פארוואס זענען געוויסע ליידער מקיל מיט צום גדלי'

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פורים קטן »

בענקעל האט געשריבן:
IMG-20161005-WA0013.jpg

מי הוא בעל אמרי אש? מאדזיץ?
האם אין זה מוזר לומר דברים כאלו על תענית המפורש בקרא בזכריה??
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

פורים קטן האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:
IMG-20161005-WA0013.jpg

מי הוא בעל אמרי אש? מאדזיץ?
האם אין זה מוזר לומר דברים כאלו על תענית המפורש בקרא בזכריה??

מוזר איז אן אנדערסטעיטמענט
אוועטאר
לאנדאן שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאן שטופער »

אין קובץ גינת ורדים קובץ ל"א איז דא א מאמר פון הרה"ג ר' שלמה אבראהאם שליט"א אב"ד קדושת לוי מאנסי, ווי ער טוט דורך די גאנצע נושא פון עובר זיין א איסור דרבנן כדי נישט עובר זיין אויף א איסור דאורייתא
שוין גארנישט קיין שטופער...
קרעדיט: משהזוךמיר
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אין בריסק האט מען געפערליך מחמיר געווען צום גדלי' אויף "די מצוה פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם" דאכט זיך מיר אז עס טוט זיך דארט א מיקילות.

אבער אין רובא דרובא חסידישע אונגארישע און ליטווישע פלעצער האט מען געהעריג געפאסט ווי פארשטענדליך.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

א פיינע מענטש האט געשריבן:מען זעהט פון אייער תגובה אז איר זענט א גרינגער פאסטער, סאיז דא אסאך אידן וואס א תענית שפירט זיך ביי זיי פאר אפאר וואכן, פרעג דיר נאך.

דאס שוואכע פאסטעריי איז בלויז אן איינרעדעניש (it's all in the head), ווארום א געזונטער מענטש קען געהעריג גיין עטליכע שעה אהן עסען און נישט ליידען קיין נעבנווירקונגען אויסער הונגער.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

זעט אבער אויס אז דער שולחן ערוך האט זיך גערעכענט מיט די בלויזע איינרעדענישן
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

איך פאסט גרינג ב״ה אבער איך געדענק אלץ בחור האב איך זייער שווער געפאסט אין א צום גדליה תענית און איך האב אנגעפרעגט איינע פון די בארימטע פוסקים בדורינו, (כ׳העל ענטפערן אין אישי א נאמען אויב ס׳איז איינעם באמת נוגע) און ער האט געענטפערט אז איך זאל גלייך אויספאסטן.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
שמואל זאפיר
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 8:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל זאפיר »

א דיין האט מיר פאריגע יאר געזאגט אז אויב עס שטערט פאר יום כיפור זאל מען אויספאסטן לכתחלה
למדן וחסיד
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

צום גדליה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וחסיד »

האדמו"ר מפשעווארסק איז זייער מיקל כידוע
אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גין-גאלד »

און דאס איז אויך כדי דן צו זיין, וואס עס קומט קודם:
    אויספאסטן צום גדלי'
    מאכן קידוש פאר תקיעת שופר
לכאורה אז איינער שפירט זיך צום גדלי' געפערליך שוואך, מער ווי סתם א תענית, דארף ער וויסן וואס די ערשטע סטעפ איז, וואס דארף ער קודם שניידן.
איך בין נישט קיין דיין. לכאורה קודם זאל ער קידוש מאכן פאר תקיעת שופר.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.
אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערדס מיניסטער »

למדן וחסיד האט געשריבן:האדמו"ר מפשעווארסק איז זייער מיקל כידוע

איך האב געפאסט פיין היינט א גאנצן טאג, אזויווי איך בין אריינגעקומען אין דעם אשכול האב איך אנגעהויבן שוואך ווערן
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אנעים זמירות האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן:מען זעהט פון אייער תגובה אז איר זענט א גרינגער פאסטער, סאיז דא אסאך אידן וואס א תענית שפירט זיך ביי זיי פאר אפאר וואכן, פרעג דיר נאך.

