מנהגי ימי הספירה

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

סידיראם האט געשריבן:די לעצטע שמועס באלאנגט אפשר אין ידיעת התורה אפטיילונג, אבער מען דארף מעיין זיין צו דאס איז נאך אלס אסור, אפילו אויב אין שו"ע ווערט דאס נישט דערמאנט וויבאלד עס איז שוין געווארן אזוי דער מנהג, א מנהג בטעות האט אויך א תוקף. ויל"ע.

אמת. דאס איז אויך די סיבה אויף נישט הערן מוזיק חאטש עס ווערט נישט געברענגט אין שו"ע (און איז מסתמא נשתרבב געווארען פון ימי בין המצרים כנ"ל)
כהאב אמאל געזען א לענגערע ביאור אויף דעם מוזיק איסור. לכאורה איז עס נאר משום מסורה וקבלות אבות, נישט ע'פ הלכה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

תגובה דורך Think and Thank »

אין פסקי תשובות ברענגט ער אז מוזיק איז אסור ק''ו מריקודים ומחולות. דאס וואס אין שו''ע שטייט נאר ריקודים ומחולות מיינט אפי' בלויז ריקודים, אן קיין מוזיק.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ער מיינט לכאורה מוזיק ברבים אזוי ווי אין ירושלים, נישט הערן פאר זיך א ניגון אין קאר
דאס איז נישט קיין ק"ו פון ריקודים ומחולות
בפרט פאר די היינטיגע אוסרים וואס אסערען אפילו די ספירה טעיפס,
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:די לעצטע שמועס באלאנגט אפשר אין ידיעת התורה אפטיילונג, אבער מען דארף מעיין זיין צו דאס איז נאך אלס אסור, אפילו אויב אין שו"ע ווערט דאס נישט דערמאנט וויבאלד עס איז שוין געווארן אזוי דער מנהג, א מנהג בטעות האט אויך א תוקף. ויל"ע.

אמת. דאס איז אויך די סיבה אויף נישט הערן מוזיק חאטש עס ווערט נישט געברענגט אין שו"ע (און איז מסתמא נשתרבב געווארען פון ימי בין המצרים כנ"ל)
כהאב אמאל געזען א לענגערע ביאור אויף דעם מוזיק איסור. לכאורה איז עס נאר משום מסורה וקבלות אבות, נישט ע'פ הלכה.

נישט וואר. די איסור פון הערן מוזיק בימי הספירה איז סאך א שטערקערע איסור.

אין מגן אברהם סימן תצ"ג שטייט "לעשות ריקודין ומחולות של רשות נהגו לאסור, ונראה לי שאף מי שעשה שדוכים אסור לעשות ריקודין ומחולות" (די אחרונים ברענגען פון פרי מגדים סימן תקנ"א, דארט זעהט מען אז ריקודין ומחולות מיט כלי זמר איז די זעלבע גדר), אזוי פסק'ט אויך דער ערוך השולחן סימן תצ"ג ס"ב מיט א פשטות אז כלי זמר איז אסור צו הערן בימי הספירה אפילו בלא ריקודין ומחולות, און אזוי שמועסן אויס כמה וכמה פוסקים אז בימי הספירה איז דא א ספעציעלע איסור צו הערן מוזיק אויף סיי וועלכע אופן אפילו ביי שמחות וואס א גאנץ יאר איז מותר.

(אין אגר"מ סימן קס"ו זאגט ער קלאר אז בימי הספירה איז אסור צו הערן אפילו אויף א אפגעכאפטע מוזיק, הגם לגבי סתם הערן מוזיק א גאנץ יאר איז ער מחלק צווישן לייוו מוזיק און אפגעכאפטע, א זאך וואס אלע אחרונים נעמען אן פאר א פשטות אז דאס איז די זעלבע איסור, אבער אפילו דער אגר"מ זאגט דארט קלאר אז בימי הספירה איז אלע סארט מוזיק אסור)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

הער איך. שכויעח פאר די אינפא (כקען דיר רופן רבי אלופי...)
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

פיין געלאכט.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

סידיראם האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:די לעצטע שמועס באלאנגט אפשר אין ידיעת התורה אפטיילונג, אבער מען דארף מעיין זיין צו דאס איז נאך אלס אסור, אפילו אויב אין שו"ע ווערט דאס נישט דערמאנט וויבאלד עס איז שוין געווארן אזוי דער מנהג, א מנהג בטעות האט אויך א תוקף. ויל"ע.

