו קענסט מתקן זיין וואס שאול המלך האט נישט גענדיגט ביי אגג, דעמאלט "ואת ובית אביך תאבדו", וועט שאול המלך זיין פארלוירען אויף יענע וועלט און ער וועט ווערן געשטראפט וואס ער האט נישט גענדיגט הרגענען עמלק. (אלשיך)
**
ומי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות (ד.יד.)
מרדכי האט געזאגט פאר אסתר ווער ווייס אוינ נישט "לעת כזאת" וועגען דער צייט צו העלפען די אידען, "הגעת למלכות" ביסטו געווארען די מלכה. (אבן עזרא)
**
ויאמר המלך מהרו את המן... אל המשתה אשר עשתה אסתר (ה.ה)
וואס איז געווען די גרויסע איילעניש, נאר עס שטייט אויב מ'טרינקט וויין, בשעת די סעודה, ווערט מען נישט שכור, און אחשורוש האט גערופן המן שנעל, בעפאר ער האט געגעסן אין דערהיים כדי ער זאל טרונקן, און ווערן שיכור, און המן זאל מגלה זיין וואס ער האט אין זיין הארץ, אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין חז"ל נכנס יין יצא סוד, ווייל אחשורוש האאט עפעס חושד געווען אסתר מיט המן. (קרן ישועה-בן איש חי)
**
ומחר אעשה כדבר המלך (ה.ח.)
פארוואס האט אסתר געווארט ביז מארגען און נישט שוין געזאגט פאר דעם קעניג די גאנצע מעשה פון המן, נאר עס שטייט אין מדרש אז ווען אסתר איז געגאנגן צו אחשורוש איז זי אדורך געגאנגען דעם בית הצלמים האט זיך די שכינה אפגעטוהן פון איר. אזוי אויך בשעת די סעודה, ווען המן איז געזעסען דארטן מיט די עבודה זרה אויף געקריצט אויף זיין קלייד, האט אסתר נישט געהאט די רוח הקודש האט זי פארשטאנען אז יעצט איז נישט די צייט פון בעטן אחשורוש, דערפאר האט זי געטראכט אפשר וועט דער אויבערשטער מאכען א נס מארגן,
און אזוי איז טאקע געווען אויף צומארגענ'ס ווען המן איז געקומען צו דער סעודה איז ער געקומען אהן דעם קלייד וואס האט די עבודה זרה אויף דעם, ווייל ווען ער האט ארום געפירט מרדכי האט ער נישט אהנגעטוהן יענע קלייד כדי נישט צו מבזה זיין די עבודה זרה, און מיט די קליידער וואס ער איז געווען אהנגעטוהן ביים פירן מרדכי ויבהילו את המן האט ער נישט געהאט צייט צו טוישען זיינע קליידער, און דערפאר האט אסתר געהאט די רוח הקודש און געבעטן וואס זי האט געבעטן. (קרן ישועה-בן איש חי)
**
ויצא המן ביום ההוא שמח וטוב לב (ה.ט.)
"ביום ההוא" נאר יענע טאג איז המן געווען פרייליך, ווייל די אנדערע טאג איז ער שוין געהאנגען געווארן.
(אלשיך)
**
ויספר להם המן את כבוד עשרו ורוב בניו ואת כל אשר גדלו המלך וגו' (ה.יא.) אף לא הביאה אסתר המלכה... כי אם אותי (ה.יב.)
המן האט געוואלט ווייזען אז ער האט אסאך וועגען צו שעדיגען מרדכי, 1) ער האט אסאך געלט און ער קען באצאלען געלט מען זאל הארגענען מרדכי. 2) ער האט אסאך קינדער וואס וועלען איהם פאלגען צו טוהן וואס ער וויל. 3) ער איז דער גרעסטער שר און יעדער וועט איהם פאלגען כדי צו באקומען טוכות פון איהם. 4) און אויך פון אסתר האט ער נישט מורא ווייל ער איז באליבט ביי איר.
און טאקע פון די פיהר זאכען האט ער געהאט א מפלה 1) זיין געלט איז געגאנגען צו מרדכי 2) זיינע קינדער האט מען אויף געהאנגען 3) ער איז דערהויבען געווארען העכער אלע שרים צו פופציג אמות אויף זיין תליה 4) אסתר איז טאקע געווען דער וואס האט איהם פארמסר'ט פאר דעם קעניג.
(עקידת יצחק)
**
וכל זה איננו שוה לי... (ה.יג.)
המן האט דערציילט זיין גרויסע עשירות מיט די אלע חשוב'ע קינדער, האט ער זיך געמאכט עפעס צו טוהן וועגען עפעס א אלטע יוד וואס וויל זיך נישט בוקען צו איהם? נאר המן האט געזאגט אז די גאנצע עשירות מיט זיינע קינדער איז איהם גארנישט ווערט ווייל מרדכי האט דאך א שטר, אז המן איז זיין קנעכט. ומה שקנה עבד קנה רבו, ממילא קומט אויס אז המן האט גארנישט, און ער וועט בלייבען בעירום ובחוסר כל ווי לאנג מרדכי לעבט נאך, וועגן דעם האט ער געזאגט וכל זה איננו שוה לי, און מ'זאל זעהן וואס שנעלער אומצוברענגען דעם מרדכי.
(קרן ישועה-בן איש חי)
**
יעשו עץ גבוה חמשים אמה (ה. יד.)
אין מדרש ווערט געברענגט די חשבון פון חמשים אמה, וואו עס זענען געהאנגן המן מיט די עשרת בניו, אויך שטייט אין מדרש אז העכער המן'ס קאפ האט זיך דער בוים ארויס געשטעקט א האלבע אמה, כדי די עופות זאלען נישט עסען פון המן'ס קאפ, איז דאך שווער: פאר וואס האט געדארפט זיין א האלבע אמה העכער המן'ס קאפ, עס וואלט געווען גענוג איין טפח, נאר די מנהג ביי די פרסיים איז געווען צו גיין מיט גרויסע הוטען, און המן'ס הוט איז געווען א האלבע אמה הויך, און אויך די סימבאל פון די חשיבות פון המן איז געווען אויסגעקרוצט אויף זיין הוט, און אויב מען ועט איהם הענגן אהן די הוט וועט קיינער נישט וויסען וואספארא חשוב'ע מענטש המן איז געווען, דערפאר האט מען איהם אויפגעהאנגען צוזאמען מיט די הוט וואס האט זיין סימבאל, און דערפאר האט מען געדארפט האבען א האלבע אמה פאר זיין הוט. (קרן ישועה-בן איש חי)
**
גבוה חמשים אמה (ה.יד.)
נישט מער און נישט ווייניגער, ווייל המן האט געוואלט מפרסם זיין די תלי' פון מרדכי אין די גאנצע שטאט האט ער עס געמאכט זייער הויך אבער העכער פון חמשים אמה האט ער נישט געקענט מאכען ווייל המן ווען ער זיצט ביי אחשורוש האט אויך געוואלט זעהן ווי מרדכי הענגט, און עס שטייט דאך אין חז"ל אז פתחי מלכים דרכם לעשות גבוה חמשים אמה, וועט ער נישט קענען זעהן מרדכי העכער די שוועל פון די טיר אויב די תליה וועט זיין מער פון חמשים אמה.
(לקוטי אנשי שם)
**
נדדה שנת המלך (ו.א.) וברש"י נס היה.
דער סדר איז אז ווען איינער איז גוט אנגעטרונקען שלאפט ער זייער שטארק, אבער דא איז געווען א נס אפילו אחשורוש איז געווען אנהגעטרונקן פון די משתה אסתר דאך איז געווען א נס ער האט נישט געקענט איינשלאפען. (שפתי חכמים)
**
וימצא כתוב -(ו.ב.)
דאס איז אויך געווען איינע פון די גרויסע נסים אז "וימצא כתוב" אין די זעלבע רגע וואס המן שטייט אין חצר המלך זאגן דעם קעניג אויף צו הענגן מרדכי, און דעמאלס "וימצא כתוב" איז געפינען געווארן געשריבן, אז די גרויסקייט פון המן קומט צו מרדכי. (מלבי"ם)
**
אשר הגיד מרדכי על בגתנא ותרש (ו.ב.)
פאר וואס איז צוגעקומען צו בגתן דעם אות אל'ף, נאר ווען המן'ס
קינדער האבען אריין געשריבען אין די ספר הימים די מעשה פון בגתן ותרש, האבען זיי געוואלט אז מ'זאל נישט געבען פאר מרדכי קיין שכר, ווייל זיי וועלען שרייבען אז נאר איינער פון זיי האט געוואלט הארגענען דעם קעניג און מ'האט ביידע געהארגעט, ממילא וועט מען האבען טענות אויף מרדכי אז וועגען איהם האט מען איין גוי געהארגעט אומזונסט, האבען זיי געשריבען בגתן או תרש, איז געקומען דער מלאך און האט געריקט דעם אל'ף צו "בגתן" און דער וי"ו צו "תרש" און עס איז געשטאנען בגתנא ותרש און נישט בגתן או תרש.
(מדרש תלפיות)
**
אשר הכין לו (ו.ד.)
לו לצורך עצמו - מ'קען זאגן, אז המן איז געקומען צו דעם קעניג, און פארדייט א קאפ, אז ער קען שוין נישט פארנעמען דעם מרדכי, און ער וויל זיך נעמען דאס לעבען ער זאל מער נישט זעהן מרדכי, און ער האט שוין אפילו צוגעגרייט א תליה פאר זיך, און דער קעניג וועט איהם זאגן, ניין, נישט דיך זאל מען הענגען נאר מרדכי, און דאס איז געווען די כוונה פון המן צו זאגן דעם קעניג אז ער וויל זיך אליין אויף הענגען, און דאס איז די פשט - אשר הכין לו "לעצמו". (אמרי אמת)
אוועטאר
שינאווע חסיד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 11:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שינאווע חסיד »

