מנהגי ימי הספירה

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

למעלה משבעים האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:ריקודין ומחולות ווייס איך, כ'האב געפרעגט איבער הערן מוזיק סתם אזוי אן טאנצן.

כ'פארשטיי נישט די שאלה, כלי שיר איז דאך א כ"ש פון ריקודין ומחולות.

מקור?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א מקור אויף וואס, טראכט א רגע, ריקודין ומחולות איז דען אסור יעדן טאג? כלי שיר יא. נו, אז דא האט מען גע'אסר'ט ריקודין איז כלי שיר נישט כ"ש אז ס'איז אסור?

די איסור פון ריקודין ומחולות איז דאך שאין להרבות בשמחה כמבואר בטור ומטעם שאז מתו תלמידי דר' עקיבא, איז כלי שיר וואס איז דאך פילפאכיג מאל מער מרבה שמחה לא כ"ש?

ועם תתעקש שאביא לך מקור להדבר פשוט שכלי זמר הוא שמחה יותר מריקודין... הרי מסתמא ידועה לך העובדא שהביא המהרי"ל ממה שהמלכות גזר שלא לנגן בכלי זמר שנה שלימה, ונשאלה השאלה אם מותר לעשות נישואין בלי כלי זמר, והרב הורה להם שלא לעשות נישואין בלי כלי זמר דהוא עיקר השמחה של חתן וכלה, הרי דכלי זמר הוא שמחה יותר מריקודין, דאל"כ למה לא יעשו הנישואין, הרי יכולין לשמוח החתן וכלה בריקודין ומחולות שהוא שמחה יותר מכלי זמר... וכן רואין זה ממה שנפסק בשו"ע הל' שבת דמותר לומר לעכו"ם לנגן לכבוד שמחת חתן וכלה, ג"כ מטעם זה שאין שמחת חתן וכלה בלא כלי זמר, הרי דשמחה יתירה הוא בכלי זמר דוקא, ופשוט הוא.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

ריקודין ומחולות רעדט מען מיט מוזיק, אן דעם איז נישט קיין שמחה בכלל, אזויווי דו ביזט אזוי שיין מבאר. סתם הערן מוזיק אין קאר איז א ווייטע שפרונג, ס'דארף א שטערקערע מקור ווי סתם א בויך סברא.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איר זענט בכלל נישט גערעכט, ריקודין ומחולות האט א טייטש, און ס'מיינט פשוט דאס, ריקוד איז אויף איין פלאץ, מחול איז אין א רינג, אן קיין כלי זמר, אויב רעדט מען פון ריקודין ומחולות עם כלי זמר דארף דאס ארויסשטיין, זאג מיר נישט אז איר האלט אז ריקודין ומחולות בימי בין המצרים מיינט אויך דווקא עם כלי זמר...?

יתכן איר מישט מיט תופים ומחולות וואס דאס איז טאקע יא מיט כלי שיר, אבער סתם ריקוד ומחול איז אן כלי שיר. וואס איך בין מבאר איז נישט אז ס'איז נישטא קיין שמחה בכלל, ס'איז נישט די שמחה יתירה וואס מען דארף האבן פאר לשמח חתן וכלה.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

קען זיין אז אן כלי זמר איז אויך אסור, אבער ביזדערווייל האב איך נאנישט געטראפן א מקור צו אסרן מוזיק אין ספירה.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

חלב ישראל האט געשריבן:קען זיין אז אן כלי זמר איז אויך אסור, אבער ביזדערווייל האב איך נאנישט געטראפן א מקור צו אסרן מוזיק אין ספירה.

כ'פארשטיי באמת נישט וואס איר זאגט, טריקן דעם מגן אברהם רעדט מען פון ריקודים ומחולות אן מוזיק, און מוזיק איז א כ"ש דערפון.

דאס איז פונקט ווי ביי בין המצרים, דוכט זיך דארט שטייט אויך נישט מוזיק נאר ריקודין ומחולות און דארט פארשטייסטו אז ביידע איז אסור, ריקודין בלי כלי שיר, וכלי שיר בלי ריקודין.