אמת. דאס איז אויך די סיבה אויף נישט הערן מוזיק חאטש עס ווערט נישט געברענגט אין שו"ע (און איז מסתמא נשתרבב געווארען פון ימי בין המצרים כנ"ל)
כהאב אמאל געזען א לענגערע ביאור אויף דעם מוזיק איסור. לכאורה איז עס נאר משום מסורה וקבלות אבות, נישט ע'פ הלכה.

נישט וואר. די איסור פון הערן מוזיק בימי הספירה איז סאך א שטערקערע איסור.

אין מגן אברהם סימן תצ"ג שטייט "לעשות ריקודין ומחולות של רשות נהגו לאסור, ונראה לי שאף מי שעשה שדוכים אסור לעשות ריקודין ומחולות" (די אחרונים ברענגען פון פרי מגדים סימן תקנ"א, דארט זעהט מען אז ריקודין ומחולות מיט כלי זמר איז די זעלבע גדר), אזוי פסק'ט אויך דער ערוך השולחן סימן תצ"ג ס"ב מיט א פשטות אז כלי זמר איז אסור צו הערן בימי הספירה אפילו בלא ריקודין ומחולות, און אזוי שמועסן אויס כמה וכמה פוסקים אז בימי הספירה איז דא א ספעציעלע איסור צו הערן מוזיק אויף סיי וועלכע אופן אפילו ביי שמחות וואס א גאנץ יאר איז מותר.

(אין אגר"מ סימן קס"ו זאגט ער קלאר אז בימי הספירה איז אסור צו הערן אפילו אויף א אפגעכאפטע מוזיק, הגם לגבי סתם הערן מוזיק א גאנץ יאר איז ער מחלק צווישן לייוו מוזיק און אפגעכאפטע, א זאך וואס אלע אחרונים נעמען אן פאר א פשטות אז דאס איז די זעלבע איסור, אבער אפילו דער אגר"מ זאגט דארט קלאר אז בימי הספירה איז אלע סארט מוזיק אסור)

די גאנצע איסור פון מוזיק איז נאר אלץ מנהג און אל תטוש. די ציץ אליעזר שרייבט אז א טעיפ רעקארדער הייסט אויך כלי שיר און איז דערפאר נכלל אין די איסור.
לפי"ז קען מען אפשר זאגן אז הערן מוזיק אויף די אינטערנעט זאל יא זיין מותר וויבאלד אינזערע עלטערן האבן קיינמאל נישט געהאט קיין מנהג אויף אינטערנעט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

וכן קען מען נוצן די 'היתר' אויף אן עלעקטראניק קיבארד און געטאר...
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

דריידל האט געשריבן:

די איסור פון מוזיק איז נישט נאר אלס אל תטוש, עס איז בפירוש קעגן די הלכה צו הערן מוזיק בימי הספירה, ליין וואס איך האב געשריבן, ועוד יש להאריך במראי מקומות שיש עוד ראשונים שאוסרים גם שירה בפה גם בלי כלי זמר.

נישטא קיין מקור אויף אן איסור צו הערן מוזיק. נישטא! קוק איבער דיין אלע מראי מקומות און צייג אן א מקור.
די מגן אברהם שרייבט אויף רקודין ומחולות. (וואס אויף דעם איז געבויעט די איסור אויף מוזיק) נאר "נהגו לאסור" דאס מיינט אז מעיקר הדין איז מותר נאר מ'האט אנגענומען לפנים משורת הדין זיך מונע זיין דערפון און פאר אונז איז עס שוין מחייב אלץ אל תטוש. ביי אזא פאל איז מען נישט אייביג מדמה מילתא למילתא ווייל באמת איז עס דאך מותר אבער וואס די עלטערן האבן גע'אסר'ט דארף מען ממשיך זיין, אבער פארוואס זאל מען צולייגן נאך איסורים?
לגבי טעיפס זעמיר אין זעלבן פעקל ווי לייוו מוזיק וויבאלד אונזערע זיידעס, באבעס און עלטערן האבן עס גע'אסר'ט און לויט ווי די ציץ אליעזר איז מסביר, האט מען עס גע'אסר'ט ווייל א טעיפ רעקארדער הייסט אויך "כלי שיר". אבער לגבי הערן מוזיק אויף די אינטערנעט איז דאך נישטא קיין מסורה אויף דעם און קיין כלי שיר איז עס אויך נישט.
רבותי, ס'איז תלי אין אונז! אונז גיימיר אוועקשטעלן די מסורה פאר דורות הבאים וויאזוי זיך צו פירן לגבי אינטערנעט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

