ליקוטים וענינים על פרשת משפטים

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

אינעם ספר שפתי צדיק פונעם פילץ'ער [אן אייניקעל פונעם חידושי הרי"ם און שוואגער פונעם שפת אמת, דר"א: ס'איז א הפלא'דיגער ספר סיי אין חסידות און סיי אין נגלה] ברענגט ער די וואך א פולישער ווארט פונעם קאצק'ער רבי [היינט געווען די יאהרצייט].

די דין פון א אדון וואס האט געשלאגן זיין עבד איז אז אויב האט דער עבד דורכגעלעבט 24 שעה איז דער אדון פטור, אויב איז ער אבער געשטארבן אין די 24 שעה איז דער אדון חייב, והוא פלא כחק בלי טעם?

זאגט דער קאצק'ער רבי אז דער פשט איז אזוי, די הלכה איז אז המפקיר עבדו איז יצא לחירות, און א עבד שיצא לחירות ווערט דאך א איד, ממילא אויב האט דער אדון איהם געגעבן אזא קלאפ אז ער וועט פון דעם שטארבן יענעם טאג האט דער אדון בשעת הכאה זיך מיאש געווען פונעם עבד, איז ער דאך ארויס לחירות, האט דאך דער אדון גע'הרג'עט א בן חורין, ממילא איז ער חייב, וש"י.

[הגם שיש לדון בזה מכמה צדדים, אבער דער ווארט איז געשמאק].
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

נאך א הערה'לע
אחרי רבים להטות
באוויסט פון בני יששכר וואס ער זאגט אין מאמרי אדר אז אנ'איסור וואס איז בטל געווארען ברוב איז גאר א מצוה צו עסען
וויבאלד מען איז מקיים די מצות עשה פון אחרי רבים להטות
מערקווירדיג איז דער צד וואס ר' שמעון איז מצדד אז אויב א מאכל ווערט כשר למצוה דורך ביטול ברוב
למשל א פסולע מצה אין אסאך כשר'ע מצות ווערט דער אוכל אפשר נאר מקיים זיין מצות אחרי רבים להטות אבער נישט דער בערב תאכלו מצות
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
להבין שמועות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 24, 2011 6:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להבין שמועות »

msp האט געשריבן:ד
בדין שומר שכר איז דא א חקירה פון ר' עקיבא איגר
איז דער חיוב גניבה ואבידה ווייל ער באקומט באצאהלט פאר זיין שמירה
אדער וויבאלד זיין אחריות איז שטארקער אז אפילו פאר גניבה ואבידה דארף ער באצאהלען וועגען דעם קומט איהם א געהאלט
די נפק"מ זאגט ר' עקיבא איגר איז ווען א שומר שכר נעמט דער פקדון און לייגט עס אוועק הפקר-וועלט אויף דער גאס
און צום סוף על פי נס איז עס נאך געבליבען און דער שומר שכר האט עס געטראפען און צוריק געגעבען צום מפקיד
קען ער פארלאנגען זיין געהאלט אדער נישט
לפי הצד הא' נישט ווייל ער האט סוכ"ס נישט געהיט די פקדון
אבער לפי הצד הב' יא וויבאלד סוכ"ס וואלט ער חייב געווען אויף גניבה ואבידה
עכ"ד הגרעק"א
ולענ"ד יש לפשוט בעיה זו משומר אבידה דהוה שומר שכר משום פרוטה דרב יוסף והבן
ה


קודם מוז איך דיר באדאנקען ידידנו הרה''ג רמ''ש די ווערטער דיינע שלינגט מען מיט דורשט!, און כ'וויל כסדר צו לייגען אבער איך שטיפ עס אפ, ביז ס'קומט שבת און דעמאלטס איז שוין צו שפעט ע''כ אכתוב, דברי רבינו הגדול הגרעק''א ידועין וצריכין עוד ביאור ארוך אבל מה שהבאת ראי' משומר אבידה לא היה לי תחלת הבנה, די חקירה נעמט אהן אויף ביידע צדדים אז די באצאהלען איז מסובב פון א סבה וחקר אם החיוב שמירה הוא הסבה או ההתחייבות על גניבה ואבידה הוה הסבה, ובשומר אבידה רואים צד ג' דמה שהש''ש מקבל תשלומין הוה הסבה להחיוב של גניבה ואבידה והחיוב הוה המסובב ודי