דאס שוואכע פאסטעריי איז בלויז אן איינרעדעניש (it's all in the head), ווארום א געזונטער מענטש קען געהעריג גיין עטליכע שעה אהן עסען און נישט ליידען קיין נעבנווירקונגען אויסער הונגער.

עס איז נישט בלויז 'הונגער', עס איז אויך 'דורשט' און אויסגעטרוקנטקייט. אין מיין משפחה האבן עס אפאר אויף א שווערן אופן, אויב מען טרונקט זיך נישט אן ווי א קעמל פון עטליכע טעג פריער (היינט קויפן מיר שוין ספעציעלע געטראנקן פאר דעם צוועק), ווערט מען 'דיהיידרעיטעד' אין די נאכמיטאג שעות, מען נעמט זיך ברעכן און שפירן גאר שלעכט, און עס קען דויערן לאנגע שעות און צומאל טעג ביז מען קומט פולשטענדיג צוריק צו זיך!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

matovu האט געשריבן:לכאורה רעדט איר נישט פין קיין היימישע חסידישע יודן... נאר פין די אזוי גריפענע מאדערנע ...Modern Orthodox

אבער אזוי ווי איר האט געזאגט דעם ווארט אומן דארף מען מער נישט קיין הסברים...

א גוט יאר

מען דארף יא הסברים. האסט ארויפגעווארפן א נאסן לאלעך אויף גאנץ אומאן. וואס א חוץ וואס עס איז נישט אויסגעהאלטן (לערן חפץ חיים הלכות לשה"ר), איז עס אויך וואס ריפט זיך bias. ואמכ"ל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

געהערט אמאל אז עס איז דא א תשיבה פון ר חזקאל ראטה אויב מען פארט פון איין לאנד צים צווייטן וועגן אויספאסטן אויף די דארטיגן זייגער, און אסאך אידן וואס פארן אהיים פון אומן פירן זיך טאקע אזוי אז זיי פאסטן אויס ווען עס ווערט נאכט דארט און אומן.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך הער דא סברות אויף אלע זייטן. איז אזוי... ווי אייביג, איז אייוועלט א גיטע פלאץ זיך אדורכשמועסן. אבער הלכה למעשה, פרעגט אייער מורה הוראה.

בנוגע וואס מען איז מקיל, איז קלאהר אז עס איז נאר א מיעוט. איך האב היינט ארומגעקוקט ביי מנחה און מען האט קלאהר געזעהן ווי רוב מענטשען זענען געווען שוואך און געפאסט.

בונגע די וואס שרייבן "א געזונטע מענטש קען פאסטן", וויל איך זאגן אז א גרינגער פאסטער וועט קיינמאהל נישט פארשטיין א שווערע פאסטער. עס איז דא מענטשען וואס קענען נישט פאסטן מער ווי א פאר שעה. זיי ווערן dizzy, האבן איבלען, וכו'. זיי האבן א הלכה פון א חולה, און א חולה דארף נישט פאסטן. נאכאמאהל, עס איז א הארבע שאלה און מען טאר נישט אליינס פסק'ענ'ען. פרעגט אייער דיין ומורה הוראה. אבער עס איז גאר שכיח. ווער רעדט נאך פון diabetic, אדער אפילו מענטשען מיט low blood sugar וואס זענען נישט אין א סכנה, אבער קלאהר פילן זייער נישט גיט.

און יא! עס איז דא מענטשען וואס וועלען נישט קענען גרינג פאסטן יום כיפור! די גמרא זאגט אז מען שפירט שוואך פון א תענית פאר דרייסיג טעג! איך פיהר זייער שוואך נאך א תענית. פאר א פאר טאג.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

עס זענען דא אפאר דיינים וואס ווען מען רופט זיי פרעגן זיי נישט קיין סאך שאלות און לאזן גלייך אויספאסטן. הערעך מיר היינט ווי צוויי בחרים'לעך שמועסן, זאגט איינער פארן צווייטן אינגאנצן אויפגעהייטערט "איך פאסט נישט, כ'האב פלעין געדארפט רופן די דיין און איך האק אריין א מחי'"
ליידער ליידער!! ס'האט נישט אויסגעקוקט ווי ער האט אפי' געהאט א הו"א צו פאסטן. די זאך איז נאר אז ווען נישט די "שווערע פאסטערס" וואלט ער געפאסט ווי א טאטע'לע!
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4218
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