המשך
אל תפל דבר מכל אשר דברת (ו.י.)
פארוואס האט דער קעניג אזוי שטארק געדארפט אנזאגן דעם המן אל תפל וכו', נאר המן איז שוין געווען א אלטע גוי און די סדר פון אלטע מענטשן, אז די ציינער פאלען זיי ארויס. און המן האט נישט געהאט קיין ציינער, און ווען מען האט נישט קיין ציינער איז זייער שווער ארויס צוזאגן "די אותיות פון זסשר"ץ, וועגען דעם האט דער קעניג חושד געווען המן אז "ער וועט נישט אזוי גוט ארויס זאגן דעם ככה... האט דער קעניג איהם שטארק אן געווארענט אל תפל דבר מכל אשר דברת, זאלסט אכטונג געבען ווען די שרייסט אז אלע ווערטער זאלען גוט ארויס קומען. (קרן ישועה-בן איש חי)
**
והמן נדחף (ו.יב.)
אלעמאהל ווען המן איז געגאנגען אויף דער גאס האט יעדערזיך אוועק גערוקט פון איהם און געמאכט פלאץ פאר איהם, אבער יעצט וואס טויזענטער מענטשן זענען געקומען זעהן די בזיון פון המן, און די כבוד וואס ער טוט פאר מרדכי האט מען אים שוין נישט געגעבען קיין כבוד נאר מ'האט איהם גשטיפט פון איינעם צום צווייטען, אזוי ווי א אבל, "וחפוי ראש" און המן פאר בושה האט צו געדעקט זיין קאפ מ'זאל איהם נישט זעהן. (אלשיך)
**
אבל וחפוי ראש (ו.יב.)
אבל משום ביתו, ווי אזוי האט דער טאכטער פון המן נישט דערקענט איר טאטע אויף זיין קול, וואס א קול קען מען דעקענען אפילו אין די טונקל, נאר אחשורוש האט געהייסען המן טוהן דריי זאכען, 1) אהנטוהן די חשוב'ע מלבושים פאר מרדכי, 2) איהם רייטען אויף דעם פערד, 3) און שרייען ככה יעשה, אבער דער קעניג האט געזאגט אז די אלע דריי זאכען דארפען ווערן געטוהן די זעלבע נישט איינס מער און איינס ווייניגער, דערפאר האט נישט געקענט שרייען ככה יעשה... נאר איינמאל אויף איין גאס נאר ער האט געדארפט האלטען אין איין שרייען, נא אז מ'שרייט אזוי פיל, איז זיין קול פארענדערט געווארען, פארשטייט מען שוין פארוואס האט זיין טאכטער נישט דערקענט זיין קול און זי האט געטוהן וואס זי האט, געטוהן. (קרן ישועה - בן איש חי)
**
דער הייליגער בארדיטשעווער רב, דער בעל קדושת לוי זי"ע, איז אמאל געווען אין דעם שטעטל "מאחד" אין אונגארן אויף פורים, האט מען אים מכבד געווען מיט ליינען די מגילה, דער קדושת לוי האט דעם כיבוד אנגענומען, און די גאנצע שטאט איז געקומען הערן דאס מגילה ליינען, ווען דער הייליגער בארריטשובער זי"ע האט געמאכט די ברכה האט ער זיך אזוי צעפייערט, אז ער איז ארויפגעשפרינגען אויפ'ן באלעמער...
**
גמרא מסכת מגילה (דף ז' ע"ב) זאגט רבא מחייב איניש לבסומי בפוריא עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי, ע"כ.
עס קען זיין פשט -ס'איז דא א יצר הרע און א יצר טוב, די יצר הרע ווערט אנגערופן "המן", און דער יצר טוב ווערט אנגערופן "מרדכי". און ווען א מענטש טוט תשובה ווערט דער יצר הרע א יצר טוב. דאס איז דער פשט חייב אדם לבסומי בפוריא, מען דארף אזוי לאנג טרינקען ביז מען וועט תשובה טוען, ממילא וועט מען נישט וויסן קיין חילוק צווישן "ארור המן" וואס דאס איז דער יצר הרע, "לברוך מרדכי" וואס דאס דער יצר טוב, ווייל דער יצר הרע וועט אויך ווערן א יצר טוב א ברוך מדרכי. (ייטב לב)
**
ביי די תוכחה שטייט "וזכרתי את בריתי יעקב" פרעגט דער הייליגער של"ה - לכאורה איז דאס דאך א "ברכה" נישט קיין "קללה", נאר זאגט דער של"ה הקדוש עס איז נישט גלייך, ווען א מענטש איז א זון פון א צדיק וואס טוט אן עבירה. צו א זון פון א רשע, ווייל ווען איינער איז א זון פון א רשע איז די שטראף אויף עבירה נישט אזוי גרויס, אבער ווען איינער איז א זוהן פון א צדיק איז די עבירה אסאך גרעסער.
דאס זאגט די תורה וזכרתי את בריתי יעקב אז אויב א איד וועט חלילה טוען אן עבירה, וועט דער אייבערשטער געדענקען אז ער איו פון די קינדער פון יעקב, און פון אזעלכע גרויסע אבות איז דער עונש אסאך גרעסער.
דער ייטב לב ז"ל געט אן עצה אז ווען מען טוט תשובה זאל מען נישט דערמאנען דעם זכות אבות און מ'זאל זיך אויך נישט גרויס האלטען מיט זיין יחוס נאר מען זאל זיך האלטען קליין אזוי וועט אים דער אייבערשטער נישט רעכענען זיין יחוס און דער עונש - וועט זיין אסאך קלענער.
דאס איז דער פשט "חייב אדם לבסומי בפוריא" מען דארף אזוי לאנג טרינקען ער דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי ער וועט זיך נישט רעכענען מיט זיין יחוס, און וועט נישט וויסן צו זיינע עלטערן זענען געווען פון די ארור המן אדער פון ברוך מרדכי די צדיקים.
**
די גמרא זאגט חייב אדם לברך על הרע כשם שמברך על הטוב, א מענטש דארף לויבן רעם אייבערשטען אויף שלעכטס אווי ווי ער לויבטאויף גוטם, דאס קען זיין פשט חייב אדם לבסומי בפוריא א מענטש דארף אזוי לאנג טרינקען עד דלא ידע ביז ער וועט נישט וויסען בין ארור המן וואס דאס איז שלעכטס לכרוך מרדכי וואס דאס איז גוטס, אויף אלעם זאל ער לויבן אויף גוטס. (באר מנחם)
**
אדער קען זיין פשט, די גמרא זאגט אז המן האט גוזר געווען אויף די אידן, אז זיי זאלן נישט עוסק זיין מיט מצוות און מעשים טובים, אויך שטייט אין די גמרא אין מסכת יומא, אז ווען א איד טוט תשובה מיראה (ד.מ. ווייל ער האט מורא פאר אן עונש) דעמאלטס ווערן די עבירות שגגות, און ווען מ'טוט תשובה מאהבה (פון ליבשאפט צום באשעפער) ווערן פון די עבירות זכיות, פורים טוט מען דאך תשובה מאהבה, קימו וקיבלו, און דורך דעם וואס מ'טוט תשובה מאהבה ווערן דאך פון די עבירות זכיות, און דער קדושת לוי זאגט: אז דורך שמחה האט מען זוכה געווען צו טוען תשובה מאהבה, לויט דעם קען זיין פשט, חייב אדם לבסומי בפוריא אז מען דארף אזוי לאנג טרינקן ביז מ'וועט ווערן בשמחה, און מ'וועט תשובה טוען מאהבה, ממילא וועט מען נישט וויסן קיין חילוק צווישן "ארור המן" וואס דאס איז די עבירות, און "ברוך מרדכי" דאס איז די מצוות, ווייל די עבירות וועלן ווערן זכיות. (דברי יואל)
**
אדער קען זיין פשט, עס שטייט אין תרגום שני אז המן האט מסכים געווען אלעס צו געבען פאר "מרדכי הצדיק", חוץ דעם גרויסן כבוד פון "קח את הלבוש ואת הסוס", אבער ווען מ'איז דבוק אין באשעפער, דעמאלטס זעהט מען איין דעם נארישקייט, און די פוסקייט פון כבוד, און עס שטייט און די הייליגע ספרים אז אינעם הייליגן טאג פון פורים, איז דא השראת השכינה ביי אלע אידן, וויל דאך יעדער איינער זיך מדבק זיין צום באשעפער.
דאס קען זיין פשט חייב אדם לבסומי בפוריא מען דארף אזוי לאנג טרינקען עד דלא ידע בין ארור המן מ'וועט נישט וויסן קיין חילוק צווישן ארור המן וואס האט געוואלט האבן דעם גרויסן כבוד, לברוך מרדכי וואס האט נישט געוואלט אננעמען דעם כבוד, ווייל מ'וועט צוקומען צו השראת השכינה, וועט מען איינזעהן אז אלס איז נארישקייטען. (דברי יואל)
**
בימי מרדכי ואסתר ווען די אידן האבן געטוען עבירות האבן זיי דאס געטוען בלא דעת (אן וויסענשאפט, אז מ'טאר נישט) ממילא ווען עס איז געקומען די ישועה האט מען געהאט א "לימוד זכות" אויף די אידן, פארוואס זיי האבן געטוען די עבירות, ווייל זיי האבן דאס געטוען אן וויסענשאפט בלא דעת, דאס איז פשט - חייב אדם לבסומי בפוריא - מען דארף אזוי לאנג טרינקען ביז מען וועט ווערען בלא דעת , ממילא וועט מען נישט וויסען קיין חילוק בין ארור המן וואס דאס איז די עבירות לברוך מרדכי וואס דאס די מצות ווייל אפילו אויף די עבירות וועט זיין א לימוד זכות אז ס'איז , געווען בלא דעת. (ברך משה)
**
די ווארט בימ"י מאכט ב'נימין י'הודה (פון ווי מרדכי האט געשטאמט) מ'רדכי י'עקב (א גילגול) = מרדכי איז געווען א גלגול פון יעקב אבינו.
ער האט געהייסען וועגען דעם אחשורוש ווייל ער איז געווען אזוי ווי נכובדנצר וואס ער האט חרוב געמאכט די ביהמ"ק די זעלבע איז געווען דער אחשורוש, און נבוכדנצר ווערט אנגערופען אין נ"ך רש, דאס מיינט דער נאמען אחשורוש אח לרש ער איז געווען ווי א ברודער צו דעם רש נבוכדנצר, נאך א פשט שטייט אין די גמרא אז ס'איז א לשון פון שחור אש ווייל אין זיינע צייטן איז מען שווארץ געווארען ווי די הונטערשטע חלק פון טאפ וואס ווערט זייער שווארץ, נאך א טעם שטייט אין די גמרא אז דאס מאכט אח - ראש ווער ס'דערמאנט זיין נאמען קרעכץ דערויף וועגען די צרות וואס ער האט געמאכט.
דער אבן עזרא זאגט אז פאר אחשורוש איז געווען א קעניג וואס האט געהייסען דריוש בן אחשורוש, אבער נישט פון דעם אחשורוש גייען מיר יעצט רעדען דערפאר זאגט ער פונקטליך וועלכער אחשורוש דאס איז געווען.
המולך איז טייטש אז ער איז געווארען פון זיך אליין קעניג, אין די גמרא איז דא צוויי צוויי דיעות אויף דעם, איין מ"ד זאגט עס לשבח אז ס'איז נישט געווען נאך איינער חוץ אים וואס איז געווען ראוי פאר קעניג, און איינער זאגט לגנאי אז ער איז אויך נישט געווען ראוי, נאר זיין מלוכה איז געווארען פון דעם וואס ער איז געווען א עושר.
אין די גמרא איז דא א מחלוקה, איין מ"ד האלט אז הודו און כוש זענען געווען ווייט איינער פון די אנדערען און ער האט געקעניגט פון איין עק וועלט ביז די אנדערע, און איין מ"ד לערנט אז ס'איז געווען נאנט איינער צום צווייטען, און לויט ווי די מנות הלוי איז מסביר מיינט די גמרא צו זאגען לויט דעם אז פונקט ווי מ'קען קעניגען צווישען צוויי נאנטע שטעט האט אחשורוש געקעניגט אויף די גאנצע וועלט, ווי די גמרא זאגט אז ער איז פון די דריי מלכים וואס האבען געקעניגט אויף די גאנצע וועלט.
דער גר"א ברענגט א מדרש אז 100 לענדער האט ער געהאט אויף די יבשה און 27 איז געווען אויפן ים, מיט דעם טייטש ער וישם אחשורוש מס על הארץ, מ"ס איז בגימטריא 100 דאס איז געווען וואס ער האט געהאט על הארץ, ואיי - 27 דאס איז געווען על הים - דאס האט ער געהאט אויפ'ן ים.
אין תרגום שטייט אז דעמאלס איז געווען אקעגען אים א ווידער שטאנד און ווען ער האט עס געזיגט האט ער געמאכט א סעודה לכבודו, אין אבן עזרא ווערט אראפגעברענגט אסאך פשטים און דערנאך זאגט ער אז די בעסטע פשט איז אז ער האט געמאכט א סעודה ווייל ער האט חתונה געהאט מיט ושתי האט ער געמאכט א חתונה, און לויט דעם איז אויך גוט וואס זי האט אויך געמאכט א סעודה ווייל ס'איז געווען איר חתונה אויך.
אין די גמרא שטייט אז ער האט געלאזט נאכמאכען די שטול פון שלמה המלך ווייל ער האט געזעהן אז אויף דוד המל'כס שטול קען ער נישט ארויף גיין און דאס האט געדויערט צוויי יאר צומאכען און דאס איז בשנת שלש ווייל די דריטע יאר האט זיך גענדיגט און ער האט געמאכט א סעודה.
דער חילוק פון שריו און שרי המדינות שטייט אין די מפורשים אז שריו מיינט פשוט'ע הערן און שרי המדינות מיינט קעיניגען פון אנדערע מדינות נאר ער רופט זיי נישט מלך ווייל לגבי אחשורוש זענען זיי נאר געווען ווי שרים ווייל ער איז דאך געווען אויף די גאנצע וועלט.
דער טעם פארוואס ער האט געמאכט די סעודה איז דאך געווען צו ווייזען אז ער איז העכער יעדעם איינעם. דאס איז פשט אשר לפניו צו ווייזען אז ער איז העכער יעדעם איינעם.
תפארת גדולתו לערנט די גמרא ארויס אז ער האט זיך אנגעטוהן די קליידער פון כהן גדול ווייל לויט זיין חשבון האבען שוין די יודן געמוזט אויף אייביג בלייבען אין גלות, אין תרגום שטייט אז ווען די חשובע יודן וואס זענען געזעסען ביי די סעודה האבען דאס געזעהן זענען זיי אוועק פון די סעודה מיט א ביטער געוויין.
אויבען האבען מיר געברענגט א מחלוקה צי אחשורוש איז נאר געווען א מלך ווייל ער איז געווען א עושר צי ער האט טאקע געדארפט זיין קעניג, לויט דעם ווענדט זיך די פשט דא אין פסוק, לויט די שיטה אז ער האט נישט געדארפט זיין קעניג איז פשט בהראותו את עושר וואס צוליב דעם האט ער זוכה געווען צו יקר מלכותו, אויב אבער איך זאג אז ער האט סיי ווי סיי געדארפט באקומען מלכות איז דאס צוויי באזונדערע זאכען יקר מלכותו און עושרו, און ס'האט נישט קיין שייכות.
אין מדרש שטייט אז נבוכדנצר האט געהאט טויזענט אכציג אוצרות, און ער האט נישט געוואלט אז זיין זון זאל עס האבען האט ער עס באגראבען נעבען נהר פרת, שפעטער ווען כורש איז געווארן קעניג און ער האט געוואלט אויפבויען די ביהמ"ק האט אים ישעי' הנביא געזאגט אז די אויבערשטער וועט אים ווייזען די מטמונים און דאס איז געווען די אוצרות, שפעטער נאך כורש איז אחשוירוש געווארען קעניג און ער האט דאס אלעס באקומען, אין גר"א שטייט אז אין מדרש שטייט אז ער האט יעדען טאג געוויזען 6 אוצרות ווי ס'שטייט אין די מגילה א רמז 6 לשונות עושר כבוד מלכותו - יקר תפארת גדולתו, און לויט דעם חשבון אז ער האט יעדען טאג געוויזען 6 אוצרות האט ער געדארפט האבען 180 טעג צו קענען ווייזען די 1080 אוצרות, 180 מאהל 6 איז 1080.
אין מדרש שטייט א ספק וואס די פשט איז דא, צי די סעודה פון 7 טעג איז געווען אויסער די 180 טעג אדער ס'איז שוין אריינגערעכענט אין די 180 טעג.
דא זעהט מען אז ער האט קודם געמאכט א סעודה פאר די מענטשען וואס זענען געווען ווייט פון אים און דערנאך פאר די מענטשען וואס האבען געוואוינט נעבען אים אין שושן הבירה, אין די גמרא איז דא א מחלוקה צי מלך חכם היה אבער מלך טיפש, איין מ"ד האלט אז ער איז געווען א טיפש ווייל ער וואלט ווען קודם געדארפט מאכען א סעודה פאר די וואס זענען נעבען אים, אבער איין מ"ד האלט אז ער אז ער איז געווען א חכם ווייל ער האט דאך געמאכט די גאנצע סעודה צוליב די ווידערשטאנד וואס איז געווען אקעגען אים, ממילא פון די נאנטע האט ער נישט מורא געהאט ווייל דארט האט ער אכטונג געגעבען אבער פון די ווייטע האט ער מורא געהאט האט ער געדארפט פאר זיי מאכן א סעודה פאר די נאנטע.
אין די גמרא שטייט אז דאס איז דריי באזונדערע פלעצער גינה, ביתן, חצר, און ס'איז דא א מחלוקה וואס דארט האט זיך אפגעטוהן, טייל האלטען אז די סעודה איז געווען איבעראל, יעדער שר איז געזעסען לויט זיין כבוד ווי ער קומט, און טייל האלטען אז די סעודה האט זיך קודם אנגעהויבען אין חצר און דערנאך ווען ס'איז נישט געווען קיין פלאץ איז מען געגאנגען ווייטער.
ס'איז דא א גרויסע ח' מרמז צו זיין אז ער האט זיך אנגעטוהן די שמונה בגדים.
אין די גמרא איז דא א מחלוקה איין מ"ד האלט אז ס'איז געווען צוויי ערליי בעטען און די חשובע שרים האט מען געזעצט אויף די גאלדענע בעטען און די פשוט'ע אויף די זילבערנע, פרעגט די גמרא לויט דעם האט מען דאך געמאכט א קנאה צווישען איין שר און צווייטען, פירט די גמרא אויס אז די בעטען זענען געווען פון גאלד און זילבער, די אויבערשטע חלק איז געווען פון זילבער און די פוס איז געווען גאלד, איז דער מהרש"א מסביר פארוואס ס'איז אזוי געווען לכאורה דארט ווי מ'זיצט דארף זיי בעסער, (און באמת אין תרגום שטייט פארקערט ווי די גמרא) נאר זאגט דער מהרש"א אויבען ווערט באדעקט און מ'זעהט עס נישט אן אבער די פוס האט מען ארויסגעזעהן האט דאס געמוזט זיין שיין פון גאלד.
שטייט אין מדרש אז כאטשיג ס'איז געווען אסאך מענטשען ביי די סעודה האט מען פאר יעדעם געהאט אנדערע כלים ווייל ס'איז געווען זייער אסאך, ווי ס'שטייט שפעטער אין אונס נאר ס'איז געווען אן געצוינגען און מ'האט נישט געהייסען שנעל אויסטרונקען.
אין די גמרא שטייט אז ער האט ארויסגענומען די גאלדענע כלים פון ביהמ"ק און דאס האט ער געשטעלט צוזאמען מיט זיינע כלים זאגט דער תרגום אז דאס מיינט שונים אז די גאלדענע כלים פון ביהמ"ק זענען געווען אזוי שיין אז דאס האט געמאכט אנדערשט אויסזעהן זיינע כלים - דאס מיינט דער פסוק שונים - ס'האט עס אנדערשט געמאכט, דורך דעם זענן די יודן ניצל געווארן פון טרינקן אין די כלים פון ביהמ"ק.
די גמרא זאגט אין מס' מגילה אז ער האט יעדעם געגעבען וויין וואס איז געווען מיט איין יאר עלטער ווי אים ווייל וויין ווי עלטער ס'איז אלס בעסער איז עס.
די גמרא זאגט אויף דעם אין מס' מגילה כדת של תורה איז רש"י דארט מסביר ווייל אין די מגילה ווערט נאר דערמאנט וויפיל מ'האט געטרונקען און מ'רעדט נישט גארנישט וואס מ'האט געגעסען ביי די סעודה, די זעלבע זעהט מען ביי די קרבנות אז מ'האט געברענגט פרים וכו' און וויין האט מען נאר געברענגט דריי לוגים זעהט מען אז מ'האט געטרונקען ווייניגער ווי מ'האט געגעסען דאס מיינט די גמרא אז הגם ס'שטייט נאר אין די מגילה אז מ'האט געטרונקען איז דאס נאר געווען כדת של תורה דאס מיינט אז מ'האט למעשה מער געגעסען, פון גר"א שטייט אז ס'שטייט אין פסוק ומים במשורה תשתה וואסער זאלסטו טרינקען מיט א מאס, און דער גר"א ברענגט אז דאס איז 33 חלקים פון א לוג דאס איז א מורא'דיגע קליינע שיעור.
אויף דעם זאגט די גמרא לעשות כרצון מרדכי והמן וואס ביי ביידע שטייט דער טיטל איש, ערקלערן די מפורשים אז די כוונה איז אויף דעם וואס איז געווען אין אונס, ווייל המן האט געוואלט אז די יודן זאלען דא נכשל ווערען ממילא האט ער נישט געוואלט זאל זיין מיט א אונס ווייל אויב ס'וועט זיין א אונס וועלען דאך די יודן זיין פטור און דאס האט ער נישט געוואלט, דאקעגן מרדכי האט אנדערשט געקלערט ער האט געוואלט אז מ'זאל נישט עסן ביי די סעודה און ער האט געהאלטען אז ווען מ'וועט נישט צווינגען וועט מען נישט עסן. רש"י אין מס' מגילה ברענגט כרצון איש ואיש דאס מיינט מרדכי און המן וואס זענען געווען די שר המשקים ביי די סעודה, און לויט די רש"י קומט גאר אויס אז זיי מרדכי און המן האבען געדארפט טוהן יעדענ'ס רצון.
אין מדרש זעהט אויס אז די סעודה האט זיך אנגעהויבען ר"ח ניסן און די 180 טאג האט זיך גענדיגט אין ג' תשרי, האט דער רשע אחשורוש געוואלט מאכען א סעודה אויף נאך זיבן טעג כדאי אריינצוציען א גרעסערע עבירה און מ'זאל עסן אין יוהכ"פ, און טאקע ווייל ס'איז געווען יום כיפור וואס דעמאלס האט דער שטן נישט קיין שליטה האט דער רשע געהאט זיין מפלה.