שנית, וואס מיינט ביי א מקור? א היינטיגע? פריערדיגע? גאר פריערדיגע? מיר ליגט אין קאפ אז אין אגרות משה און אין מנחת יצחק און אין נאך שטייט עס קלאר, אויב דאס זיכסטו עמער עס נאכזיכן.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

די אגרות משה וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו זעהן.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אגרות משה (אורח חיים ח"ג סימן פז) הנה באחד שרוצה ללמד לשורר בכלי זמר, אם הוא לפרנסה מותר אף בימי ספירה דלדידיה אין זה ענין שמחה. ואם הוא להנאתו אסור אף ללמד דגם זה הוא הנאה ואסור בימי ספירה בעניני שמחה לפי המנהג. וגם בכל השנה הא אסור להרמב"ם פ"ה מתעניות הי"ד ופסק כן המחבר בש"ע סימן תק"ס סעיף ג' בזמרא דכלי שיר וראוי להחמיר כמותם, אף שהרמ"א בשם י"א מתיר שלא במשתה כדבארתי בספרי על או"ח סימן קס"ו עיין שם, אבל אין למחות ביד המקילין מאחר שרמ"א מתיר שלא במשתה ואין רגילין. וכן הוא הדין לשמוע זמרא דמנא. ובימי ספירה אסור לכו"ע.

אגרות משה (שם ח"ד סימן כא) ובדבר לשמוע מוסיקא בימי ספירה וימי בין המצרים הנה כתבתי בתשובה ונדפסה באג"מ ח"א דאו"ח סימן קס"ו שהארכתי באיסור זמרא בזה"ז בסוף התשובה ובימי ספירה יש לאסור בזמרא דמנא אף להמתירין עיין שם ופשוט שה"ה שאסור אף בימי בין המצרים, ויש להחמיר גם לקטנים שהגיעו לחינוך מאחר שאבלות דרבים הוא.

אגרות משה (יו"ד ח"ב סימן קלז) ובדבר שמיעת כלי שיר בימי הספירה יש לאסור גם בבית כשהוא בעצמו, דהא ברבים שהוא לשמחה יתירא מסתבר שאף לרמ"א /או"ח/ סימן תק"ס סעיף ג' שמיקל למי שאינו רגיל כשאינו בבית המשתה נראה שיאסור בקבוץ רבים שהוא לכוונת שמחה יתירא גם בכל השנה, א"כ המנהג שניתוסף בימי הספירה הוא אף ליחיד שאינו רגיל בהם.

אגב, יעצט זיכענדיג דעם אגרות משה האב איך זיך אנגעטראפן אינעם ערוך השלחן, ומותר לעשות סעודה אך לא בריקודין ומחולות וכ"ש שאסור לזמר בכלי זמר וכן סעודת הרשות מותר כמו סעודות מריעות ובלבד בלא ריקודין ומחולות, זעסטו קלאר אז ריקודין ומחולות איז בלי כלי זמר, און חוץ דעם איז אסור לזמר בכלי זמר.
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

יישר כח
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

למעלה משבעים האט געשריבן:אגרות משה (אורח חיים ח"ג סימן פז) הנה באחד שרוצה ללמד לשורר בכלי זמר, אם הוא לפרנסה מותר אף בימי ספירה דלדידיה אין זה ענין שמחה. ואם הוא להנאתו אסור אף ללמד דגם זה הוא הנאה ואסור בימי ספירה בעניני שמחה לפי המנהג. וגם בכל השנה הא אסור להרמב"ם פ"ה מתעניות הי"ד ופסק כן המחבר בש"ע סימן תק"ס סעיף ג' בזמרא דכלי שיר וראוי להחמיר כמותם, אף שהרמ"א בשם י"א מתיר שלא במשתה כדבארתי בספרי על או"ח סימן קס"ו עיין שם, אבל אין למחות ביד המקילין מאחר שרמ"א מתיר שלא במשתה ואין רגילין. וכן הוא הדין לשמוע זמרא דמנא. ובימי ספירה אסור לכו"ע.