אוסיף על פרשתינו ע''ד הרמז בשער הפסוקים למרן האר''י החי מובא דר''ת של ואשר לא צדה וא'לקים א'נה ל'ידו ו'שמתי הוא ר''ת אלול כי הבוב''ה בחסדו אנה וזמן חדש אלול לתשובה וכו' עוד מביא פי' אחר דלמה כתב ושמתי לך בל' נוכח וביאר דקרא קאי על משה שזמן לו מקום לנוס מהסמא''ל גואל הדם של המצרי וכו' ואח''כ מקשר ב' הפירושים כי משה נולד לז' חדשים נמצא הורתו ועיבורו הי' באלול נמצא דקרא מרמז על חודש "אלול" לתשובה ועל משה שנולד ב"אלול"
ונ' להוסיף דהנה ידוע מכתבי מרן בשעה''כ בדרושי ר''ה פרק א' וב' בביאור מחל' ר''א ור''י בזמן עם בניסן עם בתשרי בריאת העולם, דאלו ואלו דברי אלהים חיים רק בתשרי היה במחשבה והוא בחי' הריון ובניסן במעשה עיי''ש, והנה מבואר בעץ חיים בסוד העיבור והינוקה דג' עיבורין הן של ז' חדשים של ט של יב ע''ש ותמצית הדברים דעיבור דכלליות חצי התחתון דא''א הן של ז' חדשים ואינו תח''י כעת אבל מזכרוני דאומר שם דזה סוד עיבורו של משה רבינו שהיה של ז' חדשים,
ולפי הנ''ל אתי שפיר דמשה הוא כללות ישראל וכללות א''א וכללות העולם ועיבור של הכללות הוא ז' חדשים נמצא מכוונים דעיבורו של משה רבינו היה באלול ושל ז' חדשים כדוגמת בריאת העולם

[און אז מ'רעדט שון פון משה רבינו על מוסיף זיין א קליין ווארט על מה דאמר לו יתרו נבל תבול מהו הכפל ואפשר לומר דרך רמז דהנה מבואר בדברי מרן בשער הכללים דמביא שם מדרש דנובלות חכמה תורה ונובלות בינה שכינה [והגם דהמדרש שמציין שם לבראשית יז לא נמצא רק נובלות חכמה תורה אבל כ' שהוא מל' הזהר ואיני זוכר לע''ע] ע''כ י''ל דהנה משה רבינו מלבד מה שלימד "תורה" לישראל גם הביא האמונה והעלאת מ'ן וכו' והיה ב' הדברים מאוחדים באחדות אחד, וכידוע מ''ש הצדיקים מדוע לא יראתם לדבר בעבדי במשה ופי' רש'י בעבדי אע''פ שאינו משה וכו' וקשה מה יתרון יש בעבדי אם אינו משה ותי' דב' בחי' נתאחדו שהיה משה וגם עבד ה' וכו' וזהו סוד יחוד תו''מ ואכמ''ל ואפשר דזה אמר לו יתרו נבל תבול על ב' הנובלות שצריך להשפיע לכלל ישראל ואין לי כח להאריך עוד
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

הרב להבין
ביזט גערעכט
לכאורה זעהט אויס אז עס איז א דריטע גדר
איך האב פארשטאנען אז בקומען באצאהלט איז מחייב אויף גניבה ואבידה אז דאס איז אויך כוונת הגרעק"א
אמנם יעצט זעה איך אז טאקע ער מיינט נאר אז דאס צאהלען איז פאר די שמירה און נישט אויף מחייב זיין גו"א
שכוח שהארת עיני
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2014 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלך לחמך »

פתח ר' שמעון ואמר ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, תרגום, ואלין דיניא דסתדר קדמיהון. אלין אינון סדורין דגלגולא.
זאגט דער דגל מחנה אפרים נאך פונעם זיידן דער הייליגער בעל שם טוב, אז א איד פארלירט אמאל א דין תורה, וואס ער וויסט בייזיך אז ער איז 100% גערעכט זאל ער וויסן אז ער קומט לכאורה פאר דעם איד געלט פון א פאריגען גילגול, און מען האט עם אזוי ציגעפירט אז ער זאל האבן א דין תורה מיט דעם איד און עם באצאלן וואס ער קומט עם.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

scy4851 האט געשריבן:
גבאי ביהמד האט געשריבן:רבותי, דערמאנט אייך 'פרשת משפטים' פון די חדר יאהרען.