די גמרא פרעגט אין מס' מגילה ביז יעצט איז ער דען נישט געווען פרייליך וואס עפעס שטייט ביום השביעי כטוב לב המלך ביין, נאר דאס מיינט אז ס'איז געווען שבת און דאס מיינט אז דער אויבערשטער האט הנאה פון די יודן וואס זיי זינגען זמירות אין שבת קודש, דער גר"א טייטש אז פשט אין די גמרא איז בניחותא (נישט אז דאס איז א קשיא) אז ביז יעצט איז דער אויבערשטער טאקע נישט געווען פרייליך פון די גאנצע סעודה, נאר יעצט האט ער זיי מוחל געווען וועגען די זמירות לשבת.
אין אבן עזרא שטייט אז ער איז געווען דער וואס האט למעשה גורם געווען אז מ'זאל הרגענען המן און חרבונה מאכט די ווערטער "חרב – נא", דאס מיינט אז דער שווערד פון המן זאל שוין קומען.
די מפורשים זענען מדייק אז דא שטייט ושתי המלכה און שפעטער שטייט מלכה ושתי, נאר פשט איז אז ער האט איר געמיינט צו מרמז זיין אז זי אליין איז גארנישט נאר איר גאנצע גרויסקייט איז ווייל זי האט חתונה געהאט מיט אים, דאס האט ער געזאגט ושתי - די ביזט סתם א ושתי נאר יעצט ביסטו געווארען המלכה, האט זי צוריק גענטפערט פונקט פארקעט "המלכה ושתי" - אז איך בין יא סתם א מלכה אפילו אן דיר ווי די אמת איז געווען אז זי איז געווען א טאכטער פון בלשאצר, נאר אחשורוש האט געהאלטען אז די מלוכה פון בבל האט זיך אויפגעהערט און ס'האט זיך אנגעפאנגען א נייע מלוכה פון פרס ומדי, און מיט דעם האט זי טאקע שוין גארנישט געהאט קיין שייכות.
שטייט קודם העמים און דערנאך שרים זאגען די מפורשים ווייל הינטען ביי די טיר דארט ווי זי האט געדארפט אריינקומען איז דאך געווען די פשוט'ע מענטשען האבען זיי געדארפט זעהן פריער.
זאגט דער אור החיים הקדוש אז אחשורוש האט זיי געגעבען א סימן אין די האנט וואס מיט דעם זאלען זיי ווייזען אז ער האט זיי געשיקט, דאס זאגט די פסוק אז זי האט דאס נישט געוואלט גלייבען, אשר בי"ד הסריסים - דער סימן וואס זיי האבען געקענט אין די האנט.
דער אלשיך הקדוש זאגט אז שפעטער האט זיך אחשורוש געכאפט אז ער האט געטון א עולה און ער האט זיך שוין אליין גערעגט אויף זיך פארוואס ער האט דאס געטוהן, דאס איז פשט וחמתו בערה בו אז ער האט אויף זיך אליין זיך גערעגט.
די גמרא זאגט אז זי האט אים צוריק געשיקט א שליחות אז די ביסט נישט קיין מלך נאר וועגען מיר ווייל דו האסט נאך געארבעט ביי מיין טאטען אין שטאל, דער מהרש"א איז דארט מסביר אז די גמרא האט דאס ארויסגעלערנט פון די דאפעלט לשון ויקצוף המלך מאוד וחמתו בערה בו, נאר די פשט איז וחמתו בערה "בו" וועגען אים אליין אז זי האט אים פערזענליך אנגעגריפען.
דער מהרש"ם ברענגט דא אז ער האט איר געוואלט מלמד זכות זיין אויף דעם וואס זי פלעגט פייניגען יודישע מיידלעך אין שבת, ווייל זי האט געהאלטען אז ווייל יושע האט איינמאל אפגעשטעלט די זון, איז זינט דעמאלס דער טאג שבת מיט א טאג שפעטער און מ'מעג ארבעטען אין שבת, דערפאר האט ער גערופען די יודעי העיתים וואס ווייסען די צייטן כדאי דאס דורכצושמועסן.
די גמרא פארציילט אז ער האט קודם געפרעגט די יודן וואס פסקענען און דאס מיינט יודעי העיתים - די וואס זענען מעבר די חדשים, און די יודן האבען זיך ארויסגעדרייט פון צו ענטפערן ווייל זיי האבען געטראכט אז וואס זיי וועלען נאר זאגען וועט נישט זיין גוט, ווייל אויב זיי וועלען זאגען אז מ'זאל איר הרגענען וועט ער שפעטער ווען ער וועט ווערען ניכטער וועט ער זיי שטראפען פאר זייער פסק, און אויב זיי וועלען זאגען אז מ'זאל איר נישט הרגענען זענען זיי דאך יעצט א מורד במלכות ווייל זיי נעמען זיך נישט אן פאר'ן קעניג, דערפאר האבען זיי געזאגט אז פון ווען אן זיי זענען אין גלות זענען זיי צומישט און זיי קענען נישט פסקענען איז אחשורוש געגאנגען צו אנדערע חכמים.
דער אלשיך הקדוש ברענגט אז ס'איז דארט געווען צוויי ערליי בתי דינים איינס וואס האט גע'פסק'נט לויטן געזעץ און איינס וואס האט גע'פסק'נט לויט די צייט דאס מיינט ווער דאס איז און אין וועלכע צייט ס'איז געווען, יעצט האט שוין אחשוירוש חרטה געהאט פון די גאנצע זאך האט ער פארשטאנען אז אויב וועט ער זיי פרעגען וועלען זיי זעכער זאגען למיתה ווייל ושתי האט אים פארשעמט אין אזא צייט וואס ער האט געוואלט ווייזען זיין גרויסקייט איז אין אזא צייט נאך אסאך ערגער, האט ער זיי נישט געוואלט פרעגען, דערפאר האט ער זיי געזאגט כי כן דבר המלך לפני כל יודעי דת ודין אז ער דארף גיין צו די וואס פסקענען להלכה און נישט צו די וואס גייען לויט די צייטן ווייל ער אליין האט שוין געוואלט צוריק דרייען די זאך און איר ראטעווען.
דער מלבי"ם זאגט אז ער האט איר געוואלט ראטעווען דערפאר איז ער געגאנגען צו די יודעי דת ווייל אין פרסי זאגט די גמרא אז זיי זענען זייער צניעות'דיג און זיי האבען געהאט אויף דעם זייער שטרענגע געזעצען און אחשורוש האט דאך געוואלט אז זי זאל קומען דארט נישט צניעות'דיג דערפאר האט ער געוואלט זאגען מיט דעם אז לויט'ן געזעץ איז ער נישט גערעכט.
די גמרא זאגט דא אז די יודן האבען מתפלל געווען אז די גוים זענען נישט מקריב די קרבנות וואס די יודן זענען מקריב, און די גמרא איז דא מרמז זיין אלע קרבנות מרסנא - מישען די בלוט וכו', זאגט דארט די מהרש"א ווייל לכאורה אויב מ'רעדט פון די מענטשען וואלט ווען געדארפט שטיין א לשון רבים והקרובים אליו נישט והקרוב אלא מאי אז דא ליגט נאך א רמז.
ער האט גענומען די רואי "פני" המלך די וואס קענען שוין דעם פנים פון קעניג און זיינע תנועות, און פארשטייען אויף'ן ווינק אלעס, ווייל ער האט איר געוואלט ראטעווען.
אין "יוסף לקח" שטייט אז ער האט נאר געזאגט "לעשות" און ווייטער מרמז געווען אז מ'דארף איר נאר עפעס טוהן א קנס אבער נישט ממש הרגענען, דאס האט ער נישט געוואלט.
תוס' אין מס' מגילה ברענגט אז דאס איז געווען דניאל וואס ער האט געגעבן די עצה, ווייל שפעטער וועל מיר דאך זעהן אז די עצה איז געווען להיות כל איש שורר בביתו וכו' וואס דניאל האט אליין געליטען פון א ווייב וואס ער האט חתונה געהאט מיט איר געצווינגענערהייט האר ער געגעבן די עצה, און לויט דעם אז ער איז געווען דניאל, הייסט ער וועגען דעם ממוכן ווייל ער האט נישט מורא געהאט צוגעבן עצות ווי די איבעריגע סנהדרין ווייל ער איז געווען "ממוכן" פאר א ישועה.
די גמרא לערנט פון דא ארויס הדיוט קופץ בראש אז ער איז געווען דער יונגסטער און ער האט געשפרינגען דער ערשטער, איז דער גר"א מסביר פון וואו ווייס איך אז קיינער האט נישט געגעבען קיין עצות אפשר האט יעדער געגעבען עצות נאר זיין עצה איז געווען די בעסטע האט מען דאס געפאלגט, ערקלערט דער גר"א ווייל ס'שטייט לפני המלך והשרים מיינט עס צוזאגען אז ער האט גערעדט פאר זיי, אבער די טעם פארוואס ער האט זיך טאקע אריינגעמישט איז געווען ווייל ס'איז דא א הלכה אז ביי דיני נפשות פאנגט מען אן פונעם קלענסטען כדאי אויב מ'וויל זאל מען קענען צוריק ציען האט המן געוואלט ווייזען אז דא איז נישט קיין קינדער שפיל נאר דא איז דיני נפשות.
ר"ר יונתן אייבשיץ זצ"ל טייטש אז אחשורוש האט געזוכט א לימוד זכות אויף איר, איז ער געגאנגען צו די יודעי העיתים ווייל ער האט געהאלטען אז דאס איז נאר פון די מזלות און פונקט דעמאלס איז געווען א צייט פון כעס, אבער דער מהרש"א זאגט אז א מזל איז נאר דא פאר איין מענטש אליין אבער אויב דאס האט א שייכות מיט נאך מענטשען איז נישט דא קיין מזל, דאס האט המן געזאגט לא על המלך לבדו כי על כל השרים און דאס איז א רבים, און ס'קען נישט זיין אז דאס איז פון א מזל.
מפורשים זאגען אז פשט איז, אז די פרויען וועלען זיך מרמז זיין איינער צום צווייטען וועלען זיי רעדען פון דעם טאג, געדענקס נאך דעם טאג וואס איז געווען, און דאס איז שוין גענוג א בזיון.
המן האט געמיינט צו זאגען אז פון די אנדערע פלעצער וואס זענען געקומען וועלען יעצט אהיים זאגען פאר זייערע פרויען, אבער די וואס וואוינען דא אין שושן איז שוין היום הזה נאך דעם היינטיגן טאג וועלען זיי ליידען ווען די פרויען וועלען זיך מתחצף זיין.
ביז יעצט איז געווען א געזעץ אז אחשורוש האט קודם געדארפט פרעגען א צווייטען פאר ער האט געהארגעט איינעם האט ער געוואלט מאכען אז ער דארף קיינעם נישט פרעגען, און דאס איז שפעטער געווען זייו מפלה ווייל ווען מ'האט המן געהארגעט האט מען קיינעם נישט געפרעגט.
אין "יוסף לקח" ווערט געברענגט אז המן האט נאר געוואלט אז מ'זאל איר הרגענען האט ער געזאגט פאר אחשורוש יצא דבר המלכות דו אליין זאלסט פסקענען און פרעג נישט קיינעם וואס צו טוהן, ולא יעבור - און פארזוים נישט קיין צייט נאר מאך עס שנעל.
ס'איז דא מפורשים וואס לערנען אז פשט איז אז כדאי ושתי זאל נישט ארויסגיין מיט א נצחון ווייל סוף כל סוף איז זי נישט געווען ביי קעניג האט מען דערפאר אריינגעשריבען אז זי טאר נישט גיין צום קעניג אפילו זי וויל.
דער "שבט מוסר" לערנט פשט אז דעמאלס ווען מ'טראגט איר ארויס צום מיתה זאל מען אויסרופען אז אזוי טוט מען פאר אזא פרוי, און אזוי וועט יעדער וויסען אז כי רבה היא דער קעניג איז גרויס.
די גמרא זאגט אז נאכדעם וואס דער אויבערשטער האט געצווינגען ביים בארג סיני מיט'ן בארג אז מיר מוזען נעמען די תורה האט מיר א הלכה פון א אונס, ווייל מ'האט געצווינגען, זאגט רבה אז מיר זענען נישט קיין אונסים ווייל פורים האבען מיר נאכמאל מקבל געווען די תורה, דאס איז פשט ונשמע פתגם המלך - דאס מיינט די באפעלען פונעם אייבערשטען, ווייל כי רבה היא - רבה האט דאך געזאגט אז מיר זענען נישט קיין אונסים, לייגט צו דער רב פון קטמון ז"ל אז ביז מתן תורה פלעגען די פרויען זאגען אז מיר זענען מער פון ענק ווייל צו אונז האט מען נאר גערעדט בלשון רכה, ווי ס'שטייט כה תאמר לבית יעקב אבער ענק האט מען געדארפט צווינגען, אבער יעצט ווען יעדער האט מקבל געווען באהבה איז דאך שוין אלעס אייניג דאס איז דער המשך פון פסוק ווייטער וכל הנשים יתנו יקר לבעליהן אז פון יעצט און ווייטער וועלען אלע פרויען זיך נישט האלטען מער פון די מענער...
אין "אור דוד" שטייט אז אזוי ווי זי איז געווען א בת מלכים האט אחשורוש מורא געהאט אז מ'וועט נאך נקמה נעמען פון אים אז ער האט איר גע'הרג'ט דערפאר האט ער געמאכט אז יעדער דארף רעדען איין שפראך ממילא ווייסט מען שוין וואס יענער רעדט און ס'איז גרינגער צו קאנטראלירען אבער וואס וועט זיין מיט די שרים פון אנדערע שטעט וואס מ'קען זיי נישט קאנטראלירען האט ער געמאכט אז יעדער שר דארף בלייבען דארט וואו ער איז און נישט ארום גיין - דאס איז פשט להיות כל איש שורר - יעדער וואס איז א שר, זאל בלייבען בביתו אין שטוב און נישט ארום פארן.
ר"ר יונתן אייבשיץ זצ"ל און דער "חתם סופר" זאגען דא אז די גאנצע חורבן איז ארויסגעקומען ווייל זי האט גערעדט די כשדי'שע שפראך ווייל זי איז פון דארט געקומען, און דארט אין שושן האט מען גערעדט די פרסישע שפראך ממילא האט קיינער דארט נישט פארשטאנען וואס מ'האט גערעדט צו איר ווייל מ'האט גערעדט איר שפראך, אבער ווען מ'ווייסט ווען וואלט נישט ארויסגעקומען די גאנצע זאך ווייל יעדער וואלט פארשטאנען אז זי איז גערעכט און ער בעט נישט קיין נארמאלע זאך, וועגען דעם האט מען דאס גראד אריינגעשריבען אין געזעץ ווייל דאס האט געברענגט דעם חורבן.
אין תרגום שטייט אז ער האט זיך אויפגערעגט אויף די זיבן באדינער וואס האבען גורם געווען אז מ'זאל איר הארגענען און ער האט זיי אלע געהארגעט, איי איינער פון די זיבען סריסים איז דאך געווען ממוכן וואס דאס איז המן, זאגען די מפורשים אז דאס איז צוויי אנדערע מענטשען און א ראיה ווייל דער ממוכן פון די זיבן שרייבט מען ממוכן און ביי די אנדערע שטייט מומכן וואס דאס איז טאקע געווען המן, און דאס וואס מיר זאגען אויף דעם המן אז ער איז געווען א הדיוט קופץ בראש לויט דעם מיינט עס ווייל ער איז ניטעמאל געווען איינער פון די סריסים אויך נישט.
די גמרא זאגט את אשר עשתה אז זי האט גענומען פרויען און מיידלעך און געצווינגען צו ארבעטען אין שבת קודש, דערפאר איז זי געהארגעט געווארען אין שבת קודש, פרעגט ר' שלמה קלוגער זצ"ל וואס עפעס דארף די גמרא זאגען אנדערשט ווי די פשט - את אשר עשתה אז זי האט נישט געפאלגט דער קעניג? נאר ענטפערט ער אז פאר די גמרא איז שווער געווען ווייל זי האט דאך געזינדיגט מיט'ן נישט טוהן זי האט "נישט" געוואלט גיין צום קעניג, און פארוואס שטייט דער לשון אשר עשתה וואס זי האט יא געטוהן, נאר מוז זיין אז ס'גייט ארויף אויף די עבירה וואס זי האט געטוהן במעשה אז זי האט געמאכט יודישע מיידלעך ארבעטען אין שבת.
עיין באות נ"א וואס די גמרא זאגט, זאגט דער חת"ס מיט די גמרא לויט'ן ב"י אין סי' רצ"ז אז די טעם פארוואס מ'שמעקט בשמים אין שבת איז ווייל ס'שטייט אין פסוק תחת הסרפד יעלה "הדס", און נעבען דעם שטייט שומר שבת מחללו, זאגט דער חת"ס אז ס'קען זיין דער רמז ווייל די גמרא זאגט אז תחת הסרפד יעלה הדס מיינט אסתר, וואס זי איז געווארן קעניגען נאך ושתי וואס זי האט געפייניגט יודישע מיידלעך זאלן ארבעטען אין שבת איז לזכר דעם שמעקט מען בשמים וואס איז מרומז אין ושתי וואס איז געווען פונקט די פארקערטע ווי אסתר.
דער בעל הטורים אין פרשת מקץ ברענגט א מסורה
דא שטייט ויפקד המלך פקודים און ביי יוסף שטייט ויפקד פקודים על הארץ, איז די שייכות ווייל יוסף ווייל זי האט צוזאם גענומען תבואה וועגען דעם טאקע איז ער געווארען א עושר, אבער אחשורוש ווייל ער האט צוזאם גענומען פרויען איז ער געווארען א ארימאן ווי ס'שטייט שפעטער אז ער האט געדארפט ארויף לייגען פרישע שטייער.
ס'איז דא א מחלוקה וויאזוי דא איז געווען, טייל האלטען אז מ'האט ממש צוזאם גענומען אלע פרויען, און טייל זאגען אז יעדער פקיד האט צוזאם גענומען אלע זיינע מיידלעך וואס ער האט געהאט און ער האט פון די אלע געשיקט איינס וואס ער האט געהאלטען אז זי וועט זיין פאסיג, און זייער ראיה איז ווייל ס'שטייט א לשון יחיד נערה, וואס דאס איז משמע אז פון יעדע פלאץ איז געגאנגען נאר איין מיידל.
אין "יוסף לקח" שטייט אז אחשורוש האט געהאט א פראבלעם ווייל ער האט געוויסט אז די ערשטע פרוי האט ער געהארגעט ווייל זי האט זיך געהאלטען גרויס און גערעדט מיט חוצפה, אויב אזוי ווער זאגט אז די צווייטע וועט זיין בעסער ווי די ערשטע, וועגען דעם האבען אים די יועצים געגעבען א עצה אז די צווייטע זאל נישט הייסען ווי א געהעריגע פרוי נאר זי זאל הייסען אזוי ווי "תחת ושתי" און נישט א געהעריגע מלכה אבער למעשה האט דער אויבערשטער צוגעפירט פארקערט ווי זיי האבען געזאגט ווייל אין פסוק שטייט וישם כתר מלכות בראשה כאטשיג וימליכה תחת ושתי - כאטשיג מ'האט געשמועס אז זי וועט נאר זיין תחת ושתי איז זי אבער געווארען א געהעריגע מלכה.
די גמרא זאגט אז מ'רופט אים סיי יהודי און סיי איש ימיני ווייל פון זיין מאמעס זייט איז ער געווען פון שבט יהודה און פון זיין טאטעס זייט איז ער געווען פון שבט בנימין, שטעלט זיך ר"ר יונתן אייבשיץ זצ"ל אין ספר "יערות דבש" לכאורה איז שווער אז ער רעכנט אויס די יחוס פון זיין מאמעס זייט אין די תורה שטייט קיינמאל נישט די יחוס פון די מאמע, נאך מער איז שווער פארוואס שטייט קודם די מאמעס זייט און דערנאך שטייט די טאטעס זייט, נאר ערקלערט ער מיט די הקדמה וואס שטייט אין מדרש אז די קינדער פון עשו קענען נישט האבען די מפלה נאר דורך די קינדער פון שבט בנימין, אבער די ריכטיגע נצחון ביי א מלחמה קען נישט זיין דורך די קינדער פון שבט יהודה וואס ביי זיי שטייט ידך בעורף אוביך, וועגען דעם שטענדיג ווען מ'האט מלחמה געהאלטען מיט די קינדער פון עשו האט מען גענוצט די קינדער פון רחל, אבער ביי אלע אנדערע אומות האט מען גענוצט די קינדער פון שבט יהודה, די זעלבע זאך שאול המלך וואס שטאמט פון שבט בנימין האט מלחמה געהאלטען מיט עמלק און דערנאך איז געקומען דוד המלך וואס האט געשטאמט פון שבט יהודה און האט מלחמה געהאלטען מיט די אנדערע אומות, לויט דעם ווען שאול המלך האט אויסגעהארגעט אלע עמלקים און האט נאר איבערגעלאזט אגג וואס פון אים איז ארויסגעקומען עמלק, איז דער אגג האט חתונה געהאט מיט א פרוי פון אנדערע אומות ווייל פון עמלק איז דאך גארנישט געבליבען ווייל מ'האט יעדעם אויסגעהארגעט, האט המן געשטאמט פון טאטענס זייט פון עמלק און פון די מאמעס זייט פון אנדערע אומות, האט המן געהאלטן אז אים וועט קיינער נישט קענען בייקומען ווייל פון די אנדערע שבטים אויסער בנימין קען נישט ווייל ער איז פון עמלק, ווייטער פון שבט בנימין איז אויך נישט גוט ווייל ער שטאמט אויך פון אנדער אומות, האט דערפאר דער אויבערשטער געשיקט מרדכי וואס האט אויך געשטאמט פון זיין טאטענס זייט פון בנימין און פון די מאמענס זייט פון יהודה אזוי אז ס'איז געווען פונקט גוט זיך צושלאגען מיט המן וואס האט פון זיין טאטענס זייט געשטאמט פון עמלק, און פון זיין מאמענס זייט פון אנדערע אומות העולם.
אין תרגום שני שטייט די גאנצע יחוס פון מרדכי הצדיק ווי פאלגענד: מרדכי בן יאיר בן שמעי בן שמידע בן בענה בן אילה בן מיכה בן מפיבושת בן יהונתן בן שאול בן קיש בן אביאל בן צרור בן בכורת בן אפיה בן שחרים בן עזיה בן שישק בן מיכאל בן אליאל בן עמיהוד בן שפטיה בן פתואל בן פיתון בן מליק בן ירובעל בן ירוחם בן חנניה בן זבדי בן אלפעל בן שמרי בן זכריה בן מרימות בן חושים בן שחורה בן גזה בן עזא בן גרא בן בלע בן בנימין בן יעקב אבינו.
די גמרא זאגט אין מגילה מרדכי מן התורה מנין ווי איז מרומז אין די תורה דער נאמען פון מרדכי, מר דרוד (א נאמען פון א בשמים פון די קטורת) זאגט דער תרגום מרי דכיא, דער רמב"ן איז מסביר אז מר איז אזא בלוט וואס איז דא אין אזא חיה וואס זעהט אויס ווי א הערש, דרור - מ'דארף ארויסנעמען די בלוט פון די חיה ווען ס'איז נאך פריי פון לשון דרור, ווייל ווען מ'פאנגט עס איז שוין די בלוט נישט שמעקעדיג ווי בשמים, זאגט דער שואל ומשיב אז דאס איז די שייכות פון די בשמים צו מרדכי ווייל אויך מרדכי איז אזוי געווען ער האט זיך נישט געהאלטען ביי קיינעם נאר ער איז געווען ווי א פרייער און זיך נישט געוואלט צוהערען צו המן.