אגרות משה (שם ח"ד סימן כא) ובדבר לשמוע מוסיקא בימי ספירה וימי בין המצרים הנה כתבתי בתשובה ונדפסה באג"מ ח"א דאו"ח סימן קס"ו שהארכתי באיסור זמרא בזה"ז בסוף התשובה ובימי ספירה יש לאסור בזמרא דמנא אף להמתירין עיין שם ופשוט שה"ה שאסור אף בימי בין המצרים, ויש להחמיר גם לקטנים שהגיעו לחינוך מאחר שאבלות דרבים הוא.

אגרות משה (יו"ד ח"ב סימן קלז) ובדבר שמיעת כלי שיר בימי הספירה יש לאסור גם בבית כשהוא בעצמו, דהא ברבים שהוא לשמחה יתירא מסתבר שאף לרמ"א /או"ח/ סימן תק"ס סעיף ג' שמיקל למי שאינו רגיל כשאינו בבית המשתה נראה שיאסור בקבוץ רבים שהוא לכוונת שמחה יתירא גם בכל השנה, א"כ המנהג שניתוסף בימי הספירה הוא אף ליחיד שאינו רגיל בהם.

אגב, יעצט זיכענדיג דעם אגרות משה האב איך זיך אנגעטראפן אינעם ערוך השלחן, ומותר לעשות סעודה אך לא בריקודין ומחולות וכ"ש שאסור לזמר בכלי זמר וכן סעודת הרשות מותר כמו סעודות מריעות ובלבד בלא ריקודין ומחולות, זעסטו קלאר אז ריקודין ומחולות איז בלי כלי זמר, און חוץ דעם איז אסור לזמר בכלי זמר.

איז רבי משה דער ערשטער צי מדגיש זיין איסור מוזיק אין ספירה?
ס'מיר נישט ניחא וויבאלד אינזער אננעמען דעם איסור פון זימרא בזה"ז על אף דער רמ"א ברענגט דעם וי"א אז ס'איז שרי איז דאך מחמת דעם של"ה הקדוש שהורה לאיסור. און נהגו העם להקל איז לאו דוקא ווי ער שרייבט משום הרמ"א נאר אלס די היתר פונעם מהרש"ג אלס מחלת העצבים, טו וואס איז ספירה אנדערש?
הא מיהא אלס כבר נהגו העם איז זיכער דא א שטארקע סיבה מער מקפיד צי זיין אין ספירה
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

Re: מנהגי ימי הספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

וואס ספירה איז אנדערש, ספירה איז דא מער עניני אבילות פון אגאנץ יאר.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:אגרות משה (אורח חיים ח"ג סימן פז) הנה באחד שרוצה ללמד לשורר בכלי זמר, אם הוא לפרנסה מותר אף בימי ספירה דלדידיה אין זה ענין שמחה. ואם הוא להנאתו אסור אף ללמד דגם זה הוא הנאה ואסור בימי ספירה בעניני שמחה לפי המנהג. וגם בכל השנה הא אסור להרמב"ם פ"ה מתעניות הי"ד ופסק כן המחבר בש"ע סימן תק"ס סעיף ג' בזמרא דכלי שיר וראוי להחמיר כמותם, אף שהרמ"א בשם י"א מתיר שלא במשתה כדבארתי בספרי על או"ח סימן קס"ו עיין שם, אבל אין למחות ביד המקילין מאחר שרמ"א מתיר שלא במשתה ואין רגילין. וכן הוא הדין לשמוע זמרא דמנא. ובימי ספירה אסור לכו"ע.

אגרות משה (שם ח"ד סימן כא) ובדבר לשמוע מוסיקא בימי ספירה וימי בין המצרים הנה כתבתי בתשובה ונדפסה באג"מ ח"א דאו"ח סימן קס"ו שהארכתי באיסור זמרא בזה"ז בסוף התשובה ובימי ספירה יש לאסור בזמרא דמנא אף להמתירין עיין שם ופשוט שה"ה שאסור אף בימי בין המצרים, ויש להחמיר גם לקטנים שהגיעו לחינוך מאחר שאבלות דרבים הוא.

אגרות משה (יו"ד ח"ב סימן קלז) ובדבר שמיעת כלי שיר בימי הספירה יש לאסור גם בבית כשהוא בעצמו, דהא ברבים שהוא לשמחה יתירא מסתבר שאף לרמ"א /או"ח/ סימן תק"ס סעיף ג' שמיקל למי שאינו רגיל כשאינו בבית המשתה נראה שיאסור בקבוץ רבים שהוא לכוונת שמחה יתירא גם בכל השנה, א"כ המנהג שניתוסף בימי הספירה הוא אף ליחיד שאינו רגיל בהם.