איך האב נישט דא פאר מיר אלע מקורות, ועוד חזון למועד אי"ה, אבער דאס איז על כל פנים זיכער אז טעיפ ריקארדער מיט אינטערנעט איז די זעלבע סברא, ביידע איז נישט לייוו מוזיק. צו קענען מאכן א חילוק בסברא בזה מיז מען האבן געלערנט כאטשיג 7 יאר אין א ליטווישע ישיבה ביז מען קען מער נישט טראכטן גראד.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

סידיראם האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:די לעצטע שמועס באלאנגט אפשר אין ידיעת התורה אפטיילונג, אבער מען דארף מעיין זיין צו דאס איז נאך אלס אסור, אפילו אויב אין שו"ע ווערט דאס נישט דערמאנט וויבאלד עס איז שוין געווארן אזוי דער מנהג, א מנהג בטעות האט אויך א תוקף. ויל"ע.

אמת. דאס איז אויך די סיבה אויף נישט הערן מוזיק חאטש עס ווערט נישט געברענגט אין שו"ע (און איז מסתמא נשתרבב געווארען פון ימי בין המצרים כנ"ל)
כהאב אמאל געזען א לענגערע ביאור אויף דעם מוזיק איסור. לכאורה איז עס נאר משום מסורה וקבלות אבות, נישט ע'פ הלכה.

נישט וואר. די איסור פון הערן מוזיק בימי הספירה איז סאך א שטערקערע איסור.

אין מגן אברהם סימן תצ"ג שטייט "לעשות ריקודין ומחולות של רשות נהגו לאסור, ונראה לי שאף מי שעשה שדוכים אסור לעשות ריקודין ומחולות" (די אחרונים ברענגען פון פרי מגדים סימן תקנ"א, דארט זעהט מען אז ריקודין ומחולות מיט כלי זמר איז די זעלבע גדר), אזוי פסק'ט אויך דער ערוך השולחן סימן תצ"ג ס"ב מיט א פשטות אז כלי זמר איז אסור צו הערן בימי הספירה אפילו בלא ריקודין ומחולות, און אזוי שמועסן אויס כמה וכמה פוסקים אז בימי הספירה איז דא א ספעציעלע איסור צו הערן מוזיק אויף סיי וועלכע אופן אפילו ביי שמחות וואס א גאנץ יאר איז מותר.

(אין אגר"מ סימן קס"ו זאגט ער קלאר אז בימי הספירה איז אסור צו הערן אפילו אויף א אפגעכאפטע מוזיק, הגם לגבי סתם הערן מוזיק א גאנץ יאר איז ער מחלק צווישן לייוו מוזיק און אפגעכאפטע, א זאך וואס אלע אחרונים נעמען אן פאר א פשטות אז דאס איז די זעלבע איסור, אבער אפילו דער אגר"מ זאגט דארט קלאר אז בימי הספירה איז אלע סארט מוזיק אסור)

דער ערוה״ש רעדט פון כלי זמר ביי א סעודה.. וואס לכאורה איז הארבער..
וז״ל: וכן אצלנו לעשות שידוכים ולכתוב תנאים – מותר, שמא יקדמנו אחר. ומותר לעשות סעודה, אך לא בריקודין ומחולות. וכל שכן שאסור לזמר בכלי זמר. וכן סעודת הרשות מותר, כמו סעודות מריעות, ובלבד בלא ריקודין ומחולות.
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אוודאי רעדט דער ערוך השולחן פון כלי זמר ביי א סעודה ווייל כלי זמר נישט ביי סעודת נישואין איז סתם אזוי אסור על פי שולחן ערוך. מענטשן ווייסן נישט אז א גאנץ יאר איז אויך אסור צו הערן מוזיק על פי שולחן ערוך, ממילא זאגט דער ערוך השולחן "אז אפילו ווען על פי שולחן ערוך איז דאס מותר, למשל ביי סעודת שידוכין" אף על פי כן טאר מען נישט הערן קיין כלי זמר, אבער בלא סעודת שידוכין אסור בכל השנה. דאס איז די פשוט'ע פשט אין ערוך השלחן.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מענין לענין
ווען רי"ח זונענפעלד האט גע'אסרט מוזיק ביי חתונות אין ירושלים האט עס געמיינט חתונות וכ"ש סתם א גרינע מיטוואך (נאר די ערליכע אידן האבן נישט געהערט א גאנץ יאר, האט נישט אויסגעפעלט צו אסר'ן) אדער דוקא חתונות איז אסור אבער א גאנץ יאר קען מען זיך פארלאזן אויף די פארשידענע התרים וואס די פוסקים ברענגן?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