דער בני יששכר ברענגט אז דער חוטם איז דער איינציגער אבר וואס האט נישט פוגם געווען ביי די עבירה פון אדם הראשון מיט'ן עץ הדעת, און המן האט געוואלט אז יודן זאלען קומען צו די סעודה כדאי אז מ'זאל צוריק מעורר צו זיין די עבירה פון אדם הראשון, האט דער אויבערשטער געמאכט אז מרדכי זאל זיך מיט אים קריגען וואס מרדכי איז מרומז אין די מיני בשמים (מרי דכיא) וואס מ'שמעקט מיט די נאז - חוטם, וואס דאס האט נישט פוגם געווען ביים חטא אדה"ר.
די גמרא דרשענט אויף דעם בן יאיר - שהאיר עינהם של ישראל, בן שמעי - ששמע א' אל תפלתו, בן קיש - שהקיש על דלתי רחמים ופתחו לו, לכאורה דארף מען פארשטיין ווייל די אלע זאכען זענען די זעלבע און וואס האט ער דא צוגעלייגט דריי אנדערע זאכען, זאגט דער מנות הלוי אז די פשט איז אזוי שהאיר עיניהם - אז זיי האבען געזעהן ווי ער דאווענט האבען זיי אויך מיטגעדאווענט, ששמע אל אל תפלתו - אז די יודן האבען מיטגעדאווענט מיט אים און דער אויבערשטער האט זיי אויסגעהערט, הקיש על דלתי רחמים - אז אויך נאכדעם וואס די גזירה איז שוין בטל געווארען פון די יודן האט מען עס ארויף געלייגט אויף די גוים, דאס איז די חילוק פון די דריי זאכען.
די טעם פארוואס ער רעכנט נישט אויס אז ער האט געשטאמט פון שאול, שטייט אין מגילת סתרים ווייל שאול המלך איז געווען דער וואס האט גורם געווען אז המן זאל געבוירען ווערען ווייל ער האט געלאזט אגג דער זיידע פון המן לעבען אויף איין נאכט, דער אבן עזרא זאגט אבער אז ס'קען נישט זיין אז ער זאל זיין א אייניקעל פון שאול און ער זאל עס נישט אויסרעכענען.
זאגט די גמרא אויף דעם שגלה מעצמו - אז פון זיך אליין איז ער געגאנגען אין גלות, דער בן איש חי ברענגט אז וועגען דעם האט ער זוכה געווען צו זיין דער שליח צוברענגען די ישועה ווייל ער האט זיך משתתף געווען מיט די צרות פון די יודישע קינדער און איז אליין מיטגעגאנגען מיט זיי.
ס'איז דא א מחלוקה אין די גמרא, איין מ"ד האלט אז איר ריכטיגע נאמען איז געווען אסתר נאר מ'האט איר גערופען הדסה ווייל אזוי ווערען אנגערופען צדיקים ווי די מפורשים זאגען די טעם ווייל די הדסה האט א טבע אז ס'איז אייביג פייכט סיי זומער און סיי ווינטער, און אזוי אויך צדיקים זענען אייביג גרייט צוטוהן דעם רצון הבורא, און איין שיטה האלט פארקערט אז זי האט געהייסען הדסה נאר מ'האט איר גערופען אסתר צוליב אפאר טעמים, איינס וועגען זי האט באהאלטען פון ווי זי שטאמט, אדער זאגען מפורשים ווייל זי איז געווען אזוי שיין ווי די לבנה, און די לבנה ווערט אנגערפען אסתהר.
אין תרגום שטייט אז זי איז אלט געווען 75 יאר ווי די מנין פון הדסה, און אין מדרש פרשת לך ווערט אויך אראפגעברענגט א מחלוקה איינער האלט 40, און איינער האלט 75 און ער ברענגט די זעלבע ראיה, איין מ"ד האלט אז זי איז אלט געווען 80, זאגען די מפורשים אז די צוויי לעצטע איז שוין נישט מחלוקה ווייל איינער רעדט פון די שעת צרה און איינער רעדט מיט צען יאר שפעטער בשעת ס'איז געווען די ישועה, וואס דעמאלס איז זי טאקע שוין געווען עלטער.
בפשטות מיינט לבת אזוי ווי א טאכטער וואס ער האט איר אויפגעצויגען, אבער רש"י ברענגט שוין אראפ דאס וואס שטייט אין די גמרא אז ער האט איר געוואלט (ס'איז דא א מחלוקה רש"י לערנט אז ער האט טאקע חתונה געהאט מיט איר ווייל רש"י לערנט אז שפעטער האט אחשורוש גענומען פרויען אויך נישט נאר בתולות, אבער אנדערע מפורשים ווי דער אבן עזרא לערנט אז ער האט נאר געוואלט חתונה האבען מיט איר אבער ער האט למעשה נישט און זי איז געווען נאר א מיידעל, און לויט דעם האט אחשורוש שפעטער געזוכט נאר מיידלעך,) נעמען פאר פרוי און די ווארט לבת מיינט לבית פאר א שטוב, איז דער חיד"א מסביר אז די גמרא איז שווער געווען ווייל לויט פשוט פשט וואלט ווען געדארפט שטיין כבת אלא מאי מיינט דאס די דרש, דער נודע ביהדה זאגט אז די גמרא וויל דא פארענטפערען א קשיא וואס איז שווער וואס שטייט פריער אשר הגלה אז ער איז אליין ארויס אין גלות די הלכה איז דאך אז מ'טאר נישט ארויסגיין פון ארץ ישראל, נאר אזוי ווי ער איז געגאנגען חתונה צו האבען דאס איז דאך יא מותר ווייל דאס איז א מצוה ממילא איז שוין פארענטפערט וויאזוי ער האט געמעגט ארויסגיין.
אסתר האט זיך באהאלטען דריי יאר און נישט געוואלט ארויסקומען ווי ס'שטייט אין פסוק "ותלקח" אסתר מיט געוואלד, און דאס איז שוין געווען נאך אלע שטרענגע ווארענונגען אז די וואס קומן נישט וועט געהארגעט ווערען און מיט דעם אלעס כאטשיג דער קעניג האט געזעהן אז זי האט נישט געוואלט קומען מיט דעם אלעם שטייט שפעטער ותשא "חסד" - דאס איז געווען די חסד אז ער האט איר נישט גע'הרג'ט.
שטייט אין די גמרא אז זי האט געהאט זיבען באדינער יעדען טאג א צווייטער און אזוי האט זי געוויסט ווען ס'איז שבת, אין תרגום שטייט אז זי האט געהאט א סימן ווייל יעדע איינס האט געהאט א נאמען צוגעפאסט לויט די טאג און לויט ווי די מפורשים לייגען צו איז דאס געגאנגען לויט דעם וואס מ'האט באשאפען יעדען טאג, ווי פאלגענד: זונטאג האט געהייסען "חולתא" ווייל דעם ערשטען טאג האט מען באשאפען די גאנצע וועלט, לויטן פסוק "ותחולל" ארץ ותבל, מאנטיג האט געהייסען "רוקעיתא" ווייל דעם צווייטען טאג האט מען באשאפען די רקיע, דינסטאג האט געהייסען "גינונתא" ווייל די גינה - גארטענ'ס האט מען יענעם טאג באשאפען, מיטוואך האט געהייסען "נהוריתא", א לשון פון ליכטיקייט ווייל אין יענעם טאג האט מען אויפגעהאנגען די מאורות, דאנערשטיג האט געהייסען רוחשיתא, ווייל אין יענעם טאג האט מען באשאפען די קריכענדיגע חיות, פרייטיג האט געהייסען "חורפיתא" ווייל דאס איז טייטש "ערב" וואס דאס מיינט ערב שבת, און די פון שבת קודש האט געהייסען רוגעיתא, וואס דאס איז א לשון פון מנוחה ווייל בא שבת בא מנוחה.
אין מנות הלוי שטייט אז אסתר וואלט סיי ווי געוויסט ווען שבת איז ווייל זי איז נישט געווען דא אין א מדבר, נאר זי האט גענומען אזעלכע דינסט אז זי זאל געדענקען יעדען טאג וואס דער באשעפער האט באשאפען כדאי אים צו לויבען יעדען טאג עקסטער.
אין רוקח שטייט א רמז וא"ת שב"ע איז די אותיות שבת, און הנערות הראיות איז די גימטריא "זו היתה מונה בהן שבת" - אז מיט זיי האט זי געציילט ווען ס'איז שבת.
אין יערות דבש שטייט אז וועגען דעם האט זי געדארפט האבען 7 באדינער זאלן דאס דערמאנען ווייל זי האט נישט געוואלט אז מ'זאל וויסען אז זי איז א יוד, און א גאנצען וואך נישט טוהן א מלאכה האט זי נישט געוואלט ווייל הבטלה מביא לידי שיעמום, און אויב זי וואלט ווען געהאט נאר איין דינסט וואלט זי געזעהן אז זי איז א יוד, אבער אזוי האט דער דינסט פון שבת געמיינט אז קיין איין טאג ארבעט זי נישט און מ'איז נישט געוואר געווארען פון דעם אז זי איז נישט קיין יוד.
ס'איז דא א מחלוקה אין די גמרא וואס מ'האט משנה געווען, רב לערנט אז מ'האט איר געגעבן יודישע דינסטען אפילו מ'האט נישט געוויסט ווער זי איז, און אזוי שטייט אין תרגום אז איינער פון די דינסטען איז געווען התך וואס ער איז געווען דניאל. שמואל זאגט אז דאס מיינט אז מ'האט זיי געגעבען צו עסן קדלי דחזירי - לויט איין פשט פון ערוך מיינט עס אז מ'האט זיי געגעבן צו עסן די קאפ פון א חזרת, און בפשטות מיינט עס שטיקלעך פון א חזיר, רש"י לערנט אז זי האט עס געגעסען ווייל זי איז געווען א אונס, און תוס' זאגט אז ח"ו לומר כן נאר זי האט עס נישט געגעסען, זאגט דער מגילת סתרים לויט ווי ס'שטייט אין זוהר אז אסתר אליין האט נישט חתונה געהאט מיט אחשורוש נאר ער האט געשיקט א ש-ד, די זעלבע זאך איז געווען ווען מ'האט געגעבן צו עסן די חזירים האט זי אליין עס נישט געגעסן נאר די ש-ד, דאס איז פשט וישנה - מ'האט איר משנה געווען, לטוב - כדאי אז זי זאל קענען מקיים זיין די תורה וואס ווערט אנגערופען טוב ווי ס'שטייט אין פסוק כי לקח טוב נתתי לכם וכו', נאך א דעה איז דא אז מ'האט געגסען זרעונים און כאטשיג ביי מרדכי ווי זי איז איינגעשטאנען האט מען זאס נישט געגעסן וויל ס'איז א מאכל עניים האט זי דאס געוואלט עסן כדאי זאל נישט אויסזעהן שיין.
אין תרגום שטייט אז צוליב דעם האט מרדכי נישט געוואלט אז אסתר זאל אויסזאגען פון ווי זי שטאמט ווייל נאכדעם אויב ס'וועט זיך מאכען און ער וועט איר וועלען הארגענען אזוי ווי ער האט געהארגעט די ערשטע וועט ער אויך וועלען הארגענען די יודן פון ווי זי קומט וועגען דעם האט ער געהייסען זאל נישט אויסזאגען און ער זאל נישט וויסען.
דער אבן עזרא זאגט אז מרדכי האט טאקע נישט געטוהן כהוגן ווייל מרדכי האט געוואלט אז זי זאל יא ווערען אחשורוש'ס פרוי, און ער האט מורא געהאט אז אויב זי וועט אויס זאגען פון ווי זי שטאמט וועט ער נישט וועלען חתונה האבען מיט איר, און מרדכי האט פארשטאנען אז אויב זי איז גענומען געווארען צום קעניג דארף זיכער געשעהן עפעס א נס דורך איר.
אין בנין אריאל פון ר' שאול מאמסטערדאם ז"ל שטייט א שיינע טעם פארוואס מרדכי האט נישט געוואלט אז זי זאל אויסזאגען פון וואו זי שטאמט ווייל ער האט מורא געהאט אז די סוף וועט זיין אזוי ווי ושתי, וואס ביי איר שטייט אז מ'האט איר געהארגעט וועגען דעם ווייל ביי די סעודה איז דאך געווען פון אלע אומות און יעדער האט געטאנעט אז די פרויען פון מיינע שטעט זענען שיין, האט זיך אחשורוש אנגערופען איך וועל ווייזען וואס שיין מיינט, און אזוי האט זיך אנגעפאנגען די געשיכטע מיט ושתי, אבער ביי אסתר שטייט אז זי איז געפעלען פאר יעדעם איינעם און יעדער האט געזאגט אז זי זעהט אויס אז זי קומט פון מיר, (און וועגען דעם שטייט וישנה - אז איר צורה האט זיך געהאלטען אין איין טוישען ווייל זי האט אויסגעזעהן ווי יעדעם איינעם, און וועגען דעם ויבהל האט ער זיך דערשראקען וואס ס'גייט פאר מיט איר), ממילא איז דאך נישט געווען די זעלבע פראבלעם ווי ביי ושתי, האט ער מורא געהאט אז אויב וועט זי זאגען פון ווי זי קומט וועט זיך ווייטער אנפאנגען די זעלבע פרשה ווי מיט ושתי האט ער איר אנגעזאגט זאל נישט אויסזאגען גארנישט.
זאגען די מפורשים נישט אז יעצט האט איר געזאגט אז זי זאל נישט אויסזאגען ווער זי איז ווייל ס'שטייט נישט אין ערגעץ בעפאר אז ער זאל דאס זאגען נאר פשט איז אז ער האט איר געהאט צוגעוואוינט אז נישט אלעס וואס מ'זעהט אינדערהיים דארף מען אויסזאגען.
שטייט נישט הולך נאר מתהלך ווייל ער האט זיך געמאכט ווי ער גייט נאר פארצופאל דורך נישט וועגען איר, כדי אז מ'זאל נישט כאפען ווער זי איז.
דער אלשיך הקדוש זאגט אז מרדכי איז געווען מסופק וואס דא גייט פאר פון איין זייט האט ער געזעהן אז זי איז גרויס געווארען און גייט ווערען די פרוי פון אזא גרויסע קעניג, און פון די אנדערע זייט איז ער א ערל טמא, האט ער נישט געוויסט צי דאס איז א עונש ווייל איר זיידע שאול האט געלאזט לעבען אגג וואס דורך דעם איז ארויסגעקומען המן צי פארקערט, וועגען דעם ווייל זי שטאמט פון שאול דארף זי זיך קריגען מיט המן, דאס איז פשט אין פסוק ער איז געגאנגען קוקען צו זעהן את שלום אסתר צו זי גייט קומען א ישועה דורך איר אבער פארקערט ומה יעשה בה - דאס מיינט ער האט געקוקט צו עפעס וועט איר געשעהן.
ווי ס'שטייט אין די משנה אז מ'גיבט פאר א מיידעל 12 חדשים זיך צוציגרייטען צו די חתונה, און זומער האט מען גענוצט פאר זיי אנדערע בשמים און ווינטער אנדערע.
ז"ה איז בגימטריא 12, דאס מיינט נאך צוועלעף חדשים אזוי ווי ס'איז געשטאנען אויבן.
דער גר"א זאגט אז אויף ובהגיע תור נערה ונערה איז דא די טראפ קדמא ואזלא - ווייל די אלע אנדערע מיידלעך זענען געלאפען צו גיין צום קעניג, אבער דא שטייט די טראפ מונח מונח - וויל זי איז געגאנגען צושטיילעך נישט מיט איר ווילען.
דער מגילת סתרים זאגט אז ווען ס'איז געקומען די ראיה פון אסתר און זי איז געפאלען אין זיינע אויגען האט ער אבער אגאנצען צייט געוואלט זעהן נאך מיידלעך זיכער צו מאכען צי זי איז א יפת תואר, און דעמאלס האט געהאנגען אויף א ספק צי יודן זענען יא ווערט אז ס'זאל זיי געשעהו א נס צי ח"ו נישט, אין דעם האט זיך עס געוואנדען א גאנצען צייט.
וועגען דעם זאגט ער די גאנצע יחוס וואס זי האט געשטאמט, ווייל ער וויל ווייזען אז כאטשיג זי איז שוין געווען צוועלעף חדשים אין שטוב פון קעניג און זיך דארט געגרייט, מיט דעם אלעם איז זי געבליבען בת אביחיל און דער טאכטער פון מרדכי.
דער אלעקסאנדער רבי האט אמאל געפרעגט דעם אלעסקער רבי (איידעם פון ערשטען בעלזער רב זי"ע) פארוואס ער וויל נישט נעמען געלט פון מענטשען אזוי ווי זיין מנהג איז געווען, האט ער גענטפערט איך האב א ראי' פון פסוק שטייט לא בקשה דבר - זי האט גארנישט געבעטען - זי האט פון קיינעם נישט געוואלט גארנישט דערפאר איז געווען אז זי האט געהאט חן אין יעדענ'ס אויגען.
מפורשים טייטשען דער פסוק מיט א משל אז דער קעניג האט געזאגט אז מ'קען בעטען וואס מ'וויל, און יעדער האט געבעטען עפעס אנדערשט, האט איינער א חכם געזאגט אז ער בעט אז ער זאל אייביג קענען בעטען דעם קעניג וואס ער וויל און אזוי האט דער קעניג געטון, דא האט אויך יעדע פרוי געבעטען אנדערע נאריש'קייטן, אבער אסתר וואס זי האט געזעהן אז הגי איז אויף איר זייט און ער נעמט זיך אן פאר איר ווייל א גאנצען צייט האט ער איר געלאזט טוהן וואס זי האט געוואלט האט זי געזאגט זי דארף גארנישט נאר אשר יאמר הגי וואס ער וועט זאגען זאל מען פאלגען, און אזוי ארום וועט זי האבען וואס זי דארף.
די גמרא זאגט אז מ'האט איר גערופען אסתהר ווייל זי איז געווען אזוי שיין ווי די לבנה וואס ווערט אנגערופען אסתהר, זאגט אויף דעם דער שואל ומשיב אז די לבנה האט נישט קיין אייגענע שיין נאר זי נעמט די שיין פון די זון, אזוי אויך אסתר פאר זיך איז גארנישט געווען אזוי שיין נאר דער אויבערשטער האט דאס געמאכט אז חוט של חסד משוך עליה.
די גמרא זאגט אז פון דא לערנט מען ארויס אז יעדער האט געזאגט אז זי קומט פון מיר און איז פון מיין לאנד, און דאס איז געווען דער טעם פארוואס המן האט געמאכט די גזירה פון הארגענען די יודן ווייל ער האט אויך געמיינט אז אסתר קומט פון זיין פאלק די עמלקים און זי וועט אים העלפען מיט זיין גזירה, אויך איז דאס געווען א געוואלדיגע טובה, ווייל ווען איינער איז געקומען אויסזאגען אז אסתר איז א יוד האט מען אים נישט געגלייבט ווייל פאר יעדעם דאכט זיך יעצט צי אז אסתר קומט פון זיין פאלק, ממילא איז אחשורוש נישט געוואר געווארען ביז די צייט.
די גמרא זאגט אז די אלע נעמען פון אלע חדשים איז נישט געווען ביז נאך גלות בבל, ווייל ביז דעמאלס האט מען גערעכענט צי ניסן ערשטע חודש אאו"ו, אבער ביי בבל האט מען געמאכט די נעמען און וועגען דעם שטייט שוין דא די נאמען טבת.
בתולות מיינט פון די אלע וואס ער האט נאך נישט גענומען נאר זיי זענען נאך געווען ביי הגי, און פון ווי האט ער געוויסט אז ס'איז נישט דא דארט שענער'ס וועגען דעם שטייט ווייטער ובהקבץ בתולות שנית - אז ער האט נאכמאל צוזאם גענומען און אזוי האט ער געוויסט אז ס'איז נישטא.
אין תרגום שטייט אז ער האט געהאט ביי זיך אין שטוב הענגען א בילד פון ושתי און יעצט האט ער אנשטאט דעם ארויף געלייגט די בילד פון אסתר.
די מפורשים זאגען אז דאס איז אויך געווען א חלק פון די נס, ווייל ס'שטייט אז נאר פאר די גוים האט ער געמאכט א הנחה אבער נישט פאר די יודן, ממילא שפעטער ווען המן האט געוואלט הארגענען די יודן האט ער געמוזט באצאלען עשרת אלפים, ווייל אחשורוש האט אים געזאגט אז ער האט שאדען די מכס, אבער פארקערט ווען מרדכי האט געוואלט הארגענען די גוים האט ער שוין גארנישט געמוזט באצאלען ווייל מרדכי האט אים געזאגט אז די גוים צאלען סיי ווי נישט, און טאקע וועגען דעם נאך די גאנצע נס איז ווייטער געווען וישם המלך מס על הארץ ואיי הים, ווייל ס'האט שוין נישט אויסגעפעלט אז זיי זאלען נישט צאלען.
דאס איז אויך געווען כדי אסתר זאל זאגען ווער זי איז האט ער געטון צוויי זאכען איינס ער האט צוזאם גענומען אלע פרויען כדאי צו ווייזען אז ער וויל נעמען א צווייטען און זי וועט זאגען פון וואו זי שטאמט, נאך א זאך וואס ער האט געטון אז ער האט געזעצט מרדכי ביים טיר פון קעניג ווייל ער האט געזעהן אז די צוויי האבען א שייכות האט ער געקלערט אז אזוי וועט זי זאגען.
שטייט נישט צווי נאר מאמר ווייל יעצט איז זי שוין נישט געווען אנטער מרדכי און מיט דעם אלעם האט זי אים געפאלגט כאשר היתה באמנה אתו, - אזוי ווי פריער.
די גמרא זאגט אז וועגען דעם האבען זיי זיך גערעגט ווייל זיי האבען געזאגט אז זייט אחשורוש האט חתונה געהאט מיט ושתי קענען זיי נישט שלאפען.
די ווארט סף האט צוויי טייטשען איינס שוועל ווי ס'שטייט ויניעו אמות הסיפים, און נאך א פשט א לשון פון בעקענס, זאגט די מהרש"א אז ביידע פשטים זענען געווען אמת ווייל זיי זענען ביידע געווען.
ס'איז דא צוויי וועגען וויאזוי ער איז געוואר געווארען איינס ווייל ער האט געקענט אלע שפראכען, און נאך א טייטש אז ער האט עס געזעהן מיט רוח הקודש, און מיט דעם פארענטפערט מען פארוואס ער האט געראטעוועט א גוי אחשוירוש ווייל ער האט געזעהן מיט רוח הקודש האט ער פארשטאנען אז ער האט עס וועגען דעם געזעהן כדאי אז ער זאל אים ראטעווען.
די גמרא לערנט ארויס פון דא כל האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם אזוי ווי ס'איז דא געווען אז שפעטער איז געווען דורך דעם די ישועה.
די גמרא זאגט אז דאס איז געווען ווייל ס'איז ארויף געשווימען פון די סם און מ'האט געזעהן וואס זיי האבען געוואלט טוהן און מ'האט זיי ביידע געהאנגען אויף איין בוים כן יאבדו כל אויביך בב"א.
**
אוועטאר
שינאווע חסיד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 11:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שינאווע חסיד »