אגב, יעצט זיכענדיג דעם אגרות משה האב איך זיך אנגעטראפן אינעם ערוך השלחן, ומותר לעשות סעודה אך לא בריקודין ומחולות וכ"ש שאסור לזמר בכלי זמר וכן סעודת הרשות מותר כמו סעודות מריעות ובלבד בלא ריקודין ומחולות, זעסטו קלאר אז ריקודין ומחולות איז בלי כלי זמר, און חוץ דעם איז אסור לזמר בכלי זמר.

איז רבי משה דער ערשטער צי מדגיש זיין איסור מוזיק אין ספירה?
ס'מיר נישט ניחא וויבאלד אינזער אננעמען דעם איסור פון זימרא בזה"ז על אף דער רמ"א ברענגט דעם וי"א אז ס'איז שרי איז דאך מחמת דעם של"ה הקדוש שהורה לאיסור. און נהגו העם להקל איז לאו דוקא ווי ער שרייבט משום הרמ"א נאר אלס די היתר פונעם מהרש"ג אלס מחלת העצבים, טו וואס איז ספירה אנדערש?
הא מיהא אלס כבר נהגו העם איז זיכער דא א שטארקע סיבה מער מקפיד צי זיין אין ספירה

כ'בין נייגעריג צו איר האט געליינט מיינע תגובות סיי די מיטן אויספיר, און סיי די פריערדיגע, אדער נאר געזיכט פאר א נאמען פון א ספר און געזען דעם אגרות משה. כ'וועל עס איבערזאגן, די מג"א זאגט ריקודין ומחולות איז אסור דאס איז מיטן המשך פונעם טעם שאין להרבות בשמחה בימים אלו, איז פארשטענדליך פאר יעדן בר דעת אז כ"ש כלי שיר וואס די שמחה איז אסאך מער ווי פשוט טאנצן אז ס'איז אסור.

דיין שאלה וואס די פרעגסט וואס ספירה איז אנדערש, פארשטיי איך באמת נישט, ס'איז דאך קלאר מבואר אין טור שו"ע וואס ספירה איז אנדערש, מפני שבאותו זמן מתו תלמידי רבי עקיבא ואין ראוי להרבות שמחה.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מנהגי ימי הספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

כ'האב מיר נישט גוט ארויסגעברענגט, לסבר את האוזן ניץ "אין איסור חל על איסור" אויב איז מוזיק אסור א גאנץ יאר איז נישט שייך צי מוסיף זיין א איסור בימי הספירה, און אויב איז אסור א גאנץ יאר און מ'איז מקיל צוליב מחלת העצבים, פארשטיי איך נישט פארוואס ספירה איז אנדערש
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: מנהגי ימי הספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:כ'האב מיר נישט גוט ארויסגעברענגט, לסבר את האוזן ניץ "אין איסור חל על איסור" אויב איז מוזיק אסור א גאנץ יאר איז נישט שייך צי מוסיף זיין א איסור בימי הספירה, און אויב איז אסור א גאנץ יאר און מ'איז מקיל צוליב מחלת העצבים, פארשטיי איך נישט פארוואס ספירה איז אנדערש

כ'וועל דיר פרעגן אנדערש. ריקודין ומחולות צוליב מחלת העצבים איז מותר בימי הספירה?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: מנהגי ימי הספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

למעלה משבעים האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:כ'האב מיר נישט גוט ארויסגעברענגט, לסבר את האוזן ניץ "אין איסור חל על איסור" אויב איז מוזיק אסור א גאנץ יאר איז נישט שייך צי מוסיף זיין א איסור בימי הספירה, און אויב איז אסור א גאנץ יאר און מ'איז מקיל צוליב מחלת העצבים, פארשטיי איך נישט פארוואס ספירה איז אנדערש

כ'וועל דיר פרעגן אנדערש. ריקודין ומחולות צוליב מחלת העצבים איז מותר בימי הספירה?