געהערט א גוטס:

עס איז באקאנט אז די מקור פון קאפיטלעך און חומש קומט פון גלחים.

דער ווער עס האט מחלק געווען די קאפיטלעך און סדר שמות האט נישט געוויסט וויא טרעפליך ער האט עס געטוהן.

אז מען קוקט און קאפיטעל כ"ד פסוק ז' (24/7) טרעפט מען די ווערטער נעשה ונשמע

מען דארף האלטען בי נעשה ונשמע 24/7
the SCY is the limit
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

געזעהן א שיין ווארט פונעם אמרי חיים מוויזניץ זי"ע, אלה המשפטים אשר תשים לפניהם, זאגט רש"י אלה פסל את הראשונים, ואלה מוסיף על הראשונים. זאגט ער אזוי: אלה איז נוט' ליהודים היתה אורה, ואלה - ליהודים היתה אורה ושמחה. ווען מען טוט תשובה מיראה ווערן די עבירות שגגות, ליהודים היתה אורה - אן שמחה, דהיינו תשובה מיראה דענסמאל איז נאר פסל את הראשונים, אבער 'ואלה' ס'קומט צו שמחה, דהיינו תשובה מאהבה, דעמאלטץ איז "מוסיף על הראשונים", ווייל די עבירות ווערן זכיות...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

געהערט דעם שיין ווארט פון הרב מלאך משפטים ע"ז אדער ע"ח
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

אינו דומה שמיעה לראיה
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

לכלב תשליכן אותו

איז דא א זיס ווערטל. אז אמאל איז א יוד גרויסע מין הארץ געקומען צום רב מיט זיין הינדעל פרעגן די רב א שאלה אויב ס׳איז כשר, די רב זע׳ענדיג דעם יוד האט געהאט א גרויס ווינדער ווייל דער יוד איז נאך קיינמאל צום רב נישט געקומען פרעגן קיין שום שאלה... האט די רב א פרעג געטוהן דעם מין הארץ דעם באקאנטען שאלה פון: אי מלכא אנא למה לא באתי עד השתא..?

האט דער מין הארץ מסביר געווען פארן רב אזוי, רב לעבן ביז היינט בין איך קיינמאל נישט געקומען צום רב זאל לעבן צו פרעגן קיין שאלות, ווייל איך האב דאך א חומש, און אין חומש שטייט אז א נבלה ווארפט מען פארן הינט, איז ממילא האב איפ אליינס אלעס געוויסט, ווייל א יעדע מאל וואס איך האב נאר געהאט א שאלה אויף א הינדל, האב איך געווארפען דעם הינדל צום הינט טראכטענדיג אז אויב איז עס א נבילה וועט עס די הינט אויף עסן און טאמער נישט וועל איך דאך וויסן אז ס׳איז כשר... אבער לעצטענס האב איך באמערקט אז די הינט איז צופוהל מחמיר... האב איך ממילא אפגעמאכט ביי מיר אז פון יעצט און ווייטער וועל איך ענדערש אלע מיינע שאלות קומען פרעגן ביים רב לעבן...
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

msp האט געשריבן:נאך א הערה'לע
אחרי רבים להטות
באוויסט פון בני יששכר וואס ער זאגט אין מאמרי אדר אז אנ'איסור וואס איז בטל געווארען ברוב איז גאר א מצוה צו עסען
וויבאלד מען איז מקיים די מצות עשה פון אחרי רבים להטות
מערקווירדיג איז דער צד וואס ר' שמעון איז מצדד אז אויב א מאכל ווערט כשר למצוה דורך ביטול ברוב
למשל א פסולע מצה אין אסאך כשר'ע מצות ווערט דער אוכל אפשר נאר מקיים זיין מצות אחרי רבים להטות אבער נישט דער בערב תאכלו מצות

די בני יששכר איז אין מאמר ב דרוש ז אבער עס האט גארנישט מיט די מצוה פין אחרי רבים להטות נאר די בני יששכר זאגט א ענין פין מעלה זיין די ניצוצות דערפין
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4108
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: ליקוטים וענינים על פרשת משפטים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

נישט געזעהן ברענגען דא צווישן די פילע תורות די באקאנטע טייטש פין הייליגן קאצקער זי"ע,
ואנשי קודש תהיון לי: "מענטשליך הייליג זאלט איר זיין צו מיר".
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”