המשך
ידיעות וועגן אחשורוש
אחשורוש איז פון די געציילטע מענטשן וואס האבן געקעניגט אויף די גאנצע וועלט.
(מגילה יא.)
אחשורוש איז ארתחשסתא.
(אסת"ר א-ג)
אחשורוש איז געווען א פיקח.
(מגילה יב.)
אחשורוש איז געווען א טיפש.
(שם)
אחשורוש האט פיינט געהאט די אידן מער ווי המן הרשע.
(אסת"ר ד-יב)
אחשורוש האט זיך באנוצט מיט די הייליגע כלים פון בית המקדש.
(מגילה יט.)
פון די גוטע זאכן וואס אחשורוש האט געהאט אז ער האט אראפ געשריבן יעדע טובה וואס מענטשן האבן פאר אים געטאן.
(אסת"ר א-טו)
זיין כסא המלוכה איז געווען נאכגעמאכט פונקטליך ווי די כסא המלוכה פון שלמה המלך.
(יל"ש אסתר תתרמז)
אחשורוש האט געהאט די חוצפה אנצוטאן די בגדי כהן גדול.
(מגילה יב.)
קודם האט ער געוועלטיגט אויף די גאנצע וועלט. ווען ער האט גע'הרג'עט ושתי האבן אלע ווידערגעשפעניגט אין איהם. ווען ער האט גענומען אסתר, האט ער צוריק באקומען 127 מדינות. ווען המן איז געפאלען און מרדכי איז ארויף, האט ער ווייטער געקעניגט אויף די גאנצע וועלט.
(מדרש שוח"ט כב-כו)
דער נאמען פון דער פערד וואס מרדכי האט געריטען איז געווען "שיפרגז".
(תרגום שני ו-י)
**
ידיעות וועגן המן
....המן'ס מאמע'ס נאמען איז געווען אמתלאי בת עורבתי.
(ב"ב צא.)
....אז המן האט געוואוינט אין "הנדיא"?
(תרגום שני ח-יד)
....אז המן איז געווען א שערער (בארבער בלע"ז) אין כפר קרצום פאר 22 יאר?
(מגילה טז.)
....אז המן האט געהאט 208 קינדער?
(מגילה טו:)
....אז עס איז נישט געווען איינער וואס זאל קענען בעסער רעדן לשון הרע ווי המן?
(שם יג:)
....אז די שווערסטע צייט וואס אידן האבן געהאט אין אלע גלויות, איז געווען אין די טעג פון המן?
(שוח"ט כב-ז)
....אז המן האט גע'עצה'ט אחחשורוש ער זאל מבטל זיין דאס בויען פון דעם בית המקדש?
(אסת"ר ז-ב)
....אז המן האט איינגערעדט אחשורוש ער זאל טאן די זעלבע זאך וואס בלעם האט געטאן כדי די אידן זאלן זינדיגן.
(אסת"ר ז-יח)
....אז ווען המן האט מקטרג געווען אויף די אידן אויף דער וועלט, פלעגט מלאך מיכאל דעמאלט טאן פארקערט און איז געווען א סניגור פאר די אידן?
(אסת,ר ז-יב)
....אז המן האט געזאגט אז פרעה איז געווען א שוטה.
(שוח"ט ב-ד)
....אז המן האט גענומען די אוצרות פון די מלכי יהודה, און ווען אחחשורוש האט געזעהן זיין רייכקייט האט ער אים דערהויבען.
(אסת"ר ז-ה)
....ווען אחשורוש האט באפוילען מ'זאל זיך בוקען צו המן, האט המן אויפגעקריצט א עבודה זרה אויף זיין הארץ, כדי מ'זאל זיך בוקען צום עבו"ז. אבער מרדכי לא יכרע ולא ישתחוה.
(אסת"ר ו-ב)
.....אז אויף די פיס פון מרדכי איז געווען צוגעבינדן א טאוועל וואס דארט איז געשטאנען אז המן איז פארקויפט געווארן פאר מרדכי אלץ א קנעכט, און ווען המן איז אריבער מרדכי, האט מרדכי אויסגעשטרעקט זיין פיס אים דאס צו ווייזן
(תרגום ה-ט)
....אז המן האט גע'טענה'ט אז די אידן האלטען נישט מיט די גוי'עשע חגאות, האט דער באשעפער געזאגט אז צוליב המן וועלן די אידן באקומען נאך א יו"ט.
(אסת"ר ז-יב)
....אז ווען אסתר האט געלאדענט המן צו די סעודה, האט המן געזאגט אז אסתר איז זיין קרובה ממ"נ, איז זי א אידישע, דעמאלט בין איך איר קרוב דורך עשו א ברודער פון יעקב, אויב זי איז א גויה, זענען דאך אלע גויים קרובים איינע צו די אנדערע.
(שם ז-ה)
....אז דער וואס האט געליינט די ספר הזכרונות פאר אחשורוש איז געווען שמשי בן המן.
(מדרש אבא גוריון)
....אז המן האט געטאן 4 סארט ארבעט ווען ער האט געפירט מרדכי אויף דעם פערד. ער איז געווען דעמאלט א בעדער, א שערער, א לויפער, און אן אויסרופער.
(אסת"ר י-ז)
....אז בשעת המן האט געבויעט די תליה, איז זרש דארט געשטאנען און געזינגען מיט די כלי שיר און געזאגט אז זי וועט באצאלען פאר די ארבייטערס? (תרגום ה-יד) אויב זי האט טאקע געצאלט ווייס איך נישט....
....דער בוים האט המן גענומען פון זיין זוהן פרשנדתא וואס האט געוואוינט אין קרדוניא וואס דארט איז געווען די תיבה פון נח
(יל"ש בשלח רנו)
....אז המן האט זיך געמאסטען אויף דער בוים אויב דאס איז גוט צו הענגען מרדכי, איז ארויס א בת קול וואס האט געזאגט "נאה לך העץ" פאר דיר איז זייער גוט דער בוים.
(אסת"ר ט-ב)
....אז הונדערט קינדער וואס המן האט געהאט זענען 10 גע'הרגע'ט געווארן, 10 זענען געהאנגען געווארן, נאך 10 זענען צושניטען און געגובען געווארן פאר די הינט צום עסן, און נאך 70 זענען געווארן שנארערס פאר די קומענדיגע 12 חדשים און נאך דעם זענען זיי גע'הרג'עט געווארן.
(שוח"ט כב-ב)
....אז די עשירות פון המן איז צוטיילט געווארן אויף דריי חלקים. איין חלק פאר מרדכי און אסתר, די צווייטע חלק פאר תלמידי חכמים, און די דריטע חלק צו בויען דעם ביתהמקדש.
(שם כב-לב)
**
ידיעות וועגן ושתי און זרש
....אז ושתי איז געווען א טאכטער פון א זוהן פון נבוכדנצר
(מגילה טו.)
....אז ושתי האט נישט געלאזט אחחשורוש בויען דעם בית המקדש.
(יל"ש אסתר תתרמ"ט)
....אז ושתי האט געגעבן ביי די סעודה זיסע זאכן פאר די פרויען.
(אסתר ג-י)
....אז גבריאל האט געמאכט א זנב פאר ושתי, און וועגן דעם איז זי נישט געקומען צו אחשורוש.
(מגילה יב:)
....אז די בילד פון ושתי האט געהאנגען ביי אחשורוש ביז ווען אסתר איז געקומען, דעמאלט האט ער געלייגט א בילד פון אסתר.
(אסת"ר ו-יא)
....אז דניאל האט געזאגט פאר אחשורוש ער זאל נישט וויינען וועגן ושתי, ווייל וואס ער האט געטאן צו ושתי איז געווען על פי תורה.
(פדר"א לט)
....אז זרש איז געווען טאכטער פון תתני הפחה פון עבר הנהר וואס ווערט דערמאנט אין עזרא ה-ג.
(תרגום ה-י)
....אז פון אלע 365 עצה געבערס וואס המן האט געהאט האט ער נישט צוגעהערט נאר צו די עצה פון זרש.
(מדרש א"ג ה)
**
ידיעות וועגן מרדכי און אסתר
....אז מרדכי שטאמט פון זיין טאטעס זייט פון בנימין און פון זיין מאמעס זייט פון יהודה.
(מגילה יב:)
....אז מרדכי האט אויך געהייסן "בלשן".
(שם טו.)
....אז מרדכי איז געגאנגען אין גלות צוזאמען מיט גלות יכניה, ער איז צוריק קיין ירושלים, נאכאמאל געגאנגען אין גלות ביים חורבן הבית.
(יל"ש אסתר תתרנג)
....אז מרדכי איז געווען פון די סנהדרין און האט געקענט אלע 70 שפראכ.
(מגילה יג:)
....אז מרדכי האט געמאכט א מטבע, וואס פון איין זייט איז געשטאנען מרדכי און פון די אנדערע זייט אסתר.
(אגדת אסתר ה-טו)
....אז מרדכי האט ארויס געגעבן א מטבע פון "שק ואפר" אויף איין זייט, און "עטרת זהב" פון די אנדערע זייט.
(שם לט-יא)
....אז מרדכי איז געווען אזוי גרויס אין זיין דור ווי משה רבינו אין זיין דור.
(אסת"ר ו-ב)
....אז"מלאכי" איז מרדכי, ווייל ער איז געווען א משנה למלך.
(אסת"ר טו)
....אז "פתחיה" איז מרדכי.
(מנחות בה.)
....אז די זעקה וואס מרדכי האט געשריגן איז געווען וועגען די זעקה וואס יעקב האט גורם געווען פאר עשו צו שרייען.
(בר"ר טז-יד)
....אז מרדכי האט געהייסן מ'זאל פאסטן דעם ערשטן טאג פון יו"ט פסח.
(מגילה טו.)
....אז ביי די גזירה פון המן האט מרדכי און אסתר געזאגט הלל, ספעציעל די קאפיטל פון "לא לנו ה' לא לנו וגו.
(פסחים קיז.)
....אפילו נאך דעם וואס מרדכי איז דערהויבן געווארן רייטענדיג אויפן פערד, האט ער זיך נישט געהאלטן גרויס און איז צוריק צו זיינע תפילות און תעניתים.
(שמו"ר לה-ד)
....אז מ'זעהט עטליכע זאכן די זעלבע ביי די קינדער פון רחל און ביי מרדכי. ביי יוסף שטייט "ויהי כדברה אל יוסף יום יום" ביי מרדכי שטייט "ויהי באמרם אליו יום יום". ביי יוסף שטייט "ויסר פרעה את טבעתו" ביי מרדכי שטייט "ויסר המלך את טבעתו".
(אסת"ר ז-ז)
....אז מרדכי איז אנגעקומען צו זיצן בשער המלך נאכדעם וואס אסתר האט געזאגט פאר דעם קעניג אז אלע דורות הראשונים האבן געהאט אידן צדיקים זיצן בשער המלך.
(יל"ש תתרנ"ו)
....אז אייביג ווען אסתר האט געדארפט גיין צו אחשורוש האט זי געשיקט א שידה אין איר געשטאלט, דאס האט מרדכי געטאן מיט חכמה דורך דעם שם המפורש און די זיבעציק שפראכן וואס ער האט געקענט.
(זהר ל"ג רעו.)
....ווען מרדכי האט געריטן אויפן פערד האט ער געלויבט צו הקב"ה מיט די ווערטער "ארומממך ה' כי דליתני.
(ויק"ר כח-ז)
.....אז ווען מרדכי האט געריטן אויפן פערד האבן איהם באגלייט פונעם קעניגס הויז 27,000 יונגע מענטשן מיט גאלדענע כוסות אין זייערע רעכטע הענט און מיט גאלדענע בעכערס אין זייערע לינקע הענט, לויבענדיג מרדכי הצדיק.
(תרגום שני ו-יא)
.....אז דער לבוש מלכות וואס מרדכי האט געטראגען איז געווען ווערט 420 צענטער פון גאלד, און ירושלים איז געווען אויפגעמאלט אויף דעם, פיל מיט פארשידענע אבנים טובות ומרגליות, און אנדערע אינגע מענטשן זענען געגאנגען נעבען איהם מיט קרוינען אויף זייערע קעפ, און כהנים מיט חצוצרות אין זייערע הענט אויסרופענדיג אז ווער עס וועט נישט ארויס גיין געבן כבוד פאר מרדכי וועט זיין אין חרם.
(תרגום ח-טז)
....אז דער לבוש מלכות וואס מרדכי האט געהאט איז געווען "רוח הקודש" און דעריבער "נפל פחד מרדכי עליהם".
(זהר ח"ג קסט:)
....עס איז דא א מחלוקת ווי אלט אסתר איז געווען ווען זי איז גענומען געווארן לבית המלך, רב זאגט 40 יאר, שמואל זאגט 80 יאהר, און די רבנן זאגן 75 יאהר.
(בר"ר לט-יב)
....אז פאר זי איז געבוירן איז איר טאטע געשטארבן, און בשעת זי איז געבוירן איז איר מאמע געשטארבן.
(מגילה יג.)
....דער לעצטער דריוש איז געווען אז זוהן פון אסתר און אחחשורוש.
(אסת"ר ה-ג)
....פון די 4 שענסטע פרויען אין די וועלט איז געווען אסתר? די אנדערע דריי זענען געווען שרה, רחב און אביגיל.
(מגילה טו.)
....אסתר אפילו זי איז געווען "ירקרקת" אבער א חוט של חסד איז געווען אויפגעגאסן אויף איר פנים.
(מגילה יג.)
....אסתר איז געווען ירוק אזוי ווי אן אתרוג...
(זהר ח"ב רעז)
....אז אסתר איז געווען נישט קיין הויכע, נישט קיין קליינע, נאר א מיטעלע ווי אן הדסה.
(מגילה יג.)
....אז אסתר איז איינע פון די 7 נביאות, די אנדערע זענען שרה, מרים, דבורה, חנה, אביגיל, און חולדה
(מגילה יד.)
....אז פון דער פסוק "ותלבש אסתר מלכות" לערנען מיר ארויס אז אסתר האט געהאט רוח הקודש
(שם יד:)
....אז די אלע 75 יאר וואס אסתר איז געווען ביי מרדכי איז זי געווען א צנועה און נישט געקוקט אויף אנדערע מענער.
(תרגום ב-ז)
....אסתר האט זוכה געווען צו קעניגען אויף 127 מדינות, ווייל זי איז אן אייניקעל פון שרה וואס איז אלט געווען 127 יאהר.
(בר"ר נח-ג)
....אסתר האט געלאזט מאכן פאר מרדכי אן ארט פאר די סנהדרין בשער המלך, אזוי אויך האט זי איהם געהאלפען בויען א בית תלמוד תורה.
(תרגום ה-ט)
....אז דורך דעם וואס אסתר איז געווען פארנומען אין די מצוה פון ביעור חמץ איז זי ניצל געווארן פון המן ווי עס שטייט אין פסוק "שומר מצוה לא ידע דבר רע".
(מדרש זוטא קהלת 118)
....אז אסתר איז געווען באהאלטען 4 יאר ביז מ'האט איר געטראפען.
(סדע"ר כט)
....אז אסתר האט געהאט די "שבע הנערות" פאר יעדע טאג פון די וואך א אנדערע, צו קענען ציילען די טעג פון די וואך, צו וויסן ווען עס איז שבת.
(מגילה יג.)
די נעמען פון די שבע הנערות זענען אויך געווען לפי די טעג פון דער וואך. זונטאג איז געווען "חולתא", מאנטאג "רוקעיתא", דינסטאג "גנוניתא", מיטוואך "נהוריתא", דאנערשטאג "רוחשיתא", פרייטאג "חורפיתא", און שבת "רגגועיתא". די אלעזענען געווען צדיקים און האבן איר צוגעגרייט כשר'ע עסן.
(תרגום ב-ט)
....אז די "שבע הנערוות" האט אסתר מגייר געווען.
(מדרש מגלה)
....אז 5 יאר וואס אסתר איז געווען בבית אחושורוש האט זי נישט דערציילט פון וועלכע פאלק זי איז.
(מדרש לק"ט אתסר ח-ב)
....אסתר האט געזאגט פאר מרדכי "וצומו עלי" מ'זאל פאסטען מכפר צו זיין אויף דעם וואס מ'האט געגעסן ביי סעודת אחשורוש.
(שוח"ט כב-ה)
....ווען אסתר איז אריין צו אחשורוש זענען מיט איר מיטגעגאנגען דריי מלאכים, איינער האט אויפגעהויבן איר קאפ, דער אנדערע האט ארויפגעצויגן א חוט של חסד אויףאיר פנים, און דער אנדערע האט אויסגעצויגען דעם שרביט המלך אויף 2 אמות... 12 אמות... 16 אמות... 24 אמות... ביז 60 אמות.
(מגילה טו:)
....ווען אסתר האט געוואלט אריין גיין ביהכל המלך, איז געקומען א מלאך פון הימל און געשלאגען אחשורוש זאגענדיג דו רשע דיין ווייב שטייט אינדרויסען און דו זיצט זיך אינעווייניג!
(שוח"ט כב-כז)
....ווען אסתר האט געהערט אז המן גייט פירן מרדכי אין גאנץ שטאט, האט זי שנעל געלאזט אויסרופן אין די גאנצע מדינה אז קיינער טאהר נישט עפענען זיין געשעפט, און יעדער איינער דארף ארויס גיין זעהן די גדולה וואס מ'גוט אפ פאר דעם שר היהודים וואס איז ארויף לגדולה.
(ויקר"ר כח-ו)
**
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

