אינטרעסאנטע שאלות בנוגע עשרת ימי תשובה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

בענאק האט געשריבן:אויף די שאלה זאגט מען נאך א פסק בשם רביה"ק מסאטמאר זי"ע, אז אויף ברכות וואס זענען געמאכט צו זאגן פאר זיך שטיל, ענטפערט מען נישט קיין אמן
דאס איז נוגע אויך ווען מען הערט עלטערע אידן דאווענען, זאגט מען נישט קיין אמן.
דער רבי האט דאס געזאגט אויך לגבי די וואס פירן זיך צו זאגן הויעך די ברכה פון תפילין של ראש, זאגט מען אבער נישט קיין אמן דערויף

מקור? געדענק איך נישט, אדרבה אפשר קען איינער צוצייכענען

בענאק, אביסל אומריכטיג.. מ'זאגט (די וואס פירן זיך אזוי) די ברכה אויף תפילין של ראש שטיל כדי דער חבר זאל נישט האבן א שאלה פון ענטפערן אמן, נישט אז מ'ענטפערט נישט אמן ווייל עס קומט צו זאגן שטיל, עס קומט צו זאגן שטיל כדי דער חבר זאל נישט ענטפערן.
דער פרמ"ג איז חושש אז מ'טאר נישט ענטפערן אמן, און דער קיצור זאגט אז מהאי טעמא קען זיין קומט דער מנהג פון זאגן שטיל.
אוועטאר
א דרויסענדיגע
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2020 4:57 pm

Re: אינטרעסאנטע שאלות בנוגע עשרת ימי תשובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א דרויסענדיגע »

גרויסע חילוק פון ברכות וואס קומט צו מאכן שטיל להלכה, ווי שטילע שמו"ע, ביז ברכות וואס מען מאכט שטיל נישט צו מאכן קיין שאלה לגבי ענפערן. ביי דעם ערשטן איז גילטיג דעם פסק פון רבי'ן, ווייל עס קומט נישט צו זאגן אמן אויף דעם. ביים צווייטן דארף מען יא ענפערן אמן. מה דאך מען מאכט די ברכה, ווייל מען נעמט אהן די עיקר ווי די וואס האלטן אז מען דארף יא זאגן, כ"ש אמן. נאר מען טרייט נישט צו ברענגען קיין איבריגע שאלות.
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

בענאק האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
ב) היות עס זענען דא אזעלכע וועלכע ווילן באגליקן דעם עולם נישט צו פארגעסן המלך הקדוש וועלן זיי שרייען הויך אינמיטן שמו״ע המלך הקדוש, דארף איך ענטפערן אמן אדער נישט, און וואס טיצעך אויב שטיי איך במקום שאין להפסיק אלא לאמן של האל הקדוש ושומע תפלה, דארף איך אויף דעם יחיד׳ס ברכה אויך מפסיק זיין?
אויף די שאלה זאגט מען נאך א פסק בשם רביה"ק מסאטמאר זי"ע, אז אויף ברכות וואס זענען געמאכט צו זאגן פאר זיך שטיל, ענטפערט מען נישט קיין אמן
דאס איז נוגע אויך ווען מען הערט עלטערע אידן דאווענען, זאגט מען נישט קיין אמן.
דער רבי האט דאס געזאגט אויך לגבי די וואס פירן זיך צו זאגן הויעך די ברכה פון תפילין של ראש, זאגט מען אבער נישט קיין אמן דערויף

מקור? געדענק איך נישט, אדרבה אפשר קען איינער צוצייכענען
אויף שטילע שמו“ע קען זיין אז די רבי האט עס געזאגט
אבער אויף די ברכה פין של ראש האט עס לכאורה די רבי קיינמאל נישט געזאגט
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”