אז דו רעדסט שוין פון רי''ח זאנענפעלד, ס'דא א תשובה פון אים וואו ער אסר'ט מוזיק טעיפס אין ספירה. דאס איז געווען פאר ס'געווען א מנהג דירעקט אויף טעיפס, און ער אסר'ט עס אלס שירה בכלי.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

סידיראם האט געשריבן:אוודאי רעדט דער ערוך השולחן פון כלי זמר ביי א סעודה ווייל כלי זמר נישט ביי סעודת נישואין איז סתם אזוי אסור על פי שולחן ערוך. מענטשן ווייסן נישט אז א גאנץ יאר איז אויך אסור צו הערן מוזיק על פי שולחן ערוך, ממילא זאגט דער ערוך השולחן "אז אפילו ווען על פי שולחן ערוך איז דאס מותר, למשל ביי סעודת שידוכין" אף על פי כן טאר מען נישט הערן קיין כלי זמר, אבער בלא סעודת שידוכין אסור בכל השנה. דאס איז די פשוט'ע פשט אין ערוך השלחן.

לויטן מחבר יא אבער דער רמ״א איז מיקל און זאגט אז דווקא בבית המשתה איז אסור משא״כ סתם אזוי... אויב אזוי קען זיין אז ער באציט זיך נאר אויף בית המשתה..
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

וואס פון א ווערטל קען ווערן...

כ'קען קוים מיטהאלטן די שמועס דא....
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:וואס פון א ווערטל קען ווערן...

כ'קען קוים מיטהאלטן די שמועס דא....

יעצט געליינט יגעתי, דאס איז פיין, ביזט גוט!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

איינער האט געציילט די נישט ריכטיגע מנין הימים למשל ער האט געזאגט היום "שבעה עשר יום" (עכט איז געווען יום י"ח), אבער ער האט געזאגט די ריכטיגע מנין השבועות "שני שבועות וארבעה ימים" לעומר, מעג ער ציילן די קומענדיגע טאג מיט א ברכה?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

נא_שכל האט געשריבן:איינער האט געציילט די נישט ריכטיגע מנין הימים למשל ער האט געזאגט היום "שבעה עשר יום" (עכט איז געווען יום י"ח), אבער ער האט געזאגט די ריכטיגע מנין השבועות "שני שבועות וארבעה ימים" לעומר, מעג ער ציילן די קומענדיגע טאג מיט א ברכה?

יצא ידי חובתו ויחזור ויספור בלא ברכה

שו"ת שואל ומשיב קנין תורה ועוד; עי' משנ"ב תפ"ט סק"ז, ציינתי מפסקי תשובות נאמבער 34 עיי"ש
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

נא_שכל האט געשריבן:איינער האט געציילט די נישט ריכטיגע מנין הימים למשל ער האט געזאגט היום "שבעה עשר יום" (עכט איז געווען יום י"ח), אבער ער האט געזאגט די ריכטיגע מנין השבועות "שני שבועות וארבעה ימים" לעומר, מעג ער ציילן די קומענדיגע טאג מיט א ברכה?

יא
ז״ל המשנ״ב: ולכן אם טעה בימים ולא טעה בשבועות או טעה בשבועות ולא טעה בימים דדינו לחזור ולספור בלא ברכה וכנ"ל בסק"ח אם לא חזר וסיפר אפ"ה מונה שאר ימים בברכה ועיין ביאור הלכה:
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

עי' ט"ז סי' תפ"ט סק"י, דיכול.

אופס די עולם האקט דא אריין, זאגט די זעלבע, איך שרייב די מקור...
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כח פאר די שנעלע תשובות.

אין די שנעלקייט האב איך געקלערט אז מ'זאגט נישט די ברכה ווייל די עיקר איז דאך די "ימים" און וויבאלד ער האט זיך נעכטן טועה געוען, הייסט עס כאילו ער האט נישט געציילט די ימים, אבער פון טו"ז איז משמע אז וויבאלד ער זאגט "שני שבועות וארבעה ימים", האט ער יוצא געווען די מצוה פון ספירת ימים אויכעט, ממילא קען ער ציילען ווייטער מיט א ברכה.

וכ"מ שלמד המ"ב סק"ז וכמו שציינו לעיל.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כהן »

איז פארהאן א מקור איבער די מנהג נישט צו קויפן קיין בלומען בימי הספירה? (לכאורה פאר שבת שטעל איך מיר פאר מעג מען).
אוועטאר
דער פאני מענטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער פאני מענטש »

צ/ק
מען מעג הערן מוזיק מוצאי לג בעומר נאכן זמן?
funniestman.com האט גארנישט מיט מיר
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”