ויאמר המלך להמן הכסף נתן לך והעם לעשות כטוב בעיניך.
זאגט אויף דעם תוספת בשם די מדרש אז כסף איז בגימטריא העץ, אחשורוש האט מרמז געווען אז מען וועט אים אויפהעינגען אויף א בוים ע"כ דברי התוספת.
שטייט אויף דעם אין ספר ריח דודאים, פארוואס האט תוספת האט אראפגעברענגט דעם מדרש? עס איז דאך נישט די סדר פון תוספת צו ברעינגען מדרשים? זאגט ער א תירוץ, ווייל תוספת איז דא שווער געווען א קשיא אויפן פסוק. אין פסוק שטייט והכסף נתן לך, לכאורה האט דאך המן גארנישט געגעבען פאר אחשורוש, ער האט דאס נאר אנגעבאטן צו געיבן פאסט נישט די לשון נתן לך, ער וואלט געדארפט זאגן יהי לך אזוי עשו האט געזאגט פאר יעקב, וועגן דעם ברעינגט תוספת דעם מדרש, אז פיו הכשילו אין האט דעמאלס אפגע'פסק'נט המן'ען למיתה ווייל ער האט געזאגט והעץ נתן לך.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

איך געדענק נישט ווער ס'זאגט אן אינטערעסאנטער חידוש, אויף די באקאנטע קשי' וואס הייסט מבטלין תלמוד תורה מפני קריאת המגלה, מגלת אסתר א' מחמש מגלות מכ"ד ספרי תנך איז נישט קיין תלמוד תורה?
ס'איז דא אסאך תירוצים, איינער וויל מחדש זיין אז מקרא מגלה איז נישט כשאר ספרי קודש וואס איז דא א מצות לימוד דערין, די מגלת אסתר איז געגעבן געווארן לקיים מצות קריאת מגלה בפורים.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ביטע
איך זוך א פורים רב תורה פאר מיין אינגל (כיתה ו'), הכתרה, פורים קידוש און פורים תורה וכדומה
אויב איינער קען מיר ציווייזן א לינק וועל איך דאנקבאר זיין
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