גרויסע רעדנער האט געשריבן:עס זענען דא אפאר דיינים וואס ווען מען רופט זיי פרעגן זיי נישט קיין סאך שאלות און לאזן גלייך אויספאסטן. הערעך מיר היינט ווי צוויי בחרים'לעך שמועסן, זאגט איינער פארן צווייטן אינגאנצן אויפגעהייטערט "איך פאסט נישט, כ'האב פלעין געדארפט רופן די דיין און איך האק אריין א מחי'"
ליידער ליידער!! ס'האט נישט אויסגעקוקט ווי ער האט אפי' געהאט א הו"א צו פאסטן. די זאך איז נאר אז ווען נישט די "שווערע פאסטערס" וואלט ער געפאסט ווי א טאטע'לע!

איך בין זיך מחולק מיט אייך. די בחור איז א קל און געמאכט א ליצנות פונעם דיין. א עכטער שווערע פאסטער דארף אויך פרעגן א שאלה. אבער עס איז דא.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

אין בעלזא האט מען היפש מקיל געווען בנוגע פאסטן צום גדלי.

א חוצפה דאס עפענען אן סענסיטיווע אשכול וואס איז דא סמוכין לכאן ולכאן און אראפרייסן די אידן וועלכע פירן זיך כפי שנוהג בקהילתם.

נהרא נהרא ופשטיה ווייסט מען ביינונז.

נ.ב. מיר פאסטן ב״ה פיין. אבער אן אונץ טאלעראנץ איז נאך אלץ א חוב צו ארויסווייזן פאר אנדערע.

אז איינער פאסט נישט איז ער (נאך)נישט קיין קל.

אז א בן בלי שם באשמוצט אידן בפרהסיא (מחאה) איז ער ליידער א גרעסערער קל און א מקטרג אויך.
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

קיסריה האט געשריבן:אין בעלזא האט מען היפש מקיל געווען בנוגע פאסטן צום גדלי.

א חוצפה דאס עפענען אן סענסיטיווע אשכול וואס איז דא סמוכין לכאן ולכאן און אראפרייסן די אידן וועלכע פירן זיך כפי שנוהג בקהילתם.

נהרא נהרא ופשטיה ווייסט מען ביינונז.

נ.ב. מיר פאסטן ב״ה פיין. אבער אן אונץ טאלעראנץ איז נאך אלץ א חוב צו ארויסווייזן פאר אנדערע.

אז איינער פאסט נישט איז ער (נאך)נישט קיין קל.

אז א בן בלי שם באשמוצט אידן בפרהסיא (מחאה) איז ער ליידער א גרעסערער קל און א מקטרג אויך.

וואס מיר ווילן סך הכל וויסן איז: פון ווי נעמט זיך די קולא וואס מען איז מקיל?
קיינער איז נישט חלילה דא אראפצורייסן אדער מקטרג זיין.
איר זענט יעצט מגלה נייעס אז ס'איז ממש א לכתחילה אין געוויסע פלעצער נישט צו פאסטו אום צום גדליה. שאלתינו שטוחה לך: פון ווי נעמט זיך דאס? דעטס איט. נישט צו זאגן אז איינער וואס פירט זיך וויאזוי ס'איז איינגעפירט אין זיין פלאץ איז עפעס שלעכט דערמיט, נאר אויב איז עס איינגעפירט אין א קהילה קדושה האט דאס מסתם א גוטע מקור. און דאס איז...?
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

לכאורה האט געשריבן:(היינט קויפן מיר שוין ספעציעלע געטראנקן פאר דעם צוועק)

וועלכע
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

בראשית ברא האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:(היינט קויפן מיר שוין ספעציעלע געטראנקן פאר דעם צוועק)