כ'האב מיר איבערגעטראכט, איר האט א שטארקע טענה, ס'איז מיר ניחא אז מען דערמאנט נישט אין ערגעץ כלי שיר בספירה ווייל ס'איז בעצם אסור א גאנץ יאר. און אפי' אויב מען איז זיך מקיל דערויף א גאנץ יאר, דארף מען א שטערקערע היתר בימי הספירה. כ'האב קיינמאל נישט אריינגעטראכט אז ריקודין ומחולות איז מוכיח אויף כלי שיר ובכלל מאתים מנה,
א ייש"כ פארן אויפמערקן
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

Re: מנהגי ימי הספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

קילורין לעינים
אטעטשמענטס
1.png
1.png (328.42 KiB) געזען 2054 מאל
2.png
2.png (348.03 KiB) געזען 2054 מאל
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

משה כהן האט געשריבן:איז פארהאן א מקור איבער די מנהג נישט צו קויפן קיין בלומען בימי הספירה? (לכאורה פאר שבת שטעל איך מיר פאר מעג מען).

הגאון ר' ישראל דוד הארפענעס שליט“א אין מקדש ישראל (סי' צ“ט) רעדט דערפין און ער ברענגט אז די מקור איז אין ספר בינה לעתים אות רפ“ח
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19922
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: מנהגי ימי הספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

א גאנץ יאר, טאר מען ע''פ הלכה נישט הערן מוזיק,
אבער מיר זענען מתיר אפילו לעבעדיגע מוזיק, ווייל מיר ווילן זיך אויפלעבן.

וואס איז פשט, אז אין ספירה איז מען נישט מתיר ''ווארעמע'' ניגונים מיט מוזיק אויב מען איז אנגעצויגן?
ווארעמע מוזיק וואלט דאך געדארפט זיין אסאך גרינגער צו מתיר זיין.. עס ברענגט דאך נישט קיין שמחה בכלל..
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: מנהגי ימי הספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

וואס טיט זיך מיט אב הרחמים די קומענדיגע שבת - ערב שבועות?
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19922
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: מנהגי ימי הספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

''ראש חודש אייר'' איז דא וואס זענען מתיר צו הערן מוזיק?
אדער ראש חודש אייר פירט מען זיך אזויווי כ''ח ניסן?
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: מנהגי ימי הספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

moishy56 האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 11:42 am

די בית יוסף אין סי' תצג ברענגט אז יש נוהגים נישט צי האלטן די מנהגי אבלות ראש חודש ווייל עס איז א יום טוב אבער די בית יוסף איז מחולק
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19922
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: מנהגי ימי הספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

די ליטווישע עולם מאכן נאך חתונה געהעריג יעצט, סוף חודש ניסן.
א חסידישע יוד מעג גיין צו א חתונה מיט מוזיק, יעצט סוף ניסן?

moishy56 האט געשריבן: דינסטאג אפריל 18, 2023 7:54 am
די ליטווישע עולם מאכן נאך חתונה געהעריג יעצט, סוף חודש ניסן.
א חסידישע יוד מעג גיין צו א חתונה מיט מוזיק, יעצט סוף ניסן?
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=142
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19922
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

חלב ישראל האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2019 5:59 pm
נישט הערן ''ווארעמע'' ניגונים מיט מוזיק אין די ספירה טעג האט א מקור?
עס ברענגט דאך נישט קיין ריקודין ומחולות בכלל...
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19922
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: מנהגי ימי הספירה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

יעדער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 12:17 pm
moishy56 האט געשריבן: מאנטאג אפריל 17, 2023 11:42 am
''ראש חודש אייר'' איז דא וואס זענען מתיר צו הערן מוזיק?
אדער ראש חודש אייר פירט מען זיך אזויווי כ''ח ניסן?
די בית יוסף אין סי' תצג ברענגט אז יש נוהגים נישט צי האלטן די מנהגי אבלות ראש חודש ווייל עס איז א יום טוב אבער די בית יוסף איז מחולק
די מחבר און די בית יוסף אין סי' תצ''ג ברענגן אז יש נוהגים נישט צי האלטן די מנהגי אבלות ראש חודש,
אבער ביידע פון זיי שרייבען אז ''טעות הוא בידם''.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”