דא האסטו קידוש
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=1473

און פרוביר צו זיכען ביי די מפתח פאר א תורה
viewtopic.php?f=3&t=3963
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

א דאנק אייך יענקלע
וואס איז שייך א הכתרה תורה?
אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 06, 2013 5:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטן דור »

עפעס גוטס גייט קומען............
חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 10, 2016 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאכאם »

שוין געפרעגט חאצקל פרייליך??
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

פרעג שמאטע און פלטי
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

איך האב געטראכט פארוואס האט די טאכטער באגאסן דוקא מיט א עציץ שאינו נקוב.. דעם אבל וחפוי ראש, נאר אלעס גייט מדה כנגד מדה, די תרגום זאגט [קאפיטל ה' פסוק א']
וכן אמרת רבון דעלמא לא תמסרנני ביד ערלא הדין, ולא תעביד רעות המן רשיעא, מני היכמא די עבד מן ושתי, דשם טעם על מלכא ופקיד למקטלה, בגין דהוה צבי למסב ית ברתיה, וכד אתכנשו עולמתא לידוי דהגי הות תמן ברתיה דהמן, והות צבית מן שמיא, דכל יומא ויומא הות מקלקלא בריעא עצוצא ובמוי דרגלן ופומה הוה סרי לחדא ואפיקו יתה בבהילו, ומנה אסתקף עלי הדא לאתנסבא ליה, וכען שוי יתי לרחמין בעינוי דלא יקטלנני דיעביד צבותי ובעותי די אנא בעיא מניה
.
יעצט האט די טאכטער אים צוריק געצאלט וואס זי האט געליטן וועגן אים..


די גמרא זאגט אין מגלה דף ט"ז ע"א,
אבל וחפוי ראש על שאירע לו, כי הוה נקיט ואזיל בשבילא דבי המן, חזיתיה ברתיה דקיימא אאיגרא סברה האי דרכיב אבוה והאי דמסגי קמיה מרדכי, שקלה עציצא דבית הכסא ושדיתי' אריש' דאבוה דלי עיניה וחזת דאבוהא הוא נפלא מאיגרא לארעא ומתה.


מילא אז זי האט געמיינט אז דער וואס ריידט איז המן קען מען נאך פארשטיין אנגעטאן בלבוש מלכות אפגעגאלט אפגעוואשן, אבער דער וואס טראגט איז מרדכי ?? זייט ווען קוקט המן אויס ווי מרדכי ? נאר וואסזשע דען, המן האט נישט געוואלט ליידן בזיונות האט ער זיך פארשטעלט ווי מרדכי זאל מען מיינען אז מרדכי טראגט המן, און אפשר וועגן דעם פארשטעלט מען זיך פורים לזכר.. [ובאמת כתב באב"ע שחיפה את פניו וזה פירוש וחפוי ראש, והביא ראי' מופני המן חפו שכך הי' הדרך אז לחפות את פני הענוש].

די גמרא זאגט אז ווען המן האט אויפגעהויבן די אויגן האט די טאכטער געזען דאס איז דער טאטע, וואס עפעס די אויגן, נאר דער פסוק זאגט אין איוב עיני רשעים תכלינה, א רשע'ס א אויג זעט מען אז ס'גייט אויס פאר קנאה און תאוה, יצא עיניך.

דער אבן עזרא זאגט ביי די עשרת בני המן, 'היו חכמים בספרד ושמחו על טעם ארידתא וכן פורתא, והם השמחים ללא דבר, כי אלו השמות הם פרסיים לא עבריים'. איינער פארשטייט ?

א לכבוד פורים, פון וואנעט נעמט זיך אמאל זעהט מען איינער מבני היהודים וואס איז נישט מקיים דעם פסוק עם חכם ונבון, ס'איז דאך ליכא מידי דלא רמיזי באורייתא בפרט ביי אסתר ומרדכי פרעגט די גמרא מן התורה מנין, נאר אז מ'קוקט גוט ביי ולהיות היהודים עתידים זעט מען אז די כתיב איז עתודים בוי"ו ודפח"ח.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

אודאי גייען דאס אלע פורים רבי׳ס זאגן היי יאר (אויב מ׳האט עס נאכנישט געזאגט).

ביום השביעי כטוב לב המלך ביין. זאגט די גמ׳, יום השביעי שבת הי׳.
אז ס׳איז געווען שבת, איז דער איידעם נישט נישט געווען מיטן מלך. האט ער זיך פארקאכט א קאשע מיטן הרג׳ענען ושתי.
און ס׳האט נאכגעפאלגט מיט א טוויט ״להיות כל איש שורר בביתו״.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

דאס יאר פארשטייט מען די מערסטע די אלמלא אגרות ראשונות לא נשתייר וכו' ופי' רש"י הוחזק בהן שוטה לעיני האומות..
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

שטייט ומרדכי יצא בלבוש מלכות תכלת וחור, דער אבן עזרא זאגט ביי חור כרפס און דא, אז דאס איז ווייס, חיוור מל' ארמי.
זעט מען אז ער איז געגאנגען מיט א טלית פון בלוי און ווייס, אזוי ווי די מנהג איז געווען צו מאכן די טלית ווי די ציצית וואס איז ווייס און תכלת. [לפני שלקחוהו המינים לדגלם הטמא] פון וואנעט ווייס איך אז ס'איז געווען א טלית, ווייל ס'שטייט תכריך בוץ וארגמן, תכריך זאגט רש"י מעטה בוץ טלית העשוי להתעטף, נו בוץ איז פשתן און ארגמן איז צמר איז דאך עס שעטנז ? על כרחך אז ס'איז געווען ציצית.
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:יישר כח! קיפ איט קאמינג....