וועלכע

ביי מיין משפחה שווערט מען זיך אויף דעם פראדוקט
https://www.shaklee.com/us/en/shop/heal ... ?g=Hydrate
אבער סתם טרונקען אסאך וואסער דריי פיר טעג אין א צי העלפט זיכער, ס'טרייבט נאר אסאך ארויס צו גיין, אויב דאווענט איר אין א גרויס בית המדרש וואו מ'דארף זיך שטויסן ארויס צו גיין אדער מיט ווייניג בתי כבוד דאן איז א פראבלעם זיך אנצוטרינקען.
בד"וו, הילף צו פאסטן געהער נישט אין א מקיל אשכול, אפשר איז שוין דא ערגעץ א אשכול דעריבער אדער מ'קען אפטיילן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פיינע מענטש »

lebediger berel האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:(היינט קויפן מיר שוין ספעציעלע געטראנקן פאר דעם צוועק)

וועלכע

ביי מיין משפחה שווערט מען זיך אויף דעם פראדוקט
https://www.shaklee.com/us/en/shop/heal ... ?g=Hydrate

פאר וויפיל טעג פארדעם און וויפיל גלעזלעך א טאג ?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

א פיינע מענטש האט געשריבן:

ווי מער מ'קען פון א וואך ביז איין טאג, מ'נעמט בערך 3-4 גלעזלעך אויב מ'הייבט אן פרי, און א 6-7 אויב מ'הייבט אן די לעצטע מינוט.
סאיז אלעס וואס מ'האט אליין זיך איינגעפירט און מ'איז איינגערעדט אדער איבערגעצייגט אז ס'העלפט כ'ווייס אליין נישט.
בערעלע אליין פאסט אמאל אזוי און אמאל אזוי און כ'קען נישט אויספיגורן שוין אזויפיל יאר פארוואס
אז מ'לעבט דערלעבט מען
הצעיר באלפי
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 11:13 am

אדרבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצעיר באלפי »

אלט מאנרא האט געשריבן:געהערט אמאל אז עס איז דא א תשיבה פון ר חזקאל ראטה אויב מען פארט פון איין לאנד צים צווייטן וועגן אויספאסטן אויף די דארטיגן זייגער, און אסאך אידן וואס פארן אהיים פון אומן פירן זיך טאקע אזוי אז זיי פאסטן אויס ווען עס ווערט נאכט דארט און אומן.

פון רבי יחזקאל רוטה איז דא א תשובה פארקערט, אז מען דארף ווארטעןן ביז עס ווערט נאכט דארט ווי מען איז אין נישט לויט די פלאץ וואס מען איז פון דארטען ארויסגעפארען !!
אבער פון הרב וואזהער איז דא תשובה להתיר כנ"ל.
אבער למעשה רוב גדולי הפוסקים האלטען אזוי ווי רבי יחזקאל (ביניהם המנחת יצחק ור' משה ארי', אג"מ, בצל החכמה ועוד), אין אזוי איז מסתבר !
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

הצעיר באלפי האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:געהערט אמאל אז עס איז דא א תשיבה פון ר חזקאל ראטה אויב מען פארט פון איין לאנד צים צווייטן וועגן אויספאסטן אויף די דארטיגן זייגער, און אסאך אידן וואס פארן אהיים פון אומן פירן זיך טאקע אזוי אז זיי פאסטן אויס ווען עס ווערט נאכט דארט און אומן.

פון רבי יחזקאל רוטה איז דא א תשובה פארקערט, אז מען דארף ווארטעןן ביז עס ווערט נאכט דארט ווי מען איז אין נישט לויט די פלאץ וואס מען איז פון דארטען ארויסגעפארען !!
אבער פון הרב וואזהער איז דא תשובה להתיר כנ"ל.
אבער למעשה רוב גדולי הפוסקים האלטען אזוי ווי רבי יחזקאל (ביניהם המנחת יצחק ור' משה ארי', אג"מ, בצל החכמה ועוד), אין אזוי איז מסתבר !

צ"ל און אזוי פארשטייט הצעיר באלפי, אויף מסתבר האט הרב וואזנער אויך א מיינונג.
בד"וו ביי ביידע צדדים איז דא א קולא און א חומרא, ווייל ווען איינער פארט ארויס נאכמיטאג פון ניו יארק, קען ער אויספאסטן ביז א שעה צוויי ווען מ'פליט קיין אייראפע, אבער לויט רב וואזנער וועט ער דארפן ווארטן,
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”