די גמרא זאגט אין מסכת מגילה דף ד' עמוד א', "א"ר יהושע בן לוי" רבי יהושע בן לוי האט געזאגט, "נשים חייבות במקרא מגילה" פרויען זענען מחויב מיט מגילה ליינען, "שאף הן היו באותו הנס" ווייל אויך זיי זענען געווען אין דעם נס. זאגט אויף דעם תוספות אז דער רשב"ם לערנט פשט "שאף הן היו באותו הנס" אז זיי זענען געווען דער עיקר פונעם נס, ווייל דער נס איז געשען דורך אסתר וואס זי איז געווען א פרוי, אבער תוספות פרעגט אויף דעם פשט, אז לויט דעם וואלט דאך די גמרא געדארפט זאגן סתם "שהן היו באותו הנס" וואס עפעס זאגט די גמרא "שאף הן" אז "אויך זיי" זענען געווען א חלק פון דעם נס, וואס פון דעם לשון זעהט אויס אז זיי זענען נישט געווען דער עיקר נאר א טפל.
זאגט תוספות "לכך נראה לי שאף הן היו בספק דלהשמיד ולהרוג", וועגן דעם זעהט מיר אויס פשט אז אויך די פרויען זענען געווען אין א ספק פון להשמיד ולהרוג, און דאס מיינט אז זיי זענען אויך געווען אין דעם נס, ווייל זיי זענען אויך געראטעוועט געווארן פון די גזירה פון המן. און אזוי שטייט אויך אין ירושלמי אז אויך די פרויען זענען געווען אין א ספק סכנה.
פרעגן אבער די מפרשים אויף דעם, פארוואס זאגן תוספות און דער ירושלמי אז די פרויען זענען נאר געווען אין א "ספק סכנה"? עס שטייט דאך קלאר ארויס אין פסוק אז המן האט געמאכט די גזירה אויך אויף די פרויען, "להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים מנער ועד זקן טף ונשים ביום אחד"? זענען דאך אויב אזוי די פרויען זיכער אויך געווען אין די סכנה פון להשמיד להרוג ולאבד.
נאר אין ספר בן יהוידע וויל ער דאס פארענטפערן מיט א מדרש, אויפן פסוק "אם על המלך טוב יכתב לאבדם" זאגט דער מדרש, אז המן האט געזאגט פאר אחשוירוש "יעצט ווייס איך נישט וויפיל זיי זענען, אבער ווען זיי זענען ארויס פון מצרים זענען זיי געווען זעקס הונדערט טויזנט מענער. איך וועל דיר געבן פאר יעדן פון זיי הונדערט דנרים אז דו זאלסט מיר לאזן זיי הרג'נען". זעהט מען פון דעם מדרש אז ער האט נאר אפגעקויפט פון אחשוירוש די ערוואקסענע מענער, ווייל ער האט נאר באצאלט פאר די וואס מען האט געציילט אין מדבר, און פרויען און קינדער האט מען דאך נישט געציילט, האט ער דאך נישט באצאלט פאר זיי. אבער ווען המן הרשע איז געקומען צו די שרייבער פון קעניג אז זיי זאלן אויסשטעלן די בריוו האט ער זיי געהייסן אריינשרייבן אז מען זאל הרג'נען אויך די פרויען און קינדער, אפילו ער האט נישט געהאט קיין רשות אויף דעם פון אחשוירוש. ווייל ער האט געטראכט אז אויב ווען דער קעניג וועט געוואר ווערן וועט אים דער קעניג נישט לאזן הרג'נען אויך די פרויען און קינדער וועט ער דעמאלטס צוריקציען, און אויב נישט וועט מען הרג'נען די פרויען און קינדער אויך.
לויט דעם קומט אויס אז עס איז נאך בכלל נישט געווען זיכער אז די גזירה איז אויך אויף די פרויען און קינדער, און מיט דעם פארענטפערט דער בן יהוידע זייער גוט דעם לשון התוספות און די ירושלמי, אז די פרויען זענען נאר געווען אין א "ספק" סכנה.
מיט דעם קען מען שוין פארשטיין וואס אסתר האט גע'טענה'ט, ווייל עס שטייט אין פסוק אז מרדכי האט אלעס פארציילט פאר התך, "ויגד לו מרדכי את כל אשר קרהו, ואת פרשת הכסף אשר אמר המן לשקול על גנזי המלך", מרדכי האט אים פארציילט אז המן האט אפגעקויפט פון אחשוירוש אלע אידישע מענער, און אסתר האט פארשטאנען אז אויף די פרויען האט אחשוירוש נישט געגעבן קיין רשות צו הרג'נען, און וועגן דעם האט אסתר נישט געוואלט גיין

טף ונשים כתיב
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

גלאזער האט געשריבן:שטייט ומרדכי יצא בלבוש מלכות תכלת וחור, דער אבן עזרא זאגט ביי חור כרפס און דא, אז דאס איז ווייס, חיוור מל' ארמי.
זעט מען אז ער איז געגאנגען מיט א טלית פון בלוי און ווייס, אזוי ווי די מנהג איז געווען צו מאכן די טלית ווי די ציצית וואס איז ווייס און תכלת. [לפני שלקחוהו המינים לדגלם הטמא] פון וואנעט ווייס איך אז ס'איז געווען א טלית, ווייל ס'שטייט תכריך בוץ וארגמן, תכריך זאגט רש"י מעטה בוץ טלית העשוי להתעטף, נו בוץ איז פשתן און ארגמן איז צמר איז דאך עס שעטנז ? על כרחך אז ס'איז געווען ציצית.

זייער שיין, דער גר"א זאגט טאקע אז עס איז געווען ציצית און ער זאגט אז תכלת איז די תכלת פון די ציצית און חור די ווייסע, ולגוף הקושיא, במחיר יין לרמ"א כתב,
וראה מה נפלא באמרו תכריך בוץ וארגמן ולא אמר אחוז בוץ וארגמן מן כמו שאמר ריש המגלה כי ידוע שמרדכי הצדיק לא היה לבוש כלאים ושעטנז שיהא בוץ וארגמן אחוזים זו בזו רק תכריך ואינו שעטנז בלי קשירה
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

גלאזער האט געשריבן:דער אבן עזרא זאגט ביי די עשרת בני המן, 'היו חכמים בספרד ושמחו על טעם ארידתא וכן פורתא, והם השמחים ללא דבר, כי אלו השמות הם פרסיים לא עבריים'. איינער פארשטייט ?

אפשר שכוונתו כמו שכתב במהדו"ת.
אטעטשמענטס
אבע.JPG
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:איך געדענק נישט ווער ס'זאגט אן אינטערעסאנטער חידוש, אויף די באקאנטע קשי' וואס הייסט מבטלין תלמוד תורה מפני קריאת המגלה, מגלת אסתר א' מחמש מגלות מכ"ד ספרי תנך איז נישט קיין תלמוד תורה?
ס'איז דא אסאך תירוצים, איינער וויל מחדש זיין אז מקרא מגלה איז נישט כשאר ספרי קודש וואס איז דא א מצות לימוד דערין, די מגלת אסתר איז געגעבן געווארן לקיים מצות קריאת מגלה בפורים.

אפשר שכוונתך לתשובת הבית אפרים הידוע באו"ח סי' ס"ח שכתב בעצם יום הפורים לבן הנוב"י,
ואומר אני עד שכ"ת שואל ודורש בזה שניתן לדחות ולומר שקריאתה אינה תורה רק קריאתה זו הלילא ופרסומי ניסא, ולא מבעיא למ"ד נאמרה לקרות ולא נאמרה לכתוב דא"ש, אלא אפילו למ"ד נאמרה לכתוב, אין הציווי לכותבה כדי ללמוד מתוכה כמו נביאים וכתובים, רק משום מצות קריאה שכך תיקנו עפ"י רוה"ק לקרותה מתוך הכתב, וגם למ"ד לא נאמרה לכתוב מודה שניתנה לכתוב מדרבנן כמ"ש התוספות, ומכל מקום כשקורין בה אין בה רק משום קיום מצות קריאה שהקריאה אינה כדי להתלמד רק למען יספרו לבניהם דור אחרון אשר הגדיל ד' לעשות עמנו ופרסום תקפו של נס, ואינו דומה לשאר נביאים וכתובים שנאמרו ברוה"ק ומסרום לעם ד' בתורת דברי קבלה כדברי תורה ללמוד בהם ולתכלית זה הם כתובים ומסורים לעם ה' אלה משא"כ במגילה שניתן לכתוב לשם מצות קריאה ואין מקיים מצות ת"ת בקריאתה רק מצות חכמים בקריאתה לבד, ולכן אפילו הלועז ששמע אשורית יצא, ואם הוא קורא המגילה באמצע השנה אף אם מבין מה שקורא אינו דומה לקורא בנביאים וכתובים שניתנו ללמוד לא לשם מצות קריאה בלבד.

אולם בשו"ת אבני נזר סי' תקי"ז כתב ע"ז,
וגוף הדברים שכתב בשם הבית אפרים לא אאמין שיצאו דברים אלו מפי אותו צדיק שלא יקיים תלמוד תורה בלימוד מגילה ואם כן בחנם טרחו חז"ל בעלי הש"ס והמדרש שפירשו כל דברי המגילה ודרשו בה דרשות, ולפי דבריו היו כל יגיעם לריק חס ושלום כי מצוה קריאה ודאי מקיים אפילו איני יודע כל הדרשות האלה ואפילו לא ידע פי' המלות מקיים המצוה מידי דהוי אחשתרנים בני הרמכים, ומי התיר להם זה לבטל מדין תורה ולעשות מדרש מגילת אסתר, אלא ודאי מגילת אסתר תורה כמו נביאים וכתובים כי יש בה כמה למודים בכל קוץ וקוץ הן בנגלה הן בנסתר,והרי מגילת אסתר מכלל ספרי קודש שצריך תלמוד חכם להיות בקי בהם, ועוד הרי הקורא מגילה הכתובה בין הכתובים בצבור לא יצא, ואם כן למה כתבה למגילה זו כלל כיון שאינו יוצא בה, ודוחק לומר דלקרות בה ביחיד כתבה שהרי מצוה לקראה בצבור והרי מבטלין תלמוד תורה ועבודה לשמוע מגילה בצבור, אלא ודאי כתבה ללמוד בה כמו משאר כתובים.

וראה עוד כאן
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

יישר כחכם רב איש נענה באש משמי גבוהים.
דער רמ"א איז טאקע דער פשוטער פשט, מיינס איז א פורימ'דיגע, ולכמה פוסקים רק אם יכול לפשוט בגד תחתון בלי העליון מותר בגד צמר על בגד פשתן.

דער אבן עזרא שטימט, לפי זה איז די שמחה געווען אויף די זכי' אז מ'פארשטייט פשט אין די נעמען, אויף דעם זאגט ער אשאד די שמחה ס'איז פערסיש. מיר האט אין פלוג אויסגעקוקט ווי מ'איז געווארן פריילאך ביים לייענען די ווערטער..
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

פייערמאן האט געשריבן:
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:איך געדענק נישט ווער ס'זאגט אן אינטערעסאנטער חידוש, אויף די באקאנטע קשי' וואס הייסט מבטלין תלמוד תורה מפני קריאת המגלה, מגלת אסתר א' מחמש מגלות מכ"ד ספרי תנך איז נישט קיין תלמוד תורה?
ס'איז דא אסאך תירוצים, איינער וויל מחדש זיין אז מקרא מגלה איז נישט כשאר ספרי קודש וואס איז דא א מצות לימוד דערין, די מגלת אסתר איז געגעבן געווארן לקיים מצות קריאת מגלה בפורים.

אפשר שכוונתך לתשובת הבית אפרים הידוע באו"ח סי' ס"ח שכתב בעצם יום הפורים לבן הנוב"י,
ואומר אני עד שכ"ת שואל ודורש בזה שניתן לדחות ולומר שקריאתה אינה תורה רק קריאתה זו הלילא ופרסומי ניסא, ולא מבעיא למ"ד נאמרה לקרות ולא נאמרה לכתוב דא"ש, אלא אפילו למ"ד נאמרה לכתוב, אין הציווי לכותבה כדי ללמוד מתוכה כמו נביאים וכתובים, רק משום מצות קריאה שכך תיקנו עפ"י רוה"ק לקרותה מתוך הכתב, וגם למ"ד לא נאמרה לכתוב מודה שניתנה לכתוב מדרבנן כמ"ש התוספות, ומכל מקום כשקורין בה אין בה רק משום קיום מצות קריאה שהקריאה אינה כדי להתלמד רק למען יספרו לבניהם דור אחרון אשר הגדיל ד' לעשות עמנו ופרסום תקפו של נס, ואינו דומה לשאר נביאים וכתובים שנאמרו ברוה"ק ומסרום לעם ד' בתורת דברי קבלה כדברי תורה ללמוד בהם ולתכלית זה הם כתובים ומסורים לעם ה' אלה משא"כ במגילה שניתן לכתוב לשם מצות קריאה ואין מקיים מצות ת"ת בקריאתה רק מצות חכמים בקריאתה לבד, ולכן אפילו הלועז ששמע אשורית יצא, ואם הוא קורא המגילה באמצע השנה אף אם מבין מה שקורא אינו דומה לקורא בנביאים וכתובים שניתנו ללמוד לא לשם מצות קריאה בלבד.

אולם בשו"ת אבני נזר סי' תקי"ז כתב ע"ז,
וגוף הדברים שכתב בשם הבית אפרים לא אאמין שיצאו דברים אלו מפי אותו צדיק שלא יקיים תלמוד תורה בלימוד מגילה ואם כן בחנם טרחו חז"ל בעלי הש"ס והמדרש שפירשו כל דברי המגילה ודרשו בה דרשות, ולפי דבריו היו כל יגיעם לריק חס ושלום כי מצוה קריאה ודאי מקיים אפילו איני יודע כל הדרשות האלה ואפילו לא ידע פי' המלות מקיים המצוה מידי דהוי אחשתרנים בני הרמכים, ומי התיר להם זה לבטל מדין תורה ולעשות מדרש מגילת אסתר, אלא ודאי מגילת אסתר תורה כמו נביאים וכתובים כי יש בה כמה למודים בכל קוץ וקוץ הן בנגלה הן בנסתר,והרי מגילת אסתר מכלל ספרי קודש שצריך תלמוד חכם להיות בקי בהם, ועוד הרי הקורא מגילה הכתובה בין הכתובים בצבור לא יצא, ואם כן למה כתבה למגילה זו כלל כיון שאינו יוצא בה, ודוחק לומר דלקרות בה ביחיד כתבה שהרי מצוה לקראה בצבור והרי מבטלין תלמוד תורה ועבודה לשמוע מגילה בצבור, אלא ודאי כתבה ללמוד בה כמו משאר כתובים.

וראה עוד כאן

אדאנק. איך שטעל מיר פאר אז דו האסט נישט געטראפן א צווייטן מסתמא האב איך דאס געמיינט.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Capture.GIF



גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ארויף לכבוד שבת מברכים אדר
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

א לאנדאנע ווארט:
לויט די מפרשים אז חייב איניש לבסומי בפוריא מיינט אין בעט, שטייט נישט אז מען רעדט דא פון פורים..

(האט א צומישטע שיכור ארויסגענומען פון דעם אז לויט א טייל פירושים איז חייב איניש לבסומי נישט דוקא פורים...)
שרייב תגובה

צוריק צו “מועדים וזמנים”